☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאסיווע FBI איבערפאל אויף מאנסי ישיבה "שערי תורה"

מאסיווע FBI איבערפאל אויף מאנסי ישיבה "שערי תורה"

128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4922
בלאט: 1 2 3

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 11:10 pm

· #155414
מאסיווע FBI איבערפאל אויף מאנסי ישיבה "שערי תורה"
באקומען יעצט די ידיעה אז עס זענען דא FBI אין דער ישיבה שערי תורה אין מאנסי, וואס איז אונטער דער פירעשאפט פון הרב ווייס (כמדומה לי).

אנדערע יודע דבר זאגען דאס איז פארבינדען מיט א גט.

ווייסט איינער מער פרטים?

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 11:15 pm

· #155416
דער מנוול דערמאנט עס אויך, אבער ער איז אויך נישט קלאר, וואס גייט פאר.
<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/10/fbi-raids-in-faltbush-and-monsey-456.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... y-456.html</a>

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:02 am

· #155434
MONSEY — The FBI and Ramapo police descended late Wednesday on Yeshiva Shaarei Torah on West Carlton Road, but authorities did not release any information on the activity at the scene.

Some yeshiva students told The Journal News that Rabbi Mordechai Wolmark is the dean, or rosh yeshiva, of the school.

The FBI apparently told Ramapo police to follow them to the yeshiva. Ramapo police said about 10:30 p.m. that their activity was expected to end shortly.

An FBI spokesman in the New York office would only say that searches were being conducted in connection with an ongoing investigation. He could not confirm whether arrests had been made and referred calls to the New Jersey office of the agency.

Agents could be seen leaving the building later in the night.

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:19 am

· #155441
MONSEY — The FBI and Ramapo police descended late Wednesday on Yeshiva Shaarei Torah on West Carlton Road, but authorities did not release any information on the activity at the scene.

Some yeshiva students told The Journal News that Rabbi Mordechai Wolmark is the dean, or rosh yeshiva, of the school.

The FBI apparently told Ramapo police to follow them to the yeshiva. Ramapo police said about 10:30 p.m. that their activity was expected to end shortly.

An FBI spokesman in the New York office would only say that searches were being conducted in connection with an ongoing investigation. He could not confirm whether arrests had been made and referred calls to the New Jersey office of the agency.

Agents could be seen leaving the building later in the night.

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:21 am

· #155442
UPDATE - According to reports, case involves a divorce in NJ and will be tried out of Federal Court in Monmouth County, NJ.

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:22 am

· #155443
.
image.jpg

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:24 am

· #155445
מעג איך לייגען א פיקטשער וועמען מען האט ארעסטירט??

סאו וואט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:25 am

· #155446
גהערט יעצט אז דו עףף. בי. איי. איז יעצט און פלעטבוש, ווייסט איינער מער פרטים?

בכלל וואס איז ישיבת שערי תורה? מי חכמיה? מי מנהגיה? ומטרותיה? וחטאיה?

I'm back » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:26 am

· #155447
סאשי פיש
מעג איך לייגען א פיקטשער וועמען מען האט ארעסטירט??


קענסט עס לייגן אין מיין אישי קעסטל.

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:26 am

· #155448
סאשי פיש
מעג איך לייגען א פיקטשער וועמען מען האט ארעסטירט??

אין מיין אישי קעסטל אויך

חבקוק הנביא » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:27 am

· #155449
משולם שטיינפעלד
סאשי פיש
מעג איך לייגען א פיקטשער וועמען מען האט ארעסטירט??

אין מיין אישי קעסטל אויך


אין מיין אויך,

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:29 am

· #155451
איין תשובה פאר יעדעם מען קען נישט שיקען קיין פיקטשער אין אישי

ימי קדם » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:32 am

· #155453
לייג עס אין dropbox אין שיק א לינק אין אישי.

משה געציל » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:34 am

· #155455
נאר אויב ער איז נישט א משלונו'דיגער... ער עסט אריזאנע מצות?...

I'm back » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:42 am

· #155459
א לינק .ו דראפבאקס קענסטו דא אויך לייגן.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:42 am

· #155460
מענדל עפשטיין די טוען פאר נשים עגונות?

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:48 am

· #155464
ווער עס לייקט די הודעה באקומט א לינק אין אישי

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:49 am

· #155465
משה געציל
נאר אויב ער איז נישט א משלונו'דיגער... ער עסט אריזאנע מצות?...

רחמנא ליצלן. ער גייט אפשר צו די טמא'נע בחירות אויך?! 😂 🙄 😳

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:53 am

· #155467
רויטע וואנצעס
מענדל עפשטיין די טוען פאר נשים עגונות?

פאר זיין א טוען ❓ ❗ דארפסט נישט ענטפערן. ס'איז נאר א רעטארישע שאלה. 🙄

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:39 am

· #155500
שרעקעדיק!!!!
Two Orthodox rabbis are accused of plotting kidnappings and beatings of Jewish men to pressure them into granting
religious divorces to their wives.

The FBI said Thursday that agents arrested rabbis Mendel Epstein and Martin Wolmark in a sting operation, where an undercover posed as a woman who wanted out of her marriage. Orthodox rules allow only a man to initiate a divorce.

The men allegedly asked for tens of thousands of dollars to target husbands, and claimed they did jobs like this every 18 months in their community.

