ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4830
ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע
איך בעט א טובה צו האלטן דעם אשכול בין כותלי בית המדרש פריי פון פרשנות זרות.
פארווארט
יעדער איד האט זיין חלק אין די הייליגע תורה, און יעדער איינער קען, מעג, און דארף מחדש זיין אין די תורה כפי תכונות נפשו. איך בין בטבע א גרויסער פשטן, אין קאמפיוטערס רופט מען דאס WYSIWYG, וואס ס'שטייט דאס מיינט טאקע דער פסוק צוזאגן. אוודאי איז דא א תורה של בעל פה, ס'דא חז"ל, און ס'דא א שראנק מיט מפרשים, אבער לעולם אין מקרא יוצא מידי פשוטו. איך זוך אויס פשטים לפי פשוטו של מקרא, און אויף דעם אופן בין איך אויך מחדש. יעדער זאל שרייבן וואס ער גלייכט, אבער נאר אייגענס, אדער מקצת אייגענס.
יעצט איז הזמן גרמא ווען מ'הייבט אן די תורה פון בראשית פונדאסניי צו אנהייבן אט דעם אשכול. ס'גייט שוין טאקע נח, אבער מ'מעג אייביג לערנען אנדערע פרשיות אויך, בפרט וואס שבת איז מען געווענטליך עוסק אין פרשת השבוע, איז נאך פאסיג צו שרייבן איבער די פערלאפענע וואך.
בראשית
שמות אישים
איבער חוה שטייט "ויקרא האדם שם אשתו חוה כי הוא היתה אם כל חי". באמת קען מען טרעפן די מושג פון "אם כל חי" ביי אנדערע נעמען אין בראשית אויך.
אדם, פשוט, אב כל בני אדם. קען זיין דערפאר הייסט די ערד אדמה ווייל דאס איז באוואוינט מיט דאס מענטשהייט, ע"ד והארץ נתן לבני אדם, און ווי ס'שטייט ויהי כי החל האדם לרב על פני האדמה און אמחה את האדם אשר בראתי מעל פני האדמה, אלס אדם און אדמה, ווייל דער אדם באזעצט דעם אדמה.
חוה, שטייט דאך קלאר אם כל חי. צום אנמערקען אז זי הייסט נישט "חיה" וואס וואלט געווען אפשר מער פאסיג. קען זיין "חוה" איז זיך משתתף מיט "חויא", שלאנג, א ווינק איבער וואס ס'פאסירט ווייטער מיט איר.
קין, קען זיין א קאגנעט מיט די אור-אלטע אינדא-אייראפישע gen, הולדה. אין קעגנזאץ צו "הבל" וואס פון אים איז געווארן הבל הבלים ומת ערירי כי הרגו קין. בלעם האט געזאגט "כי אם יהיה לבער קין" ווי ער באזינגט דעם סוף כלל אנושיות. דארט איז "לבער קין" נרדף מיט "וקרקר כל בני שת". קין און שת באצייכענען דאס מענטשהייט. (בלעם שפילט א ווערטער שפיל מיט "קיני" א כנען'ער פאלק, "קנך" א נעסט, און "קין".)
כאטש וואס דער פסוק גיבט אן א טעם "ותאמר קניתי איש את ה'", מיינט דאס נישט אז ס'נישטא נאך א טעם, אזויווי "על כן קרא שמו אדום" איז אויך דא דער טעם פון "ויצא כולו אדמוני".
שת, אויסער "כי שת לי" מלשון "ולא שת לבו" מיינט שת א יסוד, ווי די אבן שתייה שממנה הושתת העולם, און מיט דעם איז דאס זיך משתתף מיט חשופי שת, ווייל די ערוה איז כנגד מדת יסוד בצורת הגוף כמבואר בפתח אליהו, אדער ווייל דאס איז די אבר הפורייה.
אנוש, פשוט.
קינן, ראה ערך קין.
חנוך, ס'געווען צוויי, אויף דער בן קין שטייט "ויהי בנה עיר ויקרא שם העיר כשם בנו חנוך". מלשון "חנוכת המזבח", ווייל ער האט דאך מחנך געווען דאס ערשטע שטאט.
עיין באב"ע י' ח'
און די פארגאנגענע סדרה בראשית איז דא א שטיקל ספורני וואס איז א שטיקל ראיה צו די עוועלאציע טעאריע
אנוש, פשוט.
עוד יש לומר, על שם שמחלתו אנושה.
קין, קען זיין א קאגנעט מיט די אור-אלטע אינדא-אייראפישע gen, הולדה
gen אריגינעל מיינט נישט הולדה, נאר די אנהויב, ומכאן קוראים לבראשית genesis. שטימט נאכאלס מיט דיין פשט. אויסער אויב מיר וועלן אננעמען אז הקיני קדם לקין.
לעם האט געזאגט "כי אם יהיה לבער קין" ווי ער באזינגט דעם סוף כלל אנושיות. דארט איז "לבער קין" נרדף מיט "וקרקר כל בני שת". קין און שת באצייכענען דאס מענטשהייט. (בלעם שפילט א ווערטער שפיל מיט "קיני" א כנען'ער פאלק, "קנך" א נעסט, און "קין".)
שיינער פשט. אריגינעל?
זע אבן עזרא, ספורנו, ס'טוט זיך. ב"ה דער עולם דא באשטייט פון געשוואלענע ת"ח. מ'דארף נאר אנגעבן מראי מקומות און מ'כאפט שוין אויפן ווינק. ביטע פאקט אויס די סחורה, איך בין נישט דער ראגעטשאווער און איך גיי נישט מישן מיינע מקראות גדולות נאך יעדע לינק.
יאיר, וואס האט באטראפן אנוש'ן? ס'ערענסט? איר האט שם אמו?
הולדה התחלה, כ'ווייס נישט. אויף גריכיש מיינט עס יא צו שאפן. קען זיין ביסט גערעכט.
אדער אייגענס, אדער מיין איך ס'איז אייגענס אבער איך בין זיך טועה און כ'האב עס ערגעצוואו געזען, עכ"פ א חלק דערפון.
שאולדיספריםפאקעראון די פארגאנגענע סדרה בראשית איז דא א שטיקל ספורני וואס איז א שטיקל ראיה צו די עוועלאציע טעאריע
רשב"ם אויך, טאמער ווילסטו אזוי לערנען פשט.
געפילטע פיששאולדיספריםפאקעראון די פארגאנגענע סדרה בראשית איז דא א שטיקל ספורני וואס איז א שטיקל ראיה צו די עוועלאציע טעאריע
רשב"ם אויך, טאמער ווילסטו אזוי לערנען פשט.
רשבם, וואו, וואס, ווען. נישטא מער קיין רשבם אויף בראשית. נישט דורכגעמאכט דעם צענזור.
הערשי
יאיר, וואס האט באטראפן אנוש'ן? ס'ערענסט? איר האט שם אמו?
