☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ישיבה גדולה פון קרית יואל שטעלט ארויס שיעור ג' אויפן גאס

ישיבה גדולה פון קרית יואל שטעלט ארויס שיעור ג' אויפן גאס

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4882
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:50 pm

· #159747
signout
מיר איז אינטערסאנט, דער יענקי סופר איז דאך אזא מין שגץ וואס האט ער דערפון? ער זיכט סתם מען זאל אים נאכשרייען? פארואס גלייבט קיינער נישט די ''150'' בחורים וואס דארפן צו זיין נעבעך אויף די גאס? פארוואס איז די וויליאמסבורגע הנהלה שטוהל זייט די מיטינג? זיי זעהן נישט אז די ישיבה איז ליידיג? פארוואס נעמט נישט יענקי סופר א שרייבער וואס זאל אים ריינוואשען? האט מען מהר''א אריינגעפירט אין שפיטול צו סוף? בחור'ל זיסער זעץ דיך לערנען איך מיין אז ביי אייך אין קווינס טאר מען עמטליך אויך נישט האבען קיין סעלפאוןס א שאד צו עפענען יעדן טאג נייע ניקס, זייטס נישט משוגע איך ווייס נישט וואסערע צדיק יענקי סופר איז אבער דער שרייבער מיטשעט זיך מיט אזא לאנגע ארטיקעל וואס האט מיך מער געשטופט קעגן זיין אגענדע,

ר' סיינאוט. זיי נישט ברויגז. דו קענסט מסופק זיין אין אמיתת הדברים. ס'איז דאך אבער אלעס פאקטן וואס מ'קען זיך איבערצייגן. און גיי מיר נישט איינרעדן אז 150 בחורים זענען פארדארבן און האבן סעלפאונס און אנדערע שטיק. דו דארפסט געדענקען אז די רבי שליט"א איז נישט קיין דיקטאטור און ער וויל אז אלעס זאל מסודר ווערן בדרכי נועם אן קיין מחלוקת. איך קען א צווייטן אדמו"ר וואס ער וואלט אריינגעקומען אין ישיבה אינמיטן סדר הלימוד און אנגעכאפט די פאר שקרנים און ארויסגעווארפן אויפ'ן גאס ויהי' מה.

שרייבער » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:22 pm

· #159770
איך האב מתחלה נישט געזוכט צופיל אריינצורעדן אין דעם אשכול אבער ווי ס'קוקט אויס ווערן זאכן רואיגער לאמיר שרייבן א פאר טרוקענע פאקטן.

די רעדע איז פון 50 בחורים, נישט 150
א שיין חלק פון די בחורים זענען מתחלה געווען אנגענומען זיי האבן נאר נישט געוואלט גיין צוריק אן זייערע חברים
די עצם געדאנק פון זיי לייגן עקסטער איז אוודאי נישט פון רבין שליט"א און אפילו נישט פון יענקי סופר (זארגט אייך נישט איך האב אים נישט ליב און איך נעם מיך נישט אן פאר אים, אבער איך רעד פון די מציאות, איך שרייב נישט וועמענס פלאן ס'איז ווייל איך וויל יענעם נישט באגראבן ברבים, אבער די בחורים אליין מיין איך ווייסן אויך ווער ס'איז דער עיקר שולדיגער דא)
אין א זייטיגע נאטיץ קען מען זען דעם מה בין בני לבן חמי, אין א אנדערע ישיבה ווען מען קומט צום רבין זיך אפרעדן זאגט ער, איך האב א הנהלה איך האב א ועד החינוך רעד צו זיי, ליעוו מי אוט, דא איז די רבי געווען בעובי הקורה צו העלפן די בחורים, מען האט אים געזאגט אז די בחורים זענען מסודר, אבער אז ער איז געוואר געווארן זיי זענען נישט מסודר האט ער זיך אריינגעלייגט דערין.
למעשה ווערן די בחורים לכאורה צוריק מסודר אין בארדיטשוב רד.

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:09 am

· #160882
אקעי, דאס איז שוין סתם געהאקט אין קאפ אריין
פריי דיך מען נעמט דיך צוריק, מיש דיך אויס צווישן די אינגערע און האלט דאך יונג, איך מיין פון ווי קומט עטץ, עטץ קומט דאך פון צוויי באזונדערע סניפים, נו וואס ווילסטו יעצט? ספעשל טעראפי? דאס אויך נישט, ספעשל טעראפי גייט נישט אויף בארדיטשוב בארג, פארדעם דארף מען א באזונדערע בארג, ווילסט זיין ווי יעדע נארמאלע בחור גיי מיטן שוואונג, נישט יעדער לערנט ביים זעלבן מנהל

הכ"ד ידידכם אשר כאב במצבכם עד היום

אויס מענטש » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 10:46 am

· #160895
הרב שרייבער איר זענט אינגאנצן נישט גערעכט.
קודם וואס איז דאס פריי דיך אז מען נעמט דיר צוריק????
ווארף מיר נישט ווי א הונט, און נעם מיר נישט צוריק לא מעוקצך ולא מדובשך, זייער בלוט איז נישט הפקר.

צווייטענס, אויב זענען זיי געווען 30 בחורים ביי יעקב ווייס און דרייסיג ביי דוד שלמה וואס עפעס גייען זיי יעצט ווערן צוטיילט אין דריי און לאחר ככלות הכל אנקומען א חודש אין זמן אין זיך יעצט איינגלידערן מיט די יונגערע בחורים.

כמיין אז יעצט קומט זיי שוין א געהעריגע ישיבה אין בארדיטשוב.

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 11:37 am

· #160914
אויס מענטש
הרב שרייבער איר זענט אינגאנצן נישט גערעכט.
קודם וואס איז דאס פריי דיך אז מען נעמט דיר צוריק????
ווארף מיר נישט ווי א הונט, און נעם מיר נישט צוריק לא מעוקצך ולא מדובשך, זייער בלוט איז נישט הפקר.

צווייטענס, אויב זענען זיי געווען 30 בחורים ביי יעקב ווייס און דרייסיג ביי דוד שלמה וואס עפעס גייען זיי יעצט ווערן צוטיילט אין דריי און לאחר ככלות הכל אנקומען א חודש אין זמן אין זיך יעצט איינגלידערן מיט די יונגערע בחורים.

כמיין אז יעצט קומט זיי שוין א געהעריגע ישיבה אין בארדיטשוב.

ס'איז קלאר אז מצד המתיבתא איז געטוהן געווארן א חי'שקייט ווי אזוי מען האט זיי באהאנדלט, ולעומת זה איז דא בחורים וואס האבן פוטער אויפן קאפ וועגן סעלפאן'ס, און דאס איז מען נעמט "יעדעם" צוריק מיינט אז די הנהלה האט זיך געבראכן, און אויף דעם זאג איך פריי דיך מיט וואס מען האט זיך געבראכן, פריי דיך ער האט זיך אויסגעטוהן די הויזן, ווילסט אים די גאטשעס אויך אויסטון, איך מיין נאכגעבן האט אויך א שיעור.

ווען אלעס בלייבט ווי ביז היינט וואלט שיעור ג' אויך נישט געהאט א עקסטערע בילדינג, זיי וואלטן געווען אויסגעמישט מיט די יונגערע, סאו מ'דארף זיי נישט געבן מער ווי זיי וואלטן געהאט ביז יעצט.

