☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס א שטעיטל

פארוואס א שטעיטל

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4885
בלאט: 1 2

פרישער » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 5:51 pm

· #154131
פארוואס א שטעיטל
טייערע חברים איך וויל רעדן וועיגן א ענין נחוץ, איך גיי נאך געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה, פאר א אינגער מאן וואס מאכט חתונה דעים ערשטן קינד, ער ארבייט שווער האט ב"ה אויף איבער לעיבן דאס טעיגליכן, אבער אויף חתונה מאכן איז נישט געבליבן, איך הער דעיס לעצטענס ציפיל מאל און איין שחרית, עפעס טויג נישט דא מיר פארזעיען דא א האריקעין, מיר קיקן אוועק א ריזיגען פראבלעים, מיר וועלן נאך זייער חרטה האבען פאר אזא נאכלעיסיקייט.

מיר פראבירן אראפ ציברעינגען פרייזן פון אלעם, אלעס קאסט שוין ביליג, אבער א דירה קאסט מער און מער, מיר שעלטן און צאלן, און אפילו פאר הויעכע פרייזן איז שווער זיך צו דערקייקלען צו א לייטישע דירה.

אה עס קימען נייע שטעיטלעך, איין פלאן שענער פינעם צווייטען, איינער מיט א ספעציעלע ביילאגע, מיט אויגען פארכאפענדע פלעינער, ממש אן עבירה נישט צי קויפן, אלעס גייט זיין ביליג, מען נעמט זיך אינטער הייזקעס כחול אשר על שפת הים, פארשטייצעך אלעס מחמת אינזער גרויס גיטסקייט און דעי אחריות וואס קרית ייטב לב שפירט צים נויט באדערפיגטן ציבור.

וואס איז מיר שווער צו פארשטיין איז, אז פאר ביז נישט לאנג ציריק איז געוועין א וועלט וואס מיר ריפן היינט אן מיט א צינאמען דער אלטער היים, אדער אינדער היים, וואס דאס טיט מרמז צו דעים לעיבן פון הארט פאר דו צווייטע וועלץ קריג, דארט איז בכלל נישט געוועין דאס אידישקייט קאנצענטרירט, עס איז קיינעם נישט איין געפאלען צו וואוינען נעיבן דו עלטערן, עס איז געוועין צעינליגע הינדערטער שטעיט און שטעיטעלעך, דערפער, ווי עס איז געוועין א וועיג צו לייזען א טאלער איז דארט געוועין א איד, ווי עס איז געוועין א באוואוינטע געיגנט האבן זיך אידן אריין געריקט, אפגעזעין וויפיל מוסדות התורה עס איז געוועין אדער בתי מדרשים, מקוואות, אדער אנדערע צרכי כלל ישראל, אלעס און א ציייט וואס קיין קאַרן צו פאָרן איז נישט געוועין, א באן צו נעמען איז געוועין א גאנץ גדולה, רוב עולם האט נישט געוויסט מער פון קיין פערד און וואגן, און אידן האבן געוואוינט צישפרייט און גאנץ אירופה.

היינט איז צי גיין פון איין עק וועלט ביזן צווייטן א קינדער שפיל, מענטשן פארן אויף פרנסה איינמאל א וואך קיין טשיינא, מען פארט רייזן קיין ארץ ישראל, אומאן, אדער ליזענסק, בחינם נאר אויף מייל, מען פליט טויזענטער מייל סתם פאר וואקאציא, אבער מען קען נישט אריבער מאפן א שעה אוועק פון לי ראס, ווייל מען ברויך דאך מוסדות, פאר א גיט יאר וואס האסטי דא אינעם עיר אשר שם הזהב חוץ מוסדות, אפשר איז וויכטיגער א דאך איבערן קאפ מיט הרחבות הדעת, און מיטשע דיך פאר א קליין ביסל, ביז דו מוסדות וועלן זיך מסדר זיין, ווי איידער האבן א מוסד, אן קיין דירה.

פאר וואס פאר שווארץ יאר דארף א אינגער מאן צעין מיניט נאך זיין לעצטע שבע ברכות מוסדות, ער דארף א דירה מיט א מנין צו דאווענען, פאר וואס נעמט נישט רב טעמפלער און אנדערע ראשי כולל, זייערע אינגע לייטעלעך ארויס פון די שטאט, זי האט א זשאב זאגט מיר איינער, צי טיטשען אימזיסט פאר סאטמער אדער אנדערע, איז א וויץ, ווייל זיי לייזן לאמיר זאגן צוויי מאות א וואך, אבער רענט צאלט מען פינף ביז זעקס מאות א וואך לכל הפחות, צאל רענט צוויי מאות א וואך, און זאל דאס ווייבעלע, זיצען און א קיפקע און שמיסן א גאנצען טאג, און וועט ארויס מיט ריווח, ווי איז אינזער קאפ, ווער האט אינז איינגערעדט אז בויען מוסדות איז א ביג דיעל, יעדע קליינע קאנטרי היינט ציטאג האט אלע געברויכן, און פארדינט פון דעי קעמפ שיין אן קיין פראבלעימען, עס איז סתם איינרעדעהיש אז עס איז נישט מעיגלעך.

ווער האט אינז איינגערעדט אז כדי צי בויען א שטעיטל, ברויך דעים ערשטן טאג אויסזעין אזוי ווי א שטאט וואס איז אלט לכל הפחות פערציג יאר, אזש אז עס מיז זיין דארט א שיל וואס זעיט אויס נישט ווייניגער ווי דו שיל און לי גארדנס, און א שטאב געניטע מלמדים פאר חדרים מיט מיידל סקולס, און א בית החיים, ווער האט דאס אינז אריין געבּאָרט און מוח אזא נארישקייט, מען נעמט קודם א קליין מקום פאר א מנין, פאר פריטות, און מיט דו צייט ציוואקסט מען זיך, פאר וואס מיז אלעס גיין כּשִירה דו ערשטע רגע, און האבן א פול סופער מארקעט, מיט פרישע פאפ קארן, און אלע עולם הזה ביי דו רִיבְּן קאטינג, מיר זענען נישט נארמאל, אבער אויב מיר האבן נישט דו אלע זאכן איז פאר אינז בעסער צי וואוינען און קעילערן פאר ביטער געלט צינעזאם מיט מייז און אנדערע בייסישע חיות אזוי ווי נח אינדע תיבה, און מיר קימען ארויס פון דו לעכער יעדען אינדעפרי, מיט א שמייכל ווען מיר זעיען דו בי קיו אי, מיר זענען פשוט נישט נארמאל, וואס האט פאסירט מיטן עם נבון וחכם, פאר וואס זענען מיר נישט וויליג צי גיין אויף מאנסי, לעיקוואד, אדער און קרית יואל, און פאר דו נישט סאטמערע, קענען זיך מאכען שווארץ שבת אינעם קריה, איז דען נישט דא קיין זיבעציג שילען און קרית יואל וואס האבן נישט קיין שייכת מיט סאטמער, איז לעיקוואד נישט געניג גרויס מען זאל זיך קענען מאכן א שטיקעל ניי וויליאמסבורג, פאר וואס מיז מען אינז אלעס פיטערען ווי קליינע בעיבי'ס, ווי איז אינזער שכל לא עלינו, אוי לאותו בושה ואוי לאותו כלימה.

די פראבלעים איז נישט מיט קיין מקום ווי צי וואוינען, די פראבלעים זעמער אינז, אינזערע מוחות זענען נישט און ארדענינג.

איך קיק ארים און אנדערע שטעיט אין אמעריקע צו זעין אידישקייט, זעי איך אז עס איז פיל מיט ערליכע אידישע חאניאקישע ליטווישע אינגע אינגעלייט, וואס זענען גולה אויף אלע עקן אמעריקע, פון טשיקאגא, קליוולאנד, באסטאן מעסס. אן א שיער ערטער און דו נאנטע ניו זשערזי, צו האט איר געוויסט אז און דיטרויט איז דא א ניי לעיקוואד פאר אריבער פיפצען הינדערט שמיציגע האלב געשוירענע ליטפישע ישיבישע אינגעלייט גענוי ווי אין לעיקוואד, עס איז כמעט נישט דא קיין שטאט און אמעריקע וואס דו ליטוואקן האבן נישט קיין אנוועיזענהייט, פארוואס חסידים מיז מען משכנע זיין בכל לשון של בקשה אז זיי זאלן זיך פארגריגערן דאס לעיבן, פאר וואס דו פאקט אז און דיטרויט און דא גאנצע הייזער פינקט ווי און מאנסי, פאר הינדערט טויזענט דאלער נישט געניג אז מיר זאלן אהין רייסן, ווען זיי האבען גלייך נאכן קראך געקויפט אויפ רעכץ און אויף לינקס, אין פלארידא און מיאמי און אין אנדערע געיגענטער, איז געשטאפט מיט אידישקייט, כוללים, ישיבות, קיק אויף קאנעקטיקוט הערליכע שילן, אפילו און ניוארק נו דזשערזי איז דא א הרב קאטלער וואס האט א ישיבה מיט א כולל, הארט און רוח לאנד, מיט אלע שחורים, אבער מיר שטאלצע חסידים וואס לאכן פון דו וועלט מיר זענען קליגער, מיר קאנצעטרירן זיך מער און מער, מיר קענען וואוינען און קאנטרי פאר א יאר כדי צו באקימן דו אכטער צו קענען דערנאך וואוינען אינעם איר מיטן אם בישראל, פארוואס פארווען לא יאומן כי יסופר.

יעדער זעיט אז עס קען נישט אזוי אנגיין, אבער ווי ביווערס וויינען מיר און מיר חזרן איבער די זעלבע משיגעת נאך א דור און נאך א דור, לא עלינו, ולא עליכם עס איז נישט קיין יושר וואס עס טיט זיך אפ דא, מיר שעלטן און שרייען אויף דושינסקי, און אנדערע וואס בויען דא, העלא ווער הייסט דיך דא וואוינען, האט איר אמאל אריין געטראכט פארוואס דאשינסקי בעיט נישט טויזענט טאלער א סקווער פיס, צו האלט איר אז עס איז ווייל ער איז א פיינער מענטש?, ניין!! ער נעמט נישט ווייל קיינער וועט נישט צאלן, און אויב וועט מען צאלן וועט ער נעמען און ער מעיג און זאל נעמען, דעיס איז א מארקעט, אבער ווען מיר וועלן אויפהערן צאלען נאר דאן וועט דער פרייזן פאלן, עס האט גארנישט מיט זיי, דעיס הייסט אפענע מארקעט אזוי גייט די וועלט.

