☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #4798

אשכול אן א טיטל #4798

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4798
בלאט: 1 2

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:12 am

· #152070
געטראכט דערוועגן, אבער דער רבי האט דאך אויך קינדער למעשה וואס שארפן זיך שוין די ציין...

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:13 am

· #152072
דעת תורה
געטראכט דערוועגן, אבער דער רבי האט דאך אויך קינדער למעשה וואס שארפן זיך שוין די ציין...

עס מוז זיין אז דעם רבי'נס קינדער לאזט מען נישט צו...

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:40 am

· #152081
יאיר,
תפלה האט פילע ענינים און מובנים מער פון סתם דאס וואס עס העלפט אדער נישט. עס איז אן ענין פון אמונה, פון הכרת הבורא, פון קלאר מאכען פאר זיך ווי מען שטייט, ועוד ועוד ועוד, כמבואר בספרים רבים. ממילא איז די ענין פון תפלה לאו דווקא תלוי אין די סטאטיסטיקס וויפיל עס העלפט, אזוי צו אזוי איז עס א מצווה און א חלק פון א מאמינ'ס לעבן אז ער דאווענט.

משא"כ סגולות מסגולות שונות, איז נישטא קיין שום מצווה אדער רעליגעזער ענין צו טוהן סגולות, עס ברענגט נישט קיין אמונה און עס ווייזט נישט אז מען איז תלוי בחסדי הבורא. די איינציגסטע סיבה וואס קען זיין צו טוהן א סגולה איז פשוט ווייל עס העלפט. ממילא פאר מען טוהט דאס דארף מען געהעריג פארשען אויב דאס האט בכלל האפט.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 1:46 am

· #152085
לעיקוואוד
תפלה האט פילע ענינים און מובנים מער פון סתם דאס וואס עס העלפט אדער נישט. עס איז אן ענין פון אמונה, פון הכרת הבורא, פון קלאר מאכען פאר זיך ווי מען שטייט, ועוד ועוד ועוד, כמבואר בספרים רבים. ממילא איז די ענין פון תפלה לאו דווקא תלוי אין די סטאטיסטיקס וויפיל עס העלפט, אזוי צו אזוי איז עס א מצווה און א חלק פון א מאמינ'ס לעבן אז ער דאווענט.

גיי זאג עס פאר די אלע אידן וואס רייסן איין די הימלען טאג און נאכט פאר אלע נעמען אויף די צעטלעך אין בעסמעדרעש, און מען וועט דיר ארויסטרייבן אלס אפיקורס. אין אנדערע ווערטער, ס'איז אפשר א שיינע מדרגה צו דאווענען לשם הכרת הבורא וכו', אבער רוב אידן וואס זענען מתפלל פאר א חולה וועלן פארמאכן דעם תהלים תיכף ומיד אויב זיי ווייסן אז ס'העלפט נישט.
און ווער זאגט דיר אז סגולות איז נישט קיין רעליגיעזע עקספיריענס? עס מוז נישט דוקא העלפן, עס איז פשוט אזא בארואיגונגס מיטל אז מען פרובירט אלעס וואס איז שייך, אז אונטער די בריאה זענען פארהאן מיטסעריעזע כוחות וואס אויב מען שלעפט אויף איין זייט אפעקטירט דאס די צווייטע זייט, דער בלויער שטיינדל היילט אויס פון קענסער און דער גרינער פון יענע מחלה, אפילו אטעאיסטן האבן אזעלכע סארט 'סגולות' וכדו' פאר א גוטער מזל, כאטש אפיציעל גלייבן זיי נישט דערין, און אין אזא פאל איז אפילו מעגליך אז ס'זאל בפועל העלפן, עי' ערך placebo.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:04 am

· #152093
תפלה היא עבודה שבלב והקב"ה מתאוה לתפלת ישראל עכ"ז לפעמים כבר נגזרה הגזרה ושערי תפלה כבר ננעלו והתפלה חוזרת ריקם.

ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:08 am

· #152097
יאיר
דער בלויער שטיינדל היילט אויס פון קענסער און דער גרינער פון יענע מחלה.

