☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » צוויי מיליאן דאלאר חלוקה געלט לחינוך עטה''ק

צוויי מיליאן דאלאר חלוקה געלט לחינוך עטה''ק

88 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4913
בלאט: 1 2

היימישער » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:49 pm

· #157273
גאנצל
כתר מלכות
גאנצל
וואס דארף מען די גאננצע טיילונג סאטמאר האט דאך שוין קרן הצלה?
ואת"ל ס'איז נישט גענוג דעמאלס נעם די גאנצע געלט וואס דו האסט יעצט צוזאם גענומען און געב עס פאר קרן הצלה זאלן זיי עס טיילן צו וואס דארף מעו דא א עקסטערע טיילונג ?
טוט דאס נישט שוואך מאכן און שווער מאכן פאר קרן הצלה אז ס'איז דא דער טיילונג?


דאס איז דאך שוין א אלטע זאך, ר' זלמן וויל צוברעכן יעדע דבר שבקדושה וואס דער רבי ז"ל האט אויפגעשטעלט..........
איך מיין גראו אפ, איך ווייס אז פאר חסידי מהר"א שמעקט נישט די גאנצע עסק, אבער טא בעד.


קודם לקיים מה שנאמר ענה כסיל
זייט זיכער אז ווען ר' אהרן טוט דעס ווען וואלט די גאנצע איד געווען ביזי מיט השמצות חרמים וקינוים קללות פון מיילעך שטערן און אלע גראו אפ'ס שוין ווידער דער חרינער איז משנה און ברענגט אלעס אונטער פונים רבינ'ס הארעוואניע מילא שריי נישט אזוי

און יעצט אפשר קענסטו מיר טאקע זאגן וואס איז די איידיע און וואס איז די געלט פארוואס קען עס נישט געטיילט ווערן דורך קרן הצלה

איז דאס א הוספה ?
אדער פאר באזונדערע מוסדות ? באזונדערע צוועקן ?

אז דו ווייסט נישט מוזטו נישט ענטפערן איך פרעג טאמער איינער ווייסט צו ער קען דאס מסביר זיין

קריך נישט אוועק צו קיין צימעס


די הנהלת קרן הצלה איז געווען אינוואלווד און די יעצטיגע טיילונג, נאר זיי האבען נישט געוואלט אז עס זאל זיין אינטער זייער נאמען ווייל זיי ווילען נישט ציגעוויינען די מוסדות אז זיי טיילען מער ווי 2 מאל א יאר, אלע איינדערע חליקות זאלען גיין אויף איינדערע נעמען, ווען מהר"א שליט"א איז געווען און א"י האט ער אויסגעטיילט 2.5 מיליאון דאללער פאר די מוסדות + בייצאלט צו בויען א נייע מקוה ערגעץ, עס האט ב"ה גארנישט ציטיען מיט פאליטיק ביזדערווייל,

חזק ואמץ פאר מהרז"ל שליט"א פארן אויסטיילען יעצט די סכום פון 2 מיליאן דאללער + וואס ער האט געטיילט בערך א האלב יאר ציריק ווען ער איז דארט געווען ביי די חתנה
חזק ואמץ פאר מהר"א שליט"א פארן אויסטיילן 2.5 מילאון דאללער אריבער א יאר ציריק אלול תשע"ב

גאנצל » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:04 pm

· #157277
זאגסטו אז קרן איז געווען אינוואלווד אין דעם טיילונג זיי האבן עס נאר נישט געוואלט טיילן ווייל זיי האבן נישט צוגעוויינען די מוסדות זאל נישט ווערן אדיקטעד איך פארשטיי

פארוואס האט מען טאקע נישט געווארט מיד די חלוקה ביז פסח איז יעצט געווען עפעס אן עמערדזשענסי? מילא ווען איינער פארט אויף א"י איז נארמאל מיטצוברענגען עפעס אבער סתם אינמיטן א גרינעם דינסטאג? האט מען נישט מורא אז זיי וועלן זיך צוגעוויינען און מ'וועט אנהייבן מוזן דערליווערן וועכנטלעך און מ'וועט דארפן מאכן צופיל אקציעס? און דער עולם וועט געבן ווייניגער פאר קרן?

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:35 pm

· #157284
היסטאריע פון תש''מ עדה''ח=בעלז
דער איד איז לעצטענס שטארק פארנומען צו באשרייבען בפרטיות אלע פארלאפענע תקופות פון מלחמות ביי רבותינו הק' איבער נהנה זיין ממקורות זרים

דער איד דעי וואך פעידזש 16 ביים תורה אפטיילונג גייט אריין אין די היסטארישע פרשה תש''מ ווען די ריס צווישען די עדה''ח און בעלז האט זיך אנגעהויבען אין די רבני אמעריקאהאבען שטארק מגונן געווען די עדה''ח צו שטיין על המשמר ניש צוצולאזען אז ערליכע מוסדות זאלען נהנה זיין משולחן איזבל

ס'איז א פלא זיי ברענגען נישט די היסטארישער בריוו פינעם אלטען סקולענער רבי זצ''ל איבער יענע תקופה

I'm back » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 11:08 am

· #157440
טאקע א פלא...

נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:58 am

· #182908
לעיקוואוד בעהט שטיצע
ישיבת לעיקוואוד בי-ם זאגט זיי ווילען אפהאקען די ציוניסטישע געלט, קומט בעטן הילף ביי סאטמאר

'בחדרי חרדים

השבוע התקיימה אסיפה חגיגית והיסטורית בבית האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר, בהשתתפות הגאון רבי מלכיאל קוטלר ראש ישיבת לייקווד והגאון רבי יעקב אליעזר שוורצמן ראש ישיבת לייקווד בירושלים ונכדו של הגר"א קוטלר זצ"ל. במהלך האסיפה הצהיר הרב שוורצמן, כי ישיבת לייקווד בירושלים מפסיקה לקבל תקציבים מהממשלה. מיד לאחר ההצהרה ושתיית 'לחיים' לרגל הבשורה, עברה האסיפה לפסים מעשיים. האדמו"ר זימן לביתו על אתר עשרה נגידים מחסידיו, וביקש מהם שיתמכו בכל מאודם בישיבת לייקווד בירושלים. כמו כן הזמינו במקום כמה עסקנים כדי להקים וועד נאמנים לישיבה בארה"ב, שידאגו לממן אותה. בנוסף, האדמו"ר יצר קשר עם כמה נגידים בארה"ב והזמין עצמו לביקור במעונם, יחד עם הגר"מ קוטלר, על מנת לקבץ כסף בשביל הישיבה. בסאטמר קיבלו את הבשורה בהתרגשות אדירה, וציינו בסיפוק: "אנו רואים כיום במוחש שנבואת הרה"ק ה'ויואל משה' מסאטמר זי"ע מתקיימת במלואה והישיבות בארץ הקודש, אינן יכולות עוד לקבל תקציבים מממשלת השמד, בלא לקבל עליהם את התכתיבים של הממשלה כמו גזירת הליבה, גזירת גיוס ועוד". כמו כן הודיעו ראשי החסידות שהם מתייצבים מאחורי הבטחת האדמו"ר, שהצהיר בקיץ העבר, שהוא מוכן לעזור לכל ישיבה בארה"ק שתקבל על עצמה להפסיק לקבל תקציבים מהממשלה. "נגידי החסידות ייהנו לפזר כמה כסף שזה רק יעלה, כדי לעשות נחת רוח לאדמו"ר מסאטמאר זצ"ל בעולם העליון, על מנת להעביר כמה שיותר מוסדות לרשת חינוך הטהור בארץ הקודש" אומר אחד מראשי החסידות.

.

פיינע קאווע » דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:45 am

· #182932
אויך מיר א אויפטוה ער איז געקומען בעטן געלט.

איש עברי » דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:38 pm

· #182949
דערמאנט מיר וואס ר' אברהם יושע'לע בריסקער האט געזאגט: נעמען געלט פון די מדינה איז אתנן זונה, שנארן ביי די סאטמארע איז מחיר כלב
ותועבת ה' גם שניהם

נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:39 pm

· #182952
פרישע נייעס @היימישער ליטוואק @לעיקוואד @ליטוואק פון בודאפעסט
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3040387&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

מען זעהט אז די ליטאים כאפען זיך שוין ביים קאפ

לאמיר האפען די וואס ביי זיי איז נשתכח געווארען אדער פרובירען צו שפילען כאילו לא נשתכח זאלען זיך שוין אויפוועקן

נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:40 pm

· #182953
איש עברי
דערמאנט מיר וואס ר' אברהם יושע'לע בריסקער האט געזאגט: נעמען געלט פון די מדינה איז אתנן זונה, שנארן ביי די סאטמארע איז מחיר כלב
ותועבת ה' גם שניהם

דא איז ער פלוצים געווארען עברי'ס גוט זאגער

איש עברי » דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:47 pm

· #182956
נאר פרייליך אפשר ביזטו מער מסביר וואס זיי האבן איינגעזעהן? יעדער איינער וואס הערט אויף נעמען געלט איז א פליק אין פרצוף פון די סאטמאר רב וואס לויט זיין חשבון וואלטן שוין די אלע לאנג געדארפט זיין געשמד'ט און דינען אין מיליטער,
סאטמאר רב האט געשוואוירען ביי זיין בארד אז די אלע וואס נעמען געלט וועלן זיך אונטערגעבן צו יעדע בקשה פון די ציונים און וועלן לויפן אין מיליטער אויף אלע פיר.
דערווייל קען מען נישט אנצייגען קיין משהו חילוק צווישן די וואס האבן זיך געשטאפט מיט געלט און די ברכיים אשר לא כרעו לבעל, ביידע זענען ווילד און עקסטרעם לדאבונינו.
אלזא פונקטליך ווער האט געווינערן די היסטארישע ויכוח?

היימישער ליטוואק » דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:49 pm

· #182958
נאר,,פרייליך
פרישע נייעס @היימישער ליטוואק @לעיקוואד @ליטוואק פון בודאפעסט
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3040387&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

מען זעהט אז די ליטאים כאפען זיך שוין ביים קאפ

לאמיר האפען די וואס ביי זיי איז נשתכח געווארען אדער פרובירען צו שפילען כאילו לא נשתכח זאלען זיך שוין אויפוועקן

כנראה איז דאס א רומאר בעלמא (שקר בלע"ז).

