☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאזיטיווע שריט פון רבי'ס

פאזיטיווע שריט פון רבי'ס

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4995

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:01 am

· #157422
פאזיטיווע שריט פון רבי'ס
אין די סעריע פון מיינע "פאזיטיווע" אשכולות וועלכע כ'האב מבטיח געווען צו עפענען, וויל איך גיין פתיחה אויף דעם אשכול: פאזיטיווע שריט, תקנות ותיקונים וועלכע היינטיגע רבנים האבן מתקן געווען און אויפגעטון פאר אונזער ארימען דור דעה.

אמת, פאראן רבי'שע אבסורדן, פאראן רבי'ס וואס שטיצן בריש גלי טעראר און פעדאפילער, פאראן רבנים וואס האבן אליינס אינטערנעט, פאראן רבנים וועלכע קענען נאר אסר'ן און מוסיף זיין חומרות אנשטאט לעבן אין רעאליטעט, דאס אלעס איז שוין געווארן איבערגעקייעט דא אין שטיבל, איין מאל און נאכאמאל און אפילו נאכאמאל.

אבער מען קען נישט זאגן אז קיינער האט גארנישט אויפגעטון אונז צו פארבעסערן דאס לעבן, און אז עס איז פאראן רבנים וועלכע זוכן באמת דעם טובת הכלל, און לעבן נישט בלויז פאר זעך. א גוטע דוגמא, ביי די רבי'שע אבסורדן מאכט מען חוזק פון הרב האלבערשטאם אין מאנסי מיטן טייערן SUV, אבער עס איז ידוע בקרב חסידיו אז די ביליגע - אבער הערליכע - חתונה זאל "עטרת חיה שרה" האט דער רב אויפגעשטעלט מיט זיינע צעהן פינגער (נישט פיזיש, אבער כאפסט וואסיך מיין, איא?) ער האט געשוויצט דערפאר, געמוטשעט עשירים, געליגן דערין און געשטופט דעם וואגן, ביז ער האט געזעהן דעם בנין כליל היופי בתכלית השלימות, נאר כדי צו קענען העלפן און פארגרינגערן אידן מיט די ביטערע שווערע חתונה הוצאות. און די אנדערע סאטמארע רבי'ס זענען נישט אונטערשטעליג דערמיט, מוהרז"ל מיט די ביליגע פרדס פיגא זאלן, תקנות אנטקעגן אינוויטעישאנס, און מוהר"א מיט אלע זיינע תקנות וועלכע האט געמאכט א רעוואלוציע ביים יהדות החרדית, CZ שטיינדלעך זענען געווארן א נארמאלע סטאנדארד, מתנות האט מען געשניטן אויף ווייניגער ווי האלב, מבטל געווען גזירת המינימום אין גאר ביליגע זאלן און פארארדענט צו בענטשן 11:00, און אפילו וואך-נאכטס טאר נישט קאסטן צו טייער, און עס איז נישט ערלויבט צו טיילן נאר פיש און קוגל, נישט די אלע טייערע פליישן און אנדערע מגדנות.

פאראן רבנים וועלכע גיבן אוועק דאס שלאף פאר פדיון שבויים. מונקאטשער רבי איז שטארק באקאנט צו זיין פון די רבנים וואס שטייען צו הילף אין דעם ענין. הרב שטיין מפאלטישאן איז אן אקטיווער מנהיג אין "דרור", ווי ער העלפט ארויס די אידן און זייערע פאמיליעס. פאראן רבנים וואס זענען שטארק אין ביקור חולים, זיי געבן זיך אפ מיט די חולי ישראל און שטייען בקשר מיט די ביקור חולים ארגאניזאציעס, אדער זענען זיי מחנך חסידים צו חסד און צדקה, ווי צב"ש סקווירא, טראץ אלע לשה"ר אויף זיי, איז די חסד אין אלע שפיטעלער צום באוואונדערן, אפילו פאר פרעמדע מענטשן, ס'כמעט נישט פאראן איינער וואס איז שוין געווען אין א אפסטעיט אדער ניו דזשוירזי שפיטאל און נישט נהנה געווען פון זייערע חסד, נישט נאר עסן, נאר אידישע לייען מאטעריאל, און סידורים, גארטלעך, און נאך זאכן וואס א איד קען זיך נויטיגן. ר' אליעזר האגער, דארף מען אפילו דערמאנען זיין נאמען?