The criminal complaint alleged the two rabbis boasted of a plan to use electric cattle prods, plastic bags over heads and other methods to persuade reluctant husbands. In the sting operation, the FBI said the pair earlier this month even helped scout a warehouse in Middlesex County to hold husbands hostage.

The rabbis allegedly met in Rockland County in August to authorize the kidnapping-for-divorce-plot. They said they wanted $10,000 for the kidnapping and $50,000 to $60,000 to pay a "tough guy."

In one exchange with an undercover posing as an unhappily married woman, Wolmark allegedly told her "you need special rabbis who are going to take this thing and see it through to the end."

"You need to get him to New York where someone can either harass him or nail him," he allegedly added.

The FBI said two others have also been charged.

The suspects were expected to appear in federal court in Trenton Thursday on the federal charges.

Attempts to locate attorneys for the suspects were not immediately successful Thursday morning.

FBI agents were seen overnight searching a Brooklyn home and an upstate yeshiva in connection with the investigation.

The charges include plotting to kidnap, abduct, hold for ransom and threaten to "coerce a man to conduct a divorce."

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:14 am

· #155506
סא ס'איז טאקע מענדל עפשטיין די טוען, ער האט לעצטענס געשריבן אן ארטיקל אויף VIN און אנדערע פלעצער, איך האב אלעמאל מורא געהאט אז די קדחת וועט אים טרעפן, די מענער וועלן צוריק פייטן.

איינגעמיירעט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:12 am

· #155519
געזעען יעצט און וואס איז נייעס די ארטיקעל, אונטען און די קאממענטס טוט זיך א העציניש ממש ווי און נאצי דייטשלאנד,ווער זענען די בריות משונות וואס שרייבען דארט,איינגעטונקען און נעגיטיוויטי און hate.

matovu » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:24 pm

· #155532
Government Creating Crime again, as if there is no excisting crime going on

סאו וואט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:27 pm

· #155534
קען איינער איבערזעצן דער ארטיקעל און יודיש, איך קען נישט דער פירוש המילות. מיט דער שווערע עברי דא.
וואס איז דער מעשה? וואס גייט פאר?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:38 pm

· #155539
בקיצור נמרץ, זיי טענה'ן אז ער האט ארויסגעצווינגען גיטין פון מענער עקשנים (?) וועלכע האבן געלאזט זייערע ווייבער עגונות, דורך זיי סטראשען און פיזיש זיי באקלאפן די ביינער.

שפתים ישק » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:41 pm

· #155541
שפתים קישאקTM!

גאנצל » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:44 pm

· #155562
סאשי פיש
ווער עס לייקט די הודעה באקומט א לינק אין אישי

איך וועל דיר לייקן נישט ווייל איך דארף די פיקטשער בלויז כדאי שנעלער ברענגען דיין טויזענסטן לייק....

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:35 pm

· #155593
[ציטאט אראפגענומען]


נישט צו פארשטיין, מ'נעמט 2 מענטשען פון די גאס וואס מ'קען נישט זייער טאטע מאמע ברודערס שוועסטערס קאזענס און מ'מאכט אזא זאך? מימילא א בלום ועוד אבער פרעמדע?

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:22 pm

· #155610
ס'ערשטע מאל וואס איך האב הנאה פון די עף בי איי...

גאו עף בי איי גאו

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:26 pm

· #155613
אויב ווילסטו דיך פארשטעלען וויאזוי די ווערהאוס ווי מצווינגט ארויס א גט זעעט אויס, קוק דא
Watch "The Sopranos-Tony,Paulie and Sil get a hard time with a jew" on YouTube - <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=jQIdKb8aRTY&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=jQIdKb8 ... ata_player</a>
(לאזט אויס פון 1:05 ביז 2:15 וואס איז נישט איידל)

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:48 pm

· #155623
יאסל ראקאווער
אויב ווילסטו דיך פארשטעלען וויאזוי די ווערהאוס ווי מצווינגט ארויס א גט זעעט אויס, קוק דא
Watch "The Sopranos-Tony,Paulie and Sil get a hard time with a jew" on YouTube - <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=jQIdKb8aRTY&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=jQIdKb8 ... ata_player</a>


די קליפ שטעלט זיך אפ ביי די זאפטיגע פארט. טאני קומט נאך דעם צוריק און סטראשעט די מאן עם צו מאכן א צווייטע ברית, ס'האט געארבייט און א סקונדע. 😃

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:39 pm

· #155647
פון די אלטע נייעס ארכיוון
<a class="postlink" href="http://daattorah.blogspot.com/2012/08/a-rabbis-tale-of-abuduction-torture.html">http://daattorah.blogspot.com/2012/08/a ... rture.html</a>

<a class="postlink" href="http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/">http://5tjt.com/a-jewish-wifes-rights/</a>

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:42 pm

· #155648
די קלאגע
<a class="postlink" href="http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=ariel%20potash&source=web&cd=4&cad=rja&ved=0CEUQFjAD&url=http%3A%2F%2Fonline.wsj.com%2Fpublic%2Fresources%2Fdocuments%2Frabbis.pdf&ei=rBxXUoivB5TY8gSsgoDACA&usg=AFQjCNGSs_EKmPqmakHes9xjJg1PsQItaA&sig2=c98BG6iE9I-Zi-lvrcOTrg&bvm=bv.53899372,d.eWU">http://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q= ... 9372,d.eWU</a>

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:19 pm

· #155699
האט איינער עני אינפא צו מעג מען להלכה אזעלכע באנדיטען מסר'ן למלכות הגם ס'קען זיי קאסטען ערנסטע עונשין?

