☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » רבי'שע אבסורדען

רבי'שע אבסורדען

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4983

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:43 am

· #157080
רבי'שע אבסורדען
עס קען זיין אז מ'האט שוין געשריבן פון דעם ערגעץ דא, אויב יא ה' הטוב יכפר.

אין די לעצטערע יארן איז דא אן אינדוסטריע פון רבנים בילדער. עס האט זיך אנגעהויבן מיטן כל העולם כולו, אבער עס איז שוין היינט א גרויסע ביזנעס מיט אפאר קאמפעטישאנס, אין פרינט און אנליין.

די בילדער ע"פ רוב אינטערעסירן מיר גאנץ ווייניג, אבער איין אספעקט דערפון איז גאר אינטערעסאנט פון א סאציאלאגישן און אנטראפאלאגישן שטאנדפונקט. דאס איז דער פענאמענאן פון רבי'שע אויפרייסערישקייטן אויף אן אבסורדאלן פארנעם. דאס נעמט אריין באקוועמע פלושענע תשעה באב פאטעלן, ריזיגע באגילדעטע חנוכה מנורות, פילע גבאים ומשרתים, און נאך צענדליגע אזוינע משוגע'נע זאכן. ווי זאגט יענער? נשתכחה תורת הבעש"ט מיי פוט.

אלזא, צו פארגרינגערן די ארבעט פונעם אנטראפאלאג וואס וועט פארשן מאדערנע חסידות, ווידמע איך דעם אשכול צו פאראייביגן אזעלכע אבסורדען.

איך הייב אן מיט ר' חיים יושע האלבערשטאם וואס האט לעצטנס באקומען א נייע SUV. דער מתנה געבער האט נישט געוואלט אז דער מאנסיער צדיק זאל פארגעסן פון אים, האט ער ארויפגעלייגט א פלאטע מיט זיין נאמען און זיין מאמע'ס נאמען אויפן קאר.
📎 IMG-20131016-WA0009.jpg 📎 IMG-20131016-WA0010.jpg

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:51 am

· #157081
מהר"א מ'סאטמאר איז לעצטנס צוריקגעקומען פון אויסלאנד. זעט אויס אז זיין רבי'ש-סטאק איז דארט ארויפגעגאנגען, ווייל צוריקקומענדיג איז אים שוין פוירסט קלאס נישט גענוג גוט געווען ער האט געדארפט זאגאר א אייגענער דזשעט.
📎 IMG-20131017-WA0001.jpg

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:54 am

· #157083
אוי באשעפער....
די פלעק איז אינסייד אדער אינדרויסן?

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:59 am

· #157084
זעט אויס אינסייד.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:00 am

· #157085
זאל_זיין
אוי באשעפער....
די פלעק איז אינסייד אדער אינדרויסן?


אינסייד אויפן טיר פאנעל.

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:09 am

· #157086
יידל
מהר"א מ'סאטמאר איז לעצטנס צוריקגעקומען פון אויסלאנד. זעט אויס אז זיין רבי'ש-סטאק איז דארט ארויפגעגאנגען, ווייל צוריקקומענדיג איז אים שוין פוירסט קלאס נישט גענוג גוט געווען ער האט געדארפט זאגאר א אייגענער דזשעט.

דאס איז לכאורה א בילד פון נעכטן ווען ער איז געפארן קיין מאנטרעאל מיט איינעם'ס פריוואט דזשעט

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:16 am

· #157087
חסידים זענען אלעמאל אפאר יאר הונטערשטעליג. איינער זאל זיי גיין מודיע זיין אז צען יאר צוריק זענען די גרויסע געז גאזלערס און SUVס געוען אן ארטיקל, היינטיגע צייטן וואלטן די רבי'ס געמעגט פארן מיט הייבריד ספארטס קארס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:33 am

· #157095
געפילטע, די SUV'ס - וביותר די שווארצע סובארבענ'ס - בלייבן פאראייביגט אלס א סימבאל פון שטאלץ און מאכט. פוק חזי וואס דרייוון די גאוועארנער'ס, מעיאר'ן, עף.בי.איי. אפיצירן, און די אלע אנדערע גדולים, עד היום הזה. דאס איז א אייקאן וואס קען נישט פארטוישט ווערן מיט א קיהלע הייבריד קארעלע אדער א סמארט פאר 2.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:20 am

· #157118
אין מיי האמבלד, "רבי'שע אבסורדן" איז א דאפעלטע לשון. אוואו מים אחרונים וואסער און קריאת שמע ליינען...