איש עברי » דינסטאג פעברואר 11, 2014 1:51 pm

· #182959
נאר פרייליכס קאנפידענץ אין די שיטה הקדושה איז באזירט אויף נפיחה'ס פון ניק'ס אין בחדרי

איש עברי » דינסטאג פעברואר 11, 2014 2:09 pm

· #182969
נאר,,פרייליך
איש עברי
דערמאנט מיר וואס ר' אברהם יושע'לע בריסקער האט געזאגט: נעמען געלט פון די מדינה איז אתנן זונה, שנארן ביי די סאטמארע איז מחיר כלב
ותועבת ה' גם שניהם

דא איז ער פלוצים געווארען עברי'ס גוט זאגער

עי' אשכול א נער זאגט אויך אמאל א גוטס

נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:00 pm

· #182997
עברי האט פון קיין סאטמאר רב קיינמאל קיין שיטה נישט געלערנט און נישט געהארכט וואס ער זאגט ער איז נאר דא אויף ווען די ציוניסטישע פאנד''ס זענען אויף געהאקטע, איז ער דא צו איבערזאגען וואס סאטמאר רב האט געזאלט האבען געזאגט,

גיי זיי מספיד ווייטער די העלדישע שרי וראשי הממשלה און לאז געמאכט סאטמאר רב זאגט נישט איבער זיינע רייד מיט אייער שמוציג און טמא'נער מויל,

ייש''כ.

היימישער ליטוואק
נאר,,פרייליך
פרישע נייעס @היימישער ליטוואק @לעיקוואד @ליטוואק פון בודאפעסט
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3040387&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

מען זעהט אז די ליטאים כאפען זיך שוין ביים קאפ

לאמיר האפען די וואס ביי זיי איז נשתכח געווארען אדער פרובירען צו שפילען כאילו לא נשתכח זאלען זיך שוין אויפוועקן

כנראה איז דאס א רומאר בעלמא (שקר בלע"ז).


אזעלכע רומאר''ס זעלבסט, ובנוסף צו די פריערדיגע באריכט ווי ליטאים זענען געקומען בעטן הילף פון סאטמארע תומכים צייגט אז ערגעץ האלט מען שויןמיט די ליטאים לאמיר האפען אז נאך מוסדות וועלן זיך עפענען די אויגען צו זעהן אוואו מען איז אנגעקומען.

עברי גיי דין ערלאך אין צה''ל און לאז דעם עולם געמאכט.

נאר,,פרייליך » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:30 pm

· #183004
עס קומען פאר אסיפות איבער א קרן להחזקת מיר

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=64712">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=64712</a>

ס'א ווייטאג אז בזמן וואס עטליכע האבען די קאפ אויפען ארט צו זאגען גוד ביי פאר די ממשלה זיצט דער פארזיצער פון דגל און ווערט א גאנצער באשיצער אויף די ישיבות ההסדר און חב''ד, דערלעבט!
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=64710">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=64710</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:10 pm

· #183064
איך פארשטיי נישט פונקט די מחלוקת צווישען די צוויי מארמערושע גאוני הדור מיט זייער ברידערליכע ליבע, איז דער אשכול נישט אזוי וויכטיג צו מיר. אבער דער מעלדונג וועגען דער ראש ישיבת מיר האט מיר זייער געפרייט.
ווען מדינת ישראל האט געמאלדען צו העלפען ישיבות און חדרים מיט געלט, האבען כמעט אלע גדולי ישראל איינגעזען אז מ'זאל נעמען דאס געלט. די וואס זענען געווען נאנט צום מצב האבען געזען אז דער ציבור פון שומרי מצוות דארפען זיך פארלייגען אויף איין זאך: פארשפרייטען און האלטען לימוד התורה און חינוך התורה. פונדערווייטענס איז לייכט זיך צו עקעלען פון 'טריפה'נעם' געלט (פארוואס דאס עקעלט מער ווי גניבה און געלט זיך אפזאגען פון א דאללאר פון א מענטש וואס אלע ווייסען אז זיין עשירות קומט פון בורא מאורי האש וכדו'?), אבער די וואס האבען געזען דער מצב פון נאנט האבען אנדעריש פארשטאנען. דאס איז געווען א קאנצענזוס פון אלע גדולי הת"ח שבדור אין א"י אחוץ דער בריסקער רב. ער האט עס אנדעריש געזען, לכאורה ווייל דאס איז אלס געווען זיין גאנג אז די קלענסטער צד הפסד איז שוין אסור, און רווחים זענען נישט מצדיק קיין הפסד אע"ג אז ס'איז נישט קיין אפענעם איסור. (אלע זענען מסכים אז אן איסור טאר מען נישט טוהן פאר א ריוח, זאגאר א ריוח רוחני, אבער דא רעט זיך נישט פון אן איסור, נאר א צד סכנה). למעשה איז געבליבען דער פסק להיתר פון כמעט אלע גדולי הדור אחוץ הנ"ל, און מ'האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות. דער וואס ווייסט עפעס פון היסטאריא קען אנמערקען וויפיל חינוך עצמאי קינדער זענען אויפגעוואקסען תלמידי חכמים מובהקים. כמעט אלע ת"ח אין א"י כהיום האבען געלערנט אין ישיבות אדער חדרים וואס האבען גענומען געלט פון די מדינה, און מ'זעט אז דער ריוח איז געווען אן אמת'ער.
ווידער יעצט זעט מען אז דער צד הפסד איז געווען א פחד שוא. למעשה ווען ס'קומט די צייט, פארשטייט מען אז מ'דארף זיך אמאל אפשיידען. דער מירער ראש ישיבה איז דער פערדער דור פון ראש ישיבה'ס. נארמאל ביז צום פערדען דור איז דער זאך אזוי קאראפטירט אז מ'קען עס שוין נישט דערקענען. זיין עלטער זיידע ר' אליעזר יוד'ל איז געווען ביים אסיפה מתיר צו זיין נעמען געלט פונ'ם מדינה און צו איהם איז געשריבען געווארען דער בריסקער רב'ס א בריוו דאקעגען. זיין עדים איז געווען ר' ביינוש און זיין עדים איז געווען ר' נתן צבי און דער היינטיגע איז ר' נתן צבי'ס א זוהן. נו, אז ס'קען זיך האלטען פעסט אזויפיל דורות איז טאקע א נחת. מ'זעט קלאר אז ווען מ'דארף זיך שלאגען מיט די אפיקורסים, איז די איינציגסטע געווער איז פארשפרייטען תורה. דערמיט דארף מען נישט מאכען קיין מצב פון 'פוי' און מ'דארף נישט מורא האבען פון דער תאוות הנצחון וואס קומט ארויס דערפון און מ'דארף זיך נישט טוישען קיין תורה און מצוות דערפאר. אוודאי דער יצה"ר רוהט זיך נישט אפ פון לומדי תורה אויך, אבער עכ"פ אליינס האט מען נישט געמאכט דער פראבלעם מיט א חינוך פון שלאגען. דאס האט דער חזון איש פראבירט צו זאגען פאר'ן סאטמארער רב ווען ער איז געווען ביי איהם, אבער ס'איז ליידער נישט אריין ביי איהם אין קאפ. ער איז נישט געקומען צו הערען פונ'ם גדול הדור זיין מיינונג, נאר געוואלט אויסשמועסען זיינס. אבער די וואס האבען גהארכט דער קול פונ'ם חזו"א, און פארשטאנען אז אלס איז נישט וויכטיג און ס'וועט גארנישט צוברענגען אחוץ עפענען ישיבות און שטיצען לימוד התורה, האבען געזען די הצלחה פון די גאנג ווען ס'האט זיך צושפרייט תורה אויף אזא איכות'דיגע פארנעם, (און א כמות'דיגע אויך, אבער דאס איז ווייניגער אינטרעסאנט) און כל הנוטל עצה מן הזקנים אינו נכשל איז מקויים געווארען.
ברוך שמסר עולמו לשומרים.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:23 pm

