☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין?

פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין?

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4794

אליצפן » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 6:26 pm

· #151188
פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין?
אין ליכט פון @שמעקעדיג'ס דריי בלעטער'דיגן אשכול "פארוואס קומט פאר אזויפיל גיטין", האב איך באשלאסן פונקט ווי א שלום בית קאנפליקט ברויכן ביידע זייטן אייניג רעפרעזענטירט ווערן, איז נישט מער ווי יושר א בליק צו טאהן פונעם פארקערטן פערספעקטיוו--טאקע איבערן סאמע זעלבער פראבלעם. נעמליך, "פארוואס קומט פאר אזוי ווייניג גיטין".

ס'איז גלוי וידוע לכל דאס ביטער הייראט לאגע אין וועלעכע פילע אנ"ש זענען פארזינקן, ביודעים ובלא יודעים. ס'דרייען זיך אינערהאלב די געציילטע היימישע זיפקאודס הונדערטער אויב נישט טויזענטער יונגעלייט, וועמענס שלום בית שטייט זיי כחרב פיפיות על צווארם. טייל זענען לגמרי נישט צופרידן מיט זייערע ווייבער, דהיינו ס'איז פשוט און פראסט געוועזן א מקח טעות מעיקרא; און אנדערע זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אן אשה רעה, וואס דערויף האט שוין שלמה המלך מעיד געוועזן ס'איז מר ממות. דאס זעלביגע שפילט זיך אפ אריבער דעם עזרת נשים. פילע אומשולדיגע מיידלעך ווערן אפט פארזאלצן מיט געמיינע רשעות'דיגע מענער, און זענען ווי פאראורטיילט צו א פיינפולער הויז ארעסט אן א וועג ארויס.
יעדער ווייסט פון לפחות עטליכע וועלעכע מאכן דורך אזא גיהנם, און שפירט אז מיט ארויס לאזן קרעכציגע לויזנגן, מיטן פראגראמירטן ענדונג "אוי, משיח דארף שוין קומען", האט זיך דער קעיס מער ווייניגער געשלאסן. יא, 'קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף דער וועלט' פראבירט מען צו טרייסטן די אייגענע געוויסן, 'יעדער האט זיך זיין פעקל' זיגלט מען דעם שמועס. דער עולם האט פארשטענדעניש און מיטגעפיהל צו נאנטע וועלעכע מאכן מיט, און ליתר שאת רעקאמאנדירט מען זאכליכע, צו זינלאזע הילף'ס מיטלן. אבער ווען ס'קומט צום סאמע ענדגילטיגן לעזונג פילע וואלטן געקענט האבן, הייבט מען הענט ווי שלאנג געביסענע. " א גט? חס ושלום. מ'טאר זיך נישט גט'ן". אנדערע וועלעכע האבן געמאכט אזא עירוב תבשילין פאטענט מיטן "אסור לקדש אישה עד שיראנה" גמרא, וועלן זיין די ערשטע אויפצוברענגן דעם גמרא פון "מזבח מוריד עליו דמעות".(ואס דערויף האט שוין א חכם געזאגט ''בעסער אז דער מזבח זאל וויינען ווי איידער איך זאל וויינען'').

אז מ'צונעמט די זאך און מ'קוקט לגופו של ענין איז דער מהלך אונזערע ממש מבהיל על הרעיון. דהיינו מ'זאל ענדערש לעבן זיבעציג ביטער שווערע יארן, ווי איידער מ'זאל זיך 'חס ושלום' גט'ן? אזא מהלך איז דאך מופרך מעיקרא!
און בכלל וואס איז דאס 'יענער האט זיך נעבעך ג'גט'? האו עבאוט 'יענער איז נעבעך אריינגעפאלן'? ווי @יואב האט באהויפטעט אין אן אנדערן אשכול. די תורה האט פאר איינעם קאמפאזירט אזא המצאה פון וכתב לה ספר כריתות. ס'איז א העכסט נארמאלע זאך אז צוויי הונדערט פראצענטיגע נארמאלע מענטשן זאל נישט קענען לעבן צוזאמען, ספעציעל נאך אזא וועג וויאזוי אונזערע שידוכים גייען צו.

