☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בין איך א שלעכטער מענטש אויב...?

בין איך א שלעכטער מענטש אויב...?

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4857

אליצפן » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 4:13 am

· #153624
בין איך א שלעכטער מענטש אויב...?
יעדער האט געוויסע זאכן וואס מאכן אים טראכטן ביי זיך אין הארצן, "בין איך א שלעכטער פארן טראכטן אזוי אדער טון אזוי?" געוויסע מצבים ברענגען ארויס מחשבות און פעולות ביי א מענטש וואס קען באמת מאכן מ'זאל זיך וואונדערן בין איך טאקע אזא שלעכטער?
דעריבער עפן איך דעם אשכול אלס א מקום וואו מ'קען ארויס בלאזן די ערגסטע מחשבות וואס מ'פארמאגט און די סאמע ערגסטע פעולות וואס מ'טוט און דער'עולם העט דן זיין האם יש על מה לחשוש.
כ'וועל אנהייבן מיט א פאר פון מיינע, וירא העם וישפוט.

בין איך א שלעכטער מענטש אויב ווען איך הער א מאטארביציקל דורך זשומען מיין הויז דרייער ביינאכט, האף איך אז אין די נעקסטע מינוט זאל אים א טראקטאר טרעילער איבערפארן און נישט איבערלאזן קיין גאנצע ביין?
בין איך א שלעכטער אויב ווען איך הער אז מ'האט געשאסן א פאליציי פריי איך זיך אביסל טיף אין הארצן?
בין איך א שלעכטער אויב איך נעם אייביג די זייט פונעם קרימינאל וואס איז נארוואס אנטלאפן פון תפיסה אד''ג האפענדיג אז מ'העט זיי קיינמאל נישט כאפן?

יואב » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 5:00 am

· #153629
לגבי די צווייטע און דריטע ביישפיל, וואלט איך געזאגט ס'נעמט זיך בעצם פון גוטסקייט. ס'טייטש אין הכי נמי אראפווישן א פאליציי אפיציר איז א שלעכטע זאך, און דער יעניגער ס'פירט דאס אויס איז א פראסטע מערדער, נעמט זיך די שנאה אויפן אפעציר צוליב דעם וואס זיין שטעלע איז צו רייטן, און ענג מאכן דאס מענטשהייט. (הגם מ'מוז האבן די חברה, אנדערש וואלט קיין לאנד נישט געוועזן. זיין דזשאב איז אבער צו זיין א באגי מען, טאקע פארן 'טובה' פון נארמאלע מענטשן). מילא וואלט איך געזאגט ביזט נישט קיין שלעכטער, סיידן דו ביזט דער וואס פירט דורך דעם מארד.

די זעלבע איז לגבי דעם דריטן שאלה. סך הכל ענגבערט אין דיינע מענטשליכע געפילן אז א מענטש גייט יעצט ארינגעשליידערט ווערן אונטער גראטעס, און דורך גיין יגון ואנחה. צו ס'קומט זיך איהם? גאנץ מעגליך אז יא, גאנץ מעגליך דו ביזט דער ריכטער/דזשארי פסק'נסטו דאס זעלביגע. מילא וואלט איך אויך געזאגט ביזט בכלל נישט קיין שלעכטער.

יעצט אויפן ערשטן ביישפיל איז אזוי. טאמער טראכסטו דאס סתם מתורת ווט"פ, ביזט באמת אויפגערעגט אויף יענעם, מילא גיבסטו צו דיר אין הארץ אן עקסטרעם שארף נקמה'דיגן אורטייל פאר יענעם, אבער מיינסט נישט ממש דאס, וואלט איך געזאגט ביזט א פלעינער הומען באיונג. אויב אבער למשל ליגט אין דיינע הענט א קנעפל יענעם אומצוווארפן און דער'הרג'נען, און דו וואלסט דאס געדריקט, ביזטו ללא ספק א שלעכטער מענטש, א רוצח, א רשע מרושע.

דאס איז שטייצעך לפענ"ד, מ'קען דאס ברייט דעבאטירן, און האלטן אנדערש.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:02 am

· #153632
איך האלט עס איז נארמאל יומען נעיטשור, און ס׳רוב המון עם האבן די זעלבע מחשבות.