עס איז א צייט פאר א אויפוואכינג ביי אינז און מוח, מיר מיזן פארטרייבן אינזערע קינדער און אנדערע ביליגע געיגענטער ווי דער לעיבן איז ביליג, און געיבן פאר אינזערע קינדער א גרינגערע לעיבן ווי אינז האבן מיר, איך האב חברים וואס מאכן חתונה בשעה טובה דער ערשטער קינד און שוין קיין פעני און שטיב איז נישט דא אויף קיין הוצאות הכלה, דעיס איז נישט ווייל חתונה הוצאות זענען פיל, דעיס איז ווייל רענט איז טא דעם היי, מארגידש איז טא דעם היי, דירה פרייזען זענען טא דעם היי, און מיר פארן מיט די קעפ און וואנט ביז מען מאכט ב"ה חתינה, מיר ניצן אויס דאס גאנצע געלט אויף טעיגלעך געברויך, אז ווען עס קימט הוצאות החתונה איז נישט דא, און דערנאך שטרעקן מיר ר"ל הענט צי אנדערע, ווי איז אינזער בעל הבתישקייט, מיר פארלירן אינזער חלק האנישי, מיר מיזן אפציען ווי עס לאזט זיך, ווי עס איז דא א ביליגע דירה אהין ציען, אן קיין פיפציג הכנות ווי אהער ווי אהין, איבעראל איז דא היינט געניג אידישקייט אויפ אנציהייבן, איבעראל איז היינט דא א מקוה מיט א חב"ד הויז צים דאווענען, עס איז אלעס נערישע תירוצים פון וואס מיר ברויכן זיך אפשאקלען ווי אמשנעלסטן.

עוד מישהו » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 4:02 pm

· #154134
מר פרישער זייער פיין ארויסגעברענגט א וויכטיגע פראבלעם וואס פלאגט די חסידישע קהילות און אמעריקע.
איך וועל אביסל אויסברייטערן די פראבלעם, מיט פארגלייכן מיט די מצב דא אין א"י, וואו עס איז באוואוסט איז דא א גרויסע דירות פראבלעם אין א"י, מ'ארבעט אויף פארשידענע פראנטן צו קענען כאטש העלפן לינדערן די פראבלעם מיט אביסל.
אין מיינע אויגן שטייט מען אבער אסאך בעסער וואו אונזערע ברודער אין אמעריקע, דא אין א"י זענען פארהאן עטליכע סארט חרדי,שע געגנטער אדער שטעט, צ"ב: עס זענען דא אויסער ירושלים אדער בני ברק, שטעט וואו נתני', חיפה, אשדוד און בית שמש, די לעצטע צוויי זענען אסאך גרעסער וואו די ערשטע צוויי, אלע פיר זענען געמישטע שטעט (פרומע, פרייע, דתיים לאומיים און אנדערע), אשדוד און בית שמש האבן גאר גרויסע קהילות און אסאך אנדערע קלענערע.

חיפה האט אפאר גרויסע קהילות, אבער די היימישע אידן בכלל אין שטאט זענען זייער א קליינע פראצענט פון די אלגעמיינע איינוואינער. נתני' האט נאר איין גרויסע חסידישע קהילה, אבער איז א שטארקע קהילה אפילו זייער כח אין די שטאט איז קליין.

נאכדעם זענען פארהאן אנדערע סארט שטעט וואס לכתחילה זענען זיי געווען ליידיג און מ'האט עס אויפגעשטעלט מיטן ציל פארן לינדערן די פראבלעם, דאס איז ביתר און מודיעין עילית, אפשר אויך אלעד, (אלעד איז א שטאט וואו עס וואינען אויך דתיים לאומיים), אלע דריי שטעט זענען נייערע שטעט, ביתר איז אלט בערך 25 יאר ס"ה, אבער עס וואינען דארט 40,000 איינוואינער היינט צוטאגס. מודיעין עילית איז א שטאט מיט אריבער 50,000 איינוואינער, די שטאט איז געגרינדעט געווארן 23 יאר צוריק, און איז היינט די גרעסטע שטאט אין די מערב ברעג.
אלעד וועלכע איז די אינגסטע פון די דריי שטעט, 19 יאר אלט אלעס צוזאמען, האט שוין אויך א קיימא לן פון 40,000 תושבים.

אמאל זענען די געגנער וואס זענען היינט שווער באוואינט, געווען פוסטע שטחים אפילו די שטעט וואו נתני' אדער אשדוד, איז עס געווען פוסט רוחניות'דיג, אבער עס האבן נישט געפעלט קיין נחשונים וואס האבן אנגעהויבן פון גארנישט, מ'האט אויפגעשטעלט שטעט, קהילות מוסדות וכו'.

פארשטייט זיך הונדערט פראצענט איז נישטא, ארבעט האט מען נישט געזוכט צוצושטעלן, און אלע וואס וואינען אין אזעלכע שטעט מוזן פארן צו די ארבעט, וואס היינט פרובירט מען צו פארעכטן.

פארוואס קען אין אמעריקע אזא זאך נישט ארבעטן, קען איך נישט פארשטיין, מיט וואס איז אמעריקע אדערש?

פרישער » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 8:37 pm

· #154143
א פלאצעניש ציפלאצט און מיר ווען איך הער וואס אין ארץ ישראל טיט זיך צישפרייטן, איך האב בכלל נישט בארירט ארץ ישראל, דארט צישפרייט מען זיך נישט נאר און אנדערע באוואוינטע געיגענטער, נאר אויך און מדבר שממה'ס, בארץ לא זרוע'ס, אן קיין חשבונות פון ווי וועט זיין ברויט אדער פאר אנדערע טעיגלעך געברויך, קודם זאל זיין א דאך איבערן של ראש, אלעס איבריגע וועט נאכקימען, נאר אינז חסידים און אמעריקע, קענען זיך נישט באכלעפטשען, ווינד און וויי איז אינז, אז מיר זעיען נעבעך אזוי אויס.

I'm back » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:11 pm

· #154155
@פרישער, די ברענגסט ארויס זייער גוטע פונקטן. עס איז א שאד אז מען זעצט נישט איבער דיין ארטיקל אין אידיש.

אבי גערעדט » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:26 pm

· #154157
ס'איז דא איין גרויסע פראבלעם, וואס אפשר אויב מ'וועט ארבעטן אביסל מער אויף דעם ענין, נאך פאר די אלע מענטשן האבן חתונה וואלטן די זאכן אפשר גרינגער געפארן.

דאס איז די פראבלעם אז רוב קאפלס זענען נישט אויף איין פעידש, דאס טייטש אז ווען די מאן קומט אהיים מיט איין עקסייטמענט צו ביילא און דערציילט איר די לעצטע נייעס אז עס עפנט זיך א מעכטיגע שטעטל מיט פרייזן ווי צודרייט (גראדע נישט עפעס געפערליך ביליג, אבער ששששש דערצייל דאס נישט דעם פרייליכן אינגערמאן, ער קען נאכנישט די פרייזן) און א אייגענע גאראדש פאר מיין אדעסי מיט 2800 סקווער פיס צו וואינען, מיט גראונד, און אלע מיינע חברים גייען אהין, אי''ה אינז גיימער אויך!

זייער אסאך מאל ענטפערט זי: אז די ווילסט קענסטו דיר אליינס גיין, איך בלייב דא, איך האב דא מיין מאמע, מיינע שוועסטערס איך בלייב, דער אינגערמאן הייבט זיך אן בעטן מיט תחנונים, זאגענדיג איך קען עס נישט גלייבן, מושי האט בר מצוה 2 וואכן ארום, כ'האב נישט קיין דאלאר פאר די תפילין און די זאל, איך בין בעקדעיטעד מיט 2 חודשים רענט, שרה אינזער מיידל ווערט 18 נעקסטע וואך, פליז איך זע נישט קיין וועג, אבער ווי גערעדט צו א וואנט זי האלט זיך ביי איר'ס

פארוואס איז דאס? פארוואס האט נישט דאס ווייב דאס מינדעסטע געפיל ארויסצוהעלפן ס'פינאציעלע עול? און סתם א טראפעלע הכנעה און פאלגזאמקייט? אפשר אויב מ'וועט ארבעטן מער אויף די זאכן ביים געבן די כלה לעססאנס וואלטן זאכן גרינגער געגאנגען

אפטעמיסט » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:36 pm

· #154161
היטלער איז אויף אלס שולדיג. אידן האבן מורא צו וואוינען אליינס, אלס געפאר פון אנטסמיטזעם. מען דארף אבער באטאנען אז אביסעל איז אויך שולדיג דער וועג וויאזוי מען איז מחנך אונזערע קינדער צו חלילה נישט זיין אינדיפענדענט, און נישט האבן קיין מיינד אוף דער אוין. איז ענטפער דו, וואו קען א ווייבעל אוועק גיין פון מאמי?!

I'm back » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 9:47 pm

· #154164
אפטעמיסט
היטלער איז אויף אלס שולדיג. אידן האבן מורא צו וואוינען אליינס, אלס געפאר פון אנטסמיטזעם. מען דארף אבער באטאנען אז אביסעל איז אויך שולדיג דער וועג וויאזוי מען איז מחנך אונזערע קינדער צו חלילה נישט זיין אינדיפענדענט, און נישט האבן קיין מיינד אוף דער אוין. איז ענטפער דו, וואו קען א ווייבעל אוועק גיין פון מאמי?!


חסידישע אידן האבן מער געליטן ווי ליטווישע?

אפטעמיסט » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 10:56 pm

· #154189
ראשית כל, יא, חסידישע אידן האבן מער געליטען וואו ליטווישע אידן. שנית כל, אלס מער מען לעבט אין דער באקס, אלס מער האט מען מורא פון דער פרעמד, אזוי וואו איך האב פריער געשריבען, און דו ביסט לכאורה אויך מודה אז חסידים לעבן אין א קלענערע באקס וואו די ליטוואקס.

פרישער » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 11:08 pm

· #154199
אפטעמיסט, עס איז בכלל נישט אמת וואס דו זאגסט, והא ראיה, מיר חסידים קויפן הייזלעך ווי עס לאזט זיך, ווען עס קימט צו ביזנעס זענען מיר מורה'דיג אגרעסיוו, מיר בעל הבית'ווען אויף א גרויס חלק באשוויק, אויך דו נארט'ס ווי אלע ארטיסטן וואוינען צאלן זיי פאר חסידים, נו דזשערזי איז פיל מיט אידישע לענדלארס, מיר קויפן הייזער און קאנעקטיקעד, מיר זענען אגרעסיוו און דו קעטסקילס, מיר זענען מצליח צו בויען פיתום מיט רעמסס און יעדע קעילער און בוידעם, מיר זענען שוין גארנישט קיין מפיל קינדער, מיר האבן אבער עפעס א בלאקידש ווען עס קימט צו וואוינען פארן נייע פאר פאלק, חלילה זאל נישט וואוינען מער ווי א תחים שבת אוועק, דעיס ברויך מען בכל אופן אויסראטן.

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 11:27 pm

· #154205
פרישער
אפטעמיסט, עס איז בכלל נישט אמת וואס דו זאגסט, והא ראיה, מיר חסידים קויפן הייזלעך ווי עס לאזט זיך, ווען עס קימט צו ביזנעס זענען מיר מורה'דיג אגרעסיוו, מיר בעל הבית'ווען אויף א גרויס חלק באשוויק, אויך דו נארט'ס ווי אלע ארטיסטן וואוינען צאלן זיי פאר חסידים, נו דזשערזי איז פיל מיט אידישע לענדלארס, מיר קויפן הייזער און קאנעקטיקעד, מיר זענען אגרעסיוו און דו קעטסקילס, מיר זענען מצליח צו בויען פיתום מיט רעמסס און יעדע קעילער און בוידעם, מיר זענען שוין גארנישט קיין מפיל קינדער, מיר האבן אבער עפעס א בלאקידש ווען עס קימט צו וואוינען פארן נייע פאר פאלק, חלילה זאל נישט וואוינען מער ווי א תחים שבת אוועק, דעיס ברויך מען בכל אופן אויסראטן.

