☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מטבעות עתיקות במשנת חז"ל

מטבעות עתיקות במשנת חז"ל

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4822
בלאט: 1 2

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 2:11 am

· #151914
מטבעות עתיקות במשנת חז"ל
היינט האט זיך ביי מיר צושפילט חיבת העם והארץ, קמתי ועשיתי מעשה - איך האב זיך איינגעהאנדלט צוויי מטבעות מזמן הבית, איינע איז א פרוטה פון יוחנן הורקנוס הראשון וואס דאס איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אידן האבן געגאסן אן אייגענע קארענסי, און דאס אנדערע איז א פרוטה פון זיין זוהן אלכסנדר ינאי.

מאכנ'דיג אביסל ריסוירטש בין איך געוואר געווארן אפאר אינטערעסאנטע נקודות, דער יוחנן איז א פשוט'ער אייניקל פון מתתיהו כהן גדול - יוחנן בן שמעון חשמונאי בן מתתיהו, און ער איז - לא פחות ולא יותר - דער יוחנן כהן גדול הידוע וואס איז געווארן א צדוקי, ער איז געווען סיי מלך און סיי כהן גדול - ווי עס איז אויסגעקריצט אויפן מטבע 'יהוחנן הכהן הגדול וחבר היהודים', ווייטער זיין זוהן ינאי איז טאקע דער ינאי המלך המפורסם.

דא איז דא אביסל מסודר'דיגע אינפארמאציע איבער די מטבעות החשמונאים.

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:46 am

· #151944
לגבי די ערשטע בינעך נישט זיכער אבער פאר די צווייטע האסטו שטארק איבערגעצאלט ,'ווידאוס מייטס' האט מען געפונען אין די צענדליגע טויזענטער און קענסט זיי טרעפן אויף איבעי פאר א צענער [כאטשיק דיינע איז שענער ווי עוורידש].

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 9:20 am

· #151950
2 הערות נאר. לגבי די ערשטע מטבע כאפ איך נישט פונקט וואס דו מיינסט צוזאגן, בחז"ל מבואר מטבע של דוד און אפשר אפילו פריער. אולי איז יענץ נאר א משל אילו וואלט ווען דוד געגאסן א מטבע, אדער מיינסטו אז דאס איז די פריהסטע מטבע בנמצא. און דער אמת צ"ע מצד הסברא פארוואס עפעס זאל ארץ ישראל זיין אונטערשטעליג בימי שלמה למשל פון אנדערע קלענערע שוואכערע מדינות? פארוואס האבן זיי טאקע נישט געגאסן קיין אייגענע?

לגבי יוחנן כהן גדול, ווייסטו דאך אוודאי אז דאס איז במחלוקת שנויה א ריזיגע סומאטאכע איבער דעם ווען און ווער פונקטליך איז דאס געווען דער יוחנן און ינאי.

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:37 pm

· #151988
די פריעסטע מטבעות וואס מ'האט געטראפן אין די גאנצע וועלט איז אינגאנצן פון 600 bc סוף בית ראשון, איבער דריי הונדערט יאר נאך דוד ושלמה. די איידיע פון נוצן א רינדעכיגע מעטאלנע מטבע פאר א וואולטע איז לפיהם ערשט דעמאלס ערפינדען געווארן. און אין א"י האט מען די ערשטע פאר הונדערט יאר גענוצט גריכישע און רוימישע מטבעות, ביז מלכות חשמונאי האט געמאכט שבת פאר זיך.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 3:11 pm

· #151998
איך אויך
לגבי די ערשטע בינעך נישט זיכער אבער פאר די צווייטע האסטו שטארק איבערגעצאלט ,'ווידאוס מייטס' האט מען געפונען אין די צענדליגע טויזענטער און קענסט זיי טרעפן אויף איבעי פאר א צענער [כאטשיק דיינע איז שענער ווי עוורידש].

די צווייטע מטבע האב איך נישט צוגעצייכענט ממש דאס וואס איך האב געקויפט, יענע איז שוין - ווי פארשטענדליך - נישט אוועילעבאל.

דעת תורה
לגבי יוחנן כהן גדול, ווייסטו דאך אוודאי אז דאס איז במחלוקת שנויה א ריזיגע סומאטאכע איבער דעם ווען און ווער פונקטליך איז דאס געווען דער יוחנן און ינאי.

איך ווייס טאקע נישט [און ביז נעכטן האב איך דאך גארנישט געוואוסט...], איך האב נאר געזעהן אויף עטליכע פלעצער ווי זיי נעמען אזוי אהן בפשטות.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:35 pm

· #152013
דער רמב”ן שרייבט טאקע אז זיי זענען געווען חסידי עליון, און זייער איינציגע חטא איז געווען וואס זיי האבן אוועקגענומען די מלוכה פון יהודה.

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:40 pm

· #152015
א שיינער וועג צו סעלעברעיטן חיבת הארץ. אויב ווילסטו זיין אן אמת'ער ציוני, האנדל זיך איין א בר כוכבא מטבע.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:44 pm

· #152017
יאיר
א שיינער וועג צו סעלעברעיטן חיבת הארץ. אויב ווילסטו זיין אן אמת'ער ציוני, האנדל זיך איין א בר כוכבא מטבע.

און וואס איז שלעכט מיט א אושפיזין מיט א גרויסן מגן דוד אינמיטן און א תפילה לשלום מדינת ישראל... ראשית צמיחת גאולתינו? 😂

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:56 pm

· #152021
יאיר
א שיינער וועג צו סעלעברעיטן חיבת הארץ. אויב ווילסטו זיין אן אמת'ער ציוני, האנדל זיך איין א בר כוכבא מטבע.

בר כוככבא'ס זענען גאנץ טייער, זעהט אויס אז מיינע דאלארן זענען נישט אזעלכע ציונים...

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:30 am

· #152059
געפילטע פיש
די פריעסטע מטבעות וואס מ'האט געטראפן אין די גאנצע וועלט איז אינגאנצן פון 600 bc סוף בית ראשון, איבער דריי הונדערט יאר נאך דוד ושלמה. די איידיע פון נוצן א רינדעכיגע מעטאלנע מטבע פאר א וואולטע איז לפיהם ערשט דעמאלס ערפינדען געווארן. און אין א"י האט מען די ערשטע פאר הונדערט יאר גענוצט גריכישע און רוימישע מטבעות, ביז מלכות חשמונאי האט געמאכט שבת פאר זיך.


