☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ווער איז דער עצה געבער?

ווער איז דער עצה געבער?

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4782
בלאט: 1 2

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 7:16 pm

· #150745
ווער איז דער עצה געבער?
<a class="postlink" href="https://soundcloud.com/user190255570">https://soundcloud.com/user190255570</a>

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 7:29 pm

· #150750
מנשה. אז מען וועט דיר ארויסיאגן פון סקווירא, וועט נאך אלס סקווירא בלייבן קדוש אין דיינע אויגן?

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 7:31 pm

· #150751
ווער ס'געווען ביז היינט קדוש ווערט נישט אויס

יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:09 am

· #150808
האהא...דא רעדט א אינגערמאן וואס איז אויפגעוואקסען אין ווילי, א ליידיגייער אין וואוינט היינט אין לעקוואד.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:09 am

· #150857
קבל את הבאמעס ממי שאמרו.

מנשה לוסטיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 4:23 pm

· #150978
כ'בין נייגעריג ווער יענער איז, ווייל קען סקווערער איז עס נישט.

משה געציל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:04 pm

· #150994
איך פארשטיי נישט, דער רבי האט דאך רוה"ק, פרעג אים אן.

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 5:13 pm

· #150996
מנשה לוסטיג
כ'בין נייגעריג ווער יענער איז, ווייל קען סקווערער איז עס נישט.


און אז דו וועסט וויסן וועסטו אים כאטשיג פאלגן?

מנשה לוסטיג » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 6:09 pm

· #151011
ס'מיר פשוט געשמאק צו קענען מיינע שונאים באנפין נהירין

פיינע קאווע » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 8:39 pm

· #151043
מנשה. כמיין ווען דו ווייסט ווען ווער דער קוקו איז וואלסטו זיך נישט צוטוען געמאכט

מנשה לוסטיג » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 7:01 am

· #151110
איינער זאגט מיר אז ס'הערט זיך ווי נחש ר''ב. קען זיין?
ס'הערט זיך זיין נוסח אבער נישט ממש זיין פאר'תחת'טע שטומע

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:13 pm

· #152654
גראדע איך ווער נישט פארשעמט פונעם גאנצן סומאטוכע, [כ'ווייס אליינס נישט פארוואס.. קען זיין פשוט ווייל אין מיין בעק מיינד ווייס איך אז איך האב גארנישט געטון.]
אבער טאמער וואלט איך עס יא גענומען צום הארצן, און ס'וואלט גורם געווען חלילה נערווען פראבלעמען, ווי וואלטן די אלע מחרפים און מגדפים דאן פארטייטשט זייער הבל פה שלא טעמו טעם חיים

יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:21 pm

· #152658
---

דעת תורה » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:24 pm

· #152687
אלס והייתם נקיים מעגסטו ווען יא ארויסקומען מיט א שטיקל הבהרה.

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:26 pm

· #152690
כ'האב גלייך געשריבן א סטעיטמענט. און מיט דעם האב איך שוין יוצא געווען.
און די וואס הונגערן נאך שמוץ ווי א פלוג אין צואה, וועלן ממילא זאגן אויף יעדע זאך חזיר

לכבוד שבת קודש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:33 pm

· #152697
כ'ווייס נישט וואס ענק ווילן. איך האב געזען דעם לינק, מען זעט ווי מנשה טאנצט, דערנאך קומט אריין א נקבה טאנצן און מנשה גייט תיכף ארויס פון דעם ריקוד (אפשר מיט א שטיקל שמייכל).

וואס האט ער דא געטאן שלעכט?

אבי גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:37 pm

· #152732
ווער האט געכאפט דעם קליפ? וואסערע אגענדע האט דער יעניגער געהאט? פארוואס לאכט די נבלה מיט אזא סאדיסטישקייט וואס מ'קען קלאר זזעהן אז זי וויל איינעם אפטון

מנשה לוסטיג » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:45 pm

· #152735
זי האט קלאר געוואלט מיר אפטון, ווייל כ'האב זיך נישט געוואלט שטעלן מיט איר אויף א בילד.
און נאך אביסל וועסטו הערן אז זי האט זיך גענומען דאס לעבן, און קעצעלע וועט קענען האבן א לעכטיג לעבן מיט זיין חשובע פאטער. ואנחנו ניכנס ונלך לחיים ארוכים ולשלום

sefish » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:46 pm

· #152737
ווער איז קעצעלע

אבי גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:34 pm

· #152766
די נבלה גלייכט צו רופן איר קינד וואס איז אדאפטירט מיטן שיינעם נאמען קעצעלע