די מין האנושי. זאל יעדער אינזין האבן זיין אייגענע מוטער'ס נאמען.
צהר תעשה לתיבה וגו' מביא רש"י מחלוקת אי הפשט צהר-אבן המאיר או חלון ויש לומר שהתיבה מרומז לנשמת האדם שיש בו ג' חלקים הא' הוא הנפש שהוא חלק הפחותה שמעורב בה טוב ורע והוא נגד הזבל שבתיבה הב' הוא הרוח הוא נגד החיות שבתיבה שהוא ממוצע בין הגוף והנשמה והוא המקשרם יחד כמו החיות שהם ממוצעים בין הדומם והמדבר והג' הוא הנשמה מעלות האדם חלק אלוקי שבו והוא נגד הקומה העליונה שבתיבה וזה שאמר שצריכין ב' כוחות המאירים בתיבה בין אבן המאיר הוא אור הנשמה שצריך האדם לגלות כוחות נשמתו ולגלות האהבה המוסתרת לאבינו שבשמים ובין אור החלון המאיר מבחוץ לתוך נשמת ישראל והוא הצדיק המאיר ומחזק אור נשמת ישראל.
דער עולם מיינט לכאורה דער ספורנו:
וַיִּפַּח בְּאַפָּיו נִשְׁמַת חַיִּים, נֶפֶשׁ חִיּוּנִית מוּכֶנֶת לְקַבֵּל "צֶלֶם אֱלהִים", כְּאָמְרו "וְנִשְׁמַת שַׁדַּי תְּבִינֵם" (איוב לב, ח). מִכָּל מָקום וַיְהִי הָאָדָם לְנֶפֶשׁ חַיָּה, הָיָה עִם כָּל זֶה "חַיָּה" בִּלְבַד, בִּלְתִּי מְדַבֶּרֶת, עַד שֶׁנִּבְרָא בְּצֶלֶם וּדְמוּת.
דאכט זיך דער רמב"ן זאגט ענליך. אויך מיר אן אבולוציה טעאריע.
הערשיגעפילטע פיששאולדיספריםפאקעראון די פארגאנגענע סדרה בראשית איז דא א שטיקל ספורני וואס איז א שטיקל ראיה צו די עוועלאציע טעאריע
רשב"ם אויך, טאמער ווילסטו אזוי לערנען פשט.
רשבם, וואו, וואס, ווען. נישטא מער קיין רשבם אויף בראשית. נישט דורכגעמאכט דעם צענזור.
איך ווייס נישט וואס דאס איז, אבער אין מיין מקראות גדולות חומש איז דא רשב"ם.
דאס איז די שטיקל וואס איך מיין. כ'ווייס נישט אויב איך לערן עם גוט אפ, אבער מיר זעט אויס ווי ער זאגט אז ס'האט געקענט זיין א לענגערע צייט וואס די וועלט איז געווען תוהו ובוהו ביז ס'האט זיך אנגעהויבן די ששת ימי בראשית און זיך אנטוויקלען צו די וועלט וואס מיר קענען.
די וויכטיגסטע שטיקל וואס מען וואלט ווען געברויכט היינט לערנען אין די חדרים מיט אלע קינדער, איז דער ערשטער דיבור רמב"ן אין בראשית. ער שטעלט זיך אויף דעם ר' יצחק וואס רש"י ברענגט, וועלכער פרעגט וואס פעלט אויס די גאנצע סיפור ביז החודש הזה לכם, וואונדערט זיך דער רמב"ן וואסערע פראגע איז דאס, אוודאי פעלט עס אויס צו וויסן די יסוד פון אמונה אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט? איז ער מסביר, אז למעשה האבן מיר נישט צופיל מרויח געווען פון די פסוקים ווי עס ווערט מתואר די בריאה, ווייל מיר הייבן נישט אן צו פארשטיין אפילו א משהו פון מעשי בראשית, קוים די חכמים הקדמונים האבן עס געוויסט, און ווער עס ווייסט יא חייב לכסותו! אלזא, איז שוין זייער גוט די שאלה פון רבי יצחק, וואס פעלט עס אויס צו שטיין אויב מען פארשטייט עס ממילא נישט? העכסטנס, צי האבן די ידיעה אז ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ, איז דאך גענוג דער פסוק אין די עשרת הדברות. ועיי"ש בפנים הסבר תירוצו של ר' יצחק (כלומר: איך געדענק נישט דער חלק).
על כל פנים די נקודה איז, אז מיר קענען נישט - און מיר האבן נישט - די מינדעסטע מושג אין מעשה בראשית, אזוי אז עוואלוציע קען נישט זיין קיין סתירה מיט בראשית ווייל מיר ווייסן דאך גארנישט וואס בראשית מיינט. דערפאר, ווען דארווין קומט צו בענזשאמין ביי קידוש, איז ער בכלל נישט אינטערעסאנט. אפשר גאר מיינט מעשה בראשית טאקע באופן פון דארווין'ס טעאריע? על כל פנים, דאס אז דארווין שטימט נישט מיט וויאזוי דער רבי אין חדר האט פארציילט בראשית, אפילו נניח זיין טעאריע איז הונדערט פראצענט פראווד בלי ספק, איז דאס טאקע נאר א הוכחה אז דארווין האט לכאורה בעסער פארשטאנען בראשית ווי דער מלמד אין חדר. מיר דארפן נאר גלייבן איין זאך. בראשית ברא אלוקים און אלע פסוקי התורה זענען אמת בלי ספק. וואס די טייטש פון די פסוקים איז, איז שוין א שאלה פאר זיך.
וואס איז די מעשה מיטן "כח היולי"? איז דער רמב"ן דער מחדש דערפון, צי עס שטייט אין פריערדיגע אויכעט? און נאר מיר רינגט עס א בעל צו עפעס אנדערש וואס ווערט א גערופן אויף ענגליש "ביג בענג", און אויף עברית "המפץ הגדול"?
דעת תורהוואס איז די מעשה מיטן "כח היולי"? איז דער רמב"ן דער מחדש דערפון, צי עס שטייט אין פריערדיגע אויכעט? און נאר מיר רינגט עס א בעל צו עפעס אנדערש וואס ווערט א גערופן אויף ענגליש "ביג בענג", און אויף עברית "המפץ הגדול"?
ניין, היולי איז א פילאסאפישער מושג וואס דער רמב"ן ברענגט אליינס פון די יוונים, דהיינו אריסטו. דאס אז די וועלט האט זיך אנגעפאנגען אויף דעם אופן אז קודם נברא כח היולי ואח"כ החומר וצורה איז לכאורה א חידוש פון דער רמב"ן (קען זיין עס שטייט אין פריערדיגע מקובלים אדער ספרים), אבער עס איז זיך שווער מקשר מיט ביג בענג וואס רעדט זיך שוין למעשה פון א פיזישע מציאות וואס דארף שוין הייסען לכאורה א חומר וצורה, און אלעס איז פיזישע כוחות. הגם שערי דרוש אינם ננעלים.
