פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11280
פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
איר מאכט א טעות אויב מיינט איר אז מיט "בעסער" בא-צי איך זיך צו די אזוי-גערופענע "בעסערע" סארט, בעסער באשערטע בערד און פיאות, חודש'ליך נייע געלעזער, און טראגן גאר דינע הויזן וואס לאזט קוים איבער פלאץ צו נאטירליכע גלידער אויסשפרייט. ניין, מיין כוונה איז אויף "בעסערע מענטשען". איר ווייסט וואס מיינט א "מענטש"? פרעג א גוי, א מענטש מיינט איינער וואס איז א... מענטש! וויאזוי קען מען עס בעסער מסביר זיין? א מענטש מיינט איינער וואס רעכנט זיך מיט א צווייטען. איינער וואס טראכט פון יענעם אויך. אמאל איז עס א קלייניקייט ווי פארק'ען די קאר אויף אן אופן אז א צווייטער זאל אויך קענען פלאצירען זיינע; צוריק לייגען די ספרים נאכן לערנען; באזוכן די זיידע באבע; וואונטשען מזל טוב פאר דער אינגערמאן וואס דאווענט יעדען טאג אין דיין מנין און קיינמאל דערווייל נישט פארטוישט קיין ווארט; און פארשטייט זיך: האלטן אפען די טיר פאר א מאמע וואס שטיפט א דאפעלטע-וויגעלע.
דאס איז אלץ ווילאנג "געלט" איז אינדערויסן פון בילד, איינמאל ס'איז נוגע צו געלט, דא ווערן שוין אסאך מענטשען "אומ-מענטשען". אומ-מענטשען פארשטייען נישט אז פונקט ווי זיי ארבעטען כדי צו פארדינען געלט, פונקט ווי דו, עלעקטערישן, וועסט נישט קומען געבן א קוק אויף מיין פראבלעם פאר אונטער 85 דאללער.. – איי צייט צו שמועסן אויפן גאס האסטו אן קיין גבול? איז דאך פשט אז דיין צייט איז נישט ממש אזוי טייער... עכ"ז, וויבאלד דאס איז דיין פרנסה, און געלט ביסטו בארעכטיגט צו מאכן, ממילא וועסטו מיר bill'ען אויף יעדע טריט וואס דו גייסט לכבודי.
אבער אז "יענער" זאל מאכן געלט פון "מיר"?... NO מיט אלף! ס'איז א מדריגה'לע אין "מענטשהייט" צו פארגינען יענעם דיין געלט "וואס קומט זיך אים"... (ווער רעדט נאך ווען יענער איז א כלי-קודש, רח"ל א מגיד-שיעור זאל מאכן מער ווי א כולל אינגערמאן... היה לא תהיה) - כלפי מה דברים אמורים, ביז פאר עטליכע וואכן צוריק דענק איך נישט אז דו זאלסטעך אפרעדען אז דיין גראסערי מאכט צופיל געלט פון דיר, דו ביסט נישט געגאנגען צו KRM מאכן דיין שבת order, האסט איינגעקויפט ביי דיין גראסערי, דארט ווי דו שיקסט דיין קינד'לע מיט א געשריבענע צעטעל צו בעטען ביים ארבעטער די פראדוקט וואס דו דארפסט; דארט ווי דו שרייבסט אויף; דארט ווי דו פטר'ס פייסמך; דארט וואו דו רופסט אריין 8'טע ביינאכט פאר א duck souse און איין dove pink צו ווערן delivered ווי שנעלער; דארט וואו דו מאכסט א קאווע און דו גייסט נישט צו צום cashier נאר דו שרייסט פון דערווייטענסט מ'זאל עס דיר ארויפלייגן אויף דיין account.
All of a sudden פונקט ווען בינגאו עפענס, ווערסטו מיר אזוי שפאריג. דיין דאללער איז דיר פלוצלינג אזוי באליבט און חשוב.. 2 דאללער'דיגע קאווע 3 מאל א טאג קויפסטו ווייטער, אבער חלילה דיין גראסערי זאל מאכן געלט פון דיר. איך גיי נישט דעבאטירן אויב סוף-פסוק פארדינט מען למעשה אפאר טוללער פון קויפן "אסאך פאר ביליג" vs.. "גענוג פאר נארמאלע פרייז", און איך רעדט שוין נישט פון דעם ווי שווער און ערליך די גראסערי פארדינט אפאר דאללער, די קאסטן גייען העכער און העכער, און די סערוויס ווערט בעסער און בעסער, מ'באדינט דיך ווי א קעניג, מה שאלתך וינתן לך.
וואס מיינסטו, וויפיל געלט, ריוח, מאכט שוין דער גראסערי מאן? After all די גרויסע בינגאו האבן גע'עפענט עשירים וואס דארפן "נאך" געלט. [אומ]מענטשן וואס האבן שוין אנדערע געשעפטען. מילא ווען ער עפענט נאך א געשעפעט, אין א נייע געגענט, נו, מ'מעג וואקסען, אבער ווען די גאנצע ציל איז בפירוש צו האקן אנדערע גראסערי, ווי כלומר'ש גראסערי'ס זענען טיייער (לץ דו, דיין אנדערע גראסערי איז די טייערסטע אין שטאט...), ווער, אויסער די בעלי בתים און די גוי'טע'ס, פארדינט דא ערליך געלט?