אגב, קען איך נישט פארשטיין פארוואס עס יאווען זיך נישט עטליכע פאליטישאנס מיט א קוואליטי אף לייף אגענדע און אונטערברענגען איינמאל פאר אלעמאל דעם זינלאזן איבערגעטריבענע רעש פונעם מאטארביציקל אדער סתם ספארט קארס וועלכע פארטויבן דאס מענטשהייט בלויז פאר די נארישע נידריגע פארגרעבטע תאווה פונעם דרייווער וועלכע וויל די אטענשאן אז יעדער זאל קוקן אויף אים.

קינות גירושין » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:10 am

· #153647
פונקט אזוי ווי די האסט רעכט צו פייפען דיין בעל ערב שבת און טאנצען מיט מיוזיק פורים און בגלייטען דעם רבין, האט יענער רעכט צו הנאה האבען פון די ספארט פון ריידען א מאטערבייציקעל, סלאזט זיך נישט גלייבען ווי סעלפיש מענטשען קענען זיין

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:20 am

· #153648
ויש לחלק בין א ציבור צו א איש פרטי. למשל פונקט ווי דער גוי פארשטייט אז פורים און שמחת תורה איז נאר איין מאל א יאר פארשטייען מיר אז פארטאריקען דעי און מארדיגראס זענען אויך איינמאל א יאר ,אבער רעש פון א פריוואטע מענטש דארף מען נישט עקסעפטן.

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:35 am

· #153650
פונקט ווי די גוים דעבעל פארקען זונטאג, אדער מ'שפארט אפ גאסען פאר א פארעד, פארשטייט מען זיי אפילו ס'שמעקט נישט, די זעלבע זאך איז נישט קיין עוולה אז אידן שטעלן אפ די גאס וכדומה פאר זייערע קהילישע זאכען
(נישט באמערקט אז איך אויך האט געשריבען בערך די זעלבע)

טעפל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:51 am

· #153658
שמעקעדיג
איך האלט עס איז נארמאל יומען נעיטשור, און ס׳רוב המון עם האבן די זעלבע מחשבות.

אגב, קען איך נישט פארשטיין פארוואס עס יאווען זיך נישט עטליכע פאליטישאנס מיט א קוואליטי אף לייף אגענדע און אונטערברענגען איינמאל פאר אלעמאל דעם זינלאזן איבערגעטריבענע רעש פונעם מאטארביציקל אדער סתם ספארט קארס וועלכע פארטויבן דאס מענטשהייט בלויז פאר די נארישע נידריגע פארגרעבטע תאווה פונעם דרייווער וועלכע וויל די אטענשאן אז יעדער זאל קוקן אויף אים.

האב אינזין אזוי ווי מיר ער זאל זיך גוט איבערדרייען און נישט צוקלאפן נאר זיך גוט דערשרעקען..

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:11 am

· #153666
דאס "האפן" איז נישט מער ווי א פסיכלאגישע טול to blow off steam, אבער ס'נישט קיין עכטע האפענונג אז ס'זאל געשעהן, ווייל ווי יואב זאגט, ווען ס'איז בידך להפקיד, דו זיצט מיט א באטאן וואס קען יענעם ראטווען, וואלסטו זיכער געקוועטשט צו ראטווען א מענטשליך לעבן.

אליצפן » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:10 pm

· #153700
איי געס כ'האב מיך נישט גוט אויסגעדרוקט.
כ'האב נישט געעפענט דעם אשכול זיך ארויסצוגעבען מיינע בויכווייען, און באקומען קלעפ אויפן רוקן אז ניין כ'בין נישט א שלעכטער מענטש. כ'האב געוואלט מאכן א מקום וואו יעדער קען אויסלופטערן זיינע הארבסטע, סאמע דראאענדע, מערסטע עקסטרעמע מחשבות, וואס ווען עס קומט אים ארויף אין קאפ טראכט ער "הזאת נעמי"? בין איך טאקע אזא ... וואס האט אזעלכע מחשבות?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:16 pm

· #153702
איז די אשכול נאר פאר מחשבות אדער מעג מען שרייבן פעולות?

אליצפן » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:22 pm

· #153706
פעולות אויך אוודאי, אבער די ערגסטע זאכן ווי וועלן ערלעדיגן איינעם וכדו' בלייבן געווענטליך נאר ביים טראכטן כמובן מאליו..
און אויב נישט איז טאקע צרות

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:30 pm

· #153712
אויב איך לאז נישט א קאר ארויספארן פון א ספאט ווייל איך יאג מיך?