קאטשקע » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:51 am

· #157127
דעעש'ער רבי פון ב"פ ז"ל, האט אמאל געזאגט, אז רעביסטווע איז אזוי ווי קענסער.
ס'פאנגט זיך אן צו ביסלעך, און דערנאך גייט עס אריין און דו ביינער, מער און מער,
ביז מ'קען זיך שוין נישט ארויזעהן דערפון, ודפח"ח.
ראויים הדברים למי שאמרם....נאה דורש ונאה מקיים.....

כתר מלכות » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:47 pm

· #157211
איך פארשטיי נישט פונקטליך אויף וועמן איז דא די טענה. אויפן רבי'ן אדער אויפ'ן נדבן, לפע"ד זעה איך נישט וואס מען קען דעם רבין באשולדיגען פארן נעמען א מתנה, און אזוי אויך דעם נדבן פאר'ן שענקן.
סתם האקן אויף יעדע זאך וואס האט מיט רבי'ס אין חסידים איז נעריש.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:58 pm

· #157218
ווען די נדבן וועט גכבן דעם רבין א מתנה,למשל, א קלאוני העט, מיין איך אז דער רביוועט עס נישט נעמען, אדער יא?

כתר מלכות » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:12 pm

· #157226
נו אודאי נישט, ובכן ? עס איז א עולה צו נעמען א באקוועמע ניצבארע מתנה? אין מיינע אויגן "אויסדריקליך" נישט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:20 pm

· #157228
יידל: אבער וואס זאגן די ראמאפא און סטעיט פאליס צו דעם פלעק? זענען זיי אימפרעסס'ד. אדער אינטרעסירט זיי בכלל ווער דער נדבן זז"ג איז?! 😂 🙄 😳

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:24 pm

· #157231
שרייבער
יידל
מהר"א מ'סאטמאר איז לעצטנס צוריקגעקומען פון אויסלאנד. זעט אויס אז זיין רבי'ש-סטאק איז דארט ארויפגעגאנגען, ווייל צוריקקומענדיג איז אים שוין פוירסט קלאס נישט גענוג גוט געווען ער האט געדארפט זאגאר א אייגענער דזשעט.

דאס איז לכאורה א בילד פון נעכטן ווען ער איז געפארן קיין מאנטרעאל מיט איינעם'ס פריוואט דזשעט

איך וואלט אויך געוואלט האבן אזעלכע ידידים וואס זאלן מיר בארגן דעם דזשעט אויף קורצ-שטרעקיגע נסיעות. 😂

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:30 pm

· #157232
כתר מלכות
נו אודאי נישט, ובכן ? עס איז א עולה צו נעמען א באקוועמע ניצבארע מתנה? אין מיינע אויגן "אויסדריקליך" נישט.


צו ס'איז אן עוולה? לכאורה נישט. אבער אויב דער רבי וואלט טאקע געווען "א מיצר בצרתם של ישראל" און אלע פראבלעמען קומען אן צו זיינע אויערן דאס נעמט אוועק פון אים די שלאף ביינאכט, וואלט ער זיך געמעגטט באגעניגען מיט א פיינע באקוועמע אדאסי אדער טאון ענד קאונטרי און בעטן די חשובע נדבן זאל געבן די געלט פאר מענטשן וואס קענען עס ניצען צו דעקן זייער טאג-טעגליכן בודזשעט...