און טו מיר א טובה, זיי האבן נישט אזא מורא'דיגע פראבלעם מיטן זיך איינגלידערן, ס"ה גייען זיי צוריק מיט די זעלבע בחורים וואס זיי האבן געלערנט פאר א יאר, פלאס די נייע עיזדש, וואס איז די מורא'דיגע פראבלעם פון זיך צוריקגלידערן דארט

בקיצור, ציטס נישט איבער די שטריקל, עטץ וועט נאר פארלירן די סימפאטיע פונעם ציבור, עטץ האט אזוי אויך גענוג אסאך דורכגעבראכן אז די שטאלצע הנהלה האט געהויבן הענט

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 1:40 pm

· #160961
[ציטאט אראפגענומען]

זייער צו די זאך און זייער שיין און הלוואי זאל שוין געלונגען פטור צו ווערן פון די פאר ווילדע מחבלי כרמים וואס שטעלן אן א רחמניות'ג פנים

דעת תורה » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:23 pm

· #160986
א פאלשע צעטל מסתמא.

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 5, 2013 3:41 pm

· #160996
אויך אזוי געקלערט, אדער פאלש אדער מער ווי א וואך אלט, היינט רעדן זיי שוין א אנדערע שפראך

עץ השדה » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 8:15 pm

· #161312
נעכטן נאכט האט יענקל סופר געמאכט תנאים אין ווילי דער רבי כדרכו בקודש נעמט אויף יעדע דינסטאג אין ווילי האט אפגעשטאט א בליץ באזיך ביים תנאים און משמיע געווען דברים בנושא האט עמיצער א ידוע מה היה שם

עץ השדה » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 8:27 pm

· #161595
יעצט פארעפנטליך געווארן א קליפ ווי דער רבי וואונטשט יענקי שירבו שונאינו פון אונטען זעהט מען ווי דער עולם האלט זיך אין די זייטן

א שוויצער » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2013 10:58 pm

· #161761
די עובדא איז נתפרסם געווארען אין די מידיא
<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%A8-%D7%91%D7%A8%D7%9A-%D7%A9%D7%99%D7%A8%D7%91%D7%95-%D7%A9%D7%95%D7%A0%D7%90%D7%99%D7%A0%D7%95-%D7%A6%D7%A4%D7%95.html">http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%94%D ... D7%95.html</a>

רוזעוולט » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:05 am

· #161790
נייע פלענער
ק/פ פון וואטסעפפ
א גוטע וואך חשובע ברידער.
ווי עס איז באקאנט האלט שוין יעדער איינער מיט וואס עס גייט פאר ביי אינזער קהילה אין די ישיבה, מען האלט שוין "6" וואכן אין זמן אין נאכאלץ נישט גארנישט מסודר (אפ' מען רידערט שוין נישט). יא! איר האט גוט געהערט, שוין 6 וואכן אין זמן אריין, אין זיי זענען נאכאלץ אויפן גאס.
איי וועסטי פרעגן פארוואס דרייט מען נישט איבער? די תירוץ איז, אז מען האט שוין איבערגעדרייט אין עס האט גארנישט אויפגעטוהן.
איי וועסטי פרעגן פארוואס מען פראבירט נישט מיט שיינעם? די תירוץ איז מען האט שוין פראבירט צי רעדן מיט שיינעם, און עס האט גארנישט געהאלפן.
איי וועסטי פרעגן פארוואס גייט מען נישט אריין צום הייליגן רבי'ן? די תירוץ איז, מען האט שוין דאס פראבירט און די רבי האט געזאגט בזה הלשון "מען האט מיך געהייסן אינטער שרייבן א צעטל אז איך קען נישט אריין רעדן אין ישיבה"
בלייבט איבער איין קשיא צי פרעגן, וואס טוהט מען דא ווייטער???
איז געבליבן אז עס איז נאר דא איין וועג, דער עולם גייט אראפ ווארפן פין בענקל דעם יענקי (תרתי משמי)
וועג נאמבער איינס:
מען גייט אי"ה דעם וואך אנהייבן ציזאמצינעמען פטישענס (די געטרייע עסקנים ארבעטן נאך אויס מער פינקטלעכע דיטאלן) פינעם עולם אין מען האפט אויפציטרייבן אין די הויכע טויזענטערס אינטערשריפטן אין מפרסם זיין די חתומה'ס איבעראל אויפהענגן אין אלע בתי מדרשים אין אריין טראגן צום רבי'ן אין מען האפט יעדער וועט זיך עפענען די אויגן און אראפ שטעלן א פיס, אז דאס קען מער נישט אזוי אנגיין! אין מען האפט דאס וועט טאקע ברענגן דאס בעסטע רוזאלטאטען!
וועג נאמבער צוויי:
מען וועט מאכן א זאך אז יענקי וועטמער נישט קענען אנגיין מיטן טאג און זיך מער נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ פין בושות, ווי ער וועט נאר גיין, גייט מען אים נאכשרייען מיט ביטערע קולות אז ער זאל אויפהערן צאפן דאס בלוט פין מענטשן, און אז בלוט איז נישט קיין וואסער,
וועג נאמעבער דריי:
דעס איז א מעסיזש פאר די מוסדות, אז טאמיר איינער פין די צוויי יענקי'ס, דאס מיינט יענקי סופר און יענקל ווייס גייען אריין שפאצירן אין דעם זאל, גייט זיך די זאל איבער דרייען! (נישט קיין חוליק צי די רבי זיצט דארט אדער נישט) דאס איז א מציאות! א פאקט! אינז גיי מיר זיך אן נעמען פארן רבי'ןס כבוד.
אינז (יונגערלייט) בעטן די מוסדות מיט שיינעם, אז מען זאל זיי צוויי נישט ריפען ווייל דעס גייט איבער דרייען די יום השחרור של רבינו זי"ע מיטן דינער אינאיינעם. איך האף אז ענק האבן די מעסיזש זייער קלאר
א גוטע וואך
(פין א יונערמאן וואס האט חתונה געהאט ביי די 21 אין נישט געווען קיין שגץ.)

א שוויצער » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 9:31 am

· #161807
עס איז תיכף ומיד מקויים געווארען
דער ''שירבו שונאינו'' ווער האט זיך גע'חלומ'ט אויף אזא ריבוי?

עס איז צום האפען מען זאל איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון די שלענג מיט גרויסע טאשען וואס דרייען זיך בחצרות הגדולים והרביים

כתר מלכות » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 10:12 am

· #161812
איך וואלט געעצה'ט די אהרונים צו געבען עפעס א שפעט נאמען אויף אים, א שטייגער ווי זאלי, שמואל קאמפאט, קווינס קעמפ, סאסמאן שול, פאלאקס לאט. די וועג פון צו קלעבן א נאמען האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן זייער סוקסעספול....

אגב, דאס וואס ער ווארענט איבער צוקערן מסיבות אפילו בנוכחת מהר"א כדי זיך אנצונעמן פאר'ן רבי'נס כבוד, דערמאנט מיר פון די צייטן וואס האט מבזה געווען מרן הברך משה זי"ע זיך אנצונעמען אויף זיין כבוד.
אזוי שנעל קומט דאס אים אהיים? כהאב געחשבנ'ט אז ס'וועט געדוירן לענגער.