איך פרעג ווייל איך האב נישט לאנג צוריק געהערט פון א גאר חשובע רב בנוגע א געוויסער פארשוין וואס טוט אינטערדריקען מענער על לא דבר בו בזמן ווען מומחים בדבר האלטען אז דער פארשוין איז סתם בלינד אין טערארזירט על לא דבר
דער רב האט גע'פסק'נט אז בלי שום צל ספק קען מען אנקלאגען אזא סארט פארשוין להלכה.

אויב איינער האט עפעס מקורות בהלכה ביטע אנצייכענען

מאיר_וואלף » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:55 pm

· #155710
1
📎 Tshive.PNG

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:47 am

· #155752
מורי ורבותי, דער היינטיגער טאג איז א פרייליכער טאג פאר כלל ישראל, עס איז א טאג וועלכע דארף פארשריבן ווער מיט גאלדענע טינט אין די היסטאריע ביכער, אין די דברי הימים לתולדות הכלל ישראל בימי גלותם הארוכה והחשיכה, אלס איינע פון די גאר גליקליכע און פרייליכע טעג. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען ווען דעם היינטיגן טאג באשטימט פאר א יום טוב פאר אלע ערליכע אידן. עס וואלט פארשריבן געווארן אין דעם מגילת תענית אלס א טאג אין וועלכן מען טאר נישט פאסטן און נישט זאגן תחנון נאר אנשטאט דארף מען אין דעם טאג מאכן א סעודה און זיך פרייען און זיך דערמאנען די חסדים וואס ער באשעפער האט געטון פאר זיין געפלאגטן פאלק און זיי געשיקט א ישועה דורכן צוברעכן דעם קליפה הטמאה פון די "מכם ובכם", די נידערטרעכטיגע רשעים ארורים וועלכע האבן זיך פארמאסטן אויף דעם באשעפערס קינדער און זיי געפייניגט איבער צוואנציג יאר אן קיין שום רחמנות.

כאטש עס זענען נאך דא נאך אנדערע רשעים וועלכע טוען דאס זעלבע און זייערע הענט זענען פארשמירט מיט אידיש בלוט, און אויף זיי האט מען נאך ליידער נישט געלייגט די הענט, איז אבער צום האפן אז נאך וואס די רשעים האבן געכאפט זייער מפלה און מען האט מגלה געווען קלונם ברבים, לעיני השמש ולעיני כל ישראל והעמים, וועלן די אנדערע שקצים באקומען דעם רמז אז מען קען דאס מער נישט טוהן און וועלן אראפנעמען זייערע טמא'נע לאפעס פון דעם אויבערשטנס פאלק, דעם עם ה'.

און טאקע דערפאר, ווייל עס איז אזא וויכטיגע געשעעניש, פיל איך פאר וויכטיג צו ווידמען אפאר שורות מסביר צו זיין פאר ווער עס ווייסט נישט, וואס אזאנס איז דא געשעהן, און פארוואס די שמחה איז אזוי גרויס.

ובכן, דער באשעפער האט געשריבן אין זיין תורה אז ווען א אידיש פאר פאלק ווי זיך פאנאנדערשיידן, דארף דער מאן געבן א גט פיטורין פאר זיין פרוי. און די הלכה לויטעט אז נאר דער מאן קען דאס געבן, די פרוי קען דאס נישט געבן, און זי קען דאס נישט באקומען בעל כרחה פון דעם מאן. דער מאן אבער קען יא גט'ן זיין ווייב בעל כרחה און ער קען איר גט'ן ווען ער וויל. האבן שוין חז"ל מתקן געווען אז עס איז נישט אזוי פשוט, מען מוז כאטש האבן א סיבה צו גט'ן, און רבינו גרשם מאור הגולה האט איינגעפירט דעם חרם דרבינו גרשום אז מען קען נישט האבן צוויי ווייבער, און כדי אז מען זאל נישט גט'ן דאס ווייב אזוי שנעל כדי צו קענען חתונה האבן מיט אן אנדערע, האט ער אין די זעלבע צייט אויך מתקן געווען אז "אין מגרשין אשה בעל כרחה", און דאס האט אסאך געהאלפן פאר די ווייבער. אבער פאקטיש ע"פ תורה מעג נאך א מאן האבן צוויי ווייבער, און דעריבער האבן די גדולי הראשונים פון יענע תקופה מתקן געווען דעם ענין פון היתר מאה רבנים, אז הונדערט רבנים פון דריי אנדערע מדינות זענען מסכים און גיבן א היתר פאר דעם איד חתונה צו האבן מיט א צווייטן ווייב כאטש ער האט נישט אפגע'גט זיין יעצטיגע ווייב.

