היסטאריע: אנגע'מקל'ט די ביינער פאר הרב שטיינמאן!!
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5025
היסטאריע: אנגע'מקל'ט די ביינער פאר הרב שטיינמאן!!
נאך די העצערישע קללות פון ביידע זייטען די לעצטע וואכען האט א יונגערמאן היינט פארטאגס אנגעהאקט די ביינער פין הרב שטיינמאן אין זיין הויז
ר' חיים קנייבסקי האט אפאהר מאל געשאלטען ערגער ווי עובדיה יוסף, אז ווער עס וואוט פאר ר"ש אויערבאךס פארטיי איז מחויב סקילה, און וועט האבען קראנקע קינדער, אין וועט נישט זוכה זיין צו תחיית המתים, ער איז עם נישט מוחל בזה ובבא,
ר"ש אויערבאך האט געשריגען עלי קללתך בני, האטס נישט מורא קללות זענען פאר פרויען, איך נעם אלע קללות אויף מיר
די רעזולטס זענען געקומען ווען איינער האט נעכטען איבערגעלאזט א סטראע צעטיל אויף ר"ש אויערבאך קאר אז ער גייט עם הרג'נען, און א צווייטע יונגערמאן האט היינט נישט געסטראשעט נאר מקיים פסק געוועהן און דערלאנגט דעם אלטען גאון געזונטער קלעפ
די רבנים דארפען וויסען אז די צייטען האבען זיך געענדיגט, זיי קענען מער נישט איינטיילען פאר אנדערע און אראפרייסען וועם זיי ווילען, ס'איז ליידער אויפגעוואקסען א דור פון איש כל הישר בעיניו יעשה, און אויב וועט דער רבי צדיק גאון איבערציען די שטריק וועט ער כאפען שלעק
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=60573">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=60573</a>
אז ר' חיים זאגט אויף א אינגערמאן וואס וואוט פאר עץ "יתלו אותו על העץ" - מה יענו איזובי קיר?
אגב, דער משוגע'נער - לויט זיינע שכנים - האט נישט קיין שייכות מיט די עץ פארטיי, ער האט קאמפיינט פאר אנדערע פארטייען, און איז א באקאנטער משוגענער אין זיין וואוינארט. דאס האלט זעלבסט פארשטענדליך נישט צוריק די דגל התורה פאליטיקאנטן - וואז זענען נעבעך ביטער אנגעווייטאגט אז אלע זייערע קללות האבן נישט געהאלפן, און עץ איז ארויסגעקומען א שיינער זיגער נעכטן - אנצושמירן די אטאקע אויף עץ.
פאר דעם אליינס טאר מען נישט גיין צו בחירות. אפגערעדט פון אלע סאטמארע סיבות.
עס האט זיך אנגעהויבען א קארנאבאל פון בכיות ויללות
מען ווארט אויף די החלטה פין רח"ק צי מען זאל גוזר זיין א יום תענית (לדורות ?)
ר' גרשון אידלשטיין האט היינט געזאגט ביים שיעור אז זייט ימות זכריה וואס נהרג במקדש כהן ונביא איז אזאנס נאך נישט געווען
פארשידענע ראשי כוללים און ראשי ישיבה האבען זיך געזעצט מיט די תלמידים אויפ'ן ערד כמנהג אבילות
אנדערע האבען זיך באגעניגט מיט אראפ נעמען דע פרוכת
קרעקער
די רבנים דאפען וויסען אז די צייטען האבען זיך גענדיגט זיי קענען מער נישט איינטיילען פאר אנדערע און אראפרייסען וועם זיי ווילען, סאיז ליידער אויפגעוואקסען א דור פון איש כל הישר בעיניו יעשה,
רבנים דארפן וויסען אז יעדע בירגער האט רעכט צו שטימען פאר וועם ער וויל, לויט זיין פארשטאנד.
אילו, וואלטן ווען די רבנים געליגען אין פאלטיק, וואלט געווען אפשר א מקום צו גיין לויט זייער מיינונג וכדו', אבער למעשה, אלץ וואס זיי זאגן איז דאך געבויט אויף אינפארמעישן וואס קומט צו זייער אויער געפילטערט בי"ג נפה. אלזא, טייערע גדולי ישראל: לאזט ענק נישט אראפ!
"בהערכה מיידית שעשתה המשטרה במקום החליטה להשאיר ניידת שתפטרל מסביב לביתו של הגראי"ל שטיינמן שליט"א מחשש למקרים דומים שעלולים להישנות בשל ההסתה השוררת בקרב ציבורים מסויימים נגדו."
שתפטרל!!!! א זיס-מחודש'דיגע ווארט.