עץ השדה » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 1:57 pm

· #161828
ווי נאר יענקי האט באקומען בעקאפ פון די רבי האט ער געעפענט א פרישע אטאקע קעגן די חברי הנהלה פון שיעור ד. גבוה. אלימלך דייטש מיט שמואל לייבוש וויינבערגער אז זיי דארפן אריינעמען שיעור ג אויב נישט זענען זיי מחוצפים פאר די רבי וואס האט זיי באאויפטראגט סוף בין הזמנים אריין צונעמען די בחורים - די אמתע געשיכטע וועט בקרוב ערשיינען - דערוויל האלט ער זיי ביים קארג מיט די פראגרעמס אבער עסן שיקט ער נאך פארשטייט זיך מורא האבנדיג פון קטב מרירי איבערפאל

א שוויצער » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:13 pm

· #161836
עי' בגמ' סוטה דף ט'
פון די הויפט ארבעטארער פאר'ן אנזייען חילוקי דיעות אינערהאלב די עדה החרדית זענען די שלענג אינערהאלב די הייליגע סאטמארער קהילה בקרית יואל
ווי איר קענט זיך אויך איבערצייגען דא פון עטליכע שרייבער'ס וואס פארופען זיך אלס אנהענגער מק''ק סאטמאר

קוקט אויס אז עס ווערט באצאלט מדה במדה כמב' סוטה דף ט'

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:58 pm

· #161842
א שוויצער
פון די הויפט ארבעטארער פאר'ן אנזייען חילוקי דיעות אינערהאלב די עדה החרדית זענען די שלענג אינערהאלב די הייליגע סאטמארער קהילה בקרית יואל

די גאנצע צייט זעי איך אז איר פרובירט זייער שטארק טנצולייגן די מחלוקה פון אחרא קדישא מיט הראב"ד ובניו אויף אנשי מהר"א הנני מוכן ומזומן עס מקבל צו זיין אבער איך וואלט זייער געוואלט וויסן דער מקור דערצו דיין חבר נאר פרייליך האט אין זיין באזיצער גאנצעטע רעקארדירונגען און באהאלטענע זיצונגען אפשר ער קען אונז העלפן

ווי איר קענט זיך אויך איבערצייגען דא פון עטליכע שרייבער'ס וואס פארופען זיך אלס אנהענגער מק''ק סאטמאר

כ'האף אז נישט דעס איז דיין מקור

אגב אז איך האב שוין די פענע אין די האנט וויל איך דא ארויסגעבן מיין אנטוישונג אז כאטש געווענליך בין איך א שטארקע סימפאטיקער פון ר' אהרן אבער ביי די יעצטיגע פאל בין איך זייער אנטוישט ווי אזוי ער באהאנדעלט די זאך בעיקר ווי אזוי ער רעגט אויף די מענשטהייט מיט געבן חיזוק פאר ר' יענקי סופר אין די פאבליק גראדע איז ער געזיצן מיט די בחורים און זיך שיין אויסגעשמועסט מיט זיי איבער די מצב און אויסגעהערט זייער ווילן וואס ס'איז א הערליכע זאך מצידו וואס קיין שום רבי מישראל וואלט דאס נישט געטון אבער סוכ"ס פירט ער עס נישט אויס עד הסוף טראץ וואס איך האלט נישט זענען אזעלכע וואוילע שעפעלעך ווי לייגן זיך אראפ זיי קוקן מער אויס ווי די שונרא און כלבא

א שוויצער » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 4:53 pm

· #161863
גאנצל איך ווייס נישט צו די פלעג'סט ליינען כל העולם כולו ביז עס איז ארויס פון באניץ און דער בלאט ביז די בד''ץ העדה החרדית האט באויפטראגט זיך צו האלטען דאס מויל

אבער איך אלס שטענדיגע ליינער האב זיך פילע מאל אנגעטראפען אין אזעלכע באריכטען וואס צילען באהאלטענערהייט צו פוגע זיין אינעם עדה החרדית סאו קיין גרעסערע סאורסעס פון דעם ברויך מען נישט האבען ווען די אפיציעלע שרייבערלעך געבן ארויס פאר'ן פובליקום וואס קוועטשט אין הארץ ברויך מען נישט קיין רעקארדירונג און מיליטערישע סודות

איך געב דיר דא בלויז צוויי שטיקלעך וואס איך האב געפינען פון יענע תקופה ווען די שרייבעליך האבען זיך גענימען צו די עבודה אבער קענסט טרעפן נאך פילע ענליכע רייד וואס איז היינט א סוד פאר גאנץ בראד

איין ציטאט:
די מעשה איז ריין שקר איך האף נאר אז ס'איז אמת נאך 3 מאל זאגן כאפט ער אויפן ווינק ענדליך איז ר' יצחק טובי ווייס געוואיר געווארן אז דער סאטמאר רבי וועט זיך נישט מיט אים ארורך רעדן עניני הנהגי אין ער וועט טיען וואס ער פארשטייט אין ער וועט טיען וואס די תורה פארלאנגט אין די גאנצע וועלט האט דאס קלאר אין הויך געהערט ווער ס'איז סאטמאר אין ווער אין ווי מען מען מאכט החלטות אויף 6 צאנז קארט צי אין בניני זופניק ארגינעלערנשלח ב-16/2/2012 15:59