תוס' אין מס' כתובות דף... פרעיגט אבער א קשיא. עיחאד מין האכאכאמעם (דו אדער א צווייטער חאכעם) האט אויוון געזאגט בתוך שאר דברי חאכמע אז דער (פרישער) יונגערמאן, וועלכער איז צוויי וואכן אוועק פון די בר מיצוועה פין זאן זיהן און ר'האט נאכנישט קאן געלט פאר תפילין, און די טאכטער שרה איז שוין אכצן יאר אלט... וכו'.: פין ווי האט א פרישער יונגערמאן א זיהן א באר מיצוועה בחור אין א טאכטער פין אכטצן יאהר???!!! 😂 🙄

פרישער » מוצ"ש אקטאבער 5, 2013 11:55 pm

· #154214
גייסט צים רעבען פארן טשעפענען

לבונה זכה » זונטאג אקטאבער 6, 2013 12:12 am

· #154219
די אלע עצות ווי אזוי צו לינדערן דעם דירות פראבלעם (און אויך אנדערע פראבלעמען ווי פרנסות וכדומה) זענען געטראכט inside the box. ווי נאר מ'עט גיין וועט דער עולם קעניינע הארע עס אויסוואקסן גאנץ שנעל. קוקט טאקע אויף די רעלאטיוו נייע ישובים אין אר"י. some are bursting at the seams. אפשר דארף דער עולם מער טון אין פאפיולעישאן קאנטראל. אזוי קען מען וואוינען אין קליינע דירות, און מ'קען זיך ערלויבן צו קויפן א דירה און אפילו קויפן דירות פאר קינדער.

דעת תורה » זונטאג אקטאבער 6, 2013 1:10 am

· #154229
אפטימיסט, וואס פאלט דיר ביי חסידים האבן מער געליטן ביי די האלאקאוסט?

petergrifin » זונטאג אקטאבער 6, 2013 1:20 am

· #154233
לבונה זכה
די אלע עצות ווי אזוי צו לינדערן דעם דירות פראבלעם (און אויך אנדערע פראבלעמען ווי פרנסות וכדומה) זענען געטראכט inside the box. ווי נאר מ'עט גיין וועט דער עולם קעניינע הארע עס אויסוואקסן גאנץ שנעל. קוקט טאקע אויף די רעלאטיוו נייע ישובים אין אר"י. some are bursting at the seams. אפשר דארף דער עולם מער טון אין פאפיולעישאן קאנטראל. אזוי קען מען וואוינען אין קליינע דירות, און מ'קען זיך ערלויבן צו קויפן א דירה און אפילו קויפן דירות פאר קינדער.


זאל דער עולם האבן א דאזן קינדער מינומום. אז סװעט נישט זײן קײן פלאץ אין שטוב זאל מען מופן צו א שטעיטל װי מקען קויפן א הויז און האבן גענוג פלאץ פאר צװײ דאזן קינדער בריװח. פארשטײט זיך אז מען גײט שוין מוז מען נישט קויפן מיט א חשבון אז די מארגעדזש גײט װערן באצאלט פון די רענט װאס די בעיסמענט גײט ארײן ברענגן און נאר װאוינן אין א האלבע הויז. אײ װי אזוי קען מען דען באצאלען די מארגעדזש?

געװענליך א געגנט װי מען װאוינט קאפ אויף קאפ איז ריעל עסטעיט טײערער, סא לאמיר גײן װאוינען אין דער באאנדאקס און נאך האבן גענוג און נאך שטח פאר אינזערע איר אײניקלעך צי בויען הײזער

נב׃ הלװאי

דבילה » זונטאג אקטאבער 6, 2013 1:33 am

· #154239
ארץ ישראל איז נישט קיין פארגלייך ווייל די מוסדות ווערן אויסגעהאלטן פון די הייליגע, אופס, טמא'נע מדינה. דא אין אמעריקא איז זיך ארויסציען אסאך א גרעסערע אינטערנעמונג.

לכבוד שבת קודש » זונטאג אקטאבער 6, 2013 9:09 am

· #154289
אבי גערעדט



זייער אסאך מאל ענטפערט זי: אז די ווילסט קענסטו דיר אליינס גיין, איך בלייב דא, איך האב דא מיין מאמע, מיינע שוועסטערס איך בלייב, דער אינגערמאן הייבט זיך אן בעטן מיט תחנונים, זאגענדיג איך קען עס נישט גלייבן, מושי האט בר מצוה 2 וואכן ארום, כ'האב נישט קיין דאלאר פאר די תפילין און די זאל, איך בין בעקדעיטעד מיט 2 חודשים רענט, שרה אינזער מיידל ווערט 18 נעקסטע וואך, פליז איך זע נישט קיין וועג, אבער ווי גערעדט צו א וואנט זי האלט זיך ביי איר'ס

פארוואס איז דאס? פארוואס האט נישט דאס ווייב דאס מינדעסטע געפיל ארויסצוהעלפן ס'פינאציעלע עול? און סתם א טראפעלע הכנעה און פאלגזאמקייט? אפשר אויב מ'וועט ארבעטן מער אויף די זאכן ביים געבן די כלה לעססאנס וואלטן זאכן גרינגער געגאנגען


פארוואס אין ארץ-ישראל זענען די פרויען מער וויליג אוועקצוגיין פון די עלטערנ'ס שויס, ווי אין אמעריקא?

אכשיר דרא » זונטאג אקטאבער 6, 2013 10:32 am

· #154301
לכבוד שבת קודש
אבי גערעדט



זייער אסאך מאל ענטפערט זי: אז די ווילסט קענסטו דיר אליינס גיין, איך בלייב דא, איך האב דא מיין מאמע, מיינע שוועסטערס איך בלייב, דער אינגערמאן הייבט זיך אן בעטן מיט תחנונים, זאגענדיג איך קען עס נישט גלייבן, מושי האט בר מצוה 2 וואכן ארום, כ'האב נישט קיין דאלאר פאר די תפילין און די זאל, איך בין בעקדעיטעד מיט 2 חודשים רענט, שרה אינזער מיידל ווערט 18 נעקסטע וואך, פליז איך זע נישט קיין וועג, אבער ווי גערעדט צו א וואנט זי האלט זיך ביי איר'ס

פארוואס איז דאס? פארוואס האט נישט דאס ווייב דאס מינדעסטע געפיל ארויסצוהעלפן ס'פינאציעלע עול? און סתם א טראפעלע הכנעה און פאלגזאמקייט? אפשר אויב מ'וועט ארבעטן מער אויף די זאכן ביים געבן די כלה לעססאנס וואלטן זאכן גרינגער געגאנגען


פארוואס אין ארץ-ישראל זענען די פרויען מער וויליג אוועקצוגיין פון די עלטערנ'ס שויס, ווי אין אמעריקא?

לדעתי איז די חילוק צווישען ארץ ישראל'דיגע און די היגע איין גרויסע חילוק
די חילוק רופט מען אן "קאָרופּציע",
איין מינוט שרייט נישט אריין! הערט מיין הסבר!
קאָרופּציע געפינט זיך אין אלע ווינקלען פון די וועלט, און אין יעדע מענטש, די פראגע איז נאר "וויפיעל" פון די קאָרופּציע געפינט זיך
די ארץ ישראל'דיגע גדולים, זענען עפ"י רוב אסאך אסאך ווייניגער קארופטירט ווי די אמעריקאנער גדולים, די ארץ ישראל'דיגע זענען אסאך מער אביעקטיוו, און וועלען לוחם זיין פאר א מטרה כאטש עס ברענגט זיי עפעס א טובת הנאה, ס'איז זיי גענוג אויב ס'איז טובת הכלל, ליידער דא אין אמעריקא איז אלעס איין גרויסע שטיק "ב" "ש", נישטא קיין שום זאך וואס ווערט פארוס געשטופט דאהי אן דעם וואס די גדולים האבען דערפון א טובת הנאה,
דוגמאות זענען דא פולע, און איינע פון זיי איז די "מאנגל אין דירות" און "זיך ארויס ציען", די רביס דארט ווילען עפעס אויפטוען אויך פאר זייערע מענשטן, און כאטש אז ווען חסידים מופען ארויס פון "די וויגעלע" וועט זיין ווינציגער מענשטן אויף די פארענטשעס שבת, דאך וועלען זיי דאס פארויס שטופען ווייל עס איז א טובת הכלל, און איר וועט זעהן אז "יעדע" נייע דעוועלעפמענט אין א"י (99%) האבען זיך געבויעט נישט נאר מיט די "ברכה" פון א רבי, נאר מיט די פרעזענדליכע "פירעשאפט" פון דער רבי, ער וועט דאס באגלייטען לכל אורך הדרך, פארען קוקען דאס פלאץ, און פילעווען די רעיון ביי זיינע חסידים, און נאר אזוי פארט עס!
משא"כ דאהי, ווי האט מיר איינער געזאגט נישט אומזיסט זענען די ווערטער "ב... ש..." און "בעלאני" וכדומה ערצייגט געווארען אין אמעריקא, אלעס איז איין שטיק בלאף, נאר איין רצון שפילט א ראלע "די אייגענע נגיעות", א רבי אין ווילי אדער אין ב"פ האט נאך קיינמאל נישט "געפירט" אזא קאמפיין, אויסער קרית יואך בשעתו פון דער סאקמארער רב ז"ל און שיכון סקווירא דורך דער סקווירערע רבי ז"ל, וראה זה פלא טאקע נאר דארט האט זיך עס אויסגעארבעט, און עפעס איז געווארען דערפון, (אפילו שיכון וויזניץ מאנסי איז אזוי געבוירען געווארען), אבער היינט איז נישטא קיינער וואס איז א "גבר" וואס זאל זיך אויפשטעלען און "טוען" עפעס צו די זאך,
יא דער רבי וועט צושקאלען מיטען קאפ "ס'איז א גוטע זאך" אולי וועט ער אפילו אנוואונטשען מיט שטארק פארמאכטע אויגען "דער אייבישטער זאל העלפען" אבער דאס איז עס מער ווינציגער, דעריבער בויעט זיך גארנישט דאהי, אלע זיצען און שימלען, מען שטופט זיך אויף די פארענטשעס און מען באגיסט די גדולים אונזערע מיט געלט, אז זייערע גבאים זאלען קענען האבען די לעצטע מאדעל אייפאון (אן קיין פילטער) כאטש זייערע רעביס האבען זאוי "פארפירעט" קעגען די אינטערנעט, ולך ודו"ק,
והיינו הך מיט יעדע נושא ליידער דא אין אמעריקא, נעמט אויך א ביישפיעל די מחלוקות צווישען חצרות, ווי אזוי עס ווערט באהאנדעלט אין ארץ ישראל (תולדות, וויזניץ ועוד) און ווי אזוי עס ווערט באהאנדעלט דאהי (סאטמאר, באבוב), די זעלבע איז מיט דין תורות, וויפיל עשוקים דרייען זיך ארום מיט לאנגע סיפורים אויף הימעל שרייענדע עוולות וואס דיינים טוען אפ ביי דין תורות ווען מען בארויבט דעם ארימע און בארעכטיגט דעם רייכען, משא"כ אין ארץ ישראל הערט מען עס בכלל נישט אויף אזא פארנעם,
פאר בצע כסף קען מען דאהי אויך אראנדזישרען א גרויסע כינוס, משא"כ אין ארץ ישראל איז עס נאר געלונגען אין איין שטאט!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 6, 2013 5:25 pm

