אין די סעריע הודעות פונעם טראגעדיע, לאמיר טראכטן אביעקטיוו
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4846
אין די סעריע הודעות פונעם טראגעדיע, לאמיר טראכטן אביעקטיוו
טייערע חברים: ס׳איז דאס ערשטע מאהל וואס איך נעם דעם ווירטואלע פעדער און קלאפ אפ א תגובה אויפן לעצטן באקאנטער סקווירער טראגעדיע. וואס כ׳האב יא געטון ביז יעצט איז, געליינט; געליינט אלע אשכולות ואשכולי אשכולות, אלע טענות רעכטס/לינקס/ ניקים שונים נייע אלטע באקאנטע און אומבאקאנטע וואס האבן אלע לפי קוצר ורוחב שכליהם געלאזט הערן זייערע דיעות. (פארשטייט זיך אויך געלייקט די וואס מיין הארץ האט געפאדערט).
ס׳איז מיר שווער צו מאכן א סך הכל ווייל ס׳שוועבן אין מיר צוויי הויפט קעגן-געזעצטע נגיעות וואס איז גראדע ברייט אויסגעשמועסט בתוך האשכוליות.
פון איין זייט טענה׳ן די פרומע אז זיך אננעמען פאר די או טי דיס שטאמט פשוט פון ״אויפגעקלערטקייט לשם אויפגעקלערטקייט״ צו איז דאס אנגעגעסנקייט (מיט רעכט) אויפן סיסטעם, צו איז דאס געפעלן געוויסע ניקים אויף קאווע שטיבל, אדער סתם צו ווייזן אז איך בין א טראכטער אויסער די באקס.
פון דו צווייטע זייט - די וואס נעמען זיך אן פאר די או טי דיס - אז רעליגיעזער פאנאטישקייט שפילט א הויפט ראלע ביים באשליסן גערעכטיגקייט בבחינות (להבדיל) ״דויטשלאנד איבער אלעם״ איז בכלל נישט געבליבן פארן פרומער פלאץ אין מוח אנצונעמען אז די ארויסגעפאלענע האבן בכלל רעכטן.
און די צוויי נגיעות זענען געקניפט און געבינדען, דהיינו דער אויפגעקלערטער וועט טאקע צוליב זיינע פערזענליכע אנשויאינגען אנקוקן דער פרומער מיט פארדאכט און דער פרומער וועט אנקוקן דעם ליבעראלער פאר סתם א ליבעראלער טאקע צוליב זיין נישט קענען טראכטן אנדערש ווי ער איז צוגעוואונט.
איך דענק אז ס׳איז רעכט צו זאגן אז א גרויס חלק פון די ויכוחים זענען פיגורירט געווארן ביודעים ובלא יודעים אין ליכט פון אט די דערמאנטע צוויי נגיעות.
און אנדערע ווערטער צד לעיקוואד/הוגה/דענקער ודומיהם האבן בלי ספק געזען צווישען דו שורות פון צד איינגעמיירעט/איך אויך/בן תמליון ודומיהם א פאנאטישקייט פון טראכטן פרום /פאנאטיש. ביי איטליכער האבן לאו דוקא דער סובסטאנץ פון דער תגובה געפאסט א מיינונג נאר אלטע אבסערוואציעס פון פארגאנגענע תגובת האבן אויך געשפילט א ראלע אן אפשאצן וואס דער וויל דא באמת.
און דער זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט אינעם אנדערן פרומער לאגער. צד א׳ זענען אנגעקלעבט געווארן מיט לאוזינגען וואס האט לאו דוקא צוטון מיטן נארוואס געשריבענער תגובה, נאר מיטן גאנג כאילו דער ניק וויל פארדינען פונקטן אויפן מזבח פון סעקולעריזם.
אלזא פארוואס לינגעריר איך דא אזוי לאנג מיט נגיעות. צו וואס איך וויל צוקומען, איז אזוי:
מיר אלע ווייסן אז נגיעות פארבלענדט דעם מענטש פון טראכטן אביעקטיוו נישט נאר דאס! ער רעדט זיך באמת איין אז ער איז בעצם יעצט העכסט אביעקטיוו אנע נגיעות!.
קוקט אהער; לעיקוואד טענה׳ט חי וקים אז ער טראכט מיט שכל הישר, און די אנדערע האבן פארלוירן דעם דעת מיטן שכל פון צו טראכטן אינדרויסן פונעם באקס. בעת דער צד שכנגד טענה׳ט פונקט קאפויער אז דוקא לעיקוואד האט א שוואכקייט צו או טי דיס און ער וועט בשום אופן נישט קענען מצדיק זיין די פרומע קעגן די פרייע אויף קיין פאל, און גענוי דאס איז וואס טרייבט אים, אבער מיר פארשטייען מיט לאגיק אז כל המשנה ידו על התחתונה.
למעשה דארף מען מאכן א לאגישער טעסט זיך אליינס צו פארהערן, בין איך טאקע אביעקטיוו האב איך א געוויסער בלאקעדש וואס לאזט מיר נישט טראכטן דעם דרך הממוצע אדער איז מיין צד שכנגד גאר דער נבוך. ווייל צד א׳ נעמט זיך למעשה אייביג אן פאר די פרייע או טי די און צד ב נעמט זיך אלס אן פאר די פרומע זייט קיינער גייט דאך נישט ארויס פון פארטי ליניעס .
האב איך געטראכט אזוי : איך וועל פארלייגען געוויסע פענאמענען פון וואס מ׳האט נאכנישט געטראכט, וואס זענען למעשה ארויס פונעם גדר פון וואס מ׳האט גע׳טענה׳ט אז וועגן דעם איז מיין צד גערעכט, אבער מ׳מוז נאך אבער נאך אלץ נעמען א שטעלונג איז דער פרייער גערעכט, אדער דער פרומער איז גערעכט.
יעדער איינער וואס וויל וועט זיך אליינס קענען פארהערן לויט וואס זיין פירסט ריספאנד אינעם מוח וועט אים זאגן.
איינע פון די וויכוחים איז געווען צו חתונה האבן ביי די ניינצן איז א רעכטער בנין, אדער א בנין נערים סתירה. פארשטייט זיך אז צד א׳ האט געהאלטן אז ס׳איז צוויי בעיביס וואס זענען געווארן ברעין-וואשט און מ׳קען נישט פון דעם פסק׳נען. און צד ב׳ האט געהאלטן אז ליגאל זענען זיי אדאלטס גע׳חתמ׳ט איז גע׳חתמ׳ט! נישט דא קיין תירוץ אין אמעריקע כ׳האב נישט געוואוסט.
וועל איך דא פרעגן צוויי שאלות.
1) וואס האלט איר ווען א 35 יעריגע פרומע קאפל האט חתונה פרומערהייט, מיט אן אומגעשריבענע אפמאך פארשטייט זיך, אזוי אויך אויפציען די קינדער און נאך אפאהר יאר ווערט די מאמע פריי, ווער האט די רעכט אויפן קינד׳ס רעליגיע ?
2) א פרייע קאפל וואס האט חתונה ביי די 19, און נאך אפאר יאר ווערן איינע פון די עלטערן פרום און פאדערט אזוי פון די קינדער, וואס האלט איר ווער האט רעכט אויף די רעליגיע פון די קינדער ?
איך פארשטיי אז אין פאבליק איז אמאהל שווער מודה צו זיין אויף א זאך וואס מ׳האט אויסגעגעבן בלוט און שווייס דערויף, איך לאדן איין דעם עולם ״בפרט די היציגע אינעם דיבאטע״ מיר צו שיקען אין אישי וואס זייער ערשטער ריספאנס איז געווען, און אפשר אולי וועט מען קענען דא ארויסקומען למי החותמת....
איך האב מיך צוריק געהאלטן די גאנצע צייט פון שרייבן ווייל ווי די זאגסט איז יעדער זייער אימאושענעל צו זייער מיינונג/גאנג. (נישט אז איך האלט איינער קערט וואס איך האב יא אדער נישט צי זאגן).
צו ענטפערן דיין פראגע, איך האלט אז קינדער בר דעת, דארפן מאכן א באשלוס פון זיך אליין (אן ווערן איבער גערעדט פון קיין איין זייט, פארשטייט זיך), געווענליך וועט עס זיין וואס זיי זענען געוואוינט.
אויב קענען זיי נישט זאל די מאמע האבן רעכט אויף די קינדער אויסער אויב זי איז נישט פעהיג.
דיסקלעימער: איך באציה זיך נישט צו קיין שום ספעציפיש פאל אדער יחיד, איך שרייב בכלליות.
לאגיק דיקטירט אז אין א פאל א געווענטליכע פארפאלק טיילט זיך פאר נאטורליכע סיבות, קריגן ביידע א 50-50 רעכט איבער די קינדער.
אין א פאל וואס איינע פון די עלטערן איז אומסטאביל, אביוזער, שעדליך וכדומה, איז ידו/ידה על התחתונה.
דאס איז אלץ פון א לאגיש/רעאליסטיש/מענטשליכע שטאנדפונקט.
פון אן אידיש רעליגעזן שטאנדפונקט איז דער עיקר ציהל פון הייראט די דורות. מילא איינער וואס רעליגיע דיקטירט זיין מהלך המחשבה, ווייס איך נישט צו מ'קען אים באצייכענען עקסטרעם אויב ער נייגט צום רעליגיעזן צד, סיידן דו ווילסט זאגן אז ס'איז נישט אביאקטיוו און אויסגעהאלטן רעליגיע זאל דיקטירן א מהלך המחשבה. (דאס איז א באזונדערע דעבאטע, דא האנדלט מען אויך איבער א יסודות'דיגער פונקט). למעשה אבער איז פארשטענדליך אזא איינער זאל קאטאגארירן א רעליגיעזן אפנויג, פונקט ווי אומסטאביל—הפנים כלפי די שיטה חלק. דער פראבלעם ביינונז איז אבער, אז דער בחור/מיידל זענען נישט די באשלוס פאסער בכלל.
