☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע

ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4830
בלאט: 1 2

chosen people » מוצ"ש נאוועמבער 4, 2017 11:03 pm

· #388357
וועגן דעם פארשטייט אויכט פארוואס עס שטייט נאכאמאל וַיְהִי֩ כְהוֹצִיאָ֨ם אֹתָ֜ם הַח֗וּצָה, ווען אין די פריערדיקע פסוק ענדיגט זיך שוין מיט וַיֹּצִאֻ֥הוּ וַיַּנִּחֻ֖הוּ מִח֥וּץ לָעִֽיר.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 1:06 am

· #388622
בכלל איז אינטערסאנט אז מ'לערענט פון דא ארויס אז ס'האט אויסגעפעלט דריי מלאכים ווייל אין מלאך אחת עושה שתי שליחיות. פארוואס האט האט נישט געקענט דער זעלבער מלאך וואס האט מבשר געווען שרה נאכ'ן ענדיגען די בשורה אריינגעבן א מעסעדזש אז ער האט גע'ענדיגט די יעצטיגע שליחות און באקומען די נעקסטע דזשאב פונ'ם דיספעטשער? ער דארף אריינפאנטשען פיסיקלי אין העדקווארטערס?

אפשר מיינט עס אז דער ספעסיפיק מלאך טוט נישט צוויי שליחיות בכלל? ער איז מיוחד נאר פאר די סארט ענינים וואס מ'האט עם יעצט געשיקט?

יוסף בן טוביה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:29 am

· #452064
ס'איז מיר אלעמאל שווער געווען וואסי פשט וישע ה' אל הבל ואל מנחתו, ואל קין ואל מנחתו לא שעה ווען לכאורה אין קין'ס פרוכט און ירקות ליגן מער ארבעט ווי אין שחט'ן אפאר קיען און אקסן און פארברענען. די ערשטע ברויך מען פלעגן און בעארבעטן ווען קיען און אקסן געט מען ס"ה אביסל שטרוי און קארן ביז מ'שחט זיי.

נאר אפשר, ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו זיין א וועגיטעריען און ער זונדיגט נישט איז נישט אזא געוואלדיגע הקרבה ווי א מענטש וואס עסט בקר וצאן און דאך טשענעלט ער די חומריות און פארשטארקערטער יצר, אריין אין עבודת השם אנשטאט צו זונדיגן ביתר שאת...

יוסף בן טוביה » דאנערשטאג יוני 18, 2020 11:59 am

· #452067
אין אור-אלטע גלויבונגען האבן זיי געהאלטן אז זרע קומט פונעם מח און איז דער חכמה פון דעם מענטש. און חכמה, ווי אמת'ער זי איז אלץ ווייניגער געהערט עס/איז עס דער מענטש וואס איז דאך א דבר האבוד. וואס דען איז עס? עס איז געטליכקייט, הקדש. ע"פ זה קען מען אפשר מבאר זיין אז חוה האט צוגערעדט און מגלה געווען אדם'ן אז מ'קען און ווי אזוי הנאה צו האבן פון זיין חכמה... א מעילה בהקדש אזוי צו זאגן. אוודאי, ווער דען זאל אים צורעדן דערצו אויב נישט די פרוי? (דאס רעדט מען פון ביידע, סיי חוה און סיי דער חלק הנשי שבו) און דאס האט געפירט ער זאלן ווערן זעלבסט-באוואוסטזיניג וואס אויטאמאטיש ברענגט צו בושה וכו' וכו'. און טאקע דעמאלט זעט מען די ערשטע מאל, אדם הערט גאט דירעקט רעדן צו אים. ווי א מחשבה אין מח. וד"ל. (ביז דעמאלטס איז נאר געווען 'ויצו על האדם')

און וואס האט גאט געזאגט? אזוי? דו האסט אויסגעפונען דעם סוד? יעצט, קענט איר גיין עוסק זיין בפריה ורביה ליישב העולם...

ואולי זה סוד חטא עץ הדעת.
בלאט: 1 2