דאכציך ס''איז שוין אמאל געווען אין שטיבל א שמועס וועגן דער נושא.
---
גגלתי ומצאתי, מתגובה
זו ואילך וסביבו היה מדובר בזה.
אינטערעסאנט צו הערן איבער דעם אבן עזרא כלפי די חדשים פון נח. איז דאס חדשי חמה אדער לבנה?
וישבו המים: למטה מהארץ כמשפט' בסוף חמשים ומאת יום גם זה החשבון בדרך נבואה ידעו. והאומרים כי הנה מצאנו מאה וחמשים יום חמשה חדשים וזה לנו לאות שהם חדשי חמה והנה לא דברו נכונה על דבריהם כי שנים ימים יחסרו. גם האומר כי בחשבון העבור היה עושה וישים בחדש השני מרחשון ותהיה השנה שלימה ולמה כל זה ואפילו היה כתוב כי נח היה חשבונו על החמה או תחלת השנה מתשרי לא נתנו המועדים על יד נח. גם יתכן על מנוח התיבה לדבר דברי' ארוכי' לכן לא יועילו ולא יצילו כי תהו המה:
לויט דעם ספר היובלים פון די "מגילות ים המלח," גייען די חדשים לויט א שנת החמה. אינטערעסאנט אז ביי סוף תקופת בית שני זענען נאך געווען אידישע סעקטעס אין ארץ ישראל וועלכע האבן נישט אנגענומען די חדשי הלבנה, הגם פון די תורה איז לכאורה גאנץ קלאר אז די לבנה האט געשפילט א פראמינענטע ראלע אין דעם רעליגיעזן יאר. דאס עצם ווארט "חודש - באנייען" ווייזט אויף די לבנה.
דא איז פון ספר היובלים, פרק ו'
(מז) ואתה צו את בני ישראל ושמרו את השנים על פי המספר הזה ארבעה ושישים יום ושלוש מאות יום. (מח) והיה שנה תמימה, ומספר מפקד ימי השנה ומועדיה לא ישחת. (מט) כי הכל בוא יבוא בה כפי אשר הועד עליו, ולא יעברו כל יום ולא יחללו כל מועד. (נ) והיה כי יעברו ולא ישמרו אותם כמצותיו, ישחיתו בפעם אחת כל עת וזמן, השנים תעתקנה ממקומן. (נא) ויעבטון אורחות סדרם, וכל בני ישראל ישכחו את דרך השנים ולא ימצאו עוד. (נב) ויזנחו את ראש החודש וזמנו, ואת השבתות, והעוו את כל דרכי השנים. (נג) כי ידעתי את הדבר, וכהיום הזה אגידהו לך ולא אל בינתי אשען, כי כן כתוב לפני על הספר ועל לוחות השמים, מיוסדות חלוקת הימים. (נד) ולא ישכחו את מועדי הברית, ולא ילכו במועדי הגויים לפי תעתועיהם ולפי דעתם.
(נה) והיו אנשים אשר יביטו יראו בירח, הוא המשחית את הזמנים, ויקדים עשרת ימים בכל שנה ושנה. נו) ולכן ישחיתו את השנים בימים הבאים, ועשו יום שוא ליום העדות, ויום בלתי טהור ליום המועד. (נז) וכל איש לא יבדיל בין ימי קודש ובין ימי חול, כי יתעו בחודשים ובשבתות ובמועדים ובשנות היובל. (נח) לכן הנני מצווך ומעיד בך למען תעיד בם. (נט) כי אחרי מותך ישחיתו בניך את הדבר, למען יספרו בשנה רק שלוש מאות יום ושישים יום וארבעה ימים. (ס) ועל כן יתעו בראש החודש ובשבת ובחג ובמועד, ואכלו תמיד את הדם בבשר.
לעיקוואדדעת תורהוואס איז די מעשה מיטן "כח היולי"? איז דער רמב"ן דער מחדש דערפון, צי עס שטייט אין פריערדיגע אויכעט? און נאר מיר רינגט עס א בעל צו עפעס אנדערש וואס ווערט א גערופן אויף ענגליש "ביג בענג", און אויף עברית "המפץ הגדול"?
ניין, היולי איז א פילאסאפישער מושג וואס דער רמב"ן ברענגט אליינס פון די יוונים, דהיינו אריסטו. דאס אז די וועלט האט זיך אנגעפאנגען אויף דעם אופן אז קודם נברא כח היולי ואח"כ החומר וצורה איז לכאורה א חידוש פון דער רמב"ן (קען זיין עס שטייט אין פריערדיגע מקובלים אדער ספרים), אבער עס איז זיך שווער מקשר מיט ביג בענג וואס רעדט זיך שוין למעשה פון א פיזישע מציאות וואס דארף שוין הייסען לכאורה א חומר וצורה, און אלעס איז פיזישע כוחות. הגם שערי דרוש אינם ננעלים.
דאכציך ס''איז שוין אמאל געווען אין שטיבל א שמועס וועגן דער נושא.
---
גגלתי ומצאתי, מתגובה
זו ואילך וסביבו היה מדובר בזה.
היולי איז א גריכישע באגריף און אפי' א גריכישע ווארט, כמדומה. צורה פלעג איך קלערן איז אפלטון'ס (Plato) פארעמס. קען מען אזוי זאגן? מ'ברויך זעהן וואס פילו פון אלעקסאנדער זאגט דארט אין בראשית.
צורה איז טייטש פארעמס forms, אדער איידיעס. נאר די עיקר וואס נוצען עס ביי אידישע ספרים, און אזוי לכאורה דער רמב"ן, איז מער אין די אריסטוטלישע באדייט דערפון. (בערך, אז דאס ליגט אין די חומר, און נישט אז עס איז דא אן עקטערע עולם הצורות וואס איז דאס קובע) אינטרעסאנט ווי פארשידענע שפעטערדיגע ספרים וואס האבען נישט געהאט קיין אנונג וואס דאס מיינט נוצען די ווערטער יעדער איינער אין זיין סיסטעם, אזוי אז מ'ברויך יעדעס מאל עקסטער וויסען אויב עס האט בכלל קשר מיט די אריגענעלער באדייט.
אז מען רעדט שוין פון פשוטו של מקרא וואלט געווען אינטערעסאנט אנצומערקן די מלחמה וואס דער רשב"ם האט געפירט מיטן זיידן רש"י הקדוש. דער זיידע רש"י האט זייער געגליכן הגדה, מדרשים, און תורהלעך משא"כ דער אייניקעל איז געווען דירעקט א פשטן. מיט יעדע פשט וואס דער רשב"ם זאגט אנדערש ווי רש"י'ס מדרש תנחומא שרייט זיך ארויס א קול תרועת מלחמה, ס'איז כאילו ער זאלן מאנען און תובע זיין דעם זיידן היתכן ער פארקריכט פון פשוטו של מקרא.