😂
פארשטייט זיך אז די מאורע ווערט אויסגענוצט דורך די דגל'יסטן צו צוטרעטן תחת רגלם יעדן איינעם וואס האט געשטימט פאר עץ. הרב סורוצקין איז ארום געגאנגען אין זיינע כוללים און געשריגן אויף אלע אינגעלייט וואס האבן געשטימט "עץ" זאלן ארויסגיין. ר' חיים זעלבסט האט באאויפטראגט די הנהלת התתי"ם ובתי יעקב ארויס צו ווארפן אלע קינדער וואס זייערע עלטערן האבן געשטימט פאר עץ.
נעבעך, דגל קען אבוויעסלי נישט אראפ שלינגען זייערע וואל דורכפעלער, כנראה האבן זיי אליינס זיך גענארט וויפיל נאכפאלגער עץ האט. איין זאך קענען מיר זיי זאגן: "מיר קומען שוין פון דארט". די אלע פארצווייפלטע טעראר פרואוון וואס איר פרובירט איצט, האבן מיר שוין געטון דא בעפאר. די רעזולטאטן? נישט די מערסטע געשמאק....
wow דע וועלט ווערט מער און מער צורידערט
ווי סגויאישט זיך....
אפילו אין די גאר חשובע פאקציעס אין די סאו קאלד קנאישע בכלל אין און סטמר בפרט רעדט מען אויף די וואס גייען צו בחירות ווי גלייך זיי זענען אשפה
דזאסט סאו יא נאו רבינו יואל זי'ע האט זייער געהאלטען פון ר' אהרן קאטלער און ברענגט להלכה פון דם חזון איש וואס ביידע זענען געווען "בעלי בחירות"
פארפאלען די ליטאים קאנען גוט אפטייטשען מחלעיקעס
היימישער ליטוואק:
נו די חסידים האבען נאך ניש דער גאט'ס וואס עטס קענטס,
די ליטאים טוען צום פוינט איינער שיסט קללות דער צווייטער ווארט נישט די קללות זאלען קומען נאר פירען אליינס אויס דעם פסק,
די חסידים מעגן זיך קומען לערנען פון די ישיבישע וויזוי מ'פירט מחלוקת
גרויסע עצרת מחאות היינט נאכט איבער'ן פגיעה
די תמיהה איז על כבוד בשר ודם מחיתם ועל גזירות על הדת לא מחיתם???
אז מ'מאכט ניש און משטערט מחאות על ה'גזירות ברויך מען דערנאך מאכען אזעלכע מחאות
עירעולם התורה והציבור החרדי מתאחד בתחושת הלם וזעזוע על מעשה התקיפה הנפשע של מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטינמן בביתו על-ידי בן בליעל שפרץ אל הבית ותקף את הרב באלימות. מרן הגר"ח קנייבסקי הכריע לקיים עצרת מחאה ענקית ברחובה של עיר בבני-ברק. מסתמן: העצרת עוד הערב (חרדים)ישראל כהן|י"ט בחשוון תשעד 12:40 23.10.13הדפסהמרנן הגראי"ל שטיינמן והגר"ח קנייבסקי (צילום: שלומי כהן, כיכר השבת)הזעזוע הכבד בעולם התורה ובקרב הציבור החרדי כולו ממעשה התקיפה הנפשע הבוקר (רביעי) של מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן על-ידי בן בליעל, אברך חרדי תושב קרית ספר, חוצה גבולות ומגזרים.כפי שדווח בהרחבה ב"כיכר השבת", האברך פרץ אל הבית בזעקות נוראיות בעת שראש הישיבה ישב ועסק בלימוד התורה הקדושה, תפס את הרב וטלטל אותו בחוזקה, כאשר מאז המקרה חש מרן בכאבים עזים בצלעותיו.רבים מקרב ראשי הישיבות ומנהיגי הציבור קוראים שלא לשתוק על הפגיעה החמורה ולקיים עצרת מחאה רבתי ברחובה של עיר בה ימחו רבבות עמך בית ישראל על ביזיון כבוד התורה ועל המקרה הקשה המזעזע כל לב.מספר רבנים ומרביצי תורה עלו אל מעונו של מרן שר התורה הגר"ח קנייבסקי להיוועץ בו בסוגיה ולקבל דברי הדרכה על השבר הגדול ואת הכרעתו על דרכי המחאה התורנית הנכונה.• עשו לייק לעמוד הפייסבוק של 'כיכר השבת' ותישארו מעודכניםהגר"ח קנייבסקי הכריע לקיים עצרת מחאה ענקית ברחובה של עיר. ל"כיכר השבת" נודע כי מסתמן שהעצרת תיערך עוד הערב ברחוב לנדא פינת רחוב נחמיה בבני ברק בהשתתפות אלפי בני ישראל.