נאך א דוגמה:
לאמיר זיך אביסל אויף פרישען די זיכרונות,נאך די הסתלקות פון הרב דשינסקיא ז''ל, בשנת תשס''ג האט שוין דער זאלי טיפוס געבושעוועט מיט א שטארקייט און די גאס, דאס עקירות התורה, והירוס הדת, איז שוין דאן געווען בתקפו, מיט אלע אירע שיינע קאלירפולע שמות וכניים, נועם המידות, הנהגת התורה, החזרת עטרה ליושנה, אהבה מסתרת, עת לעשות לה' וכו' וכו',  וואס איז בסך הכל געווען א קייט פון עקירת התורה, און הירות הדת,איין זאך וואס האט נאך געפעלט פאר די זאליבאנצעס, די עדה,און די עדה האבן זיי נאך נישט געהאט קיין דריסות הרגל,נאך ווען רבי זאליקא האט נאך געוואוינט און ארץ ישראל  האבן זיי פראבירט זיך אריין צו ריקען און די עדה, און געוואלט אז ר' זאליקא זאל ח''ו ווערן א חבר הבד''ץ, אבער אן ערפאלג,די עדה האט נישט געהאלט ביים אריין נעמען און אירע רייען, אזא שטרוי זאק וואו אונזער שיינער רבי זאליקא, זיי האבן אים בשאו''א נישט געוואלט אקסעפטירן אלס א חבר הבד''ץ, טראץ די אלע סטראשערייען און שעלטערייען פון די דעמאלסדיגע א''ג פילאטען בן פראדל מיט בן צבי קעסטנבוים,ווען רב דשינסקיא ז''ל איז נפטר געווארן האבן די זאליס געטראכט אז איצט וועט עס זיי יא געלונגען, און זיי האבן אנגעהויבן צו פארארבייטן מעשים  אריין צו ריקן און די עדה זייערס א מענטש, א יוד וואס פארקויפט גערן די גאנצע תורה מיט אלע אירע מצוות פאר א נזיד עדשים, און פארקויפט זיך די נשמה פארן שטן, פאר בלויז א גלאטן פיפציגער רח''ל, אזוי ארום האבן זיי געוואלט דימאנירן די עדה, און אויסניצען דעם פרעסטישפולער נאמען פון די עדה, אויף זייערע אונטערעסן, און אויסצושפרייטן די זאלישע אידילאגיע ביים כלל ישראל רח''ל,דער הייליגער באשעפער האט דאן געהאלפן, און די זכות פון די גדולי ירושלים וואו הרה''ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי''ע, הרה''ק רבי זעליג ראובן בענגיס זי''ע, רבינו הקדוש מסאטמאר זי''ע, אז עס איז מקיים געווארן ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי אמר ה', און רבי מנשה שליט''א איז פארבליבן זיצן מיט א פעסטקייט און די לישכה, און ברוקלין, וואו ער וועט לכאורה פארבלייבן ביז ביאת מלכא משיחא.  און יענע שטורמישע טעג האט הנהלת קהלתינו הק' פון דא און ניו יארק געארבייט מיט מס''נ ממש, צו ראטעווען די כבוד פון עדה, און דעם כבוד פון ירושלים קרתא דשפריא, און בחסדי השם האט איז די הארוואניע נישט געגאנגען לאיבוד, און הגה''צ רבי יצחק טובי ווייס שליט''א איז אויפגענימען געווארן אלס גאב''ד ירושלים עה''ק, עד ביאת משיח,הגה''צ רבי יצחק טובי ווייס שליט''א, איז געווען א דיין און די שטאט אנטווערפן, און א דאנק קהל יטב לב ד'סאטמאר, איז ער נתעלה געווארן, און ער האט זוכה געווען צו זיצן על כס הרבנות בירושלים עה''ק, וואו עס זענען געזיצן גדולי ארץ, קדושי עליון, שהיו מעניקים החמה בקומתם ובקדושתן,דער ערשטער מאל וואס הגה''צ רבי יצחק טובי ווייס שליט''א איז געקימען קיין אמעריקא, אלס גאב''ד ירושלים, האט סאטמאר אים צוגעשטעלט אן הערליכע קבלת פנים, ווען צענדליגע טויזענער סאטמארע חסידים האבן זיך צוזאם גענימען און בית מדרש הגדול און קרית יואל, ובראשם כ''ק רבינו שליט''א, אפצוגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה, וכבוד ירושלים, פארן גאב''ד שליט''א,בלויז איין טאג נאך דעם הערליכען קבלת פנים,  איז דער גאב''ד שליט''א געגאנגען אפשטאטען א באזוך ביי די אנשי סאסמאן, וואס דארט איז די נעסט פון אלע פינסטערע עלעמענטען, וואס פירן שוין צענדליגע יארן א פארלוירענע קאמפ מיט סאטמאר ב''ה אן סוקסעס, דער אייבישטער זאל טאקע ווייטער העלפן, וואס דארטן דאווענען אפשר 15 פארצענט פונעם שטעטל, און די רעשט 85 פארצענט איז דער בית אנשי סאסמאן א געהעריגע בית מינים, און טרעטן נישט דארט אריין,דערמיט האט דער גאב''ד שליט''א געשלאגען א רעקארד, צו זיין די ערשטע אפיציעלע רב, אריין צו גיין און א געביידע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט איר איין אייציגסטע ציהל, צו באקעמפן ק''ק יטב לב ד'סאטמאר, מיט איר גרויסן הייליגן מנהיג, דער ראש גולת אריאל כ''ק רבינו שליט''א,ווען די אייניקליך פונעם ברך משה זי''ע האט זיך געקלאמערט אויף די גראדע ווענט, אז זיי זאלן באקימען ציטריט צו זייער זיידע כ''ק רבינו הברך משה זי''ע, זיי האבן דאן געניצט אפי' לעגאלע מיטלן, און דער גאב''ד שליט''א האט זיך דאן אריין געמישט און געלאזט הערן זיין מיינונג, עס איז פארן גאב''ד נישט אנגעגאנגען די צער און ווייטאג פון די אייניקליך פונעם ברך משה זי''ע,משא''כ ווען די זאליבאנצעס און בני ברק בארויבן שוין די מוסדות הק' איבער 6 יאר, און די מוסדות ראנגלען זיך אויף זייער עקזיסטענץ, האט מען נישט געהערט פונעם גאב''ד שליט''א קיין איין ווארט, טראץ וואס די זאליס זענען געגאנגען און בג''ץ, דאך האט דער גאב''ד שליט''א (געשטערט) זיך נישט געמישט, איידל גערעד,סאטמאר האט דאן איין געזען, איז וואו לאנג די עדה ווערט מאנפאלירט דירוך מענשטען מיט בייזווילגע אונטערעסן איז כמעט מן הנמנע אז עס זאל בכלל שייך זיין א צוזאם ארבייט,סאטמאר האט דאן מחליט געווען, אז עס איז דא נאר איין איינציגסטע גענעראל, דאס איז כ''ק רבינו שליט''א, און נאר זיין ווארט איז מאסגעבנד, און נאר זיינע הוראות דארף מען אויסהארכען, די ריזען שרייענדע קול קורא'ס פון התאחדות מיט די עדה, איז דאן ווערט געווארן און די אויגן פון סאטמאר כקליפת השום, און ב''ה ביי רוב כלל ישראל איז דאס היינט די זעלבע,כמעט קיינער ווערט שוין נישט ערציטערט ווען מען זעט א קול קורא, ירושלים תתן קולה, תורה תורה חיגרו שק, הזהרה, איסור חמור,(איצט ווען דער גאב''ד שליט''א איז געגאנגען באזיכען א תלמוד פון הכל שלמה, א מוסד וואס הרה''ק מבריסק זי''ע האט געפאסט ביי איר עפענונג, און איר געלייגט און חרם, זעט נאך א סאך מער וואו גערעכט סאטמאר איז געווען, מיט האלטן א דערווייטערונג פון די עדה, מיט אירע סיקריקים, (וכבוד של הגאב''ד שליט''א במקומו מונח))דאס איז די סיבה לכאורה פארוואס פאר די זאליבאנצעס מיט די סיקריקים זענען אזוי פארווייטאגט פארוואס רבינו שליט''א האט ניטאמאל געלאזט וויסן פארן גאב''ד שליט''א  די לעצטע אנטוויקלונגען בנוגע בעלזא,די עצם פאקט אז רבינו שליט''א איז היינט דער מנהיג ישראל, דער שר צבא ההולך לפני המחנה, ועל פיו יצאו ועל פיו יבואו, דאס קרענקט פאר די זאליס און סיקריקום ביזן טויט,די עצם פאקט אז רבינו שליט''א האט געטאן וואס ער האלט פאר ריכטיג, עס האט נישט געקימערט אויף קיין האר, וואס די יאקאבאוויטשליך, מיט די אלע אנדער ווערים און קרעץ האבן צו זאגן, ער האט ניטאמאל געקיקט אויף זייער זייט, דאס ווייזט פאר די זאליס אז די גאנצע בליטיגע האראוואניע וואס ר' זאליקא מיט זיינע שתפים וואו בן פראדל, בן צבי, יאסעלע פליט, מנשה פיפל, און אלע אדערע מרעין בישין, האבן אריין געלייגט צו בארבאריש אונטערברעכען כ''ק רבינו שליט''א, און דערמיט צו צוברעכן ח''ו דער ריקן ביין פון דאס יהדות החרדית, איז ארויסגעווארפן, עס האט נישט גערירט דעם הייליגן צדיק אויף קיין האר נישט, כלל ישראל שטייט ווייטער באחדות אונטער איר גרויסער הייליגער מנהיג ע''ק רבינו שליט''א, און קיקן מיט נחת וואו די אלע רשעים למיניהם שפייען הייס בלוט, ויה''ר עס זאל אזוי זיין ביז משיח וועט קימען און אויס ראטן די אלע קוצים מבית ישראל, און פארשיקען די אלע מחבלי כרם השם צבאות מיט אלע זייער פארבן און ליכטיגן גייהינום אריין    מישמאשנשלח ב-20/2/2012 20:57 

