☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #4798

אשכול אן א טיטל #4798

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4798
בלאט: 1 2

— » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:48 pm

· #151295

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:05 pm

· #151299
[ציטאט אראפגענומען]

ויש חולקים.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:13 pm

· #151301
770

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:15 pm

· #151303
קאווע טרינקער
770

אה, איך האב געמיינט אז דו רעדסט פון 550

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:30 pm

· #151319
הרבו תחינה ובקשה לקיים בנו חכמי ישראל! עובדיה יוסף בן ג'ור'גיה.
<a class="postlink" href="http://news.walla.co.il/?w=/90/2679781">http://news.walla.co.il/?w=/90/2679781</a>

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:31 pm

· #151320
זיין יונגערע ברודער, נעים עובדיה, וועלכע האט זיך כסדר געלאזט איניערוויוען און דערציילט זיסע געשיכטעלעך פון די שנות נעורים פון רבי עובדיה, איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג יום טוב, דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:53 pm

· #151323
ס'איז רבים צריכים לו, זיין בקיאות איז מבהיל, באקאנט מיט זיין כחא דהיתרא ללא חת ומורא, זיין זון לדוגמא וואס איז איצט אויפגענומען אלטץ רב הראשי האט שוין נישט דער ביצים.

הדד בן בדד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:03 pm

· #151359
איך וויל דא רעאגירן איבער הרב עובדי' יוסף, עס איז אמת אז אין קענטעניס איז ער לכאורה דער גרעסטער, און אפילו זיין כחא דהיתרא מאך איך נישט אוועק, כאטש אנדערע טענה'ן אז עס גרעניצט זיך שוין מיט קלות הדעת, אבער זיין גרויס מויל איז גארנישט עפעס א זאך פון וואס נתפעל צו ווערן, צו רעדן מיט א ביליגקייט איבער גאוני קמאי איז נישט קיין שום גדלות.

והשנית, מען רעדט אזוי גרויס איבער זיין גרויסן מנהיגות. לדעתי איז דער ליובאוויטשער רבי אדער אפילו הרב שך געווען פיל פיל גרעסער פון אים. מען דארף געדענקען אז הרב עובדי' איז געווארן גרויס בעיקר דורך די מדינת ישראל רעגירונג, דורכן ווערן רב הראשי און שפעטער דורך דעם שס פארטיי, וועלכע האט אים גאר שטארק אויפגעבויעט, אבער ער אליינס האט קיינמאל נישט אויפגעשטעלט קיין קהילה און ישיבה און געשאפט געלט דערפאר און אויפגעבויעט תלמידים אויף דעם אופן. זיין גדלות איז געקומען פון האבן גוטע קאנעקשאנס מיט די ריכטיגע מענטשן.

און זיין זוהן דער היינטיגער רב הראשי האט שוין נישט קיין איינס פון זיינע מעלות חוץ דאס לויזע צונג.

הדד בן בדד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:11 pm

· #151361
лпم iοوԴ
ביטע זיך האלטען דא צו די נייעס איבער דעם גאון'ס געזונט צושטאנד.


גערעכט, נו זאל ער האבן א רפואה שלימה בתושח"י עס איז טאקע רבים צריכים לו

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:22 pm

· #151362
הדד בן בדד
איך וויל דא רעאגירן איבער הרב עובדי' יוסף, עס איז אמת אז אין קענטעניס איז ער לכאורה דער גרעסטער, און אפילו זיין כחא דהיתרא מאך איך נישט אוועק, כאטש אנדערע טענה'ן אז עס גרעניצט זיך שוין מיט קלות הדעת, אבער זיין גרויס מויל איז גארנישט עפעס א זאך פון וואס נתפעל צו ווערן, צו רעדן מיט א ביליגקייט איבער גאוני קמאי איז נישט קיין שום גדלות.
.