לא ראינו אינו ראיה, און ס'איז ניטאמאל גענוג אויף צו מאכן קאפדרייענישן פאר א מאמין. אין די גמרא טרעפט מען בפשיטות אז אויסלייזן מעשר שני וכדומה מוז זיין דוקא מטבע שיש עליו צורי, און דאס איז א דאורייתא'דיגער דין וואס מען לערנט ארויס פון א פסוק. סאו דאס איז פשוט - פאר א מאמין אין תורה שבע"פ - אז בזמן נתינת התורה איז שוין געווען מטבע שיש עליו צורה. די אגדתא פון דוד המלך'ס מטבע קען מען אפשר דרייען אהער און אהין, אבער לגבי עצם מציאת כסף עם צורה איז קלאר אז ס'איז שוין געווען פריער.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:58 am

· #152090
דעת תורה
געפילטע פיש
די פריעסטע מטבעות וואס מ'האט געטראפן אין די גאנצע וועלט איז אינגאנצן פון 600 bc סוף בית ראשון, איבער דריי הונדערט יאר נאך דוד ושלמה. די איידיע פון נוצן א רינדעכיגע מעטאלנע מטבע פאר א וואולטע איז לפיהם ערשט דעמאלס ערפינדען געווארן. און אין א"י האט מען די ערשטע פאר הונדערט יאר גענוצט גריכישע און רוימישע מטבעות, ביז מלכות חשמונאי האט געמאכט שבת פאר זיך.


לא ראינו אינו ראיה, און ס'איז ניטאמאל גענוג אויף צו מאכן קאפדרייענישן פאר א מאמין. אין די גמרא טרעפט מען בפשיטות אז אויסלייזן מעשר שני וכדומה מוז זיין דוקא מטבע שיש עליו צורי, און דאס איז א דאורייתא'דיגער דין וואס מען לערנט ארויס פון א פסוק. סאו דאס איז פשוט - פאר א מאמין אין תורה שבע"פ - אז בזמן נתינת התורה איז שוין געווען מטבע שיש עליו צורה.


בכלל נישט פשוט. כמבואר ברמב"ם הלכות ממרים ובמקומות רבים, איז נישט יעדער הלכה דאורייתא מוכרח אז עס איז געווען מזמן משה רבינו. נאר יעדער בית דין בכל דור האט א רעכט ארויסצולערנען הלכות פון פסוקים כפי המדות שהתורה נדרשת בהם, און דאס איז א הלכה דאורייתא. ממילא איז גאנץ מעגליך אז דער דין פון מטבע שיש בו צורה איז טאקע לכאורה דאורייתא, אבער עס איז נישט אלעמאל געווען דער דין אזוי, און בזמן משה רבינו איז נשט געווען אזא מציאות ממילא איז נישט געווען דער דין.

בכלל, אז מקוקט אריין אין די תורה שבכתב זעהט מען אין ערגעץ נישט קיין מושג פון א מטבע. די אלע שקלים און כסף וואס ווערט דערמאנט איז גערעכנט מיט א וואג פון זילבער, וישקול אברהם לעפרון וכדו', דאס הייסט מען האט געוואויגען זילבער אדער גאלד וכדו' און אזוי האט מען געצאלט. די גאנצע מושג פון מטבעות איז געווען א המצאה שפעטער אז דער מלך איז מאשר אז עס איז דא דא אזויפיל און אזויפיל וואג גאלד.

מרא דארעא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:04 am

· #152094
.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:05 am

· #152095
אפילו לויט דעם רמב"ם (וואס איז לפי מיעוט ידיעתי א יחיד בדבר זה) איז אויך נישט שייך דאס צו זאגן, ווייל ווי קען די תורה רעדן פון אזא מציאות וואס איז נאך נישט געווען השעת נתינתה? לדבריך קען א היינטיגער רב בפשיטות אריין לערנען לעקטעריק אין א חילול שבת דאורייתא (נאך בעסער, אומגעפילטערטער - כלחמר נישט "משומר" - אינטערנעט איז א איסור תורה). און עס איז אינו מובן כלל דער התנגדות פונעם רמב"ם אנצונעמען דעם בה"ג אז חנוכה לעכט און מגילה ליינען איז א דאורייתא.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:07 am

· #152096
שלום עליכם הרב מרא דארעא, דוכט זיך אז עס איז נישט קיין ספק דערין אז וצרת מיינט איינבינדן. די חכמים האבן אבער גע'דרש'נט אז עס מיינט מיט א צורה, ודברי המעתיקים אמת.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:15 am

· #152099
אמת, א הינטיגע רב קען טאקע אזוי אריינלערנען אין די תורה און עס וועט זיין דאורייתא לויט דער רמב"ם. די סיבה פארוואס מען טוהט עס נישט איז ווייל קיינער איז נישט מחוייב עם צו פאלגען, נאר דער בית דין הגדול אדער דער חתימת התלמוד שקבלו על עצמם מאיזה טעם שיהיה. און בכלל איז נישט נהוג כבר מזמן אחרוני התנאים צו דרש'נען אייגענע דרשות כמעט, וזה ענין נפרד.

דער רמבם'ס פראבלעם מיט חנוכה לעכט איז אז די תורה קען נישט הייסען א יום טוב אויף א נס וואס איז נאכנישט געווען. דא איז דאס נישט א נס וואס איז נאכנישט געווען נאר א פרט אין די הלכה וואס איז מחייב צו נוצען א געוויסע אופן אין די מצאות שלא היה אז. און דאס איז נישט די ערשטע דוגמא פון א דאורייתא וואס איז נישט געווען בימי מתן תורה. נאך הונדרעטער הלכות זענען אזוי. כתב אשורית איז לכמה דעות נישט געווען בזמן מתן תורה און עס איז היינט מעכב אין כתיבת ספר תורה. ועוד ועוד. עס איז נישט קיין פראבלעם אז על פי הלכה זאל מען דארפן זיין מחוייב אין א געוויסער אופן וואס איז אמאל נישט געווען בזמן התורה.

עס איז נישט קיין נפק"מ דא צו דער רמב"ם איז א יחיד אדער נישט, און איך מיין נישט עס אזי אזא יחידאה ווי איר מאכט עס. ער איז דער וואס האט די קלארסטע אויסגעשמועסט בכלל די עניינים. וקשה למצוא מי שיחלוק עליו בדרגה זו בכלל. מיר רעדן נישט דא אין הכרעת ההלכה נאר אין א מציאות. און די מציאות וויזט אז הונדרעטער און טויזטענר הלכות דאורייתא זענען נישט געווען שייך בזמן מתן תורה און עס ווערט נישט וועגן דעם אויס דאורייתא. על כל פנים קען מען נישט ברענגען א ראיה פון אזא הלכה אז עס איז געווען אזא מציאות בזמן התורה. העכסטנס וועסטו האבען א צ"ע אדער א דוחק. אבער די מציאות דארף מען מברר זיין בפנ"ע או די הלכה בפנ"ע. בפרט אז די תורה אליינס איז מוכיח אז עס נישט געווען בימיה א מושג פון א מטבע.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:31 am

· #152101
וואס הייסט עס איז מעכב אין כתיבת ספר תורה? לגבי וואס? דער גאנצער ענין ספר תורה איז דאך נישט קיין דאורייתא. (גראדע טראכט איך יעצט לגבי דעם מצוה פון ועתה כתבו לכם אז יעדער יחיד ברויך זיך לאזן שרייבן א ספר תורה. אבער ווער זאגט טאקע אז מדאורייתא האט ער נישט יוצא געווען? און אפילו וועסט עס מוכיח זיין עדיין ניתן לומר כדלהלן משום שלא קיים המצוה כתיקון חכמים).