אלס פותח האשכול וויל איך בעטן, איך ווייס אז עס פעלט נישט מער ווי א פונק, א ליצנות אחד, און פארוואנדלען דעם אשכול אין א ברוינעם קאליר, מיט דזשאוקס און געשפעט פון די רבנים... אבער רבותים, עס איז פאראן גענוג אשכולות פאר די נעגאטיווע חלקים. איך וויל דא מקדיש זיין פאר די גוטע זייט, און ביטע, ווער עס האט ממש נישט וואס מוסיף צו זיין, איז סיג לחכמה שתיקה!

שמו יגער » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:11 am

· #157424
די זעלבע איז מיט האדמו"ר מסקיווער בארא פארק וואס גיבט זיך אן אין עניני רפואה ממשיך דרך פון זיין טאטן ז"ל וואס איז געווען זייער באקאנט אין דעם געביט אין האט אמאל ערלעדיגט אז מען האט געברענגט א גרויסע דאקטאר מיט א העליקאפטער קיין בארא פארק אויף א גרויסע חאגע טאג
וכן אסאך קליינע שולן וואס די רבנים ואדמו"רים פון וויליאמסבורג און בארא פארק וואס זענען באקאנטע נגידים (שוין דא אשכול וועגן זיי אבער נישט פאזאטיוו) טוהן זיי פאר יחידים לאו דוקא די רבים (זייערע מתפללים) גדולות ונצורות סיי מיט "געבן" אין שאפן געלט פאר די נצרכים און סיי ווען עס איז א פאל פון ביקור חולים אדער שאפן א דזאב וכדומה

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:29 am

· #157426
רבנים און רעבי'ס ווי איך האב געזעהן ביי זיי איבער די יארן אמת'ע גוטסקייט און אהבת ישראל. אן אריינגיין אין פרטים דא איז מיין ליסט.

רבי חיים לייב כ"ץ, סערדאהעל
רבי גבריאל ציננער, נטעי גבריאל
אדמו"ר מסקולען
וויענער דיין בארא פארק (שמו?)
אדמו"ר מקרעטשניף זצ"ל
אדמו"ר באבוב רבי שלמה זצ"ל
רבי משה שנעבאלג, טשערנאוויץ
אדמו"ר מראחמיסטריווקא ב"פ
אדמו"ר מראחמיסטריווקא א"י
רבי יהושע רובין, באבוב
רבי שאול יודא פריזאנט, יונאין סיטי
אדמו"ר מניקלשבורג מאנסי
רבי בצלאל קליין, סאטמאר לעקוואד

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:33 am

· #157427
אפטע רב אין ווילאמסבורג הער איך איז א גאר גרויסע בעל חסד און עסקן הארגעט זיך פאר א איד. אויך האב איך לעצטענס געהערט פון א רב אדער ראש הכולל פישער אין ווילאמסבורג די זעלבע זאך.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:39 am

· #157428
דאס הארץ וואקסט פאר פרייד אז מען קען הערן עפעס גוטס אויך אויף זיי.
הרב נטעי גבריאל האב איך שוין אויך מיטגעהאלטן, ווי ער האט געהאלפן ארימע אידן און אריינגעשטופט אפאר דאלער בשעת א שמחה וכדומה, גענצליך אומגעבעטן. ער האט א ספעציעלע צדקה קאסע פאר דעם צוועק.

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:42 am

· #157429
מיינע גבאים גיבן איבער אז מיין קאלעגע האדמו"ר מקראלע וומסב"ג גיבט זיך שטארק אוועק פאר זיינע יונגעלייט, און דערצו איז ער א פראקטישער מענטש. לא ידעי ולא מכירי קאמינא.

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:48 am

· #157431
האדמו"ר מקאסוב ב"פ הייסט א באזעסענער תלמיד חכם מיט שכל הישר. מיר איז שטארק געפאלן ווען ער האט פארטיידיגט דער שטערן כאטש דאס איז נישט געווען אן איבריג פאפולער שטעלונג.