· #154445
א ליטווישע מיינונג
אלס ליטוואק וואס וואוינט אין לעיקוואוד וויל איך צולייגען אפאר וויכטיגע נקודות.
די עצות פון הרב הטרי שליט"א זענען גאנץ פיין און ער לייגט אוועק די פראבלעם ריכטיג, אבער ס'פעלט איהם אביסל די מציאות פון דערויסען. ס'איז גאנץ באקאנט אז אין די ליטווישע וועלט הערשט א 'שידוך קריזיס'. דאס הייסט אז וויבאלד אז בחורים האבען געווענליך חתונה מיט מיידלאך אסאך יונגער ווי זיי (לכתחלה פיר פינעף יאר אונטערשייד) דעריבער איז דא א גרויסדע מאנגאל פון בחורים. דער פשט איז אז וויבאלד ס'ווערט געבוירען מער קינדער יעדע יאר, איז די פיר הונדרעט בחורים (למשל) וואס זענען צום האבען אין שנת תשע"ד, וואס זענען געבוירען געווארען אין שנת תש"נ-תשנ"א, דארפען חתונה האבען מיט מיידלאך וואס זענען געבוירען געווארען אין שנת תשנ"ד - תשנ"ה, וואס דעמאלס איז געבוירען געווארען פיר הונדרעט און פיפציג מיידלאך. דעריבער בלייבט איבער פיפציג מיידלאך וכו'. פון דעם איז געווארען אז יעדע מיידעל וואס האט א קליינע חסרון, וואס נארמאל וואלט עס נישט געשטערט חתונה צו האבען, אבער יעצט אז ס'ווערט ארויסגעשפיגען סייאווי פיפציג מיידלאך פונ'ם חשבון, ווערען די חסרונות א גרעסער פראבלעם. אין לעיקוואוד זעלבסט איז נישט דא קיין קריזיס, אבער א מיידעל פון דעטרויט איז אויף צרות. אלע בחורים זענען אין לעיקוואוד און זיי האלטען נישט ביים פארען קיין דעטרויט ווען אין לעיקוואוד איז דא גענוג. דעריבער וועט זיך נישט האלטען דער ארויספאראכץ פונ'ם צענטער'ן ביים ליטווישע ציבור.
דערצו איז אז די וואס גייען פאהרען ביים ליטווישען ציבור גייען געווענליך פאר א שטעלע אין א ישיבה, וואס דאס וועט זיך באלד ענדיגען ווייל די בעלעבתים אין די אללע פלעצער ווערען עלטער און זיי האבען שוין אסאך ווייניגער קינדער. אויך פארען זיי צו זיין א חלק פון א כולל, אבער צו ארבעטען איז דא גאנץ ווייניג מענטשען וואס פאהרען דארט. כמעט אלע יונגעלייט וואס ווייסען שוין פון יונגווייז אז זיי גייען באלד ארבעטען פאהרען נישט ארויס פונ'ם צענטער, אחוץ טאמער זיי האבען משפחה ביזנעס וכדו' וואס ס'לוינט זיך זיי צו גייען.
דער ערשטע פראבלעם ביים חסידישע'ן ציבור, לדעתי, איז אז די ווייבער ארבעטען נישט. אמאליגע צייטען, האבען ווייבער שווער גע'ארבעט אגאנצע טאג, פון וואשען וועש און טעפ ביים טייך, ביז קאכען און כשר'ן אלס אליינס. אין שטעט אין רוסלאנד און ליטא, זענען די ווייבער די איינציגסטע געווען ביים מארק אין די איינמאל א וואך וואס ס'איז געווען א מארק, חוץ פון פיהרען דער שטוב, און אסאך האבען געפירט גאנצע ביזנעסער אויסצוהאלטען זייערע מענער צו זיצען אין לערנען. היינט איז געבליבען א מצב וואס מ'ארבעט נישט, מ'ווייסט נישט צורת המטבע, און די ווייבער לעבען אויף א סטאנדארד וואס איז נישט צו באגרייפען. יעדער מוז האבען קינדער מיט די פענצי קליידער, און אז מ'טראכט פון קויפען ביליגער איז שוין נישט בעלעבתיש. מ'האט אויסגעמישט אידישקייט מיט אריסטאקראטישקייט, און דערנאך אריסטאקראטישקייט מיט פענצי קליידער. ווען מ'וועט זיי אויסלערנען די טייטש פון א דאללאר און וויאזוי מ'פארדינט עס, ווען זיי וועלען שוין נישט האבען גענוג צייט צו פארברענגען מיט סעיל"ס און רעטורנ"ס, ווען מענער וועלען זיין די אמת'ער פיהרער'ס אין שטוב, און נישט זיך לאזען פארפיהרט ווערען פון די ווייבער, קען מען רעדען פון פאררעכטען די פראבלעמען פון געלט און פרנסה ביים חסידיש'ן ציבור אויף א שכלדיגע אופן. ביז דעמאלס וועלען די ווייבער פיהרען און נישט אריין נעמען אין חשבון די פרייז.
לדעתי איז די עצות פון הרב הטרי שליט"א אויך צו ווייניג. מאנסי און לעיקוואוד ווערען אויך טייער, און ס'איז דא בעסער עצות. הלא רחבת הארץ לפנינו הוא, מ'קען דאך פאהרען אין יעדער גרויס שטאט ווי ס'איז שוין דא ביזנעס און שפיטעלער וכדו', און אויפשטעלען א אידישע ציבור. מ'דארף נישט טויזענטער מענטשען און צעטלעך אין גאס אויף אידיש. מ'קען אריינגייען, למשל, אין פילאדעלפיא מיט פופצען משפחות, אויפנעמען א רב, און ארבעטען ווייטער אויף א נייעם פלאץ. דער ציל דארף נישט צו זיין א אידישע צענטער, נאר א פלאץ ווי מ'קען וואוינען. וואוינען מיינט נישט פיר און צוואנציג שעה סושי געשעפטען, און ס'מיינט אויך נישט א פוללען הצלה קראפט (יא, מ'קען לעבען אהן היימישע יינגעלייט מיט ביפער'ס), ס'מיינט א ביהמ"ד, א מקוה, א רב, א חדר, א מיידעל שוללע, און א ביסל כשר'ע עסען. די צייט וואס מ'פארברענגט היינט אין ברענגען גענוג פרנסה אין שטוב אויסצוהאלטען די מעכטיגע הוצאות החיים אין ישיבת כרכים קשה, קען מען אויסגעבען אויף צו בויען אזא ווירטשאפט. מ'דארף נישט קיין רבי'ס און נישט קיין ביילאגע'ס און נישט קיין אייגענע ווילעדז"ש. נאר לעבען איידעל, באשיידען און שטיל, מיט גענוג משפחות צו קענען אויסהאלטען דער ווירטשאפט, און נישט זוכען גדולות ונפלאות ממנו. ווען נאך צען אזעלכע אפציע'ס עפענען זיך אויף, וועט מען זיך וואונדערען אויף די מענטשען וואס גיבען אויס אזוי פיל צו בלייבען דוקא אין גרויס שטאט.

פרישער » זונטאג אקטאבער 6, 2013 5:42 pm

· #154448
אינגערישער ליטוואק איך פארשטיי נישט גענוי וואס די ביסט מאריך מיט א פראבלעים וועיגן די ליטואים וואס נעמען זיך נשים מכל אשר בחרו, אפילו ווען עס איז פיר יאר אינגער, דעיס איז א זייטיגע פראבלעים וואס פייניגט זיי שוין יארן, וואס האט דאס מיט זייער אפער וויליגקייט צי אנטלויפן פון זייערע עלטערן'ס שירצל, א חוץ מזה מיין איך אז מיר אגרי'ען

עוד מישהו » זונטאג אקטאבער 6, 2013 6:40 pm

· #154457
צו בודאפעסטער ליטוואק.
די אלע פראבלעמען וואס דו באצייכענסט באציסטו זיך צו די ליטווישע פראבלעם? ווייל וואו ווייט איך ווייס, און די גוטע פריינט אין אמעריקע וועלן מיר פארעכטן אויב בין איך מיר טועה, רוב אינגעלייט גייען ארויס ארבעטן אין א געוויסע מצב, איינער נאך צוויי יאר און איינער נאך פינעף יאר, אבער רוב מענטשן ביים חתונה מאכן קינדער ארבעטן, דאס רעד איך צווישן די חסיד'ישע עולם.
אפשר בין איך נישט גערעכט און צייטן האבן זיך שוין געטוישט, (איך בין שוין א לאנגע צייט נישט געווען אין ניו יארק), וועגן דעם דארף מען הערן וואס די מענטשן דארט זאגן.
די פראבלעם ביי די ליטווישע אין צוגאב צו די אלע זאכן אויבנדערמאנט וואס האסט מסביר געווען בטוב טעם ודעת, איז די בני תורה פראבלעם, נישט אז איך רעד מיך אפ ח"ו, ס'איז זייער א וויכטיגע זאך מ'זאל לערנען, אבער דאס איז נישט אויסגעהאלטן לאגיש און מסתם תורה'דיג אויך נישט, ס'איז א לאנגע זאך מסביר צו זיין, אבער זיך אריינלייגן מיט די אייגענע הענט אין א מצב פון אן ארעמאן, זיצן און לערנען ווען די ווייב קען נישט ארבעטן ווייל זי איז זיך מטפל מיט אויפהאדעווען א משפחה, און וועלכע ליטווישע מיידל איז נישט דורך די שטיפת מח אין די בית יעקב'ס פון חתונה האבן מיט א בן תורה.
ס'איז דא מער בנות תורה וואו בחורים וואס האלטן טאקע ביים לערנען, און אפשר איז דאס אייך א טייל פון די ליטווישע קריזיס?!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 11:22 am