פרישער » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:28 pm

· #153065
@מנשה לוסטיג

מנשה, איך בין נישט דער טייפ וואס זאגט חזיר אזוי שנעל, און איך זאג טאקע נישט, איך האב געזעין דעים קליפ, מען זעיט דארט קלאר אז זי איז שוין כמעט גרייט מסיים צו זיין ס'חיות,
אבער מיט דעים אלעם איז מיר שווער עטליכע פראגען וואס איך וואלט זייער געוואלט דו זאלסט עס פארענטפערן, אויב איז עס דיר אימבאקוועים מיזטו נישט,

דעי קליפ זעיט נישט אויס אז דו חזרת איז פליצלינג פין הימל אראפ געפאלן, אלזא ביטע מסביר'ן וואס האט זי פינקט באזיכט ווען די ביזט מרקד על תלת,

נומער צוויי מען זעיט אינעם קליפ אז זי איז בארפעסיג און שטיוול ליגן ארים אינעם שטיב ווי די ביזט געוועיזן, ביטע מסביר'ן ווייל דיין ווערסיע לייגט זיך עפעס נישט על השכל, ועל כילם וואלט דיין ווערסיע געהאט מער פשט ווען אינעם קליפ וואלט כאטש געוועין א זכר לאלטע יוד, אבער דו צאמגעריקטע בעטן זענען לער, וקיין איין אלטיטשקער פוצע פה ומצפצף, על כן יהי נא לרצון אמרי פי און פארענטפער עס אויב דו ווילסט פליז.

אבי גערעדט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 5:39 pm

· #153068
די פאלגענדע האט זי פריער פארשפרייט, נאר ג-ט ווייסט ווער ס'זאגט די אמת

So heres the story of menashe listig and me!!! He sent me private messages on Facebook. Kept asking for pictures of my private body parts. He sent me porn pictures. And told me what he wants to do with me. Then one day he asked me to come over to his house in new square. I told him that I'm not going to travel till there , and if he wants to meet me we can in brooklyn or manhattan. So he told me that I don like him cuz if I would, then I'd go to his hometown. then he asked me y people don't like him and y he can't find a shidduch. He told me that everyone says how funny and interesting he is but nobody wants to marry him. He asked why? Whatever , not gonna say all details. Lemme get to the point. I went to visit skver one night and messaged him that I'm in his hometown so he said I should come visit. He told me that I can't come in myself cuz "er geiyt zich nisht kenen anhalten" so I went in to his apartment w the guy driver (a friend of mine) . We talked, and then he told me that he could dance real nice and he wants to show me. So he put on music in his bedroom and started dancing and my friend took video and I joined him. if we had sex or not, ill leave that up to ur imagination!! people anyways think what they want so y say what really happened? Have a great day everyone!

I'm back » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:15 pm

· #153083
עס איז נישט שיין דאס ארויפצולייגן דא...

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:39 pm

· #153087
פרישער
@מנשה לוסטיג

מנשה, איך בין נישט דער טייפ וואס זאגט חזיר אזוי שנעל, און איך זאג טאקע נישט, איך האב געזעין דעים קליפ, מען זעיט דארט קלאר אז זי איז שוין כמעט גרייט מסיים צו זיין ס'חיות,
אבער מיט דעים אלעם איז מיר שווער עטליכע פראגען וואס איך וואלט זייער געוואלט דו זאלסט עס פארענטפערן, אויב איז עס דיר אימבאקוועים מיזטו נישט,

דעי קליפ זעיט נישט אויס אז דו חזרת איז פליצלינג פין הימל אראפ געפאלן, אלזא ביטע מסביר'ן וואס האט זי פינקט באזיכט ווען די ביזט מרקד על תלת,

נומער צוויי מען זעיט אינעם קליפ אז זי איז בארפעסיג און שטיוול ליגן ארים אינעם שטיב ווי די ביזט געוועיזן, ביטע מסביר'ן ווייל דיין ווערסיע לייגט זיך עפעס נישט על השכל, ועל כילם וואלט דיין ווערסיע געהאט מער פשט ווען אינעם קליפ וואלט כאטש געוועין א זכר לאלטע יוד, אבער דו צאמגעריקטע בעטן זענען לער, וקיין איין אלטיטשקער פוצע פה ומצפצף, על כן יהי נא לרצון אמרי פי און פארענטפער עס אויב דו ווילסט פליז.