איך בין אויסטערליש נייגעריג צו הערן נאך דוגמאות פון א מצות עשה דאורייתא וואס איז נישט שייך געווען בזמן מתן תורה.

בר מן דין, איז דא נאך א ענין וואס די ראשונים ארבעטן ארום אז אויב איינער האט נישט מקיים געווען א דאורייתא כתיקון חכמים האט ער בכלל נישט מקיים געווען דעם דאורייתא, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך ווייל קיינער האלט נישט למשל אז שולחנו בתוך הבית איז פוסל א סוכה מדאורייתא, נאר וויבאלד ער האט נישט געטון כתיקון חכמים איז דא דערין א זייטיגער דין, א קאנסעקווענץ אזא, אז ער האט דעם דאורייתא אויך נישט מקיים געווען.

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:35 am

· #152102
מדרש רבה:
ארבעה הם שיצא להם מוניטון בעולם, אברהם ואעשך לגוי גדול, יצא לו מוניטון, ומהו מוניטון שלו, זקן וזקנה מיכן, בחור ובתולה מיכן, יהושע (יהושע ו') ויהי ה' את יהושע ויהי שמעו בכל הארץ, יצא לו מוניטין בעולם, מהו, שור מיכן וראם מיכן, על שם (דברים ל"ג) בכור שורו הדר לו וקרני ראם קרניו. ודוד, (דברי הימים א' י"ד) ויצא שם דוד בכל הארצות, יצא לו מוניטון, ומה היה מוניטון שלו, מקל ותרמיל מיכן, ומגדל מכאן, על שם (שיר ד') כמגדל דוד צוארך. ומרדכי, (אסתר ט') כי גדול מרדכי בבית המלך ושמעו הולך בכל המדינות, יצא לו מוניטון, ומה מוניטון שלו, שק ואפר מיכן, ועטרת זהב מיכן. (בראשית לט טז)
מוניטון זה מטבע

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:38 am

· #152123
דעת תורה
געפילטע פיש
די פריעסטע מטבעות וואס מ'האט געטראפן אין די גאנצע וועלט איז אינגאנצן פון 600 bc סוף בית ראשון, איבער דריי הונדערט יאר נאך דוד ושלמה. די איידיע פון נוצן א רינדעכיגע מעטאלנע מטבע פאר א וואולטע איז לפיהם ערשט דעמאלס ערפינדען געווארן. און אין א"י האט מען די ערשטע פאר הונדערט יאר גענוצט גריכישע און רוימישע מטבעות, ביז מלכות חשמונאי האט געמאכט שבת פאר זיך.


לא ראינו אינו ראיה, און ס'איז ניטאמאל גענוג אויף צו מאכן קאפדרייענישן פאר א מאמין. אין די גמרא טרעפט מען בפשיטות אז אויסלייזן מעשר שני וכדומה מוז זיין דוקא מטבע שיש עליו צורי, און דאס איז א דאורייתא'דיגער דין וואס מען לערנט ארויס פון א פסוק. סאו דאס איז פשוט - פאר א מאמין אין תורה שבע"פ - אז בזמן נתינת התורה איז שוין געווען מטבע שיש עליו צורה. די אגדתא פון דוד המלך'ס מטבע קען מען אפשר דרייען אהער און אהין, אבער לגבי עצם מציאת כסף עם צורה איז קלאר אז ס'איז שוין געווען פריער.

ווער רעדט בכלל פון ראיות דא? האסט געפרעגט פארוואס זאלן די אידן זיין אונטערשטעליג פון די ארומיגע מדינות אז זיי האבן נישט געהאט קיין מטבעות האב איך דיר געזאגט אז די ארומיגע מדינות האט מען אויך נישט געטראפן קיין מטבעות, בשעת אנדערע חפצים פון פריערדיגע תקופות האט מען יא געטראפן. און "לפיהם" האב איך געמיינט די ארכעאלגן און היסטארישע פארשער, זאגן אז ארום יענע תקופה האט זיך אנגעהויבן די מושג פון מטבעות.

אבער זעענדיג אז דאס האט פאראורזאכט א גאנצע שמועס דערוועגן אפשר האט זיך שוין געלוינט די שפעזן.

הערשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:18 pm

· #152264
ויחן את פני העיר אמר רב מטבע תיקן להם (שבת).

דעת תורה

איך בין אויסטערליש נייגעריג צו הערן נאך דוגמאות פון א מצות עשה דאורייתא וואס איז נישט שייך געווען בזמן מתן תורה.

הלכות בית הבחירה.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:30 pm

· #152276
עס איז נישט געווען קיין כסף וזהב בזמן מתן תורה? די שיעורי ומידות הבית זענען טאקע בנבואה, הכל בכתב מיד ה' עלי השכיל, אבער קיין דאורייתא איז עס טאקע נישט. סאו ביטע קלאר אויס וועלכער מציאות פון א מצוות עשה דאורייתא איז נישט שייך געווען בזמן מתן תורה.

הערשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:44 pm

· #152291
עליה לרגל, איסור הבמות, תרומות ומעשרות, ואטו כי רוכלא.
ס'איז געמאלט א דאורייתא פון וצרת אויף ווען ס'וועט זיין מטבעות.
לגבי ס"ת וואס דו פרעגסט למאי נפ"ק לדאורייתא, א מלך איז מחוייב בכתיבת ס"ת. אפשר ס"ת איז פסול ווייל ס'נישט געשריבן אשורית און מ'איז יוצא? חז"ל פרעגן אויף ויעל משה אפשר ס"ת חסירה אות אחת און ס'שטייט לקוח את ספר התורה הזה.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:06 pm

· #152306
הערשי
עליה לרגל, איסור הבמות, תרומות ומעשרות, ואטו כי רוכלא.

די אלע זענען דאך בבחינת יא-יא נישט-נישט, בסך הכל איז בזמן מ"ת נאכנישט געווען שייך די מציאות עס מקיים צו זיין, משא"כ וצרת איז דאך א תנאי ועיכוב אין פדיון מע"ש - מען קען נישט פודה זיין נאר בכסף שיש עליו צורה.