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:50 am

· #157432
און אודאי רבינו @לעיקוואוד דפה בית הקפה איז ידוע ומפורסם מיט זיין גרויס חכמה און לעזונג צו יעדן פראבלעם, און מוחה זיין אויף די אמת'ע פירצות פון דור.
(איז דאס דער פינק פון וואס דו רעדסט, שמעקעדיג?)

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:53 am

· #157433
יאיר, דא רעדט מען נישט פון מוחה זיין אויף פירצות. מען רעדט פון גוטע זאכן........

יאיר
לא ידעי ולא מכירי קאמינא.

😂 😂

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:55 am

· #157435
שמעקעדיג
יאיר, דא רעדט מען נישט פון מוחה זיין אויף פירצות. מען רעדט פון גוטע זאכן........

רבינו איז מוחה אויף די אמת'ע פירצות! דאס איז א גוטע זאך! - נישט די פירצות, די מחאות. ווי מען האט אונז געלערנט אין... (כ'האלט מיך איין לכבודך).
שמעקעדיג

יאיר
לא ידעי ולא מכירי קאמינא.

😂 😂

רבותי, א פייער!

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 10:59 am

· #157438
אפשר זאל מען טאקע אנהייבן אויסרעכענען די רבנים וואס זענען מעורר אויף די ריכטיגע פראבלעמען. ובזה החלי, ערגעצוואו האט מען אמאל געברענגט אז ווינער רב האט מעורר געווען אין א דרשה אז די עצה קעגן אינטערנעט איז צו האבן א ווארעמע ליבליכע שטוב.

גאלד » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:03 pm

· #157455
ר' אביש ספינקער האט א גאנצע אפאראט צו זיך פארען מיט בחורים וואס מיטשען זיך מיט ישיבות, ער קען אויף זיין ביז 4 פארטאגס זיך אפגעבן זין מיט די ענינים,
שמעתי אז צוליב אזא ענין האט ער אפגעשטאט זיין באזוך ביים בעלזער רבי'ן,

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:27 pm

· #157458
און וואס איז מיט חוסטער רבי'ן פון בארא פארק? ער שמ'ט פאר איינעם מיט א ברענענדיגע הארץ מיט אהבת ישראל פאר אידישע קינדער, בפרט פאר בחורים, ער גיט זיך אוועק פאר זיי בלב ונפש. עס איז שוין געווען עטליכע באשרייבונגען איבער אים אין די היימישע אויסגאבעס. ער ראטעוועט דורות לה' ותורתו.

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:48 pm

· #157460
רבותי, לאזט איבער איינעם פאר די נעגאטיווע אשכולות!

פאריז » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:41 pm

· #157466
מוהרז"ל {סאטמער} פאר ביליגע דירות, חינוך פאר די בחורים.
מוהא"א {סאטמער} פאר ביליגע חתונות ושמחות.

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:55 pm

· #157468
יאיר
אפשר זאל מען טאקע אנהייבן אויסרעכענען די רבנים וואס זענען מעורר אויף די ריכטיגע פראבלעמען. ובזה החלי, ערגעצוואו האט מען אמאל געברענגט אז ווינער רב האט מעורר געווען אין א דרשה אז די עצה קעגן אינטערנעט איז צו האבן א ווארעמע ליבליכע שטוב.


דאס איז דאך טאקע געווען דער וויענער דיין פון ב"פ, הרה"ג ר' הערשל היילפערן (וועמען מען האט שוין אויסגעלויבט דא) ער האט געשריגן אז א ווארימע שטוב און לערנען די קינדער און תלמידים אידישקייט, נאר דאס קען העלפן קעגן אינטערנעט

יאיר » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 2:01 pm

· #157469
פאריז

מוהא"א {סאטמער} פאר ביליגע חתונות ושמחות.