זאלוני'ס אנטווארט
אין איין ווארט: דער פגישת שלום מיט בעלזא איז א פתיחת מחלוקת מיט ר' יצחק טובי' ווייס ווייל ער גייט נישט אין שפאן. טראץ דעם וואס די אהרונים האבן געארבעט פאר זיין אמט, טראגט ער מיט זיך דעם "לא תגירו מפני איש" כאראקטער, ווי א רב פון דער אלטער היים, און דאס מאכט דעם ר' אהר'יקא מיט די אהרונים קראנק, האט מען באשלאסן אז מ'גייט אים לערנען א לקח. פארשטענדליך.געלעכטערנשלח ב-20/2/2012 21:08

איך עגרי מיט די ווייטאג פון די שרייבערליך אבער צו גיין פירען א קריג צו צוברעכן א כח וואס אינזער מייסד הקהילה האט געבויט הייסט זיך געשאסען אין די פוס און מעגליך דערפאר קומט דאס אהיים אין גרויסען כמב' סוטה דף ט'
איך זאג נישט קבלו דעתי אבער עס איז פאראן א מקום צו טראכטען

גאנצל » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:47 pm

· #161882

שרייבערלעך אפי' זיי זענען אפיציעלע שרייבער ווי למשל פון דער בלאט וכדו' האט גאנץ ווינציג מיט ר' אהרן'ס דעה אדער די מענטשען פון זיין קהלה אפשר פרייען זיי זיך דערמיט און זיי האבן א נצחון אין ר' יצחק טובי' און מיט רעכט אבער ס'מיינט נאכנישט אז זיי האבן אנגעדרייט די מחלוקה

די מחלוקה ווי אזוי איך קוק עס אן האט צו טון מיט צוויי פראקציעס און די עדה החרידית

א שוויצער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 5:37 pm

· #162340
גאנצל די ביסט א הינדערט פראצענט גערעכט בנוגע די דע''ק פון רבי'ן זעלבסט:

אבער מיר דא אין דעם אשכול זעהמיר אז די גיפטיגע שלענג ארום זענען פיל מאל די מכריעים און פירער אין גאר האקעלע טעמעס, אנדעם וואס די מכריעים זאלען זיך מבטל זיין און אויסהערן די דע''ת פון די מנהיגי הקהילה

דא האסטו נאך עטליכע ציטאטען ווי די שרייבערליך בעפאר'ן קריגען די הוראה פון בי''ד אויפצוהערן האבען שוין עטליכע יאר צוריק אנגעהויבען דעם הסתה קעגן די יראי ד'

די תגובות זענען געשריבען געווארען אין די תקופה ווען עטליכע סאטמאר'ע מושחתים אינאיינעם מיט די הילף פון עטליכע יונגען אין תולדות אהרן האבען פרובירט מחי' מתים צו זיין די ארג. אגודה למניעת חלולי קברים

דא האט איר:

2011 17:42 אתרא קדישא מחטטי שכבי רח"ל, נאכאמאל געכאפט.עס איז שוין ליידער נישט קיין נייעס אז די מחטטי שכבי ארגאניזאציע אתרא קדישא איז ליידער ווידער געכאפט געווארן מיט מעשים תעתועים רח"ל. מיר בעטן הרב פייוו בארא, ער זאל ביטע אראפגעבן א פונקטליכן באריכט פון זייערע פרישע השחתה. יעצט וועט מען פריש ערווארטן אין "דער איד" וויאזוי די מדינה ציטערט פון אתרא קדישא... נאך מער ווי די מדינה ציטערט פון איראן ! http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=29935 זה שבעה חודשים שבפרויקט נשר, סמוך לרמלה, נערכות חפירות בפיקוח 'אתרא קדישא' כביכול. הפרוייקט הולך ונבנה סמוך לעיר רמלה על כביש ירושלים-תל אביב. ולדברי 'אתרא קדישא' על הפרוייקט קיים פיקוח מלא מטעמם. למרבה התדהמה מתברר, כי במקום נמצאו עצמות שוכני עפר המטופלות בזלול והינן מחוללות באין מפריע. תיעוד בלעדי שהגיע ל'בחדרי חרדים' משטח החפירות, שהמקום מצוי ללא פיקוח ועצמות אדם נארזות בקרטונים ובאין מפריע. זאת אךף שלכאורה מערות הקבורה שבמקום הינן ללא ספק יהודיות. נציג 'האגודה למניעת חילולי קברים' שהגיע היום (ב) לשטח מעיד ממראה עיניו, "ביקרתי שם היום ונדהמתי לראות עובדים ערבים עוסקים בחפירות ופינוי ללא כל פיקוח. "מדובר בהרס גדול", הוא אומר, "קשה לי להאמין שאני רואה דבר כזה. מדובר בחילול קברים ממשי. לא צריך אסון גדול יותר מזה". תגובת 'אתרא קדישא' טרם התקבלה. 

נאך פון די געמיינע סחורה:

הצג תגובות לאשכול מהסוף להתחלהנשלח ב-7/9/2011 22:33 קברי מוסלמים אינם הפקר!!! (ראש העין)אין די טעג גייט אן א העפטיגע מערכה דורך די בארימטע הפגנה-ארגאניזאציע "אתרא קדישא" קעגן די שענדליכע אקט וואס ווערט דורכגעפירט אין די שטעטל ראש העין, וואו עס ווערט רח"ל אויסגעגראבן א בית הקברות פון מוסולמענער פגרים.ומעשה שהיה כל היה.מיט א צייט צוריק איז די ועד למניעת חילול קברי ישראל אינפארמירט געווארן (דורך די רעגלמעסיגע פעקסעס וואס זיי ערהאלטן פון יעדע פלאץ וואו די ארכילאגן גייען אריין) איבער א שטח אין בת עין וואו די שטאטראט וויל דארט בויען, און זיי האבן אריינגערופן די ארכילאגן, און עס איז דא דארט א בית הקברות.דער מומחה פונעם ועד איז אנגעקומען צום פלאץ, און זיך תיכף איבערצייגט אז עס רעדט זיך פון א מוסולמענישער באגרעבעניש ארט. די עסקני הועד האבן אנגעפרעגט ביי זייערע רבנים, הגר"מ שטערנבוך שליט"א ראב"ד, און הגר"נ קרליץ שליט"א, און ווי פארשטענדליך האבן זיי געזאגט אז מען זאל אפלאזן דעם שטח, און זיך נישט קריגן אויף קברי עכו"ם.מיט בערך צוויי וואכן צוריק, האט דער ועד באקומען א ידיעה אז אויסער די בית הקברות, איז אויך געפינען געווארן דארט א "מערה", א מערת קבורה אין וואס עס קען מעגליך זיין אלטע אידישע קברים.די משגיחים זענען תיכף אהין געגאנגען, און מודיע געווען פארן ראש העיר (דער בעה"ב פונעם פראיעקט) אז די מערה קען האבן קברי ישראל און דאס טאר מען נישט צורירן, און ער האט מסכים געווען. די ארכילאגן זענען אנגעזאגט געווארן, אז אויפן פלאץ פון די מערה וויל דער בעה"ב נישט בויען, און זיי זאלן דאס נישט רירן, און א משגיח פונעם ועד איז דארט מפקח דערויף.היות די משגיח פארט אהין, איז אתרא קדישא געוואויר געווארן פון דעם פלאץ, אזוי ווי די לעצטע שטיק צייט וואס אייזיק ווייס פון א"ק פארט נאך די משגיחים און לויט דעם ווייסט ער וואו עס איז דא א ערליכע השגחה און ער קען רופן אתרא-אינגעלייט שרייען שודדים..זיי האבן אנגעהויבן פארופן הפגנות, יעדן טאג קומען אן אונטער 20 אינגעלייט, און נעמען זיך אן פאר די כבוד פון די מוסולמענער פגרים.די וואך האבן זיי אנגעהויבן לויפן צו רבנים, און בעטן מען זאל ארויסקומען מיט א מחאה גדולה מיט חתימות קעגן די חילול קברים אין ראש העין. זיי זענען געווען ביי בי"ד אין ירושלים, און בי"ד האט זיי מקבל פנים געווען מיט א צאתכם לשלום.נעכטן זענען זיי אנגעקומען צום בי"ד פון הגר"נ קרליץ, און פארפירט היתכן ער לאזט דאס צוה. ר' נסים האט זיי געזאגט אז ער וועט שיקן היינט איינעם פון זיינע רבנים, הג"ר שבח ראזנבלאט, וועלכער איז א גרויסער מומחה אין קברים, און ער וועט זעהן וואס דארט טוט זיך, און זיי זאלן אים ווייזן וואו מען גראבט און וואו מען זעהט אידישע קברים.זיי האבן אנגענומען די פלאן, און עס איז געווארן באשטימט אויף היינט אינדערפרי אז ר' שבח זאל אנקומען דארט אינאיינעם מיט זיי.היינט אינדערפרי, איז ער אנגעקומען דארט, איז ער אפגעווארט געווארן דורך 20 אינגעלייט וועלכע האבן זיך גענומען פראטעסטירן קעגן אים זעלבסט! און אים באשייגעצט אז ער ארבעט מיט מיט די מחללי קברים די ועד למניעת.האט ער זיי געבעטן, א רגע א רגע, מען האט דאך מיר געזאגט אז מען גראבט דא קבריםאון איך זאל זאל קומען זעהן, יעצט בין איך דא, איך זעה דא א בית הקברות פון מוסולמענער, איך זעה דא א מערה וועלכע ווערט נישט צוגערירט, וואס נאך ווילט איר?האבן זיי אים באשריגן אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיךמיט זיך, יחזקאל קאלמאנאוויטש (ראש הטעראריסטן) איז אליינס דא געווען און באשטעטיגט אז דא גראבט מען קברים!אלזא, צאו והפגינו!!!...FiveBoroנשלח ב-7/9/2011 22:38

שרייבער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:08 pm

· #162347
א שוויצער

איך עגרי מיט די ווייטאג פון די שרייבערליך אבער צו גיין פירען א קריג צו צוברעכן א כח וואס אינזער מייסד הקהילה האט געבויט הייסט זיך געשאסען אין די פוס און מעגליך דערפאר קומט דאס אהיים אין גרויסען כמב' סוטה דף ט'
איך זאג נישט קבלו דעתי אבער עס איז פאראן א מקום צו טראכטען

די גאנצע ווייטאג פון פירן א קריג מיט די עדה, איז ווייל ווי באקאנט האט די רבי ז"ל אויך שטארק אנגעהאלטן די עדה אפילו ווען זיי זענען געווען קעגן זיינע פסקים ביי געוויסע זאכן, כדי נישט צו צוברעכן די כח פון די מחנה יראי ה' אין ארץ ישראל, אבער אויב הותרה הרצועה און תולדות אהרן רבי מעג מען אנרופן מיט אלע לשונות של גנאי, האב איך א מורא'דיגע קשיא

מה נשתנה תולדות אהרן מעדה החרדית

פארוואס תולדות אהרן מעג מען צוברעכן און עדה החרדית נישט?

דער תירוץ איז, דער באקאנטער תירוץ

הא לן והא להו

א שוויצער » דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 6:28 pm

· #162351
שרייבער:

ליין איבער נאכאמאל די שרייבעכץ פון דעי מושחתים וואס צוברעכן און טשעפען אין די כח וואס אינזער הייליגער רבי האט אוועקגעשטעלט
בלויז פאר אינטערעסען פון ''פארטיי''

די וואס טיען ווילדע משוגענע מעשים נגד תולדות אהרן האט קיין שייכות מיט פארטיי נאר טוען נטורי קרתא שטיק כמאז מקדם

לא לחינם קומט נעבעך צוריק אזעלכע שמוציגע אקטען אין די הייליגע ישיבה על קברו ווי עטליכע בצע כסף'ניקעס טוען אפ אזעלכע מעשים מגונים

זלמן זאפיר » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:32 pm

· #162494
דער פראבלעם איז ר' יצחק טובי טוט בכלל נישט ווי די עדה ווערט ציבראכן
פיטש קאפויער ער האלט שטארק אז יעדער רב דארף טיען וואס מען וויל

לא תגירו מפני האיש

נאר,,פרייליך » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 2:54 pm

· #162505
דער גאב''ד איז נישט מחוייב צוצולאזען חפירות בקברי קדמונינו פאר חשבונות

ענדערש שרייב דיינע דבורים צו דיין רב המתיר צו וואס ער טוט זיינע שריט הגם ער וויסט די קאנסקעווענצען מעגליך זיינע ב''ב און אנדרייער האלטען אז אויב איז ער ניש גאב''ד זאל דאס גאנצער געשעפט ווערן אויס ווי טייל מושחתי מהר'א זאגען אפען לגבי די נשיאות פאסטען

זלמן זאפיר » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:01 pm

· #162530
ר' יצחק טובי' מאכט א סופער זשאב מיט די עדה החרדית

איך האב מיך עס נישט געטרויט צי בעטן פינעם באשאפער אזא גיטע זשאב וואס דער ר' יצחק טובי מאכט

נאר,,פרייליך » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:17 pm

· #162534
ס'מיר ווייניג נוגע וואס די טרויעסט דיך יא צו בעטן און וואס ניש
......

ס'אבער יא אינטערסאנט צו זעהן ווי פאר נארישע און פארטייאישע נגיעות קענען די מושחתי מהר''א באשטיין אז דער גאנצער כח און רוקען ביין פאר די ערליכע קהילות בארה''ק זאל אויפגעלעזט ווערן
כ'זיך נאך הסברה דערויף ווייל דערווייל פארשטיי'ך עס נאכניש
..............

די בוכ''ע זאל העלפן ס'זאל צוריק קומען בגדול פאר די וואס קוקען ארויס דערויף
כ'טרוי מיר יא צו בעטן

זלמן זאפיר » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:22 pm

· #162535
איך ווינטש פאר די עדה החרדית דעס וואס ר' יצחק טובי ווינטש פאר סאטמאר. פינטל
מען האט געוויינט צי ר' יצחק טובי וואס ער טוט אין סאטמאר ער זייט אן מחלוקת האט ער געלאכט

במידה שאדם מודד מודדין לו

שרייבער » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 4:34 pm

· #162536
נאר,,פרייליך
ס'מיר ווייניג נוגע וואס די טרויעסט דיך יא צו בעטן און וואס ניש
......