מען וואלט געקענט מאכן אן עקסטערע ספר אנצוצייגן יעדעס פלאץ ווי דער רשב"ם און אבן העזרא גייען אוועק פון רש"י'ס פשט ווייל עס איז נישט פשוטו של מקרא. דוגמא אחת:
רעדנדיג אמאל מיט א גרויסער תלמיד חכם איבער די קרוינען וואס אידן האבן באקומען ביי נעשה ונשמע און פארלוירן ביים חטא העגל (עי' גמרא שבת פח) ווי עס שטייט און פסוק דארט 'ולא שתו איש עדיו עליו' (שמות לג ד) און שפעטער שטייט 'ויתנצלו בני ישראל את עדים מהר חורב' (פסוק ו) און רש"י זאגט אז דאס מיינט מען די צווי קרוינען. זאג איך אים אז דאס איז נאר א דרש, פשוטו של מקרא מיינט נישט עדיו די צווי קרוינען וואס זיי האבן באקומען ביי נעשה ונשמע, ווייל דאס אליינס אז זיי האבן באקומען צוויי קרוינען שטייט דאך נישט קלאר און די תורה, ממילא איז נישט מסתבר אז די תורה זאל רעדן פון אוועקנעמען ספעציפישע קרוינען בשעת ווען עס איז קיינמאל נישט דערמאנט דעווארן אז זיי האבן עס אמאל באקומען. זאגט ער מיר וואס הייסט רש"י זאגט דארט קלאר אז עדיו מיינט די קרוינען, זאג איך אים איך בין כמעט ברור אז דער אבן עזרא און דער רשב"ם האבן אן אנדערע טייטש אויף עדיו אז עס מיינט נישט דוקא קרוינען, וכאשר צפיתי ברוח קדשי כך הוה סיי דער אבן עזרא און סיי דער רשב"ם דערמאנען נישט קיין אות אחת אז עדיו זאל מיינען קרוינען נאר סתם צורונג כדוגמת נזמים וטבעות.
דער רשב"ם איז געווען נאך א גרעסערע פשטן פונעם אבן עזרא. אז מ'רעדט שוין פון דעם צענזערירטן רשב"ם אין בראשית ברויך מען דערמאנען די מחלוקת פון רשב"ם און אבן עזרא איבער ויהי ערב.
דאכט זיך א ענליכע אשכול עקזעסטירט שוין. ס'הערט זיך ווי דעיזשאוואו.
בענזשאמין, דער רשב"ם שרייבט דאך. אז ער האט זיך מתווכח געווען מיטן זיידן דערוועגן און דער זיידע האט מסכים געווען צו אים אז מען וואלט געדארפט מאכן נייע פירושים "לפי הפשטות המחדשים בכל יום" (בערך אזוי איז די לשון און איך כאפ נישט פונקטליך וואס ער מיינט די פשטות המתחדשים, אפשר אז רש"י האט אים מרמז געווען אז פשוטו של מקרא קומט פון די מתחדשים? ווער ווייסט...).
יואלישדער רשב"ם איז געווען נאך א גרעסערע פשטן פונעם אבן עזרא. אז מ'רעדט שוין פון דעם צענזערירטן רשב"ם אין בראשית ברויך מען דערמאנען די מחלוקת פון רשב"ם און אבן עזרא איבער ויהי ערב.
דאכט זיך א ענליכע אשכול עקזעסטירט שוין. ס'הערט זיך ווי דעיזשאוואו.
קיינמאל נישט געהערט דערפון, הערשי האט אויך עפעס מרמז געווען, אבער אז דו זאגסט אז די מטרנותא דעיזשאווא"ו האט זיך מגלה געווען צו דיר, האט מען געמאכט א סוירטש, און
דאס געטראפן. איך ווייס נישט פארוואס כ'האב דאס נישט געזעהן בשעתו, גיימער לייענען.
יואלישדער רשב"ם איז געווען נאך א גרעסערע פשטן פונעם אבן עזרא. ו.
אינטערעסאנט טאקע אז ער האט נישט זוכה געווען צו אזא סטיגמע ווי דער אבן עזרא אז ער איז א "לינקער"... מסתמא ווייל עס אמז נישט אזא מקיף'דיגער פירוש, נישט געווען צו מפורסם, פון די אנדערע זייט האט זיין תורה מגין געווען אזוי ווי די ספר תורה אויפן גר"א (פונעם מהרש"ל למשל וואס רעדט זיך אפ אויפן אבן עזרא אז ער איז נישט געווען קיין תלמודי).
יואלישדער רשב"ם איז געווען נאך א גרעסערע פשטן פונעם אבן עזרא. אז מ'רעדט שוין פון דעם צענזערירטן רשב"ם אין בראשית ברויך מען דערמאנען די מחלוקת פון רשב"ם און אבן עזרא איבער ויהי ערב.
דאכט זיך א ענליכע אשכול עקזעסטירט שוין. ס'הערט זיך ווי דעיזשאוואו.
נא איז דאך שבת געקומען אין חלום צים אבן עזרא האט ער דאך ציריק געצויגן , ניין?
קאן זיין, כ'ווייס נישט. די שאלה איז פארוואס שבת איז נישט געקומען אין חלום דירעקט צום רשב"ם.
לבונה זכהלויט דעם ספר היובלים פון די "מגילות ים המלח," גייען די חדשים לויט א שנת החמה. אינטערעסאנט אז ביי סוף תקופת בית שני זענען נאך געווען אידישע סעקטעס אין ארץ ישראל וועלכע האבן נישט אנגענומען די חדשי הלבנה, הגם פון די תורה איז לכאורה גאנץ קלאר אז די לבנה האט געשפילט א פראמינענטע ראלע אין דעם רעליגיעזן יאר. דאס עצם ווארט "חודש - באנייען" ווייזט אויף די לבנה.
ווי אויך דאס ווארט ירח.
לאמיר אייך פרעגן א קלאץ קשיא. דאס ווארט month קומט דאך אויך פון moon. קען מען פון דעם דרינגען אז די קאלענדאר פון דאס ענגליש-רעדנדע באפעלקערונג באשטימט מאנאטן לויט די לבנה?
ליהוי ידוע אז דער כתב יד פון דעם פירוש רשב"ם קומט פון אוצרו של הרמ"ד מדעסוי.
איך זאג נישט אז ידי זרים שלטו אבער איך בין אויך נישט קאנווינסט אז נישט.
ווייסט איינער פון א ראשון וועלכער האט ג'זען דעם פירוש רשב"ם על התורה? דער רמב"ן כמדומה לי אז קיין איינמאל נישט. ווער יא?
יואלישקאן זיין, כ'ווייס נישט. די שאלה איז פארוואס שבת איז נישט געקומען אין חלום דירעקט צום רשב"ם.