ח"כ משה גפני אמר בתגובה למקרה החמור כי "ההתדרדרות והפגיעה באמצעות הכתיבה האלימה כנגד גדולי התורה וזקני הדור, גרמה לכך שקצרה הדרך לשפל המושחת והנורא, המזעזע והמחריד בתקיפתו של מרן ראש הישיבה".בשיחה הבוקר ברדיו 'קול ברמה' הצהיר מקורבו של מרן הגראי"ל המחנך והעסקן הרב מרדכי בלוי כי אסור לעבור על כזה מעשה נבלה בשתיקה ובחוסר תגובה. "יש לקיים מחאה רבתי זעקה ותפילה על הפגיעה בקודש הקודשים מנהיג הדור", אמר הרב בלוי.בשיחה שקיים "כיכר השבת" עם בני הבית הם נשמעים המומים ונחרדים מהמקרה הקשה ומספרים כי כעת ייתכן ויצטרכו בסביבת מרן לחשוב מחדש על הכניסה החופשית שיש לבית, אליו מגיעים מידי יום המוני בית ישראל, לקבל עצה וברכה."זה מצער מאוד ולא האמנו שנגיע לכך אבל ייתכן ויצטרכו להציב סוג של שמירה או אבטחה חלילה בכדי שאף אדם לא יצליח חלילה לפגוע במרן", אומרים בבית.יצוין כי כיום על אף גילו המופלג וטורח הציבור מקבל מרן ראש הישיבה מידי יום ביומו מאות
א משוגעת דארט אין ארץ ישראל ביי די ליטאים, אז מצווינגט ארויף הרב שטיינמאנס מיינג איבער יעדעם איינעם, יא גערעכט הגרא"ל ואתו עמו רבי חיים קאניבסקי זענען גדולים בתורה, אין אויך זייער מנהגיג, זאל זיין אזוי, אין טאקע די וואס זענען משומעים לקחם זאל שטימען ווי אזוי זיי פארלאנגען, אבער דאס גיבט זיי נישט דער רעכט פאר די וואס האלטן אז רבי שמואל אויערבאך איז זייער מורה דרך, זאל שטימען ווי אזוי ער פארלאנגט. יעדער איינער זאל פאלגען זייער מנהיג.
עס איז נישט בלויז טפשות נאר אויך א רשעות עצומה ארויף צו צווינגען אז יעדער 'מוז' טוען ווי אזוי זיי הייסען, כאילו נאר זיי אליינס האבען א דעת תורה, אין א אנדערע גדול האט נישט קיין דעת תורה.
דער קליפ וואס JDN האט ארויף געשטעלט ווי מ'זעהט ווי יענער בעל דרשן בבית ובנוכחות פון הגר"ח קניבסקי איז א עקל און א גרויל, אראפ צו רייסען אזוי הגר"ש אויערבאך עס איז נישט דא קיין קיין גרעסערע בזיון ועלבון התורה. די לשונות וואס יענער נוצט מיט די הסכמה אין שתיקה כהודאה פון רביי חים קניבסקי איז א פליאה עצומה על אותו גאון וצדיק. ווער דען האט געמאכט הגרא"ל שטיימאן דעם איין איינציגסטער אויב נישט די פאליטישע כח פון דער דגל התורה פארטיי אין זייער צייטונג שרייבערס.
אין דער פאקט אז רבי בערל פאווארסקי מיט רבי איידלשטיין זענען אין איינעם מיט מיט זיי איז בכלל נישט קיין ראי', ווייל דאס איז א אלטע איינגעפרעסענע שנאה וואס זיי האבען שוין פאר לאנגע יארן מימות הרב שך.
יעדער איינער האט זיך זיין אייגענע רב, מורה הוראה, וראש ישיבה, וועמענס הוראות ער פאלגט אויס, דער שנאה עצומה אין מחלוקות וואס ווערט געשאפען וועגן די בחירות אין פאליטישע כח ווייסט אויף די נידערעקייט וואס האט בכלל נישט צו טועהן, נישט קיין משהו, לשם שמים.
רח"ל עד היכן הדברים מגיעים.
דגל'ס "רייכסטאג פייער" מאמענט
ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב די דגל פאליטיקאנטן וועלן סוקסעספולי מעלקן די אנגעבליכע "אטאקע" אויף שטיינמן אלס זייער "
רייכסטאג פייער" אפערטוניטי און פארניכטן די פאליטישע אפאזאציע ווילאנג זי איז נאך אינג. דאס איז גענוי וואס זיי האבן געברויכט יעצט, אוועקצונעמען די "אלו ואלו" סטאטוס פון אוירבך און אים פארוואנדלן אין א מהרס, מחרף ומגדף שונא אלוהי ישראל, קעגן וועם יעדער קען זיך און מיז זיך פאראייניגן.
