צוויי מיליאן דאלאר חלוקה געלט לחינוך עטה''ק
88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4913
צוויי מיליאן דאלאר חלוקה געלט לחינוך עטה''ק
קומענדיגער דאנערשטאג וועט דער פאנטאסטישער סומע פון צוויי מיליאון דאלאר פאר מוסדות החינוך על טהרת הקודש פארטיילט ווערן דורך גאב''ד ירושלים והרה''צ הגרח''צ ט''ב רב דקהל מהרי''י בירושלים
די געלט איז געשיקט געווארען דורך זיין פאטער די רבי פון סאטמאר וומ''ס, ספעציעל צום היצטיגען שווערן מצב בארה''ק, וואס ווי באקאנט ווען נישט די תמיכה פון די ציוניסטישע געלט וואלט די מצב נישט געגרייכט אזוי ווייט,
היצט האט אדמור הגרי''י איינגעשפאנט פילע עשירים ונגידים מתוככי הקהילה צו שיקען גרעסערע סומעס קיין אר''י פאר די מוסדות שאינם סמוכים על שלחן איזבל
אן איינלאדענונג פאר די מנהלים ואדמורי''ם השייכים לכיתות המתבדלים איז ארויסגעשיקט געווארען צו קומען אנטייל נעמען און די פאנטאסטישער חלוקה וואס דער גאב''ד ירושלים וועט פארטיילען פאר די קיום המשך חינוך על טה''ק
בסך הכל האלט שוין די סומע פון די פארגאנגענע יאר להצלת החינוך אינאיינעם מיט קרן הצלה קרוב צו ''צען מיליאן דאלער''
ומכאן הקריאה יוצאת אויב סאטמאר וואס איז א שפיי קעגן אנדערע קהילות יכול'ט צוצושטעלן אזא סומע א יאר איז בלי שום ספק אז די אנדערע יכול'ן פי כמה און קענען שיקען לכה''פ ''צוויי הינדערט מיליאן'' א יאר
אנא! שאו ידיכם שארט אייך ארויף די ארבעל און פרובירט צו העלפן די מוסדות החינוך ניצול צו ווערן פון זייער עדיקשען צו די קאסע הציוני די לעצטע צענדליגער יארען
וואס מיינט אז סטמאר איז א שפיי קעגן אנדערע למשל קעגן וועמען ?
צוויי מיליון איז נישט גענוג? פון וויפיל מוסדות רעדט מען?
קעגן די ''אכט הינדערט פופציג טויזענט'' מלוים ביי די לוי' נעכטן וואס לעומתם בארצות הגולה האבען זיי מסתמא נאך עטליכע הינדערט טויזענט וואס ברענגט זייער צאל צו איין א האלב מיליאן נו אז די עטליכע פערציג פופציג טויזענט סאטמארע מיטגלידער קענען שטילערהייט אהן פאמפע דאס באווייזען נו..
מ'קען רואיגערהייט נעמען די אלע מוסדות וחצרות החנפים ל'שיסעל ה'ציוני און זיי אויסהאלטען מיט די כח פון כלל ישראל איבער די וועלט
האסט געשריבן "קעגן אנדערע קהילות" יעצט זאגט איר עפעס אנדערש
בשבילי!האסט געשריבן "קעגן אנדערע קהילות" יעצט זאגט איר עפעס אנדערש
בסך הכל זאג איך אויב סאטמאר וואס איז א שפיי קעגן די אנדערע אידען איבער די גארער וועלט איז ביכולת דאס צו שיקען נו צו וואס ברויך מען דעם גאנצען געקישעכץ מיט די טמאי נפש האלט'ס ענק אליינס אויס ושלום על ישראל און לאפיד העט קענען גיין שרייען צו אלע בייזע רוחות
דערווייל האלט נאך דער בעלזער גאר שטארק אז מ'ברויך ראטעווען אינזערע געלטער ווייל די פעטער האט אזוי געזאגט
איך ווייס נאר נישט וויפיל טעקס דעי חברה געבן דען אז מ'זאל אזויפיל מסי''נ האבען דייקא אנצוהאלטען דעי געלטער?
על פי חשבון, נעמענדיג אין באטראכט דאס וואס עס שטייט אין די צוויי שמוציגע צייטונגען כסדר, שיקט מען בערך 100 מיליאן דאלער א יאר פאר די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון אונזער מדינה...