אפשר ווייל דער רשבם אלס צרפתי איז נישט געליגן אזוי אין שירים ווי רבי אברהם. א שיר איז זיך מגלה נאר צו א כלי מוכן. בררך אפשר.
היימישער ליטוואקליהוי ידוע אז דער כתב יד פון דעם פירוש רשב"ם קומט פון אוצרו של הרמ"ד מדעסוי.
איך זאג נישט אז ידי זרים שלטו אבער איך בין אויך נישט קאנווינסט אז נישט.
ווייסט איינער פון א ראשון וועלכער האט ג'זען דעם פירוש רשב"ם על התורה? דער רמב"ן כמדומה לי אז קיין איינמאל נישט. ווער יא?
ווער מיינסטו איז דער טארגעט אודיענץ פון ראב"ע'ס גילויי שיריה של שבת? אפשר דער רמד?
דעת תורהיואלישדער רשב"ם איז געווען נאך א גרעסערע פשטן פונעם אבן עזרא. ו.
אינטערעסאנט טאקע אז ער האט נישט זוכה געווען צו אזא סטיגמע ווי דער אבן עזרא אז ער איז א "לינקער"... מסתמא ווייל עס אמז נישט אזא מקיף'דיגער פירוש, נישט געווען צו מפורסם, פון די אנדערע זייט האט זיין תורה מגין געווען אזוי ווי די ספר תורה אויפן גר"א (פונעם מהרש"ל למשל וואס רעדט זיך אפ אויפן אבן עזרא אז ער איז נישט געווען קיין תלמודי).
פאר איינעם וואס האט געלערנט די צוויי פירושים איז די קשיא נישט שווער.
הערשילבונה זכהלויט דעם ספר היובלים פון די "מגילות ים המלח," גייען די חדשים לויט א שנת החמה. אינטערעסאנט אז ביי סוף תקופת בית שני זענען נאך געווען אידישע סעקטעס אין ארץ ישראל וועלכע האבן נישט אנגענומען די חדשי הלבנה, הגם פון די תורה איז לכאורה גאנץ קלאר אז די לבנה האט געשפילט א פראמינענטע ראלע אין דעם רעליגיעזן יאר. דאס עצם ווארט "חודש - באנייען" ווייזט אויף די לבנה.
ווי אויך דאס ווארט ירח.
לאמיר אייך פרעגן א קלאץ קשיא. דאס ווארט month קומט דאך אויך פון moon. קען מען פון דעם דרינגען אז די קאלענדאר פון דאס ענגליש-רעדנדע באפעלקערונג באשטימט מאנאטן לויט די לבנה?
לבונה זכה זאגט נישט אז ס'איז מוכרח פון דעם אז מען האט געציילט לויט די לבנה, נאר אז עס איז געווען משהו מיוחד מיט דעם חידוש פון די לבנה. משא"כ די חגים האט מען שטענדיג געפראוועט לויט די שנת החמה, ואי אפשר להאריך יותר.
@יאיר, מלשונך משמע אז דו האסט געלערנט ביידע און דערפאר איז עס נישט שווער, אלזא טו אונז א גענאדע און זאג אונז טאקע דעם הסבר.
עס איז שווער צו ערקלערן אן אריינגיין באריכות, צו וואס איך האב נישט צופיל געדולד אין די איצטיגע שעה, אבער בכלליות - א. דער רשב"ם קאנצענטרירט זיך טאקע אויף פשוט פשט, אבער ער וועט נישט אפן אוועקמאכן דברי חז"ל, משא"כ אבן עזרא וואס האט נישט קיין פראבלעם דערמיט. ב. דער רשב"ם האט נישט די פילע "סודות" פון דעם אבן עזרא וואס באהאלטן אזעלכע ראדיקאלע חידושים ווי קדמות העולם, ביקורת המקרא, צושטעלן חוקי התורה לחוקי מזרח הקדום, ועוד.
אנגענומען איז אז דער פרימיטיווער מענטש האט צו ערשט געהאט א לבנה קאלענדער, ווייל דאס איז דאס גרינגסטע צו פארשטיין. מ'זעט א נייע לבנה יעדע 29-30 טעג. די עונות השנה איז פיל מער קאמפליצירט. אן עווריטש מענטש קען דאס נאך היינט נישט אויסרעכענען. לפי די שיטה האט דער "מאדערענער" זון קאלענדער געבארגט די שוין-באוויסטע טערמינען ווי מאנאט, חודש פון דעם פרימיטיווען לבנה-קאלענדער.
לבונה זכהלויט דעם ספר היובלים פון די "מגילות ים המלח," גייען די חדשים לויט א שנת החמה. אינטערעסאנט אז ביי סוף תקופת בית שני זענען נאך געווען אידישע סעקטעס אין ארץ ישראל וועלכע האבן נישט אנגענומען די חדשי הלבנה, הגם פון די תורה איז לכאורה גאנץ קלאר אז די לבנה האט געשפילט א פראמינענטע ראלע אין דעם רעליגיעזן יאר. דאס עצם ווארט "חודש - באנייען" ווייזט אויף די לבנה.
דא איז פון ספר היובלים, פרק ו'
(מז) ואתה צו את בני ישראל ושמרו את השנים על פי המספר הזה ארבעה ושישים יום ושלוש מאות יום. (מח) והיה שנה תמימה, ומספר מפקד ימי השנה ומועדיה לא ישחת. (מט) כי הכל בוא יבוא בה כפי אשר הועד עליו, ולא יעברו כל יום ולא יחללו כל מועד. (נ) והיה כי יעברו ולא ישמרו אותם כמצותיו, ישחיתו בפעם אחת כל עת וזמן, השנים תעתקנה ממקומן. (נא) ויעבטון אורחות סדרם, וכל בני ישראל ישכחו את דרך השנים ולא ימצאו עוד. (נב) ויזנחו את ראש החודש וזמנו, ואת השבתות, והעוו את כל דרכי השנים. (נג) כי ידעתי את הדבר, וכהיום הזה אגידהו לך ולא אל בינתי אשען, כי כן כתוב לפני על הספר ועל לוחות השמים, מיוסדות חלוקת הימים. (נד) ולא ישכחו את מועדי הברית, ולא ילכו במועדי הגויים לפי תעתועיהם ולפי דעתם.
(נה) והיו אנשים אשר יביטו יראו בירח, הוא המשחית את הזמנים, ויקדים עשרת ימים בכל שנה ושנה. נו) ולכן ישחיתו את השנים בימים הבאים, ועשו יום שוא ליום העדות, ויום בלתי טהור ליום המועד. (נז) וכל איש לא יבדיל בין ימי קודש ובין ימי חול, כי יתעו בחודשים ובשבתות ובמועדים ובשנות היובל. (נח) לכן הנני מצווך ומעיד בך למען תעיד בם. (נט) כי אחרי מותך ישחיתו בניך את הדבר, למען יספרו בשנה רק שלוש מאות יום ושישים יום וארבעה ימים. (ס) ועל כן יתעו בראש החודש ובשבת ובחג ובמועד, ואכלו תמיד את הדם בבשר.