וועט עס זיין א סוקסעס ווי די תולדות אהרן'ע "שטריימעל" קריזיס, אדער א דורכפאל ווי די סאטמאר'ע "רבם דקרו" סומעטאכע? ווענדט זיך ווי נאיוו אדער ראפינירט די ליטווישע גייסט איז צו ווערן אויפגעציטערט פון די יזדעזו רעטאריק, גוזר תענית קלאגענישן און קריעה גערייסאכץ.
וואס פונקטליך איז דארט די מחלוקה, איז עס ממשלת כבוד אדער געלט? וואס גייט אן די ראש ישיבה צו די ראש הכולל ווער איז די פריקין מעיאר?
רויטע וואנצעסוואס פונקטליך איז דארט די מחלוקה, איז עס ממשלת כבוד אדער געלט? וואס גייט אן די ראש ישיבה צו די ראש הכולל ווער איז די פריקין מעיאר?
אזוי ווי ס'גייט אן פאר רבנים אין ניו יארק ווער ס'איז מעיאר. מ'פארשלייערט עס אין בייק לעינס, מציצה בפה, סובסעדיעס פאר ישיבות (וואטשערס און פעל גרענט), תועבה, וכו' ס'איז די חרידישע פאליטישע שפראך צו פארוואנדלן פאליטיקס אין אפאקאליפטישע רעליגיעזע שיידוועגן פאר די עתיד פון אידישקייט.
יואלישס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב די דגל פאליטיקאנטן וועלן סוקסעספולי מעלקן די אנגעבליכע "אטאקע" אויף שטיינמן אלס זייער "
רייכסטאג פייער" אפערטוניטי און פארניכטן די פאליטישע אפאזאציע ווילאנג זי איז נאך אינג. דאס איז גענוי וואס זיי האבן געברויכט יעצט, אוועקצונעמען די "אלו ואלו" סטאטוס פון אוירבך און אים פארוואנדלן אין א מהרס, מחרף ומגדף שונא אלוהי ישראל, קעגן וועם יעדער קען זיך און מיז זיך פאראייניגן.
וועט עס זיין א סוקסעס ווי די תולדות אהרן'ע "שטריימעל" קריזיס, אדער א דורכפאל ווי די סאטמאר'ע "רבם דקרו" סומעטאכע? ווענדט זיך ווי נאיוו אדער ראפינירט די ליטווישע גייסט איז צו ווערן אויפגעציטערט פון די יזדעזו רעטאריק, גוזר תענית קלאגענישן און קריעה גערייסאכץ.
די באלאן האט געפלאצט צו פרי...די מעשה איז זייער ביטער,
אויב גדולי ישראל כאפן שוין מכות, איז א סימן אז עס איז צרות.... ווער ווייסט וואס דא וועט זיך אויסלאזן,
איך מיין אז זייט ח''י סיון תשנ''ט איז נישט געווען אזא ביטער טאג, ביים כלל ישראל.....
צימערמאן קליקע זענען זיכער פרייליך יעצט, פאר זיי איז עס א סימן פון הימל
דעת תורהיואלישס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב די דגל פאליטיקאנטן וועלן סוקסעספולי מעלקן די אנגעבליכע "אטאקע" אויף שטיינמן אלס זייער "
רייכסטאג פייער" אפערטוניטי און פארניכטן די פאליטישע אפאזאציע ווילאנג זי איז נאך אינג. דאס איז גענוי וואס זיי האבן געברויכט יעצט, אוועקצונעמען די "אלו ואלו" סטאטוס פון אוירבך און אים פארוואנדלן אין א מהרס, מחרף ומגדף שונא אלוהי ישראל, קעגן וועם יעדער קען זיך און מיז זיך פאראייניגן.
וועט עס זיין א סוקסעס ווי די תולדות אהרן'ע "שטריימעל" קריזיס, אדער א דורכפאל ווי די סאטמאר'ע "רבם דקרו" סומעטאכע? ווענדט זיך ווי נאיוו אדער ראפינירט די ליטווישע גייסט איז צו ווערן אויפגעציטערט פון די יזדעזו רעטאריק, גוזר תענית קלאגענישן און קריעה גערייסאכץ.
די באלאן האט געפלאצט צו פרי...