דאס אז ער האט א לויזע צונג ס'איז אמת נאך אלעם איז ער נישט קיין ספעציעלער חכם אבער דאס אז ער זאל האבן גערעדט אויף גדולי קדמאי און א געוויסען זין יא האט ער טאקע דעם פרענקישן פרי חדש סטייל שארפקייט אבער למעשה איז עס שטארק אויפגעבלאזן דורך זיינע קעגנער נעמענדיג און באטראכט אז לעומת זה ברענגט ער אראפ די מיינונגען פון פארשידענע גדולים פונעם מונקאטשער ביזן טשימפער רב אזש צום סאטמאר רב מיטן גרעסטען מאס רעספעקט אזאנס וואס דו וועסט נישט טרעפן ביי אינזערע אשכנזישע פוסקי הדור.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:41 pm

· #151363
מה שאין כן הרב שך? איז נישט געווארן גרויס דורך די דגל התורה פארטיי (אדער אגודה בעפאר)? רבי עובדיה האט סאך מער יחוס עצמו ווי סיי וועלכער היינטיגער מנהיג.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 6:03 pm

· #151368
הדד,

מדינת ישראל האט איהם גרויס געמאכט?

ער האט ארויסגעגעבן זיין ערשטע חיבור בשנת תרצ"ז. לפני קום המדינה.

ער איז געווארן הויפט רב פון מצרים ביי די 25. לפני קום המדינה.

ער האט מכתת רגלו געוועהן צו געבן שיעורי תורה פאר פשוטי עם נאך פון אלס בחור, ספעציעל ביי די בוכרים. דאס האט איהם פאפולער געמאכט ביי די מאסן. לפני קום המדינה.

אסאך רבנים ראשיים זענען געוועהן, אבער ר' עובדיה איז באקאנט געווארן צוליב זיין אינטערנעמונג מתיר צו זיין אלע עגונות פון די יוה"כ מלחמה, גארנישט קיין קלייניגקייט. האט נישט קיין שייכות מיט די מדינה.

ער האט זיך באקאנט געמאכט ווייל ער האט אוועקגעגעבן טייערע צייט יעדן ערב שבת, בשעה שגדולי ואדמורי ישראל ישנים, צו ענטפערן הונדערעטער הלכות שבת שאלות אויפן ראדיא, וואס זענען שפעטער געווארן צו שו"ת יחוה דעת. האט גארנישט מיט די מדינה.

ר' עובדיה איז א סעלפ מעיד מען, נישט דורך זכות אבות, נישט דורך פאליטיק, נאר דורך א ציווי מלמעלה אז אין דעם חשכות, ווי די אדמורים זענען פוסטע עמעראצים (אפילו אויב געציילטע זענען יודעי ספר), און די גדולים זענען פונעם סארט גדולים ווי מ'טאר נישט זאגן א דבר שבקדושה בתוך ד' אמות ובראייה, זאל זיין א גדול אויפ'ן ניווא פון די ראשונים כמלאכים, להאיר לנו בחשכת לילה.

ר' עובדיה איז צו גרויס געמאסטן צו ווערן מיט די גלעזער פון די 'שיטה', אדער סיי וועלכע אנדערע נארם.

ועוד, ווי קומט מען בכלל מדמה צו זיין א רב ש"ך, לכל היותר א מגיד שיעור, צו א פוסק הדור דנהירין ליה כל שבילי דספריא? זיי זענען עפעס אויף איין דמיון?

ועוד, צו האט איר געלערנט זיינע ספרים אז איר זאלט קענען זאגן אז זיין פסיקה איז ביים גרעניץ פון קלות הדעת? נעמט זיינע תשובות וואס ער האט געשריבן ווען ער איז געוועהן אין אייער יארגאנג, און זעהט צו איר פארשטייט אפילו וואס דער גאון שרייבט דאן, אלס יונגערמאן.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 6:10 pm

· #151370
лпم iοوԴ
лпم iοوԴ
ביטע זיך האלטען דא צו די נייעס איבער דעם גאון'ס געזונט צושטאנד.

ולאור דברינו למעלה, פשוט אז מען דארף מתפלל זיין אז ער זאל זיך ערהוילן און ווייטער עוסק זיין בהרצת התורה.