ער ווארענט קעגן יארן בשטימט לויט חדשי ירח בלבד. ס'איז נאך אלס יתכן אז חדשים האט מען קובע געווען לויט די לבנה, אבער יארן לויט שנת החמה, אנדערש ווי אונזער סיסטעם מיט עיבורים אין וואס די יאר-טעג זענען נישט אייניג 364.
אגב, וויאזוי טוט דאס עפעקטירן שבת וואס גייט לויט א וועכענטליכע סיסטעם? וואס האקט ער?
און יובל? האבן זיי געהאלטן יובל בזמן בית שני?
און ווי קומט אריין "אכלו תמיד את הדם בבשר"?
איך בין נישט אויסגעקאכט אין די מגילות מדבר יהודה. אבער אויב געדענק איך ריכטיג, איז מיין ציטאט פון ספר היובלים נישט די איינציגע רעפערענס צו זייער לוח. עס איז אנגענומען גאנץ קלאר אז זייער לוח איז געווען דראסטיש אנדערש פון דעם לוח ווי חז"ל האט עס געהאט. מ'קען אבער נישט וויסן צו די כת האט אמאל געהאט גענוג מאכט אויף אזויפיל ווי טוישן די סדרים אין בית המקדש, אדער צו די סדרי הלוח פון דעם כת פאלגט נאך א מער עטאבילירטען לוח סיסטעם פון צדוקים, בייתוסים, אדער אנדערע כיתות וועלכע האבן מעגליך אין פריערדיגע צייטן יא געהאט א ברייטערע שליטה.
דא האט איר מער איבער דעם נושא:
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mahanaim/haluah.htm">http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/mahanaim/haluah.htm</a>
לגבי דיפערענצן איבער אנדערע מצוות ווצב"ש יובל ועוד, איז גאנץ קלאר אז זיי האבן געהאט אן אנדערען בליק (אדער מסורה) אויף א סאך מצוות ווי דאס וואס מיר ווייסן פון חז"ל. אין חז"ל אליין זעען מיר אז די צדוקים האבן געטון מצוות היבש אנדערש ווי פרושים, און מ'קען נישט פרעגען קיין קשיות אויף מנהגים אדער הלכות וואס ביי זיי איז יא געווען נוהג, אנדערש ווי אונזער מסורה געט איבער.
יאירעס איז שווער צו ערקלערן אן אריינגיין באריכות, צו וואס איך האב נישט צופיל געדולד אין די איצטיגע שעה, אבער בכלליות - א. דער רשב"ם קאנצענטרירט זיך טאקע אויף פשוט פשט, אבער ער וועט נישט אפן אוועקמאכן דברי חז"ל, משא"כ אבן עזרא וואס האט נישט קיין פראבלעם דערמיט. ב. דער רשב"ם האט נישט די פילע "סודות" פון דעם אבן עזרא וואס באהאלטן אזעלכע ראדיקאלע חידושים ווי קדמות העולם, ביקורת המקרא, צושטעלן חוקי התורה לחוקי מזרח הקדום, ועוד.
טאקע דאס זענען די מעלות פונ'ם אבן עזרא איבער'ן רשב"ם, גארנישט האלט אפ דעם אבע"ז פון זאגען זיין פשט אחוץ דער פסוק אליין
פרשת נחוואו ליגט דאס לעבן אין א באשעפעניש?אין די בלוט. אזוי שטייט די וואך: אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו. ואך את דמכם לנפשותיכם אדרש. מער קלאר שטייט אין פרשת אחרי מות: כי נפש הבשר בדם הוא. און אין פרשת ראה: רק חזק לבלתי אכל הדם כי הדם הוא הנפש.
דאס ווארט נפש אבער צייגט אויף לופט, אטעם, ווי די מקור החיות. נפש איז א חילוף מיט נשף, נשפת ברוחך. נפש, רוח, און נשמה מיינען אלע דאס אטעם. אלישע האט געלייגט פיו אל פיו אריינצובלאזן חיות אינעם בן השונמית, כדוגמת ויפח באפיו נשמת חיים.
דער אבן עזרא אין אחרי-מות שרייבט אויף דמו בנפשו, "הוא דבק עם הנפש, כי ידוע שהגידים היוצאים מפאת שמאל הלב מחולקים בחצי לדם ולרוח כדמות שמן זית עם האור". ולא זכיתי להבין דבריו בבירור. כ'מיין דער פשט איז אז די ארטעריעס ברענגען לופט (כידוע לחכמי קדם) און וועינס ברענגען בלוט. ביידע מישן זיך אויס אינעם הארץ, די צענטראלע פון גוף, און דארט איז די רוח יונק פון די בלוט. נשמת חיים, לשיטתו, איז א צורה, ווי ליכטיגקייט איז א צורה. פון ווי קומט ליכט? פון פייער וואס איז יונק פון שמן. אזוי אויך רוח איז יונק פון דם.
דאס איז פשט יצר לב האדם, און בכל לבבך בשני יצריך, ווייל די צורה פון לעבן ליגט אין הארץ. און די צוויי חללים אין הארץ פעלט זיך אויס ווייל ס'דא צוויי סארטן רוחות, יצר טוב ויצר רע. (באמת זענען דא מערערע רוחות, רוח חכמה וגבורה, רוח עצה ותושיה, רוח דעת ויראת ה', אבער צוויי הויפט הפיכים זענען רע וטוב.)
די גריכן, להבדיל, האבן געהאט א טעאריע איבער
pnuema. א געמיש פון בלוט, לופט, און היץ. פארשטייט מען אפשר אלישע'ס ויחם בשר הילד.
חי, איז א טאאיסט טעאריע פון ווייטן מזרח.
בכל אופן, ליגט דאס חיות אינעם בלוט. שפיכת דמים איז טייטש רציחה.
ס'דא אן ענין צו צוריקשטעלן זאכן אין פלאץ. לגבי צוריקקערן דער גוף אין פלאץ שטייט: כי עפר אתה ואל עפר תשוב. ס'איז אויך דא אן ענין פון שריפה ביי אן איש רוח וואס קערט צוריק די רוח. ס'דא א שבט אינעם ווייטן דרום-מזרח וואס רופט זיך
Fore און זיי פלעגן צו אויפעסן זייערע מתים אלס א וועג פון צוריק ברענגן די נשמות אל חיק המשפחה. די נוצרים טרינקן וויין-בלוט וד"ל. להבדיל, אין קבלה איז דא אן ענין פון תיקונים דורך עסן. גלגול נשמות אין עסנווארג, אין פיש. דורך שחיטה איז מען מעלה נפש הבהמה.