😃

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:14 am

· #152098
מעשה ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה?!... וואס איז דאס קופקע'ריי דא אין דעם סענסיטיווע אשכול? רבותי, אדער א קאפיטל תהילים אדער צונעמט מען די סוכה. סתם ארומשטיין און פלאטקענען?...

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:20 am

· #152100
יאיר
וואס ווילסטו דא פון אידען אין בעסמעדרעש? אויב האלטסטו זיי קענען פארמאכען דער תהלים איז אפשר זאלן זיי טאקע, וואס איז דאס א ראיה אדער קשיא אדער תירוץ? מיר רעדן דא אויפ'ן עצם ענין. רוב אידען אין בעסמעדרעש וואלטען זיך אויסגעטוהן דער קאפל ווען זיי ווייסען אז גיין א קאפל איז קוים א מנהג. ממילא וואס?

סגולות איז אזא רעליגיעזע זאך ווי גיין צו א דאקטאר. וואס מענטשען טוהן אפילו נישט אלעמאל קען מען עפעס טוהן. ממילא נידון בדיני דאקטורים. מיליאנע מענטשען ניצען טאקע פארשידענע פלאסיבאס פון המאפאטיע ביז ווייס איך וואס, פרעג נאר חזקיהו המלך, ולא מפני השוטים ווערט דאס רעליגיעז.

@חכם באשי האקט

גערעכט זענט איר.
גיימיר שוין זאגען א קאפיטל תהילים.
(א) שִׁיר הַמַּעֲלוֹת מִמַּעֲמַקִּים קְרָאתִיךָ יְדֹוָד:
(ב) אֲדֹנָי שִׁמְעָה בְקוֹלִי תִּהְיֶינָה אָזְנֶיךָ קַשֻּׁבוֹת לְקוֹל תַּחֲנוּנָי:
(ג) אִם עֲוֹנוֹת תִּשְׁמָר יָהּ אֲדֹנָי מִי יַעֲמֹד:
(ד) כִּי עִמְּךָ הַסְּלִיחָה לְמַעַן תִּוָּרֵא:
(ה) קִוִּיתִי יְדֹוָד קִוְּתָה נַפְשִׁי וְלִדְבָרוֹ הוֹחָלְתִּי:
(ו) נַפְשִׁי לַאדֹנָי מִשֹּׁמְרִים לַבֹּקֶר שֹׁמְרִים לַבֹּקֶר:
(ז) יַחֵל יִשְׂרָאֵל אֶל יְדֹוָד כִּי עִם יְדֹוָד הַחֶסֶד וְהַרְבֵּה עִמּוֹ פְדוּת:
(ח) וְהוּא יִפְדֶּה אֶת יִשְׂרָאֵל מִכֹּל עֲוֹנֹתָיו:

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:46 am

· #152104
ס'איז א דורעך א רואיגע נאכט אויף מרן שליט"א אבער דו מצב איז נאך זייער שווער, וואס יא ער איז מגלה סימני התעוררות דאס מיינט אז ס'דערקענט זיך אז ס'גייט אראפ די השפעה פון די הרדמה, הלוואי זאל מען נאך הערן גוט'ס פון איהם, כי קל מלך רופא נאמן ורחמן אתה..

גיבור » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:04 pm

· #153369
ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:07 pm

· #153370
יאיר
איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?


גיבור
ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:16 pm

· #153374
שמעקעדיג
יאיר
איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

גיבור
ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה


וואס ווילסטו איבערצייגען דערמיט?
אפילו וועסט שטיפען צי א קארנער און אויפווייזען מיט א מציאות, דאך קען מען אייביג טרעפן נאך סיבות צו זאגען וואס עס האט געהאלפן און נישט מודה זיין אין א חז"ל.

אביגדור » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:20 pm

· #153376
.

קינות גירושין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:26 pm

· #153381
פאריז
שמעקעדיג
יאיר
איינער ווייסט פון א חולה וואס מ'האט מתפלל געווען און די תפילה האט געארבעט?