כתר מלכות » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:40 pm

· #157239
סתם געשאסען אין די וועלט אריין. מקען זיין א מיצר בצרתם של ישראל מיט א טייערע קאר, און מקען זיך אויסלאכן פון צרות ישראל אן א טייערע קאר, איך זעה בכלל נישט קיין שייכות צווישען די צוויי זאכן. אבער אויב האקן לשם האקן אויף אלעס וואס האט מיט רבי'ס אין חסידים, דזשאסט גאו אהעד.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:47 pm

· #157243
כתר'ל, אזויווי אויב דיין גוטע חבר וועט, חלילה, נישט האבן קיין קינדער נאך א לענגערע צייט אפשניט, וועסטו, אויב דו האסט געפיל, פרובירן זיך נישט צופיל אויפרייסן וועגן דיינע קינדעער פארנט פון אים, ה"ה הכא, אז דער רבי ווייסט פון אזויפיל יודן וואס מוטשען זיך פאר לחם לאכול, פארוואס רייסא ער זיך אויף?

smart man » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm

· #157246
כתר מלכות
איך פארשטיי נישט פונקטליך אויף וועמן איז דא די טענה. אויפן רבי'ן אדער אויפ'ן נדבן, לפע"ד זעה איך נישט וואס מען קען דעם רבין באשולדיגען פארן נעמען א מתנה, און אזוי אויך דעם נדבן פאר'ן שענקן.
סתם האקן אויף יעדע זאך וואס האט מיט רבי'ס אין חסידים איז נעריש.

a rebbe that does not like it will not get these kind of presents. the lubavitcher rebbe had/has lots of chasidim that would wish that they can buy him these big matunes. but he would refuse o accept from them. A rebbe should allways be teaching his chasidim that the best present that they can bring for him is avodas hashem. In satmar its torah and chesed, viznitz its tefila ahavas yisroel, in chabad its shlichos and kiruv, etc. The chusid knows how to make his rebbe happy. If you see a rebbe Driving with SUV, it means that he likes, the same we all like it. Ha????? 🙄

כתר מלכות » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:52 pm

· #157247
אויסדריקלעך
כתר'ל, אזויווי אויב דיין גוטע חבר וועט, חלילה, נישט האבן קיין קינדער נאך א לענגערע צייט אפשניט, וועסטו, אויב דו האסט געפיל, פרובירן זיך נישט צופיל אויפרייסן וועגן דיינע קינדעער פארנט פון אים, ה"ה הכא, אז דער רבי ווייסט פון אזויפיל יודן וואס מוטשען זיך פאר לחם לאכול, פארוואס רייסא ער זיך אויף?


א רבי מיט א שיינע קאר הייסט נישט אויפגעריסען. עס איז נישט מער ווי נארמאל מכבד צו זיין א מנהיג ישראל בכבוד הראוי לו דוגמת המלך בימי המלכים. און די כבוד איז לאו דוקא פאר אים, ס'איז כבוד בני קהלתו עניים ועשירים גם יחד.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:53 pm

· #157248
לויט ווי איך פארשטיי פון יידל, איז נישט דער SUV דער פראבלעם, דאס איז דאך דער סטאנדארד היינט- פונקט ווי ווייבלעך מיט באגעבאס, גארנישט ווייניגער. ער האט בעיקר גערעדט פון די "פלעק" מיטן נאמען אויפן אויטא.
אויב בין איך זיך טועה, ביטע פארריכט מיר.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:57 pm

· #157251
כתר, "ס'נישט מער ווי נערמאל" אז אין דערצייט וואס זיינע מענטשן בלוטיגן פאר לחם לאכול זאל ער ארום רייסן מיט א טייערע פאלי לאדעד SUV?

א רבי איז נישט קיין מלך. פיריאד. און ס'בכלל נישט קיין כבוד פאר זין קהלה גם יחד אז זייער רבי קאודנט קעיר לעסס פאר זיינע מענטשן אין נויט.

פאריז » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:58 pm

· #157253
כתר מלכות
א רבי מיט א שיינע קאר הייסט נישט אויפגעריסען. עס איז נישט מער ווי נארמאל מכבד צו זיין א מנהיג ישראל בכבוד הראוי לו דוגמת המלך בימי המלכים. און די כבוד איז לאו דוקא פאר אים, ס'איז כבוד בני קהלתו עניים ועשירים גם יחד.