מ'כאפט ארויס במחתרת א בחור פון אונטער די גראטעס פון עפעס א מאדנע תפיסה, ער איז פארשפארט ביז די עלטערן באשליסן ווער דאס בת פלוני מ'האט אויסגערופן צו זייערס אן אומגעצייטיקטער פלוני איז. א בלינדער קען עדות זאגן איבער די צאללאזע וויכטיגע בונדן, דיעלס, און פאקטן מ'שליסט אינעם קורצן אפשניט פון ווען מ'ברעכט טעללער, ביז מ'ברעכט פון שוואנגערן. פון צווישן די סאמע פראמינענטע "דיעלס" ס'בלייבט איבער צו שליסן אינעם סעריע פון "בונד שליסערייען", איז שטייצעך וויפיל, און ביי וועלעכע פירמע מ'גייט קאטענען אפאר געבארגטע אלפים פאר עפעס א פארקעמטן זנב אויפן ראש; און ווער ס'גייט זינגען ביי די חתונה—מיט פראצענטן פאר די 'עידזשענט' שטייצעך.
אה, און ווי קען מען פארגעסן פון ווער ס'זאל זיין מסדר קידושין. דאס איז דאך ממש א ברית מ'ברויך שעכטן טויבן דערפאר, און אריבערלויפן טאנצענדיג די זעקסטע הקפה.
און צום עצם ליל הברית, לאזט מען דעם בדחן מאכן א שבועת ביטוי וואו ער מעלדט איין איבער א פרישע בית נאמן בישראל ס'האלט שוין ממש ביים קלאפן די נעגלעך אויפן דאך, און פון צווישן די מאסן פייכטע טישוס ס'ווערן זאלציגער אין רעאקציע, אומרת האשה אמן אמן כסוטה. דערמיט איז מען חותם א זיבעציג יאריגער קאנטראקט בטבעת המלך שהחתן הדמה לו, און פארשטייט זיך דער בחור האט געסיינט קאנטראקט פונקט אזוי שנעל און ניכטער ווי ער קוועטשט דעם 'עגרי' קנעפל אויף טערמס ענד קאנדישענס פון די וועלכע פירמעס לייגן פאר.
איך נעם נישט קיין צד איבערן טעכנישער פסק בנוגע די קינדער, דאס איז אבער א חלק פון די צוקונפטיגע פראבלעמען דער 35 יעריגער ברויך לכאורה נישט באגעגענען. מ'האלט דאס קינד פארמאכט ביז ער זעהט זיך האבן זיין אייגן קינד, און ער האט א פשוט'ער פארדינטער בחירה, וויזיע פארן עתיד, ריכטיגער דעפעניציע פון לעבן קיינמאל נישט באקומען. מ'לעבט דאך שוין נישט אין די צייטן פארן קיין בערלין האט מען געברויכט קויפן א בילעט. ס'קאסט נישט קיין סאך ער זאל עפענען, און ער זאל באוויינען דעם אקציע מ'האט מיט איהם געטאהן. ער גייט נישט שטיין און מעלקן מילך אינעם פארם כל ימי חייו, בונד אהער, בונד אהין. דאס איז נישט קיין לעגעטימער דעבאטע בכלל. ס'איז לויטער ווייטאג עס שפריצט פון אלע זייטן. מ'פארשטיי מיר די טאטע, מאמע, זיידע, באבע, געשוויסטער, און קינדער.
יעצט בנוגע דיינע צוויי קשיות.
אויף קשיא נומער איינס: ס'איז מסתבר צוויי חברה ס'האבן חתונה ביי די 35 האבן קלאר געהאט א בחירה בעפאר, ס'לאזט זיך גלייבן מ'האט חתונה מיט א געהריגן פלאן פארן צוקונפט, פאר די קינדער, און מ'גייט פולי איין אויף א בונד. אויב איינער ברעכט דאס ווייס איך נישט צו מ'קען איהם אנרופן א פאררעטער, אבער ס'איז בעיני קלאר אז ידו על התחתונה. ספעציעל אויב ער פארלאנגט א גענצליך סעקולערן לעבן.
לגבי קשיא נומער צוויי וואלט איך געזאגט דאס איז א היכי תמצא ס'פאסירט מסתם איין מאל אין לויף פון א קידוש החמה.
ס'איז מורא'דיג א מאדנער צופאל. איך וואלט געזאגט א פרייער וואס האט חתונה ביי די 19 איז געוויס אומסטאביל, און אויב ווערט ער פרום איז מסתם הוברר הדבר למפרע אז ער איז זיכער אומסטאביל. איך מאך נישט אוועק דאס אז איינער ווערט א בעל תשובה, אדרבה. ס'איז אבער א מאדנע מעשה (משל), און איך גלייב אז אין א דעמאקראטישע לאנד וועט א ריכטער פסק'נען לטובת דער פרייער.
מאטי, דיין "אביעקויוו" טעסט איז פעיר ענד בעלענסד אויב די אישא איז א ריין משפחה געפעכט אין איינער נעמעט זיך אייביג אן פאר די טאטע אדער מאמע, אדער די סקעוורע און נישט פאר די פאפענע, דאס וועט ווייזען אויף איין זייטיגקייט. זייער אסך מאל איז אבער דא א קליינע מחשבה קדימה, און א יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מחשבה קדימה. אויב די פארשטייסט יענעמס געדאנקען גאנק פארשטייסטו אז דיין טעסט איז נישט אביעקטיוו.
איך וואלט ווען רעקעמענדעד אן אנדערע טעסט
סדא וואס האלטען אויב איינע פין די עלטערן געבען בלידטש און mr clean פאר די קינד פאר פרישטיג דארף מען אויף א יעדען פאל אוועקנעמען די קינדער, דו קינדער זענען אין א סכנה!
check ביי דיר וואס דו האלסט.
סדא וואס האלטען אויב איינע פין די עלטערן פיטערען די קינדער מיט חילל שבת דארף מען אויף א יעדען פאל אוועקנעמען די קינדער, דו קינדער זענען אין א סכנה!
check ביי דיר וואס דו האלסט.
איך זעה יעצט אז יואב האט דאס שוין אויך ארויס געברענגט
הקטן, מ'האט שוין געפרעגט דא זיבעצען מאל, ווייז א מקור אין הלכה אז מ'דארף מפקיע זיין א קינד פון עלטערן וואס זענען נישט שות"מ כדי די קינד זאל אויפוואקסן ערליך.
צו ענטפערן מאטי'ס שאלות, ביי ביידע פעלער זאלן ביידע עלטערן האבן shared custody, פארשטייט זיך אויב זיי זענען סטאביל. דאס אז מ'האט ערווענט אז 19 יעריגע גייען נישט אריין אין קיין שום בונד איז נאר געווען חדא ועוד קתני, אז איין הורה האט נישט מער רעכטן אויף די קינדער, און וואס דו זאגסט בונד, קיינער מאכט נישט קיין בונד, חוץ אויב ס'דא א געשריבענע קאנטראקט, ועוד, קליינע קינדער אין די פעמפערס ווייסן נאכנישט וויאזוי צו נוצן זייער בונד.
איך וואלט געפרעגט א דריטע שאלה, און כ'האב עס שוין געפרעגט אין לעיקוואד'ס אשכול. וואס וואלסטו געהאלטן ווען א קאפל גט זיך און איינער פון די עלטערן גייען מאכן דאס קינד מחלל שבת זיין דורך טראגן מיטן עירוב, האט דער אנדערער וואס גלייבט חי וקים אז דאס איז חילול שבת ממש א חיוב ארויסצוכאפן דאס קינד פון יענעם?
די נקודה וואס די קארט סיסטעם קוקט איז בעיני זייער גלייך.
זיי קוקען אויפען וואוילזאם פונעם קינד,לאמיר נישט פארגעסן א קינד איז נישט די נכסים פון א טאטע און מאמע,א קינד איז א מענטש פאר זיך און געהער נישט צו זיינע עלטערען,ממילא די עיקר נקודה איז וואס איז דאס בעסטע פאר די קינד.
און וואס די בונד פון די עלטערען איז געווען קומט לכאורה נישט אריין ווייל די עלטערען זענען סיי ווי נישט בעה״ב אויף א קינד.
און זיי האלטען אז א קינד ווערט אויפגעצויגען constantly פון צוויי סתירה׳דיגע מהלכים און ווערט מאנאפלירט צווישען די צוויי וועגען, און יעדער פון די צווייטע עלטערען וועט פרובירען דאס בעסטע שיין צו מאכען זיין וועג און בלא יודעים ובעקיפין,פאר מיאוסען דאס אנדערע וועג,האלטען זיי אז פסיכלאגיש איז אזא ערצויגעניש א רעסעפי פאר דיזעסטער, א קינד דארף סטוביליטי, און צוויי סתירהדיגע לעבנס שטייגער איז אומסטאביל פאר א קינד.
ווערט דאך די שאלה ווער פון די צוויי מהלכים זאל מען גיין, אויף דעם זאגען זיי מזאל גיין מיט וואס די קינד איז ביז יעצט געפארען,סיי אלץ חזקה דמעיקרא,און אוכט ווייל דאס קינד איז געוואונט צו דעם.
און מן הסתם איז געבעיסט זייער מהלך, אויף די דיעה און מהלך פון די גרעסטע פסיכלאגען,און איך מיין אז דאס איז זייער גראד געטראכט.
איי זאל מען פרעגן די קינד.
איז קודם אסאך מאל איז נאך די קינד א שאינו יודע להשיב,און אפי׳ ווען ער ענטפערט איז עס נישט מעומק רצונו, איינער פון די עלטערען קען אנפאקען די קינד מיט אסאך מגדנות און עם פארבלענדען, ממילא ביז א געוויסע עידזש איז צו שווער צוזאגען אז מזאל פרעגען דעם קינד.
דברי כדברי איינגעמיירעט
יישר כח
@געפילטע פיש, פארן מיך איינשפארן צייט און שרייבן אזוי ריכטיג. איך וויל נאר מוסיף זיין צוויי נקודות.
1) איך רעספעקטיר מער דער וואס שרייט אז "מ'מוז צונעמען די קינדער, ווייל לויט מיר איז די נישט-פרום-לעבן א סכנה פארן קינד אז ער וועט אנקומען לגיהינום (what ever that means), און ממילא אין די נאמען פון רעליגיע וויל איך צונעמען די בחירה פון די מאמע/טאטע און די קינד, און טון כל מה שביכלתי זיי צו ברענגן לחיי העולם הבא. א מוסלמענער מעג עס טון, און א איד מעג/מוז אויך"! איך דיסאגרי מיט דעם למעשה, און די תורה פארלאנגט דאס בכלל נישט. אבער אזא איינער איז כאטש honest און איז proud מיט זיין שיטה. משא"כ די וואס באהאלטן זיך אונטער תירוצים פון אומסטאביליטעט, בונד, צימישט די קינד וכו', פאר זיי האב איך נישט קיין שום ריספעקט.