גיבור
ב''ה די מצב איז בעסער מרן שליט''א איז צוריק בהכרה מליאה
השם ישלח לו רפו''ש במהרה


וואס ווילסטו איבערצייגען דערמיט?
אפילו וועסט שטיפען צי א קארנער און אויפווייזען מיט א מציאות, דאף קען מען אייביג טרעפן נאך סיבות צו זאגען וואס עס האט געהאלפן און נישט מודה זיין אין א חז"ל.

כמעט יעדע מענטש פאר ער שטארבט גייט זיין געזונט ארויף און אראפ אידען און גיום צוגלייך, יא תפילות אדער נישט תפילות

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:36 pm

· #153387
איינער וואס גלייבט נישט אז תפילות קען העלפען און אז עס בידו נפש כל חי איז בהכרח א כופר בעיקר.
הגם ס'איז אויסגעהאלטן צוזאגן אז פון א סאטיסטישן שטאנדפונקט זעהט מען נישט אז אויסגעבעטענע חולים זאלן האבן מעהר הצלחה.
יעצט זיין א כופר איז איין זאך, איז אבער דא איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די באהויפטונג אז דאס איז כפירה, אדרבה זאגט אייערע נימוקים.

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:20 pm

· #153415
קופי ,עס איז דא פלאץ פאר נאך איינס ביים לינקן זייט.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:27 pm

· #153417
קופי האט נישט אזא גרויסן 24 אינטש סקרין ווי דו,
די שיבערס קענען עס נישט אפפארדן.

הוגה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:53 pm

· #153428
@נהורא נפישא, מען ווערט נישט קיין כופר פארן נישט גלייבן אז תפלה העלפט. אן ערליכע איד דאווענט אפגעזעהן צו די תפלה וועט העלפן אדער נישט. מען קען נישט באזידלן איינעם אז ער איז א כופר פארן זיין מסופק צו תפלה העלפט. ערשטענס, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אז אויב מען גלייבט נישט דערין האט מען א דין ווי א כופר. צווייטענס, דא"כ לא שבקת חי לכל בריה, איינער וואס דאווענט פאר עפעס און ער ווערט נישט געהאלפן וועט פאר לכה"פ איין סעקונדע טראכטן אז ס'העלפט נישט. ווער רעדט נאך איינער וואס דאווענט פאר פופצן יאר און איז קיינמאל נישט געהאלפן געווארן. דריטנס, ער האט דאך נישט כופר געווען דערין ער האט ס"ה געפרעגט.

די עולם ווארפט זיך לעצטענס דא ארום מיט טעגס, דער איז א כופר, דער איז א מין, דער אן אפיקורס. בקיצור אויב איינער האלט אנדערש ווי מיר איז אטאמאטיש א כופר. איך מיין נישט דיר פערזענליך צו קריטיקירן. איך בין נאר מעורר. דיין סטעיטמענט זעהט מיר אויס פונקט ווי דו וואלסט ווען געזאגט דאס:

נהורא נפישא
איינער וואס גלייבט נישט אז קעטשאפ און מאסטערד איז גוט און אז עס לוינט אנצושמירן די האט-דאג דערמיט איז בהכרח א כופר בעיקר.
הגם ס'איז אויסגעהאלטן צוזאגן אז פון א סאטיסטישן שטאנדפונקט זעהט מען נישט אז מיט קעטשאפ און מאסטערד זאל עס האבן א בעסערע טעם.
יעצט זיין א כופר איז איין זאך, איז אבער דא איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די באהויפטונג אז דאס איז כפירה, אדרבה זאגט אייערע נימוקים.