I'm backעל פי חשבון, נעמענדיג אין באטראכט דאס וואס עס שטייט אין די צוויי שמוציגע צייטונגען כסדר, שיקט מען בערך 100 מיליאן דאלער א יאר פאר די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון אונזער מדינה...
פרעג קאווע טרינקער אדער איך אויך גענוי די חשבונות, זיי זענען דערין באהאווענט מרוב אהבתם צו דיין מדינע'לע
איך פארשטיי נאר נישט... זענען די סאטמארער מחוצפים צו זייערע רביס, אדער פאקעט איינער די געלט?
סאטמאר באשטייט לויט ענק, פון אן ערך פון קרוב צו זעכציג טויזענט אידן, לויט וויפיל מאל א יאר די רביס הייסן געבן. טאמער געבט יעדער 20 דאללער, וואלט געדארפט זיין מער ווי 2 מיליאן.
ווי איז די געלט?
ביזטו א עבריין (ק. מל) אדער א מומר פארן אייבערשטן? וויפיל פון די מצות וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאלגסטו נישט?
און דער סאטמארער ווי שטארק ער זאל האלטן פון זיים רבין איז ער דאך נישט גאט.
א שוויצערהיצט האט אדמור הגרי''י איינגעשפאנט פילע עשירים ונגידים מתוככי הקהילה צו שיקען גרעסערע סומעס קיין אר''י פאר די מוסדות שאינם סמוכים על שלחן איזבל
אן איינלאדענונג פאר די מנהלים ואדמורי''ם השייכים לכיתות המתבדלים איז ארויסגעשיקט געווארען צו קומען אנטייל נעמען און די פאנטאסטישער חלוקה וואס דער גאב''ד ירושלים וועט פארטיילען פאר די קיום המשך חינוך על טה''ק
זעלבע איינלאדענונג ווי פאר דער אדמו"ר איז געפארן קיין ארץ ישראל... רוב מוסדות ווארטן נאך צו זעהן ווי די מיליאן'ס זענען אנגעקומען, ס'שטימט עפעס נישט מיטן סכום וואס זיי האבן געקריגן...
א שוויצערבסך הכל האלט שוין די סומע פון די פארגאנגענע יאר להצלת החינוך אינאיינעם מיט קרן הצלה קרוב צו ''צען מיליאן דאלער''
דעס איז שוין מיטן שקל הקודש פאר די מסע המלכות צו פון יענץ האסטו פארגעסן?
ס'איז צו באמערקן, א עולם הפוך ראיתי. געווענליך, וועלן די היימישע צייטונגען מער מגזים זיין, ביי די חלוקה אבער האבן אלע פרייע סייטס און אנגלא-אידישע געשריבן עפעס גוזמאות, צען צי פופצן מיליאן דאלער, אבער דער עכטער סכום איז א מאגערע צוויי מיליאן דאלער.
וואס מיר ווינדערט אבער זייער, וואס איז די פשט פון די חלוקה פונקט איצט, פאר די מוסדות וואס נעמען סייווי נישט קיין געלט? איז זייער מצב עפעס שווערער געווארן ווי בעפאר צוליב די קיצוצים? אויב עפעס, וואלט מען געברויכט מאכן א מאסיווע אקציע און שיקן געלט פאר די וואס נעמען יא, זיי זענען אפעקטירט געווארן דערפון.
בנוגע שוויצער'ס טענה, מאטעמאטיש איז עס בכלל נישט אמת. קודם כל, סאטמאר איז די רייכסטע קהילה אין די וועלט פון צווישן די אשכנזים, דאס איז דער פאקט. צווייטנס, א קהילה פון א צוויי רבבות משפחות, קען - צוהעלפן מיט אפאר דאלער צו - טראגן דעם בוזשעט פון אפאר הונדערט, מאקסימום אפאר טויזנט משפחות אין ארץ ישראל. ביי אנדערע קרייזן איז דאך פונקט פארקערט, זייער עיקר עולם איז אין א"י און די פאר עשירים אין חו"ל דארפן טראגן דעם עול פון שווערע טויזענטער משפחות אין א"י. אוודאי איז דאס נישט מעגליך.