· #154651
דער סיבה פארוואס איך האב מסביר געווען דער פראבלעם פון שידוכים איז ווייל נארמאל איז דאס א נערישקייט אפצוזאגען א מיידעל ווייל זי וואוינט אין דעטרויט און נישט אין פלעטבוש, אבער אזוי איז, און דער סבה דערצו איז וועגען דער קריזיס. דאס און דער אנדערע סבה איז פארוואס ס'וועט נישט זיין קיין סאך ליטווישע יונגעלייט וואס וועלען זיך אוועקציען צו די אלע פלעצער אינדערויסען פון די צענטער'ן אין די נעקסטע צוואנציג יאר, נאר צו טוהן קירוב, ווייל די חדרים און די ישיבות אין די וווייטע פלעצער האבען אסאך ווייניגער בחורים און קינדער, נאר ווייל די מיטעלסטער דור האט זיך געצויגען קיין לעיקוואוד.
דאס איז יא אמת אז די ליטווישע קענען זיך גיכער אנלויפען פון די מאמע'ס שירצלען, (אפשר ווייל מ'האט חתונה שפעטער?!) און דאס מעג דער חסידישע ציבור זיך לערנען פון אונז.
דער עיקר צום אנדערע נקודה אז ווי לאנג די ווייבער ארבעטען נישט, איז נישט דא קיין האפענונג פאר די פראבלעם. וואס זאגט דער עולם דערצו? איך ווייס אז ס'איז אביסעל ראדיקאל אין די חסידישע ציבור צו פארלאנגען אז ווייבער מוזען גייען ארבעטען אבער אזוי דאכט זיך מיר.
ועוד מישהו - אז איהר ווילט זיך ארום טענהן צו בלייבען ארעם אין כולל איז ריכטיג צו נישט, מסתמא באלאנגט עס אין א נייעם אשכול. נאר איין זאך, דער וועלט האט ליב נאכצו זאגען פונ'ם רמב"ם אז מ'טאר נישט, נאר דער הלכה איז קלאר געפסקנ'ט נישט ווי דער רמב"ם, און א מענטש מעג נעמען פון צדקה געלט אויף צו קענען זיצען און לערנען. לערן עס אביסל וועסט דו זעהן אז ס'איז קלאר ווי די טאג (עי' כס"מ, אבקת רוכל, תשב"ץ, פסק בשו"ע הלכות תלמוד תורה, פסק בביאור הלכה סימן ר"ל?, ושו"ת אגרות משה)
דאס אז ווייבער קענען נישט ארבעטען ווייל זיי זענען באשעפטיגט מיט די קינדער איז א היינטיגע טעות. אין דער אלטע היים האט מען זיך אן עצה געגעבען, און ארויסשיקען צו א אידישע היימישע בעיביסיט"ר איז נישט עק וועלט. אין דער אלטע היים האט מען נאך געהאט גוייטעס צו היטען די קינדער. קוק אין לעיקוואוד ווי רוב ווייבער ארבעטען, און האבען פונקט אזוי פיל קינדער ווי אין וומסב"ג.
א יונגערמאן ביים חתונה (בגיל 23) ווייסט געווענליך צו ער וויל לערנען לאנג צו גייען שנעל ארבעטען. די וואס לערנען לאנג וועלען אויך מעגליך גייען ארבעטען, אבער מ'טוט עס כמי שכפאו שד kicking and screaming און די חברה וועלען קיינמאל נישט ארויספארען פון שטאט אויף צו קענען ארבעטען אין אן אנדערעם שטאט, ווייל זיי רעכענען זיך נאך אלס ווי ישיבה'לייט וואס באלאנגען אין ביהמ"ד. דאס איז דער פאקט, מ'קען שפעטער דן זיין צו ס'איז ריכטיג אדער שכל'דיג, אבער עכ"פ אזוי איז.

סאו וואט » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 12:24 pm

· #154665
איך קוק עס אן פאר נאך אן ארטיקעל. וזהו זה. אן ברענגן רעזולטאטען און פירות.
בכלל, איז טאקע אזוי, אז מופען און קליינע שטעטלעך ווי מאנסי לעיקוואד ביליגער?
ס'קאסט א קאר מיט געז, טעקס איז הויך, שכר לימוד איז טייערער, וכו' וכו' וואס
ביי די ענד אויף דער דעי איז עס שוה בשוה מיט דו הויכע רענט בווילי און ב"פ.

פארוואס מ'קען נישט ארויסקומען פון דער באקס, און נישט וואוינען אונטער דער מאמע'ס פארטוך?
חוץ וואס ס'ווערט זיין מסוגל צו בעסערע שלום בית, איז דער שמועס סתם אבי גע'שפייט, ווייל
רוב מענער זענען יא וויליג צו מופען, נאר דער עזר כנגדו לאזט נישט, האסטו גארנישט פארן אהער
שטעלן דער ארטיקעל דא, ענדערש וואלסטו עס געדארפט פאוסטען אויף imamother. נישטא.

diff » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 2:06 pm

· #154690
Is this part of the ketuba. Want Willi, Pay your own rent

פרישער » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 2:32 pm

· #154694
סאו וואט
איך קוק עס אן פאר נאך אן ארטיקעל. וזהו זה. אן ברענגן רעזולטאטען און פירות.
בכלל, איז טאקע אזוי, אז מופען און קליינע שטעטלעך ווי מאנסי לעיקוואד ביליגער?
ס'קאסט א קאר מיט געז, טעקס איז הויך, שכר לימוד איז טייערער, וכו' וכו' וואס
ביי די ענד אויף דער דעי איז עס שוה בשוה מיט דו הויכע רענט בווילי און ב"פ.

פארוואס מ'קען נישט ארויסקומען פון דער באקס, און נישט וואוינען אונטער דער מאמע'ס פארטוך?
חוץ וואס ס'ווערט זיין מסוגל צו בעסערע שלום בית, איז דער שמועס סתם אבי גע'שפייט, ווייל
רוב מענער זענען יא וויליג צו מופען, נאר דער עזר כנגדו לאזט נישט, האסטו גארנישט פארן אהער
שטעלן דער ארטיקעל דא, ענדערש וואלסטו עס געדארפט פאוסטען אויף imamother. נישטא.

@סא וואט די ביסט דאך שרעקליך סותר מיניה ושפיי, קודם שרייבסטי אז עס איז סתם אבי גערעדט, דערנאך אז עס איז שוה בשווה, דערנאך קרייסטע ווי א האן דעי אלע אבי גערעדט זאכן וואס מיר בליטיגן אויס דא, די מיזט מסדר זיין דיין מיינד פאר די רעדסט

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 3:16 pm

· #154705
פרישער
סותר מיניה ושפיי

😛 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:12 pm

· #154731
diff
You remind me of the slogan on my kids pajamas. "I'm in charge, until bedtime".
קענסט רעדען און טענהן און ערקלערען און שרייען און פארענטפערען ביז די קיען לאזען זיך אהיים, ס'וועט גארנישט העלפען. אין די חסידישע וועלט הערשען די ווייבער אין גרויסען, און ווילאנג מ'לייזט נישט דער פראבלעם, איז נישט מעגליך קיין שום שכל'דיגע יישוב צו עפעס א פראבלעם אין די בריאה. אלס וועט זיין לפי הרגש ותאוה, ווייל די מענער קענען נישט זאגען די ווייבער וואס צו טוהן.
אפשר וועט די אנטלויפען פונ'ם מאמע'ס פארטוך לייזען די פראבלעם אויך, ווער ווייסט.

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 8:00 pm

· #154758
צי זענען דען די ליטאים בעסער אין דעם פרט? און ווי איז אויב דער מאן איז - אויף אלע גוים געזאגט - נישט קיין בן תורה, איז אויך אזוי? דאס איז גאר א אינטערעסאנטע און מחודש'דיקע אבזערוואציע וואס ברויך א שטארקן הסבר - אויב אמת.

פרישער » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 8:32 pm

· #154763
אלזא טענה'ט דער ליטוואק פון פעסט אז די גאנצע פראבלעים נעמט זיך ווייל ביי דו חסידים הערשן די ווייבלעך איבער דו מענער, ממילא ווי לאנג זיי פייפן זיך אויס, און ווי לאנג מיר וועלן נישט פויעלן ביי זיי, קענען מיר גיין קלאפן בארן, בערך אזוי פארשטיי איך דיך, אויב בין איך ראנג דאן זאג מיר.

וואס עס איז שווער לויט דיין מהלך איז ווי פאלגענד;

עטליכע פאקטן וואס שטימען נישט מיט דיין טיאריע, מיר זעיען דעים פראבלעים נאר און וויליאמסבורג, און אין בארא פארק מייסטענס, ברויך מען דאך אריין קיקן טיפער וואס איז פשט מיט שו היגע חסידישע ווייבעלעך, אויב זאל מען זאגן אז עס א חינוך פראבלעים, דאן פאר וואס איז דו פראבלעים אויך דא און אנדערע בתי חינוך, א שטייגער ווי צוויי סאטמער'ס האבן דעים פראבלעים אייניג, פאפא איז נישט ארויס פון דעים פראבלעים, אפילו ווין און בנות חיל זעיט מען נישט אז זיי זאלן וואוינען איבעראל, ווער רעדט נאך פון בארא פארק, זייערע מיידן גייען עפעס ערגעץ, זיי זענען דאך פינקט אזוי קאנצענטרירט, ני מיז מען זאגן אז חסידים בכלל ליידן דערפין, דעיס קען אויך נישט זיין, ווייל פארוואס מאנרא מיידלעך סקווערע מיידלעך קענען יא באשטיין אפצו פיצען אן קיין מאַלער, ארץ ישראל מיידלעך גייען אל אווער דע מדינה,
בקיצור עס איז נישט קיין חינוך פראבלעים, און עס האט נישט דייקי מיט מיידלעך צי טיען אדער ווער עס הערשט אויף וועים, דעיס איז א אייניגע דעסיזשן פון עפעס א קראפט וואס לאזט נישט דעים עולם נעמען דעים ריזיקע אויף אוועק ציגיין, און לינדערען דעים אייגענעם מצב מחמת א סיבה וואס מען מיז קעמפען קעיגן, איידער עס איז צו שפעיט.

פרישער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:17 am

· #154873
דער ענטפער
דער ענטפער

איך קלער אז אינזער פראבלעים איז מיסודו, אז מיר ציטערען פון א דורך פאל, ווען איינער טיט סיי וואס עס זאל זיין מאכט ער קודם דעים חשבון זאל איך עס טיען, ווי אזוי וועט מען מיך אנקיקן, איז אזוי אויב געלינגט עס, איז ער א גרויסער חכם און א הירא, למשל ווען איינער וויל אנהייבן לערנען א נייע מסכת, אדער א נייע שיעור, איז די ערשטע זאך וואס קימט אים אין מוח, ווי אזוי גיי איך אויסזעין אויב איך גיי א דורך פאלן, די זעלבע זאך טראכט מען כמעט ביי א יעדע זאך וואס מען טיט זיך אן, גיי איך ווערן אויס געלאכט, אדער גייט מען מיך ארויפקיקן.