וכי זו בלבד עשה לנו בן משה? והלא יטריח למוגג גשם על החיטים מלהמטר כהלכתן, הטיח דברים קשים כגידים לבודקם בצומתן, נמנע מליפול בפח השמעת לשון עם זר לכלל ישראל בכינוסן, במו ידיו הנחה לשחיטות עשה ומצנפת לבן על ראשו כנימוסן, והיה עם פיפיות עמך בית ישראל במציצתן. ואי אפשר לפורטן כי רבים הם, על כן יהיה דברי אלה כפטירתן, והזהר שלא תכוה בגחלתן.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 3:08 pm

· #157478
פאריז
מוהרז"ל {סאטמער} חינוך פאר די בחורים.

???
קענסט מער ארויסברענגען? איך בין פשוט נישט באקאנט מיט די פאקטן.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 3:19 pm

· #157484
ער האט פון די בעסטע ישיבות אין די וועלט. בשעת ווען אין פאנוויטש ישיבה גייט מכות טעגליך, סאטמער קר"י גייט ....., כמעט נישט דא קיין גרויסע ישיבה וואס האלט זיך סטאביל אן רודערייען, האלט ער שוין יארן אן זיין ישיבה - פון די גרעסטע ישיבות אויף די וועלט - אויפן העכסטן און א סטאבילן אופן. דאס קומט נישט אן לייכט, נאר מיט גאר אסאך יגיעה, געלט, צייט און כח.

ברסלבער » זונטאג אקטאבער 20, 2013 10:22 am

· #157560
הדד בן בדד
יאיר
אפשר זאל מען טאקע אנהייבן אויסרעכענען די רבנים וואס זענען מעורר אויף די ריכטיגע פראבלעמען. ובזה החלי, ערגעצוואו האט מען אמאל געברענגט אז ווינער רב האט מעורר געווען אין א דרשה אז די עצה קעגן אינטערנעט איז צו האבן א ווארעמע ליבליכע שטוב.

דאס איז דאך טאקע געווען דער וויענער דיין פון ב"פ, הרה"ג ר' הערשל היילפערן (וועמען מען האט שוין אויסגעלויבט דא) ער האט געשריגן אז א ווארימע שטוב און לערנען די קינדער און תלמידים אידישקייט, נאר דאס קען העלפן קעגן אינטערנעט

וויענער רב האט אויך געזאגט ענליך אין ווימ"ס ביים צווייטן כינוס, אז די עצה קעגן אינטערנעט איז צו פירן שיינע שבת טישן מיט די קינדער, זיי דערציילן סיפורי צדיקים און אריינברענגן אין זיי א געשמאק צו אידישקייט.

למדן » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:46 pm

· #157813
איך זוך שוין לאנג א ביכל פון באלערנדע סיפורי צדיקים וואס מ' קען פארציילן ביים שבת טיש (שמואל הלוי האט אמאל אנגעהויבן אזא אשכול?)
כ' האב געקויפט מבאר רבותינו מעשה ביכל אבער ס' דויערט מיר זייער לאנג ביז מ' זוכט אויס א נארמאל מעשה נאכצופארציילן,
די גוטע מעשה ביכלעך זענען אלטע דרוקן און קליינע אותיות, כ' קען פארדעם געלט שוין לערנען כתבי ארי.

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:19 pm

· #157817
למדן
(שמואל הלוי האט אמאל אנגעהויבן אזא אשכול?)

ברסלבער האט.
סיפורי צדיקים פאר "היינטיגע קינדער"

סאו וואט » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:47 pm

· #157869
למדן
איך זוך שוין לאנג א ביכל פון באלערנדע סיפורי צדיקים וואס מ' קען פארציילן ביים שבת טיש (שמואל הלוי האט אמאל אנגעהויבן אזא אשכול?)
כ' האב געקויפט מבאר רבותינו מעשה ביכל אבער ס' דויערט מיר זייער לאנג ביז מ' זוכט אויס א נארמאל מעשה נאכצופארציילן,
די גוטע מעשה ביכלעך זענען אלטע דרוקן און קליינע אותיות, כ' קען פארדעם געלט שוין לערנען כתבי ארי.


נר יהושע אויפ יארצייט איז זייער גוט
גרינג געשמאק, און דרעמאטישע מופתים מעשיות,
זוכסט דוקא מיט א פריץ און א קרעטשמע? אדער עבודה סטייל מעשה?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:17 am

· #157873
ראנג אשכול??