דערמאנט מיך פון די פאליטיק אין אמעריקע אין די כאאטישע מאמענטן נאך אן שיסעריי. די רעכטע האפן די אטאקירער איז א שווארצע, געי, לינקע אנארכיסט, מיט אן אבאמא כתובת קעקע, אדער כאטשיג א מוסלעמענער; די לינקע האפן ס'איז א ווייסע, קריסטליכע רעכטע ווייסע-סופרעמעסיסט גאן-אנטוזיעסיט, לימבאו-צוהערער.
רוב מאל שטעלט זיך ארויס אז ס'איז א פשוט'ע חולי נפש.
כ'האב מורא אז ס' די ארבייט פון ר"ש אויערבאך'ס חברה וואס האבן ארויס געלייגט דעם בריוו.
(נישט סתם א חולי נפש נאר פון זיינע אייגענע)
יואלישס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב די דגל פאליטיקאנטן וועלן סוקסעספולי מעלקן די אנגעבליכע "אטאקע" אויף שטיינמן אלס זייער "
רייכסטאג פייער" אפערטוניטי און פארניכטן די פאליטישע אפאזאציע ווילאנג זי איז נאך אינג. דאס איז גענוי וואס זיי האבן געברויכט יעצט, אוועקצונעמען די "אלו ואלו" סטאטוס פון אוירבך און אים פארוואנדלן אין א מהרס, מחרף ומגדף שונא אלוהי ישראל, קעגן וועם יעדער קען זיך און מיז זיך פאראייניגן.
וועט עס זיין א סוקסעס ווי די תולדות אהרן'ע "שטריימעל" קריזיס, אדער א דורכפאל ווי די סאטמאר'ע "רבם דקרו" סומעטאכע? ווענדט זיך ווי נאיוו אדער ראפינירט די ליטווישע גייסט איז צו ווערן אויפגעציטערט פון די יזדעזו רעטאריק, גוזר תענית קלאגענישן און קריעה גערייסאכץ.
און אין באבוב איז דאס געוועהן דעם באקאנטען 'שבת בראשית', כידוע ליודעי חן.
הגרי"ג אדלשטיין, ראש ישיבת פוניבז', אמר בפתח שיעורו: "קרה היום דבר מזעזע שלא עולה על הדעת, אבל צריך לדעת שכבר היה כזה דבר בימות זכריה הנביא ומאז לא שמענו על דברים נוראים כאלו. אפילו ברוסיה לא היו דברים כאלו! זה דורש מאיתנו חשבון נפש והתחזקות בכבוד התורה".
די ליטאים זענען אזוי SELF CENTERED כמעט יעדע רב אדער גדול פון אלע דורות האבען געחאפט פון משוגע'ים, נישט לאנג צירוק איז א מקובל געשטארבען דורך זיין חסיד , ר מאטעלע האט געחאפט ביטערע קלעפ פון זיינס א חסיד, כ'רעדט שוין נישט אין רוסלאנד מיטן בעל התניא און ריזשען ועוד ועוד ועוד. זיי ווילן דאס אויסנוצען אז זייער גדול איז ווי זכריה הנביא.
איין זאך איז זיכער 'מיום שחרב בית המקדש ניטלה נבואה מן הנביאים וניתנה לשוטים' ס'היינט צופרי געווען אן ערד ציטערניש... אפשר איז דאס נישט געווען מימות זכריה הנביא...
איראניש איז, אז אין די "קריגערישע" חסידישע וועלט הערשט א גייסט פון שלום, ווער ס'קען לעבן מער בשלום גייט ארויס א הירא, בעת וואס אין די "נארמאלע" ליטווישע וועלט הערשט א שרעקליגע מחלוקת גייסט
אוטספאוקען, ווען ער האט גערעדט איז ער געווען אונטערן איינפלוס פון דגל'ס פראפאגאנדע וועלכע האט אין די צופרי שעה'ן געבלעימט דעם אקט אויף די "בני תורה" פארטיי. אזוי אויך אלע אנדערע האבן גערעדט אין דעם קאנטעקסט.
כאפן פעטש פון א משוגע'נעם חסיד איז א אנדערע סארט זאך.