ליידער דער פראבלעים איז נישט דייקי ביי עמך אידן, דער פראבלעים גייט ביזן קאפ פון כלל ישראל, אלע מאל ווען מען מאכט א נייע מבצע, שרעקט מען זיך מערסטענס, ווי אזוי גייט זיין אויב עס גייט דורך פאלן, אדער דורך פאלן איז נישט קיין אפציא, משום הא נעמט מען זיך זעלטען אינטער עפעס וואס דו שאנסען זענען נישט אזוי הינדערט פראצענט, און אויב נעמט מען נישט קיין ריזיקע, איז געוועינטלעך דו רווח זייער ווייניג, אפילו ווען מען ווייסט אז דער פראדוקט מיז זיין, וועט מען זיך עס נישט אינטערנעמען, אויב איז דא א צד אז עס גייט א דורך פאלן, און פון ווי העכער אינעם לייטער דו איידיע אדער אינטערנעימינג קימט אלץ ווייניגער ריזיקע איז ערלויבט.

משום כל האמור למעלה איז דו סיבה וואס אינדעווידיאלן ציטערען ארויסציקומען עפענטלעך, אז ער איז אריין און א נייע געשעפט, ווייל מען האט אימת מות, וואס וועט יעדער זאגן, קיינער גייט זיך נישט אראפ זעצען ביי א גמרא און אנהייבן דו ערשטע משנה, א נייע שיעור אדער א נייע מבצע, אפילו לאמיר זאגן ערליכער דאווענען, ווייל יעדער גייט אים אנקיקן ווי א נער ווען ער פארשלאפט אדער גייט ציריק צים אלטען.

א נייע שטעיטל אדער מופן צי א נייע געיגנט איז א קאמיטמענט, אויב האט מען נישט קאלקעלירט אלע סיבות וואס עס קען נאר אלץ זיין וועט מען פשוט מורא האבן אריינטאנצן דערינען, דעיס איז די סיבה פארוואס מיר גייען אלע דו זעלבע אנגעטיען, ווייל מען וועט הייסן א שוטה, אויב איז מען אויפאלענד מיט ס'מינדעסטע, אפילו אויב דו שיך איז צי שיינעדיג, אדער צי שמיציג, אדער אפילו אויב מען קלאפט זיך סלח לנו איין האר מער אדער ווייניגער איז א דראפ אהט אדער א עקסטרעמיסט, איין קיק ארויס אינמיטן שמונה עשרה, אדער מאכט זיך צי דו אויגן צו שטארק, טיילט צו ווייניג צדקה, א חזר, האט נישט קיין געלט, צי סאך, א רייסער, א שוי אף, די הלכה איז נאר א קוואדער פאר א בחור נאר א דאלר פאר א טאטע, דו שטאפן היט נישט צו אלט נישט צו ניי, דו סוט מיז זיין טרי פיס, נישט צי בלוי נישט צי שווארץ, די פעידר און דו אויבישטע רעכטע וועסטעל טאש נישט צי טייער און נישט קיין ביליגע שמאטע פען.

סך הכל איז דו חילוק פון א חכם ביז א אויבער חכם, א חוט השערה, וואס מען קען נישט אויפ פאסן נאר אויב מען איז א פאר דורת א היגער, קיינער פין אינדערויסן קען נישט דערגיין דעים פינטעל, למשל דו ספרדים וואס זענען שוין דא און ניו יארק האבן זיך זייער געמיטשעט מיט דעים, זיי האבן אלץ ארויסגעשטארט, אלץ איז געוועין דער לאך אינעם שטאפן היט אדער צו טיף אדער צו ווייניג אריינגעדריקט, קיינמאל האבען זיי נישט געקענט כאפן דעים גענויען לעינג פינעם רעקל, אדער סטייל פינם שיך, אלץ איז געוועין דער פאה צו שיין אדער צו צילאטשעט, און אלע מאל געליטן רדיפות דערפאר.

ציריק צים ענין דער פראבלעים איז אז מיר האבן א געפערליכע פחד אז איך וועל זיין א אויבער חכם, אדער א נער'עלע, מיר קענען נישט האבן איין שאנץ א דורך ציפאלן, ווייל אפילו אויב עס געלינגט שוין יא און איז מצליח, מיזן מיר איבערצייגן אויף טויזענט וועיגן אז מיר זענען יא געלינגען, דורך קויפן טייערע עליות, מפטיר יונה, חתן בראשית קידוש מיט קישקע און פאסטראמי, דער רבי מיז געיבן זיין אנערקענינג דורך מאכן א עקסטערע מי שברך פארן נדיב, שטייצעך אז נאך א שיינעם פדיון לפי כבודו הרמה, און געיבן א שמייכל לעין כל, און אז אלע אנדערע חסידים זאלן א פלאץ טיען, דער גבאי וועט נאר אים מכבד זיין האלטען דעים רבי'ןס ספר תורה'לע ווען דער רבי טיט געברויך, פארפאלען אזוי גייט עס, נאר אזוי ווערט מען לעגטימירט אלץ א חכם אנשטאט אן אויבער חכם.

מיר נעמען נישט קיין שאנצען זיך אריבער ריקן אין א נייעם שטעיטל, נאר אויב מען וועט פאר אינז פארזיכערען אז מיר וועלן זיין דו חכמים, נישט פון דו צעין ביז צוואנציג אפגעפליקטע וואס זענען אנטלאפן, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין געלט, און מיר וועלן זיך אינטער ברימען אינטערן ריקן, אז עה עס גייט זיך נישט אויסארבייטן, דעיס איז נאר פאר שנארער, אדער משיגעים, זייער נישט בעל באטיש, איך הער אז זיי זענען שוין אלע אויפן וועיג ציריק, אסאך פראבלעימן, נישטא קיין חדר, ווער רעדט נאך פון דו מקוה, סתם א חזעריי, אזוי מחמת בושה וכלימה וואס מען קען נישט זיין קיין נחשון, בלייבט מען ענדערש דא און מען וואוינט ווי קאקעראטשען און דו קעילערן, אבער היות און שיל ווייסט קיינער נישט אז ער איז האָם לעֶס איז ער שטארק אז יענער זאל גיין און א נייע פלאץ וואוינען, און קיינער איז טאקע נישט קיינעמס שוטה, אבער נאך ווי מען איז אלע צינעזאם צד השווה שבהם שכן שוטים הם, אז מען קיקט אויף יענעם, מיט לעיבענסוויכטיגע ענינים ווי שידוכים, פראבלעימען מיט קינדער ליבא לפימיה לא גליה, ווייל מען וועט זאגען אז ער איז א לא יצלח, און האט נעבעך שוואכע קינדער, וכן אלע אנדערע וויכטיגע זאכן ווי פרנסה ווארפט מען אוועק גיטע זאכן ווייל עס איז נישט שיין, עס פאסט נישט, וואס דער דער אדער יענער זאגן אדער טראכטן.

דאס איז דער תירוץ פארוואס מען ברויך נעבעך א שטעיטל, און פארוואס מען ברויך נעבעך אויס געיבן שווערע צעינליגע טויזענטער דאלערס אויף עדווערטייזינג צו לעגטעמירן א זאך וואס יעדע תינוק בר יומי ווייסט אז מען ברויך, נאר דאס איז נישט געניג, נאר אויב יעדער וועט דיך מקנה זיין אז דו האסט געוואנען א דירה אינעם נייעם קריה, אה דעמאלץ ביזטו א יש, א געווינער, א חכם א בר מזל, עס איז דאך דא דארט מכל טיב אדניו בידו, א שיל פון מארמויער, מיט א נייע אוצר הספרים, און אויב מאכט עפעס איינער א מאך מיט דו הענט, איז דו גאנצע ארבייט אינדע אדמה, ווייל דעמאלטץ איז עס א אנזעץ, און מער נישט א חכם. ודו"ק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:28 am

· #154886
ס'איז נישט מוכח אז ס'איז נאר דא איין סבה, ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז כמה סיבות ביחד.

דיין טענה אויף מיר איז נישט ממש ווי דו זאגסט. א חסידישע מיידעל פון א קרייז איז נישט קיין פארגלייך. טאמער כבוד הוד קדושת מרן הצדיק וכו' מניו סקווער\קאלאראש שליט"א זאגט א מיידל זי מוז פארען וואוינען קיין לאנדאן אדער לעיקוואוד אדער די הרי החושך (אדער די בער"ן יוני"ט אין שפיטאל) האט זי נישט קיין ברירה און מוז פאלגען, נישט ווייל די מאן פארלאנגט עס, נאר ווייל אזוי פאדערט דער הגמון וואס קומט פאר'ן מאן. דער שטוב איז פונקט ווי א סאטמארער שטוב. דער מאן קען נישט הייסען די ווייב וואס צו טוהן, און ער קען נישט אוועקשטעלען א סגנון אין שטוב. נאר דער רבי האט עפעס א כח אויף די מענטשהייט דארט וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך.

איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א חינוך פראבלעם. הצד השווה פון ווין, בנות חיל, צוויי סאטמאר'ס, באבוב, פאפא א.א.וו. איז אז די ווייבער ארבעטען נישט אינדערויסן פון שטוב, זיי האבען אסאך צייט אויף די הענט און אויך גיט מען זיי אלסדינג אויף א זילבערנע טאץ. זיי האבען קיינמאל נישט געארבעט פאר די דאללאר וואז זיי גיבען אויס אויף טייערע קליידער און מעבעל, און ווילאנג ס'איז אזוי וועט זי נישט אפילו שמועסען איבער טוישען איהר באקאנטע באקוועמע לעבן.

אחוץ דעם, אפילו ס'איז דא א גרויסע קולטורישען חילוק צווישען די אלע קרייזען וואס דו האסט געברענגט, מ"מ ס'איז דא א צורה אין דער וועלט פון א 'היימישע איד' וואס ער מעג און מעג נישט טוהן געוויסע זאכען, און סאטמאר פארמאגט רוב פון די כח אוועקצושטעלען וואס ס'איז אריין אין באטראכט און וואס נישט. דאס איז ביי די ווייבער אויך, און דעריבער ליידען אלע פון אן ענגליכע פראבלעם.

דיין סיבה איז אויך אמת, מ'האט מורא פון נישט געלונגען, די פסיכיאטער'ס ווייסען גוט פון דעם, און א מענטש אין טעראפ"י ווערט אויסגעלערנט וויאזוי זיך אויסצודרייען דערפון (נישט אז איך בין ח"ו געווען אין טעראפ"י, און נישט איינער פון מיין ווייטער משפחה האט אמאל אריינגעטרעטען אין אן אפי"ס פון אזא דאקטאר, נאר מיין שוועגערען האט געליינט אין א דאקטאר'ס אפיס אין די משפחה פעמיל"י פירס"ט עפעס וועגען פסיכיאטר'ס!) אבער דער נחשון דארף אייביג האבען א דרייסטקייט און א שטארקן פיפיק צו קענען אנהויבען מיט א זאך. אדרבה טראכט אריין וויאזוי איז די בעסטע עצה דאס דורכצופירן, אפשר לייג ארויף דיין פלאן אויף קאווע שטיבל פאר הערות מבחוץ, און לאז זיך ארויס אויפן וועג. טראכט גוט אריין וואס האבען אנדערע שטעט געטוהן, וואס איז זיי געלונגען און וואס נישט, צו מ'קען צולאזען א פיסטריט פאר די קרייזען וואס ווילען מאכן שבת פאר זיך, צו מ'זאל עס מאכען אויף אן אופן פון א רבי'סטיווע, אדער א קהלה פון פארשידענע סארט מענטשן ועוד ועוד. ס'וועט אסאך העלפן טאמער מ'ווייסט וואס איז מעגליך אבער הייב שוין אן צו טוהן אין דעם.