דארף מען מברר זיין די סיבת הדין, אפשר איז עס מצד חשיבות, ולא שייך נאר ווען עס איז דא כסף מיט א צורה.

ואולי מיינסטו צו זאגן אז מען האט טאקע נישט געקענט פודה זיין, און דאס וואס די תורה רעדט דערפון איז ע"ש העתיד.

הערשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:07 pm

· #152307
אז מ'רעד שוין, איז כדאי צו דערמאנען, ביום אסרו חג, די היסטאריע פונעם אתרוג. דער אתרוג קומט ארגינעל פון דרום-מזרח אזיע. ווען מ'האט דאס געברענגט קיין מיטל מזרח זענען דא דערין חילוקי דעות. יש סוברים מימי אלכסנדור מוקדון, ויש אומרים פריער. ווידער זענען דא שיטות אז די אלטימליכע עגיפטער האבן דאס שוין געהאט.
לפי זה קען זיין די בני ישראל האבן דאס מיטגעברענגט פון מצרים קיין כנען, צוזאמען מיט די עצי שטים, אדער אז אנדערע האבן דאס פריער געברענגט. לויט די אנדערע שיטות האבן די אידן הערשט זיך באקענט מיטן אתרוג בימי בית שני. ווי האט מען יוצא געווען ולקחתם לכם? קען זיין מ'האט טאקע נישט, ודיבר הכתוב לעתיד. ואל תתמה, ווייל קיין פסח האט מען אויך נישט געמאכט ביז זמן יאשיהו, כעדות הכתוב במלכים, און מ'האט נישט געפראוועט סוכות מימות יהשוע בן נון כעדות הכתוב בנחמיה.
ס'קען אויך זיין, לפי שיטת לעיקוואוד, ביז ווילאנג חז"ל האבן נישט באשטימט פרי עץ הדר פאר אן אתרוג מדאורייתא האט מען גענומען אנדערע פירות, וסמך לדבר, אתרוג ווערט נישט קיינמאל דערמאנט אין תנ"ך, כאטש פילע אנדערע פירות ווערן יא.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:16 pm

· #152311
הערשי,
א. דו ווייסט געוויס אז דער רמב"ם לייקנט אפ אזא סארט מהלך אויפ'ן אתרוג. ב. אפילו פסח און סוכות וואס שטייט אין נ"ך אז מ'האט דאס נישט מקיים געווען ביז יאשיהו, שטייט אבער איך אז בימות יהושע האט מען עס יא מקיים געווען, און אויב מ'האט דאס אנטדעקט שפעטער האט מען דאך נישט געקענט נעמען דעם אתרוג בימי יהושע. מוז מען זאגן אז ס'איז פארשווינדן געווארן.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:17 pm

· #152313
משה רבינו האט דאך געלאזט ברענגן אתרוגים פון יאנעווע.

חקרן » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:20 pm

· #152314
דאס גופא אז די שומרונים האבן אלעמאל גענוצט אתרוגים פאר סוכות, איז א הוכחה גמורה אז עס איז נישט קיין חידוש מזמן בית-שני. ואל תאמרו אז די שומרונים זענען נשפע געווארן מזרע ישראל, ווייל אזעלכע שונאים וואס זיי האבן געהאט צום עם ישראל איז אומבאשרייבליך, און זיי האבן דאך געהאלטן אז עזרא הסופר האט מזייף געווען די תורה וכו'. דעריבער איז די לעצטע זאך צו האלטן אז זיי האבן דאס גענומען פון די אידן.

אויב איז עס אריינגעקומען ביי כלל-ישראל שפעטער, איז עס געשען נאך פארן ערשטן חרבן בית-המקדש.

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:07 pm

· #152531
יעצט באמערקט דעם אשכול. ונבנתה איך שטים צו איר האט איבערגעצאלט אויפן יוחנן-הורקנס מטבע איך פארשטיי איר האט נישט באקומען דאס אויפן בילד. עס זעט אויס ווי א מתתיהו אנטיגנוס מטבע. א נידריג גראד מטבע פון חשמונאים אדער בית הורדוס דארף נישט קאסטן מער ווי 25-30 דאלאר. פאר קלארע מיט ליינבארע אויפשריפטן וועט איר צאלן 100-200 זיכער און ווי שענער אלס מער, טראכט פון א אתרוג. מטבעות וואס איז ווייניקער שכיח קאסט אסאך מער ווי ווייניקער אויפן מארקעט אלס מער איז די פרייז. שקלים פון ערשטן מרידה און בר כוכבא זענען געווארן ממש נישט עפארדעבל זיי לויפן אין די 10,000 רענזש. בראנזענע פון ביידע מרידות זענען יא צוגענגליך.

צו קויפן די מטבעות, וואס אגב איז זייער א גוטער הרגשה צו האבן אין שטוב און ווייזן די קינדער, קויפט נישט פון אבי ווער איר קענט גרינג אריינפאלן אויב ווייסט איר נישט קיין סך. איך וואלט רעקאמאדירט דעיוויד הענדין דער מחבר פון גייד טו ביבליקעל קוינס און איז דער גרעסטער עקספערט אין דער וועלט אינעם פעלד פון ביבליקעל מטבעות. אדער זאב גאלדשטיין פון זוזים, א היימישער איד א תלמיד חכם פון פלעטבוש און א גרויסער מומחה אינעם פעלד. אן עקספערט קענט איר געטרויען אז איר באקומט וואס איר זעט און איר קענט זיין פארזיכערט אין די קראנטקייט פון די אינפארמאציע איר באקומט.

אינעם תחום פון ביבליקעל מטבעות זענען אויך די Judea Capta סעריע מטבעות וואס די רוימער האבן געלאזט גיסן לכבוד'ן חורבן ירושלים. אויך דער סלע צורי- Tyre Shekel וואס איז דער שקל אידן האבן גענוצט פארן יערליכן מחצית השקל פארן בית המקדש, איז אויך א זייער געזוכטער שקל אבער איז נאך גאנץ אפארדעבל.

אויך איינער וויל מער אינפארמאציע קען איך פרובירן ענטפערן.

הערשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:25 pm

· #152549
פאר די וואס זאגן אפוועגן זילבער איז משמעות די זילבער שטיקער האבן נישט געהאט קיין face value, דהיינו נישט געווען קיין מטבע, וואס איז פשט "וישקול אברהם לעפרון... ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר"? בשלמא די זילבער שטיקער זענען געווען מטבעות איז ניחא אז די סוחרים געטרויען די אנגעגעבענע ווערד, אבער אז מ'דארף מילא וועגן, וואס מיינט עובר לסוחר?