מחר: מהרי''י מסאטמר מחלק מיליוני דולרים
מחר יתקיים כנס בירושלים למוסדות המתבדלים מהמדינה • יחולקו מיליוני דולרים מקרן 'שקל הקודש' ביוזמת האדמו"ר
אברמי פרלשטיין, בחדרי חרדים 20:04 09/10/2013
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=60044">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=60044</a>
התנתקתם מהממשלה? קבלו תמיכה מ'השקל הטהור'
<a class="postlink" href="http://www.inn.co.il/News/News.aspx/263417">http://www.inn.co.il/News/News.aspx/263417</a>
"משפחה" באריכט איבער די חלוקה
📎 Mishpacha 1.jpg 📎 Mishpacha 2.jpg
דעת תורהס'איז צו באמערקן, א עולם הפוך ראיתי. געווענליך, וועלן די היימישע צייטונגען מער מגזים זיין, ביי די חלוקה אבער האבן אלע פרייע סייטס און אנגלא-אידישע געשריבן עפעס גוזמאות, צען צי פופצן מיליאן דאלער, אבער דער עכטער סכום איז א מאגערע צוויי מיליאן דאלער.
וואס מיר ווינדערט אבער זייער, וואס איז די פשט פון די חלוקה פונקט איצט, פאר די מוסדות וואס נעמען סייווי נישט קיין געלט? איז זייער מצב עפעס שווערער געווארן ווי בעפאר צוליב די קיצוצים? אויב עפעס, וואלט מען געברויכט מאכן א מאסיווע אקציע און שיקן געלט פאר די וואס נעמען יא, זיי זענען אפעקטירט געווארן דערפון.
בנוגע שוויצער'ס טענה, מאטעמאטיש איז עס בכלל נישט אמת. קודם כל, סאטמאר איז די רייכסטע קהילה אין די וועלט פון צווישן די אשכנזים, דאס איז דער פאקט. צווייטנס, א קהילה פון א צוויי רבבות משפחות, קען - צוהעלפן מיט אפאר דאלער צו - טראגן דעם בוזשעט פון אפאר הונדערט, מאקסימום אפאר טויזנט משפחות אין ארץ ישראל. ביי אנדערע קרייזן איז דאך פונקט פארקערט, זייער עיקר עולם איז אין א"י און די פאר עשירים אין חו"ל דארפן טראגן דעם עול פון שווערע טויזענטער משפחות אין א"י. אוודאי איז דאס נישט מעגליך.
ווי קען זיין אז אין שטוב פון הרב אויערבאך פון די בני תורה פארטיי
און ביים שטוב פון הגרי'מ ליפקוביץ זענען שוין געווען עטליכע אסיפות פון ערנסטע פלענער אראפצושטעלן א פעסטער פאנד פאר די מוסדות?? אויב איז'ס נישט לאגיש וואו זענען ריזן מיליאנערן געקומען מבטיח זיין אריינצולייגען מיליאנען?
נו? מיט וואס האט זיך די אסיפה געשלאסען? אז די נציגים די שלוחי דקמאי וואס זיצען במסי''נ אין כנסת האבען בדעת תורתם פארשטאנען אז נישט דאס איז דער מהלך..........
ווער עס וועט זעהן בנוגע דער בעלזער מהלך איז אויך היבש קרוב לזה ווי ער טוט כסדר איבער'חזר'ן דעם פליכט ממשיך צו זיין צו נעמען די געלטער און לאזט בשום אופן נישט אפהאקען די תמיכות..