פארגין דיין היימישע גראסערי זיין ערליך פארדינטע געלט, סוף סוף באקומסטו דיין סערוויס, ער שיקט דיר וואס דו דארפטס (ס'קאסט אים בערך 5 דאללער פאר א דעליווערי – אויב נעמט עס 15 מינוט נאך 5 אזייגער!)
זיי א מענטש, לאז דיך נישט פארפירן פון אומ-מענטשען.
ווי ראובן האט שוין געזאגט, ק"ט ברענגט גוט ארויס איין ריכטיגע צד. מ'מעג און מ'דארף אינזין האבן די small business owners איבער די עשירים. אבער פון די אנדערע זייט, ביליגע מעגא סטארס העלפן דעם המון עם (lower class) שפארן געלט. דאס באפרייט געלט צו ווייטער גענוצט ווערן אינעם היימישע עקאנאמיע, אדער וועלן מענטשן קענען נוצן די סעיווינגס אויף אנדערע הוצאות, ווי הוצאות חתונה וכדומה און נישט דארפן צוקומען צו צדקה.
דאס וואס דו נעמסט אן אז מ'שפענדט מער געלט אין ביליגע געשעפטן, מעגליך. איך טו אבער נישט אזוי. איך דארף ס"ה מאכן את חשבון פאר מיר און פאר מיר וועט שפארן פופציג דאלער א וואך גיין א ווייטע וועג. ווען איך וועל זיין א שיינע בעל פרנסה און קענען טיילן צדקה, דאן וועל איך גערן מנדב דער פופציגער צום לאקאלע געשעפטס מאן דורך איינקויפן ביי אים.
.
דער גראסערי מאן קויפט נישט ביי מיר מיינע געשעפטען, ער גייט נאך די ביליגסטע אויך.
דער גאנצע ארטיקעל, פין אפמאלען א "בעסערע מענטש" כאילו איינער וואס טוט אזוי און אזוי, וגם קויפט "נישט" אין בינגא, איז היימישע גראסערי פראפאגאנדע. פארמאגט נישט צו זיך קיין אמת'ע טענה. הלמאי האט סופער דרייצען געמעגט גרעסער מאכען און זיך נישט גערעכנט מיט מעגא? און מעגא ווען ער האט גרעסער געמאכט? יודעלס מיט זיין שכן דער פרוכט געשעפט? וכן האט כמעט יעדער גראסערי זיך געפענט אדער פארגרעסערט על חשבון פין א שכן, און גארנישט געווען א "בעסערע מענטש".
יעדער דארף טוהן וואס איז דער בעסטער פאר זיך, און איך רעד נישט אריין יעצט אין דער נושא פין קויפן ביי א איד ווערסעס א גוי.
בינגא איז א געשעפט וואס חוץ פארדעם אז עס איז ביליגער, איז עס א פלאץ ווי מען קויפט פשוט מער אייטעמס ווייל עס איז ביליגער.
צ.ב.ש. טשאקאלאד לעבענס, פארקויפט מען פאר אכט דאלאר א קעיס, ביז היינט האב איך עס בכלל נישט געקויפט, יעצט איז עס מער אַטראַקטיוו, און מיין לאקאלע גראסערי גייט אויך פארדינען, ווייל ווען עס לאזט זיך אויס דער טשאקאלאד לעבענס וועל איך עס מוזען קויפן ביי דער לאקאלער גראסערי כדי מיין קינד זאל אויפהערן פארפירן.
עס איז דא צוויי זייטען צו אלעמען, די היימישע גראסערי געשעפטען זאלען אויפהערן וויינען און פארפירן, אלעס וועט זיך אויסשטעלן צו זיין דזאסט אקעי.
יש חילוק.
הלכה איז מחייב ועשית הישר והטוב. אויב איינער טוט דיר א טובה, טאר מען נישט זיין א כפוי טובה.
ק"ט האט גע'טענה'ט אז אוועק גיין פין די לאקאלע גראסערי איז א בחינה פין א כפוי טובה ווייל די ניצט אים נאר ווען די דארפסט דער מילך אינדערפרי אין די בענד עידס באנאכט.
ועל זה כתבנו אז יעדער איז נאר דא פאר זיך נישט צו טוהן טובות.
די עולם פארזעהט די טיעפקייט פון קאווע טרונקער'ס ווערטער. קאווע טענה'ט אז בינגאו איז דא צו מאכן געלט און אז בינגאו האט א מטרה ארויסצושטעלן קלענערע געשעפטן פון ביזנעס. מיט דעם וואס מיר קוקן נאר אויפן הווה אז אויף די מינוט איז ביליגער שטייען מיר חלילה אויס אינעם עתיד צו אסאך העכערע פרייזן און שוואכערע קוואַליטעט ווייל דעמאלטס וועלן זיי האבן פול מער קאנטראל און דעמאלט וועט שוין נישט זיין קיין סיבה צו זיין ביליג. און אזויווי אסאך דא האבן קריטיקירט קאווע טרונקער אז ס'קומט אראפ צו ביזנעס אך און וויי פאר אונז אויב זיי פירן אויס און ס'קומט אראפ צו ביזנעס פאר זיי. סוף כל סוף וועלן אונז פארלירן אויף די דיעל.