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:35 pm

· #152568
פרעגסט גוט ר' הערשי. בפשטות קען מען זאגן פשט אז דער זילבער איז געווען א הויך קוואליטעט מיט ווייניק אנדערע מאטריאלן אריינגעמישט. עס קען גוט ווערן פארשטאנען מיטן פאקט איז למשל אין ביהמ"ק האט מען נאר מקבל געווען שקל צורי ווייל זיי זענען געווען די ריינסטע אויפן מארקעט. מען זעט זיי היינט זיי זענען 96% זילבער בעת רוימישע און גריכישע דינרים און סלעים איז די זילבער פיל נידריקער. אלזא אברהם האט געגעבן ריין זילבער עובר לסוחר. מסתבר אז גוטע סוחרים מיטן אפוועגן די זילבער אין פראפארץ צום פאקטישן גרויס האבן געוואוסט דאס פאקטישן פראצענט ריין זילבער. דאס שטימט טאקע וישקול אברהם האט ער געוויזן עפרון דעם עובר לסוחר.

הערשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:47 pm

· #152575
ענדליך צו די מעשה פון ארכימעדיס מיט די גאלדענע קרוין.
אבער ס'איז נישט מסתבר מ'האט געוואויגן זילבער אין מארק אין א וואנע. צו פעסטשטעלן ריין זילבער דארף מען האבן גאר א פונקטליכע וואג. די חילוקים זענען דקות'דיגע. נאר מ'קען זאגן פשוט'ער אז מ'האט דערקענט פון וועלכע כור די זילבער קומט און צו מען געטרויעט דער צורף אז זיין זילבער איז מזוכך שבעתיים. טאקע נישט געווען קיינע מטבעות, אבער עפעס סמנים איז אפשר יא געווען.

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:52 pm

· #152579
נאר צו דערמאנען פאר די וואס האבן א זכות כניסה, אז עס איז דא אן אשכול אין מאחורי איבער אלטע מטבעות וואס האבן מאחורי'דיגע קריצונגען דערויף.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2848">viewtopic.php?f=22&t=2848</a><!-- l -->

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 4:09 pm

· #152586
הערשי
ענדליך צו די מעשה פון ארכימעדיס מיט די גאלדענע קרוין.
אבער ס'איז נישט מסתבר מ'האט געוואויגן זילבער אין מארק אין א וואנע. צו פעסטשטעלן ריין זילבער דארף מען האבן גאר א פונקטליכע וואג. די חילוקים זענען דקות'דיגע. נאר מ'קען זאגן פשוט'ער אז מ'האט דערקענט פון וועלכע כור די זילבער קומט און צו מען געטרויעט דער צורף אז זיין זילבער איז מזוכך שבעתיים. טאקע נישט געווען קיינע מטבעות, אבער עפעס סמנים איז אפשר יא געווען.


זייער מסתבר הערשי. אין פאקט אלטע זילבער שטיקער גערופן Hack Silver Ingots, וואס האט געדינט אלס א בעסערע סיסטעם ווי בארטער וואס פלעגט טוישן א פרה בחמור און א פיש פאר א האק, האט אויפשריפטן ווי מנה נצב וכדומה צו אנדייטן די וואג. קען זיין מען האט דערקענט די שריפט אדער דער צורף האט געלייגט א חתימה. אין פאקט דער עצם געדאנק פון מטבעות איז אזוי נולד געווארן ווען דער קעניג אליין האט געלייגט זיין חתימה אויפן שטיקל זילבער און גאלד און דאס האט אריינגעברענגט די מושג פון Fiduciary currency ד"ה דאס שטיקל האט באקומען א שוויית בלויז פאר זיין אויסזען אין וואס עס פרעזענטירט און נישט דירעקט אויפן קאנטענט און ווערט פון די מעטאל דערפון.

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:14 pm

· #152628
בן תמליון
יעצט באמערקט דעם אשכול. ונבנתה איך שטים צו איר האט איבערגעצאלט אויפן יוחנן-הורקנס מטבע איך פארשטיי איר האט נישט באקומען דאס אויפן בילד. עס זעט אויס ווי א מתתיהו אנטיגנוס מטבע. א נידריג גראד מטבע פון חשמונאים אדער בית הורדוס דארף נישט קאסטן מער ווי 25-30 דאלאר. פאר קלארע מיט ליינבארע אויפשריפטן וועט איר צאלן 100-200 זיכער און ווי שענער אלס מער, טראכט פון א אתרוג. מטבעות וואס איז ווייניקער שכיח קאסט אסאך מער ווי ווייניקער אויפן מארקעט אלס מער איז די פרייז. שקלים פון ערשטן מרידה און בר כוכבא זענען געווארן ממש נישט עפארדעבל זיי לויפן אין די 10,000 רענזש. בראנזענע פון ביידע מרידות זענען יא צוגענגליך.

צו קויפן די מטבעות, וואס אגב איז זייער א גוטער הרגשה צו האבן אין שטוב און ווייזן די קינדער, קויפט נישט פון אבי ווער איר קענט גרינג אריינפאלן אויב ווייסט איר נישט קיין סך. איך וואלט רעקאמאדירט דעיוויד הענדין דער מחבר פון גייד טו ביבליקעל קוינס און איז דער גרעסטער עקספערט אין דער וועלט אינעם פעלד פון ביבליקעל מטבעות. אדער זאב גאלדשטיין פון זוזים, א היימישער איד א תלמיד חכם פון פלעטבוש און א גרויסער מומחה אינעם פעלד. אן עקספערט קענט איר געטרויען אז איר באקומט וואס איר זעט און איר קענט זיין פארזיכערט אין די קראנטקייט פון די אינפארמאציע איר באקומט.

איך בין אביסל צומישט, דאכציך אז 'איך אויך' האט געוואלט זאגן אז אויפן אלכסנדר-ינאי מטבע האב איך איבערגעצאהלט.

למעשה איז אזוי, ווי אויבן צוגעלינקט האב איך די ערשטע [יוחנן הורקנוס, וואס לפ"ד איז דאס די ערשטע אידישע מטבע] געקויפט אויף איבעי פאר 70 דאלער, די צווייטע [אלכסנדר ינאי] האב איך טאקע געקויפט ביי זוזים פאר 35, און איך קען זאגן בפה מלא אז ער שטעלט צו זייער גוטע סערוויס.

דאס זענען די מטבעות וואס איך האב למעשה באקומען, לעיני הפשוטים זעהן זיי אויס צו זיין פון גאנץ א פיינע קוואליטעט.
📎 ינאי.jpg 📎 יוחנן.jpg

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:29 pm

· #152662
יא גאנץ שיין. מסתמא ווערד 30-40 זיכער חאטש איר קענט עס באקומען ביליגער. איר קענט מיר זאגן ווער דער איבעי סעללער איז? דעיווד הענדין-אמפהארע קאוינס פארקויפט וועכנטליך אויף איבעי ווי מען קען צומאל גאר גוט אריינכאפן.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:31 pm

· #152664
אזא שיינער שמועס פיל מיט היסטארישע ידיעות האט זיך אנטוויקלט אין זכות פון ונבנתה'ס חיבת הארץ. מ'זעט בחוש דעם כוח פון ארצינו הקדושה.