באמת איז'ס בכלל נישט קיין נייעס ווייל די גדולי ישראל האבען פאראויסגעזאגט אז איין מאל מען איז עדיקטעד דערצו איז שווער אויסצושפייען די ביטערע מאנדלען
מי יתן והי' אז ס'זאל שוין זיין דער כסילים מתי תשכילו
שעפטל:
אנשטאט זיך מיטשען מיט תגובות איבער יענעמ'ס חלוקה מוטב אז רבינו שליט''א מיט די גבאי זאלען שאפען אפאר מעלאנע'ס און שיקען פאר חלוקת הראב''ד וועלן כאטש די חינוך עטה''ק עפעס נהנה זיין פון די ברידער קריג
סתם האקען אויף יענעמ'ס פעולות קומט מיר פאר ווי זר'ל האט פאריגע וואך געקריצט מיט די ציין ווען קהילתנו אינאיינעם מיט נטרונא ארג. האבען מקדש געווען שם שמים קבל תבל ומלואה
כ'מיטשע זיך בכלל נישט. מ'שיקט געניג און נאך אן קיין מעמד'ס. פרעג סיי וועלכע מנהל המוסדות וואס בעהט הילף פון "עזר הצלה - זכרון משה" די מנהלי המוסדות דרייען זיך ארום טעגליך אין די סאטמארע (מהר"א) בתי מדרשים מיט די עסקנים, און אזוי אויך איז וועכענטליך דא טיי אווענטס מיט מעמד'ס ביי אנ"ש אינדערהיים.
מוז דאס ממש קומען מיט א פאמפע און נאר אזוי קען מען טיילן? די לעצטע פאמפע ווען יענער אדמו"ר איז געווען אין ארץ ישראל איז עפעס קיינמאל נישט פארגעקומען נאר ווען ער איז שוין לאנג געווען צוריק....
עזר הצלה-זכרון משה איז בלויז אויף צו העלפן מיט קעשן העד טשעקס וכדומה אדרבה ווען האבען די אר'''י'דיגע מוסדות באקימען עפעס אן ערנסטע נתינה??
ב.ד.וו. איז די פופציג אלפים'דיגע עד פון מוסד הק' נטרונא אויך דורך מיט א שתיקה אהנ'ע פאמפע?
וועיק אופ טראכט אביסעל בעפאר די געסטוך אינגאנצען איבער פאר די פארשרייבער
שעפטלכ'מיטשע זיך בכלל נישט. מ'שיקט געניג און נאך אן קיין מעמד'ס. פרעג סיי וועלכע מנהל המוסדות וואס בעהט הילף פון "עזר הצלה - זכרון משה" די מנהלי המוסדות דרייען זיך ארום טעגליך אין די סאטמארע (מהר"א) בתי מדרשים מיט די עסקנים, און אזוי אויך איז וועכענטליך דא טיי אווענטס מיט מעמד'ס ביי אנ"ש אינדערהיים.
מוז דאס ממש קומען מיט א פאמפע און נאר אזוי קען מען טיילן? די לעצטע פאמפע ווען יענער אדמו"ר איז געווען אין ארץ ישראל איז עפעס קיינמאל נישט פארגעקומען נאר ווען ער איז שוין לאנג געווען צוריק....
קענענדיג אביסל די ירושלימער מענטאליטעט קענסטו אזויפיל זיכער זיין אז ווען דער אדמו"ר וואלט טאקע נישט איבערגעלאזט קיין געלט אזוי ווי דו ווילסט דא פארקויפן, וואלט געווען פאשקעווילן אויף אים מדן ועד באר שבע, און יעדע מנהל המוסד וואלט אים באשמוצט ברבים. אבער עכשיו שלא זכית, און ער האט איבערגעלאזט גרויס געלט און שיקט יעצט נאך, כאפ א שמועס מיט סיי וועלכע מנהל המוסד, מעג זיין אפילו אלטר קויפמאן, און דו וועסט הערן ווי זיי רימען און לויבן אים.
One of the benefits of the new government. All donations are publicized. No more pocketing. (Hopefully)
אין צוויי שעה ארום וועט דער מהרי''י ליניע 718-506-9054 צושטעלן אויף נומער 8 א לעבעדיג טעלעפאנישער פארבינדונג פינעם היסטאריש ערשטער חלוקה בראשות הגאב''ד באגלייט מיט די אדמור''י ומנהיגי קהילות הקודש
עס איז צום האפען אז שעפטל העט פועל'ן ביי רבינו שליט''א א קעגנזייטיגער חלוקה
א שוויצעראין צוויי שעה ארום וועט דער מהרי''י ליניע 718-506-9054 צושטעלן אויף נומער 8 א לעבעדיג טעלעפאנישער פארבינדונג פינעם היסטאריש ערשטער חלוקה בראשות הגאב''ד באגלייט מיט די אדמור''י ומנהיגי קהילות הקודש
עס איז צום האפען אז שעפטל העט פועל'ן ביי רבינו שליט''א א קעגנזייטיגער חלוקה
און האפענטלעך וועט ער געבן 3 מיליון (דאס וועט זיין א שיינע מחלוקות)
וועט מען געבן פאר יעדער וועס נעמט נישט קיין געלט? אדער נאר פאר די וואס בוקן זיך? (כ'האף מ'וועט מיר נישט לייגן אין ח' פארן פרעגען... וד''ל)
א חילוק פון היינט ביז 25 יאר צירוק.