2) יעדער איינער ווייסט אז אין רוב פעלער האנדלט מען פון א גאר נעסטי פינאדערשיידונג, סיי צווישן די מאן אין ווייב, און סיי צווישן די otd און די פרומע משפחה. א יעדע צד איז אויסן צו אפטון די אנדערע צד ווי מער. עס איז דא שטארקע animosity, און ממילא זוכט מען פון אונטער די טיש סיבות ומסובבים אפצוטון איינער דעם אנדערע אפילו אויב ס'קלאר אז די קינדער וועלן נאר ליידן צוליב דעם בגשמיות ורוחניות. געדענקט גוט, ווען איר הערט דעבאטעס איבער דער נושא, אז די אנגעבליכע סיבות זענען ע"פ רוב הוילע תירוצים צו בארעכטיגן פערזענליכע נקמה אקציעס.
איך האב א גאר נאנטע חבר וואס זיין עקס-ווייב איז otd, אויך איז געווען אנדערע "מאחורי" סיבות מצד די ווייב וואס האט ענדגילטיג צוגעפירט צו זייער גט. מיין חבר איז א קלוגע איד מיט א קאפ אויפן פלייצע, און ער האט פארשטאנען אז טראץ אלא זיינע מיטמאכענישן בושות און צרות, לוינט זיך אים צו לייגן אלע hard feelings אין א זייט און האנדלן מיט לאגיק, צו טון וואס איז די בעסטע פאר אים און זיינע קינדער.
היינט האט ער ברוך השם שיין חתונה געהאט. זיינע קינדער וואוינען מיט אים, אבער זיי האבן געהעריגע וויזיטעישאנס מיט די מאמע וועלכע איז א באקאנטע פיגור בעולם הotd, און האט אויך חתונה געהאט נאך אמאל. איך קען נאר זעהן פון אויסערליך, אבער די קינדער זעהן אויס געזונט און שטארק, פיזיש און גייסטיש. זיי וואקסן אויף חסידיש און ערליך און פארשטייט זיך פרייליך.
איך בין געווען ביים אפשערן פון איינע פון די קינדער וועלכע איז פארגעקומען ביים מאמע. עס איז שיין געווען צו זעהן וואס פאר א חילוק עס איז ווען ביידע זייטן ארבייטן מיט שכל און הארמאניע. די מאמע און איר otd מאן זענען געגאנגן פרום אנגעטון, אויך זייערע otd חברים האבן זיך אנגעטון ריספעקטפול לכבוד המאורע. מיין חבר האט גערעדט מיט זיין עקס-ווייב'ס נייע מאן (after all זענען זיי דאך שותפים אין אויפציען די קינדער). און די ילד הנספר מיט זיינע געשוויסטער זענען געווען גאר פרייליך.
מיין חבר פארציילט מיר אסאך מאל ווי ער באקומט אסאך דרוק פון זיין עקס-שוער און שוויגער און פון זייערע קינדער אז ער זאל זיך שלאגן אקעגן זיין עקס-ווייב פאר פול קאסטעדי. זיי האלטן אז דאס וועט צוריק ברענגן זייער טאכטער - די טאכטער וועלכע זיי האבן געפייניגט און פארטריבן, ע"פ עדותה ועדות אחיה - צו אידישקייט. מיין חבר איז זיי מסביר אז ער טוט וואס איז גוט פאר "זיינע" קינדער, אבער זיי פארשטייען נישט, און זיי זענען ברוגז אויף אים.
עס קומען פאר אסאך גיטין במחנינו, ס'נישט קיין צוגלייך ווען די ענינים ווערן ערלעדיגט בהשכל ודעת ובדרכי שלום, צו ווען מ'שלאגט זיך איבער געלט, חינוך, קאסטעדי וכדומה. ווילסט האבן ערליכע פרומע קינדער? וועסט אסאך אסאך מער אויפטון מיט שכל ומתינות. און דאס וואס דו קענסט נישט אויפטון מיט שכל וועסטו זיכער נישט קענען אויפטון מיט מחלוקת וגניבת נפשות.
נ. ב. די אויבן-דערמאנטע מעשה איז כולו אמת, וידועה היא להרבה אנשים, ויותר ממה שכתבתי כתוב שם. ומהם ילמדו.
.
לגבי 1 איז נישט קיין שאלה, כמובן.
לגבי 2, וועל איך באמת האבן א פראבלים פון הלכה VERSUS מאראלישקייט, לבסוף דוכט זיך אז הלכה ווועט זיגן אין מיין בוך, אזוי ווי אלע הלכה'שע טאטן וועלכע מיר טוהן אפילו זיי שטימען נישט אזוי 100% מיט אונזער מאראלישע געפילן. והתורה על הרוב תדבר ומלך במשפט יעמיד ארץ.
היימישער ליטוואק
לגבי 2, וועל איך באמת האבן א פראבלים פון הלכה VERSUS מאראלישקייט, לבסוף דוכט זיך אז הלכה ווועט זיגן אין מיין בוך, אזוי ווי אלע הלכה'שע טאטן וועלכע מיר טוהן אפילו זיי שטימען נישט אזוי 100% מיט אונזער מאראלישע געפילן.
הלכה קומט פאר אלעם. אבער וואס האקט יענער אין קאפ וועגן הלכה ווען יעדער ווייסט אז דא איז דא א היציגע געפעכט, א מחלוקת, קאנטראל, נקמה געפילן וכו'.
ומכאן הקריאה יוצאת צום וויפלטע מאל, זאל איינער שוין איינמאל פאר אלעמאל אפשרייבן וואו אין די תורה מיר טרעפן אז די באשעפער פארלאנגט צו צונעמען קינדער פון א טאטע מאמע פאר רעליגיע סיבות. אדער א הלכה פסוקה בשו"ע. נישט קיין שיינע פשט'לעך, מעשיות ואגדות חז"ל.
הוגה
אוודאי איז דיע מהלך פון דיין חבר די בעסטע און די קלוגסטע, אבער אסאך מאל האלטען נישט די אנדערע צייט ביים זיך צושטעלן צו די רעליגיע פונעם קינד.
און אפילו ביי דעם פאל, איך רעד נישט פון די יודישקייט פון די קינדער, וואס קען זיין אז סווערט נישט עפעיקט,די שאלה איז בעיקר זייער מענטאל סטאביליטי, וויאזוי סוועט אויסזעען און 10 יאר פון יעצט.
זאל דער אויבערשטער האלטען זיין רעכטע היינט אויף אלע משברים וגלים און אויף אונז אלע.
קינות גירושיןדברי כדברי איינגעמיירעט
אז איך האב דיין הסכמה און דעם נושא,ווייס איך אז איך פאר גוט דא.
קטן אוכל נבלות בי"ד מצווין להפרישו.
חיוב ערבות.
מינים מורידין ולא מעלין (און די קינדער וועלן ווערן "אוועקגנומען").
הָאֹמֵר לְאָבִיו וּלְאִמּוֹ לֹא רְאִיתִיו וְאֶת אֶחָיו לֹא הִכִּיר וְאֶת בָּנָיו לֹא יָדָע כִּי שָׁמְרוּ אִמְרָתֶךָ וּבְרִיתְךָ יִנְצֹרוּ
די שאלה איז צו סאיז נאר ווען יד ישראל תקיפה, אדער א קינד וואס איז אונטער אונזער הענט.
אבער אויב דע עלטערען ווילען אנדערש, און דיע קארט סיסטעם פאסקענט אויס, ווייס איך נישט צו מקען אינפארסעין די בי״ד מצווין להפרישו.
געפילטע פישהקטן, מ'האט שוין געפרעגט דא זיבעצען מאל, ווייז א מקור אין הלכה אז מ'דארף מפקיע זיין א קינד פון עלטערן וואס זענען נישט שות"מ כדי די קינד זאל אויפוואקסן ערליך.
היימישער ליטוואקקטן אוכל נבלות בי"ד מצווין להפרישו.
חיוב ערבות.
מינים מורידין ולא מעלין (און די קינדער וועלן ווערן "אוועקגנומען").
הָאֹמֵר לְאָבִיו וּלְאִמּוֹ לֹא רְאִיתִיו וְאֶת אֶחָיו לֹא הִכִּיר וְאֶת בָּנָיו לֹא יָדָע כִּי שָׁמְרוּ אִמְרָתֶךָ וּבְרִיתְךָ יִנְצֹרוּ
ווייז א מקור אין הלכה אז מ'דארף מפקיע זיין א קינד פון עלטערן וואס געבען בלידטש און mr clean פאר די קינד פאר פרישטיג
איינגעמיירעטדי שאלה איז צו סאיז נאר ווען יד ישראל תקיפה, אדער א קינד וואס איז אונטער אונזער הענט.
אבער אויב דע עלטערען ווילען אנדערש, און דיע קארט סיסטעם פאסקענט אויס, ווייס איך נישט צו מקען אינפארסעין די בי״ד מצווין להפרישו.