מסתמא וועסטו נישט קענען רעאגירען ווייל מ'איז שוין באשעפטיגט אינ'ם נייען שטעטעל.

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:00 pm

· #154894
בודאפעסט, ביי די ליטאים איז בריסקער רב דער הגמון, וואס קען אויסשטעלן א שטוב. למעשה, איז די פרוי מער נכנע צום מאן ביי ענק ווי ביי אונז? (און וויאזוי קענען טאקע די דארטיגע פרויען מענעזשען צו פירן א שטוב מיט צען קינדער פלוס ארבעטן? וואס איז דער גייסטישער מצב דארט? עס איז זיכער אז עס איז שייך, ווייל אונזערע מאמעס האבן געקענט דערהייבן פיל מער ווי אונזער דור ווייל זיי האבן געהאט א ציל און א סיבה אין לעבן, זענען די לעיקוואדער פרויען מער רואיג, צופרידן, פילן א סיפוק אין לעבן, ווייסן וואס זיי טוען אויף די וועלט מער ווי די חסיד'ישע?)

פרישער טענה'ט א טענה אז מען דארף נישט קיין עסקנים און קיין שטעטלעך, נאר יעדער איינער זאל פרובירן פאר זיך זיך צו באזעצן ערגעץ ווי אין די יוריסרידיקציע פון התאחדות הרבנים (סיי ווי אין די ארה"ב וקאנאדא). און ער איז הייליג גערעכט, נאר ער איז מסביר אז למעשה ציטערן מענטשן צו זיין לוזערס. און ער איז מיט דעם אויך גערעכט.

פרישער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:12 pm

· #154897
דעת תורה

פרישער טענה'ט א טענה אז מען דארף נישט קיין עסקנים און קיין שטעטלעך, נאר יעדער איינער זאל פרובירן פאר זיך זיך צו באזעצן ערגעץ ווי אין די יוריסרידיקציע פון התאחדות הרבנים (סיי ווי אין די ארה"ב וקאנאדא). און ער איז הייליג גערעכט, נאר ער איז מסביר אז למעשה ציטערן מענטשן צו זיין לוזערס. און ער איז מיט דעם אויך גערעכט.

האסט געקנאַקט דעים האָן אויפן מוח

סאו וואט » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:20 pm

· #154901
קוקט אויס ווי פרישער האט מיר נישט פארשטאנען.

הכל מודים אז מיר דארפן א נייע ווילידזש שטעטל. און דער לעבן דארט זאל נישט קאסטן טייער. דהיינו טעקס זאל נישט זיין הויך, שכר לימוד נישט טייער, מ'זאל נישט מוזן אנקומען צו א קאר ווי סקווער, און נישט מאנסי וואס איז זייער אויסגעשפרייט.

אבער פארוואס מ'מופט נישט אזוי שנעל. ביסט טאקע גערעכט מ'וויל נישט זיין קיין לאזערס. אבער ס'דא נאך טעמים, פונקט ווי קיינער וויל נישט זיין דער צענטער צום מנין, יעדער וויל זיין דער עלעפטער, אזוי אויך וויל יעדער אנקומען לסעודה מיד, צו א פארטיגע זאך, קיינער וויל נישט זיין פון דער
ערשטע פאר משפחות ממש.

יעצט בנוגע די עצם ארויסמופען על משמרתי הראשונה אעמודה, אז יא. די היינטיגע ווייבלעך זענען גאר א גרויסע עיכוב נישט אוועקצוגיין פון די מאמע. און זיי זענען די וואס האבען די דעה איבער דער מאן, בפרט ביי דער היימישע אויך. וויבאלד זיי זענען דער וואס ברענגען אריין די פרנסה אין שטוב, און ווער ס'האט די מאה האט די דעה.

דעס וואס דו זאגסט אז די מענער האבען די דעה, איז נאר ביי מיטל יעריגע, ווי דער מאן ארבעט שוין. אבער געווענליך זיי האבען שוין דירות און ממילא איז דער שמועס נישט אקטועל, משא"כ ביי די יונגע קאפעלס ווי די פרוי ארבעט, האבען זיי די דעה, לאזן זיי נישט מ'זאל ארויסמופען, ודו"ק והבן.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:35 pm

· #154905
דעת תורה
בודאפעסט, ביי די ליטאים איז בריסקער רב דער הגמון, וואס קען אויסשטעלן א שטוב. למעשה, איז די פרוי מער נכנע צום מאן ביי ענק ווי ביי אונז? (און וויאזוי קענען טאקע די דארטיגע פרויען מענעזשען צו פירן א שטוב מיט צען קינדער פלוס ארבעטן? וואס איז דער גייסטישער מצב דארט? עס איז זיכער אז עס איז שייך, ווייל אונזערע מאמעס האבן געקענט דערהייבן פיל מער ווי אונזער דור ווייל זיי האבן געהאט א ציל און א סיבה אין לעבן, זענען די לעיקוואדער פרויען מער רואיג, צופרידן, פילן א סיפוק אין לעבן, ווייסן וואס זיי טוען אויף די וועלט מער ווי די חסיד'ישע?)


איך ווייס נישט וואס איז דער שמייס פונ'ם בריסקער רב. ס'איז בכלל נישט אמת וואס דו זאגסט. אחוץ א גביר וואס האט טייער באצאלט פאר זיין שייכות מיט א גדול, איז נישט מעגליך פאר א נארמאלער לעיקוואודער אין נארמאלע אומשטענדן מ'זאל איהם איינרעדן אז רב שטיינמאן אדער רב סלומון צו איך ווייס ווער איז אזא גאט אויף צו קענען זאגען פארדרייטע זאכען צ.ב.ש. אז פארברענען א מענטש איז אויסגעהאלטען. דער ענין פון פאלגן א צדיק איז נישט גערעכענט ווי א מצוה ביי אונז, און הגם די שוואכע עלעמענט פרעגט אסאך ביי גדולים און גלייבט אין זיי, אבער דאס איז נאר אזוי פיל אז זיי קענען פושט זיין א ספק וואס מ'האט געהאט, אדער זיי קענען אוועקשטעלן דער גאנג וויאזוי מ'גייט צו צו א זאך אדער פסקנ'ען א מחלוקת צווישען צוויי צדדים, אבער נישט אויפן אופן פון א הגמון אזוי ווי אין די פארמאכטע קרייזען, וואס האבען ממציא געווען פונ'ם פינגער א מושג פון אמונת צדיקים, און געבאקען אפאר באבע מעשה'ס אז דער וואס פאלגט נישט וועט האבען קינדער וואס מ'זאגט נישט וואס איז געשען מיט זיי, און דערנאך זענען זיי פוסע על ראשי עם קודש מיט אט'דער געפאר איבערן קעפ פונ'ם תמימות'דיגע איינוואוינער. דער שקר איז נאך נישט אנגעקומען אין לעיקוואוד און אנדערע ישיביש'ע פלעצער (אפשר איז שוין דא אן עלעמענט אזוי אין בני ברק, אבער זיכער נישט יעדער איינער)

סתם אזוי, האסט דען נישט אביסל מורא צו רעדען מיט אזא חוצפה אויפ'ן בריסקער רב? איך פרעג סתם, ווייל איך האב מורא אז דו טראכסט אז ס'איז פונקט דער זעלבע זאך ווי דער הגמון אין קאלאראש. אפילו טאמער איך האב געמאכט א טעות ביים ויבחר בדוד עבדו, און ער איז נישט אזא שייגעץ, מ"מ איך האב נאר גערעדט אויף איינעם וואס, אויפן בעסטן אופן, איז ער א פשוט'ער איד, אבער דו רעדסט דאך אויף א תלמיד חכם און א גדול הדור. אביסל דרך ארץ וואלט דא געפאסט, ניין?

כרמי » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 1:07 pm

· #154909
מר. פרישער - און ווי וואינט איר???
מר. פרישער, אויב מעג איך פרעגן, ווי וואוינט איר?!?
נישט חלילה אז ס'גייט מיר בנפש צו וויסן ווי איר וואוינט, נאר אז איר ברענגט ארויס ווי נאריש מיר זענען, ווען מיר בלייבן וואוינען און דער שטאט, שטעלט זיך די פראגע, "און ווי וואינט איר"???

פרישער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 1:18 pm

· #154915
כרמי
מר. פרישער, אויב מעג איך פרעגן, ווי וואוינט איר?!?
נישט חלילה אז ס'גייט מיר בנפש צו וויסן ווי איר וואוינט, נאר אז איר ברענגט ארויס ווי נאריש מיר זענען, ווען מיר בלייבן וואוינען און דער שטאט, שטעלט זיך די פראגע, "און ווי וואינט איר"???

אה שלום עליכם א גאסט, מאך זיך באקוועים
רעגארדינג ווי איך וואוין, נאן אף יאר ביזנעס
קבל את האמת, אדער לייקענען וואס איך זאג מילתא בטעמא, פערזעינליכע פראגען זענען נישט נוגע

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 1:30 pm

· #154920
כרמי - איך בין עכט פאר'עקעלט געווארען פון דיין רייד. דער געשמאק פונ'ם אינטערנעט איז אז מ'קען שמועס'ן אידיא'ס אהן זייטיגע פראבלעמען, די ווערטער אליינ'ס, און דו קומסט קאלייע מאכען מיט פערזענליכע מימרות. הער אויף צו קומען אז דו ווילסט בלייבען אין מקוה "וואס, ער האט אזוי געזאגט, בעה, איך האב נאך געקענט זיין זיידע אינדערהיים, מ'האט געזאגט אויף איהם אז זיין פעטער האט געהאדעוועט חזירים אין דארף, נו מ'זאל זיך יעצט פארען מיט זיין רייד"
פוי פוי פוי

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 2:23 pm

· #154935
חלילה לי צו רעדן אויפן בריסקער רב. וואו האסטו געזען אין מיינע ווערטער א זלזול? כ'האב פארשטאנען אז דו רעדסט נישט נאר פון סקווירא, שרייבסט אז דער מציאות איז אזוי אין סאטמאר. אין סאטמאר איז נישטא עכט קיין לעבעדיגע רבי'ס נאר דער מאדעל, דער שטוב איז אויסגעשטעלט וויאזוי דער סאטמאר רב האט געוואלט, סעים גאוס פאר בריסקער רב ביי די ליטאים. די שאיפה, דער מאדעל פון א בחור / אינגערמאן איז דער בריסקער רב, הגם אפשר פארטייטשט זיך עס נישט אזוי שטארק אויף סתם ענינים אין די שטוב.

אבער נחזור לעניננו, כנראה איז דאס געווען א אי הבנה בדבריך און דו האסט זיך באצויגן צו די קרייזן ווי גור וכדומה וואס די חסידות קאנטראלירט ממש דעם בעדרום.