סוף כל סוף העט דיין לאקאלע גראסערי נישט קענען האלטן די טיר אפען נאר פאר א פריש פלעשל מילך.
Bingo איז די ערשטע קאמפאטישן וואס די private label קאמפאניס ווי קדם-גפן און מהדרין דארף זיך רעכענען מיט. און אז דאס קומט אויף די פרייז פון קלענערע בארא פארקע גראסעריס איז עס און מיינע אויגן ווערט.
מ'קען מיינען אז בארא פארק איז פיל מיט קליינע קרעמעל איינגעטומער. גרויסע מאנסטער סופער סטאקס ווי כולל, ברעידבערי און גארמעיט האבן שוין לאנג געטוישט די צוגאנג צו גראסערי שאפינג. יעצט איז דא א נייע גרעסערע שענערע מאנסטער.
קורקלאנד
ק"ט זאגט עס נישט די זאגסט עס.
כ'הער וואס די זאגסט, אבער ביסט נישט גערעכט.
די קליינע גראסערי'ס זענען נישט די וואס האלטען פרייזן נידריג, עס איז די גרעסערע, און קאמפעטישן וועט אייביג זיין.
טאמער וועלען זיי מאכען א יד אחת און רעכענען טייער, וועט אייביג זיין איינער וואס וועט קומען און עפענען א געשעפט און מאכען ביליגער.
איין זאך וואס מאכט בינגא פאר א מחוצף, איז דער פאקט אז ער פריוואטערהייט, און בעסמעדרעש און מקוה דרשנ'ט אז ער איז דא ארויס צו שטופּן די אנדערע פין ביזנעס. וואס דאס איז א חלום מצדו סיי ווי, אבער דאך א חוצפה.
א חוץ פון די 3/4 גרויע גראסעריס , איז דא בערך 15 קלענערע גראסעריס , אבער לכאורה די וואס שפירן עס די מערסטע זענען טאקע די גרויסע געשעפטן און בפרט כולל וואס זיי האבן די סארט קליענטאל וואס יעצט טרעפן זיי עס פאר אביסל ביליגער , בדרך כלל ווער עס האט ביז יעצט געקויפט ביי א לאקאל גראסערי און נישט ארומגעלאפן זוכען ביליגער גייט זיך קיין סאך טוישן , אוודאי וועלן זיין מענטשן וואס וועלן יא ג'יין און דעס אז ס'איז א שיינע גרויסע געשעפט געט נאך א סיבה צו ג'יין אהון , אבער דעס אז דעליוערי קאסט געלט און ס'איז נאר ביז 5:00 איז א גרויסע מינוס .
קענסט נישט כולל'ס קלייענטעל. זיי האבן די ווייניגסטע פארלוירן
איך האב גערעדט צו א מענעזשער און מאשי'ס אויף Ave m האט ער מיר געזאגט אז עס דערקענט זיך שטארק ביי זיי און געשעפט , זיי האבן פארלוירן א שיינע פאר קאסטאמערס
בינגאו פירט צוויי אנדערע מלחמות אויף צוויי אנדערע פראנטן. איין זײט וויל ער ארויסלייגן אלע אנדערע גראסערי'ס פון ביזנעס און פון די אנדערע זייט וויל ער זיך שלאגן מיט די ווענדאָרס און קאמפיטן מיט זייערע פראדוקטן. אז אונז זאלן איהם שענקן א געווינס שטייען מיר אויס שטארק צו פארלירן אינעם עתיד. הן מיט אונזער יעצטיגן ווערייעטי פון פראדוקטן און ווי אויך די קוואליטעט פון די פראדוקטן. הן מיט די פרייזן און סערוויס. צו זאגן אז נאך ער צ'מכל'ט יעדען וועט ער נאך אלס אויסשטיין צו די ריסק פון א נייע קאמפעטישן איז אביסל נאריש ווייל ס'וועט זיין זייער שווער צו ברענגען דעמאלט די געלט און ריסארסעס צום טיש.
קומזיץאיך האב גערעדט צו א מענעזשער און מאשי'ס אויף Ave m האט ער מיר געזאגט אז עס דערקענט זיך שטארק ביי זיי און געשעפט , זיי האבן פארלוירן א שיינע פאר קאסטאמערס
Moshia'a האט טאקע יעצט אנגהויבן גיין אנליין.
זייער אינטערעסאנט וואס דער עולם זאגט דא, מיר קוקט עס אויס ווי ער איז בכלל נישט פארנומען מיט יענעמס ביזנעס, עריז פארנומען מיט זיין אייגענע.
ער האט ניטאמאל א שטארקע אדווערטייזמענט באזע, ער מיינט זיך, אין דער עולם האט הנאה.
אנאנים: איבער דיין תגובה פון פרייטיג 4:24PM.