גערעכט, און עס איז נישט מער ווי נערמאל אז ער זאל קימען דערמיט ביזען טיר פינעם מסיבה און מעורר זיין קעגען לוקסוס ותאוות.

___
איינער האקט

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:03 pm

· #157256
פאריז! ON TARGET

כתר מלכות » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:18 pm

· #157263
אויסדריקלעך
כתר, "ס'נישט מער ווי נערמאל" אז אין דערצייט וואס זיינע מענטשן בלוטיגן פאר לחם לאכול זאל ער ארום רייסן מיט א טייערע פאלי לאדעד SUV?

א רבי איז נישט קיין מלך. פיריאד. און ס'בכלל נישט קיין כבוד פאר זין קהלה גם יחד אז זייער רבי קאודנט קעיר לעסס פאר זיינע מענטשן אין נויט.


ראשית, איך האב פאר דיר נייעס, איך קען פון דער נאנט א רבי מיט א שיינע קאר, וואס שוויצט פאר די אידן וואס האבען נישט קיין לחם לאכול. דעריבער אזוי ווי איך האב שוין פריער דערמאנט : ס'האט נישט קיין שייכות די צווי זאכן.

אמת, א רבי וואס קערט נישט פאר זיין ציבור איז קיין רבי נישט, אפגעזעהן מיט א שיינע קאר צו אן א שיינע קאר.

והשנית, א רבי איז יא בבחינת מלך. והשלישית, ס'איז יא א כבוד פאר א קהלה אז דער רבי ווערט מכובד.


פאריז
כתר מלכות
א רבי מיט א שיינע קאר הייסט נישט אויפגעריסען. עס איז נישט מער ווי נארמאל מכבד צו זיין א מנהיג ישראל בכבוד הראוי לו דוגמת המלך בימי המלכים. און די כבוד איז לאו דוקא פאר אים, ס'איז כבוד בני קהלתו עניים ועשירים גם יחד.


גערעכט, און עס איז נישט מער ווי נערמאל אז ער זאל קימען דערמיט ביזען טיר פינעם מסיבה און מעורר זיין קעגען לוקסוס ותאוות.

___
איינער האקט


פאריז, טאמער האקט ער נישט אויף לוקסוס דאן ביסטו אקעי מיט דעם ?

אגב, וועלכע רבי האקט אויף לוקסוס ??

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:53 pm

· #157316
אויסדריקלעך
, אז דער רבי ווייסט פון אזויפיל יודן וואס מוטשען זיך פאר לחם לאכול, פארוואס רייסא ער זיך אויף?

וואס?

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 7:51 pm

· #157332
איך האב געמיינט צו פרעגן פארוואס ער רייסטזיך "נישט" אויף...

דעת תורה » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 8:07 pm

· #157340
אנאנים, היינט איז יעדער א רוזינער אייניקל זיבן מאל.

אוודאי איז א רבי א מלך, ס'איז דער כבוד פון זיינע חסידים און פון די חסידות. די חסידים וואס זענען אינטערעסירט אין די הצלחת ושגשוג החסידות ווילן בדוקא אז דער רבי זאל האבן א שיינע אויטא. אפשר איז עס א קליין קעפיגקייט, צו אפגעבן כבוד דורך א שיינע אויטא, אבער לפי השגת פרחי החסידים (בחכמה, אף שבשנים הוא כבן שבעים) איז דאס דער כבוד.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 8:19 pm

· #157346
דער פראבלעם איז א קליינע סניף פון די ריזיגע פראבלעם, אפשר די גרעסטע פראבלעם בדורינו, אז אללללללעס איז חיצוניות אן קיין פיץ פנימיות...