· #183082
איש עברי
דערמאנט מיר וואס ר' אברהם יושע'לע בריסקער האט געזאגט: נעמען געלט פון די מדינה איז אתנן זונה, שנארן ביי די סאטמארע איז מחיר כלב
ותועבת ה' גם שניהם

יא: ס'אבער דא (פון די קלוגע) וועלכע זענען מקיים ביידע תועבות. אי זיי נעמען געלט פון די מדינה (מיט אן אנדערן נאמען פארשטייצעך, און א פי.או. באקס) און נאכדעים שטעלן זיי אן א פנים ווי א תם און א קנאי און זיי קומען נעמען געלט ביי קרן הצלה. 😎 😕 😂 🙄 😈 😈 (א פיקטשער פון א כלב קען איך אראפלייגן. אויף די אנד'ערע איז נישט דא קיין סמיילי.( 😲 😮 😛 😳 😮

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:48 am

· #183148
דיין רצון @ליטוואק פון בודאפעסט צו משקר זיין במילתא דעבידי לגלויי, און צו פירען צו דיינע ענגע החלטות, איז עפעס למעלה מהשגתינו כמב' בארוכה במק''א, איז דא בלויז איין אינטערעס אין דיינע נאכפארשען זאכען ווי מ'קען אפירקראצען צלם-הארציקייט ותו לא.

דער איסור און התנגדות קעגן נעמען געלט פון הגרי''ז מ'בריסק איז געווען ווייל ער האט גע'טענה'ט אז דאס איז ''מסירת המפתחות בידי מפירי' ''
און ליידער ליידער זעהן די וואס זענען ניש פארשטעלט מיט צלם-הארציקייט דעם אמיתות הטענה וואס מען זעהט היינט לפנינו בולט דבריו הבהירים, דיין רצון צו משקר זיין און פארדרייען היסטאריע קענסטו שווער מצליח זיין ווען זיינע קינדער לעבן נאך און יעך האב עס געהערט פון זיי,

ולהוי ידוע אז דיין קוק אויף ישיבת מיר ווי כאילו אויב ס'וועט געלונגען זיי צו כאפען אצינד און זיי זאלען זיך אפשאקלען פון די ציוניסטיש געלט, הייסט אפגעראטעוועט די סכנה פון געלט...
איז'ס ווידער פון דיין בליק באגלייט מיט גאות און שחצנות מ'צלם-הארציקייט, בו בזמן וואס די האסט געשריבען דיינע רייד : איז נתפרסם געווארען שאקירענדע ידיעות איבער הסכמים פון די ממשלה מיט חרדישע אידען איבער גיין אין מיליטער ועוד, די פשרות מחצר דגל איז באקאנט איבעראל נאכען סערות הקלטות, שעמסט דיר ניטאמאל צו גיין זאגען אז מען טוט גארניש פאר געלט ? ? און מען לאזט אלעס איבער, ווי נאר מען זעהט די סכנה, ביסט א סעמפל פון א געשטאפטער פון ציוניסטישע דעות רח''ל

און דאס וואס דא און דארט הערט מען נאך אז איטליכע מנהלים שאקלען זיך אפ מכספי המדינה איז צו פארדאנקען די חסדי ד' אז איטליכע איינצעלנע גדולים האבען געהאט אן אמת'ער בליק בגודל קדושת תורתם וואס האט זיי באלאכטען צו זעהן דעם ''אמת'' און ''ווארהייט'' איבער די יחס פון אידען להמדינה

אשרינו אשרינו !! וחסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:52 am

· #183149
ווען דרעי האט איבערגעגעבן די חינוך שליסלען לגמרי פאר די ציוניסטישע ממשלה איז דאס נישט מסירת מפתחות לידי מפירי התורה ? ? ? ?