אז מען קען נישט קען מען נישט
איבער די עצם זאך פון טראכטן גראד און נישט לויט געפילן דארף מען א עקסטערע אשכול
דהיינו לאמיר נעמען א ביישפיל די איצטיגע פאל מיט די נפטרת
א שרעקליכע מעשה איז פארגעקומען ביי כלל ישראל א אידישע פרוי האט געזאגט פאר'ן רבוש"ע געב מיר בני געב מיר מזוני חי' וועל איך שוין אליין נעמען.. בקיצור מ'הערט א שרעקליכע זאך האט פאסירט ס'איז דאך נישט פארהאנען קיינע ווערטער צו באשרייבן די ווייטאג
איצטעט די מעשה האט פאסירט ביי א אזוי גערופענע OTD,, יעצטוואס געשעט איז אזוי די וואס נעמען זיך כסדר אן פאר זיי און פאר זייערע שיטות און זיי האלטן אז מ'רידשזעקט זיי כאפן זיך גלייך ארויף דערויף אווי צו הייסע צימעס און הייבן אן מיט א געוואלד אט דא אט דא האסטו די גרעסטע ראי' אז איך בין גערעכט און און.. מ'שוימט מ'שפריצט פייער און ס'טוט זיך
און מצד השני ווער ס'האלט און איין שרייען און זיין אנגענומענע מיינונג איז אלס פארקערט,, וועט פאר אלעם פאר וואס ווען די ערשטע זאך זיך אננעמען און צוריק פליקן און שרייען ס'הייבט זיך נישט אן די ווייבל אהער די ווייבל אהין בלא בלא בלא
דער ערשטער הייבט אן צוריק צו שיסן דו לעבסט אין א באקס און אזוי ווייטער
אלעמאל וועט דער פון רעכטס גיין רעכטס און נוצן זיינע לאזונגען און דער פון לינקס וועט גיין לינקס
קיינער וועט זיך נישט אפשטעלן און טראכטן איין מינוט איין מינוט וואס שריי איך דא איך ווייס דען וואס טוט זיך וואס דא איז געווען אפשר איז דא געווען אנדערש די מעשה און איך קען נאך אלס בלייבן גערעכט מיט מיין שיטה איבער די נושא לאמיר זיך נישט נער'ן זי איז נישט די ערשטע וואס מ'ווארפט פון די קאמיוניטי און אזא ענדע הערט מען זעלטן די זעלבע די צווייטער וואס שרייסטו אפשר דארף מען טאקע נעמען פון די סטארי א לעקציע אז ס'איז אביסל ראנג און איך קען נאך אלס בלייבן מיט מיין שיטה ס'קען דען נישט זיין אז מ'איז געגאנגען אביסל צו ווייט דא מיט'ן צונעמען די קינדער (אגב איך האלט אז מ'דארף אזוי טון ווייל די קינדער ווערן אויפגעצויגן שלא כרצונם און איך רעד פון א פאל וואס איך ווייס עס פאר א פאקט איך לעב נישט אין א באקס אפילו דו מורמעלסט דיך יעצט אונטער אז יא איך רעד פון א גרויס קינד וואס האט געבעטן די מאמע אז ער וויל נישט גיין מיט זיינע פיאות אויפ'ן אויער און די וואוילע שיינע מאמע האט אים זויפארט געלאזט וויסן ווי אזוי ער וועט גיין מיט איר זיסע ליבליכע פאלשע שיינע ווערטער)
אקיצור קיינער שטעלט זיך נישט טראכטן אפגערעדט סתם אידן אין ביהמ"ד איך זעי נישט פארוואס דאס דארף אזוי זיין הערסט א מעשה נעם דיך נישט קלאפן אויפ'ן קיבארד מיט האס ווארט אטעם אביסל נעם א גלאז קאלט וואסער נעם א קאווע און טראכט אריין ביי יעדע ספעציפישע פאל וואס דא איז געווען און וואס איז די מהלך ביי די פרטיותדיגע מעשה
המשך יבוא
אני מתייחס מקודם אך ורק להלכה. וכבר טרחתי והסברתי זאת באשכול לב אבות על בנים ואחזור על הדברים.
בכלל אין הלכה, און בפרט אז מ'רעדט פון דיני נפשות, ווערט נישט די הלכה נקבע מיט קל וחומר'ס מיט גזירה שווה'ס מיט 'מילתא דפשיטא'ס'. עס דארף זיין אויסגעשריבען די קלארסטע און דייטליכסטע וואס מעגליך. און דא רעדט זיך נישט פון עפעס א הלכה פליאה וואס קומט פאר פעם בשבעים שנה, נאר א שאלה וואס איז נוגע גאנץ טאג טעגליך נישט פון היינט נאר שוין אסאך אסאך דורות. און נאך אלעס טרעפן מיר אין ערגעץ נישט אין די וועלט א הלכה ווי עס שטייט אז עלטערן וואס פירען זיך נישט על פי תורה קומט די בית דין און כאפט אוועק די קינדער פון זיי. ווען עס וואלט געווען אזא הלכה וואלטען מיר שוין געהערט פון טויזנטע מעשיות במשך הדורות ווי מען האט דאס געטוהן, און עס וואלטען געווען גאנצעטע סימנים אין שולחן ערוך אין אין תשובות ספרים פונקטליך ווען און וויאזוי איז נוהג דער דין.
די אלע הלכות וואס איר ברענגט, זענען שיינע צושטלען און רעיונות און געדאנקען. אפשר ר יצחק זילבערשטיין האט ליב אזוי צו פסקנ'ען הלכה על פי סיפורי מעשיות, אבער הלכה ווי הלכה, ארבעט מיט אירע שטרענגע כללים און נישט כאפ לאפ ווייל איך האב א שיינע צושטעל. מורידין ולא מעלין האט זיך אירע גדרים, און וויפיל איך ווייס פירט זיך נישט די הלכה למעשה שוין לפחות די לעצטע פאר הונדרעט יאר. מאיזה סיבה שיהיה. די זעלבע חיובי ערבות וכו' וכו' האט אלעס גדרים אין הלכה פונקטליך וויאזוי מען איז דאס מקיים. און מ'דארף נישט קיין גרויסער חכם באשי צו פארשטיין אז צועמען קינדער איז מער א דראסטישע שריט ווי סיי וועלכע אנדערע זאך און דאס דארף א מקור מפורש אין הלכות ערבות ותוכחה אז מען מעג אדער דארף טוהן אזא זאך. און דערווייל כל זמן מען האט נישט געטראפען אזא מקור בלייבט דאס א פלעינע רציחה וגניבת נפשות.
כמו כן דארף מען נישט זיין קיין נאר, אויך ווען דאס וואלט יא געווען די הלכה איז מען נישט מחויב זיך מוסר נפש זיין (אדער הרגנ'ן יענעם) פאר די הלכה. ווען ישראל שרוים על אדמתם און עס זענען נישטא קיין גוים אויף דער וועלט דעמאלטס וועלן די פונקטליכע שארפע הלכות זיין אקטואל. דעווייל אין די וועלט וואס מיר לעבן דארף מען שוקל זיין הפסד מצווה כנגד שכרה און וויסען ווי איין און ווי אויס. אין די לאנג ראן טוהן אזעלכע קידנעפיגנ אקציעס פיל מער שאדן פאר תורה און אידישקייט ווי מען קען זיך פארשטעלן, און מען האט שוין ערווענט דא די פעלער פון שוכמאכער וכו' וואס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט מיט א גרויסע טובה פאר יידישקייט, און ווי אמת'ע קלוגע גדולי ישראל זענען איבערהויפט געווען קעגן אזוינע נארישע שריט. דאס איז נישט נאר אן עצה טובה נאר אויך גדרים להלכה. אין יד ישראל תקיפה איז א הלכה'דיגער יסוד און זיך רעכענען מיט די מציאות לגבי אזעלכע פעלער האט שרשים און גדרים אין הלכה און מסורת שוין מזמן חז"ל.
נאך אלעס, איז די עיקר חכמה נישט צו גיין מיט יקוב הדין את ההר, נישט צו מאכען עפעס א כלל וועלכער צד איז גערעכעט אלעמאל און וועלכער נישט, און איך גלייב סייווי נישט אז עס איז דא אזא כלל, נישט הלכה'דיג און נישט שכל'דיג. די עיקר חכמה איז אז די מענטשען המעורבים בדבר זאלן קומען צו א נארמאלער מענטשליכער פשרה, און ביודעי ומכירי אז על פי רוב קען מען דאס אויסארבעטען. אויב ביידע צדדים זענען מסכים צו האנדלען מיט די אנדערע צד ווי מענטשען און אנננעמען זייער נקודת מבט אלץ לעגיטים און זיך פראבירען מפשר זיין מיט דעם. די עיקר מאראל און שכל בין אדם לחבירו איז אז מענטשען זאלען זיך דורכקומען איינער מיט'ן אנדערען, נישט אז יעדער זאך זאל דארפן זיין א דין תורה און א וועלט מלחמה. און אין כמה וכמה פעלער ביודעי ומכירי, איז דאס די פרומער צד וואס האלט זיך בכלל נשיט ביים מפשר זיין און זיך דורכקומען מיט די אנדערע צד ווי מענטשען.
לעקוואד,
מורידין ולא מעלין איז קלאר אינאף פאר דיר?
מיינסט אז די קינדער נעמען זיי מיט? ניין! בי"ד איז מסתמא מעמיד א אפוטרופוס.
ווי אויך ווייסטו גאנץ גוט אז עס איז נישט פאראן קיים שום זכות פון די עלטערן אויף זייערע קינדער, נישט לזכות און נישט לחיוב. (ווען א קינד ווערט 6 דארף א טאטע שוין נישט מפרנס זיין, און אפילו ביז דאן איז אויך נאר מדרבנן.)
ווער רעדט נאך פון א מאמע, זי איז דאך אינגאנצן קיין בלהע"ב נישט אויף די קינדער אירע, אפלו דמי וולדות גיט מען דעם טאטן נישט פאר די מאמע.
סא, רב לייקוואד, איידער און אנשטאט זוכן מקורות אז מ'מעג אוועקענמען, ביטע ברענג מקורות אז זיי האבן בכלל עפעס רעכטן.
יא איך ווייס אז זיי האבן ביאלוגישע, מאראלישע, פאקטישע, עמאציענאלע באציהונגען מיט זייער אפפ-ספרינג, אבער פון דא ביזן בעטן א בירור אז מזאל מעגן אינפרינדזשערירן זייערע "רעכטן" איז א ווייטע מהלך.
היימישער ליטוואק איך בין איינשטימיג מיט אייך אז להלכה איז בלי ספק אז בי"ד מצווין להפרישו.
אבער וואונדעסטוועגן האלט איך אז מ'זאל זיך נישט משתדל זיין דאס צו טוהן למעשה בימינו אלה, כ'האב מער געשריבן אינעם אנדערן אשכול וועגן נישט לאזן קומען צו די לוויה, מיינע נימוקים, כ'ווייס פשוט נישט וויאזוי אים אהערצוברענגן.
[ציטאט אראפגענומען]
ווייל עס איז פאקטיש כמעט אוממעגליך.
ווייל ליידער זענען דא איבער 10 מיליאן פרייע, און וואו זאל מען אנהייבן.
וויאזוי דעפינירסטי אוממעגליך? מעג מען אנדרייען child protective services אויף א פרייע משפחה און דערנאך אנבאטן אריינצונעמען די קינדער? הכל ריווח.....אדער דאס איז אין כלל פון אוממעגליך. מעג מען עמאציאנעל אויספייניגען א ילוד אשה אויב דער תכלית איז אוועקצונעמען איר/זיין קינד צו א פרומע משפחה.