פון די הויפט פאקטארן ס'האלטן צוריק אנגעזאלצענע פון זיך גט'ן, איז צוליב די פאלגענדע צוויי סיבות.

א'. סטיגמא פון זיין א גרוש. א שווארץ געזיגלטן קאטעגאריע, אין וואס דורכשניטליכע מענטשן פארכטן זיך אריינצופאלן. דהיינו ס'איז דא די פארהייראטן קלאס, און דאן איז פארהאן "די גרוש" קלאס. טאקע א טלית מיט א שטרימל קען ער טראגן, ס'טייטש מ'האט זיי נישט ממש קאנפיסיקירט דעם פארהייראטן יוניפאורם, אבער פארט איז ער א "גרוש". א לעיבל וואס ווערט פון זיך אליינס דעפענירט אלס שטארק נעגעטיוון פראדוקט.

ב'. שווערעקייטן פון טרעפן א שידוך בזיווג שני כידוע לכל.
און די ביידע זאכן זענען אויך נאר א תוצאה פון אונזער קראנקן סיסטעם אז "מ'טאר זיך נישט גט'ן''.
טראכט אריין. די מינוט גיטין וועלן אנשטאפן די שווערע שלום בית לעכער, און עס וועלן זיין אסאך מער היימישע יונגעלייט גרושים, וועט אוטאמאטיש אוועקפאלן דאס סטיגמא פון זיין א גרוש כמובן.
ווי אויך וועט ווי פארשטענדליך זיין פיל גרינגער צו טרעפן א שידוך בזווג''ש משתי סיבות. קודם כל וועט נישט זיין ס'זינלאזער איינרעדעניש וויבאלד מ'איז א גרוש/גרושה 'מוז' דאך זיין אז 'עפעס' איז ראנג מיט אים/איר; ווי אויך איז דאך פשוט אז וויבאלד ס'וועט זיין א פיל גרעסער אויסוואל וועט דער פעלד פון שידוכים זיין פילפאכיג ברייטער, און אין מערערע שטובער וועט מען קענען זינגן מיט פרייד דעם 'אשת חיל'.

כמובן צילט דער אשכול אין פאל ס'איז נאכנישט דא קינדער, איינמאל ס'דא קינדער איז עס פילייכט גאנץ א צווייטער פרשה. אבער ס'איז פארהאן גענוג און נאך אינגעלייט וועלעכע פארמאגן א געלעגנהייט זיך צו גט'ן בעפאר ס'דא קינדער.

ודאתינן להכי, טרעפן מיר זיך ווידער ביים אויבנדערמאנטן שאלה: ''פארוואס קומען פאר אזוי ווייניג גיטין''?

קינות גירושין » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 6:35 pm

· #151191
Very well said!

דעת תורה » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 9:28 pm

· #151201
דאס אז קינדער ווערן אפעקטירט פון גטין איז אויך נאר א תוצאה פון די סביבה, נישט קיין הכרח מצד עצמו. פוק חזי ביי די גויים, א ריזן עולם גט זיך, און עס וואקסט נישט אויס א דור וואס האלב דערפון איז געדעמעזשט "ווייל זיי קומען פון א גע'גט'ע שטוב". עס איז א פאקט אין לעבן, מען איז צוגעוואוינט דערצו, און אנדערש ווי ביי אונז וואס מען מאכט פון יעדן גט א טאראראם און מחלוקת עד לב השמים, ווערן א ריזיגע פראצענט שיידונגען ביי די גוים אויסגעפירט אויף א פרידליכן אופן, מיט ריזאנעבל אפמאכן בנוגע קאסטאדי און עקספענסעס, כאטש עס קאסט מסתמא שברון לב, עטליסט אביסל, הגם אין אנדערע פעלער בלייבן זיי אפילו גוט, דאס אז מען קען נישט לעבן צוזאמען ווי א מאן און ווייב מאכט זיי נאך נישט אויטאמאטיש פאר שונאים, דאך איז מסתבר אז עס ברענגט פיל מאל בייז בלוט, מיט דעם אלעם איז מען זיך מסדר אויף א נארמאלן אופן און דאס לעבן פארט ווייטער.