ווען די חב''ד'סקע און ישיבות ההסדר געבן נאך גאנצעטע פארלאנגען פון די מפירי התורה איז דאס נישט מסירות מפתחות ??????

ווען די חצר '''חזון איש 5''' שטייט און ארבעט יד ביד מיט די מפירי התורה אידאס ניש מסירת המפתחות ?? ?? ???

ליטוואק ביטע גיי טרינק ווייטער דיין מילעך און נאך כמב', און לאז דעם אידיש פאלק געמאכט.

איש עברי » מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:29 am

· #183158
כדרכו של נאר פרייליך איז ער געגאנגען על דרך המסורה לו מבית מדרשו של רביה"ק צו האקן אין די וועלט אריין אבי צו בלייבן מיט די לעצטע ווארט,
ער האט אריבערגעפירט די ויכוח צו דרעי חבד הסדר, וואס יעדער פארשטייט אליין אז לא עליהם אנו דנים, און אויב איז שייך צו ברענגען א ראיה פון דרעי איז עס אויף די פארקערטע זייט אז בלויז א דאנק די ממשלה'ס שטיצע האט מען מציל געווען מזוטו של ים קרוב צו א מיליאן ספרדישע קינדער, [נישט אריינגערעכנט די צוויי מניינים קינדער פון זלמן לייב פילאפ'ס ת"ת לילדי הספרדים]
אלזא צו לעזן די פראבלעם וואס די רבי האט געכאפט א סטראוק האט מדינת ישראל צוגעשטעלט ריזיגע פאנדן האט מען אויפגעשטעלט א וועלט פון ספרדישע פרומע אידן.
ווייטער דיין טענה פון חזון איש פינף איז בכלל נישט ראוי צו קיין התייחסות ווייל עס איז העסליכע שקרים פון פינסטערע עלעמענטן וואס טוען מבזה זיין דעם אדם גדול וקדוש פאר עקלהאפטיגע פאליטישע חשבונות.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:04 am

· #183162
כפי מיטב ידיעתי דאס באדייט פונ׳ם ווארט ציונות מיינט זיך אויסלייזען פאר די צייט. ס׳מיינט אויך דער גלויבונג אין כחי ועצם ידי זיך נישט אונאערווארפען אונטער גזירת מלכותו ית׳ און א ׳רעכט׳ צו מאכען אייגענע געזעצען און מסכן זיין אידען פאר׳ן אידיאל. ווידער דאס נעמען געלט פונ׳ם מדינה איז א בעיטה אינ׳ם שטיקעל תורה פון כח הפועל בנפעל. וויאזוי בין איך אנגעשטאפט מיט ציוניסטישע דעות ווייל איך בין נישט מקבל דער א.ג איסור פון נעמען געלט? איך גלייב נאר נישט אז די סכנה וועגט איבער דער ריוח.
נאר מ׳קען זאגען דער פשט באופן פשוט און דערמיט מסביר זיין אן אנדערע שווערקייט בדברי קדשו פון הרב הנער. די פראבלעם פון ציונות איז אז ס׳איז נישט ׳היימיש׳ ותו לא. און דאס איז טאקע דער גאנצע איסור פון נעמען געלט, ווייל ס׳איז נישט היימיש דורך די הייליגע הענט פון ליפא לעפקאוויטש. און מיט אט דער חידוש פארשטייט מען פארוואס דער פרייליכער האט אריינגעשמוגעלט בסו׳׳ד דער ענין פון די מילך וואס כפשוטו צ׳׳ע מאי שייטיה להכא. נאר יעצט איז מיושב כמין חומר. די מילך אין אמעריקא וואס די רעגירונג היט פון דבר טמא, וואס כמעט אלע גדולי הרבנים (נישט מיט שטעקענעס) האבען מתיר געווען, אזוי ווי דער חזון איש דער רידב׳׳ז הרב הענקין און ר׳ משה פיינשטיין, איז נאך א משל פון א ׳היימישער׳ איסור וואס האט גאנץ ווייניג צו טוהן מיט די תורה שקבלנו בהר סיני.
איך גלייב נישט אז אין די לעצטע דרייסיג יאר האט מען געהערט אזא געזונטע שבת הגדול דרשה אין וומסב׳׳ג.און יעצט ׳עלען מיר זיך נעמען רעדען פון ביי-האר....
אגב, הער איך רז דער מירער ישיבה געבט טאמעטא דיפ ביים סעודה שבת, איז ס׳הערשט אביסל א בלבול וועגען די היימישקייט מעסטונג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:53 am

· #183163
ר׳ פרייליך, קענסט נאכזאגען אן אנדערע שטיקעל בריסקער רב אויך? אפשר דער שטיקעל וועגען גחלת שפקעה הוממה אדער וועגען ערעור בעל השטר?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 5:57 am

· #183164
נאך א שאלה, פון וואנעט ווייסטו אז די פעולות פון רבינו בעל אילת השחר שליט׳׳א זענען פאר געלט? אז מ׳ליינט די דעת התורה הבהירה פון מרן רשכבה׳׳ג ר׳ מנשה פיליף שליט׳׳א קומט עס פון גאר אן אנדערע פלאץ.