זאג מיר, עס איז דא א גבול צו ווי אבסורד דו ביסט גרייט צו גיין דא? אדער עס איז דא ערגעץ ווי די חשבונות שטעלן זיך אפ און מ'זאגט, אפשר קען מען אויסבויען אזא פלפול של הבל, אבער עס איז צו אבסורד בכלל צו באטראכטען?
הייסט עס לויט הרב היימישער ליטוואק, דארף מען בכלל זיכען א מקור אז איך מעג נישט גיין צו מיין שכן אינדערהיים, און צוגנבענ'ען זיינע זיבעצן קינדער סתם פאר שוואוילטאג, די קינדער זענען דאך הפקר/ברשות עצמם, עכ"פ נאך א געוויסער גיל, און קוים אפשר איז א מנהג טוב זיי נישט אוועקצוכאפען פון די עלטערן. אבער אידערע אנדערער ענין איז זיכער דוחה דער מנהג טוב.
גראדע על פי תורה קען מען ברענגען כמה וכמה ראיות ומקורות אז א קינד, עכ"פ א קטן, באלאנגט אינגאנצען פאר די עלטערן, אויף אזוי ווייט אז א טאכטער קען דער טאטע פארקויפען און אויך א אינגל איז מעשי וידיו ואבידתו לאביו. אזוי קען מען ברענגען נאך צענדליגע ראיות ואסמכתות פון אלע מינע חיובים שבין אב לבניו אז ער האט א 'רעכט'. אבער דער גאנצער שמועס איז נאריש און אבסורד. ווען די ברודער האבען פארקויפט יוסף און מ'האט טענות אז מ'האט עם צוגעכאפט פון זיין טאטע איז אויך נישט קלאר פונקט וועלכער סעיף אין שולן ערוך האבען זיי עובר געווען. וואס איז ער שולדיג פאר יעקב אז ער דארף בלייבען ביי עם?
די מציאות, דרך העולם, צו וויאזוי דו ווילסט עס נאר רופען, איז אז קינדער געהערן פאר די עלטערן זייערע. און נשט פון היינט זענען פארהאן עלטערן וואס זענען נישט מחנך זייערע קינדער בדרך התורה. אויף אויפצובויען א הלכה אז אזעלכע עלטערן כאפט מען אוועק זייערע קינדער פון זיי דארף א קלארער מקור ווי סתם בויך סברות געבויט אויף אזוינע הבלים ווי "ווער זאגט אז א טאטע האט בכלל רעכט צו זעהן זיינע קינדער". מען האט נאכנישט געטראפען קיין איין פאל, אפילו ווען מ'קען יא, אז מ'זאל טרעפן א סימן אין שולחן ערוך אדער אין א אנדערע הלכה ספר אז מ'זאל טוהן אזא זאך.
אינרטסעסאנט נאר ווען איינע פון די עלטערן איז פרום דערמאנט מען זיך די אלע הלכות, ווען ביידע זענען פריי לא שמענו מעולם די אלע הלכות.
די בירור וואס איך זיך דארף אבער זיך בכלל נישט שטעלן אויף די הנחה אז עס זענען דא דא "רעכטען". אפילו ווען מיר זאלן אנעמען דער אבסורדישע טענה אז עס זענען נישטא קיין שום רעכטן מיט וואס זיך צו רעכענען. דארף מען נאכאלץ האבען א פאזיטיווער מקור אז דער חיוב ערבות/להפרישו/מה שלא יהיה איז כולל און מחייב אזעלכע שריט. יעדער איינער פארשטייט אז מפריש זיין איינער פון א עבירה קען מען אויף אן א שיערו אופנים, און די אופנים וויאזוי מען דארף דאס טוהן זענען אליינס מוגדר אין הלכה, ווי למשל תוכחה האט א שיעור וכו', און דער להפרישו האט אויך א שיעור, זיינע גדרים און גבולות וויאזוי און ווען מ'טוהט עפעס צו דעם. עס איז נישט א בלענק טשעק צו טוהן וואס עס פאלט איין פאר ווער עס וויל. יעדער זאך דארף מען מעיין זיין אין הלכה ופוסקים זעהן אויב עס איז בערעכטיגט. וויבאלד צוכאפן קינדער פון עלטערן איז א ציור וואס איז נישט היינט געבוירען געווארען, טענה איך אז אויב שטייט עס נישט קלאר אין שו"ע אז אזוי טוהט מען איז פון דעם אליינס א ראיה אז מען טוהט נישט אזוי.
אנאנים: א תשובה אויף דיין רעטארישע שאלה, פארוואס ס'האט זיך נאך נישט געיאוועט "עסקנים" וועלכע זאלן אונטערשטעלן פאלשע עדות, אז מ'זאל אוועקנעמען די קינדער פון עלטערן וועלכע פיהרן זיך נישט אויף "עפ"י דרך הטעירע". שתי תשובות יש בדבר. א) הערשל קלאר און צימערמאן ודומיהם האבן נאכנישט רעטייערט. אונז ווייסן נישט וואס זיי האבן אין זייער "סליוו". ב). איצא שייגע- פון "שמאכדעסס" האט נאכנישט איינגעזעהן אז מ'קען מאכן א פאר דאללער פון דעים פראגראם. איינמאל ער וועט איינזעהן אז ס'דא געלט דארט וועט שוין אללעס פאהרן. 😳 🙄
צו אלע אפגעריסענע (פונעם דרך התורה ומסורה) ניקים. וואס וואלט איר גע'פסק'ט אין א פאל ווען מוכאמעד האט חתונה געהאט ביי די 19 מיט א מיידל פון אן איסלאמישער שטוב און זיי האבן א קינד. נאך א שטיק צייט דעסייט די מאמע אז זי וויל ווערן א איד, די מאמע וויל איר קינד מיט זיך זאל זיין א איד, און דער טאטע וויל ער זאל בלייבן מיט זיך א מוזלים.
איך טראכט נאר צו מיך, די מחלוקת דא איז א מחלוקת פשוט וויאזוי צו לערנען די הלכה, אדער לערנט יעדער איינער אריין וואס ער וואלט געוואלט זעהן אין די הלכה?
דער וואס איז קנאי'ש געשטימט האלט זיך ביים טוישען זיין מיינונג ווען מ'ווייזט עם אויף אז די הלכה איז אנדערש?
די לינקערע געשטימט וואלטען ווען געטוישט זייער מיינונג ווען עס איז ווען יא דא א קלארע הלכה? אדער זיי האבען שוין מחליט געווען פאר דעם וואס דארף זיין, און קוועטשען אזוי די הלכה?
איז דא איינער וואס קען ריכטיג טיילען די צוויי, צב"ש זאגען די הלכה איז טאקע אזוי אבער מיין געוויסענס לאזט מיר נישט מקיים זיין די הלכה, אדער זאגען די הלכה איז טאקע אזוי אבער מיין אידישע געוויסענס זאגט מיר אנדערש?
אינטרעסאנט ווי פארשידענע צימעס און סתם נארישקייט ניקים באקומען פלוצלינג א באלערנטע מיינונג אין אזא נושא.
האט זיך אנגערוקט דא א פרישער קיהלער ניק וואס האט מורא צו שרייבן מיט זיין געהעריגע ניק. וועלקאם גורן האט"ד!
איך בין טאקע אביסעל קיהל לעצטנס ליידער, בפרט אז עס קומט ווינטער, האסט אפשר א גוטע מייקעל סעוועדזש קליפ מיר אנצווארעמען מיט זר'לע?
לעיקוואדזאג מיר, עס איז דא א גבול צו ווי אבסורד דו ביסט גרייט צו גיין דא? אדער עס איז דא ערגעץ ווי די חשבונות שטעלן זיך אפ און מ'זאגט, אפשר קען מען אויסבויען אזא פלפול של הבל, אבער עס איז צו אבסורד בכלל צו באטראכטען?
הייסט עס לויט הרב היימישער ליטוואק, דארף מען בכלל זיכען א מקור אז איך מעג נישט גיין צו מיין שכן אינדערהיים, און צוגנבענ'ען זיינע זיבעצן קינדער סתם פאר שוואוילטאג, די קינדער זענען דאך הפקר/ברשות עצמם, עכ"פ נאך א געוויסער גיל, און קוים אפשר איז א מנהג טוב זיי נישט אוועקצוכאפען פון די עלטערן. אבער אידערע אנדערער ענין איז זיכער דוחה דער מנהג טוב.
גראדע על פי תורה קען מען ברענגען כמה וכמה ראיות ומקורות אז א קינד, עכ"פ א קטן, באלאנגט אינגאנצען פאר די עלטערן, אויף אזוי ווייט אז א טאכטער קען דער טאטענישט די מאמע. און נאר ביז די 12 פארקויפען און אויך א אינגל איז מעשי וידיו ואבידתו לאביו. מדרבנן מפני דרכי שלום. ווי זעסטו דא אז ער באלאנגט צום טאטן?אזוי קען מען ברענגען נאך צענדליגע ראיות ואסמכתות פון אלע מינע חיובים שבין אב לבניו אז ער האט א 'רעכט'. אבער דער גאנצער שמועס איז נאריש און אבסורד. ווען די ברודער האבען פארקויפט יוסף און מ'האט טענות ווער האט טענות?אז מ'האט עם צוגעכאפט פון זיין טאטעדי טענה איז אז מ'האט אים צוגגנבט פון זיך אליינס. פארגעסן? וגונב איש ומכרו. איז אויך נישט קלאר פונקט וועלכער סעיף אין שולן ערוך האבען זיי עובר געווען. וואס איז ער שולדיג פאר יעקב אז ער דארף בלייבען ביי עם?
די מציאות, דרך העולם, צו וויאזוי דו ווילסט עס נאר רופען, איז אז קינדער געהערן פאר די עלטערן זייערע. און נשט פון היינט זענען פארהאן עלטערן וואס זענען נישט מחנך זייערע קינדער בדרך התורהדו ביזט דא אויך נישט גרעכט, דו ווייסט אז דאס גאנצע פרייע-איד גשעפט איז לפי ערך גענוג ריסענט. אויף אויפצובויען א הלכה אז אזעלכע עלטערן כאפט מען אוועק זייערע קינדער פון זיי דארף א קלארער מקור ווי סתם בויך סברות געבויט אויף אזוינע הבלים ווי "ווער זאגט אז א טאטע האט בכלל רעכט צו זעהן זיינע קינדער". מען האט נאכנישט געטראפען קיין איין פאל, אפילו ווען מ'קען יא, אז מ'זאל טרעפן א סימן אין שולחן ערוך אדער אין א אנדערע הלכה ספר אז מ'זאל טוהן אזא זאך.