ס'אבער יא אינטערסאנט צו זעהן ווי פאר נארישע און פארטייאישע נגיעות קענען די מושחתי מהר''א באשטיין אז דער גאנצער כח און רוקען ביין פאר די ערליכע קהילות בארה''ק זאל אויפגעלעזט ווערן
כ'זיך נאך הסברה דערויף ווייל דערווייל פארשטיי'ך עס נאכניש
..............

די בוכ''ע זאל העלפן ס'זאל צוריק קומען בגדול פאר די וואס קוקען ארויס דערויף
כ'טרוי מיר יא צו בעטן

שיעור ג' איז די רוקן ביין פון די ערליכע קהלות אין א"י? ווואס גייט דא פאר? אין וועלכע אשכול בין איך דא?

נאר,,פרייליך » מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 5:19 pm

· #162547
שרייבער:
האסט געבלאנדזשעט

גאנצל » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 2:06 pm

· #162696
זלמן זאפיר
איך ווינטש פאר די עדה החרדית דעס וואס ר' יצחק טובי ווינטש פאר סאטמאר. פינטל
מען האט געוויינט צי ר' יצחק טובי וואס ער טוט אין סאטמאר ער זייט אן מחלוקת האט ער געלאכט

במידה שאדם מודד מודדין לו

זלמן איך גלייך נישט אזעלכע שארפע לשונות ביסט אבער הייליג גערעכט

shem-tov » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:02 am

· #163545
ג' וישב ע"ד
סוף דרשה איבער דער ביטערער נסיון פון סעל פאונס בנוגע בחורים.

וישב יעקב. זאגט רש"י בקש יעקב לישב בשלווה קפץ עליו רגזו של יוסף. קומען אבער אזעלעכע וואס זאגן וואס הייסט קפץ עליו. ער האט זיך עס אליינס געטאן קיינער האט אים נישט געצווינגען משנה צו זיין יוסף פון די אנדערע ברודער. יעצט האסטו נישט קיין מנוחה. דער אמת איז אבער אז סאיז נישט אזוי. יעקב אבינו האט נישט אזוי געהאלטן, די בלעים דיך נישט אליינס די ביסט נישט שולדיג אז סאיז אזוי דער מצב נאר אלעס איז יד ה' באמצע כדי דיך צו לערנען אין דיין לעבן.

טייערע תלמידים די בכל אתר ואתר. ס'דא א גרויסער נסיון אויף די וועלט וואס הייסט אינטערנעט בכלל און סעל פאונס בפרט. דאס איז אונזער נסיון און ענקער נסיון. דער רבש" ע האט אזוי געוואלט. איך מיז אייך ארויסזאגן אפען אז ליידער איז רוב וועלט שוין פארכאפט דערינען, גאר גרויסע און נארמאלע יונגעלייט האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין. פונקט ווי ביי אלע נסיונות וואס דער אייבערשטער שיקט איז דא וואס קענען און ס'דא וואס קענען נישט. לאמיר דא זיך אויסשמועסן איבער דברים העומדים על הפרק.

איר וואונדערט אייך וואס האט פאסירט מה יום מיומים. וואס וועט שוין זיין אז בחורים האבן סעל פאונס און קענען איבערקליגען יעדען פילטער מחמת ענקער יונגע ערפארונג אין די נייע כלים. פארדעם דארף מען שוין יעדען אהיימשיקען פון ישיבה, ווי נישט ווי לערנט מען דאך תורה. אוודאי האט דער אייבערשטער א נחת רוח. פארוואס קען מען נישט מאכן א שווייג, די גאס וועט דאך פון דעם סייווי נישט געוואר ווערן. און די זעלבע קשיא האבן היינט בחורים איבעראל, מה כל הרעש מיט די סעלפאונס, אז סאיז אזוי הארב. בין איך דען געווארן א גוי דערמיט, האב איך דען אויפגעגעבן מיין יודישקייט. קען איך נישט אנהאלטן מיין קשר מיט הקב"ה.

נאר וואס דען. ווען סקומט צו חינוך האט זיך שוין דער עולם ב"ה אויסגעלערנט אז ממוז אקצעפטירן יעדען קינד אזוי וואו ער איז, און נישט נאר עקסעפטן נאר דער קינד זאל באמת וויסן אז די האסט אים ליב אזוי ווי ער איז. ממש פונקט ווי דער אייבערשטער האט אונז ליב אזוי ווי מיר זענען. פרעגן עלטערן מיט ווייטאג, אז כוועל לאזן דאס קינד טאן וואס ער וויל ומה יעשה הב"ן שלא יחטא מיט א דאפעלטן לשון די אלע קינדער אין הויז וועלן דאך וועלן טאן וואס זיי ווילן. ה"י.

זאגן די יודעי דבר ואני הק' האלט אויך אזוי אז סאיז בדרך הטבע אוממעגליך אז אויב די ווייזט ארויס א ריכטיגע ליבשאפט און פארשטאנד צום קינד, נישט קיין רשעותדיגע ליבשאפט פארביסענערהייט, נאר ממש בסבר פנים יפות צוזאמן מיט די גאנצע הויזגעזונט. הייבסו אים און זוכסט אויס זיינע מעלות. בעזר השם וועט דאס קינד אייך קיינמאל נישט מצער זיין אויף א בארבארישן אופן. למשל פון אינגאנצן אראפנעמן די לבוש, אדער אנהייבן צו טשעפען מיט אמונה קשיות וכדו וואס ער ווייסט אז סוועט דיך גאר שטארק באדערן.

יעצט לאמיך אייך פרעגן עטליכע שאלות. איז א סעלפאון וואס איז גאר סאפיסטיקעיטעט און ארבעט גאר שנעל א סכנה פאר דיין גשמיות און רוחניות. האלטס אז דער רבש"ע קוקט אראפ און האט הנאה וויזוי די ניצט דיין נייעם מאשינקעל. וואלסטו געוואלט אז דיין קליינע ברודער זאל עס אויך האבן. וואלסטו געלאזט דיין אייגען בר מצוה בחורל דאס האבן. ענטפער יא אדער ניין. אוודאי ניין. האלטסטו אז דאס איז א נארמאלע זאך אז א יונג בחורל זאל זיין אזוי אומבאהאלפן אריינגעשלעפט אין שמוץ פיר און צוואנציג שעה א טאג. יעדעס מאל ווען מגייט אין ביה"כ נכשל צו ווערן מיט השחתה. קוקען אויף די מאשין און זיך אויסרייבן און ארויסשפאצירן זיך פילענדיג ווי א שוואכע בהמה גסה. וכמבואר בזוהר הקדוש די שרעקליכע צער וואס די שכינה הק' האט יעדעס מאל וואס א יוד זינדיגט. שומו שמים מיהאלטן לייו שמועסן מיט זונהס רח"ל אנצורייצען דעם יצה"ר שעה נאך שעה טאג נאך טאג. אן אפי אריינטראכטן פאר איין מינוט. הרף. גענוג ווי האלט איך אויף די וועלט. וויזוי קען איך נאך נאכדעם עפעס בעטן פונעם אייבערשטן ער זאל מיך העלפן. נאר פארקערט, באלד גיי איך שוין נאכאמאל אים מצער זיין. און דאס גייט מדרגה לדרגה יעדען טאג מיט א נייע וועג אנזעטיגן דעם יצה"ר ביז די פאפט איין און ער פליט ארויף אןיבן אלעס פארשרייבן און אנרייצן א קעגן דיך.