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:15 pm

· #183244
מיט עברי זאל מיר ביטע מוחל זיין האב'ך ניש וואס צו ריידען גיי ביטע זיך מתעסק זיין בפגירת הראש הכופרים און צו באשמיצען נטרונא עסקנים פערסענלי
און גיי ביטע פון וואנעט די האסט אהער געוואנדערט.
....................
נאר צום דובר בשם ליטא המקורו ב'בודאפעסט וואס פארופט זיך אלס א עהרער צום ליטאישער עולם אימיר א פלא
דיין שנאת ע''ה לת''ח עד כדי נשיכה כחמור גרייכט אזוי ווייט אז די ווילסט דעם סאטמאר רב אינאיינעם מיט'ן הייליגען רבי ר' וועלוועלע אויפעסן ??

בשלמא ס'וואלט נאר געווען סאטמאר רב החרשתי אבער דיינע אייגענע גדולים וואס האבען געזען מיט א קלארקייט און בהירות ווי די שליסלאך פון תורה וועלן ליגען מיטן יונק זיין פון זייערע געלטער כמב' בהסערת הקלטות אז דער חזון איש פינעף פארהאנדעלט מיט זיי ועוד ועוד וואס פארהאנדלען צו ראטעווען די הייליגע געלטער

איז אנשטאט די זאלסט ארויסקומען מיט אן הכרזה כמה גדולים דברי רבי וועלוועל קומסטו מיט דיין שנאת ''עם הארץ'' לת''ח און די שרייסט גאר נגדו,בזמן וואס דער גרי''ז מ'בריסק האט גארנישט קיין שייכות געהאט צום כוח הפועל תורה
נאר האט געזעהן ווי די שליסלאך פון ''דיין תעירע'' ווערט איבערגעגעבן בידי מפירי התורה

דאס צלמ-הארציקייט פון דיינע רייד שפייען ארויס פון יעדן ווארט דיינער און שפייעכץ נגד דעם שר התורה דער הייליגער בריסקער רב.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:41 pm

· #183330
דער בריסקער רב האט גערעדט מיט 'בהירות און א קלארקייט'? ער האט חושש געווען טאמער מ'וועט עס איבערגעבען, און דער צד סכנה איז געווען גענוג הארב פאר איהם צו פארקוקען דער צד ריוח. ווידער רוב גדולי ישראל האבען אנדעריש געהאלטען. דער מצב היינט ווייזט אויף אז למעשה איז נישט געקומען דער צד סכנה. דאס איז א שנאה? דאס ווייזט אפילו נישט אז ער איז נישט גערעכט געווען. אז מ'ווייסט נישט וואס וועט זיין, און ס'איז מעגליך אז ס'וועט זיין א הפסד, טאר מען זיך נישט ריזיקירען, און אפילו טאמער ס'קומט אויס אז ס'איז נישט געשען דער זאך פון וואס מ'האט מורא געהאט, איז דאס נישט קיין פירכא. (לשיטותך, מעג מען רעדען פונ'ם רציחות פון אונגארישע אידען ביים קריג בשעת אז דער בעלזער רב זצ"ל האט געזאגט אז ס'וועט נישט געשען? דער מציאות איז א חוצפה צו זיין זכרון און ממילא טאר מען נישט רעדען דערפון? ער האט נישט מורא געהאט פון דער צוקונפט פון וואס ער האט נישט געווסט, און ממילא זענען זאכען געשען אן זיין וויסענשאפט. אזוי אויך דער בריסקער רב.)
און טאמער מ'זאגט היינט אז 'אלע זע'ען איין אז מ'טאר נישט נעמען געלט' איז דאס נישט קיין חוצפה צו גדולי ישראל וואס האבען אנדעריש געהאלטען? ממילא דער חזון איש, קענסטו אוועקמאכען מיט ריידע וועגען דער דעיטינ"ג סיסטע"ם צו דער צלם אין הארץ, אבער טשעבינער רב איז דאך נישט געגאנגען אויף א דעי"ט? און ווען מ'רעדט אקעגען די אגודה, ווייל די אונגארישע מיטל-מעסיגע רבנים האבען נישט געהאלטען דערפון, בשעת אז דער צדיק און חכם הדור דער חפץ חיים מיט ר' חיים עוזר האבען יא געהאלטען דערפון, איז דאס נישט קיין חוצפה? אלא מאי, אז די חברה האבען געהאלטען אנדעריש, און אזוי איז עס. וואס איז ארויסגעקומען פון די אגודה איז ווידער א נושא פאר תלמידי חכמים, וואס רוב האבען געהאלטען פאר נייטיג צו האבען אן אגודה רעפרעזענטירען אלע אידישע צוועקען פאר'ן וועלט, און א קליינע צאל תלמידי חכמים האבען אנדעריש געהאלטען. איז מה כל הרעש? וואס איז די חוצפה, וואו איז די האסס? נאר מענטשען (בלשון מושאל) וואס גייען ארויס 'מוחה' זיין אויף א פסק הלכה וואס געפעלט זיי נישט, ווען דער פוסק איז נישט ווייניגער א פוסק ווי זיין חולק, און טאמער ער וואלט געהאלטען ווי די מוחים, וואלט מען איהם געקרוינט אלס מנהיג הדור, זענען סתם פראי אדם, ליידאקעס, עמי הארץ, שונאי תורה און אומארנטליכע מענטשען, בכלל נישט לשם שמים. דאס איז פונקט אזוי גילטיג אויף די וואס רעדען מיט חוצפה אויף ר' משה שטרנבוך, ווי די וואס רעדען מיט חוצפה אויף הרב שך און הרב משה פיינשטיין, און הרב חיים קניבסקי.
איך פרעג דיר נאכאמאל, ווען דו נעמסט זיך אזוי אן פאר'ן בריסקער רב'ס כבוד, דו ווייסט נאך עפעס פונ'ם בריסקער רב צו זאגען, צו נאר איין בריוו? (ער האט נישט געזאגט אז דער וואס העלפט זיינע מוסדות וועט ער נישט שולדיג בלייבען)