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:29 am

· #151238
דעת תורה
דאס אז קינדער ווערן אפעקטירט פון גטין איז אויך נאר א תוצאה פון די סביבה, נישט קיין הכרח מצד עצמו. פוק חזי ביי די גויים, א ריזן עולם גט זיך, און עס וואקסט נישט אויס א דור וואס האלב דערפון איז געדעמעזשט "ווייל זיי קומען פון א גע'גט'ע שטוב". עס איז א פאקט אין לעבן, מען איז צוגעוואוינט דערצו, און אנדערש ווי ביי אונז וואס מען מאכט פון יעדן גט א טאראראם און מחלוקת עד לב השמים, ווערן א ריזיגע פראצענט שיידונגען ביי די גוים אויסגעפירט אויף א פרידליכן אופן, מיט ריזאנעבל אפמאכן בנוגע קאסטאדי און עקספענסעס, כאטש עס קאסט מסתמא שברון לב, עטליסט אביסל, הגם אין אנדערע פעלער בלייבן זיי אפילו גוט, דאס אז מען קען נישט לעבן צוזאמען ווי א מאן און ווייב מאכט זיי נאך נישט אויטאמאטיש פאר שונאים, דאך איז מסתבר אז עס ברענגט פיל מאל בייז בלוט, מיט דעם אלעם איז מען זיך מסדר אויף א נארמאלן אופן און דאס לעבן פארט ווייטער.

הונדערט פראצענט אמת! עס איז נאר מחמת אונזער קולטור אז א גט ווערט אזא ווייטאגליכע זאך, און אזוי פיינפול פאר די קינדער. ביי א גוי איז א גט פונקט ווי ווען מ'פארלירט א פאמיליע מיטגליד, אוודאי איז מען טרועריג, און אוודאי טוט עס וויי, אבער עס איז ווייט נישט דער גרויסע מאנסטער וואס עס איז ביי אונז יודן, און די קינדער שאט עס ממש גארנישט בדרך כלל.

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 12:56 am

· #151244
פינעף און ניינצוג פראצענט היימישע קאפלס זעען צוויי רויטע סאלידע ליניעס ביז צוויי חדשים . נו פון וועלכע רעדסטו? פון די פינעף פראצענט בוני עולם קאנסומערס?

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:15 am

· #151260
אז זי עקספעקט נאכנישט בײ די אכצן און צװײ חדשים לויפט מען צי בוני עולם? 🙄
סארי פאר פארדרײען די שמועס

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:25 am

· #151282
moti107
פינעף און ניינצוג פראצענט היימישע קאפלס זעען צוויי רויטע סאלידע ליניעס ביז צוויי חדשים . נו פון וועלכע רעדסטו? פון די פינעף פראצענט בוני עולם קאנסומערס?

גאר אסאך היימישע קאפלס נעמען היינט ב''ק די רגע מ'זעט אז דער שלום בית איז נישט אזוי פוגל'דיג, די רבנים און עקספערטן שטיפן היינט זייער שטארק פאר דעם.
ביודעי ובמכירי קאמינא.

באגאבא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:54 pm

· #151310
א גיטן מועד אליצפן
אלטס איינער וואס פארמאג אפאר גרישים און דע משפחה פארשטיי זייער גיט דיין נקידה אבער איך מיין די ביסט נישט גערעכט
קודם כל פארשטייסט אליין אז מען קען נישט צאמנעמען דע אלע וואס מיטשען זיך מיט שלום בית זיך צי גט'ן ווייל אזוי וועט זיין געניג גרישים
נאכדיעם דע עצם זאך פין דורך גיין א גט טיט צרידערן דע קינדער אפילו אזא יונגער עיזש פין 6 יאר ביודעי ומכירא ,אזוי אויך ביי אינזער עולם (אפשר ביי אנדערע קרייזען אויך )ליידער ביי יעדע גט הארגערט מען זיך ווי חיות אין דע גאנצע זאך גייו אריין און נצחון קיינער טראכט לייידער נישט דער וועגען תכלית פין דע קינדער נאר ווי אזוי זיך גרויס צי מאכען און יענעם ציקלאפען

באגאבא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:03 pm

· #151312
גראדע איין זאך וואלט יא געווען א געוואלדיגע זאך ווען קען איינפירען אז מען האט נישט קיין קינדער דע ערשטע יאר
דע שאלה איז נאר צי מען קען קאנטראלירען דע פרישע חברה איינציהאלטן