בפשטות אין פסוק איז להיפוך. די תורה איז מזהיר קעגן עסן בלוט ווייל, כי נפש כל בשר דמו בנפשו הוא ואמר לבני ישראל דם כל בשר לא תאכלו. אזוי אויך די וואך, אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו.
קוקט אויס ווי דער נפש קערט זיך אום אויף זיין ארט דוקא דורך נישט אויפעסן. דאס בעסטע איז צו שפריצן אויפן מזבח. דאן ווערט דאס א שלמים, די נפש ווערט מושלם דורך זיך אומקערן צו אלהי כל הרוחות. דערפאר איז בשר תאוה אסור, ווייל מען רויבט צו די שלימות וואס די נפש הבהמה קען ווען האבן. ס'ממש ווי שפיכת דמים, דם יחשב לאיש ההוא דם שפך. און דער עונש, סיי אויף אויף בשר תאוה (שחוטי חוץ בהלכה) און סיי אויף עסן בלוט איז מידה כנגד מידה ונכרתה נפש ההוא.
מ'קען אויך מתקן זיין א נפש דורך קוילען א בהמה אויפן פרייען פעלד וואו ס'בלאזן ווינטן, אזוי ווערט די רוח נקלט אינעם שטורעם ווינט, בבחינת נר נשמת אדם באור אין סוף. די תורה ווארנט אבער קעגן נוצן דעם שיטה פאר בהמות ראוי לקרבן, למען אשר יביאו בני ישראל את זבחיהם אשר זבחים אל פני השדה... ולא יזבחו עוד את זבחיהם לשעירים, מלשון כשעירים עלי דשא.
א מענטש קען אויך האבן א תיקון ווען זיין בלוט ווערט געשפריצט אויפן מזבח. יואב איז אנטלאפן קיין אוהל ה' ויחזק בקרנות המזבח און געסטראשעט כי פה אמות, אז שוין יא שטארבן זאל כאטש מיין בלוט דערגרייכן דעם מזבח. ס'שטייט אין משפטים: מעם מזבחי תקחנו למות, ווייל א רוצח במיזד קומט זיך נישט קיין תיקון (דאס גופא אז די נפש וואנדערט ארום איז א תיקון פאר חינוף הארץ בדמים ואכמ"ל). איז בניהו געווען אין פארלעגנהייט. האט שלמה געזאגט ס'מאכט נישט אויס, ווייל לויטן מצב און בזכות בית דוד וועט זיין בלוט נישט מאכן קיין שלמים, נאר לדוד ולזרעו ולביתו ולכסאו יהיה שלום.
וואס טיפע געדאנקען ר' הערשי שטעלט אונז דא פאר. עס קומט מיר פאר ווי ר' צדוק מלובלונ'ס תורה אין א 2013 ווערסיע.
כ'האב געזעהן אן אינטערסאנטע טייטש פון רבינו בחיי אויפ'ן פסוק שמן למאור "בשמים לשמן המנחה ולקטורת הסמים" . טייטשט ער אזוי: בשמים איז פאר די שמן המשחה, ולקטורת הסמים - פאר די קטורת זאל מען ברענגן די סמים.
היינט איז דא מענטשען וואס רויכערן בשמים, אנדערע רייכערן קטורת, און מאנכע וואס רייכערן סמים.
פרשת לך
כ'האב געזעהן א שיין ווארט וואס די ראשל"צ הרב עובדי' יוסף ז"ל האט נאכגעזאגט פון חיד"א ז"ל וועל איך עס דא מיטטיילן.
די גמרא אין ברכות דף מ' זאגט: כל ברכה שאין בה מלכות אינה ברכה. זאגט דארט תוספות אז ביי שמו"ע זאגט מען נישט קיין מלכות אבער וויבאלט מ'זאגט אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב איז דאס במקום מלכות.
דאס זאגט רש"י, ואעשך לגוי גדול זה שאומרים אלקי אברהם, ואברכך זה שאומרים אלקי יצחק, ואגדלה שמך זה שאומרים אלקי יעקב און אויף דעם פירט די פסוק אויס 'והיה ברכה', וועט עס ווערן א ברכה
Re: ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע
עס איז דא לעצטנס א נייע מאדערנע ארטאדאקסישע וועבזײַטל מיט שיינע ארטיקלען <a class="postlink" href="http://www.thelehrhaus.com">http://www.thelehrhaus.com</a>
די וואך האב איך געזען דארט א שיינער ארטיקל מיטן קעפל דעם רביןס זוהן
<a class="postlink" href="http://www.thelehrhaus.com/commentary-short-articles/patron-saint-of-rabbis-sons">http://www.thelehrhaus.com/commentary-s ... abbis-sons</a>
בתוך הדברים ברענגט ער ארויס אן אינטערעסאנטע הערה אז די תורה שרייבט כמעט גארנישט איבער יצחקס פערזענליכקייט און לעבן חוץ פון די בארות וואס ער האט געגראבן
אויף וויקיפדיה שרייבן זיי
את דמותו של יצחק מאפיינת תכונת הפסיביות. אברהם עוקד אותו על גבי המזבח וקולו לא נשמע במחזה המבעית. עבד אביו בוחר בעבורו את אשתו, בניגוד ליעקב שמתאהב ברחל ובוחר אותה. הוא חופר את הבארות אשר חפר אביו, וקורא להם בשמות שקרא להם אביו.[6] אפילו את הברכות שרצה לתת, הוא לא יכל לתת למי שרצה. וגם לבסוף הוא שולח את יעקב לחרן לא בשל רצונו אלא בשל הפצרותיה של רבקה
mevakeshעס איז דא לעצטנס א נייע מאדערנע ארטאדאקסישע וועבזײַטל מיט שיינע ארטיקלען <a class="postlink" href="http://www.thelehrhaus.com">http://www.thelehrhaus.com</a>
די וואך האב איך געזען דארט א שיינער ארטיקל מיטן קעפל דעם רביןס זוהן
<a class="postlink" href="http://www.thelehrhaus.com/commentary-short-articles/patron-saint-of-rabbis-sons">http://www.thelehrhaus.com/commentary-s ... abbis-sons</a>
בתוך הדברים ברענגט ער ארויס אן אינטערעסאנטע הערה אז די תורה שרייבט כמעט גארנישט איבער יצחקס פערזענליכקייט און לעבן חוץ פון די בארות וואס ער האט געגראבן
אויף וויקיפדיה שרייבן זיי
את דמותו של יצחק מאפיינת תכונת הפסיביות. אברהם עוקד אותו על גבי המזבח וקולו לא נשמע במחזה המבעית. עבד אביו בוחר בעבורו את אשתו, בניגוד ליעקב שמתאהב ברחל ובוחר אותה. הוא חופר את הבארות אשר חפר אביו, וקורא להם בשמות שקרא להם אביו.[6] אפילו את הברכות שרצה לתת, הוא לא יכל לתת למי שרצה. וגם לבסוף הוא שולח את יעקב לחרן לא בשל רצונו אלא בשל הפצרותיה של רבקה
די הערה ווערט שוין געברענגט און פארשידענע פלעצער אבער מער מיט אן ערענסטע שטימינג פארוואס און פארווען. די וויקיפידיע הערה איז סתם פראסט כאילו מ'רעדט דא פון קערעקטערס פון א movie און יצחק אבינו ע"ה האט באקומען א אויסגעשפילטע ראלע פון א לוזער.