אליצפן » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:35 pm

· #153714
איך האב פיינט אזעלכע מענטשען, נאר איך וואלט כאראקטיזירט אלס אומגעדולדיג/נאט נייס ווי איידער שלעכט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:22 pm

· #153737
outspoken
פונקט ווי די גוים דעבעל פארקען זונטאג, אדער מ'שפארט אפ גאסען פאר א פארעד, פארשטייט מען זיי אפילו ס'שמעקט נישט, די זעלבע זאך איז נישט קיין עוולה אז אידן שטעלן אפ די גאס וכדומה פאר זייערע קהילישע זאכען
(נישט באמערקט אז איך אויך האט געשריבען בערך די זעלבע)

יא, אבער אונז אידן דאבל פארקן מאנטאג און דאנערשטאג אויכעט. און תענית אסתר און פורים, און שושן פורים און ערב פסח, און חוה"מ און אסרו חג און תשלומי קרבנות החג.און....נאר דאס האלט די סיטי אין ביזנעס. דערמאנט. פון די סאניטעישן טיקעטס האבן זיי אויך א שטיקל הכנסה... 😂 לעמין השאלה. בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך פריי מיך ווען א דאבל פארק'ד קאר באקומט א טיקעט ❓ ❗

טעפל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:48 pm

· #153746
אויב מעשים דארף מען טוען וואס זיי טוען.

אליצפן » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:54 pm

· #153752
berlbalaguleh
לענין השאלה. בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך פריי מיך ווען א דאבל פארק'ד קאר באקומט א טיקעט ❓ ❗

בהחלט נישט!! איך פריי זיך אויך, און איך וואלט מיך נאכמער געפרייט טאמער towed מען זיי אויפן פלאץ.

דעת תורה » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 2:45 pm

· #153780
וואו, נישט געוויסט אז גראנטיג צענזורירט זייערע קליפ'ס. א געוואלדיגע אויפטו, מהם ילמדו.

גאנצל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 2:58 pm

· #153786
אליצפן
יעדער האט געוויסע זאכן וואס מאכן אים טראכטן ביי זיך אין הארצן, "בין איך א שלעכטער פארן טראכטן אזוי אדער טון אזוי?" געוויסע מצבים ברענגען ארויס מחשבות און פעולות ביי א מענטש וואס קען באמת מאכן מ'זאל זיך וואונדערן בין איך טאקע אזא שלעכטער?
דעריבער עפן איך דעם אשכול אלס א מקום וואו מ'קען ארויס בלאזן די ערגסטע מחשבות וואס מ'פארמאגט און די סאמע ערגסטע פעולות וואס מ'טוט און דער'עולם העט דן זיין האם יש על מה לחשוש.
כ'וועל אנהייבן מיט א פאר פון מיינע, וירא העם וישפוט.

בין איך א שלעכטער מענטש אויב ווען איך הער א מאטארביציקל דורך זשומען מיין הויז דרייער ביינאכט, האף איך אז אין די נעקסטע מינוט זאל אים א טראקטאר טרעילער איבערפארן און נישט איבערלאזן קיין גאנצע ביין?
בין איך א שלעכטער אויב ווען איך הער אז מ'האט געשאסן א פאליציי פריי איך זיך אביסל טיף אין הארצן?
בין איך א שלעכטער אויב איך נעם אייביג די זייט פונעם קרימינאל וואס איז נארוואס אנטלאפן פון תפיסה אד''ג האפענדיג אז מ'העט זיי קיינמאל נישט כאפן?


א שלעכטע מענטש? א גערעגטע מענטש איך ווייס נישט צו ס'איז דא איינער וואס רעגט זיך נישט אויף אינמיטן א פיינעם טיפן שלאף נאכדערצו מיט א פיינעם געשמאקן חלום דעס שוין אויך נישט כאטש אין מיין חלום לאמיר זיין א עושר...

אפטעמיסט » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 5:44 pm

· #153807
איך ווייס נישט צי ביסט שלעכט צי נישט, איי זאך איז אבער זעכער: ביסט מלא קאמפלעקס.

אליצפן » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:14 am

· #153985
אפטעמיסט
איך ווייס נישט צי ביסט שלעכט צי נישט, איי זאך איז אבער זעכער: ביסט מלא קאמפלעקס.

@אפטעמיסט ווער איך? וואס עפעס? איך עפן דאס סתם בדרך געשמאקייט.
דאנט טעיק איט סאו סיריעס מען!

אפטעמיסט » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 6:37 am

· #154005
אא. יאך האב נישט געוויסט ביסט אזוי געשמאק.