די גראסערי וואס איז אין מיין שכינות. איז טאקע אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ אידעאליסטיש. ער געט פערסאנאל סערוויס. מ'פארדרייט איהם אפילו א קאפ, צו צולייגן צום ארדער. און מ'שיקט א קינד זי זאלל ברענגען א קלייניגקייט. און מ'שרייבט עס אויך אויף. די איינציגע חיסרון איז, אז זיינע פרייזן זענען א ביסל העכער ווי די בארגעין מארקעטס. כולל און בינגא. פארוואס זאלל אזא מענטש (וועלכער וואוינט מסתמא אין די נעקסטע 2 בלאקס פון די גראסערי) גיין זיך שטופן ביי כולל אדער זיך אנמוטשען און שלעפן אליינס די סחורה פון בינגא, ווייל ס'איז ביליגער מיט עטליכע סענטס. לאמיר זאגן אז ער קען זיך סך הכל שפארן עטליכע דאללער ביי זיין וועכנטליכן ארדער,וועט ער אבער נישט איבערלאזן זיין גראסערי וואו ער קען אלעס באקומען פון 7 אזייגער אינדערפריה ביז 10 אזייגער ביינאכט. אן ער קען נאך א סאך מאל אריינכאפן א זאפטיגן שמועס מיט דעם גראסערימאן, וועלכער לאזט איהם אויסדרוקן זיין אייגענע מיינונג, און ער שאקלט צו מיט'ן קאפ. אלעס ווייל ער וויל האלטן דעם קאסטומער. משא"כ אויב דער גראסערימאן () קוקט אפילו נישט אויף זיין זייט. און ער איז נישט מער ווי א טעלעפאן נאמבער-----נעקסט....! דאמאלס פיהלט ער זיכער נישט קיין שום קשר צו דעם גראסערי. און ער גייט וואו ס'איז ביליגער...!
כ'האלט אז איינער פון די גרעסטע טעותים וואס די קלענערע גראסעריס מאכן איז אז זיי לאזן אויפשרייבן. די אויפשרייבן מאכט עס א סך שווערער פאר זיי צו קאמפיטן אויף די פרייז. ווי אויך מאכט עס זייער שווער פאר זיי צו באצאלן פאר די סחורה. זיי האבן אויך שווערע געלטער אינדרויסן.
היינט האט א יעדע פארלעסליכן אינגערמאן א קרעדיט קארד וואס געט איהם א גוטע דרייסיג טעג אויף בארג און לדעתי ווען די געשעפטן וואלטן נישט געלאזט אויפשרייבן וואלטן זיי געשטאנען א סך שטערקער.
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
איך בין נאך נישט קלאר וואס איך האלט, איך וועל נאר דא אויסשמיעסן די צדדים לפי ראות עיני.
וואס איך טו איז נאר וואס איז גוט פאר מיר, איך גריידע בין קיינמאל נישט נישט געגאנגען שאפינג ביי די ביליגע געשעפטן, איך גיי צו מיין לאקאלע סטאר בלויז ווייל אזוי איז גוט פאר מיר, טראץ עס איז טייערער אביסל, ווייל אזוי וויל איך, איך האלט נישט ביים שעפן א דיסקאונט פאר פסח אויב ברויך איך אייזלען א קעיס סעלצער אויף מיין ריקן, אדער קויפן ביי סעד ועזר לעפלעך ביז אלף הששי. אבער געטריישאפט קומט בכלל נישט אריין און די בילד, ווען מיין גראסערי באשליסט צו מאכן א סעיל אויף א אייטעם, איז עס נישט ווייל ער איז געטריי צו מיר, נאר ווייל עס איז א מוטל אז איך זאל פארנארט ווערן און ארויף ברענגען זיינע סעילס ציפערן, אדער ווייל עס ווילט זיך אים שטיפן זיינע עקספייערטע סחורה.
לאמיר צוריק מישן אביסל א בלעטעל היסטאריע, פאר דרייסיג פערציג יאר ציריק איז א גראסערי געווען אזוי ווי מען האט שוין אויבן געשריבן, די לאקאלע קרעטשמע ווי מען איז אריין געקומען זיך שפייזן און פלעטקען נייעס.
די סארט שיף איז שוין אוועק געפארן, שוין לאנג, און דאס איז נישט צוליב מיר קאסטימער'ס, נאר ציליב די אויפשטייגענדע גרעסערע סופערמארקעט'ס, און האבן אויסגעגעסן און איינגעשלינגען די קלענערע מאם און פאפ שאפס, דערנאך זענען אויפגעקומען די מער גרעסערע ביליגע סופערסטארס א שטייגער ווי וואן סטאפ כשר, און אוועק געכאפט ביזנעס פון פילע אנדערע סטארס ווי קאסטומערס האבן מער געגליכען ביליגערע פרייזען ווי מיסטער לאנדוי'ס וכדומה'ס שמייכעל.
וואס טוט איינער וואס וויל אריין קומען קאנקערירן, ווערט מען אדער סיי א פענצי סטאר און ביליג, אדער טרעפט ער א ווינקעל ווי קיינער האט נאך נישט באטראטען, אדער עפענט ער פאר פיר אין צוואנציג שעה, אדער עדווערטייזט ער אז ער גיבט אוועק פיר אין צוואנציג בייגלעך בלויז פארן איבער טרעיטן ס'שוועל. אבער ווערט נישט פארנערט אז די וואוילזיין פונעם קאסטומער איז בכלל אין זיין מוח אפילו פאר א סקונדע.