בערך 25 אר צירוק איז געווען אן ארטיקל אין 'החומה' (די צייטונג וואס רביה''ק דערמאנט דאס איו נשא בהעולותך תורה...) ווי הרב דומב שרייט אז 'קרן הצלה' איז געווארן א שטעקן פאר די עדה החרידיות, יעדער וואס וויל געלט מוז זיך קומען בוקען פאר זיי, נטורי קרתא האט נישט געוואלט גיין צו די עדה האט מען זיי נישט געגעבען, האט מען אים אריינגעלייגט אין חרם.
היינט זאגט מען אפציעל אן קיין בושה, ווילסט געלט בוקט אייך צו אינז...
נישט קיין ווינדער וואס די קדישות יו''ט האט געזאגט, אזוי ווי מ'טאר נישט טראכטען מה לפניו וכ''ו, טאר מען נישט טראכטען ווי אזוי אידישקייט וועט אויסקוקען אין 20 יאר ארום.
אבער דאך 2 מיליון איז נישט אוועקצומאכען...
שטעלט אייך פאר ווען דער רב יוסף זיצט ווען ביי אזא אסיפת מנהלים ווי מ'טיילט היצט טשעקלאך
אזוי אויך די פירער פון דגל אגודה וש''ס
און דער גדול פון בלז
שטעלט אייך פאר וויפיל מילאנען עס וואלטען זיך דארט געגאסען און ווי שטארק דער ערליכער ציבור וואלט זיך געקענט אקייגען שטעלן דעם ציוניסטישער גאווערמענט ''אילו זכינו''
ועכשיו שלא זכינו זיצען דעי אלע הנ''ל און לעקן און קישען יעדן אפיקורסל וזונה ואוכל נבילות וטריפות פאר די פאר דאלער
אבער נישט פארגעסן אלעס מיט'ן הייליגען ציל צו ראטעווען די טעקס געלטער וואס דער הייליגער פעטער האט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען עס צו ראטעווען מידי הציונים (סטופיד, נאן-סענס)
איך זאג אייך ברידער'ליך עס איז עמעזינג די דרשות און דער עצם מעמד דארטען דער ר' זלמן טויג פארפאלען ער פארשטייט דעם שפראך צו די ירושלימ'ע אידאלאך שיקט גרויסע מוציא'ס און געט א באוסט פאר'ן חינוך הטהור אנצוגיין מיט א שטאלץ
סוכ''ס איז דאס מער קעש וועליו ווי די חעברע וואס לויפען נאך יעדן ציוניסטיש וועב זייטעל און מאכען גרויסע אדווערטייזמענט פאר סאטמאר יעדן שני וחמישי מיט פרישע מעשה'לאך פון רבי'ן און חנופה לש''ס ו'בלז דעס קעשט מען נישט איין פאר די היימישע גאס ווען מ'וויל זיצען אויפען טראן
מאני טאלק'ס!!
עגעין ען עגעין שעפטל איר זענט מכובד צו אראנדזשירען בנשיאות רבינו נאך א מעכטיגע חלוקה וואס זאל איינפאקען דעם חלוקה אין בעק טאש
ס'העט זיין א שיינע סצענע צו זעהן יערליך חלוקות קרן הצלה סאטמאר בנו בכורו און סאטמאר ה'צעיר און בעתיד נאך צוויי חלוקות עקסטער פון הגרי''ד ט''ב בן הגרז''ל און הגר''ה אשכנזי חתנו כבנו פון בנו בכורו
ס'וועט זיין געלט ווי מיסט. ס'העט שוין זיין א נסיון יא צו וועלן יונק זיין פונעם גאלדענעם קאלב און טיש פון איזבל ה'ציוני
אגב די נוגוני התעוררות והתחזקות אויפען ארט איז עקסעלענט
די הזמנה צום מעמד חיזוק חינוך הטהור
where is the rav"d????