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:46 pm

· #153448
ר' הוגה איך בין דירעקט אן אדוואקאט אקעגן די וואס שטעמפלן אן יעדע נישט טראדיציאנאלע מיינונג אלטץ כפירה איך האב א היסטאריע פון תגובות איבער דעם.
אבער יעדער איז דאך פארט מודה אז אויב לייקענט מען אין אפילו איין זאך וואס איז מפורש אין תורה נביאים וכתובים איז מען א כופר, בפרט דער ענין פון תפילה אז ס'האט א כח וואס איז אזא צענטראלע טעמע אין תנ"ך, און ווער ס'לייקנט דאס לייקענט אין צענדליגע פסוקים מפורשות אין תנ"ך וואס איינער וואס איז כופר אינעם אמתיות אין תנ"ך איז כופר אין איינע פון די י"ג עקרים וואס די רמב"ם שטעלט אראפ. (פאר א שטיקל היסטאריע פון אונזערע גדולי האומה וואס האבן מתפלל געווען און נענה געווארן קוקט אריין אינעם תפילה מי שענה וואס איז געדרוקט אין יעדען סליחה ומקורו ממשנה תענית שהתפללו כן בתפילת העמידה בזמן עצירת גשמים)
וכאן הבן שואל פארוואס איז די רמב"ם מייחד אן עקסטערע עיקר צום ביישפיל אויף שכר ועונש,ביאת משיח, תחיית המתים, וואס וואלט שוין ווען געדארפט זיין נכלל אין די אמונה אין אמתיות התורה והנביאים
דער תירוץ לדעתי איז זייער פשוט אודאי איז נישט לויטן רמב"ם נאר דא דרייצן מיני כפירות ווייל די עיקר פון אמונה אין אמיתת התורה ונביאים איז דאך בהכרח כולל אסאך מער, נאר פשט איז אז צו זיין אין כלל פון ישראל מיזטו גלייבן אין וויסען פון די מציאות פון די י"ג עקרים און אה"נ איינער וואס האט קיינמאל נישט געהערט פון די אלע י"ג עקרים איז נישט בהכרח א כופר ער איז אינעם כלל פון א תינוק שנשבה אבער א מאמין איז ער אויך נישט
ווידעראום די פרטים אין די אמונות פון אמיתיות התורה והנביאים אה"נ ווען איינער זעהט דאס מפורש אין די פסוקים און פונדעסטוועגן גלייבט ער נישט דערין איז ער א כופר אבער מען דארף אויךנישט זיין באוואוסטזיניג פון זיי כדי צו זיין א מאמין.
פארשטייט זיך א מענטש אז אפילו א זאך וואס איז מפורש טאמער קען ער האבן אן אנדערע מהלך אינעם ענין וואס איז לאו דוקא כפשוטו איז ער בארעכטיגט בפרט אז ס'איז נוגד דעם שכל איז דאס א חיוב צו טוהן כדי נישט צו מאכן ח"ו תורתינו פלסתר, אבער כאמור ביי תפילה וואס איז אזוי שטארק מפורש דוכט זיך איז נישט שייך צו האבן אן אנדערע מהלך.
בנוגע א"כ לא שבקת חיי לכל בריה, אה"נ אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו ס'איז נישט מער ווי די מענטשליכע נאטור צו זיין סקעפטיש אבער א כופר מיינט איינער וואס איז כופר בהחלט אייביג אן.
פארשטייט זיך ס'איז מפורש אין תנ"ך אין חז"ל צענדליגע תנאים ווען תפילה העלפט נישט, מי לנו גדול ממשה וואס האט זיך איינגעבעטן אז ער וויל אריין גיין אין א"י אין ס'האט אים נישט געהאלפען, לעומת זה דארף מען אבער גלייבן אז גאט הערט צו אינזערע תפילות און אין זכות פון די תפילות העלפט ער טיילמאל.
יעצט בשעת איך רעדאגיר די הודעה באמערק איך אז טייל זעהן א קאנטראסט צו די רמב"ם'ס פיליזאפיע מיט דעם אז תפילה זאל קענען באווירקן א שינוי רצון (מ'צייכענט צו אין מורה ג נ"א)
אזוי אויך איז דא וואס ווילן אריינקוועטשן אין רמב"ן (בראשית ל ב) אבער אריינקוקענדיג דארט זעה איך נישט ער זאל דאס זאגן אז בעצם תפילה האט נישט קיין כח צו העלפן.
ווער ס'קען אביסל אויסקלארן דעם ענין תחשב לו לצדקה.