מיט דעם האבן די חכמים געראטעוועט דעם מאן פון בלייבן מעוגן דורך זיין ווייב אין א פאל ווען זי וויל בשום אופן נישט נעמען קיין גט (אדער אז דער בי"ד פסק'נט אז עס קומט איר נישט קיין גט) אדער אז זי איז פשוט נישט ביכולת צו נעמען א גט, ווי למשל אז זי איז רח"ל יצאה מדעתה אדער איז קראנק און איז נישט ביי זיך. ווידער אבער ביי די פרוי, וויבאלד מן התורה קען זי נישט צווינגען דעם מאן צו געבן א גט, איז ליידער אנטשטאנען דער אור אלטער פענאמען פון עגונות, דאס הייסט א פרוי וואס די מאן וואוינט נישט מער מיט איר און האלט איר נישט אויס, אבער וויל איר אויך נישט געבן קיין גט, אזא פרוי קען ל"ע אפלעבן איר גאנץ לעבן, צענדליגער יארן נאכאנאנד אן באקומען א גט פיטורין. אזא פרוי איז פאראורטיילט צו א ביטערן און איינזאמען לעבן, אן א מאן, און אן די אלע צוגאבן אין לעבן וואס א מאן ברענגט צו.

עס איז קלאר אז דער פראבלעם פון עגונות איז א גרויסער פראבלעם, עס איז א שווערער פראבלעם מיט וועלכן רבנים פון אלע דורות האבן זיך געמוזט ספראווען און גאר אסאך תשובות און מעשיות זענען ידוע און מקובל און אפגעשריבן איבער די מיליאנען בלעטער פון די שווערע טויזענטער ספרי קודש וועלכע כלל ישראל פארמאגט אין אירע ספרים שענק, די נחלה פון דעם צוויי טויזענט יעריגער גלות. מיר פארשטייען נישט די דרכי ה' און מיר ווייסן נישט פארוואס דער באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט, אבער מיר גלייבן אז ער ווייסט וואס ער טוט און האט עס זיכער געטון פאר א גוטע סיבה.

ווען עס מאכט זיך א פראבלעם פון א עגונה, איז דא אסאך זאכן וואס מען קען פראבירן און טון אויף צו לייגן פרעשור אויף א מאן און אים צודריקן צו געבן א גט, אבער אויב איז דער מאן א געזונטער עקשן מיט אייזערנע נערוון, דאן איז זייער שווער אים צו ברעכן. און עס זענען טאקע דא איינצעלנע פעלער, דאס איז ב"ה נישט גאר א אפטע ערשיינונג, אבער עס פאסירט, אז א מאן איז פשוט א רשע מרושע, א אכזר נורא וועלכער איז פשוט אויסן צו פייניגן זיין פרוי (און צומאל אויך זיינע קינדער) און וויל נישט געבן קיין גט פאר קיין שום פאל אין די וועלט. עס איז טאקע נישט קיין אפטע זאך, אבער דאך פאסירט דאס, און עס איז גאר ביטער און ווייטאגליך. וואס מען דארף צו טאן אין אזא פאל איז מיר גאר שווער צו זאגן, ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אין אזא דילעמא, און דער אויבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קיינמאל נישט וויסן פון אזא צרה.

אבער דערנאך איז דא גאר אן אנדערער פענאמען. און דאס איז די פענאמען פון די פאלשע עגונות. דאס זענען פרויען וועלכע שפילן דעם געים פון די נעבעכ'דיגע עגונה, ווען אין פאקט זענען זיי זייער ווייט פון דעם. איך האב אליינס מיטגעהאלטן כמה פעלער ווי די פרוי האט געוויינט מיט ביטערע קראקאדיל טרערן אז זי איז א עגונה, אבער נאכן זיך אריינלייגן אביסל אין די מעשה האט זיך ארויסגעשטעלט גאר עפעס אנדערש. אין איין פאל למשל האט די פרוי איבערגעשריבן זייער הויז און ביזנעס אויף איר נאמען, און דערנאך ארויסגעקאפעט דעם מאן פון דערהיים דורך מסירות און מלשינות אז זי שלאגט און רצח'עט אים, בשעת ווען אלע קינדער (טייל שוין ערוואקסענע) האבן אלע פה אחד געשריגן (אפילו די וועלכע האבן זיך מער אנגענומען פאר איר) אז דער טאטע האט איר קיינמאל נישט געשלאגן און נישט צוגערירט באופן כזה. אבער ער איז שוין געבליבן אינדרויסן, און זי איז געבליבן מיט דעם הויז און ביזנעס און געשריגן אז זי וויל א גט.

דער בית דין האט איר געזאגט אז ווען זי וועט צוריק געבן דאס הויז און ביזנעס, וועט מען אויסארבעטן וואס עס קומט איר און דערנאך וועט זי באקומען א גט, אבער זי האט נישט געוואלט הערן דערפון. זי וויל א גט און פערטיג. נאך דריי יאר עקשנות האט דער איד באקומען א היתר מאה רבנים און האט שוין ב"ה חתונה געהאט פאר פילע גליקליכע יארן, און זי איז געבליבן אליינס און לויפט ארום וויינען אז זי איז אן עגונה.

אן אנדערע פאל האב איך מיטגעהאלטן ווי די פרוי מיט איר טאטע האבן אויסגעליידיגט דעם מאנ'ס באנק קאנטע, (עס איז דארט געליגן דעמאלס 250 אלפים...) און דערנאך געשריגן אז דאס געלט האט געהערט פארן שווער. אבער דער מאן האט געזאגט (און דער בית דין האט מסכים געווען) אז דאס געלט געהערט פאר אים, און אויב זי וויל א גט זאל זי צוריק געבן. זי האט שוין נאכדעם געוואלט, אבער איר טאטע איז געווען פאר'עקשנט. און זי איז ארום געלאפן וויינען "עגונה".