יתכן די קינדער העלפן אים אפראטעווען עטליכע בתי חיים איבער די וועלט ובארץ און האט נאכנישט קיין צייט מופיע צו זיין
Are Satmar bani brak & Jerusalem Mhr"a also getting money, since they don't take from government funds
Just asking
מסתמא אז די רבי וועט שיקען נעמען העל מיר לכ' באקריגען
די פראגע איז נאר צו מען מעג להלכה נעמען פון הולכים לבג''ץ
וואס דער בג''ץ איז ערגער פון בית המינים
העל'מיר ווארטען אויפען בלאט קומענדע וואך פותר צו זיין די איבעיא
You have a sense of humor, but as far as I heard, it was by invitation only, where they invited?
I assume that not since they probably didn't submit a application.
רבי זלמן דעליווערט היצט נאך א מעסטער ספיטש אהן האבען די סטעידזש שרעק וואס ער האט געהאט ביים בחירות מעמד
זיצט אין 550 נעבן די ביעמ'ס אויפען פאטעל מיט א קאווע דערביי און זיפט פון צייט צו צייט און איז משמיע פערל רייד
יש אומרים ס'איז בלויז א טעיפ רעקארדער וואס מען האט אנגעצינדען דארט אין זאל
די געשעפט העט אים ערמעגליכען יעדעס יאר עטליכע רעדעס פאר'ן ערליכען אידנטום בארה''ק
שעפטל וועיק אופ ביטע וועק אויף די גבאים און די ספינער'ס מען זאל שוין ערלעדיגען פאר רבינו שליט''א ענליכע צוזאמקימען להשמיע את דבר ד' לירושלים עיר קדשינו
סתם מיט לעקן יעדן מחטט אין די געביין פון קברי קדמונינו און קישען די בלז'אים און די אבלים פון ש''ס ברענגט נישט קיין ערנסטע רעזולטאטען לקהילתנו הק'
און אפילו דאס ברענגען חבד'סקע היצט אין לונדון גלייב'ך אויך נישט וועט צופיל העלפן
א שוויצער
סתם דיר צו זאגן :
דו שפילסט עקלדיג
outspoken אבער דאך 2 מיליון איז נישט אוועקצומאכען...
וויפיל מוסדות אין קהילות באקומען פון דעם תמיכה, ווייסט איינער?
אין וויפיל איינגעשטעלטע האט יעדער פון די מוסדות?
דער שכר לימוד, אין קאמפיינס באצאלען פאר אלעס בתוכם, שטאב, טראנספערטאציע, לעקטער, געז, עסן, וכיוצ"ב,
בלייבט נאר איבער א צוויי מיליון דוללער'דיגע לאך פער יאר?
די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון דער מדינה, קוקט נישט אן 'קרן הצלה' ווי א נדבה, נאר ענדערש ווי - אנשטאט פון דער מדינה נעם איך פון דיר, טאקע ווייניגער וואס איך וואלט באקומען פון דער מדינה, אבער 'קרן הצלה' שיקט מיר דעם נויטיגען סכום.
וואס דעמאלס האט 'קרן הצלה' מיט סאטמאר, טאקע איהר מייסד איז געוועהן א סאטמארער, אבער דער סאטמאר רב זעלבסט האט דאס נישט איינגעזעהן ווי א סאטמערע זאך נאר ווי א הלכה/השקפה, וואס אלע אידן דארפען דאס נאך גיין ולאו דוקא א סאטמערע.
דולה ומשקהoutspoken אבער דאך 2 מיליון איז נישט אוועקצומאכען...
וויפיל מוסדות אין קהילות באקומען פון דעם תמיכה, ווייסט איינער?
אין וויפיל איינגעשטעלטע האט יעדער פון די מוסדות?
דער שכר לימוד, אין קאמפיינס באצאלען פאר אלעס בתוכם, שטאב, טראנספערטאציע, לעקטער, געז, עסן, וכיוצ"ב,
בלייבט נאר איבער א צוויי מיליון דוללער'דיגע לאך פער יאר?
