☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » חג האסי"ף

חג האסי"ף

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4799

ממרום שלח אש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:15 pm

· #151330
חג האסי"ף
לכבוד דעם חג האסיף זמן אסיפה לכל און אין די גייסט פון לעיקוואד'ס תערומות הלמאי די תורה ווערט אנסינקרענייזד פון די עברי טייטש, אזוי אויך מקיים צו זיין דעם חייב להקביל פני רבו ברגל, וועט פארקומען אן אסיפה לכל א שבת תחכמוני פון די חברים דא.

עטליכע נקודות,

מען מוז זיין א ערענסטע משתתף אין די שמועסן דא און אין אחורי.

מען מוז האבן צום ווייניגסטן איין חבר וואס קען אים פערזענליך און קען האפטן אויף זיין נאמנות און פערסאנאליטי.

דער יעניגער חבר ברויך זיין מוסמך מצד אחר פארשטייט זיך.

חברנו היקר והנעים זר זהב ומנב"ת עטרת ראשו וראשנו זוגתו הצוה"ח אין גומרין עליה את ההלל וכו. וועלן האוסטן די מסיבה אין זייער סוכה, ותשחח"ל

מען וועט ברויכן אריינפעקסן אדער אימעילן א פאטא איידי און באשטעטיגן די איידענטיטי לייוו אין א וועבקעם סעסיע מיט די נאמני הוועד.

מען וועט מוזן טראגן א איידי טעג מיט די ניק אויף די קראגן.

די השתתפות פון איטליכע ניק וועט ברויכן באשטעטיגט ווערן אין בחירות פון רוב משתתפים.

ווער עס האט נאך הצעות צו מאכן דעם כינוס א סוקסעס זאל דא שרייבן.

ויה"ר שלא יצא מכשול ועגמ"נ מתחת ידנו, וה' הטוב יאמר לדבק טוב ויפק רצון מה'

מאראנצןזאפט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:17 pm

· #151334
איך בלייב אינדערהיים און האטס מיר אלע פרייליכן יו"ט.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:24 pm

· #151336
מ'דארף מיטברענגן די מאחורי?

ממרום שלח אש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:25 pm

· #151337
מאראנצןזאפט
איך בלייב אינדערהיים און האטס מיר אלע פרייליכן יו"ט.



אוודאי אזוי, ווידער גוטער בוך זאגט, אז מווייזט זיך נישט די פנים אין מאחורי, בלייבט מען אינדערויסן אויף די לופט.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:40 pm

· #151342
ורעם ונשאם.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:46 pm

· #151344
עד שתניח דעתך.

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:55 pm

· #151345
איך האב מורא צו קומען, זר האט מיר געווארענט במקום אחר אז מ'וועט מיר אפשניידן די וואנצעס.

ממרום שלח אש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:58 pm

· #151347
חול המועד ביזטו סעיף, סאסור בתגלחת

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:20 pm

· #151350
ממרום שלח אש
די השתתפות פון איטליכע ניק וועט ברויכן באשטעטיגט ווערן אין בחירות פון רוב משתתפים.

ווער באשטעטיגט די ערשטע דריי?

און יענע באשטעטיגער דארפן דאך אויך באשטעטיגט ווערן, ווי דער גוטער בוך זאגט דיינע באשטעטיגער זאלן באשטעטיגט ווערן.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:27 pm

· #151352
ונבנתה העיר

און יענע באשטעטיגער דארפן דאך אויך באשטעטיגט ווערן, ווי דער גוטער בוך זאגט דיינע באשטעטיגער זאלן באשטעטיגט ווערן.

😂 😂 😂 😂
פלצות אפפוני.

ממרום שלח אש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:31 pm

· #151353
ונבנתה האט דא אנדעקט לכאורה א שטיקל לאך אין די פראצעס. יאיר וואלט עס אנגערופן צירקילער ריזענינג. א מהלל מחשבה מיט וואס ער פירט א האפענונגסלאזע קאמף.

אבער ונבנתה, אלץ חסיד וואלסטו געברויכט וויסן פון אזא זאך ווי סיבה ראשונה וואס ברעכט ארויס פונעם צירקל.