חכם באשי » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 5:59 pm

· #153474
אפדעיט ד' נח תשע"ד
הרב עובדיה יוסף האט זיך אויפגעכאפט צו זיין כמעט פולשטענדיגע באוואוסטזיין. א פאזיטיווע פארבעסערונג האט פאסירט אינעם מצב פון הרב עובדיה יוסף. אזוי האט געזאגט איינער פון דעם רב'ס דאקטוירים, וועלכע האט צוגעלייגט אז כאטש דער מצב ווייזט א פארבעסערונג, איז דער רב'ס מצב ווייטער קאטעגארעזירט אלס קריטיש.

"דער רב האט זיך צוריקגעקערט צו זיין פולע באוואוסטזיין, אבער זיין מצב איז ווייטער שווער און ער געפינט זיך נאכאלטס אין א לעבנסגעפאר", האט געזאגט פראפעסאר דני גילון פון דער הדסה עין כרם שפיטאל אין ירושליןם. "דער כלליות'דיגע מצב פון דער רב איז נאך אלס שווער, אבער אין פארגלייך צו די פארגאנגענע טעג זעהן מיר א ערענסטע פארבעסערונג", האט גילון געזאגט.

לויט זיינע רייד, ווערט דער רב נאך ווייטער רעספעראטירט, אבער די רעספערעיטאר הילף וואס ער באקומט איז פארמינערט געווארן. נאכמער, דער רב, וועלכע איז 93 יאר אלט, כמעט וואס ער דארף נישט צוקומען צו מעדיצינישע הילף צו באלאנסירן זיין בלוט דרוק. "דער רב עפנט די אויגן, און ער דערקענט זיינע קינדער, אבער ער קען נישט רעדן וויבאלד ער איז באהאפטן צו דער רעספערעיטאר. צוליב דער פארבעסערונג, קען מען נישט אויסשליסן דער מעגליכקייט אז דער רב וועט זיך פולשטענדיג אויסהיילן און זיך אומקערן אהיים", האט גילון געזאגט.

די קינדער פון משפחת יוסף האבן דערציילט, אז דער רב האט זיך צוריקגעקערט צו א פולשטענדיגע באוואוסטזיין, און ער האט אפילו געלייגט תפילין און געמורמעלט די ברכות. די פיר זוהן פון דער רב, די רבנים יצחק, אברהם, דוד און משה, און אזוי אויך דער אנפירער פון ש"ס אריה דרעי און דער כנסת דעפוטאט אריאל אטיאס געפינען זיך אגאנצע צייט נעבן די שטוב פון דער רב אין שפיטאל הדסה עין כרם, און גייען כסדר אריין צו איהם.

הרב דוד יוסף, דער זוהן פון הרב עובדיה, האט זיך אויסגעדריקט אין נאמען פון די משפחה: "עס רעדט זיך פון א נס וואס מ'קען אנטאפן". ער האט צוגעלייגט, און גערופן אין נאמען פון דער מועצת חכמי התורה פון ש"ס, אנצורעכטן אויף צומארגענס, ערב ראש חודש חשוון, "דאנק תפילות, און בעטנדע תפילות, פאר די פולשטענדיגע אויסהיילונג פון דער טאטע, נעבן דער כותל המערבי און אין אלע בתי כנסיות איבער'ן לאנד און איבער די וועלט".

איבערגעטייטשט פון דא.

רואה ואינו נראה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:43 pm

· #153499
איך ווינדער מיך אייביג אויב מי דארף טאקע בעיטן פאר אלטע מענטשען.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:18 pm

· #153513
נהורא נפישא
איינער וואס גלייבט נישט אז תפילות קען העלפען און אז עס בידו נפש כל חי איז בהכרח א כופר בעיקר.
הגם ס'איז אויסגעהאלטן צוזאגן אז פון א סאטיסטישן שטאנדפונקט זעהט מען נישט אז אויסגעבעטענע חולים זאלן האבן מעהר הצלחה.
יעצט זיין א כופר איז איין זאך, איז אבער דא איינער וואס איז נישט איינשטימיג מיט די באהויפטונג אז דאס איז כפירה, אדרבה זאגט אייערע נימוקים.

