☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס א שטעיטל

פארוואס א שטעיטל

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4885
בלאט: 1 2

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 12:59 pm

· #278174
ס'איז די צווייטע מאל. ווי כ'האב געשריבן, איז די ערשטע מאל איז געווען אין לאק שעלדרעיק, אין town & country. יענץ איז געווען in middle of no where, און האט געהאט לעגאלע פראבלעמען מיט די באנק. ווען מ'האט געסעטעלט מיט די באנק, זענען די יוניטס געווארן פארקויפט און די נייע איינגעטימער האבן עס געוואלט פאר זיך, אלץ א זימער הויז. און ציגאב, זענען טייל owners בכלל נישט געווען צופרידן פון די גאנצע זאך. ס'זענען נישט געווען דארט קיין געשעפטן, בתי מדרשים, וכדומה איז קיין עכטע פאטענטשיל קיינמאל נישט געווען דארט.

וואודריטש איז אן עקזיסטירענדע שטעטל מיט אלעס גרייט אז מ'זאל זיך קענען דארט באזעצן און מ'קען זיך אויסשפרייטן וויפול מ'וויל. אויך איז א מעלה אז מ'וואינט נישט פארמאכט צווישן די זעלבע 10-20 מענטשן ווייל יעדע שבת זענען דא דארט צענדליגער געסט און יום טוב ווי סוכות און שבועות זענען דא א דריי פיר הונדאעט משפחות דארט

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 26, 2015 2:15 pm

· #278197
Re: פארוואס א שטעיטל
אלס אונטער כ''ק הגאב''ד שליט''א?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 2:22 pm

· #278202
גארנישט מיט אים. פארשטייט זיך אז דאס איז א זייטיגע באנעס וואס די איינוואינער וועלן האבן אז מ'וועט קענען נהנה זיין פון אים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 26, 2015 2:26 pm

· #278205
Re: פארוואס א שטעיטל
ווי גייט מען דאווענען?

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 2:38 pm

· #278213
ס'דא די שטאטישע שול, ווי ס'דא מנין יעדן טאג, אדער קען מען מאכן א מנין אין קהל יראים. שבת איז דא מנין כמעט יעדע וואך ביי טאבאק.

Kool man » דינסטאג מאי 26, 2015 3:53 pm

· #278248
קהל יראים האט אויך כמעט יעדע וואך מנין פון די וועקעישענערס, אויך פון טאבאק איז דא וואס שפאנצירען אריבער צום פייערדיקען וואדריזשער רב שליט"א

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 26, 2015 5:19 pm

· #278265
ס'איז דען מעגליך צו בויען א שטאט פון סעקשין - עיט? דאס בויען פון א שטעטעל איז נאר אז מענטשען האבען אן עכטע סיבה צו זיין דארט און בלייבען דארט. נישט מיט א שיינע פאנאראמא צו וואס. יעצט א כולל קען זיך ציען ווי אימער. מענטשען מיט סעקשען - עיט גייען ווי זיי באקומען דאס געלט. ווען מ'קען עס אריבערפירען קיין וומסב"ג, גייען זיי גלייך דארט. נאר מיט א ביזנעס א פרנסה מיטעל קען מען ברענגען און האלטען מענטשען. אבער סעקשען - עיט מענטשען האלטען נישט ביי דעם. אז מ'עפענט א ביזנעס דארט, וואס פאבריצירט עפעס עכט אדער שטעלט עפעס צו, נישט 'לכו והתפרנסו זה מזה' נאר עפעס וואס מאכט א חילוק פאר די וועלט, קען מען האפען אז אנדערע וועלען קומען און צושטעלען זאכען פאר די וואס מאכען געלט פונ'ם ערשטע'ן ביזנעס און א דריטע וועט קענען מאכען א נייע ביזנעס צו געניסען פון די ערשטע צוויי קבוצות, און אזוי פארט א גאנג. אבער פון סעקשען - עיט שנארערס האט מען גארנישט.

לית דין בר נש » דינסטאג מאי 26, 2015 5:22 pm

· #278267
א אנהייב קען עס זיין
א שטופ פאר אנדערע צו וועלן אהינגיין קען עס זיין ווייל ווי נישט ווי גייען יעצט אהין צעהן אינגעלייט פון מיין שמאלץ טאפ

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 26, 2015 5:29 pm

· #278271
ווען אן אנדערע וויל אהין גייען, וואס העלפט עס איהם אז זיי זענען שוין דא? זיי מאכען נישט קיין דזשאב"ס, מ'קען זיי נישט נעמען אין די ביזנעס, מ'קען נישט פארלאזען אויף זייער געלט און זייער צוקונפטיגע ביזנעס. סתם פלייש צו מאכען א מנין און פאר די קינדער צו שפילען. א גאנץ שוואכער מיטל מיט וואס צו בויען א ווערטשאפט.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 26, 2015 11:11 pm

· #278353
די סעקשאן 8 געניסער וואס ציען זיך ארויס וועלן נישט אזוי שנעל אנטלויפן ווייל ווען זיי וועלן זיך אינטערעסירן אויף א דירה אין וויליאמסבורג וועלן זיי געוואר ווערן וואס מ'דארף אלץ צולייגן צו סעקשאן 8, און מ'וועט עס טון נאר בלית ברירה. איך קען מענטשן וואס ארבעטן אנליין וואס קענען גערן באשטיין צו גיין וואינען מחוץ לעיר, ווינאר ס'מאכט זיך א שטיקל ישוב. ס'נישט קיין נפקא מינה טאמער די ערשטע איינוואינער האבן סעקשאן 8 אדער נישט, די עיקר איז אז איינער הייבט אן די מאוומענט.

און לגבי זשאבס, פארשטיי איך נישט וואס די זאגסט. דארפן סעקשאן 8 געניסער דען נישט קיין פלאמבערס, עקסטערמינעטערס, און קאר מיקעניקס וכדומה? אויב איינער איז אביסול הענדי, קען מען זיין גאר ביזי אין די מאונטענס, אבגערעט פון פסח ביז נאך די זומער, נאר א גאנץ יאר אויך. ס'זענען מסתמה דא צוויי טויזענט אידישע ווינטערייזט הייזער וואס ווערן באניצט דורכ'ן יאר און יעדער דארף עפעס מעינטענענס. איך קען איינער א פלאמבער וואס וואינט דארט און ער איז ביזי א גאנץ יאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 27, 2015 9:49 am

· #278441
Re: פארוואס א שטעיטל
אוודאי דארפען זיי סערוויס, אבער פון ווי קומט דער געלט? נאך דעם וואס א פערצענט פונ'ם ציבור האט פרנסה פון עפעס טוהן פאבריצירען צו צושטעלען פאר'ן וועלט, איז דאס רווח בנמצא פאר ביזנעסער

שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:07 am

· #283474
האפענטליך, נאך דארט זיין פאר איין יאר וועט נישט שמעקן צוריק צו קומען.

טעמו וראו כי טוב
📎 QuickMemo+_2015-06-18-08-03-44-1.png
בלאט: 1 2