לכבוד די נצחון פון די עץ פארטיי האבען זיי היצט ארויסגעגעבן א ערשטער עקזעמפל פון א רייכער ליקוט איבער די היסטאריע פון די מערכת כלל ישראל אנטקעגן גיוס און איז בעיקר קאנצעטרירט אויף די גדולי ליטא וואס האבען געקעמפט דערקעגען בזמן וואס ר שטינמן האט געבעקט די וואס זענען משת''פ מיט די ממשלת הציוני בנוגע די גזירה האיומה
פילע דאקומענטן ציטאטען פון צייטונגען טוען אויפדעקן דעם שוידערליך בילד
לכ' וועט נאך אזא ערשיינונג פון א מציאות וואס פאטשט אין פנים פאר די תומכי הגריא''ל נאכפאלגען א פרישער טוץ פון קללות וחרמות
מען קען פארשטיין וואלן זאל זיין א הייסע טעמע אין קען צימאל ארויס גיין פין די גדרים
אבער דעס אז די גדולים זאלן זיך אזוי משפיל זיין איז ממש שאקירנד ס'כאפט אן עקל ווי אזוי
די גדולים ווערן מאנוואריט אין הייבן אן זיך אויף פירן ווי ציווילדווטע חיות אין שעלטן קללות וואס פאסט פאר א נידעריגן גוי
פני הדור כפני הכלב איז צי ווייניג געזאגט
זלמן זאפירמען קען פארשטיין וואלן זאל זיין א הייסע טעמע אין קען צימאל ארויס גיין פין די גדרים
אבער דעס אז די גדולים זאלן זיך אזוי משפיל זיין איז ממש שאקירנד ס'כאפט אן עקל ווי אזוי
די גדולים ווערן מאנוואריט אין הייבן אן זיך אויף פירן ווי ציווילדווטע חיות אין שעלטן קללות וואס פאסט פאר א נידעריגן גוי
פני הדור כפני הכלב איז צי ווייניג געזאגט
קענסט יוזען דעם לאזונג פני הדור אויך ביי זיך אינדערהיים ליידער
נשארנו כצאן בלי רועה די רועים האבען זעך אינזין און די צאן דרייען זיך נעבעך כצאן לטבח
ס'מיינט ניש יעדן רועה אבער ס'נעבעך דא דערפון לרוב
יא יא, ירושלים רב יוכיח
צימעס איז ברוין
עם עקש תתעקש זאגן די חז"ל בכל מקום
מראה מקום?
תתעקש??
@פרייליך מיט @זאפיר, ענק האבן ערנסט פארבלאנזשעט.
אדער גייט עטץ צוריק פון וואו איר קומט, אדער וועט מען דעם גאנצן אשכול ברוין מאכן כדי נישט צו פארשמירן די אויגן פון די נארמאלע לייענער דא.
פרייליך, אדרבה לייגט א לינק צו דער דאזיגע קונטרס. איך וויל עס ליינען.
די מעשה איז גאר א לאנגע אריכות, אבער דאס איז קלאר, אז מפלגת בני תורה האבען געדארפט לייקענען זייערע שייכות צו דער מעשה גלייך. נישט ווי אחינו לעבען מאנסי וואס האבען קיין שום פראבלעם נישט מיט זייערע מעשה רציחה. דארט כאפט זיך דער חילוק, ס'איז נאך אלס נישט אויסגעהאלטען אין די אויגען פון דער 'נארמאלע' ליטווישע ציבור צו שלאגען א מענטש, און זיכער נישט א תלמיד חכם א זקן הדור, אפילו מ'האלט זייער נישט פון זיין השקפות. ווען דער מויער וועט פאלען, זענען מיר אויך אינדערערד.
דולה ומשקהיואלישס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן אויב די דגל פאליטיקאנטן וועלן סוקסעספולי מעלקן די אנגעבליכע "אטאקע" אויף שטיינמן אלס זייער "
רייכסטאג פייער" אפערטוניטי און פארניכטן די פאליטישע אפאזאציע ווילאנג זי איז נאך אינג. דאס איז גענוי וואס זיי האבן געברויכט יעצט, אוועקצונעמען די "אלו ואלו" סטאטוס פון אוירבך און אים פארוואנדלן אין א מהרס, מחרף ומגדף שונא אלוהי ישראל, קעגן וועם יעדער קען זיך און מיז זיך פאראייניגן.
וועט עס זיין א סוקסעס ווי די
תולדות אהרן'ע "שטריימעל" קריזיס, אדער א דורכפאל ווי די
[size=200]סאטמאר'ע "רבם דקרו" סומעטאכע? ו[/size]וענדט זיך ווי נאיוו אדער ראפינירט די ליטווישע גייסט איז צו ווערן אויפגעציטערט פון די יזדעזו רעטאריק, גוזר תענית קלאגענישן און קריעה גערייסאכץ.
און אין באבוב איז דאס געוועהן דעם באקאנטען
'שבת בראשית', כידוע ליודעי חן.
ווער געדענקט די זאכן בכלל.
