איך אויךכידוע אז גאר אסאך אראבישע ווערטער זענען פשוט גע'גנבט פון לשה''ק.
איך כאפ נישט וואו פונקטליך אראביש קומט אריין דא, אבער אז דו האסט שוין דערמאנט איז אינטערעסאנט צוצולייגן, אז די אראבער טענה'ן אז לשה"ק איז געגנבעט פון אראביש גאר, ווייס איך שוין נישט וועמען צו גלייבן... נאכמער, ס'האט מיר אמאל געזאגט אן אראבער, אז די אידן האבן פארדרייט די קוראן, די קוראן איז גאר די אריגינעלע... אויף מיין פראגע פון וואו ווייסן זיי וועלכע איז פארדרייט פון וועלכע, זאגט ער מיר מיט א פשטות אז ס'קען נישט זיין אז די קוראן איז פארדרייט, ס'איז דאך די ווארט פון גאט אליינס....