ערשט צוויי וואכן צוריק האט ער געדרוקט א חיבור אויף תרומות ומעשרות, וואס ער האט איבערגעארבעט פון א חוברת וואס ער האט געשריבן בשנות נעוריו נאר קיינמאל נישט געדרוקט. די לעצטע פאר יאר האט ער יעדע האלה יאר ארויסגעשאסן נאך א באנד חזון עובדיה, אויף די ימים טובים, און אויף אבילות. זיין אבילות ספר האט אויסגערופן אזא וואונדער איבער די וועלט, אז א זקן זאל קענען מחדש זיין מיט אזא מוסטערהאפטע סדר, אז מען האט כסדר געשיקט צייטונגס לייט צו דאקומענטירן וויאזוי ער ארבעט דערויף. הרב יעקב ב. פריעדמאן דערציילט ווי ער האט געזעהן ר' עובדיה זיך לייגן 2'ער ביינאכט מיט א פעדער און פאפיר, און יעדער 15 צו 20 מינוט האט ער זיך אויפגעכאפט צו שרייבן עפעס וואס איז איהם נים ולא נים איינגעפאלן.

און אפאר נער'ישע חדר יונגלעך, וואס האבן איין איינציגע מעסטער אויף אלעס און יעדעם, ערלויבן זיך צו זאגן א 'מיינונג' אויף דעם איד, הדד.

zurich » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:11 pm

· #151459
אונז אשכנזים מעיגן זיין אביסל באליידיגט אויף דעים גדול ווי ער דריקט זיך אסאך מאל אויס אויף אונדז אביסל מיט א זילזול..

זאל ער האבן א רפואה שלימה די דור דארף עם האבן!

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:20 pm

· #151537
מ'האט צוגעגעבן א נאמען, חיים עובדיה יוסף בן גורג'יה

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:22 pm

· #151538
די מצב האט זיך ליידער פארערגערט,
די קינדער שטייען ביים בעט,
מען האט יעצט צוגעלייגט נאך א נאמען חיים,
פולע שמחת בית השואבה׳ס האבען אויפגעהערט מיטען טאנצען און זאגען תהילים ,
רב שטיינמאן, ר חיים קנייעסקי, רב אויערבאך, זאגען יעצט תהילים,
בעלזע רבי מיט די וויזניצע רבי׳ס האבען געהייסען די חסידים זאגען תהילים.

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:33 pm

· #151539
<a class="postlink" href="http://news.nana10.co.il/Article/?ArticleID=1006630&ssv=1&sid=126">http://news.nana10.co.il/Article/?Artic ... =1&sid=126</a>

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:39 pm

· #151540
איך וואלט ווען שוין אינאיינוועגס געטוישט זיין מאמע'ס נאמען...

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:52 pm

· #151544
איינער האט איהם אמאל איבערגעזאגט דאס וואס די אשכנזים זענען זיך נוהג ע"פ הרמ"א "ובני ישראל יוצאים ביד רמה" האט ער תיכף געענטפערט "סוס ורכבו רמה בים"

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:10 pm

· #151563
בושה תכסה. אין ראדני נעכטן ביים שמחת בית שואבה האט דער עולם עפעס נישט אזוי לעבעדיג געטאנצן, האט דער זינגער אויסגערופן אז הגאון הרב עובדיה יוסף איז זייער נישט געזונט. און איבעריג צו זאגן ליידער, דער עולם איז ארויס פון די גלייזן און אנגעהויבן האפקענען וינועו אמות הסיפים, די טאנצערייען האט אנגעהאלטן ביז פארטאגס שעה'ן.

ישראל כשהן יורדין

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:17 pm

· #151564
זר זהב
בושה תכסה. אין ראדני נעכטן ביים שמחת בית שואבה האט דער עולם עפעס נישט אזוי לעבעדיג געטאנצן, האט דער זינגער אויסגערופן אז הגאון הרב עובדיה יוסף איז זייער נישט געזונט. און איבעריג צו זאגן ליידער, דער עולם איז ארויס פון די גלייזן און אנגעהויבן האפקענען וינועו אמות הסיפים, די טאנצערייען האט אנגעהאלטן ביז פארטאגס שעה'ן.