דאס זענט איר דאך אלע מודה על האמת אז סאיז נישט גיט. איי פארוואס טוט איר דאס. ווייל איך בין שוין סייווי א באם און איך קער נישט. איך טראכט שוין נישט פון באשעפער. וויל איך אייך פרעגן. געדענקסט ווען האסט געטענעט מיט דיינע עלטערן אז די ברויכט בלויז א עם. פי. טרי און די גייסט זיין צופרידן און די ברויכסט בלויז אן איי פאד. און דערנאך בלויז א פליפ פאון. און דעמאלטס האסטו נאך געוואוסט ווי דער אייבערשטער וואינט און האסט אים געבעטן ער זאל דיר העלפן. און ווי האלטסטו יעצט. די פארשטייסט אז היינט צו טאגס בלייבט עס נישט שטיין און ווען מען לאזט דיך עפעס האבן, וויל עס יענער אויך האבן. און דער פיינער בחור אדער דיין פיינער ברודער קען נאך זיין טויזענט מאל מער הייסער פון דיר לאותו דבר און ווען ער וועט אנהייבן מיט די זאכן וועט ער אויך קיינמאל נישט קענען סטאפן. קומט אויס אז גאר שנעל גייט יענער אויך זיך טרעפן אויפן זעלבען גאר נידעריגען מצב ווי דיר. וואס דאס מיינט נאך א פארלוירענער גענעראל אינעם אויבערשטענס ארמיי.

יעצט קומט די נעקסטע קשיא וואס מען זאגט אפשר נישט אזוי גראב ארויס פון מויל, אבער נאך אסאך חדשים אן א שום קשר לה' ולתורתו הק' הערט מען פון א צוקלאפטן נפש מיט א שיינער מאשינדעלע. מה כל הרעש אז מען טוט עבירות. דער אייבערשטער וועט שוין מוחל זיין, אדער איך טראכט בכלל נישט פון באשעפער איך טו וואס איך טו ווייל איך בין יונג און די גאנצע וועלט זינדיגט און שוין. איך גיי עניוועי נישט אויפגעבן מיין סעל פאון. פונקט ווי א יונגערמאן מעג איך אויך. איך ניץ דאך עס פאר נארמאלע זאכן אויך, קוק כהאב א עפ וואס האט מנחה מעריב און כקען לערנען דערויף אויך. אויך ניץ איך עס פאר למשל פעיסבוק צו שרייבן מיינע שטותים והבלים און צו וואטשן מאוויס (איר הערט וואס סטוט זיך) איך קען שוין נישט לעבן אן דעם אז די ווילסט ווארף מיך ארויס פון ישיבה. סגייט מיך נישט אן.

ערליכע עלטערן און מחנכים הייבן דא אויף די הענט לפני אבינו שבשמים און פלאצן דא אויס אין א ביטערען געוויין ווייל סאיז נעבעך נישטא וואס צו ענטפערן פאר די טייערע נשמות וואס טוען שוין מה שחפץ לבם. מה נאמר ומה נדבר. מען מיז צוריקומען צום אלף. נכפשה דרכינו ונחקורה וויל דער אייבערשטער. מען ברויך איינרייסן ביים טאטען אין הימל און זיך בעטן קוק אויף אונז אראפ און לעש שוין אויס דאס פייער. דעם אש רותחות פונעם שטן המשחית. ווייל מיטן בחורל קען איך נישט ריזענען.

בנוסף צו תפלה און ווארטן אז דער אייבערשטער זאל אראפשיינען עפעס א ליכטיגקייט מן השמים עפעס א אור חדש איז די אנגענומענע מיינונג אין די סארט ישיבה גדולות די תקנות. א) אז מען זאל מאכן צייטן ווען מען מעג האבן די מאשינדלעך. ב) מען זאל פארלאנגען גאר שטרענג פילטערס און דווקא פון די סעלפאון קעריער וואס דאס איז שווער בייצוקומען. ג) רעדן איבער די געמיינע אדיקשאן און ווי שטארק סאיז מאוס בעיני אלוקים ואדם. ד) ער מיז האלטן א לאג ווי ער איז אלץ געווען און וואס ער האט דארטן געטאן. ה) נישט אויפהערן רעדן אז דאס מיט עבודת השם קען נישט גיין אינאיינעם.

סאיז א שטארקער פראבלעם אבער סאיז א נסיון וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן מיר מיט אונזערע קינדער. דער בחור מיטן מיר יונגערמאן זענען אינעם זעלבן פעקל. מיר האבן זיך עס נישט גענומען. לאמיר ווערן בעסערע מענטשן

דאס זאגט רש"י ביקש יעקב לישב בשלוה כלל ישראל וויל ממשיך זיין די מסורה פון זיצן און לערנען און דינען דעם רבש"ע יעצט אין פרידענס צייטן. קפץ עליו רגזו של יוסף דער אייבערשטער שיקט א נסיון מיר זאלן זיך מטכס עצה זיין און זיכן צו פארבעסערן. מיר בלעימן זיך נישט נאר סאיז א נסיון מאת הבורא יתברך שמו. און זכור תזכור די געוואלדיגע צופרידענקייט און שכר בעוה"ז ובעוה"ב פאר די וואס טוען רצונו ית און זענען עומד בנסיון. לאמיר זיך דערנענטערן צו זיין הייליגן נאמען. און זוכה זיין צו דביקות הבורא לקיים מה שנאמר ואתם הדבקים בה אלוקיכם חיים כולכם היום

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:01 am

· #163790
image.jpg
image.jpg

אידיש קינד » מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 7:08 am

· #164591
למעשה הער איך איז דער יענקל סופר אפילו נישט געווען ביים גרויסן דינער כ"א כסליו אין די קראנהייטס ארמארי אויס מורא אז ס'וועט זיין כאאס דארט, און ביים אויסרופן די גרויסע נתינות ביים דינער האט מען נישט דערמאנט זיין נאמען אפילו ער האט געגעבן $72,000 און אויך האט ער געבארגט א האלב מיליאן דאללער אפאר חדשים צוריק (דאונט ווארי, ער האט שוין צוריק די געלט הער איך) ווען די סיטי האט פלוצלינג אפגעשטעלט די וואוטשערס און ניטאמאל דאס האט מען אויסגערופן. נישט געווען קיין זכר פון אים ביים דינער.

מ גפני » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 4:25 pm

· #165707
אינטערעסאנטע נייעס
ביידע יענקיס האבן די וואך געהאט קינדער, יענקי סופר א יונגעל יאנקעל ווייס א מיידל

signout » זונטאג דעצעמבער 1, 2013 4:49 pm

· #165715
אידיש קינד
למעשה הער איך איז דער יענקל סופר אפילו נישט געווען ביים גרויסן דינער כ"א כסליו אין די קראנהייטס ארמארי אויס מורא אז ס'וועט זיין כאאס דארט, און ביים אויסרופן די גרויסע נתינות ביים דינער האט מען נישט דערמאנט זיין נאמען אפילו ער האט געגעבן $72,000 און אויך האט ער געבארגט א האלב מיליאן דאללער אפאר חדשים צוריק (דאונט ווארי, ער האט שוין צוריק די געלט הער איך) ווען די סיטי האט פלוצלינג אפגעשטעלט די וואוטשערס און ניטאמאל דאס האט מען אויסגערופן. נישט געווען קיין זכר פון אים ביים דינער.
סופר איז געווען אין שפיטול ווי ער האט שפעטער געהאט א קינד אין ווייס איז געווען ביים דינער,
בלאט: 1 2