וראיה לדבר גיבט א קוק ווען איינער האט סיי א געשעפט אין די סיטי טרויט ער זיך נישט צו שינדען די הויט אזוי ווי ער טרויט זיך צו שינדען אין סאוט פאלסבורג, און איך האב קיין פראבלעם נישט דערמיט. ער שטעלט פארט צו א סערוויס, וואס ווי לאנג איך גלייך עס וועל איך עס ניצן, וברגע איך בין נישט מסכים אזוי ווי עס פאסירט כמה פעמים, ברענג איך מיט מיין ארדער פין שטאט קיין קאנטרי. וואס וועט דער גראסערי מאן טון אדער מאכן א חשבון אז איך זאל מיך זעלבסט קישן ווי אידן ריען, ווייל ער האט געניג אייזלען אין פאלסבורג, אדער וועט ער נאך לאזן פרייזען, און דערווייל וועל איך מתפלל זיין עס זאל קומען א קאמפעטישן קיין פאלסבורג, סך הכל ברויך עס זיך עדזשאסטען. וכן פאסירט מיט יעדע אינדאסרי פון בעקערייען ביז אתרוג סוחרים. ווען זיי קענען וועלן זיי רעכענען אינעם זיבעטען ריפ ביז זיי קענען מער נישט.
ווי שוין כמה פעמים געזאגט פארוואס בעיט נישט דושינסקי טויזענט טולר א סקווער פיס, נישט ווייל ער וויל נישט, נאר ווייל קיינער צאלט נישט, און ער בעיט זעקס הינדערט טולר יא ווייל אזויפיל צאלט מען.
פארוואס א טיטשער באקומען הינדערט טולער א וואך איז ווייל עס איז דא א ליין ארים די בלאק פאר הינדערט טולר, וכן לכולל אינגערמאן. איך פארשטיי נישט פארוואס עס איז אזוי, און בין נישט מסכים מיט די פאקט, אבער ווי לאנג עס איז אזוי די פאקט, וועט דאס זיין די פרייז.
על כן צוריק צים פונקט, ווען מיין גראסערי מאן וועט וועלן איך זאל קומען צו אים וועט ער זיכער מאכען אז ער סערווירט מיך אויף א אויפן איך זאל וועלן קומען, איך בין גאראנטירט ער וועט עס אויספיגערען, צי דורך געבען מער דעלישעס סחורה, אדער דורך צוזאגן א סגילה.
פתח בצדדים וסיים בצד אחד?
קורקלענדכ'האלט אז איינער פון די גרעסטע טעותים וואס די קלענערע גראסעריס מאכן איז אז זיי לאזן אויפשרייבן. די אויפשרייבן מאכט עס א סך שווערער פאר זיי צו קאמפיטן אויף די פרייז. ווי אויך מאכט עס זייער שווער פאר זיי צו באצאלן פאר די סחורה. זיי האבן אויך שווערע געלטער אינדרויסן.
היינט האט א יעדע פארלעסליכן אינגערמאן א קרעדיט קארד וואס געט איהם א גוטע דרייסיג טעג אויף בארג און לדעתי ווען די געשעפטן וואלטן נישט געלאזט אויפשרייבן וואלטן זיי געשטאנען א סך שטערקער.
עס איז דא א גרויסע מעלה פון אויפרשריייבן. מ'קען שיקן א קינד וואס האט נישט קיין קרעדיט קארד.
נאר וואס דען? ער מוז נישט לאזן אויפשרייבן אין די וועלט אריין. עס קען זיין לימיטיד ביז $100 און ממיט א קרעדיט קארד אן פייל וואס קען ווערן געטשארד יעדער צוויי וואכן.
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר ברענגסטו די מראה מקום
וואס האסטו פון א מראה מקום? דער חזו"א שרייבט - מסתמא - אז ע"פ הלכה ביסטו נאר מחויב צו די הלכה.
ירח בן יומונאר וואס דען? ער מוז נישט לאזן אויפשרייבן אין די וועלט אריין. עס קען זיין לימיטיד ביז $100 און ממיט א קרעדיט קארד אן פייל וואס קען ווערן געטשארד יעדער צוויי וואכן.
פאר דעם אז די קינד זאל קענען גיין שנעל ברענגען א פלעשל מילך קען מען האלטן ביז הונדערט דאלער קרעדיט און ווען יענץ נוצט זיך אויס קען דער גראסערי האבן א קרעדיט קארד אן פייל און אריינלייגן נאך א הונדערטער.
דאס לאזן האלטן גרויסע באלאנס'ן העלפט זיי גארנישט. ס'ניט אמאל א סערוויס וואס די גרויסע שטעלן צו אז מען זאל זאגן אז זיי דארפן מיט דעם קאמפיטן.
קורקלענד
דאס לאזן האלטן גרויסע באלאנס'ן העלפט זיי גארנישט. ס'ניט אמאל א סערוויס וואס די גרויסע שטעלן צו אז מען זאל זאגן אז זיי דארפן מיט דעם קאמפיטן.
קאמפעטישן מיינט לאו דוקא זיך נאכמאכן יעדע פרט נאר אז מ'שטעלט צי א סערוויס וואס יענער שטעלט נישט צי.
און לגבי לאזן האלטן באלאנס'ן, איז רוב גראסעריס אין מאנסי לאזן טאקע נאר אויפשרייבן אויב מ'גיבט אריין א קרעדיט קארד וואס מ'רעכנט איין מאל א חודש.