אזוי האב איך מיטגעהאלטן נאך א שיינע פאר מעשיות, ווי מען האט צוגע'גנב'עט געלט, אדער נישט צוגעלאזט דעם טאטן צו זיינע קינדער, און די פרויען זענען ארום געלאפן מיט די פאלשע טרערן אז זיי זענען עגונות.

רבותי, דאס הייסט נישט א עגונה. דארט ווי דער מאן האט א טענה צודקת און וויל דעריבער נישט געבן קיין גט, און די פרוי אדער אירע עלטערן זענען עקשנים, איז דער מאן נאך נישט געווארן קיין מעגן און די פרוי נישט קיין עגונה. (אנשטאט דארף מען אפשר אנרופן איר משפחה מעקשים און דעם מאן א מעוקש... אדער עפעס ענליכס)

אבער אין די לעצטע עטליכע צענדליגע יארן האבן זיך געיאוועט אזעלכע רשעים מאפיאנערן אשר בשם רבנים יכונה, און זיי האבן געטראפן דא א וועג ווי אזוי צו מאכן אפאר טאללער. מען דינגט אפאר ליידיג גייערס, שלעגערס, און מען באצאלט זיי אפאר גרינע און פאר דעם מקל'ען זיי אן דעם מאן, און אזוי באקומט מען א גט. א געוואלדיגע עצה. מען גנב'עט פון דעם מאן א פערטל מעלאנע, דערנאך באצאלט מען פופציג זעכציג אלפים פאר דעם "רב" און מען באקומט א גט.

און איר דארפט פארשטיין אז מען רעדט נישט דא פון סתם אפאר פעטשלעך, איך האב שוין גערעדט מיט אזעלכע געליטענע, עס איז באמת אומגלויבליך וואס מען טוט פאר די מענטשן. געווענליך שלעפט מען זיי אריין אין א ווען אדער טראק, און דארט ווארטן שוין די מלאכי חבלה, די שדים בצורת אדם, און מען נעמט זיך איבער אים. זיי צוברעכן ביינער (אן קיין גוזמא) זיי נוצן עלעקטריק שאקס, זיי טוען ווערגן דעם מענטש ביז קרוב צום פארלירן דאס באוואוסטזיין. זיי שטעכן דעם מענטש און טיילן מכות רצח ווי די ווילדע צולאזטע אראבער פון מיטעלן מזרח. מער פון איין מאל האבן זיי דעם מענטש געשלאגן ביז ער איז געווארן אנקאנשעס (פארלוירן דעם באוואוסטזיין).

איך גלייב אז איך דארף אפילו נישט ממשיך זיין מיט מגנה זיין, פארדאמען און ערקלערן דאס נידריגקייט פון אזעלכע אקטן. עס איז גאנץ פשוט אז די זענען לגמרי נישט קיין רבנים, דאס זענען א כאפטע טעראריסטן און מאפיאנערן לכל דבר, און עס איז א דבר פשוט אז די מענטשן מעג מען געהעריג פא'מסר'ן פאר די רעגירונג און טון אלעס וואס מען קען די פינסטערע פארשוינען אריינצוטראסקענען אין תפיסה, וועלכע איז בדרך אגב צו א שיין פלאץ פאר זיי. ווייל אויסער וואס דאס איז פשוט קעגן די הלכה און קעגן דאס געזעץ, איז אזא גט פסול לכל הדעות און די פרוי בלייבט אן אשת איש, און די פאלשע רבנים, די רשעים ארורים טוען רח"ל מרבה זיין ממזרים בישראל.

אבער ליידער איז דאס אנגעגאנעגען בריש גלי פאר עטליכע צענדליגער יארן, ואין פוצה פה ומצפצף. עס זענען דא פילע אנדערע רבנים וועלכע ווייסן פון דעם, ווייסן וועלכע רבנים טוען דאס, אבער עס האט זיי נישט אפגעהאלט פון דיעלן מיט די שקצים אין אנדערע קעיסעס. און א וועלט וואס איז נאך נאר 10 פראצענט נארמאל, ווי די רבנים האבן נאך אין זיך עטוואס ערנסטקייט און ערליכקייט וואלט מען דאך די שקצים געדארפט פארדאמען אויפן שארפסטן אופן. יעדער רב א ירא שמים וואלט געדארפט שטיין אויף דעם בכל התוקף אז ער וויל מיט די רשעים נישט האבן קיין שום אפיר און וויל אפילו מיט אים נישט שטיין אין ווארט.

אבער ליידער איז דאס נישט געשעהן, אנשטאט האבן די רבנים זיך גערעכנט מיט זיי, געארבעט מיט זיי און דורך דעם זיי געגעבן לעגיטימאציע. די דאזיגע רשעים ארורים האבן זיך געשפירט ווי רבנים, זענען געזעצן אויבן אן און באקומען כיבודים ביי שמחות, און האבן זיך ארום געדרייט מיט שיינע שמייכלעך ווי שיינע אידן און געווען מקובל ביים ציבור אלס געהעריגע אפסטענדיג סיטיזענס פון די יונייטעד סטעיטס.