עמוס » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 8:46 pm

· #157355
לעצטנס האב איך געהערט פון א געוויסער רבי וואס מען האט אים געקויפט, נישט מער און נישט ווייניגער, סטראקעס מיט קנעפלעך פון ריינע גאלד, און א קאפל געשטריקט מיט גאלדענע פעדימער. לא יאומן כי יסופר ווי ווייט די לוקסוס אין די רבי'שע הויפן האלט שוין, און די חסידים שטיצן עס נאך און רעדן דערפון מיט התפעלות.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:30 pm

· #157368
ביודעי ובמיכיר פון א רבי פון א קלענרע הויף וואס האט געבעטן דער רביצין אויפהערן ליגן באקן פלייש אינעם טשולענט אנשטאט זאל זי לייגן א ביליגערע פינגער פלייש און דע איבעריגע געלט וואס בלייבט זאל זי געבן פאר צדקה, פון אים איז זיך אפצולערנען ! און איך מיין אז דאס האט יידל געמיינט

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:44 pm

· #157371
כי לא מחשבותי מחשבותיכם. די רבי'ס מחשבות זענען פיל טיפער ווי אונז פשוט'ע קאווע שרייבערלעך. ומה עמקו מחשבותיהם.

גיט א קוק. שטעלט אייך פאר אז א חסיד ברענגט פארן רבי'ן א SUV וואס קאסט 40 אלפים. דער רבי קוקט ארויס פונעם פענסטער, און פרעגט, וויפיל איז דאס ווערד? 40 גרענד? אי הכי לא בעינא. איך ברויך נישט קיין לוקסוס. נעמט די געלט און גייטס גיבטס עס פאר אברהם און יצחק, זיי מוטשען זיך, זיי זינקען אין חובות.

אברהם און יצחק ווערן שאקירט! ואו! 20 אלפים פון רבי'ן פאר ביידע? קען מען כאטש אפצאלן א חומש פון די הונדערט אלפים חובות! זיי ווילן קושן דעם רבי'נס פוס. באמת זייער חשוב. אבער דא ענדיגט זיך די צדקה. פאר שארט טורם איז עס גאר א שיינע סיפור פון אמונת צדיקים.

וואס טוט אבער דער קלוגער רבי, הרואה את הנולד? ער באדאנקט זיך פארן חסיד, און זאגט יישר כח פארן קאר, און טראץ וואס דער רבי פארנעמט נישט קיין לוקסוס און מותרות, איז ער מקבל די יסורים של אהבה באהבה רבה. אויף צומארגנס פארט ער צום עושר בעטן געלט פאר זיינע צדקה צוועקן. ווען דער עושר זעהט די מאטארקאדע מיטן רבי'נס מעכטיגן SUV, כאפט אים א פחד און א רעספעקט, און ער גיט נישט ווייניגער ווי 50,000 פארן רבי'ן. און אויפצומארגנס פארט מען צו א צווייטן עושר, און איבערמארגן צו א דריטן. און אזוי קען דער רבי טיילן פיל מער ווי די מאגערע 40 אלפים. קומט אויס אז אין די לאנג ראן האט דער רבי גאר פארדינט דערפון, ווייל די עשירימ'לעך, בעיקר די יונגערע, כאפן שטארקע התפעלות פון גרויסע רייסערישע קארס מיט מעכטיגע בליצערס, עס קוקט אויס כמעט אזוי רייסעריש ווי עף.בי.איי. אגענטן. ויודע צדיק נפש בהמתו, ממילא פארט ער יא ארום מיט די גרויסע SUV. (נאר וויבאלד דער רבי שעמט זיך אביסל אז ער זיצט דא ווי ראטשילד, בעט ער מען זאל אביסל פארטונקלען די ווינדאוס).

ממילא, יעצט ווען איר ווייסט שוין, פארמאכט אייך דאס פיסקל און מישט אייך נישט אין די געשעפטן פון די צדיקי הדור, ויסכר פי הדוברות בגאוה ובוז.

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:25 pm

· #157381
@שמעקעדיג, איך האב געליינט אייער תגובה איין מאל, דאן בין איך געגאנגען אין מקווה, אנגעטון ס'היט און רעקל און איבער געליינט נאכאמאל בקדושה ובטהרה...