די פראגע איז דעמאלס ווער איז די סיבה ראשונה, איז דער עולם טאקע מכובד צו לאזן הערן א אויסוואל, לכבוד המקום והרגל.

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:45 pm

· #151354
לייג מיך נישט מיט די חברה אין איין זאץ!!

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:01 pm

· #151358
זיסע חלומות ממרום טייערע, געב דיך א ציפ העסטו אויפשטיין..

נצבד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:14 pm

· #151450
איך וועל זיך אי"ה נישט באטייליגען, בלויז ווייל איך וויל נישט דיסעפוינטעד ווערען פון די אויפגעדעקטע אינדענטיפיקאציע פון די חבירים דא...

ממרום שלח אש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:43 pm

· #151454
אקעי, די אישי איז מיר פארפלייצט, איינער דרוקט אויס זארג אז אזוי ווי ער איז פון די סאמע גרעסטע שישקעס ביי צד מהר"א האט ער מורא אז מען וועט דיסקרימינירן זיין ניק פון היינט און ווייטער, כאטש ביז היינט איז ער געווען פאפולער און באליבט דא.

א צווייטע , איינע פון די גרעסטע שרייבערס דא, איז גאר א פרוי, זי וויל זייער קומען אויב דער עולם וועט מסכים זיין. איך בין נאך אין שאק, ויפג ליבי, אבער כבין איבערגעצייגט אז סיז אמת, וואס קעניך זאגן, ברוך שנתן מחכמתו לנשים.

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:10 am

· #151524
ליבי אומר לי פון ווי 'דולה' צו זיין וועט אפשר יא זיין, אבער פארוועמען 'משקה' צו זיין וועט נישט זיין...

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:55 pm

· #151545
בעת ווען ס'שטעלט זיך ארויס אז @ממרום שלח אש איז דער איינציגסטער 'דא' וואס וויל זיך 'יא' טרעפן מיט די פארמאסקירטע ניקס, איז ער גאר דער איינציגסטער אין א צווייטער אשכול וואס וויל זיך דווקא 'נישט' טרעפן, און מיט ממש קיינעם.

וזה לשונו:
ממרום שלח אש
בין איך דער איינציגסטער וואס וויל זיך נישט טרעפן קיינעם פון די שותי קאווע אין ריל לייף?
איטס ריללי נייס מיטינג יו, באט פליז , דאונט טעיק אפפ יור שירט.


ממרום, נאך א מזל דו לויפסט נישט יעצט פאר פרעזידענט.

לגופו של ענין איז לכאורה נישט דא א שאנס אזא זאך זאל בכלל צושטאנד קומען.
ניקס פאר זיך אז זיי שפירן זיי ווילן זיך באקענען, באקענען זיך סיי ווי. און אז נישט, ברויך מען נישט א פארזאמלונג אויך נישט.

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:10 pm

· #151547
יענץ האט ער געשריבען אפריך עלעווין, מיר האלטן עטליכע חדשים שפעטער, ער האט איינגעזעהן ווי גוט דער קאווע איז,
באשר הוא שם איז ער לשיטתו גערעכט געוועהן, אבער נטכען טועם זיין אלע ערליי סארט קאווע, איז ער אנגעקומען צו זיין ריכטיגע באשלוס.

איך מוז זאגען פאר הרב שמעקעדיק "מודה דרבנן היינו שבחייהו.

אבער מיט אזא נאמען, אויב דאס שפילט אפ דער אמת'ע כאראקטער, זאל עס דיר נישט באנק טוען אויב וויל מען זיך נישט טרעפן מיך כבוד הודך...

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:04 am

· #151692
דולה ומשקה
איך מוז זאגען פאר הרב שמעקעדיק "מודה דרבנן היינו שבחייהו.

❓ ❓ ❓ ❓

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:18 am

· #151695
מיר דמיונ'ט זיך אז די אסיפה וועט אויסזעהן עפעס בערך אזוי.
(בילד פארמעקט אלס תקנות ה'שטיבל מחמת גילו)
232gp.jpg