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:56 pm

· #151458
עס איז די העכטע צייט אויפצושטעלן א "מכון לגירושין" וואס וועט פירן יעדע גט על מי מנוחות בשלום ושלוה לתועלת שני הצדדים. די אלע מחלוקת האלט אפ די גאולה, און איז גורם אז אויסערן מזבח, פארגיסן נאך אסאך מענטשן טרערן.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:40 am

· #151483
מ'דארף נאר פיינעלייזן אויף א נאמען. אירגון הקדיחה תבשילו, אדער מצא אחרת נאה הימנה?

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:13 am

· #151503
אפשר זאל מען מאכן אזא 'מסודר גיטין', פונקט ווי מסודר קידושין. אזוי ס'וועט זיין א שלאפלאזע כיבוד פאר רביים. זיי וועלן לויפן כאפן דעם כיבוד מיט א שנעלקייט פון א מנין זעקסטע הקפה טאנצער פער שעה.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:26 am

· #151506
ביי די שלעכטע גוים איז טאקע דא וואס מאכן א מסיבת גירושין, קען מען טאקע מאכן די זעלביגע ביינונז אויך. די פעטערס פון אויסלאנד וועלן באקומען עידי כתיבה, די מחותן'ס חבר און די מומע'ס מאן בזיווג שני וועלן באקומען עידי מסירה, מ'וועט מכבד זיין כ"ק מרן אד"ש מיט קריאת הגט, דעם דיין שליט"א מיט קריעת הכתובה, דעם קינדערלאזע קאזין מיט קוואטע, און די איבעריגע שוואגערס מיט עמידה לברכה און חייקה. די שטאט וועט זיין צופרידן, דאס געוועזענע פארפאלק וועלן זיך גלייך איינשרייבן ביי די שדכנים שניים זאלן זיי עפעס אנטראגן עפעס לפי מעשיו, חאצקל הייבט אן שמח תשמח, דער חתן בחור ווערט מכובד מיט בענטשען, (חלילה נישט פארגעסן אויסצולאזן "את אשתי" ביים הרחמן) און מ'שיקט זיי ביידע אהיים מיט לעמבערזינס. מזל טוב!

----

יואב, וויפיל מאל א טאג טוישטו זאקן, כ'מיין אוואטארס?

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:56 am

· #151508
שוין איך האב זייער ליב יואב'ס אוואטאר. נעקסטע מאל מ'וועט מיר דא טשעפענען אז איך האב רויטע וואנצעס (יו נא הא יוא אר, סאקעס) וועל איך זיי שיקן צו יואב. זיין בארד, פנים, נאז, אפילו די הערנער זענען רויט. זעהט אויס ווי א געשטאפטע קאפ פון א געוועזענע בול פון די שפאנישע געלויפעכטס.

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:00 am

· #151509
דו מיינסט אוודאי מיין פאריגער אוואטאר? אויב איינער האט א גוטע אוואטאר פאר מיר זאל זיך מעלדן. תודה.

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:04 am

· #151510
@יואב וואס זוכסטו?
וואס זאל זיין אין די בילד?
דארפסט א gif?

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:19 am

· #151513
סאשי פיש
@יואב וואס זוכסטו?
וואס זאל זיין אין די בילד?
דארפסט א gif?

כ'ווייס נישט וואס ס'קען זיין גוט פאר יואב. אפשר א פיילן בויגן אבער נישט אזאנס מ'זאל מיינען ס'איז עשו? בעהטן איינער זאל צובינדן מיין שיך און האלטן א שווערד אין מיין האנט? גיי ווייס פארוואס כ'האב בכלל אויסגעוועלט דעם נאמען. עפעס א שיגעון דאן אנגעכאפט. שוין, אפשר קענסט מיר טרעפן עפעס אן אפגעפליקטער איד'ל מיט אן אויפגעבלאזנעם שטויביג שטאפענע הוט, פיאות פארדרייט ווי א הונגעריגן שלאנג האלב ארויפגעדרייט אויפן אויער, גרויע בארד מיט אן אומבאלימפערט הענגעדיגן קנאבל, און טינקט איין ספאנדש קעיק אין שליבעוויץ ברוינפן.