אינרטסעסאנט נאר ווען איינע פון די עלטערן איז פרום דערמאנט מען זיך די אלע הלכות, ווען ביידע זענען פריי לא שמענו מעולם די אלע הלכות. דו האסט נאך נישט גענטפערט אויף מורידין ולא מעלין
די בירור וואס איך זיך דארף אבער זיך בכלל נישט שטעלן אויף די הנחה אז עס זענען דא דא "רעכטען". אפילו ווען מיר זאלן אנעמען דער אבסורדישע טענה אז עס זענען נישטא קיין שום רעכטן מיט וואס זיך צו רעכענען. דארף מען נאכאלץ האבען א פאזיטיווער מקור אז דער חיוב ערבות/להפרישו/מה שלא יהיה איז כולל און מחייב אזעלכע שריט. יעדער איינער פארשטייט אז מפריש זיין איינער פון א עבירה קען מען אויף אן א שיערו אופנים, און די אופנים וויאזוי מען דארף דאס טוהן זענען אליינס מוגדר אין הלכה, ווי למשל תוכחה האט א שיעור וכו', און דער להפרישו האט אויך א שיעור, קען זיין אז דאס איז אזוי גרויסע טירחא/הוצאה אז מ'איז באמת נישט מחוייב על פי הלכה. אבער אויב איינער וויל מחמיר זיין - לפנים משורת הדין 😂 ? זיינע גדרים און גבולות וויאזוי און ווען מ'טוהט עפעס צו דעם. עס איז נישט א בלענק טשעק צו טוהן וואס עס פאלט איין פאר ווער עס וויל. יעדער זאך דארף מען מעיין זיין אין הלכה ופוסקים זעהן אויב עס איז בערעכטיגט. וויבאלד צוכאפן קינדער פון עלטערן איז א ציור וואס איז נישט היינט געבוירען געווארען, טענה איך אז אויב שטייט עס נישט קלאר אין שו"ע אז אזוי טוהט מען איז פון דעם אליינס א ראיה אז מען טוהט נישט אזוי.
האסט נישט געענטפערט אויף די עיקר טענה, אבער לגבי די פרטים, על ראשון ראשון:
עס איז גענוג די טאטע, מיר זעהן למעשה אז דער קינד באלאנגט ממש פאר עם לעגאל ע"פ תורה. נאך אסאך מער ווי די 'רעכטן' פון וואס מיר רעדן. כמו"כ לגבי עונשים מפורש שקטנים מתים בעוון אביהם ומבאר הרמב"ן שזה כי הם נחשבים רכושו.הן בנים והן בנות. ע"פ רוב איז די רעדע פון קטנים ביז די 12. לגבי גדולים הייבט זיך נישט באמת אן אונזער שאלה בכלל שהרי הם ברשות עצמם.
איר האט פארגעסן אפאר פסוקים חומש ווי מען רעדט פון די צער פון יעקב וכו'.
אלעמאל זענען געווען אפיקורסים און רשעים, פון אדם הראשון'ס צייטן. פון וועם רעדט זיך דען די אלע הלכות וואס דו ברענגסט? נישט קיין חילוק צו זיי האבען געהאט א טיטל פרייע איד צו נישט. און דער טיטל אליינס איז שוין עטליכע הונדרעט יאר אלט, גענוג אז אויב די דין וואלט געווען אזוי וואלט געווען ערנסטע מקורות דערפאר.
מורידין ולא מעלין איז נישט למעשה שוין לאנג פאר דער חזו"א האט מסביר געווען פארוואס, און אפילו אויב לאמיר זאגען הרג'ט מען עם טאקע און מ'גיט איבער די קינדער פאר א צווייטער, הגם עס שטייט נישט עס איז נאר השערות (די סיבה פארוואס עס שטייט נישט, נישט דאס און נישט נאך טויזנטע פרטים און שאלות וואס וואלט געדארפט שטיין וועגן הלכות מורידין, איז וויבאלד דער הלכה האט קיינמאלנישט נוהג געווען למעשה.) האסטו נאכנישט א ראיה פון דעם וואס טוהט מען ווען מ'איז נישט מוריד די טאטע. פון מסתמא און אפשר און השערות בוויט מען נישט קיין הלכה.
נישט אזוי שווער אינצופאלען אז חוץ די טירחא פון דער עסקן, איז די טירחא און צער פון די עלטערן און די מענטשען אויך א שיקול דא.
און וואס טוט זיך ווען די מאמע שלעפט אויף איין זייט און די מאמע אויף די אנדערע?
לעיקוואדהאסט נישט געענטפערט אויף די עיקר טענה, אבער לגבי די פרטים, על ראשון ראשון:
עס איז גענוג די טאטע, מיר זעהן למעשה אז דער קינד באלאנגט ממש פאר עם לעגאל ע"פ תורה.דהיינו דו ביסט נאר אנטקעגן אוועקנעמען קינדער פון דעם טאטן? איז דעבבי געווען דער טאטע? נאך אסאך מער ווי די 'רעכטן' פון וואס מיר רעדן. כמו"כ לגבי עונשים מפורש שקטנים מתים בעוון אביהם ומבאר הרמב"ן שזה כי הם נחשבים רכושו.הן בנים והן בנות. ע"פ רוב איז די רעדע פון קטנים ביז די 12.ביסטו מסכים אז איבער די 12 קען מען שוין אוועקנעמן?? לגבי גדולים הייבט זיך נישט באמת אן אונזער שאלה בכלל שהרי הם ברשות עצמם.
איר האט פארגעסן אפאר פסוקים חומש ווי מען רעדט פון די צער פון יעקב וכו'. די צער פון אויסנארן אז טרוף טורף.
אלעמאל זענען געווען אפיקורסים און רשעים, פון אדם הראשון'ס צייטן. פון וועם רעדט זיך דען די אלע הלכות וואס דו ברענגסט? נישט קיין חילוק צו זיי האבען געהאט א טיטל פרייע איד צו נישט. און דער טיטל אליינס איז שוין עטליכע הונדרעט יאר אלט, גענוג אז אויב די דין וואלט געווען אזוי וואלט געווען ערנסטע מקורות דערפאר.במרוצת הדורות האט מען נישט גקענט אוועקנעמן קיין קינדער פון איינער וואס האט זיך ג'שמד'ט. עס וואלט אויסגבראכן פאגרומן אין שטעטל פון אזא טראכט אפילו.
מורידין ולא מעלין איז נישט למעשהפארוואס ווייל דו ווייסט נישט דערפון? ווייל דער רב אין שטעטל האט נישט גמאכט אן אנונסמענט אז היינט גייט זיין א סעודה ווייל מיר האבן זוכה גווען מקיים צו זיין מורידין ולא מעלין. א דין איז דין און איז גבראכט דורך אלע פוסקים בלי חולק. נאר דאס איז פון די דינים וועלכע זענען נישט אזוי אפט מצוי, ממילא טראכטן געוויסע מענטשן אז נשתנה הדין שוין לאנג פאר דער חזו"א האט מסביר געווען פארוואס, די אומפארשטענדליכסטער שטיקל חזון איש. עס וואלט גדארפט שטיין אין די גמרא, "והני מילי בדאיכא רוח הקודש ונסים גלוים אבל בדליכא לא". און אפילו אויב לאמיר זאגען הרג'ט מען עם טאקע און מ'גיט איבער די קינדער פאר א צווייטער, הגם עס שטייט נישט עס איז נאר השערות (די סיבה פארוואס עס שטייט נישט, נישט דאס און נישט נאך טויזנטע פרטים און שאלות וואס וואלט געדארפט שטיין וועגן הלכות מורידין, איז וויבאלד דער הלכה האט קיינמאלנישט נוהג געווען למעשהאון אויך אויס מורא פון ראיוטן און פאגרומן, און נישט אויפצורייצן דעם ווילנא'ר צנזור .) האסטו נאכנישט א ראיה פון דעם וואס טוהט מען ווען מ'איז נישט מוריד די טאטעלא הבנתי. פון מסתמא און אפשר און השערות בוויט מען נישט קיין הלכה.
נישט אזוי שווער אינצופאלען אז חוץ די טירחא פון דער עסקן, איז די טירחא און צער פון די עלטערן און די מענטשען אויך א שיקול דאריכטיג. כתב הרמב"ם: אין מוחין בעוברי עברה, שאלו נפשות היקרות רגילים בחטאיהם ויש להם צער וטירחא להימנע מהם. אין מלקים את מחוייבי מלקות, ואע"פ שכתוב בתורה והיה אם בין וגו' מ"מ במקום צער לא נאמר. .
ניין, איך האב נאר אפגעפרעגט דיין הנחה אז עס איז נישטא אזא זאך 'רעכטן' פון אב על בניו אין די תורה. לצורך דעם איז גענוג צו ווייזען אז פונקט פארקערט ע"פ תורה מעג ער עם אפילו פארקויפען. פשוט אז אויך לגבי א מאמע איז די דין אזוי (ע"פ תורה במקור געהערט דאך די מאמע אליינס פאר די טאטע און זי איז בכלל נישט קיין מדובר דא, לויט די היינטיגע מציאות איז פשוט ). נאך די בר מצווה איז דאך ממילא נישט שייך די שאלה (עכ"פ ע"פ תורה) ווייל דער קינד איז ברשות עצמו ער האט מיט די טאטע גארנישט. ער מעג מחליט זיין וואס ער וויל (אדער וועט ב"ד עם צווינגען עפעס מצדו, אבער מיט די עלטערן האט ער גארנישט).