גראדע איז נישט קלאר צו סטאטיסטיש איז נישטא קיין חילוק, עס זענען פאראהן פארשידענע סטאדיס איבער דעם ולא העלו דבר ברור.

אבער איך האב נישט געטראפען אין די י"ג עיקרים אז מען מוז גלייבען אז תפלה העלפט. און איך ווייס נישט וואס איז די משמעות פון אזוי 'גלייבען' אויב וועסטו טאקע זאגען אז סטאטיסטיש מאכט נישט אויס.

עס איז יצויר פארשידענע טעאלאגיעס וויאזוי מ'קען האלטען אז תפלה העלפט לאו דווקא כפשוטו. און זיין אן ערליכער איד. מען קען אלעמאל זאגען עס העלפט בעיקר ברוחניות. אדער, ווי עס איז מבואר אין רמב"ם, אז די מטרה פון תפלה איז אמונה והכרת הבורא שבידו נפש כל חי, אבער לעולם די חוקי ההנהגה זענען קבוע וקיימא און טוישען זיך קיינמאל אפילו דורך תפלה. ועוד סברות וואס מ'קען זאגען. הכלל, א כופר ווערט מען נישט אזוי שנעל..
--
איך זעה דער עולם האט שוין געשמועס דא וועגן דעם. גיימיר ליינען.

נהורא נפישא, מ'ווערט נישט קיין כופר פון לייקענען יעדער זאך וואס שטייט אין א פסוק, כ"ש נישט אין א מאמר חז"ל. לגבי חז"ל איז קלאר ממקורות רבים שאי"צ להאמין להם לכל דבר, נאר אין הלכה האבען זיי א כוח קובע זיין די הלכה, נישט באגדה וממילא דארף מען נישט אלעס גלייבען וואס זיי זאגען. און אויך לגבי תנ"ך, דארף מען נאר גלייבען אז דאס איז דברי נבואה אדער רוה"ק, אבער יעדער פרט וואס שטייט דארט קען מען זיך אסאך דינגען וואס עס מיינט טאקע און וויאזוי עס אפצולערנען, ואם הוא משל או כפשוטו, וכו' וכו', ממילא איז נישט שייך צו זאגען אז מיט לייקענען יעדער זאך וואס שטייט אין פסוק ווערט מען א כופר ווייל מ'ווייסט דאך נישט וואס שטייט אין פסוק.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס אפילו לפי הרמב"ם איז נאר דא י"ג עיקרים, ווייל אין די האט ער געהאלטען דארף מען גלייבען למעשה אזויווי זיי שטייען, וויבאלד אויף זיי שטייט עיקרי הדת, משא"כ אין סתם פרטי פסוקים וכו'. (ידוע לי שיש בזה סוגיה נרחבת והמון מ"מ, אבל זה פשטות הדברים לע"ד). און אויף אויף די איז נישט קלאר זיין הכרח אדער מקור, ורבים חולקים עליו.

גראדע אין תנ"ך איז בכלל נישט קלאר אז תפלה ארבעט אלעמאל, ויש בזה עיון רב. אמאל איז משמע אז נאר תפלה פון א נביא ארבעט, און נישט אז יעדער איינער קען דאווענען, ועוד גדרים רבים.

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:31 pm

· #153516
לעיקוואד. וואס טוהסטו מיטן פסוק רצון יראיו יעשה ואת שוועתם ישמע ויושיעם וואס איז איינס פון צענדליגע פסוקים אין תנ"ך איבער די תועלת פון תפילה ?
אקעי נישט באמערקט אז דו האסט שוין גענטפערט
ביטע גיב איין מקור אז כופר זיין אין א מצוה אין תורה וכו' איז נישט קיין כפירה
און וואס טוט זיך איינער וואס לייקענט אין די תועלת פון תשובה ער האלט אז ס'קען נישט העלפן קיין תשובה איז דאס נישט כפירה אפי' לויטן רמב"ם?