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:03 pm

· #152675
דאס איז די איבעי לינק.
<a class="postlink" href="http://www.ebay.com/itm/271215932398?redirect=mobile">http://www.ebay.com/itm/271215932398?redirect=mobile</a>

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:16 pm

· #152678
עפעס שטימט נישט דא ,דיין לינק אויבן פירט צו די זוזים וועבזייטל בלאט פאר א 'ווידאוס מייט' און אויף דעם האב איך געשריבן אז מען קען זיי קויפן אויף איבעי פאר ביליג (דא פאר איין טאלער) ,אבער דיין בילד איז פון גאנץ א אנדערע סארט מטבע וואס איך קען נישט אינדענטיציפירן.

כלל זה נקוט בידך ,די אלע סארט קאללעקטיבעלס (זאל עס זיין מטבעות צו סטעמפס ,אינגאטס ,טעלערס וכדו') וואס קומען איינגעפאקט מיט אזא וועלוועט פושקע מיט א אינפארמאציע קארטל זענען געמאכט פאר אומוויסענדע סאקערס און געווענליך איז די פושקע מער ווערט ווי דאס וואס איז אינווייניג.

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:27 pm

· #152692
עס איז די זעלבע זאך. ווידאוס מייט זענען געמינטעד געווארן דורך ינאי און האבן זיין אויפשריפט, חאטש רוב זענען קליין אסאך מאל האלבע פרוטות מיט שווער צו ליינען שריפט. דער טערמין ווידאוס מייט, וואס מיינט א ן אלמנה'ס פרוטה קומט פונעם ברית החדשה וואס פארציילט איבער אן אלמנה וואס האט אוועק געגעבן איר פרוטה און יאשקע זאגט עס איז מער חשוב ווי דעם עושר'ס פעטע קאלב. די קריסטן מאכן א מצב פונעם ווידאוס מייט. ינאי האט געמינטעד א געוואלד מיט מטבעות. זוזים לייגט א סעמפל ער שיקט נישט ממש וואס איז אויפן בילד ביי די ביליגע מטבעות וואס עס איז דא אזוי סאך, אבער מען קען זיך פארלאזן אויף איהם.

ונבנתה דער איבעיער זעט נישט אויס ווי איינער וואס ווייסט. סתם א כלבו'ניק. איך וואלט נאר געקויפט ביי איינעם וואס איז א באוואוסט אלץ קראנט. למעשה האט איר געהאט מזל איר האט א מטבע חשמונאים זיכער.

ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:24 pm

· #152758
@איך אויך, די מעשה מיט זוזים איז אזוי, איך האב באשטעלט א פרוטה פון ינאי און אזוי ווי כ'האב זיך פארגעשטעלט אז ער וועט עס באלד אראפנעמען פון זיין סייט האב איך געלינקט צו אן אנדערע מטבע מיט די זעלבע דעסקריפציע, למעשה האט ער מיר געשריבן אז יענע מטבע איז שוין פארקויפט געווארן ובשכר זה קען איך אויסקלויבן סיי וועלכע מטבע ביז 45 דאלער, האב איך גענומען די מטבע נומער צוויי אויפן אויבערשטן בילד וואס ער שטעלט אהער אלס Alexander Jannaeus AE Prutah, AEF, Overstruck on lily type, דאס וואס עס זעהט אויס אנדערש איז מן הסתם ווייל עס איז איבער-געגאסן אויף אן אנדערע מטבע.

דערווייל האט ער עס נאך אויף זיין סייט.

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:57 am

· #152840
לעיקוואד
דעת תורה
געפילטע פיש
די פריעסטע מטבעות וואס מ'האט געטראפן אין די גאנצע וועלט איז אינגאנצן פון 600 bc סוף בית ראשון, איבער דריי הונדערט יאר נאך דוד ושלמה. די איידיע פון נוצן א רינדעכיגע מעטאלנע מטבע פאר א וואולטע איז לפיהם ערשט דעמאלס ערפינדען געווארן. און אין א"י האט מען די ערשטע פאר הונדערט יאר גענוצט גריכישע און רוימישע מטבעות, ביז מלכות חשמונאי האט געמאכט שבת פאר זיך.


לא ראינו אינו ראיה, און ס'איז ניטאמאל גענוג אויף צו מאכן קאפדרייענישן פאר א מאמין. אין די גמרא טרעפט מען בפשיטות אז אויסלייזן מעשר שני וכדומה מוז זיין דוקא מטבע שיש עליו צורי, און דאס איז א דאורייתא'דיגער דין וואס מען לערנט ארויס פון א פסוק. סאו דאס איז פשוט - פאר א מאמין אין תורה שבע"פ - אז בזמן נתינת התורה איז שוין געווען מטבע שיש עליו צורה.


בכלל נישט פשוט. כמבואר ברמב"ם הלכות ממרים ובמקומות רבים, איז נישט יעדער הלכה דאורייתא מוכרח אז עס איז געווען מזמן משה רבינו. נאר יעדער בית דין בכל דור האט א רעכט ארויסצולערנען הלכות פון פסוקים כפי המדות שהתורה נדרשת בהם, און דאס איז א הלכה דאורייתא. ממילא איז גאנץ מעגליך אז דער דין פון מטבע שיש בו צורה איז טאקע לכאורה דאורייתא, אבער עס איז נישט אלעמאל געווען דער דין אזוי, און בזמן משה רבינו איז נשט געווען אזא מציאות ממילא איז נישט געווען דער דין.


אריין קוקנדיג אין רמב"ם זעה איך פונקט פארקערט, דער רמב"ם אין ספר המצות שורש השני איז מאריך בראיות אז אלע דרשות וואס חז"ל האבן גע'דרש'נט האט גאר א דין דרבנן, חוץ די וועלכע די גמרא זאגט קלאר אז ס'איז א דאורייתא. אין א תשובה וואס דער רמב"ן אויפן פלאץ בהשגות ברענגט אראפ, איז משמע אז ער האט אפילו געהאלטן אז ס'איז נישט דא קיין סקילה אויף זנות פון קידושי כסף ווייל עס איז נאר א לימוד. איך זאג נישט, זיין לשון איז היבש שווער, שפעטער דרייט ער צוריק, און דער רמב"ן אליין און אנדערע לערנען אים אפ אנדערש (כאטש דאס איז זיכער אז ער האלט למשל אז הללמ"ס איז נאר א דרבנן).