סקרן » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 2:37 pm

· #361759
בין איך א שלעכטער מענטש ווען איך וויל אנרופן די Pharmacy אדער Grocery וואס זייער שיק אינגעל קלינגט די בעל 11 ביינאכט מיט'ן גרעסט'ן פרישקייט
און פאדערן מ'זאל אים אפזאגן? און ווען ס'איז נישט די ערשטע מאל
אדער גלייך ווען די קינדער שלאפן איין ווערן זיי געוועקט אויף א משונה'דיגע אופן

בן אדם » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 2:47 pm

· #361760
בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך בין שלעכט? יא אדער ניין?

אייז קריעם » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 3:51 pm

· #361763
אמאל מאכט זיך א קרעמל פון צוויי דריי מענטשן און איינער דרשנ'ט, און דערנעבן איז דא א קרעמל וואס זעהט אויס זאפטיגער. בין איך א שלעכטער מענטש אויב ער זעט מיך גיין אהין?

שמעלקא'לע » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 4:11 pm

· #361766
בן אדם
בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך בין שלעכט? יא אדער ניין?


ווענדט זיך פון וועלכע זייט מטבע דו קוקסט עס אן...

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 11:57 pm

· #361800
ביי מיין שכן אקעיגנאיבער טאנצט מען און מ'זינגט 2 אזייגער ביינאכט. און פלוצלינג לעשט זיך אויס די לייט און די גאנצע מוזיק און טאנצעריי סטאפט. און איך פריי מיך...!

קל וחומר » פרייטאג פעברואר 3, 2017 12:35 am

· #361803
Re: בין איך א שלעכטער מענטש אויב...?
כאפסט כאטש א טענצל מתוך שמחה?

קומזיץ » פרייטאג פעברואר 3, 2017 8:52 am

· #361817
מ'פארט מיטן קאר און פלוצים אלעס שטעלט זיך אף! וואס איז? איינער ווייזט נישט וויאזוי פארקען, מ'ווארט א שיעור ביה"ש כר' יוסי און מ'געט עם א צ'יפ פון אונטן בנוסח א פייף

קלוגע יודל » מוצ"ש פעברואר 4, 2017 10:23 pm

· #361880

וואלווי » דינסטאג פעברואר 7, 2017 12:58 am

· #362167
בן אדם
בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך בין שלעכט? יא אדער ניין?


ביהעיווען שלעכט מאכט נאך נישט א מענטש פאר א שלעכטער מענטש.

דרך אגב, דע גאנצע מוסר דרשה וואס מ'זאגט פאר א בר מצוה בחור אז דער יצר טוב איז א גאסט און דער יצר הרע דער מכניס אורח איז אינגאנצען פארדרייעט. א מענטש איז בעצם גוט ווייל ער איז געטליך, נאר ער איז לימיטעד מיט זיין יכולת ממילא פארזינדיגט ער זיך דא און דארט. איף עניטינג איז דער יצר הרע דער גאסט.

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 8, 2017 4:21 pm

· #362311
אויב מיטן וואטשן נישט צו זיין א שלעכטער מענטש טוסטו נישט דיינע פליכטן כמו שכתוב נאר דו ביסט ביזו וואטשן א גאנצע צייט נישט צו זיין ח"ו א שלעכטער מענטש , דעמאלטס ביסטו טאקע א שלעכטער מענטש!

וואלווי » מיטוואך פעברואר 8, 2017 10:30 pm

· #362353
קאצקע ביזט טאקע זיס, אבער געדענק אז יתמו חטאים ולא חוטאים און ממילא איז ורשעים עוד אינם

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 12:58 am

· #362366
זיי מסביר

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 12:26 pm

· #362391
א מענטש וואס איז זיך טועה און זיין מהלך החיים עד כדי כך אז ער איז אבסעסט מיט וואטשען אויף אן עקסטרעמען אופן נישט צו זיין שלעכט איז ממקורו א צומישעניש און נישט געזונט ערשט דעמאלטס איז ער נישט בגדר שלעכטער מענטש, ער דארף העלפ.

יתמו חטאים ולא חוטאים ווי חז"ל דרש'נען איז מרמז אויף דעם אז זונד איז איין זאך און דאס דארף זיך ענדיגען. אבער דער חוטא כשלעצמו איז א צווייטע זאך וואס דארף נישט קיין יתמו.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 6:50 pm

· #362415
איך הער וואס דו זאגסט וואלווי , ווי פארשטענדליך האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז ער איז טאקע שלעכט , איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דאס לצנות פאר דעם נישט געזינטער מענטש וואס מאכט זיכער עקסטרים נישט צו זיין שלעכט אז ער איז יצא שכרו בהפסדו...