נאכאמאל, עס איז באמת שווער ארויסצוברענגען דעם שוידערליכן חורבן הדת וואס די דאזיגע רשעים האבן אנגעברענגט אויף דאס יהדות החרדית בארצות הגולה (איך קען נישט צופיל מאריך זיין, איך באציה זיך אויך צו דעם נושא אין אן אנדערן מאמר וואס איך האלט אינמיטן שרייבן) אבער דאס איז קלאר אז דער חורבן וואס זיי האבן אנגעמאכט וועט נישט אזוי שנעל פארראכטן ווערן, און אפילו אויב די פאר ערנסטע רבנים וואס זענען נאך געבליבן וועלן יא נעמען שריט עס צו פארריכטן וועט עס נאך אויך געדויערן זייער לאנג און די נאכווייען וועלן זיך נאך שפירן פאר אסאך יארן.

על כן, אז דער אויבערשטער האט געשיקט זיינע גוטע שלוחים, דאס מאל אין דעם געשטאלט פון עף בי איי אגענטן, עס איז געקומען דער בעל הכרם און מכלה געווען אביסל קוצים פון זיין גארטן, איז עס א יום בשורה פאר כלל ישראל.

בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן דעם אמעריקאנער אידנטום, אז דער אויבערשטער זאל העלפן, אז די רשעים זאלן באקומען זייערע פארדינטע שטראפן, זיי זאלן אפפינסטערן זייערע איבערגעבליבענע שווארצע יארן אין די שמוציגע פינסטערע תפיסה קעלערן פון די אמעריקאנער רעגירונג, און אפשר וועלן זיי נאך האבן דארט עפעס א התעוררות תשובה און טרייען צו פאררעכטן כאטש אביסל פון דעם וואס זיי האבן פארדארבן און מתקן זיין אביסל זייערע פארשמירטע נשמות. און דער אויבערשטער זאל אויך העלפן אז אנדערע רשעים וואס האבן אנגעפירט און צוגעהאלפן צו אזעלכע סארט "געשעפטן" זאלן אויך בקרוב געכאפט ווערן, און אריינגעפירט ווערן אין חד גדיא, ווי זיי באלאנגען, עס וועט זיין נאה להם והנאה לעולם, און עס זאל בקרוב מקויים ווערן השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחילה, און דעמאלס וועט שוין זיין והסר ממנו יגן ואנחה, בב"א.

גימפל » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 10:59 am

· #155772
הדד בן בדד


רבותי, דאס הייסט נישט א עגונה. דארט ווי דער מאן האט א טענה צודקת און וויל דעריבער נישט געבן קיין גט, און די פרוי אדער אירע עלטערן זענען עקשנים, איז דער מאן נאך נישט געווארן קיין מעגן און די פרוי נישט קיין עגונה. (אנשטאט דארף מען אפשר אנרופן איר משפחה מעקשים און דעם מאן א מעוקש... אדער עפעס ענליכס)



הדד,
צוויי עוולות מאכען נישט איין רעכט. אז די פרוי באגייט א אומרעכט, איז נאכאלץ נישט קיין ליגעטימער תירוץ צו ניצען די תורה הקדושה אלס כלי נשק. רבי צדוק אומר: אל תעשם עטרה להתגדל בהם, ולא קרדום לחפור בהם.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:10 am

· #155777
[ציטאט אראפגענומען]


מי יכסה בושה'תינו לעיני העמים

אויס מענטש » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:25 pm

· #155812
נעמען די זאך אין די הענט אריין דארף זיין א עוון פלילי און אומדערהערטבאר.
מארגן וועלן זיך יאווען איחוד עסקנים,און אנהארגענען איינעם די ביינער, פארן האבן א טעלעפאן בלתי מאושר, אדער גאר טעקסט מעסעדזשעס ה"י, און מסביר זיין ווי דאס קען צופירן מעגן צו זיין א פרוי.

שלעגערס איז דא גענוג ליידער ביי אונז, און ווען עס ווערט א מצוה, שטייגט די אינטערעס פילפאכיג.
איז לאמיר אלע מודה זיין צו די ווערטער פון הדד בן בדד, ברוך שפטרנו מענש"ו שלזה, א שיינע ריינע כפרה פאר כלל ישראל.

אפי' דער גרויסער תנא רשב"א, וואס האט איבערגעגעבן א גנב ובועל נערה המוארסה ביוה"כ, פאר די רעגירונג, האט תשובה געטון דערויף כל ימיו,
מודה זייענדיג צו די ווערטער פון די חכמים.
יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו.

נ.ב. ליידער איז אריין געמישט אין די פרשה אויך אפאר טייערע אידן ו(איינעם קען איך גוט)ואס האבן זיכער נישט געוויסט וואס מען טוט דא, און מען דארף זיי אינזין האבן ולאסורים פקח קוח שיצאו זכאי בדינם.