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:35 pm

· #153517
שטייט דאך בפירוש נאר יראיו, נישט באופן כללי אז תפלה העלפט.
לא עיינתי כעת בכל הנושא בתנ"ך, אבער דער רמב"ם קען דאך אויף אלע נוצען איינע פון זיינע טריקס (משל, אמונות הכרחיות, וכו').

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:38 pm

· #153519
אגב, מ'מעג אפטיילען די נושא צו תפלה העלפט ערגעץ אנדערש, דער אשכול איז געמאכט אפדעיטען הרב עובדיה'ס צושטאנד.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:40 pm

· #153521
אויב איינער זאגט אויף א מצווה, אדער אויף עיקרי פירושה מתורה שבע"פ, אז דאס איז נישט משמים, דער שטייט ער איז א כופר. אויב קען ער אריינלערנען אנדערש פשט אין די מצווה, און איז נישט סותר עיקרי תושבע"פ, פארוואס זאל ער זיין א כופר?
היכן מצאת שהאומר שאין תשובה מועלת הוא כופר? ווייטער, אויב וועט ער דאס מצדיק זיין און מפרש זיין אין די תורה, (און מ'קען גראדע) מעג ער.

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:42 pm

· #153522
און אויב קען מען נישט אריינטייטשן ביסטו מודה אז ס'איז כפירה אפילו ס'נישט פון די י"ג עקרים ?
האלסטו אז די סיבה פארוואס די רמב"ם האט אויסגעקליבן דוקא די דרייצן עקרים איז ווייל דאס זענען די איינציגסטע זאכן וואס זענען מבורר בלי כחל ושרק משא"כ אנדערע צענדליגע באהויפטונגען אין תנ"ך קען אייביג ווערן דעבאטירט.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:55 pm

· #153529
וואס הייסט מ'קען נישט אריינטייטשען, און ער זאגט אז וואס? אז עס איז נישט בנבואה? הייסט ער א כופר בתורה משמים. אויב זאגט ער ס'איז יא בנבואה אבער ס'איז ראנג, איז ער לכאורה זיך סותר, חוץ אויב האט ער א טעאריע אז נבואה קען זיין ראנג. די כלל איז עס איז נישטא קיין חיוב צו גלייבען אז יעדער ווארט אין כתבי הקודש איז אמת, נאר אז עס איז מן השמים. ומה שנובע מזה. (ויל"ע בזה גופא ואכ"מ).

ניין, די רמב"ם האט געקליבען די ווייל די זענען עיקרים, וואס אן זיי האט נישט קיין פשט צו זיין א מאמין. זיי זענען מגדיר די אמונה. אליבא דרמב"ם. לעולם קען מען זיי אויך אריינטייטשען אנדערש אין תורה, נאר דאנסמאל האט דער רמב"ם געהאלטען איז דער אמונה נישט לאגיש אויסגעהאלטען. (אם באמת ואם מפני חולשת ההמון), ווי איינער זאל אריינלערנען אטעיזם אין תנ"ך, אפילו עס וואלט געשטימט אין פסוק, איז ער דאך נישט קיין מאמין.

חכם באשי » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:00 pm

· #153533
.

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:05 pm

· #153537
דאס איז וואס כ'האב ג'טענה'ט אז מ'קען זיין א כופר אין נישט גלייבן אפילו און פרטים פון דברי הנביאים אויב ס'קומט בהכרח צו צודעם אז ער באטראכט דאס נישט ווי נבואה מן השמים
אט דאס איז מיין פראגע צו ס'איז נישט בהכרח אז תפילה זאל העלפן לויט די פסוקים
לכה"פ ביי א נביא איז יא מוכרח ?
צו וויסטו אפשר וואס די רמב"ם האלט בענין תועלת התפילה?