אברעימלקורקלענד
דאס לאזן האלטן גרויסע באלאנס'ן העלפט זיי גארנישט. ס'ניט אמאל א סערוויס וואס די גרויסע שטעלן צו אז מען זאל זאגן אז זיי דארפן מיט דעם קאמפיטן.
קאמפעטישן מיינט לאו דוקא זיך נאכמאכן יעדע פרט נאר אז מ'שטעלט צי א סערוויס וואס יענער שטעלט נישט צי.
און לגבי לאזן האלטן באלאנס'ן, איז רוב גראסעריס אין מאנסי לאזן טאקע נאר אויפשרייבן אויב מ'גיבט אריין א קרעדיט קארד וואס מ'רעכנט איין מאל א חודש.
לדעתי איז א טפשות פון זייער זייט צו לאזן אויפשרייבן העכער 1000 פאר א גרעסערע פאמיליע, ס'ברענגט אים נישט קיין ביזנעס, ס'ברענגט אים נאר די מענטשען וואס צאלן נישט, אדער די מענטשען וואס 'גייען' נישט צאלן ווייל ער האלט שוין ביי 5000 דאלאר.
אברעימלקאמפעטישן מיינט לאו דוקא זיך נאכמאכן יעדע פרט נאר אז מ'שטעלט צי א סערוויס וואס יענער שטעלט נישט צי.
אוודאי. אבער א סערוויס וואס ברענגט נישט קיין גוטע קליענטן איז זיכער נישט גוט צוצושטעלן. נישט פארגעסן אז יעדע סערוויס וואס א ביזנעס שטעלט צו קאסט פאר די קאסטומערס. אין דעם פאל צאלט רוב עולם טייערער אויף די ארדערס ווייל אפאר געציילטע האבן שווערע באלאנס'ן.
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
📎 IMG-20170213-WA0032.jpg
lead, follow, or get out of the way
יעלה ויבא📎 IMG-20170213-WA0032.jpg
lead, follow, or get out of the way
ער האט אים פארשיקט ? אדער ער איז זיך אליינס געגאנגען ?
אליין געגאנגען, ער טענהט אז ער האט נישט באקומען קאאפאראציע פון בינגאו
Our buying power is your savings קען מען אויך פארטייטשן Our arrogance is your savings. די שאלה איז נאר צו ס'וועט מצליח זיין.
ווי איך פארשטיי. ווען צוויי זייטן טוען ביזנעס דארפן ביידע פארדינען. מאכן דיעלס וואס ניצט אויס, ברענט אויס אדער מאכט פארלירן די אנדערע זייט קען נאר ארבייטן צייטווייליג.
נ. ב. די צעטל האט ער נישט געהאנגען. עס איז מעשי ידי אחרים. און די סיבה איז לאו דוקא די סיבה פארוואס ער איז געגאנגען.
כ'האב מתחילה נישט פארשטאנען די אויפטו פון שמעון'ס דעליווערי. יעדער קומט מיט א קאר, און טעלפאן ארדערס איז נישט דא, ווער איז די קליענטעל פאר דעליווערי?
ווי איך פארשטיי איז די קליענטעל געווען גענוג גרויס.
ס'הייסט, ס'איז פשוט.
די פרויען קענען דארט גיין אליין איינקויפן, און אהיים שיקען מיט דעליווערי.
דאס איז לכאורה א שטארקע טפשות פין בינגא.
יעצט איז עס אייביג פיל מיט קאפעלס וואס קומען איינקויפן.
בעסערע מענטשן מאכן נישט קיין חתונות לויט תקנות סטאנדארטן ?
בעסערע מענטשן לאזן נישט מאכן קיין הנחה פרייזן אויף דירות וויל מען דארף געבן פרנסה פאר מענטשן וואס ווערן דערפון רייך ?
בעסערע מענטשן דארפן יערליך צאלן צווישען 40 און 50 אלפים מער פאר גראסערי/פיש/פלייש ווייל מען טאר נישט שפארן געלט?
אויב פארשטייט א מענטש אז מען מעג מאכן סטאנדארטען אויף ביליגערע חתונות און וואוינונג ערטער פארוואס ביים עסן שטעלט זיך עס אפ ?
רויטע וואנצעסכ'האב מתחילה נישט פארשטאנען די אויפטו פון שמעון'ס דעליווערי. יעדער קומט מיט א קאר, און טעלפאן ארדערס איז נישט דא, ווער איז די קליענטעל פאר דעליווערי?
רויטע וואנצעס: ס'איז דא גענוג מידל עידזש'ד און עלטערע מענטשן וועלכע קומען מיט א קאר, אבער זיי טויגן נישט שלעפן די פעקלעך אליינס. פאר דעם איז געווען שמעון'ס עקספרעסס ע"ה. ווען איך בין געווען אין מיינע יונגערע יארן, ווען ס'איז נאך אפילו נישט געווען גאלדבערג'ס/24 אדער מעגא 53, און איך בין געקומען אהיים שפעט פון די ארבעט, ביניך געגאנגען צו באכנער'ס אויף 16 עוו. קארנער 50 סטריעט און געשלעפט אליינס באקסעס פון גראסעריס. קיינמאל נישט געניצט קיין שאפינג בעגס...!