ישראל כשהן יורדין

אולי ווייסט מען דאס נישט, אבער ר' עובדיה איז נישט א ציוני, נישט היינט און נישט אמאהל. די עדההחרדית האט איהם געגעבן א כתב רבנות צו דינען אלס הויפט פון די עדה לכל מקהלות הספרדים וואס זיי האבן געוואלט גרינדען. ער האט עס אנגענומען, נאר זיין רביצין האט עס מבטל געוועהן, נישט לאזענדיג איר מאן חתמ'ענען אויף פאשקעווילן. ער האט פארשטייט זיך קיין הלל בברכה נישט געזאגט יום עצמאות, און ער האלט אפילו אין די תשובות אז מ'טאר נישט קובע זיין א יום טוב בזמן הזה, לולא וואס ידידו הגר"י ראטה אבד"ק אנאנים שרייבט לגבי כ"א כסלו אז מ'מעג יא קובע זיין א יום טוב בזה"ז...

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:21 pm

· #151565
בלויז א וויץ געמאכט. --

איך גיי זאגן תהילים פאר חיים עובדיה יוסף בן גורג'יה לרפו"ש בקרוב עמו"ש

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:41 pm

· #151570
איז נישט "יוסף" זיין משפחה נאמען?

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:46 pm

· #151590
גאלד
איז נישט "יוסף" זיין משפחה נאמען?

ס'איז יא.
הרב עובדיה בן ג'ורגיה לרפו"ש.

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:06 pm

· #151605
.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:20 pm

· #151667
zurich
אונז אשכנזים מעיגן זיין אביסל באליידיגט אויף דעים גדול ווי ער דריקט זיך אסאך מאל אויס אויף אונדז אביסל מיט א זילזול..

זאל ער האבן א רפואה שלימה די דור דארף עם האבן!

די סיבה דערפאר איז ווייל ער האט פראבירט צו קאנטערבאלאנסירן די צווייטע קלאס ראסע אין א"י, די ספרדים, און זיי הייבן די מאראל.

park ave » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:03 pm

· #151674
מתפללים לשלומו: "הרב יוסף זקוק לרחמי שמיים"
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4432827,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4432827,00.html</a>

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:07 pm

· #151676
פריער אין יאר, אין שפיטאל. איזה התמדה!
F130113FFF01.jpg

הערשי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:50 pm

· #151687
וואס איז פשט פון צוגעבן חיים? ער איז א איד א זקן. ער גייט אויסמיידן דעם בית מעוד לכל חי?

חכם באשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:06 am

· #151688
.

הערשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:53 am

· #151690
חכם באשי
הערשי
וואס איז פשט פון צוגעבן חיים? ער איז א איד א זקן. ער גייט אויסמיידן דעם בית מעוד לכל חי?

ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך יורה דעה הלכות ביקור חולים, אז מ'פירט זיך ציצולייגן א נאמען, לסימן טוב, ולשינוי מזל, און ס'שטייט נישט קיין חילוק צו ער איז א שכיב מרע פון 94 אדער א חתן ביום חופתו.


לייגט מען דען צו פאר אלעמען?

אביגדור » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:45 am

· #151711
.

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:54 am

· #151746
ווער נאך שליסט זיך אן?

📎 IMG-20130924-WA039.jpg

אגב: איר דארפט עס נישט צוברעכן, שיקט דאס צו מיר און איך וועל זאגן 40 טעג תהילים מיטן כולל פאר חצות ביים כותל מיט מנין

שושן פורים » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:59 am

· #151747
פון אלע איזרעילי קול קורא'ס קומט אויס אז נאר אייפאן איז א פראבלעם ,קומט אויס אז ענדרויד איז מותר

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:00 pm

· #151748
חכם באשי
פריער אין יאר, אין שפיטאל. איזה התמדה!

יעצט ווען די אראלים און די מצוקים רייסן זיך

בילד פארמעקט לבקשת החברים וכבוד התורה.

היימישער ליטוואק » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:25 pm

· #151752
חוצפה וביזוי כבוד התורה להשים תמונה כזו

חכם באשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:32 pm

· #151754
היימישער ליטוואק
חוצפה וביזוי כבוד התורה להשים תמונה כזו

הדד בן בדד » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:03 pm

· #151766
היימישער ליטוואק
חוצפה וביזוי כבוד התורה להשים תמונה כזו


עוד יותר חוצפה ובזיון כבוד התורה לצלם תמונה כזו

אויס מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:32 am

· #151941
📎 IMG-20130924-WA0158.jpgachment]

חכם באשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 10:36 am

· #151953
.