און אויב שוין יא א צישטעל זאל דאס זיין די שירעם שטעכעריי פרשה אין פאנאוויטש פאר ווער ס'געדענקט
נאר,,פרייליךלכבוד די נצחון פון די עץ פארטיי האבען זיי היצט ארויסגעגעבן א ערשטער עקזעמפל פון א רייכער ליקוט איבער די היסטאריע פון די מערכת כלל ישראל אנטקעגן גיוס און איז בעיקר קאנצעטרירט אויף די גדולי ליטא וואס האבען געקעמפט דערקעגען בזמן וואס ר שטינמן האט געבעקט די וואס זענען משת''פ מיט די ממשלת הציוני בנוגע די גזירה האיומה
פילע דאקומענטן ציטאטען פון צייטונגען טוען אויפדעקן דעם שוידערליך בילד
אולי קענסטו דאס פארשאפן (איך האב ליב די זאכן, קענסט מיר שיקן אין אישי)
ליטוואק פון בודאפעסטפרייליך, אדרבה לייגט א לינק צו דער דאזיגע קונטרס. איך וויל עס ליינען.
די מעשה איז גאר א לאנגע אריכות, אבער דאס איז קלאר, אז מפלגת בני תורה האבען געדארפט לייקענען זייערע שייכות צו דער מעשה גלייך. נישט ווי אחינו לעבען מאנסי וואס האבען קיין שום פראבלעם נישט מיט זייערע מעשה רציחה. דארט כאפט זיך דער חילוק, ס'איז נאך אלס נישט אויסגעהאלטען אין די אויגען פון דער 'נארמאלע' ליטווישע ציבור צו שלאגען א מענטש, און זיכער נישט א תלמיד חכם א זקן הדור, אפילו מ'האלט זייער נישט פון זיין השקפות. ווען דער מויער וועט פאלען, זענען מיר אויך אינדערערד.
כעת גלייבט קיינער נישט אז דאס איז פון הרב אויערבאך'ס מענטשן
דער הרב אויערבאך איז נישט אינגאנצן משוגע, און ווי ער האט געפירט די מערכה ביז יעצט, וואלט ער נישט געטוהן אזא שטות (ווען ער וואלט אים טאקע געשיקט, וואלט שטיינמאן שוין געווען נאך זיין לוויה, און אונז וואלט געבליבן צו מחליט זיין ווער ס'האט געהאט א גרעסערע לוויה שטיינמאן, הרב עובדיה, אדער באבא לאזאר.)
דער מענטש איז טאקע א חולה נפש, וואס האט אויסגענוצט די צורידערטקייט פונעם ליטווישן ציבור פאר זיינע משוגעתן.
ווען די באי ביתו פון די גדולי ליטא לאזען נעבעך זייערע גדולים ווערן ווי משוגעים רח''ל
געט'ס א שטופ פאראויס פאר די חברה נעבעך צו ווערן מער משוגע
......
ווי מ'זאגט אצינד האט דער פארשוין געזאגט אז'ר גלייבט ר שטינמן איז משיח בן יוסף און דעריבער האט'ר אים געוואלט דערמארדען צוצואיילען ביאת משיח צדקינו, ס'א דערהער
די דגל פארטיי נוצט דאס גוט אויס ביים טענה'ן אז דער איד וואס האט ..... האט זיכער געטון די גאנצע אקציע בשייכות מיט די בחירות פרשה אין פילוג
די עץ פארטיי זאגט אין שרייט פון די אנדערע זייט אויף זייערע האטליינס ועוד איין אינטערוואיו נאכן צווייטן מיט די שכנים, קרובים, אין אנשים נאמנים ווי אויך ראיות פון אנדערע ראדיא סטאנציעס וואס ווייסען אדער האבן אליין אויסגעפארשט ווער דאס איז אין עס האט "זיכער" נישט צו טוהן מיט די בחירות פרשה
אין אויב וועט זיין א גרויסע עצרת מחאה וועלן עטליכע פון זייערע רבנים זיך זיכער משתתף זיין ארויסצוווייזען די מחאה קעגן עלבון התורה על לא דבר
ונזכה ונראה.................
נאר,,פרייליךלכבוד די נצחון פון די עץ פארטיי האבען זיי היצט ארויסגעגעבן א ערשטער עקזעמפל פון א רייכער ליקוט איבער די היסטאריע פון די מערכת כלל ישראל אנטקעגן גיוס און איז בעיקר קאנצעטרירט אויף די גדולי ליטא וואס האבען געקעמפט דערקעגען בזמן וואס ר שטינמן האט געבעקט די וואס זענען משת''פ מיט די ממשלת הציוני בנוגע די גזירה האיומה
פילע דאקומענטן ציטאטען פון צייטונגען טוען אויפדעקן דעם שוידערליך בילד
@נאר,,פרייליך לינק? וועבסייט?