די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון דער מדינה, קוקט נישט אן 'קרן הצלה' ווי א נדבה, נאר ענדערש ווי - אנשטאט פון דער מדינה נעם איך פון דיר, טאקע ווייניגער וואס איך וואלט באקומען פון דער מדינה, אבער 'קרן הצלה' שיקט מיר דעם נויטיגען סכום.
וואס דעמאלס האט 'קרן הצלה' מיט סאטמאר, טאקע איהר מייסד איז געוועהן א סאטמארער, אבער דער סאטמאר רב זעלבסט האט דאס נישט איינגעזעהן ווי א סאטמערע זאך נאר ווי א הלכה/השקפה, וואס אלע אידן דארפען דאס נאך גיין ולאו דוקא א סאטמערע.
איז וואס פונקטליך מיינסטו ארויסצוברענגען????????
וואס דארף מען די גאננצע טיילונג סאטמאר האט דאך שוין קרן הצלה?
ואת"ל ס'איז נישט גענוג דעמאלס נעם די גאנצע געלט וואס דו האסט יעצט צוזאם גענומען און געב עס פאר קרן הצלה זאלן זיי עס טיילן צו וואס דארף מעו דא א עקסטערע טיילונג ?
טוט דאס נישט שוואך מאכן און שווער מאכן פאר קרן הצלה אז ס'איז דא דער טיילונג?
דרשת האדמור מסאטמאר ביים מעמד קידוש השם חלוקת שקל הטהור למאה מוסדות על טהרת הקודש
איך ווייס איין זאך. אז ער שיקט און טיילט געלט פאר די מוסדות על טהרות הקודש דארף מען אים מחזיק זיין, א קרוב מיינער וואס פירט א מוסד און א"י (וואס הייסט נישט סטמר, נאך נעמט נישט קיין געלט פון די מדינה) האט מיר געזאגט אז ער האט שוין אסאך מאל געטראכט פון פארשפארן און פינקט ווען ער איז געווען געפערליך דערשטיקט און געווען ווען אדמו"ר מסטמר ר' זלמן לייב איז געווען דארט און באקומען א שיינע נתינה (ער האט מיר געזאגט אז עס איז געווען אריבער 100 דאללער א קינד) און יעצט אויך פינקט ווער ער איז געווען דערשטיקט האט ער באקומען א הערליכע נתינה
דורות באריכט די חלוקה אויף די העד ליינס
טאקע? אויף די העדליינס?
דעת תורהטאקע? אויף די העדליינס?
וואס שטערט דיר א יוד פרייט זיך מיט'ן באריכט???
נאר ווען דער יתד, המודיע, צו להבדיל די ניו יארק טיימס האבען עפעס אויפען העדליין טאר מען ווערן עקסייטעד?
גאנצלוואס דארף מען די גאננצע טיילונג סאטמאר האט דאך שוין קרן הצלה?
ואת"ל ס'איז נישט גענוג דעמאלס נעם די גאנצע געלט וואס דו האסט יעצט צוזאם גענומען און געב עס פאר קרן הצלה זאלן זיי עס טיילן צו וואס דארף מעו דא א עקסטערע טיילונג ?
טוט דאס נישט שוואך מאכן און שווער מאכן פאר קרן הצלה אז ס'איז דא דער טיילונג?
דאס איז דאך שוין א אלטע זאך, ר' זלמן וויל צוברעכן יעדע דבר שבקדושה וואס דער רבי ז"ל האט אויפגעשטעלט..........
איך מיין גראו אפ, איך ווייס אז פאר חסידי מהר"א שמעקט נישט די גאנצע עסק, אבער טא בעד.
איך האב געהערט אין ראדני אז פסח קומט נאך געלט
לפי דער בלו-פרינט זאגען זיי אז בקרוב וועט אי''ה ווערן יערליך נתחלק צווישען צוואנציג און פינעף און צוואנציג מיליאון שקלים
כתר מלכותגאנצלוואס דארף מען די גאננצע טיילונג סאטמאר האט דאך שוין קרן הצלה?
ואת"ל ס'איז נישט גענוג דעמאלס נעם די גאנצע געלט וואס דו האסט יעצט צוזאם גענומען און געב עס פאר קרן הצלה זאלן זיי עס טיילן צו וואס דארף מעו דא א עקסטערע טיילונג ?