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:31 am

· #157880
צוריק צום נושא פון דעם אשכול,

באבוב'ער רבי איז באוואוסט פארן טוהן גאר אסאך מיט גאר שוואכע בחורים. ער האט זייער א גוטן שפראך מיט זיי און גיט אוועק פאר זיי גאר גאר אסאך צייט

סאו וואט » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:27 am

· #157910
לדעתי, פון די גרויסע רעביס איז נישטא קיין פאזיטיווע שריט.
נישטא קיין איין רעבי גייט ארויס פון זיין ד' אמות צו העלפן א צווייטען.

די אלע אויבנדערמאנטע זאכען זענען נאר מ'זאל האבען וואס צו שרייבען אויף אים, און מיינען זייער אייגענע פניות נגיעות, וכדומה.
רוב פאזיטיווע שריט, זענען פון די קלענערע לאקעל רבנים און רעבילעך וואס טוען פאר מענטשען.
ווי מונקטש, מיט תפיסות,
רבי אפרים שטיין מפאלטישאן, דרור, געזעץ
ספינקא רבי מהרנ"צ 56 העלפט מיט שידוכים
שרגא האגער מיט חזיריי, וכהיינו וכהיינו

אבער די גרויסע וועלן נישט רוקען זייער מחילה פאר א צווייטן, חוץ אויב ס'איז אינוואלווד געלט, אדער כבוד ופירסום.
אגב, דער בעלזא רבי איז ידוע אז ער געט אסאך געלט פאר יתומים, ער האט א שוואכקייט צו דעם, ווייל ער אליינס איז געוועהן א יתום.

אבער, ווען די גרויסע העלפן שוין יא אמאל א יובל, איז עס נאר פאר זייערע חסידים, אדער צו קויפן חסידים, אבער פלעין פאר א פרעמדע מענטש, וואס ער ווייסט אז ער גייט קיינמאל נישט זעהן דער מענטש, טוען זיי גארנישט, חוץ פון וואונטשען ברכה והצלחה.
ס'איז די קליינע לאקאלע רבנים וואס העלפן אסאך, והבן.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:20 pm

· #157926
יעצט באקום איך דאס אין אישי פון א ניק דא אין שטיבל (כ'האב עס אביסל מתקן געווען און מגיה געווען, און, איימסארי, אראפגענומען אפאר איבערגעטריבענע אויסדרוקן, ואתו הסליחה)

זייענדיג נאנט צו ר' דוד, דער רבי פון תולדות אהרן אין ירושלים, קען איך מעיד זיין אז זיינע פעולות חובקות זרועות עולם זענען עפעס אויסעגעווענליך.

ער האט א ספעציעלע געפיל פאר אלמנות און יתומים, ער האט א באזונדערע קאסע פאר זיי, ער שטיצט יעדע חודש הונדערטער משפחות אלמנות ברוכות ילדים, ער גיט זיך אפ מיט זיי ווי א געטרייער מאן און א געטרייער פאטער פאר די קינדער, ער הערט זיי אויס אלע זייערע באדערפענישן, ער קען אליינס בכבודו ובעצמו אראפפארן צו די משפחות און ער "עקט" ווי דער טאטע, ער קוקט זיך אום אז אלעס זאל קלאפן אין שטוב, ער כאפט א שמועס מיט די קינדער, אדער פארהערט ער זיי די לימודים, און גיסט גאלאנען פון חיזוק און גוטע טרייסט ווערטער. איינע פון די חנוכה נעכט קומט דער רבי בכלל נישט אריין אין ביהמ"ד כדרכו, נאר לאזט אלע חסידים גיין לופטערן, און ער מאכט א ספעציעלע נאכט נאר פאר די צובראכענע משפחות, און ער ברענגט אריין א ליכטיגקייט אין זיי. פורים שיקט ער זיי אלע משלוח מנות און מאכט זיכער זיי זאלן האבן א שמחת פורים.