אלע מיינע חברים פנים אל פנים, נישט נאר פונעם ספר הפנים, ווייסן, אז איך בין גערן א חבר מיט ווער ס'וויל כל זמן יענער איז נישט אפען מחרף ומגדף קעגן עיקרי יסודות התורה.
אמונת חכמים אמונת השם אמונת התורה
אזוי גיי איך ארום בחינם צו אן א שיעור מענטשן משמח זיין, איך געב ארויס קליפס און בילדער 'בחינם' נאר ווייל איך האב אויך שוין געהאט צייטן אין לעבן וואס כ'בין געווען אין א מצב וואס כ'האב געמיינט די וועלט ענדיגט זיך.
איינער א גרוש שוין אסאך יאר, האט געמאכט א באזוך ביי מיר, און מיטגעברענגט א נאקעטע נקיבה, באמת וואלט איך געברויכט איר ארויסשטויסען אמת.
איך האב גלייך נישט געהאט די הארץ דערצו, און געגאנגען אין מיין צווייטע שלאף שטוב, און משמח געווען מיין נייע חבר, א צעבראכענע שארבן, וואס כ'האב קלאר געזען ווי מער איך טאנץ און מאך זיך משוגע פאלט פון עהם שטיקער אוועק די אלטע עצבות און ייאוש.
זי די נקיבה הערט פון אנדערע שטוב ס'זינגט און טאנצט, איז זי פלוצלינג אריין אינעם געטענץ
ווען איך עפען די אויגן זע איך קוים וואס גייט פאר. ס'האט מיר געדויערט אפילו א וויילע צו כאפן.. משוגע איך טאנץ מיט א נקיבה?
אמת, מיין חבר האט עס אפגעכאפט, און אויף איר פאון, אבער עהם באשולדיג איך נישט, ווייל ער האט נישט געדארפט קלערן אז זי וויל עס ניצן אין פאבליק מיך צו פארשמירן
איך האב באלד געכאפט ווי זי קומט נענטער צו מיר, כאילו הותרה הרצועה, איך בין דאך זייער ווייט פון אנרירן א פרוי, האב איך איר היבש שטרענג געזאגט זייט מוחל גייטס ארויס פון מיין הויז. און דער חבר האט מיך געבעטן מחילה אז ער האט עס אפגעכאפט פאר איר.
איך האב איר געזאגט אינדרויסן טוה א טובה און קום נישט מער און פראביר נישט צו מאכן קיין בילדער מיט מיר. פליז פליז. אבער זי האט געלאכט מיט סאדיסטישקייט, 'דעי קליפ גייט זיין איבעראל!
דאס איז געווען א נאכט פאר ערב ראש השנה, כ'האב געהאט דריי טעג ר''ה און שבת עס אראפצושלונגען, און כ'האב אפגעמאכט, פארפאלן א פגע רע זעצט זיך אויפן פנים, דארף מען פשוט אפווישן די נאז.
זהו!

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:44 pm

· #153088
אויב מנשה וואלט געמיינט שמוץ, וואלט ער נישט ארויס פון ריקוד, און וואלט זיך נישט אנגערופן "משוגע", א סימן אז ער איז געווען סופרייזט פון וואס זי האט געטאן.

די בעטן זענען צוזאמענגערוקט? - יא, ער האט דאך געוואלט טאנצן, מ'דארף מאכן פלאץ. ס'האט דאך איינער גענומען די וידאו, קלערסט אז מנשה איז טאקע אזוי פאררוקט זיך צו צעלאזן אין פראנט פון א צווייטן וואס נעמט ווידאו?

מיר קוקט עס גענצליך נישט אויס אז ער האט עפעס געוואלט, ווייל אין פאל אז יא, וואלט ער ממשיך געווען מיטן ריקוד, די בעסטע טאל זיך צו ריקן א טריט ווייטער.

איך וויל יעצט עפעס זאגן, מעגליך אז ס'איז דמיונות אבער איך האב עפעס אזא סארט חשש:
מנשה'ס שטיל-שווייגעניש פון אנהויב מאכט מיר טראכטן... מנשה איז נישט די סארט וואס וועט נישט רעדן און וועט שווייגן, אויב ער האט עפעס וואס צו זאגן, דעמאלס זאגט ער געווענליך. איך זעה אויך, אז היינט האט ער עפעס געזאגט א האלבע ווארט דא אין שטיבל, איז ארויסגעקומען א פאויסט פון איר, פלאס אז עס איז ארויף אויף די סייט פון נ.ר.