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:02 am

· #151517
יואב
סאשי פיש
@יואב וואס זוכסטו?
וואס זאל זיין אין די בילד?
דארפסט א gif?

כ'ווייס נישט וואס ס'קען זיין גוט פאר יואב. אפשר א פיילן בויגן אבער נישט אזאנס מ'זאל מיינען ס'איז עשו? בעהטן איינער זאל צובינדן מיין שיך און האלטן א שווערד אין מיין האנט? גיי ווייס פארוואס כ'האב בכלל אויסגעוועלט דעם נאמען. עפעס א שיגעון דאן אנגעכאפט. שוין, אפשר קענסט מיר טרעפן עפעס אן אפגעפליקטער איד'ל מיט אן אויפגעבלאזנעם שטויביג שטאפענע הוט, פיאות פארדרייט ווי א הונגעריגן שלאנג האלב ארויפגעדרייט אויפן אויער, גרויע בארד מיט אן אומבאלימפערט הענגעדיגן קנאבל, און טינקט איין ספאנדש קעיק אין שליבעוויץ ברוינפן.

אה, דער ביזטו גאר?! כ'וואלט ענק נישט צאמגעשטעלט, אבער אז מ'רעדט שוין, בינדט צו די האלבע הויזן בענדלעך, איר קענט נאך אומפאלן, חלילה.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:29 am

· #151518
געפילטע פיש
דעם דיין שליט"א מיט קריעת הכתובה

👍 👍

קינות גירושין » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:00 am

· #151523
פאר די וואס האבען מורא צו געבן א גט ווייל די כתובה קאסט אסאך וויל איך זאגען אז אין ריעלעטי געט מען נישט קיין כתובה און מצרייסט נישט קיין כתיבה, לא דובים ולא יער
(ויש נוהגים צו בעטן געלט פון די פרוי אנשטאט געבן, יעדער זאל פרעגן זיין דיין וויאזוי סאיז די מנהג)

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:21 am

· #151526
איך מיין דער קעפל פון אשכול איז פון צעהן יאר צוריק, ווייל לדעתי אז א יונגערמאן האלט זיך ביים שיידען, היות ער קען נישט וואוינען מיט זיין פרוי, וועט זיך אפ'גט'ן סאך שנעלער היינט צו טאגס, ווי פאר צען יאר צוריק, א הייניגע יונגערמאן זאגט פאר זיך אליינס "א געשעפט האב איך מיט יעדעם איינעם, איך קען נישט אזוי וואוינען, ס'גייט מיר נישט נישט אן וואס דער אדער יעדער וועט זאגען".

נאר דער פראבלעם איז אז עס דורט זייער לאנג ביז ער גט זיך, היות ער איז נישט סטעיביל, ער האט נישט קיין געהעריגע פרנסה, אדער געלט, וכיוצ"ב אין דאס האלט איהם צוריק, ווען נישט דאס וואלט ער שוין פון לאנג געזאגט א כפרה מיטן גאנצע מעשה.

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:48 pm

· #151555
במציאות זייער אסאך אדער 95% וואס גט'ן זיך לעבן מיט די זיווג שני אויך נישט גוט און מ'בלייבט וואוינען מיט איר ווייל פאר די צווייטע וועט שוין דעס אויך גוט זיין מ'וועט שוין דורך שטיפן נא אי הכי לוינט זיך שוין צו בלייבן מיט די ערשטע

קען זיין ווייל ס'איז דא ווייניג גיטין איז נישטא די צווייטע מאל אן אויסוואל אבער איינמאל ס'וועט זיין מער גיטין וועט זיין א גרעסערע מארקעט דעמאלס וועט אויטאמאטיש ווערן מער גיטין...

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:52 pm

· #151558
גאנצל
במציאות זייער אסאך אדער 95% וואס גט'ן זיך לעבן מיט די זיווג שני אויך נישט גוט און מ'בלייבט וואוינען מיט איר ווייל פאר די צווייטע וועט שוין דעס אויך גוט זיין מ'וועט שוין דורך שטיפן נא אי הכי לוינט זיך שוין צו בלייבן מיט די ערשטע

קען זיין ווייל ס'איז דא ווייניג גיטין איז נישטא די צווייטע מאל אן אויסוואל אבער איינמאל ס'וועט זיין מער גיטין וועט זיין א גרעסערע מארקעט דעמאלס וועט אויטאמאטיש ווערן מער גיטין...