איר דרייט זיך כסדר ארויס פון די עיקר טענה מיינע: לא מצינו בשום פוסק שיכתוב דין כזה. פון אלע פשעטלעך און סברות דיינע וואסקט נישט ארויס אזא דין. במרוצת הדורות איז געווען אסאך פעלער וואס מען האט דווקא געהאט מער אוטאנאמיע ווי היינט אפילו און די שו"ע איז פיל פון דעם. און די פוסקים רעדן גענוג היפאטעטישע פעלער פונקט דער דין האבען זיי פארגעסן? נאר זיך נישט אז היינט קען מען יא ווייל די גוים זענען אביסעל שענער און מאכען נשיט קיין פאגרארמען. אז מען ווייסט נישט כמעט קיין איין מעשה פון מורידין, און קיין איין פוסק פארנעמט זיך נישט מיט די טויזנטע פרטים וואס מען וואלט געדארפט מברר זיין אין דעם נושא, איז קלאר אז עס האט נישט נוהג געווען. און וואו זיי רעדן וועגן דעם איז עס קלאר היפאטעטיש. דער חזו"א מעג זיין תמוה בעיניך אבער אזוי איז די הלכה און אזוי פסקנען אלע רבנים אין כל תפוצות ישראל והרי זה מחייב כמתן תורה. זעהט אויס אז דער חזו"א אליינס האט פארשטאנען ווי איך טענה אז נישט יעדער זאך דארף שטיין און אמאל איז א סברא מוכרחת מכריע אסאך מקורות. אויב האלטסטו אז אלע גדולי ישראל אין אלע דורות האבען אזוי מורא געהאט פונ'ם ווילנער צענזור איז גיי לפחות נאך זייער פוסטריט און האב מורא פון דער לעיקוואדער צענזור..
מיט ליצנות ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו דינגען, איך קען צוריק מאכען ליצנות אבער עס קומט נישט אריין אין א הלכה'דיגע שמועס.
לעיקוואדניין, איך האב נאר אפגעפרעגט דיין הנחה אז עס איז נישטא אזא זאך 'רעכטן' פון אב על בניו אין די תורה. לצורך דעם איז גענוג צו ווייזען אז פונקט פארקערט ע"פ תורה מעג ער עם אפילו פארקויפעןא טאטע קען נישט פארקויפן א זין (חידוש פון רמב"ם אז ביי בני נח יא!). א טאכטער איז אויך נישט קיין פארקויפן לויט אונזערע מושגים פון סלייווערי, דהיינו דאס פארקויפן איז געווען הויפטזעכליך פאר חתונה האבן ע"י יעוד לו או לבנו. והראיה היותר חזקה לזה היא אז ווען זי ווערט שוין האלב ראוי צו קענען עפעס ארבעטן דארף ער זי באפרייען.... פשוט אז אויך לגבי א מאמע איז די דין אזוי (ע"פ תורה במקור געהערט דאך די מאמע אליינס פאר די טאטע און זי איז בכלל נישט קיין מדובר דאנישט ריכטיג, אויב זי איז מגורשת איז זי ברשות עצמה, און דאך איז דער טאטע דער טוטאלער בלעה"ב איף זיי, לויט די היינטיגע מציאות איז פשוט ). נאך די בר מצווה איז דאך ממילא נישט שייך די שאלה (עכ"פ ע"פ תורה) ווייל דער קינד איז ברשות עצמו ער האט מיט די טאטע גארנישט. ער מעג מחליט זיין וואס ער וויל (אדער וועט ב"ד עם צווינגען עפעס מצדו, אבער מיט די עלטערן האט ער גארנישט). ביטע ענטפער: ביסטו מסכים אז ווען זיי זענען גדולים זאל מען אוועקנעמן די קינדער פון או טי די עלטערן?
איר דרייט זיך כסדר ארויס פון די עיקר טענה מיינע: לא מצינו בשום פוסק שיכתוב דין כזהמילתא דפשיטא היא, וא"צ להיכתב. פון אלע פשעטלעך און סברות דיינע וואסקט נישט ארויס אזא דין. במרוצת הדורות איז געווען אסאך פעלער וואס מען האט דווקא געהאט מער אוטאנאמיע ווי היינט אפילו און די שו"ע איז פיל פון דעם. און די פוסקים רעדן גענוג היפאטעטישע פעלער פונקט דער דין האבען זיי פארגעסן? נאר זיך נישט אז היינט קען מען יא ווייל די גוים זענען אביסעל שענער און מאכען נשיט קיין פאגרארמען.איך בין מסכים אז מזאל נישט אימפלמענטן מורידין בזמן הזה אז מען ווייסט נישט כמעט קיין איין מעשה פון מורידין, און קיין איין פוסק פארנעמט זיך נישט מיט די טויזנטע פרטים וואס מען וואלט געדארפט מברר זיין אין דעם נושאאיר חלום'ט. נישטא קיין פרטים. מ'הרג'ט ענד דעטס איט..., איז קלאר אז עס האט נישט נוהג געווען. און וואו זיי רעדן וועגן דעם איז עס קלאר היפאטעטיש. דער חזו"א מעג זיין תמוה בעיניך אבער אזוי איז די הלכה און אזוי פסקנען אלע רבנים אין כל תפוצות ישראל והרי זה מחייב כמתן תורה(דאס אליינס איז א חזון איש'יגע מושג, ואכהמ"ל). זעהט אויס אז דער חזו"א אליינס האט פארשטאנען ווי איך טענה אז נישט יעדער זאך דארף שטיין און אמאל איז א סברא מוכרחת מכריע אסאך מקורותאיך, און נאך אנדערע וואונדערן זיך אויף דעם חזו"א'ס סברא, נישט אויף די לעק פון מקורות. אויב האלטסטו אז אלע גדולי ישראל אין אלע דורות האבען אזוי מורא געהאט פונ'ם ווילנער צענזור איז גיי לפחות נאך זייער פוסטריט און האב מורא פון דער לעיקוואדער צענזור..בליוו מי - איך ציטער!! 😮
מיט ליצנות ווייס איך נישט וויאזוי זיך צו דינגען, איך קען צוריק מאכען ליצנות אבער עס קומט נישט אריין אין א הלכה'דיגע שמועסעס איז נישט קיין לצנות עט אלל. איך האב גשריבן מיין טענה אויף א הומאריסטישן לשון הרמב"ם. מיין טענה איז אבער אין איר גאנצע ערינסטקייט. אפרש: מיר קענען נישט מתיחס זיין מיט די צער פון די עבריינים, ותו לא מידי.
און פארוואס איז נישט דא קיין תשובות פון די פוסקים אז מ'טאר נישט כאפן? איז טאקע געווען אזוי מוסכם ביי יעדן איינציגען פוסק להקל אויף אזוי ווייט ? און ואת"ל אאז יא , זענען נישט געווען קיין עמך אידן וואס האבן געפרעגט. אמאהל א שאלה בנוגע די הלכה? און מ'האט זיי געענפערט בכתב.
איך פארשטיי נישט וואס איר ווילט לגבי גדולים, וואסארא שאלה להלכה קען דען זיין צו מ'זאל עם צונעמען מרשות אביו? ער איז דאך שוין סייווי נישט ברשותו? [די איינציגסטע שאלה וואס קען זיין איז צו מ'איז כופה איינער זאל אוועקגיין וואוינען פון א פלאץ וואס האט אנגעבליכע שלעכטע השפעות אויף זיין יידישקייט, נאך א סניף הכרחי צו דער גאנצער מהלך דא, וואס אויך אויף דעם איז נישטא קיין מקורות].
בקיצור איז די גאנצע מחלוקה boils down צו וועמען'ס 'מילתא דפשיטא' מ'דארף גלייבען. ביי מיר איז פשוט אז מען טוהט נישט אזוינע רציחות, און אויב יא דארף מען לפחות א קלארער סעיף אין שולחן ערוך, און ביי דיר איז 'פשוט' אז מען טוהט אזוי, איך ווייס נישט וויאזוי מען דינגט זיך אין אזא מחלוקה.
שיין פון דיר אז דו ביסט מורה נישט מאכען למעשה קיין מורידין ולא מעלין.. א קוש אין בעקעלע פאר דעם..
טראכט אליינס וויפיל ספקות מאכט זיך אין יעדער סעיף קטן פון יעדער הלכה און ווי עס קען זיין אזא אזא מין הלכ פון מורידין איז נישטא קיין שום מדובר. איך האף אז ביי דיר איז 'הרג'נען און דעטס איט' אזא מין גרינגע זאך וואס מ'זאגט אזוי לייכטערהייט מיט א ציגאר און מויל, איר דערמאנט מיר די צוגאנג אין מאפיא מאוויס, נישט ביי יידישע פוסקים, אפילו ווען מ'רעדט פון כופרים. איך ציטער צו נישט שפיכת דמים הוא דקיל להו דא.
אייער נישט ליצנות'דיגע טענה איז בכלל נישט פארשטענדליך. ווי האט איר געטראפען אזא מין מאדנע און רשעות'דיגע הוראה אז מ'רעכנט זיך גארנישט מיט די צער פון עבריינים? אפילו דיני עונשים מלקות ומיתה איז יעדער זאך אויסגערענכט וויפיל צער עס קומט זיך פאר יעדער זאך לפי משפטי התורה, ואהבת לרעך כמוך ברור לו מיתה יפה. און מובן אז אויך מדיני תוכחה וערבות וכו' דארף מען מעסטען אויב קומט זיך יענער אזא צער.
לעיקוואדגראדע על פי תורה קען מען ברענגען כמה וכמה ראיות ומקורות אז א קינד, עכ"פ א קטן, באלאנגט אינגאנצען פאר די עלטערן, אויף אזוי ווייט אז א טאכטער קען דער טאטע פארקויפען און אויך א אינגל איז מעשי וידיו ואבידתו לאביו. אזוי קען מען ברענגען נאך צענדליגע ראיות ואסמכתות פון אלע מינע חיובים שבין אב לבניו אז ער האט א 'רעכט'. אבער דער גאנצער שמועס איז נאריש און אבסורד. ווען די ברודער האבען פארקויפט יוסף און מ'האט טענות אז מ'האט עם צוגעכאפט פון זיין טאטע איז אויך נישט קלאר פונקט וועלכער סעיף אין שולן ערוך האבען זיי עובר געווען. וואס איז ער שולדיג פאר יעקב אז ער דארף בלייבען ביי עם?.
@לעיקוואדבמאמר המוסגר ביי בנו איז מציאה לאביו נור א תקנה,און נור כשהוא סמוך על שלחן אביו,און אפילו א גדול נישט נור א קטן,מע״י בא א בן איז א גרויסע מחלוקת ראשונים קוק [/url]
דאאון לגבי היזק איז אוכט קלאר אז די קינד הייסט נישט קיין ממון המזיק ווייל ער איז נישט קיין קנין פון די עלטערען.
לגבי יוסף און יעקב וואס מאכט דיך טראכטען אז די חטא איז געווען אוועק נעמען פון יעקב, די חטא איז געווען די מכירה פארוועמען מהאט זיי פארקויפט,סשטייט ערגעץ אז סאיז געווען א יציאה מרשות יעקב.