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 12:43 am

· #157391
שמעקעדיג
כי לא מחשבותי מחשבותיכם. די רבי'ס מחשבות זענען פיל טיפער ווי אונז פשוט'ע קאווע שרייבערלעך. ומה עמקו מחשבותיהם.

גיט א קוק. שטעלט אייך פאר אז א חסיד ברענגט פארן רבי'ן א SUV וואס קאסט 40 אלפים. דער רבי קוקט ארויס פונעם פענסטער, און פרעגט, וויפיל איז דאס ווערד? 40 גרענד? אי הכי לא בעינא. איך ברויך נישט קיין לוקסוס. נעמט די געלט און גייטס גיבטס עס פאר אברהם און יצחק, זיי מוטשען זיך, זיי זינקען אין חובות.

אברהם און יצחק ווערן שאקירט! ואו! 20 אלפים פון רבי'ן פאר ביידע? קען מען כאטש אפצאלן א חומש פון די הונדערט אלפים חובות! זיי ווילן קושן דעם רבי'נס פוס. באמת זייער חשוב. אבער דא ענדיגט זיך די צדקה. פאר שארט טורם איז עס גאר א שיינע סיפור פון אמונת צדיקים.

וואס טוט אבער דער קלוגער רבי, הרואה את הנולד? ער באדאנקט זיך פארן חסיד, און זאגט יישר כח פארן קאר, און טראץ וואס דער רבי פארנעמט נישט קיין לוקסוס און מותרות, איז ער מקבל די יסורים של אהבה באהבה רבה. אויף צומארגנס פארט ער צום עושר בעטן געלט פאר זיינע צדקה צוועקן. ווען דער עושר זעהט די מאטארקאדע מיטן רבי'נס מעכטיגן SUV, כאפט אים א פחד און א רעספעקט, און ער גיט נישט ווייניגער ווי 50,000 פארן רבי'ן. און אויפצומארגנס פארט מען צו א צווייטן עושר, און איבערמארגן צו א דריטן. און אזוי קען דער רבי טיילן פיל מער ווי די מאגערע 40 אלפים. קומט אויס אז אין די לאנג ראן האט דער רבי גאר פארדינט דערפון, ווייל די עשירימ'לעך, בעיקר די יונגערע, כאפן שטארקע התפעלות פון גרויסע רייסערישע קארס מיט מעכטיגע בליצערס, עס קוקט אויס כמעט אזוי רייסעריש ווי עף.בי.איי. אגענטן. ויודע צדיק נפש בהמתו, ממילא פארט ער יא ארום מיט די גרויסע SUV. (נאר וויבאלד דער רבי שעמט זיך אביסל אז ער זיצט דא ווי ראטשילד, בעט ער מען זאל אביסל פארטונקלען די ווינדאוס).

ממילא, יעצט ווען איר ווייסט שוין, פארמאכט אייך דאס פיסקל און מישט אייך נישט אין די געשעפטן פון די צדיקי הדור, ויסכר פי הדוברות בגאוה ובוז.


שמעקעדיג, איך מיין אז דא איז מער א פאל פון יודע בהמתו נפש צדיק, דעריבער האט ער געקויפט דעם צדיק וואס ער האט ליב...

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:23 am

· #157397
שמעקעדיג: איין קליינע הערה. אן ס.יו. ווי. וועלכער קאסט לכה"פ 40 אלפים קומט שוין אויטאמאטיש מיט פארטינקלטע פענצטערס. דאס נעמט נישט אוועק פון רבינ'ס רוח הקודש. פארקערט. דאס ווייזט אויף זיין גדלות. ר'האט געוואוסט אז ס'וועט זיין טינטעד ווידאוס אויפ'ן קאר. און דאס האט ער געוואלט..

יאסל ראקאווער » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 1:26 am

· #157399
א מעסעדזש אין א באטל
אז די שרייבסט א מעסעדזש למען ידעו, אז די שפעטערדיגע מעמבער פון קאווע שטיבל וואס ליינט אביסל, און ווייסט אביסל, די קומענדיגע דורות, זיי זאלן וויסן..