איש את רעהובעסערע מענטשן מאכן נישט קיין חתונות לויט תקנות סטאנדארטן ?
בעסערע מענטשן לאזן נישט מאכן קיין הנחה פרייזן אויף דירות וויל מען דארף געבן פרנסה פאר מענטשן וואס ווערן דערפון רייך ?
בעסערע מענטשן דארפן יערליך צאלן צווישען 40 און 50 אלפים מער פאר גראסערי/פיש/פלייש ווייל מען טאר נישט שפארן געלט?
אויב פארשטייט א מענטש אז מען מעג מאכן סטאנדארטען אויף ביליגערע חתונות און וואוינונג ערטער פארוואס ביים עסן שטעלט זיך עס אפ ?
האסט נישט פארשטאנען. ביטע לייען איבער קאווע'ס הודעה.
קודם, כ'פלעג קיינמאל נישט גיין צו ביליגע סטארס ווי KRM אדער 1 סטאפ אא''וו צו שפארען די 10-20 פראצענט, אין כ'פלעג קיינמאל נישט רופן מיין גראסערי זאל מיך דעליווערן קלייניקייטן אדער טוהן איינס פין די אביוזעריין וואס ק''ט בארירט,
קאווע טרינקעראבער ווען די גאנצע ציל איז בפירוש צו האקן אנדערע גראסערי,
די ערשטע מאל ווי איך זעה זיי זאלען האבען א ציהל צו האקען די קליינע גראסעריס, כ'מיין אז ס'איז בלבול פין די וואס ווילן אים זעהן פארמאכט
קאווע טרינקערווי כלומר'ש גראסערי'ס זענען טיייער
הלוואי נאר א 'כלומרש'ט', פרייזן ריקען זיך ארויף אויף אזא מאסשטאבען פארנעם אז כ'האב אלס ארויסגעקוקט אויף טאג ווען איינער וועט קומען אין מאכען אז מיין גראסערי זאל טראכטען 2 מאל פאר ער ריקט ארויף די פרייז ווען די סיבה איז נאר אז ער וועט סייווי קויפן ביי מיר ווייל מיין קאמפעטישאן איז גענוג ווייט
קאווע טרינקערפארדינט מען למעשה אפאר טוללער פון קויפן "אסאך פאר ביליג" vs.. "גענוג פאר נארמאלע פרייז",
פארואס דארף מען קויפן 'אסאך' כ'גיי מיט מייין געווענליכע גראסערי ארדער, נישטו קיין סיבה פארוואס כ'דארף קויפן אסאך, ווען די פרייז זענען נישט קיין וויקלי ספעשילס אין כ'קען עס בעז''ה האבען נעקסטע וואך אויך
קאווע טרינקערדי גרויסע בינגאו האבן גע'עפענט עשירים וואס דארפן "נאך" געלט. [אומ]מענטשן וואס האבן שוין אנדערע געשעפטען.
אלע מאי ער וויל האקען זיין אייגענע גראסערי? (ווי ער מאכט 100 פראצענט ריווח אן קיין שותפים?),??
קאווע טרינקערפארגין דיין היימישע גראסערי זיין ערליך פארדינטע געלט
יעצט רעדסטו ווערטער, אבער דארפסט פארשטיין איך זאג די זעלבע אויף מיר, איך דארף טוהן וואס איז גיט פאר מיר, פינקט ווי מיין גראסערי טוט וואס איז גיט פאר אים, אין קויפט נאר פין דיסטריביוטערס וואס איז גיט פאר אים, פאר מיין בערזל איז געווינטשן צו האבען א געשעפט וואס זיין POWER איז אז באקומט ביליג ווען ער ריקט סחורה, אבער אויב איינער האט יא הנאה געהאט פין זיין גראסערי פין אויפשרייבן, דעליווערן קליינקייטן, אין די אנדערע סערוויסעס אין אביוזרייען אין זיין סטאר האט נישט געזיכט ווי צו העכערן פרייזן ווען ער קען נאר, וואלט מעגליך יא געווען א שיינע זאך אז ער לויפט נישט אוועק אין אזא פאל,
יא, דער ערשטער בינגאו קרבן איז געפאלן. א היימישע איד פארמאכט זיין געשעפט צוליב אפאר גוטע אקאונטס וואס זוכן פלוצלינג bulk.
די גראסערי קעגען איבער סטאלין מיידל סקול.
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
קאווע טרינקעריא, דער ערשטער בינגאו קרבן איז געפאלן. א היימישע איד פארמאכט זיין געשעפט צוליב אפאר גוטע אקאונטס וואס זוכן פלוצלינג bulk.
די גראסערי קעגען איבער סטאלין מיידל סקול.
נאמען? אדרעס?
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
📎 IMG-20170225-WA0047.jpg
lead, follow, or get out of the way
קאווע טרינקעריא, דער ערשטער בינגאו קרבן איז געפאלן. א היימישע איד פארמאכט זיין געשעפט צוליב אפאר גוטע אקאונטס וואס זוכן פלוצלינג bulk.
די גראסערי קעגען איבער סטאלין מיידל סקול.