ליידער אין ארץ ישראל געפינען זיך אסאך אזעלכע משפחות פון אלמנות ויתומים, און די ליסטע ווערט נעבעך נאר גרעסער, און טראץ זיינע טעגליכע טירדות פון פירן א חסידות פון עטליכע טויזענט משפחות קע"ה מיט אלע פראבלעמען וואס קומען צו דערצו, טראגן יעדנ'ס דאגות, מיט א נעץ פון מוסדות מקטן ועד גדול מיט ריזיגע דעפיציטן, האט ער א ספעציעלן ארט אין זיין הארץ דעזיגנירט פאר די אלמנות, און ער טראגט זיי על לוח לבו כסדר, און כמים פנים אל פנים, זענען די אלמנות מורא'דיג דאנקבאר פארן רבי'ן, וואס גיט זיי עמאציאנאלע און פיזישע שטיצע, ווי אויך פינאנציעלע הילף פון זיין באשטימטע קאסע, בפרט פאר די ימים טובים גיט ער גרעסערע סכומים זיי זאלן זיין ביכולת איינצוקויפן אלע הצטרכות'ער.

עכ"ל.

עס איז שוין אמאל געווען א באשרייבונג (כ'מיין אין די צייטשריפט) איבער די געוואלדיגע מעשים טובים פון דעם תו"א רבי'ן, איך געדענק אז דאן בין איך זייער נתפעל געווארן דערפון, ותשואות חן חן לו, ממנו ילמדו וכן יעשו!
זאל השי"ת העלפן אז די הבטחה פון "אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך" זאל מקויים ווערן. אמן.

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:31 pm

· #157927
הדד בן בדד
צוריק צום נושא פון דעם אשכול,

באבוב'ער רבי איז באוואוסט פארן טוהן גאר אסאך מיט גאר שוואכע בחורים. ער האט זייער א גוטן שפראך מיט זיי און גיט אוועק פאר זיי גאר גאר אסאך צייט


דאס איז דוקא א זאך וואס ער האט געטון סאאאאך פאר ער איז געווארן רבי. סאמהאו האט ער אלעמאל געהאט א שפראך צו די חברה און א ווייך הארץ צו זייערע געפיהלן.

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:20 pm

· #157972
איך האב געשריבן רבי, דעם וועלכען מען רופט "רבי", דעם אנדערן רופט מען רב. אבער אזוי ווי איך זעה אז מען כאפט נישט וועל איך שרייבן: איך האב געמיינט ר' מרדכי דוד

I'm back » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:30 pm

· #157974
@הדד בן הדד, דאס איז א ערענסטע אשכול.
ס'נישט קיין חילוק וואספארא רבי ר' מרדכי דוד איז, ער איש נאכאלץ א רבי פון א עדה אידן. ביטע מאך נישט חוזק פון עם, עכ'פ אין דער אשכול זיכער נישט.

ייש'כ

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:16 pm

· #157994
איים בעק, זעהט אויס דו קענסט מיך נאך נישט, איך שטיי דוקא אויף זיין זייט. איך האב עס געמיינט זייער ערנסט. ביי די באבוב'ער קענסטו הערן זיך אזוי אידענטיפיצירן. פונקט ווי די וויזשניצער קענען אמאל שרייבן: איך בין א חסיד פון מרן אדמור, אין בין פון כק מרן אדמור

I'm back » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:42 pm

· #158012
איך רעד וועגן די תוכן...

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:10 pm

· #158033
וועסטו זיך מוזן בעסער מסביר זיין

טיטאניק » דאנערשטאג יולי 3, 2014 12:30 pm

· #209525
טעות

ראש הישיבה » דאנערשטאג יולי 3, 2014 5:11 pm

· #209712
לאשאנץ רבי פון ווילי טוהט אסאך פאר עלטערע בחורים

שקד » מיטוואך יאנואר 2, 2019 12:51 pm

· #420936
סאו וואט
לדעתי פון דער גרויסע רעביס איז נישטא קיין פאזיטיווע שריט.
ס'איז דו קליינע לאקאלע רבנים וואס העלפן אסאך, והבן.

די גרויסע פונקט ווי די קליינע, יעדער מיינט זיך, נאר ביי חסד ווערט אבער אויפגעטון א גוטע זאך פאר יענעם, אפילו דו מיינסט זיך.
די פראגע איז אויף ווער ס'רופט זיך רבי און טוט 'גארנישט' פאר יענעם. נאר צו נעמען.