שפעטער אין אווענט נעכטן
האבען די עץ'ניקעס פארשפרייט נאך צוויי פרקים פינעם רייכען חיבור איבער די היסטאריע פינעם בלוטיגער קאמף די לעצטע פיפצען יאר איבער'ן גזירת השמד
די דאקומענטן און בילדער איבער די אחראים על הפשע איז עפעס נורא ואיום
........
די ניקים וואס בעטן דעם חיבור זאלען ביטע שיקען אן אימעיל אדרעס אין אישי ווי צו שיקען דעם פי די עף דערפון כ'האב ניש דערווייל קיין לינק
לויט ווי די אהרונים זאלונים פארמעסטען זיך דא לעצטענס ביי יעדעס וואט, וועט עס נאך אנקומען צו דער זעלבע מדריגה דא.
מדור: ביזנעס
שמעון גליק הבטיח לתש'פר את כל ראשי המוסדות הישיבות והכוללים שישבו לארץ, יזעקו, ינאמו, וימחו על כבוד מרן...
נא לא להסחף ח"ו להודעת בית המשפט כי מדובר בבעיה נפשית - זה יעלה לכם ביוקר!
נא להעביר הלאה...
'''''''''''''
די אנשי ה'עץ האבען היינט געשיקט דעי אימייל'ס צום ציבור צו זיין געווארענט, אז די געלטער זאלען חלילה ניש אפגעהאקט ווערן
ס'האט איינער מעורר געווען אז דאס ווייסט די טיכטיגקייט פון די ליטווישע. ביי חסידים האלט מען נאך נשיט אין דער שטאפל. מ'האט קיינמאל נישט געשלאגען איינער פון די הייליגע הגר ברידער'ס בגופם הקדוש ממש. נאר ביי די ליטווישע האט מען אנגעהויבען שלאגען די מנהיגים ממש.
באמת הגם איך וויל אז הרב שטיינמאן זאל נישט מצליח זיין צו ווערען דער מושל בכיפה, און איך פארשטיי אז ס'מוז זיין אן אנדערען מיינונג אויך אינ'ם טאפ, און דעריבער האב איך געוואלט אז עץ זאל האבען עפעס א הצלחה, מ"מ שלאגען איז עקעלדיג און נאריש און איך בין בהחלט נישט צו פרידען אז ס'איז געשען. אבער פארט אביסל ליצנותא דעבו"ז מעג מען. דאס קען אנהויבען זיין א גוטע זאך. שטעל זיך פאר אז דער מטה אהרן אדער דער שבט יהודה פון סאטמאר וועלען זיך לערנען אז טאמער זיי שיקען זייערע כוליגאנעס שלאגען א מענטש, וועלען זיי שפירען אויף זייערע אייגענע הויט הק' די פעטש וואס זיי שיקען, וואלט דער גאנצע זאך אנדערש אויסגעקוקט.דאס אז ס'איז דא גענוג cannon fodder אין דער וועלט פאר די חברה גיט זיי דער מוט זיך צו קענען אויפפירען ווי חיות אין וואלד און נאך בלייבען מכובדיגע מענטשען.
אגב, דאס קען אפשר זיין דער סיבה פארוואס די רבי'ס טראגען שטעקענע'ס. ווייל אפשר וועט איינער קומען מיט פעטש און זיי דארפען זיך באשיצען.
דא האט איר א לינק צו א מזרחי הודעה אז דער ערוויילטער אין רבנות ד. לאו מטעם דער ר שטינמן וואס האט געפייט פאר אים רופט צו טויזענטער משפחות צו צוברעכן דעם הבדל בין החילונים להחרדים
<a class="postlink" href="http://m.kipa.co.il/now/54011.html#.UmktlH0pBoM">http://m.kipa.co.il/now/54011.html#.UmktlH0pBoM</a>
רבותי אויף וועלכער וועלט לעבן מיר? ס'איז שוין צייט צו זעהן ווי די חנפים להשלטון הכופר גרייכען ליידער
ליטוואק האסט מיר געקאסט א גוטן שמייכל מיט דיינע אויסדרוקן...
😛 😛
שמעקעדיג, וועלכע גענוי איז דיר אזוי געפאלען?
ליינט דא די קונטרסים פון עץ
<a class="postlink" href="https://app.box.com/files/0/f/1257257978/%D7%92%D7%99%D7%95%D7%A1">https://app.box.com/files/0/f/125725797 ... 7%95%D7%A1</a>
ליטוואק פון בודאפעסטשמעקעדיג, וועלכע גענוי איז דיר אזוי געפאלען?
מטה אהרן אדער דער שבט יהודה פון סאטמאר
דער לינק זאגט מיר
The item you are trying to reach has been deleted or is unavailable to you
וואס קען איך טוהן?