'במציאות', '95 פראצענט', אויף וואס זענען אייערע קלארע שאצונגען באזירט?

אליצפן » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:20 pm

· #151637
גאנצל
במציאות זייער אסאך אדער 95% וואס גט'ן זיך לעבן מיט די זיווג שני אויך נישט גוט און מ'בלייבט וואוינען מיט איר ווייל פאר די צווייטע וועט שוין דעס אויך גוט זיין מ'וועט שוין דורך שטיפן נא אי הכי לוינט זיך שוין צו בלייבן מיט די ערשטע

קען זיין ווייל ס'איז דא ווייניג גיטין איז נישטא די צווייטע מאל אן אויסוואל אבער איינמאל ס'וועט זיין מער גיטין וועט זיין א גרעסערע מארקעט דעמאלס וועט אויטאמאטיש ווערן מער גיטין...

איך מיין אז אזא נער'ישע תגובה פארדינט זיך אפילו נישט קיין ענטפער, אבער איין זאך מוזטו קלאר מאכן, וואס האט דיין שווארץ אויף ווייסע ריסערטש געוויזן, אז זייער אסאך זווג''ש קאפלס לעבן זיך נישט גוט, אדער 95%? ווייל כ'מיין ס'דא א חילוק צווישן די צוויי נאמבערס.
סא ביטע קוק איבער די ריסערטש און אנקעטע'ס וואס דו האסט גענומען, און לאז אונז וויסן.

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 7:52 pm

· #151644
זיי נישט אזוי בייז איך האב אין מיין משפחה מער ווי איין גרוש פערצופאל לעבט איינער זייער גוט מיט זיין צווייטן אבער איינער פון די שעלטן דעם טאג פון זיין צווייטע חתונה נעבעך אריין געפאלן מיט א צודרייטן שווערע סעלפיש פרוי מיט אלע מפרשים און ווען איך האב אים גע'עצה'ט א יאר נאך די חתונה ער זאל נאכאמאל גיין צום בי"ד ווייל דו קענסט אזוי נישט אנגיין און ס'מיינט נאכנישט אז ווייל ביסט אריין געפאלן צוויי מאל קענסטו נישט האבן א גוטע עתיד האט ער מיר גענטפערט איך בין געווען געג'ט דריי יאר זיך געוואלגערט אהער און אהין די נעכט זענען מיר דורך ווי א קאשמאר איך קען עס נישט דורך גיין נאכאמאל דעס איז מיר באשערט דעס איז מיין גורל און פערטיג און ער מוטשעט זיך שוין אזוי 12 יאר ל"ע

איך קען חברים וואס האבן נאכאמאל חתונה געהאט זייער אסאך מאל אקעי איך זאג נישט 95% ווייל איך קען דאך נישט אלע אבער פון וויפיל איך קען וואלטן אסאך רואיג געקענט בלייבן וואוינען מיט'ן ערשטן און טון ביים ערשטן וואס זיי האבן געטון ביים צווייטן שלום געמאכט מיט'ן מצב

נישט ווייל איך האלט אז גט'ן איז א שלעכטע זאך איך זאג אז לויט די יעצטיגע מצב איז זיין א גרוש א געפערליכער קאשמאר בפרט ווען מען רעדט פון די צווייטע שידוכים פוינט איז עס רידיקליס איך האב יעצט צוויי נאנטע וואס איך טריי זיי צו העלפן ס'איז עק וועלט זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טון

אז ס'וועט זיין מער גיטין וועט זיין א בעסערע מארקעט און דאס וועט ברענגען נאך מער גיטין ווייל ס'וועט שוין נישט זיין אזוי שווער די דורכגאנג

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:50 am

· #152065
אליצפן: דו זאגסט אין מיטן די פתיחה, בתוך שאר הדברים אז מ'עט קענען זינגען אשת חיל. דאס איז נאך גאנץ גוט. אבער וואס טיצעך מיט דעים וואס זינגט כל מקדש שביעי ...כראוי לו. 😂