קאווע טרינקער: רעד קלארע דיבורים. די גראסערי וועלכע דו האסט דא דערמאנט גייט ארויס פון ביזנעס. יא. אדער נישט?. איך בין א שטיקל מחותן דארט. איך גיי (כמעט) א יעדן טאג דארט קויפן א (סעלף סערוויס) קאווע. און אמאל א סענדוויטש אויך. איך דערשמעק דארט אן אטמאספער פון חסל סידור פסח...!
קול ברמה נשמע!
הגה"צ אב"ד אבני פנחס ד'רוסלאוויץ שליט"א, איז מעורר זיין קהילה צו שטיצען די קליינע היימישע גראסעריס!
נחשון.
I happen to know him and he's a nice guy
אבער פארוואס איז ער נישט מעורר מ'זאל קויפן עלעקטראניקס ביי היימישע געשעפטן און נישט אויף עמעזאן אדער הארדוועיר און האום דיפא?
האסטי געהערט א מעשה?
שמעון וואלף: איכ'ל דיר פארענטפערן די קשיא. ווייל אויב דו וועסט דיך דערמאנען א האלבע שעה פאר'ן זמן פון שבת אז דו דארפסט אן עמ.פי.3. אדער א קיבאורד פאר דיין קאמפיוטער און דו וועסט שיקן דיין יונגל אדער מיידל צו ד--- עלעקטראניקס ער/זי זאלל עס ברענגען פאר דיר, וועסטו קענען רעדן צום לאמפ. די סטאר וועט שוין זיין לאנג פארמאכט. אדער מוצאי שבת, ווען דו וועסט דיך דערמאנען אז דו האסט א משפחה רי-יוניאן און דו ווילסט ווייזן אלטע מאוויס פון דיין יונגל'ס בר מצווה און דו דארפסט נייטיג האבן א די.ווי.די. פלעיער וועט דיר נישט העלפן קיין פודינו ומצילנו. דו וועסט דאס נישט קענען קויפן. משא"כ די היימישע קארנער גראסערי. אויב דו דערמאנסט דיך א האלבע שעה פאר שבת אז דו דארפסט נאך א באטל מילעך. נישט נאר וועסטו עס קענען קויפן. נאר די גראסערי וועט עס פאר דיר דעליווערן אויך...!
און עס אויפשרייבן...
ליפא: ייש"כ. אויף אזא חוצפה האביך שוין נישט געטראכט. פרוביר טון די אלע זאכן ביי בינגא...אדער ביי כולל...! 😂 🙄
א חשובער רב שליט"א אין בארא פארק האט געליינט די אשכול, (זעענדיג די מחאה אויפן וועקער האט ער שנעל געגוגל'ט ק"ש...) ער האט אויפגעטרעטן מוצ"ש ביי א מלוה מלכה ביי זיך אין סמעדריש און אויפמעקזאם געמאכט זיין ציבור צו טראכטן צוויי מאל איידער מען גייט קויפן אין בינגאו.
כ'הער אז די קליינע רבנים ארום ראסלאוויטש קומען ארויס מיט א קול קורא מען זאל זיי שטיצען, און נישט דער גרויסע בינגא ראסלאוויטש בעסמעדרעש.
אישתישביכ'הער אז די קליינע רבנים ארום ראסלאוויטש קומען ארויס מיט א קול קורא מען זאל זיי שטיצען, און נישט דער גרויסע בינגא ראסלאוויטש בעסמעדרעש.
אזוי אויך גייען זיי מוערר זיין דעם עולם נאר צו שטיצן די לאקעל רבנים. סארא חוצפה פון די בנשקלעך אריינצורעדן ווי איך זאל קויפן מיין ברויט מיט מילך??? זיי דיקטעיטען נישט גענוג די מענטשהייט??? ווייל הנגיד ר׳ א.וו. פון ברעדבעררי אויף זיבעצן עוו. איז זיין מתפלל און שטיצער און ער האט א פריוואטע אינטערסע? זאל ער צוריקגיין צו זיין ביזנעס באקוקן ״שמאטעס״ מיט ״אינעטרהויזן״, פארקויפן די חמץ און נישט פארדרייען קיין קאפּ.
ער האט נישט גערעדט פון דיין ברויט און מילך.. ער העט ווען געווען צופרידן ווען דו קויפט ווען דיין ברויט און מילך ביי בינגאו. איז עס אבער אזוי אז די ברויט און מילך קויפט מען ביים קארנער גראסערי און פאר די אנדערע זאכן גייט מען חול המועד האלטן ביי בינגא
שבת אחים ווייל הנגיד ר׳ א.וו. פון ברעדבעררי אויף זיבעצן עוו. איז זיין מתפלל און שטיצער און ער האט א פריוואטע אינטערסע?
הנגיד ר' א. וו. וואוינט דארט אין געגנט אבער ער טרעט נישט אריין ביי אים. ער דאווענט אין בריזדאוויץ מיט אלע גבירים... ער האט אבער אנדערע - נישט אזעלכע רייכע - גראסערי אייגנטומער.
די פוינט איז אז די רבנים האבן זיך נישט וואס אריינצומישן דא, יעדער זאל מאכן זייער אייגענע חשבונות ווי סאיז זיי בעסער/באקוועמער איינצוקויפן זייערע גראסעריס.