מאיר_וואלף » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:26 pm

· #155813
הדד בן בדד


מיט דעם האבן די חכמים געראטעוועט דעם מאן פון בלייבן מעוגן דורך זיין ווייב אין א פאל ווען זי וויל בשום אופן נישט נעמען קיין גט (אדער אז דער בי"ד פסק'נט אז עס קומט איר נישט קיין גט) אדער אז זי איז פשוט נישט ביכולת צו נעמען א גט, ווי למשל אז זי איז רח"ל יצאה מדעתה אדער איז קראנק און איז נישט ביי זיך. ווידער אבער ביי די פרוי, וויבאלד מן התורה קען זי נישט צווינגען דעם מאן צו געבן א גט, איז ליידער אנטשטאנען דער אור אלטער פענאמען פון עגונות, דאס הייסט א פרוי וואס די מאן וואוינט נישט מער מיט איר און האלט איר נישט אויס, אבער וויל איר אויך נישט געבן קיין גט, אזא פרוי קען ל"ע אפלעבן איר גאנץ לעבן, צענדליגער יארן נאכאנאנד אן באקומען א גט פיטורין. אזא פרוי איז פאראורטיילט צו א ביטערן און איינזאמען לעבן, אן א מאן, און אן די אלע צוגאבן אין לעבן וואס א מאן ברענגט צו.

עס איז קלאר אז דער פראבלעם פון עגונות איז א גרויסער פראבלעם, עס איז א שווערער פראבלעם מיט וועלכן רבנים פון אלע דורות האבן זיך געמוזט ספראווען און גאר אסאך תשובות און מעשיות זענען ידוע און מקובל און אפגעשריבן איבער די מיליאנען בלעטער פון די שווערע טויזענטער ספרי קודש וועלכע כלל ישראל פארמאגט אין אירע ספרים שענק, די נחלה פון דעם צוויי טויזענט יעריגער גלות. מיר פארשטייען נישט די דרכי ה' און מיר ווייסן נישט פארוואס דער באשעפער האט אזוי אויסגעשטעלט, אבער מיר גלייבן אז ער ווייסט וואס ער טוט און האט עס זיכער געטון פאר א גוטע סיבה.




דאס איז נישט אינגאצען ריכטיג, ווייל אויב דער מאן וויל נישט וואוינט מער מיט איר, איז ע"פ הלכה יא מותר אים צו צווינגען אויף געוויסע וועגן,
נאר היינט איז די פראבלעם פון עגונות ווען דער מאן וויל יא וואוינען מיט איר, נאר זי וויל נישט, וואס ע"פ הלכה הייסט זי די מעגן,
ווייל מען האט פאדרייט די תורה, איז היינט דא אזויפיל עגונות

נאר,,פרייליך » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:43 pm

· #155821
יישר כח הדד בן בדד פאר דיין הערליכע ווערק וואס ברענגט ארויס בלויז אחת מני אלף דער ביטערער מצב אין דעם פיעלד

זייענדיג באקאנט מיט יארען צוריק מיט ענליכע פעלער אזוינע פון וואס איר רעדט און ענליך לזה איז דער מצב היבש היבש ביטערער פון דעם וווייל בכגון זה ווי אזוינע אפענע פאלנע פארברעכער איז כאטש דא א קראנטער איבערווייז און אז דער אייבערשטער העלפט די דינא מלכותא נעמט זיי און די האנט באקימען זיי דאס פארדינטע

די צרה איז אבער אז ס'זענען פאראן אזוי גערופענע אישי החסד וואס פארליבען זיך דייקא אנצונעמען על צד האשה צוליב שפלותם ונבזותם און טוען כל טצדקאות שבעולם זיך אנצונעמען דייקא לטובת האשה סיי אויף צווינגען צו וואוינען ווען יעדן רעכטדענקענדער מענטש האלט אז ס'איז א רעה
און הן ווען די רעכטדענקענדע עסקנים ומומחים טענה'ן אז די זאך קען ווייטער פארען קומען די שפלי אנוש אויף אלע סארט טצדקאות מלובש בלבוש החסד אהן קענען אנדייטען אויף זייערע מעשי רשע ווי די פארברעכער וואס זיצען היצ אין ארעסט און צוברעכן אזוי בלי גוזמא הינדערטער בתים נאמנים בישראל איבערלאזענדיג טויזענטער לעבעדיג יתומים הפקר צום היינטיגען טמא'נעם גאס

און דער וויי געשריי פון די באטראפענע איז בוקעת ועולה עד לרקיע און ליידער געפינען זיך בתוך מחנינו מכם ובכם א.ג. ערנסטע לייט וואס שטייען מיט און טוען זילטש להציל עשוק מיד עשקו

די טרינקער'ס דא אין שטיבעל ווערן געבעטן מוציא צו זיין חרב מתערה קעגן די באנדיטען און טון כל טצדקאות שבעולם זיך אנצונעמען אויף די נרדפים

באמת ווערט שוין מב' בראשונים אז זינט מ'האט לטובת הנשים מתקן געווען דעם חדר''ג ווערט ליידער זייער יד מער תקיף און ס'האלט נעבעך ווי ס'האלט אז זיי טוען דאס געמיינסטע און געוויסע א.ג. ערנסטע מענטשען שטייען לימינם און ציען דערפון חיונה

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:47 pm

· #155829
סאשי פיש
ווער עס לייקט די הודעה באקומט א לינק אין אישי

די פיקטשער וואס איך האב געשיקט איז פון (ר') מרדכי וואלמארק

חבקוק הנביא » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:56 pm

· #155830
אין נישט פארגעסען, אז נאך אלעם איז א ערענסטע צווייפעל צי אזא געצווינגענע גט איז בכלל כשר, יעדע גרוש דארף וויסען זיך צי נאכפרעגען ביי א זיווג שני וויזוי די גט איז ציגעגאנגען, טאמער ס'איז געווען געצווינגען אדער ער איז נישט זיכער אז נישט, דארף מען שטיין ווייט דערפין, טאמער מען וויל נישט אראפברענגען קיין ממזרים,

אין אויך דארף מען וויסען אז רוב רובו פין גיטין קען מען מסדר זיין מיט אביסעלע "שכל", מען ברויך אפילו נישט ציקומען צי קיין געוואלדטאטען, אביסעלע שכל.....