----

בנוגע דיין אטאקע אויף כרמי, פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט פון אים, ער ברענגט ארויס א לעגיטימע נקודה אז פרישער רעדט ווי א צולייגער אבער בתוך עמו הוא יושב און ער האט די זעלבע שוואכקייטן. הגם דאס איז נישט קיין טענה ווייל פרישער אליין לייקנט עס נישט, ער אבזערווירט נאר וואס עס גייט פאר.

פרישער » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 2:40 pm

· #154948
מען קען נישט קיקן פערזעינלעך אויף קיינעם און זאגן טיל קורה מבין עניך, איז נישט שייך אז איך האב ספעציעלע סיבות אויב וואוין איך און וויליאמסבורג, אז אולי האב בין איך א רבי פון טויזענט חסידים, אולי האב איך א דירה און פראדזעקס, אדער בעדפארד גארדענס, אפשר בין איך א עושר מיט א דירה פון א מעלאנע.
איך רעד פון דו טיפיקל עולם וואס איז על פי רוב נכלל און מיינע אויפרייסן.

ממילא קימט נישט אריין מיינע אויף פירעכץ און גאנצען נישט.

איבעות אימא אז ווער זאגט אז איך בין א יוצא מן הכלל, אפשר בין איך אינעם זעלבען פעקל, ווער זאגט אז ווייל איך בין אין פעקל פארליר איך מיין קראפט צו אבזערווירן וואס דא קימט פאר.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 2:49 pm

· #154953
פרישער, דו ביסט 100% גערעכט, און דו שרייבסט וואונדערבאר! איך האב ליב דיינע באשרייבערכצער מיט דיין פרידיש, איך פאסמאקעווע זיך מיט יעדן ווארט.

לבונה זכה » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 2:55 pm

· #154956
ליטוואק פון בודאפעסט
דעת תורה
בודאפעסט, ביי די ליטאים איז בריסקער רב דער הגמון, וואס קען אויסשטעלן א שטוב. למעשה, איז די פרוי מער נכנע צום מאן ביי ענק ווי ביי אונז? (און וויאזוי קענען טאקע די דארטיגע פרויען מענעזשען צו פירן א שטוב מיט צען קינדער פלוס ארבעטן? וואס איז דער גייסטישער מצב דארט? עס איז זיכער אז עס איז שייך, ווייל אונזערע מאמעס האבן געקענט דערהייבן פיל מער ווי אונזער דור ווייל זיי האבן געהאט א ציל און א סיבה אין לעבן, זענען די לעיקוואדער פרויען מער רואיג, צופרידן, פילן א סיפוק אין לעבן, ווייסן וואס זיי טוען אויף די וועלט מער ווי די חסיד'ישע?)


איך ווייס נישט וואס איז דער שמייס פונ'ם בריסקער רב. ס'איז בכלל נישט אמת וואס דו זאגסט. אחוץ א גביר וואס האט טייער באצאלט פאר זיין שייכות מיט א גדול, איז נישט מעגליך פאר א נארמאלער לעיקוואודער אין נארמאלע אומשטענדן מ'זאל איהם איינרעדן אז רב שטיינמאן אדער רב סלומון צו איך ווייס ווער איז אזא גאט אויף צו קענען זאגען פארדרייטע זאכען צ.ב.ש. אז פארברענען א מענטש איז אויסגעהאלטען. דער ענין פון פאלגן א צדיק איז נישט גערעכענט ווי א מצוה ביי אונז, און הגם די שוואכע עלעמענט פרעגט אסאך ביי גדולים און גלייבט אין זיי, אבער דאס איז נאר אזוי פיל אז זיי קענען פושט זיין א ספק וואס מ'האט געהאט, אדער זיי קענען אוועקשטעלן דער גאנג וויאזוי מ'גייט צו צו א זאך אדער פסקנ'ען א מחלוקת צווישען צוויי צדדים, אבער נישט אויפן אופן פון א הגמון אזוי ווי אין די פארמאכטע קרייזען, וואס האבען ממציא געווען פונ'ם פינגער א מושג פון אמונת צדיקים, און געבאקען אפאר באבע מעשה'ס אז דער וואס פאלגט נישט וועט האבען קינדער וואס מ'זאגט נישט וואס איז געשען מיט זיי, און דערנאך זענען זיי פוסע על ראשי עם קודש מיט אט'דער געפאר איבערן קעפ פונ'ם תמימות'דיגע איינוואוינער. דער שקר איז נאך נישט אנגעקומען אין לעיקוואוד און אנדערע ישיביש'ע פלעצער (אפשר איז שוין דא אן עלעמענט אזוי אין בני ברק, אבער זיכער נישט יעדער איינער)

סתם אזוי, האסט דען נישט אביסל מורא צו רעדען מיט אזא חוצפה אויפ'ן בריסקער רב? איך פרעג סתם, ווייל איך האב מורא אז דו טראכסט אז ס'איז פונקט דער זעלבע זאך ווי דער הגמון אין קאלאראש. אפילו טאמער איך האב געמאכט א טעות ביים ויבחר בדוד עבדו, און ער איז נישט אזא שייגעץ, מ"מ איך האב נאר גערעדט אויף איינעם וואס, אויפן בעסטן אופן, איז ער א פשוט'ער איד, אבער דו רעדסט דאך אויף א תלמיד חכם און א גדול הדור. אביסל דרך ארץ וואלט דא געפאסט, ניין?


גערעכט. גערעכט. נאר חסידים זענען גרייט צו ברענען און שלאגן פאר זייערע רבי'ס. להבהרות הנושא: די דריטע אינטיפאדע פון פונביז' ווערט אוישסליסלעך אנגעפירט דורך חסידים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 5:50 pm

· #155026
איך האב טאקע געמיינט די קרייז חסידים און דעריבער האב איך זיך באנוצט מיטן מליצה הגמון.
לבונה, איהר רעט פון מיטל מזרח און איך רעד פון אמעריקא. אחוץ דעם, איז פאנאוויעזש אנדעריש. א בולעוואן אין פאנאוויעזש ווארפט לבןס אדער ראש ישיבות. דאס האט נישט מיט א פשוטער מענטש. אין סקווער, אפילו אן איידעלער מענטש בארכטיגט שפיצער ווייל אזוי וויל דער פארטיי אדער דער הגמון. דאס הייסט אז דער זייענדיג א סקווערער האט איהם פארדארבט דער מענטשהייט. נו, א חידוש אז מקען איהם פארדרייען א קאפ צו גייען וואוינען ווער ווייסט ווי. נישט ער טראכט און נישט זיין ווייב האט געטראכט. איז דער גאנצע שטיקל תורה נישט וויכטיג.
איך וויל זאגען נאכאמאל, אפילו ווען הרב הטרי שליט"א איז א היפאקרי"ט איז נישט קיין נ"מ. רעד פון דער נושא,נישט פון דער מענטש.

רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:34 pm

· #226762
איז פליקער געווארן א בעל דרשן? אייזן שטארק!
<a class="postlink" href="https://copy.com/s0P432XeHnfg9tUc">https://copy.com/s0P432XeHnfg9tUc</a>

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:51 pm

· #226763
איך ווייס נישט ווער עס איז אבער עס איז ארום געפארען פון אים אפאר גיטע וואס נאוטס

Ben-Shishim » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 12:58 pm

· #226764
רויטע וואנצעס
https://copy.com/s0P432XeHnfg9tUc


Outside of his fowl language, I totally agree with him.

פליקער » מיטוואך אקטאבער 1, 2014 2:28 pm

· #226785
יאפ ער זאגט פיין, אויב איז עס נישט פליקער איז עס פרישער ז"ל אדער א גרויסע אינספערירטער אנהעינגער פון זיי

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 2, 2014 11:25 am

· #227077
ער מאכט זיך נעריש. יעדער גוי קען ארויס מופע"ן?! יעדער גוי דארף כשר'ע עסען? יעדער גוי האט חתונה ביי די אכצען און האט קינדער? און טאמער יא, דארף ער דען א חדר? אוודאי איז 'עסקנים' א נערישקייט, און מענטשען זאלען נעמען די לייצעס אין די הענט אריין, אבער סתם מופען אינדער וועלט אריין איז נישט קיין עצה לכל מי אשר יש לו מח בקדקדו.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 11:09 am

· #278140
ב"ה אז ס'קומט אריין גוטע נייעס אז 9 משפחות גייען בקרוב זיך אריבערציען קיין וואודריטש צו וואינען דארט א גאנץ יאר. ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלווד, שטייט אינטער דעם ר' חיים מאיר ניימאן, פון גיבערס, וואס איז אינסטראמענטל אז דער היימישער עולם זאל זיך באזעצן אין די קעטסקילס א גאנץ יאר.

ס'איז איבעריג מסביר צו זיין די פראקטישקייט פון אהינגיין ווערסעס די אנדערע געפלאנטע ישובים. בעיקר איז עס אז מ'קען אהין מופן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן. מ'דארף נישט ווארטן פאר דעוועלאפמענטס אויפגעבויעט צו ווערן אדער שטאטישע פערמיטס. ס'זענען דא דארט הינדערטע הייזער וואס מ'קען דינגען און קויפן פאר שפאט ביליג. אויך איז דא דארט א פולע כשר'ע סופערמארקעט (און צוגאב צו "יגדיל" אין ס. פאולסבורג , א נישטיגע 5 מינוט דרייוו), דריי בתי מדרשים, הצלה. די אנדערע געשעפטן פון סענטער וואן, זענען אלע וויליג צו זיין אפען אגאנץ יאר ווי נאר ס'איז דא א פארלאנג (זיי צאלן סייווי רענט פאר אגאנץ יאר). אויך איז ד אן אויסוואל פון מוסדות פאר די קינדער, וויזניץ - גיבערס 10 מינוט אוועק און סאוט פאולסבורג (ליטוויש) 5 מינוט אוועק.

די 9 משפחות וואס ציען זיך אהין האבן באקומען סעקשאן 8 אין סאליווען קאונטי, אבער ס'איז זייער מסתבר אז איינמאל זיי וועלן זיין דארט, וועלן אסאך אנדערע נאכטון די זעלבע. מ'קען דארט קויפן הייזער פאר פעניס. למשל, אביסול ארויסציר פון טאון איז דא א גאנצע דעוועלאפמענט מיט אסאך הייזער פאר סעיל צווישן 50 און 130 טויזענט דאללער, די הייזער זענען געבויעט געווארן אין די 1980 יארן. אין טאון זענען דא אסאך אלטע הייזער פאר סעיל פאר ווייניגער ווי הונדרעט אלפים, וואס פאר א 20-30 אלפים קען מען שיין איבערבויען.

ווער עס קען די פלאץ פארשטייט פארוואס ס'איז נישט דומה צו town & country וואס האט נישט מאריך ימים געווען.

וחפץ ה' בידם יצליח

בן נריהו » דינסטאג מאי 26, 2015 11:41 am

· #278146
שטייערן זענען (ש)טייער?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 12:02 pm

· #278153
ביליגער ווי א קאנדא אויף די אכטע שטאק אין וויליאמסבורג
בלאט: 1 2