אבער אויב עפעס איז דוקא דער רמב"ן בהשגות דער וואס לערנט אז אלע ילפותות קל וחומר'ס און סברות וואס א שפעטעריגער איז מחדש באקומט א דין דאורייתא, און ס'איז משמע גאנץ קלאר אז אפילו אזאלכע זאכן וואס דער דורש איז אליין מחדש, למשל לו יצוייר דער אייבישטער האט קיינמאל נישט געזאגט פאר משה רבינו דער ציווי פון יראת ת"ח, אבער אז ר"ע קומט און דרש'נט את לרבות ת"ח ווערט עס יעצט א געהעריגער דין דאורייתא. (איך מיין דאס איז א חידוש, כמדומה אז די דעה המקובלת איז אז אלע דינים און פרטים זענען מקובל מסיני, און דער דרש איז נאר כלשון הרמב"ם להראות יופי וחכמת הכתוב אז אלעס איז מרומז אין די תגין וקוצין וריבויים ויתורים). האו עווער לגבי אונזער שמועס דא איז עס לכאורה נישט נוגע, ראה תגובה הבאה.

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:54 am

· #152856
לעיקוואד

דער רמבם'ס פראבלעם מיט חנוכה לעכט איז אז די תורה קען נישט הייסען א יום טוב אויף א נס וואס איז נאכנישט געווען. דא איז דאס נישט א נס וואס איז נאכנישט געווען נאר א פרט אין די הלכה וואס איז מחייב צו נוצען א געוויסע אופן אין די מצאות שלא היה אז. און דאס איז נישט די ערשטע דוגמא פון א דאורייתא וואס איז נישט געווען בימי מתן תורה. נאך הונדרעטער הלכות זענען אזוי. כתב אשורית איז לכמה דעות נישט געווען בזמן מתן תורה און עס איז היינט מעכב אין כתיבת ספר תורה. ועוד ועוד. עס איז נישט קיין פראבלעם אז על פי הלכה זאל מען דארפן זיין מחוייב אין א געוויסער אופן וואס איז אמאל נישט געווען בזמן התורה.

עס איז נישט קיין נפק"מ דא צו דער רמב"ם איז א יחיד אדער נישט, און איך מיין נישט עס אזי אזא יחידאה ווי איר מאכט עס. ער איז דער וואס האט די קלארסטע אויסגעשמועסט בכלל די עניינים. וקשה למצוא מי שיחלוק עליו בדרגה זו בכלל. מיר רעדן נישט דא אין הכרעת ההלכה נאר אין א מציאות. און די מציאות וויזט אז הונדרעטער און טויזטענר הלכות דאורייתא זענען נישט געווען שייך בזמן מתן תורה און עס ווערט נישט וועגן דעם אויס דאורייתא. על כל פנים קען מען נישט ברענגען א ראיה פון אזא הלכה אז עס איז געווען אזא מציאות בזמן התורה. העכסטנס וועסטו האבען א צ"ע אדער א דוחק. אבער די מציאות דארף מען מברר זיין בפנ"ע או די הלכה בפנ"ע. בפרט אז די תורה אליינס איז מוכיח אז עס נישט געווען בימיה א מושג פון א מטבע.


דאס איז קלאר נישט ריכטיג. דער רמב"ם אין ספר המצות שורש הראשון באציט זיך דארט אויף אפאר זאכן, נר חנוכה ומקרא מגילה, ווי אויך אויף הלל. זיין טענה איז אז עס קען נישט זיין די תורה זאל מצוה זיין צו ליינען די מגילה ווייל די מגילה איז נאך נישט געווען בזמן מתן תורה, און עס קען נישט זיין די תורה זאל הייסן זאגן הלל, ווייל הלל האט הערשט דוד המלך קאמפאזירט (הגם מען קען זאגן אויף דעם אז די עיקר מצוה איז להודות ולהלל באיזה נוסח שתהיה). בערך אזוי ווי דער פראבלעם מיטן כאמור פותח את ידך, אין די ערשטע ברכה וואס משה רבינו האט מתקן געווען, דאס טייטשט נישט וועגן דעם נס האט נאך נישט פאסירט, נאר ווייל דער מציאות פון הלל האט נאך נישט עקזיסטירט בזמן מתן תורה.


הערשי
עליה לרגל, איסור הבמות, תרומות ומעשרות, ואטו כי רוכלא.
ס'איז געמאלט א דאורייתא פון וצרת אויף ווען ס'וועט זיין מטבעות.
לגבי ס"ת וואס דו פרעגסט למאי נפ"ק לדאורייתא, א מלך איז מחוייב בכתיבת ס"ת. אפשר ס"ת איז פסול ווייל ס'נישט געשריבן אשורית און מ'איז יוצא? חז"ל פרעגן אויף ויעל משה אפשר ס"ת חסירה אות אחת און ס'שטייט לקוח את ספר התורה הזה.


אז מען קוקט אריין אין דעם ספר המצות הנ"ל, איז ער קלאר שולל אזא מהלך. ער שרייבט דארט, "ולומר שהקב"ה יצוה למשה שכשיהיה נס פורים יקראו במגילה, זה לא יעלה על הדעת" עכ"ל בערך אינו מוגה ושלא בדקדוק כלל. דאס טייטש אז אזא ציור אז דער אייבישטער זאל מצוה זיין אויף א ציור דלעתיד איז ממש מן הנמנע.

גראדע לפי הרמב"ן הנ"ל קען מען הערן אז די חכמים זאלן אזוי דרש'ענען אין די שפעטערע דורות, אבער עס איז שווער נתקבל על הדעת אז א דרש זאל קענען מחדש זיין א נייע מצוה, אדער אפילו נאר א נייער פרט אין די מצוה, וואס אפילו דער חכם הדורש ווייסט אז טויזענט יאר פאר אים האט מען אויסגעלייזט מעשר שני מיט בלויזע כסף ווי קען ער פלוצלינג קומען זאגן אז די תורה הייסט דוקא מטבע (כלומר, ווען עס איז דא א ספק אויף א זאך לכאן או לכאן, צי גגין נתקדשו אדער לא, ס'איז אדער יא אדער ניין, איז אפילו ס'איז נישטא קיין קבלה דערויף קען מען עס ארויס דרש'ענען פון די פסוקים לכאן או לכאן, משא"כ מחדש זיין פלוצים נייע זאכן און פרטים אשר לא שערום אבותינו כלל וכלל, ואדרבה לפי דרש זה נמצא כל דורות הקודמין אכלו מעשר שני חוץ לירושלים שהרי לא חלה הפדיון, ובפרט זה שונה מלמשל יראת ת"ח שאין זה סתירה ממש עם דורות הקודמין).