איך האב מורא אז דא קומט פאר אן עקסטארשן... איך וויל נישט גלויבן אז אידן זאלן טון אזא זאך, אבער איך זעה אז מנשה האט מאיזה סיבה נישט גערעדט, נאר בלויז ברמז קל, און היינט ווען ער האט נאר געוואלט רעדן, איז זי געשפרינגען פון די הויט.

והדברים אומרים דרשינו.

עכ"פ, איין זאך איז זיכער ביי מיר אויף 100%:
מנשה האט נישט עובר געווען מיט איר אויף קיין עכטע איסור דאורייתא. מכמה טעמים וואס יעדער קען פארשטיין אליין, מצידה וודאי, וגם מצידו, מאחר שהיה שם עוד אנשים אחרים.

ברור?

קינות גירושין » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:48 pm

· #153090
ברור- מנשה, נומנו וגמרו בוזט ריין!

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:52 pm

· #153091
איך האב קיינמאל נישט געשוויגן, און האב גלייך געפאוסט מיין ווארט.
אמת איך האב ליב א שיינע פרוי, אבער איך פערזענליך גלייך איר נישט. זי גלייכט מיר יא! אזוי פארשטיי איך, ווייל זי לויפט מיך שוין נאך זייער לאנג, און וויל א בילד מיט מיר.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 6:55 pm

· #153092
מיט מנשה'ס אלע קראנהייטן בנוגע סקווער לייגט זיך זיין ווערסיע אסאך מער אויפן שכל מכמה טעמים און איז איז נאך א ראיה ווי נידריג די אפגעפארענע קענען זינקען.

אגב ,עס סאנדס ווי איך בין דער איינציגסטער וואס האט נאכנישט געזעהן קליפ דנן ,אפשר שיקט עס מיר איינער?

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:32 pm

· #153101
מנשה לוסטיג
איך האב קיינמאל נישט געשוויגן, און האב גלייך געפאוסט מיין ווארט.
אמת איך האב ליב א שיינע פרוי, אבער איך פערזענליך גלייך איר נישט. זי גלייכט מיר יא! אזוי פארשטיי איך, ווייל זי לויפט מיך שוין נאך זייער לאנג, און וויל א בילד מיט מיר.


מנשה, יעצט ביסטו זיך סותר. דו האסט געשריבן אז דיין חבר האט איר געברענגט, כאילו דו קענסט איר נישט נאר ס'איז סתם איינע וועמען דיין חבר האט געברענגט און דו ביסט אריין אין א שלאף-צימער לכבוד דעם. יעצט שרייבסטו אז זי לויפט דיר שוין נאך די גאנצע צייט, האיך יתקיימו שניהם?

אגב; אויב זי זאגט אמת, פארוואס גיבט זי נישט ארויס אלע שמועסן פארן עולם, אז מען זאל זען אז זי איז גערעכט?

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:34 pm

· #153102
איך האב דריי א האלב טויזענט נאכלויפערס, ממילא קען איך זיי?

דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:39 pm

· #153106
אפשר איז א גוטע עצה אויסצומיידן פעיסבוק אינגאנצן?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:42 pm

· #153108
אבער ער האט רעכט צו רעדן אויף אלע סאטמארע אידן, ווייל ער איז הייליג. איא?