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:06 pm

· #183346
לויט וואס איך פארשטיי, איז דער א. ג. סערת הקלטות וועגען באציאונגען צווישען רבינו בעל אילת השחר שליט"א און מענטשען פון מיליטער, ווארשיינדלעך צו פארמיידען דער דעמאקראטישע גאנג אין גאנצען. מ'רעדט נישט פון געלט און נישט פון מוסדות, נאר וויאזוי צו פארמיידען דער גיוס בני הישיבות פונ'ם מקור (א בחינה פון ממתיק זיין דינים בשרשם, כדי מ'זאל זיי נישט דארפען מבטל זיין). דאס האט גארנישט מיט דיין מעשה'ס און 'שיטה הקדושה'.

יא יא, די פרייז פון שלאגען, מוחה זיין, שרייען פוי, און 'לגיון של מלך' אן צו האבען דער 'מינדסטע שייכות מיט מדינה הטמאה', איז אז מ'ווערט פראי אדם ווי דיר, מ'ווערט שלעגער'ס מיט א תאוות הנצחון, וואס דער זעלבע האס וואס מ'האט ארויסגערופען אויף תלמידי חכמים מופלגים, גיסט מען היינט אויף זיך אליינס און די אחים הקדושים לבית ט"ב (אגב, עפ"י דין איז מעגליך א שאלה אויף ... עי' שו"ע אה"ע סי' ב' סעי' ב' וד"ל). א גאנצע דור איז אויפגעוואקסען וואס ווייסט נישט פון דרך ארץ צו זאגען, וואס ווייסט נישט פון כבוד תלמיד חכם, וואס ווייסט נישט פון זיך מכניע זיין צום תורה. דער מהלך האט אויך אנגעהויבען אין מיטל מזרח. דער יד חסידים על העליונה האט אריינגעברענגט א השחתה און א נידריגקייט ביים ציבור בני הישיבות האמונים עלי דרך ארץ ומדות טובות, און רבינו בעל אילת השחר שליט"א זעט עס פאר א ריזיגע סכנה פאר כלל ישראל טאמער דער מהלך וועט ווייטער אנגייען. דעריבער זעט ער בעיניו הבדולחים אז ס'איז נישט ווייניגער ווי די סכנה פון דער מיליטער, און מ'פארלעשט נישט א פייער מיט נפט, און מ'דארף זיך שטארק אכטונג געבען פאר די אמת'ער פראבלעמען פונ'ם דור, נישט די פאלשע פראבלעמען וואס ליידיגיי'ערס מאכען אויף צו פאר'ענטפערען זייער עקזיסטענץ. אשר הדור אשר רבינו שליט"א שורה בתוכו, ובאורו נסע ונלכה.

I'm back » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:16 pm

· #183350
עס וואונדערט מיר זייער פארוואס די הנהלה לאזט צו אז דער שוויין זאל דא אויסברעכן וואס עס ליגט אויף זיין פארדרעקטע הארץ.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:51 pm

· #183381
איך פרעג אויך דער קשיא, אבער נאר פרייליך איז א שר האלף, מיט איבער5000 רע׳אגירונגען, איז ער העכער ווי מיר אין דער סיסטעם. ס׳איז אבער גוט אז מ׳זעט דער פרצוף האמיתי פונ׳ם שיטה הקדושה מענטשען כדי מ׳זאל קיין טעות נישט מאכען.

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:12 pm

· #183389
ליטאי מיט דיין הגדרה אז די מהלך פון הרב אויערבאך משמיע צו זיין דעם חומר האיסור פון גיוס טראץ חזו''א פינעף איניש מסכים,
דאס זעלבסט ביסטו מציין אלס אן ארגערע איסור ווי מיליטער, דיין הגדרה צייגט אויף ארעמקייט בכלל אין די הבנה אין מיליטער ולשיטתך ושי' רבך איז עס גאר א מצוה גדולה וכידוע שיטת רבו של im back ווי די סערת הקלטות צייגען אהן אז ער איז אויכעט מיט די מיינונג.

דיין ידיעה אינעם בריסקער רב'ס צוגאנג בנוגע געלט נעמען איז גאר קנאפ עס קוקט נישט אויס אז ס'בכלל דא מיט דיר צו טוישען ווארט בנוגע דעתו איבער'ן געלט נעמען,

און אז די זעהסט נאכניש די צרה פינעם געלט נעמען ביטע נעם קודם ארויס אויף איטליכע מינוט די צלם פון הארץ, אויב ביסט נאכניש בבחי' כל הפורש ממינות מיית
נאכדעים העמיר ווייטער רעדן,

.....