טוט דאס נישט שוואך מאכן און שווער מאכן פאר קרן הצלה אז ס'איז דא דער טיילונג?
דאס איז דאך שוין א אלטע זאך, ר' זלמן וויל צוברעכן יעדע דבר שבקדושה וואס דער רבי ז"ל האט אויפגעשטעלט..........
איך מיין גראו אפ, איך ווייס אז פאר חסידי מהר"א שמעקט נישט די גאנצע עסק, אבער טא בעד.
קודם לקיים מה שנאמר ענה כסיל
זייט זיכער אז ווען ר' אהרן טוט דעס ווען וואלט די גאנצע איד געווען ביזי מיט השמצות חרמים וקינוים קללות פון מיילעך שטערן און אלע גראו אפ'ס שוין ווידער דער חרינער איז משנה און ברענגט אלעס אונטער פונים רבינ'ס הארעוואניע מילא שריי נישט אזוי
און יעצט אפשר קענסטו מיר טאקע זאגן וואס איז די איידיע און וואס איז די געלט פארוואס קען עס נישט געטיילט ווערן דורך קרן הצלה
איז דאס א הוספה ?
אדער פאר באזונדערע מוסדות ? באזונדערע צוועקן ?
אז דו ווייסט נישט מוזטו נישט ענטפערן איך פרעג טאמער איינער ווייסט צו ער קען דאס מסביר זיין
קריך נישט אוועק צו קיין צימעס
זינט ר' אהרן האט דאס נאך נישט געטהון קען איך דיר נישט אויפווייזן דעריבער וועל איך נישט מקיים זיין דעם ענה כסיל.
לגבי דיין שאלה פארוואס עס גייט נישט אינאיינעם מיט קרן הצלה, וועסטו מיזן פרעגן דיין גאון א ענטפער אויף דעם, ס'קען זיין עס האט מיט כל לרבות, אדער מיט די ברייתא דרבי ישמעאל.
כאילו דו פארשטייסט נישט......
כתר מלכותזינט ר' אהרן האט דאס נאך נישט געטהון קען איך דיר נישט אויפווייזן דעריבער וועל איך נישט מקיים זיין דעם ענה כסיל.
על דא נאמר מאכט זיך ווי א תם און שטויסט ווי א מועד
לגבי דיין שאלה פארוואס עס גייט נישט אינאיינעם מיט קרן הצלה, וועסטו מיזן פרעגן דיין גאון א ענטפער אויף דעם, ס'קען זיין עס האט מיט כל לרבות, אדער מיט די ברייתא דרבי ישמעאל.
כאילו דו פארשטייסט נישט......
איך קען פרעגן אבאמא אויך
מיין טייערע פריינט איך האב דיך ליב אהבת נפש אבער איך וויל דיר אויסלערנען א וויכטיגע זאך אין לעבן
אויף א זאך וואס מ'ווייסט נישט זאגט מען איך ווייס נישט איך בין נישט אויסן צו הערן סתם זייטיגע אויסבראכן
איך האב די ערשטע מאל געהערט פון דעם גאנצן חלוקה איך האב אין ערגעץ נישט געליינט וועגן דעם וויל איך וויסן חלוקה זו מאי היא גארנישט מער
קודם יישר כח פאר מיר אויסלערנן אזא וויכטיגע זאך אין לעבן, אבי מ'זאגט אז ר' אהרן'ס מענטשן זענען נישט קיין פיינע.
יעצט לגופו של ענין (אויב די פארשטייסט טאקע נישט). איך זעה נישט קיין שום סיבה עס צו דארפן טיילן אינאיינעם מיט קרן הצלה. וואס פארדינט קרן הצלה דערפון, אדער וואס פארלירן זיי אז מען טיילט דאס עקסטער. בנוסף לזה וואס די חלוקה איז געווען אין א אנדערע צייט.
איך גלייב אז דיר איז אויך נישט שווער די גאנצע ענין, ס'איז פשוט א אומפארגינערישקייט. אויף דעם האב איך דיר שוין געזאגט גראו אפ. ס'איז זייער נעריש אראפ צורייסען א שונא אויף יעדע טריט און שריט (און נאכדעם זאגן אז אין דער איד "וואלט געשטאנען" וכו' מאכט דעם טיפשות און שנאה גאר בולט'דיג.)