נהורא נפישא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 10:44 am

· #151956
אין דער איד אדער בלאט רופט מען אים אן די ספרדישע גייסטישע פירער ווי ער וואלט געווען עפעס א דאלאי לאמא, מיט אזא חינוך וואס קענסטו ערווארטן.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:03 pm

· #152003
הערשי
חכם הרזים
הערשי
וואס איז פשט פון צוגעבן חיים? ער איז א איד א זקן. ער גייט אויסמיידן דעם בית מעוד לכל חי?

ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך יורה דעה הלכות ביקור חולים, אז מ'פירט זיך ציצולייגן א נאמען, לסימן טוב, ולשינוי מזל, און ס'שטייט נישט קיין חילוק צו ער איז א שכיב מרע פון 94 אדער א חתן ביום חופתו.

אמאל האט דער שולחן ערוך נישט אויסגערעדט און זיך סומך געווען אויפ'ן שכל הישר.
עניוועיס, איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט צוגעלייגט א נאמען און דער סגולה האט געארבעט?

יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:33 pm

· #152012
איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:39 pm

· #152014
איינער ווייסט בכלל צו דארט איז ערגער ווי דא?

קינות גירושין » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:10 pm

· #152024
@
יאיר
איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

דער חת״ס זאגט שוין אז אפי סהעלפט נישט פאר עם העלפט עס פאר זיינע קינדער אדער די שכר פון די תפילות גייט פאר די נשמה, יאיר צופרידען?

diff » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 5:37 pm

· #152030
R Shlomo of Bobov, Tosher Rabbi

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:46 am

· #152064
רבי "חנינא" אברהם לייטנער

דאס אז תפילה העלפט קען מען זעהן בחוש, מען זעהט דאך אז די גדולי ישראל וואס איז רבים צריכים להם און מען רייסט באמת איין פאר זייער רפואה לעבן פיל לענגער ווי עווערעזש. ווען מען זאל אזויפיל תפילה טון פאר א יחיד וואלט עס זיכער געהאלפן מהפך צו זיין דעם גזר דין לטובה.

דער בריסקער רב האט געזאגט, צוזעענדיג די מורא'דיגע תפילות וואס אידן אין א"י האבן געדאווענט און איינגעריסן דער דייטש זאל נישט קענען אריין קומען אין ארץ ישראל, אז ווען די אידן אין אייראפע וואלטן אויך אזוי שטארק מתפלל געווען וואלטן זיי אויך געקענט מבטל זיין די גזירה.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:01 am

· #152066
דעת תורה
רבי "חנינא" אברהם לייטנער

דאס אז תפילה העלפט קען מען זעהן בחוש, מען זעהט דאך אז די גדולי ישראל וואס איז רבים צריכים להם און מען רייסט באמת איין פאר זייער רפואה לעבן פיל לענגער ווי עווערעזש. ווען מען זאל אזויפיל תפילה טון פאר א יחיד וואלט עס זיכער געהאלפן מהפך צו זיין דעם גזר דין לטובה.

מען זעט טאקע אז מן השמים קומען צופארן די גרעסטע דאקטוירים פון אלע עקן וועלט צו די גרויסע רבי'ס און ציען אויס זייער ארטיפישעל לעבן ביז'ן מאקסימום, און מן השמים טרעפט מען אלס געלט אין דעם רבי'נס קאסע צו באצאלן פאר די דאקטוירים, כאטש ער לאזט נישט איבערנעכטיגן קיין פרוטה. עס מוז זיין אז פון הימל וויל מען אז די קערפערס פון די הייליגע צדיקים זאלן בלייבן גאנץ ווי לאנג מעגליך כדי צו מגין זיין אויפ'ן דור.

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:05 am

· #152068
דערווייל האב איך נישט אויפגעפאסט אז עשירים זאלן לעבן לענגער ווי עווערעזש. קען זיין עס איז אזוי, אבער ביים היימישן עולם איז מער באקאנט הונדערט יעריגע גדולים ווי הונדערט יעריגע עשירים.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:08 am

· #152069
פארגעס נישט אז רבי'ס האבן חסידים וואס ווילן אז ער זאל בלייבן לעבן, משא"כ די קינדער פון די עשירים...
בלאט: 1 2