זאת ועוד יותר, עס איז שטארק מסתבר אז אפילו לפי גישת הרמב"ן איז אזא מין דרש בלתי ניתן להיאמר, אז די תורה זאל מרמז זיין א ציווי אויף א זאך וואס עקזיסטירט נישט בכלל אזא מין מציאות און אפשריות בשעת מתן תורה וכלשון הרמב"ם "זה לא יעלה על הדעת" פאר קיינעם אפילו דער בה"ג וואס וויל יא רעכענען חנוכה און מגילה איז עס מכח עפעס אנדנרש נישט מכח אזא מין ציווי דלעתיד. עס בלייבט נאר איבער צו זאגן א מעגליכקייט אפשר האט דער תנא געמיינט אז מטבע איז שוין געווען בזמן מת"ת, און ווען ער ווייסט ווען אז עס איז נישט געווען וואלט ער טאקע קיינמאל נישט גע'דרש'נט אזא דרש, און לפי זה אפשר אונז - על הצד אז מען קען עס מוכיח זיין בבירור גמור שאין להסתפק באמיתותה - וואס מיר ווייסן אז עס יז נישט געווען קיין מטבעות בימים ההם קענען אפשר נישט אננעמען דעם דרש. וצ"ע.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 30, 2019 10:09 pm

· #423606
אין די היינטיגע אראמיש וואס מ'נוצט נאך אין סיריע, נוצט מען זייער אן ענליך כתב צו אונזער אשורית. פארשטייט זיך אז נאך צוויי טויזענט יאר האבן זייערע אותיות עוואלווד אנדערש ווי אונזערע, אבער אז מ'לייגט צו אביסל קאפ קען מען קלאר ליינען דעם ווארט "ארמיא". דא קען מען זען א וויקיפעדיע בלאט אויף "לשנא ארמיא", און אויך אלע אותיות זייערע.



אויסער די פארשפרייטע אראמיש וואס רופט זיך סיריאך, איז אויך דא די מערב-נעא-אראמיש, וואס איז שוין כמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן, ס'אינגאנצן דא דריי דערפער אין מערב סיריע וואו מ'רעדט נאך די שפראך. זייער כתב -square Aramaic - איז די מערסטע ענליך צו די אראמישע כתב פון עזרא הסופר'ס צייטן, און ס'זעט אויס כמעט די זעלבע ווי אונזער כתב אשורית, אזויווי מ'זעט דא און דא.

Among the scripts in modern use, the Hebrew alphabet bears the closest relation to the Imperial Aramaic script of the 5th century BC (The time of Ezra HaSofer), with an identical letter inventory and, for the most part, nearly identical letter shapes
די צווייטע פאראגראף.

ס'בלייבט נאר איבער צו פארשטיין, פארוואס די גמרא רופט עס אן כתב אשורית, און נישט כתב ארמית. סוף פון די ערשטע שטיקל זאגט ער דא א שטיקל הסבר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער זאגט, און ער ברענגט נישט קיין מקור דערויף סייווי.

ס'שטייט אין גמרא אזוי: אמר מר זוטרא ואיתימא מר עוקבא: בתחלה ניתנה תורה לישראל בכתב עברי ולשון הקודש, חזרה וניתנה להם בימי עזרא בכתב אשורית ולשון ארמי. ביררו להן לישראל כתב אשורית ולשון הקודש, והניחו להדיוטות כתב עברית ולשון ארמי. אין אנדערע ווערטער, אזויווי עזרא האט געזען אז דער עולם פארשטייט נישט די תורה, ווייל זיי קענען נישט קיין לשון הקודש/עברית, האט ער עס פשוט איבערגעזעצט אויף אראמיש/אשורית, אזוי וועט יעדער איינער פארשטיין. מיט די צייט האט דער עולם זיך צוגעלערנט די שפראך פון לשון הקודש/עברית, אבער די אותיות פון לשון הקודש/עברית האבן זיי אינגאנצן אפגעלאזט, זעמער געבליבן מיט א תורה אין עברית געשריבן אין אראמישע אותיות.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:47 pm

· #423620
רביה"ק זי"ע די קשיא איז מיר אייביג שווער געווען. פארוואס הייסט אונזער שריפט כתב אשורית. ווען ס'האט מיט די אשור'ישע שפראך גארנישט...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 4, 2019 2:04 pm

· #423871
ענליכקייטן צווישן עברית און אראמיש - א שמועס צווישן צוויי העברעאיש רעדנדע, און צוויי אראמיש רעדנדע.

Buddy » מאנטאג מערץ 4, 2019 12:42 pm

· #425640
א שנעלע איבערזיכט

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 18, 2019 2:50 pm

· #426754
דער אלף בית ניגון אין אראמיש, רוב ווערטער האב איך פארשטאנען.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/EN_chiMl3Gg">https://youtu.be/EN_chiMl3Gg</a>

קול אשה

איך אויך » מאנטאג מערץ 18, 2019 3:25 pm

· #426759
כידוע אז גאר אסאך אראבישע ווערטער זענען פשוט גע'גנבט פון לשה''ק.

חסיד פון ליטא » מאנטאג מערץ 18, 2019 4:18 pm

· #426762
Re: מטבעות עתיקות במשנת חז"ל
רביה''ק זי''ע
דער אלף בית ניגון אין אראמיש, רוב ווערטער האב איך פארשטאנען.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/EN_chiMl3Gg">https://youtu.be/EN_chiMl3Gg</a>

קול אשה
זיי זאגן די אותיות פונקט ווי אונז וואלטן עס געדארפט זאגן ווען מיר פארדרייען ווען נישט אונזער מבטא אינעם אייראפעאישן גלות.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 18, 2019 7:34 pm

· #426780
חסיד פון ליטא
זיי זאגן די אותיות פונקט ווי אונז וואלטן עס געדארפט זאגן ווען מיר פארדרייען ווען נישט אונזער מבטא אינעם אייראפעאישן גלות.

ס'נאר אינטערעסאנט אז אין דעם דיאלעקט (וואס זייער שריפט ענדלט מער אין אונזערע אותיות מרובעות) זאגן זיי א חית אזויווי אונז אשכנזים.

חסיד פון ליטא » מאנטאג מערץ 18, 2019 10:07 pm

· #426784
Re: מטבעות עתיקות במשנת חז"ל
כיף און חית זענען אנדערש לויט ביידע גרסאות.

ס'איז אינטערסאנט אז טית זאגן זיי ביידע אזוי ווי די מאראקאנער און תימנער אזוי אז ס'איז אנדערש ווי תיו

לויטן מזרחישע גירסא איז כף און קוף די זעלבע (אדער אפשר איז דא א קליינע חילוק וואס כ'האב נישט מבחין געווען)
בלאט: 1 2