Re: ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע
וואלוויmevakeshעס איז דא לעצטנס א נייע מאדערנע ארטאדאקסישע וועבזײַטל מיט שיינע ארטיקלען <a class="postlink" href="http://www.thelehrhaus.com">http://www.thelehrhaus.com</a>
די וואך האב איך געזען דארט א שיינער ארטיקל מיטן קעפל דעם רביןס זוהן
<a class="postlink" href="http://www.thelehrhaus.com/commentary-short-articles/patron-saint-of-rabbis-sons">http://www.thelehrhaus.com/commentary-s ... abbis-sons</a>
בתוך הדברים ברענגט ער ארויס אן אינטערעסאנטע הערה אז די תורה שרייבט כמעט גארנישט איבער יצחקס פערזענליכקייט און לעבן חוץ פון די בארות וואס ער האט געגראבן
אויף וויקיפדיה שרייבן זיי
את דמותו של יצחק מאפיינת תכונת הפסיביות. אברהם עוקד אותו על גבי המזבח וקולו לא נשמע במחזה המבעית. עבד אביו בוחר בעבורו את אשתו, בניגוד ליעקב שמתאהב ברחל ובוחר אותה. הוא חופר את הבארות אשר חפר אביו, וקורא להם בשמות שקרא להם אביו.[6] אפילו את הברכות שרצה לתת, הוא לא יכל לתת למי שרצה. וגם לבסוף הוא שולח את יעקב לחרן לא בשל רצונו אלא בשל הפצרותיה של רבקה
די הערה ווערט שוין געברענגט און פארשידענע פלעצער אבער מער מיט אן ערענסטע שטימינג פארוואס און פארווען. די וויקיפידיע הערה איז סתם פראסט כאילו מ'רעדט דא פון קערעקטערס פון א movie און יצחק אבינו ע"ה האט באקומען א אויסגעשפילטע ראלע פון א לוזער.
ריכטיג עס איז גראב געשריבען אבער זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודה
און מיר קוקט אויס צומאל אז מען קוקט אהן די סיפורים פון א צו ווייטע בליק און דעמאןטס איז עס נישט רעלעוואנט צו אונז פראסטע מענטשן וועגן דעם איז אמאל גוט צו לערנען די סיפורים ווי א פראסטע פאסירונג
בכל אופן די עיקר נקודה וואס איז מיר אינטערעסאנט איז לאו דוקא אז ער איז פאסיוו נאר אז עס ווערט ממש גארנישט דערציילט אויף איהם
אמת די גאנצע יצחק אבינו איז אנדערש ווי די אנדערע אבות, ס'איז עפעס מער מיסטעריעז. כגון דאס אז ער האט זיך גע'נערט' פון עשו כאילו ער האט נישט געוויסט ווער עשו איז, אדער ביי די ברכות ווייטער אפגענערט געווארען. אזוי אויך די באוויסטע פלגי עלי ופלגי עלך. ביי די אנדערע אבות מאכט די סיפור סענס אפילו ווען מ'לערנט עס אפ פשוטערהייט.
געהערט בשם רבינו י' מסאטמער זצ"ל פחד יצחק אבער ער וועט משפטינו האירה מיט זאגן פלגי עלי וכו'
ברוך שאמרגעהערט בשם רבינו י' מסאטמער זצ"ל פחד יצחק אבער ער וועט משפטינו האירה מיט זאגן פלגי עלי וכו'
קען זיין דאס איז טייטש מוציא אורה מאי"ן תמור"ה פחד יצחק משפטנו האירה, ווייל אזא מוציא אורה פון חסד שבגבורה איז מאין תמורה און מ'קען דאס נישט טרעפן אפילו ביי אברהם און יעקב אויך נישט.
די מדרש די וואך (שמו"ר פ"א לב) ברענגט אזוי :
"שבשעה שיצא משה אל אחיו וראה בסבלותם ולא היה להם מנוחה, נתקשה לו הדבר הרבה, והלך ואמר לפרעה, אדוני המלך דרך העולם אדון שיש לו עבדים הוא רוצה בקיומם ואתה רוצה לכלות את עבדיך, אמר לו האיך, אמר לו מתןך שאתה משתעבד בהם תמיד ואין להם מנוחה יכלו. אלא תן להם יום א' בשבוע שינוחו בו ויתחזקו ויוכלו לסבול השעבוד, א"ל בחר להם איזה יום שתרצה למנוחה בכל שבוע, א"ל תן להם יום השבת, מפני שכל מלאכה שיעשו בו אין בהם סימן ברכה לפי ששולט בו שבתאי, והיו נוחין בו בכל שבוע מסבלותם, וכשיצאו ממצרים ניתן להם השבת, וכיון שראה משה שהסכימה דעתו לדעת יוצרו שמח שמחה גדולה ולכך תיקנו ישמח משה במתנת חלקו, לפי שהשבת ניתן להם בלשון מתנה שנאמר (שמות טז כט) ראו כי ה' נותן לכם השבת ...."
עכ"פ שטייט דא, [אין און טור או"ח הל' שבת סי' רפא] אז פשט פון ישמח משה איז ווייל ער האט צוגעטראפען צו דעם אז שבת וועט זיין שבת קודש, ולכאורה ק"ק ווייל וועלכע אנדערע טאג האט ער געמיינט וועט זיין שבת אויב נישט דעם זיבעטן , אין דעם טאג האט דאך דער באשעפער אליינס שוין גערוהט, אין די אבות וואס האבן מקיים געווען די תורה וכו', וצ"ע ?
וַיְהִי כְהוֹצִיאָם אֹתָם הַחוּצָה וַיֹּאמֶר הִמָּלֵט עַל נַפְשֶׁךָ. זאגט רש"י [אין פריערדיגען פסוק], א' מהם היה שליח להצילו וחבירו להפוך סדום לכך נאמר ויאמר המלט ולא נאמר ויאמרו.
איי ס'שטייט דאך 'כהוציאם' לשון רבים? י"ל, וויבאלד אז דער שליח להפך איז געווען מצווה איבערצודרייען א סדום-אן-לוט איז די הוצאה א טייל פון זיין אויפגאבע, אבער צו זאגן דערנאך המלט, דאס איז שוין ריין הצלה לשמה און געהערט בלויז פאר'ן שליח להציל.
[בטעם בריסקאי.]