וויל איך דא, באותו פאסיגע מקום זאגן, פאר מיינע אור אור אייניקליך וואס דרייען זיך דא, קודם שכויעך פאר ערליך איינהאלטן די צוואה פון זיידי ראקאווער, און עטץ קומט דא אין ק"ש טעגליך..

זייט וויסן מיינע אייניקליך אין אמעריקע, די רבנים לבית אבות, די ירושה רבי'ס פון: פאפא, סאטמער, קלויזענבורג, וויזניץ, גער, באבוב, בעלז, ספינקא, רבי'ס וואס האבן יורש געווען בענקלעך, ביושר או באלימות און אגרוף, הכלל באקומען ווי מ'זאגט די שטאל מיט די קיען.. די חברה אין 2013 זענען ביי די היימישע חסידישע עמך סיסטעם אידן, יונגעלייט שומרי תורה ומצוות, וואס דרייווען אדעסי"ס, אידן נארמאלע בעלי בתים, מדקדקים בכשרות, וואס נעמן נישט אריין חלב סתם אינדערהיים, שומרי שבת וואס זייערע ווייבער לייגען נישט מעקאופ שבת, און זענען קיינמאל נישט געזען געווארן די לעצטע 25 שעה פאר מוצאי שבת אויף וואסטסעפ, אפגעהיטן בחמורה און מער ווייניגער בקלה, קיינמאל נישט געקלאבט, מעביר סדרה דא דארט, שטריימעל אידן, בקיצור וואוילע באראפארקע יונגעלייט.. ביי אונז חכמי לב, יודעי דעת ועת, ביי אונז נארמאלע פשוטי עם זענען רוב רובם פון די רבי'ס געווען פשוטע שוי שפילער, פאציגע פלאטשיגע קעפ רוב פון זיי, פארדראלטע בייפאלער מנהיגים, הולכי בערכעות, געלט און כבוד גייציג, פאר נארישע קונדערישע כבוד האבן זיי מיט זייערע שטוב מענטשען געריסן און געביסן, א יוניפארמד חברה וואס זיכען זיך איבערשטייגען איינער די אנדערע מיט אלע סארט אחיזת עניים פרימקייט, ניצן זייערע מוסדות התורה פאר כל ערליי אדזשענדעס, טאקע איבער געגעבן פאר זייער אייגענע קהלה אידן און גלייכען טון אסאך חסד, אבער האבן כמעט ווי פיינט א נישט היימישער- - - דאס איז וואס אונז האב מער געוויסט זיי זענען, אונז זע מיר נישט עפעס עקסטרע אויסגעריפענע מבינים, אבער אונז האב מער אויגען און מ'דארף נישט האבן שפאקטיווען צו וויסן די פראקטישע אמת, מ'זעעט מ'הערט מ'פראסעסט אינפארמעישן און מ'ווייסט.. זייטס נישט איבער גענומען פון די אפציעלע ארגאנען און צייטונגען וואס טראגן די אגזשענדע פון די אפציעלע קהילות און די עקסטענדעד רבישע משפחות..
נישט זאלטס מיינען אז זיי זענען געווען עפעס מער ערליך ווי זיידי ראקאווער'ס ברודערס און שוואגערס.. טיילמאל אפשר געלערנט און געדאווענט אביסל לענגער, מהיכא תיתא, גארנישט ספעציעל אדער מער ווי אלע אנדערע פשוטי עם. דאס איז געווען די אמת און די באראפארקע פשוטע יונגעלייט האבן עס אלע געוויסט און ס'איז נישט געווען קיין סוד, קאמאן נאלעדזש ווי מ'זאגט.. לאז דיך נישט פארקויפען קיין לאקשן פון קיינעם, "פאריגע דורות" "קדושי מעלה" "ירידת הדורות" "נשתנה המציאות" גארנישט מיט גארנישט, שטיות מיט געבעקטס.

זיידי איז נישט קיין עניו נישט קיין בעל גאווה, ער רעדט די אמת און פראקטישע מציאות, נישט דא קיין מופתים אדער ספעציעלע עובדות..