א גרויסער געלט אקציע פאר די וואס זענען נישט סמוך על שולחן הציוני וועט אין די קומענדיגע וואכען פארקומען בארצות הגולה ווען דער רב פון ירושלים גייט קומען לשמחת משפחתו קיין אמעריקא

הבו גודל למקדשי ד' די בעלי מסי''נ וואס שטייען גענצליך בלי תמיכת השלטון הכופר !!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:41 pm

· #183698
אזוי ווי מ'האט שוין כמה מאל מסביר געווען, באשעפענישען ווי דער פרייליכער דא זענען תינוקות שנשבו בין העכו"ם, און יסודותדי'גער מושגים אין אידישקייט האבען זיי נישט געלערנט, ממילא דארף מען נישט מוחה זיין צו ווערען באליידיגט ווען זיי רעדען זייער געמיינע קינדערישע נערישקייט'ען וואס מ'האט זיי דערפיטערט אין די וועלדער פון די עם הארצים ווי זיי האבען זיך געהאדעוועט. טאמער ער וואלט אמאל געברענגט א פאקט, א מעשה, א קלוגע געדאנק, וואלט מען געדארפט האנדלען און טראכאען דער וועגען, אפילו ער איז נישט ווערט, אבער דער מענטש איז נישט וויכטיג, נאר דער מימרא. יעצט אז ער רעדט נאר פון צלמים אין הארץ, און די זאכען וואס ער האט געליינט אין 'פון דא און דארט' אין דער איד, דארף מען זיין רייד נישט האנדלען.
איך קלער אפשר צו עפענען אן אשכול וועגען הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך במובן השכלי, נישט די פאליטיק. ס'איז שוין דא אזוינס?

פלעין יודיש » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:36 pm

· #213550
פערטע חלוקה פון שקל הטהור
נאך א מעלאנע, אהנע טראסק
www.bhol.co.il/article.aspx?id=71400

עפל סיידער » דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:38 pm

· #213551
פלעין יודיש
פערטע חלוקה פון שקל הטהור
נאך א מעלאנע, אהנע טראסק
www.bhol.co.il/article.aspx?id=71400

wow

טאקע א ווינדער אזויפיל מיליאנען צו פארטיילען אהן א קול רעש גדול
וואס איז געווען געפלאנט דארט ביים אפגעשטופטער מעמד?
עס האלט שוין ביי זיבן 'מיליאן' דאלאר וואס שקל הטהור האט שוין געגעבן זייט איר גרינדונג.

signout » דאנערשטאג יולי 24, 2014 6:18 pm

· #213618
לאמיר מסכים זיין אז מ'רעדט פין 7 מיליאן דאללער (פין ארץ ישראל'דיגע מוסדות קוקט נישט אויס אזוי, פין וויפיל איך ווייס האבען זיי באקומען ווייניגער ווי קרן הצלה, אבער דאס וועט מען לאזען פאר צימעס) קיינער ווייסט נישט פין ווי די געלט קומט, קיינער קען נישט אנווייזן וועלכע עשירים פין צד מהרז''ל האט געגבן דא א גרויסע סכום וואס זאל דעקן די חלוקה, מיר קוקט אויס ווי איין עושר וויל שיקן געלט בעילום שמו פאר מוסדות עטה''ק, אין עס שטערט אים נישט אז מהרז''ל נעמט אפ די אטענשאן, אדער כשר'ט דא איינער גרויס געלט, ווייל דאס איז קלאר אז מהרז''ל לויפט נישט ארום שנארען פאר די געלט (ווען יא וואלטען זיינע מוסדות אין ארץ ישראל זיך נישט אזי געמיטשעט)

עפל סיידער » פרייטאג יולי 25, 2014 1:46 pm

· #213750
קען זיין די ביסט א אינסיידער ווייסטו בעסער, אבער איך האב לעצטענס געהערט אז ער האט באקומען צוטריט צו גרויסע קאסעס,
ווידער איבער אינפא פון די ארץ ישראלדיגע מוסדות קען זיין די האסט דארט בעסערע קאנעקשאנס אבער איך האב אנדערש געהערט פון דארט.

signout » פרייטאג יולי 25, 2014 2:04 pm

· #213753
בנוגע די קאסעס, בין איך מיט די זעלבע פעיזש ווי דיר, נישט קיין נ''מ צו איין אקאונט אדער 2 אקאונטס, די פוינט איז אז ער גייט נישט ארום שנארען פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, ער טיילט אויס געלט וואס איינער (אדער מער) וויל געבן פאר די ארטיגע מוסדות, אין בנוגע די סכום זאל יעדער אליין פרעגן די מוסדות דארט, (אגב, נאך די ערשטע חלוקה איז געווען פארענפטליכט א טשארט פין די חלוקה - איך האב עס נאכגעטשעקט ביי עטליכע)

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 1, 2015 7:35 am

· #263428

היסטאריקער » מיטוואך אפריל 1, 2015 2:58 pm

· #263549
April fools joke

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 1, 2015 4:10 pm

· #263570
אזוי וואלסטו ווען געוואלט
די מציאות פאטשט דיר אין פנים, הא?
בלאט: 1 2