נאר,,פרייליך » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:59 pm

· #155831
איך ווארט נאר צו הערן פון די מאדערן און ליטוויש פיפעל אז מיר חסידים זענען די ארגסטע פארברעכער

אזא פארברעכערישער און רשעות'דיגער מאפיאנערישער קאמפעני קען נאר קומען פון פארביסענע ליטאים

סארי: כ'מיין חלילה ניש תלמידי הגר''א וממשיכיהם נאר די אמעריקאן באיעס וואס ערקלערן זיך ליטוויש און די קארעקסטע מענטשען

.....
מעגליך די הנהלה זאל ערלויבען מערערע גילוי שמות פון נאך פארברעכער אין די ליין העל'מיר ניש ברויכען צוקומען צו אזא מיאוס'ע אויסשמירעכץ אין די גוי'אישע פרעסע קבל תבל צו זעהן וואס ס'קומט פאר מוטב אז ס'זאל דא אויפגעדעקט ווערן בעוד מועד

נאר,,פרייליך » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:00 pm

· #155832
חבקוק הנביא
אין נישט פארגעסען, אז נאך אלעם איז א ערענסטע צווייפעל צי אזא געצווינגענע גט איז בכלל כשר, יעדע גרוש דארף וויסען זיך צי נאכפרעגען ביי א זיווג שני וויזוי די גט איז ציגעגאנגען, טאמער ס'איז געווען געצווינגען אדער ער איז נישט זיכער אז נישט, דארף מען שטיין ווייט דערפין, טאמער מען וויל נישט אראפברענגען קיין ממזרים,

אין אויך דארף מען וויסען אז רוב רובו פין גיטין קען מען מסדר זיין מיט אביסעלע "שכל", מען ברויך אפילו נישט ציקומען צי קיין געוואלדטאטען, אביסעלע שכל.....


חצר שפיטיווקע שרייט דאך שוין יארען אינאיינעם מיט'ן בי''ד פון געשטעטנער אז א רוצה אני וואס איז געבויט אויף עקסטארטשען איז בני' ממזרים זעהט אויס אין שפיטיווקע איז ערווארטעט פרייליכע טעג מיט מפרסם זיין נאך פרשיות פון אזעלכע ממזרים ר''ל

קרעקער » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:17 pm

· #155836
סגייט נישט נעמען לאנג ביז אזא FBI באסט גייט קומען אויף יענקל קעלנער דוד עקשטיין מילך גליק און אנדערע וועד הצניעות שלעגער און עקטארשעניסטען
סטעי טונד
זיי האקען און מאקלען יונגעלייט און עקסטארשטען ווייבלעך מזוכט נאר דער ריכטיגער מענטש מיט ביצים זאל זיך ארויסשטעלען, עפעס וואס איז שוין היינט אסאך גרינגער ווי אמאהל

היימישער ליטוואק » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:41 pm

· #155838
נאר,,פרייליך
איך ווארט נאר צו הערן פון די מאדערן און ליטוויש פיפעל אז מיר חסידים זענען די ארגסטע פארברעכער

אזא פארברעכערישער און רשעות'דיגער מאפיאנערישער קאמפעני קען נאר קומען פון פארביסענע ליטאים

סארי: כ'מיין חלילה ניש תלמידי הגר''א וממשיכיהם נאר די אמעריקאן באיעס וואס ערקלערן זיך ליטוויש און די קארעקסטע מענטשען


די חסיד'ישע מאפיאנערן שלאגן מיט ווייסע גלאווס, ריכטיג?

shefele » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:00 pm

· #155843
מאיר_וואלף



דאס איז נישט אינגאצען ריכטיג, ווייל אויב דער מאן וויל נישט וואוינט מער מיט איר, איז ע"פ הלכה יא מותר אים צו צווינגען אויף געוויסע וועגן,
נאר היינט איז די פראבלעם פון עגונות ווען דער מאן וויל יא וואוינען מיט איר, נאר זי וויל נישט, וואס ע"פ הלכה הייסט זי די מעגן,
ווייל מען האט פאדרייט די תורה, איז היינט דא אזויפיל עגונות


במחילת כבודכם הרמה, אזוי פיהל אמעראצעס אין אזא קליינע תגובה האב איך שוין לאנג נישט געזעהן

מאיר_וואלף » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:19 pm

· #155850
ביטע זיי זיך מסביר
א דאנק

היימישער ליטוואק » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:24 pm

· #155852
פרי-נופ אגרימענטס <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/155839">viewtopic.php?f=24&t=4878&p=155839#p155839</a><!-- l --> אין א שכנות'דיגער שמועס
בלאט: 1 2 3