נישט יציאה מרשות יעקב, אבער מ'זעהט קלאר אז עס איז דא טענות אויפ'ן מצער זיין יעקב. היימישער ליטוואק וויל עפעס דוחה זיין בדוחק גדול אז עס מיינט נאר דאס אפנארען, אין לי מושג למה ואיך. מען דארף נישט אנקומען אויך דא צו 'רשות' אדער אזוינע חושן משפט'דיגע גדרים, עס איז פשוט אז דאס איז א משונה'דיגער צער קרוב לרציחה און מען טוהט דאס נישט כאפ לאפ ווייל עס איז ביי איינער א "מילתא דפשיטא".
לעיקוואדאיך פארשטיי נישט וואס איר ווילט לגבי גדולים, וואסארא שאלה להלכה קען דען זיין צו מ'זאל עם צונעמען מרשות אביו? ער איז דאך שוין סייווי נישט ברשותו? און צוליב דעם שטייט נישט קיין ווארט פון דעם אין די ספרי הפוסקים. זאג איך אז הה"נ אויף יונגערע קינדער אויך איז גווען א דבר פשוט אז עס איז נישט ליטעראל "רכושו של האב". און מ'דרף טון כל טצדקי שבעולם להשיב בנים אל אביהם שבשמים. דאס זענען אזוינע אלימענטארע זאכן פאר אידן פון פריערדיגע דורות אז דן זיין איבער דאס איז אך למותר.[די איינציגסטע שאלה וואס קען זיין איז צו מ'איז כופה איינער זאל אוועקגיין וואוינען פון א פלאץ וואס האט אנגעבליכע שלעכטע השפעות אויף זיין יידישקייט, נאך א סניף הכרחי צו דער גאנצער מהלך דא, וואס אויך אויף דעם איז נישטא קיין מקורות].
בקיצור איז די גאנצע מחלוקה boils down צו וועמען'ס 'מילתא דפשיטא' מ'דארף גלייבען. ביי מיר איז פשוט אז מען טוהט נישט אזוינע רציחות, און אויב יא דארף מען לפחות א קלארער סעיף אין שולחן ערוך, און ביי דיר איז 'פשוט' אז מען טוהט אזוי, איך ווייס נישט וויאזוי מען דינגט זיך אין אזא מחלוקה.
שיין פון דיר אז דו ביסט מורה נישט מאכען למעשה אבער איך בין אויך נישט מוחה פאר החרדים לדבר ה' הרוצים להחמירקיין מורידין ולא מעלין.. א קוש אין בעקעלע פאר דעם..
טראכט אליינס וויפיל ספקות מאכט זיך אין יעדער סעיף קטן פון יעדער הלכה און ווי עס קען זיין אזא אזא מין הלכ פון מורידין איז נישטא קיין שום מדובר. איך האף אז ביי דיר איז 'הרג'נען און דעטס איט' אזא מין גרינגע זאך וואס מ'זאגט אזוי לייכטערהייט מיט א ציגאר און מויל, איר דערמאנט מיר די צוגאנג אין מאפיא מאוויס, נישט ביי יידישע פוסקים, אפילו ווען מ'רעדט פון כופרים. איך ציטער צו נישט שפיכת דמים הוא דקיל להו דא. גיב א משל פון א שאלה
אייער נישט ליצנות'דיגע טענה איז בכלל נישט פארשטענדליך. ווי האט איר געטראפען אזא מין מאדנע און רשעות'דיגע הוראה אז מ'רעכנט זיך גארנישט מיט די צער פון עבריינים? אפילו דיני עונשים מלקות ומיתה איז יעדער זאך אויסגערענכט וויפיל צער עס קומט זיך פאר יעדער זאך לפי משפטי התורה, ואהבת לרעך כמוך ברור לו מיתה יפה. און מובן אז אויך מדיני תוכחה וערבות וכו' דארף מען מעסטען אויב קומט זיך יענער אזא צעראויף אזויפיל קענסטו דאך אויך מודה זיין אז אויב טעארעטיש מעג מען מורידין ולא מעלין זיין, דאן עכ"פ איז זייער צער און טירחא בכלל נישט לענין ווען מיר ווילן זיי מחזיר זיין למוטב אדער זייערע קינדער. איזנט דיס סימפל לאגיק?.
גמיירעט, כבר קדמתי אותך בכל הדברים. היה לך רק לעשות לי לייק, ולכתוב "גם אני מצטרף לכל הנ"ל..."
גורן האט''דאיך טראכט נאר צו מיך, די מחלוקת דא איז א מחלוקת פשוט וויאזוי צו לערנען די הלכה, אדער לערנט יעדער איינער אריין וואס ער וואלט געוואלט זעהן אין די הלכה?
דער וואס איז קנאי'ש געשטימט האלט זיך ביים טוישען זיין מיינונג ווען מ'ווייזט עם אויף אז די הלכה איז אנדערש?
די לינקערע געשטימט וואלטען ווען געטוישט זייער מיינונג ווען עס איז ווען יא דא א קלארע הלכה? אדער זיי האבען שוין מחליט געווען פאר דעם וואס דארף זיין, און קוועטשען אזוי די הלכה?
איז דא איינער וואס קען ריכטיג טיילען די צוויי, צב"ש זאגען די הלכה איז טאקע אזוי אבער מיין געוויסענס לאזט מיר נישט מקיים זיין די הלכה, אדער זאגען די הלכה איז טאקע אזוי אבער מיין אידישע געוויסענס זאגט מיר אנדערש?
אפשר אביסל off topic, אבער כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטען. עס איז א היבשע איראניע ווי יעדער איז דא ביזי צו אנגאזשירן די הלכה אויף זיין זייט, ווי גלייך ס'איז אפילו דא אזא objective בריה וועלכעס רופט זיך הלכה. אויב איר קענט פארשאפן פון אן אלטען dumpster די טויזנטער (יא, נישט א גוזמא. טויזנטער אדער אפשר גאר הונדערטער טויזנטער) בלעטער פון כלומר'שט ריין הלכה'שע הסברים פאר און קעגן אריזאנע ווייץ, קרית יואל פובליק סקול, בני יואל, עירוב, ועוד ועוד, ווי יעדער ניצט די הלכה (נישט ח"ו עפעס תורה'לעך אדער השקפה, נאר טאקע די הלכה הצרופה והברורה כנתינתן מסיני) כחומר ביד היוצר, דאן וואלט איר געזען אז נישט מפי סופרים וספרים און נישט פון צוזאמרוקן ווענט און פאקן בקיאות ווערט די הלכה געשעיפט, נאר עס איז גבוה מעל גבוה שומר וגבוהים עליהם.
לעיקוואד
בקיצור איז די גאנצע מחלוקה boils down צו וועמען'ס 'מילתא דפשיטא' מ'דארף גלייבען. ביי מיר איז פשוט אז מען טוהט נישט אזוינע רציחות, און אויב יא דארף מען לפחות א קלארער סעיף אין שולחן ערוך, און ביי דיר איז 'פשוט' אז מען טוהט אזוי, איך ווייס נישט וויאזוי מען דינגט זיך אין אזא מחלוקה.
לעיקוואדנישט יציאה מרשות יעקב, אבער מ'זעהט קלאר אז עס איז דא טענות אויפ'ן מצער זיין יעקב. היימישער ליטוואק וויל עפעס דוחה זיין בדוחק גדול אז עס מיינט נאר דאס אפנארעןאיך האב דאס נישט גשריבן. לייען איבער. איך האב גשריבן אז די עוולה איז וואס א טאטע באקומט אזא בשורת איוב אז טרוף טורף, און מיינען 22 יאר אז ער איז טויט, אין לי מושג למה ואיך. מען דארף נישט אנקומען אויך דא צו 'רשות' אדער אזוינע חושן משפט'דיגע גדרים, עס איז פשוט אז דאס איז א משונה'דיגער צער קרוב לרציחה און מען טוהט דאס נישט כאפ לאפ ווייל עס איז ביי איינער א "מילתא דפשיטא".
חסידים
האבן נישט חסידים אוועקגנומען קינדער פון עלטערן אין די לעצטע 200 יאר, כדי זיי צו מאכן פרומער און הייליגער?
לגבי יעקב, האב איך אייך נישט פארשטאנען, אבער עס איז נאכאלץ קלאר אז אויך ווען ער וואלט נישט געמיינט אז ער איז טויט נא צוגעכאפט איז אויך א גרויסער צער, איך ווייס נישט וואס איז דער ענין צו קוועטשען סתם לשם קוועטשען. און כאילו דאס איז בכלל א נושא וואס דארף א ראיה פון א פסוק.
אבער איך פארשטיי ווייטער נישט וואס איז דא נוגע צו קינדער זענען 'רכוש האב' ליטערלי אדער נאן-ליטערעלי (די גבול פון די צוויי איז סייווי נישט קלאר ווי די ענין פון אמה עבריה און בכלל אב שמקדש את בתו איז מוכיח, וווי דו האסט גערעדט, ואכ"מ). מען דארף נישט זיין קיין גרויסער תנא קמא צו פארשטיין אז דאס איז א דראסטישע שריט וואס מען טוהט נישט סתם אזוי, און אוודאי נישט סתם ווייל דיר פאלט איין אז דאס איז א 'מילתא דפשיטא'. אזא מין catchphrase מיט וואס משטיפט אריין אלע הנחות קדומות אין די תורה"ק אריין אן אפילו דארפן ברענגען א חצי ראיה.
היימישער ליטוואקהאבן נישט חסידים אוועקגנומען קינדער פון עלטערן אין די לעצטע 200 יאר, כדי זיי צו מאכן פרומער און הייליגער?
דו ליטוואק, איבעראל מוזטו דאס אריינמישען? 😂
אבער די תשובה איז ניין, עס זענען אפשר געווען קינדער גדולים וואס האבען בוחר געווען ברצונם צו זיין מער פרום, קיינמאל געהערט אז מ'זאל צוכפאן פיצלעך קינדער פון עלטערן זיי צו מאכען חסידיש.
היימישער ליטוואקהאבן נישט חסידים אוועקגנומען קינדער פון עלטערן אין די לעצטע 200 יאר, כדי זיי צו מאכן פרומער און הייליגער?
אה אה מתנגדים באשולדיגן ווידער חסידים.
געב ארויס וואס דו ווייסט דערוועגן, ווער האט צוגעכאפט, און וועמען ?
שוין טייערע אידען, א גוטע נאכט, טענה'טס ענק ווייטער פריילעכערהייט, איך מוז שוין ענדיגען פאר היינט.