זיידי האט דאס געשריבן און די יונגע יארן, ווען ער איז געווען יונג פריש און אלערט, ער שרייבט עס למען ידעו, שם נא תחת ירדו, איך דאקיומענט די מציאות.

--
אויף מיין ענדרויד

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 7:53 am

· #157412
berlbalaguleh
שמעקעדיג: איין קליינע הערה. אן ס.יו. ווי. וועלכער קאסט לכה"פ 40 אלפים קומט שוין אויטאמאטיש מיט פארטינקלטע פענצטערס. דאס נעמט נישט אוועק פון רבינ'ס רוח הקודש. פארקערט. דאס ווייזט אויף זיין גדלות. ר'האט געוואוסט אז ס'וועט זיין טינטעד ווידאוס אויפ'ן קאר. און דאס האט ער געוואלט..

בערעלע.... נישט אין פארנט..

אויסדריקלעך » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 8:04 am

· #157413
WOW ראסקעווער! אזוי שארף, אמת און גוט! צום פוינט!

שמו יגער » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 9:59 am

· #157420
שמעקעדיג ווען ביסטו גערעכט אז דער רבי זאל נעמען וואס דער חסיד דער נגיד טראגט אים אן ווען עס איז אין פראפארשין אין עס איז א זאך וואס גענוג עמך אידן האבן אויך, אפשר איז דא אנדערע וואס ווילן עס האבן אין קענען עס נישט עפארדן, וועל איך נישט זאגן אז די רבי זאל עס נישט נעמען ווייל ער קען טאקע "אפשר" מער אויפטוהן.
אבער וואס טוט זיך ווען מען קויפט אים עפעס אויסטערליש וואס ער ווייסט אז קיינער פארמאגט דאס נישט אין מען קויפט איינס אין נאך אזא זאך מיינט דאס אויך "אויפצוטוהן פאר אידישקייט?"
ביז ווי איז גדר אז מען מיינט עס ערנסט אין וואו ענדיגט זיך עס?

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:02 pm

· #157504
די נייע הויז פון מהרז״ל מסאטמער אין נארט מיאמי פלארידא!
image.jpg

קינות גירושין » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:20 pm

· #157514
יאסל ראקאווער, איך האב בערך אזא צוואה פון מיין עלטער זיידע אויף די רביס פון 300 יאר צוריק
(ער האט געוואונט אין בערלין, נישט אין אויבערנאנאש)
לאז אפ !די פלעי דארף ווייטער אנגיין, ספעלט אויס פאר די יוגענט!
ביטע נעם אראפ דיין תגובה 

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:31 pm

· #157517
שמעקעדיג
berlbalaguleh
שמעקעדיג: איין קליינע הערה. אן ס.יו. ווי. וועלכער קאסט לכה"פ 40 אלפים קומט שוין אויטאמאטיש מיט פארטינקלטע פענצטערס. דאס נעמט נישט אוועק פון רבינ'ס רוח הקודש. פארקערט. דאס ווייזט אויף זיין גדלות. ר'האט געוואוסט אז ס'וועט זיין טינטעד ווידאוס אויפ'ן קאר. און דאס האט ער געוואלט..

בערעלע.... נישט אין פארנט..

פארוואס?! ווייל די פאליס טיילט טיקעטס?! זיין זכות קען מגין זיין... 😂

סקרן » דינסטאג מאי 22, 2018 3:48 pm

· #403187
ס'איז פשוט אז כדי די רבי'ס זאלן קענען ברענגן השפעות און פועלן ישועות דארפן זיי הרחבת הנפש

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 22, 2018 9:12 pm

· #403195
רויטע וואנצעס
זאל_זיין
אוי באשעפער....
די פלעק איז אינסייד אדער אינדרויסן?


אינסייד אויפן טיר פאנעל.

רויטע וואנצעס: דאמאלס וועט עס נאר די רבי געדענקען. ווען ס'איז אינדרויסן וואלט די גאנצע וועלט געוואוסט דערפון...!