הוגה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:40 pm

· #153545
די שמועס איז אריבער געפירט געווארן צו די ריכטיגע אשכול. ביטע ממשיך זיין די שמועס דארט.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:51 pm

· #153721
Rabbi Ovadia Yosef Off Respirator, Breathing On His Own

טעפל » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:50 pm

· #153748
די זיהום (אינפעקשען) וואס איז געוועהן פאר'ן הרדמה איז ליידער יעצט צוריק..מ'דארף רחמי שמים!

kitov » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:55 pm

· #153754
Whats the deal with the sunglasses? just wondering

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 1:58 am

· #154564
משפחה פריש גערופן געווארן, די מצב איז קריטיש

מיין מיינונג » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 2:30 am

· #154565
אריה דרעי יעצט ארויפגעקומען אויף די רעדיא און ביטערליך געוויינט. א מאסן אנלויף אין הדסה שפיטאל אין די מינוטן.

מיין מיינונג » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 2:35 am

· #154566
די דאקטורים האבן אויפגעגעבן, און די פאולס פאלן דראסטיש.

מיין מיינונג » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 3:18 am

· #154567
פסוקי יחוד ווערן יעצט געזאגט אין שפיטאל צימער פון הגאון ר' חיים עובדי' בן גוארג'יה.

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 4:37 am

· #154568
דוברת הדסה רחלי גולדבלט מסרה כעת כי הרב חיים עובדיה יוסף נמצא בקריסת מערכות כללית ובסכנת חיים מיידית. צוות הרופאים של בית החולים הדסה עין כרם המטפל ברב נלחם על חייו.

11:15 פרופסור דן גילון מהדסה המטפל ברב חיים עובדיה יוסף בעדכון: אין שינוי במצבו

פרופ׳ דן גילון מהדסה בעדכון כעת על מצבו של הרב חיים עובדיה יוסף: ״יש המשך הידרדרות וסכנת חיים מיידית. המשפחה כונסה על מנת שיהיו מודעים היכן המצב עומד. מצבו קריטי ביותר.״

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 4:41 am

· #154569
.

על המחיה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 4:46 am

· #154570
אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם על ימנע עצמו מן הרחמים

על המחיה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 4:48 am

· #154571
מיט ציהאלטען בשידור חי די תפלות וצעקות אין הדסה שפיטאל
רדיו קול חי

על המחיה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:09 am

· #154572
איינער פון די הויפט דוקטורים איז יעצט ארויס געקומען פון די צימער מיט די בשורה 'הרב חי'
די גאנצע עולם ברעכט דארט אויס מיט'ן ניגון 'עוד אבינו חי' ... גיי פארשטיי

מיין מיינונג » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:13 am

· #154573
פארגין זיי די פאר מינוט..

מיין מיינונג » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:15 am

· #154574
די אכטע שטאק אין הדסה שפיטאל איז איבערגעפילט מיט רבני ש"ס, מקובלים, עסקנים און סתם שוויצערס. אין די מינוטן האט דער נשיא המדינה שמעון פרס אפגעשטאט א באזוך ביי הגרח"ע יוסף אין שפיטאל צימער.

אליצפן » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:18 am

· #154576
דער נאמען חיים האט מען לעצטנס צוגעלייגט? קיינמאל נישט געהערט דערפון.

על המחיה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:20 am

· #154577
יא הושענא רבה האט מען אים ציגעגעבען דעם נאמען חיים

על המחיה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 5:27 am

· #154579
ר' איטשע דוד גרוסמן יעצט בשידור חי.
הייתי בחדר מרן, נשקתי לו את היד, יד חמה של אדם חי. נא לעורר רחמים אפילו שהמצב הכי קריטי שאפשר להיות.
📎 proxy.jpg

על המחיה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 6:25 am

· #154580
ברוך דין האמת!
הלוא תדעו כי שר וגדול נפל היום הזה בישראל

מיט גרויס צער קומט אן די ווייטאגליכע בשורה אז מרן שר התורה הגאון ר' עובדיה יוסף זצ"ל האט אויסגעהויכט זיין נשמה

בש"ט
בלאט: 1 2