אדוואקאט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:49 pm

· #153109
דאס קינד איז שוין גארנישט אדאפטירט. אלס איינער וואס איז נאנט באקאנט מיט די סיטואציע קען איך אייך זאגען בפה מלא: די חשובע פאטער ר' אהרן יוסל, זייענדיג א בר הכי, און אן אקטיווער עסקן האט ער זיך אריינגעלייגט מיט'ן גאנצן ברען, מוח און אייפער און אינוועסטירט אימערמידליכע כוחות און געלט, אפצוראטעווען זיין אומשולדיגע נשמה'לע פון א פיזישע און גייסטישע פארניכטונג אין פולן זין פון ווארט רח"ל. און מיט אויסטערלישע סייעתא דשמיא איז ער ב"ה געווען דערפאלגרייך ווען דער געערטער ריכטער אויפן קעיס אינעם קינגס קאונטי סופרים געריכט האט געשאנקן פולע קאסטעדי און פולע רעכטן פארן פאטער אויף זיין קינד, און דאס קינד איז צוגענומען געווארן פון זיין אומפאראנטווארטליכע שעדליכע מוטער וד"ל - נאכדעם וואס ר' אהרן יוסל האט געברענגט פארנט פונעם ריכטער האר-אויפשטעלנדע באווייזן, אויפצייגענדיג שווארץ אויף ווייס איבער די געפארן וואס די מוטער שטעלט פאר פארן קינד - אז ס'איז נישט געווען קיין טרוקן אויג אין געריכט זאל ווען ר' אהרן יוסל האט פארגעשטעלט אין א טרערן-גערירטע אבער זיכערע שטימע זיינע ארגומענטן. ב"ה זיין טייער קינד ווערט אויפגעצויגען אויפן שויס פון זיין ליבער טאט'ן ר' אהרן יוסל אין קרית יואל, ב"ה כולן שוין לטובה. דער אומשולדיגע נשמה'ע שיינט און לייכט, ב"ה א ליסטיגע זיסע צופרידענע אינגעלע, ווערט אויפגעצויגען אין א היימישע סטאבילע ערליכע געזונטע געזעלשאפט, דאס קינד ב"ה עסט 3 מאלצייטן א טאג, ווי פרישטאג, מיטאג און נאכטמאל... גייט א פרייליכער טעגליך צום פלעי-גרופ, גענוי ווי יעדע אנדערע געווענליכע קינד. ווי ר' אהרן יוסל אינאיינעם מיט זיינע געשוויסטער שענקן פארן קינד די גרעסטע מאס ליבשאפט און געפיל, מיט די האפפענונג צו זעהן פון אים אסאך אידיש נחת ביז דו הונדערט און צוואנציג יאר געזונטערהייט.

אין די זעלבע צייט מוז דא ארויסגעברענגט ווערן לשבח די אקט וואס ר' אהרן יוסל האט געטוען, וואס טראצדעם געוויסע האבן נישט איינגעשטימט דערצו, און ער האט נאכגעגעבן פאר די מוטער 'סופערווייזט וויזיטעישאן' וואו די מוטער קען קומען 2 מאהל א וואך, זונטאג און מיטוואך פאר צוויי שטונדן אין א ספעציעלע דעזיגנירטע פארזיכערטע ארט אין די היים-שטאט פון קינד קרית יואל, וואו זי קען זעהן דאס קינד, און דאס מוז זיין אונטער א ספעציעלע אויפזיכט, וד"ל. אויפן פארלאנג פונעם הויכגעשעצטן ריכטער יר"ה. א געלעגענהייט וואס ווערט אויסגענוצט דורך איר צו פאבלוצירן בילדער פון זיך מיטן קינד אויף פארשידענע וועבזייטלעך בכדי צו ווייזן און פארדרייען די מוחות אז זי האט אין פאקט יא דאס קינד... וד"ל.

אין די זעלבע צייט פרובירט זי מיט די הילף פון געוויסע גייסטיש-צורודערטע כופרים און קרימינאלן מיט פערזענליכע אגענדעס צו שאפן קאפ-ווייטאג פאר דעם חשובע פאטער אויף פארשידענע פראנטן, אבער ב"ה אין יעדע פארזוך זייערע צו מצער זיין ר' אהרן יוסל זענען זיי מיאוס דורכגעפאלן און געליטן זעלטענע נידערלאגעס איינע נאך די אנדערע. הודו לשם פאר די געוואלדיגע חסדים וואס דער רבש"ע דער הויפט ריכטער האט דא געוויזן, השם יתברך זאל ווייטער שוצן דעם אומשילדיגער נשמה'לע און זיין מסירות נפש'דיגער פאטער פון די בייזוויליגע פארשוינען.

המה כרעו ונפלו וכו'

פרישער » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:02 pm

· #153111
מנשה דיינע דיבורים זענען ווערטער וואס לייגן זיך אויפן שכל, זיי עס מקבל באהבה, לאז זיך נישט פון יעניגע וואס ווילן דיך באשמיצן, דער אמת וועט ארויף קימן ווי בויבל אויף ווארעם'ס, און א קאץ וועט ארויס פון ארון קודש, וועט מען טרעפן אנדערע זאכן צו רעדן, דו וועלט עקט זיך נישט אזוי שנעל, עס איז א ניסיון וואס מאיזה סיבה ווערסטו ג'פריווט, ווי עס שטייט את אשר יאהב ה' יוכיח, אבער וויסן זאלסטו אז דער וועלט איז נישט הפקר, וגם דמו הנא נידרש
איך האב אמאל געהערט פון א קליגן עלטערן איד, האט ער מיר געזאגט, וואס זענען ביי דיר קשיות, זענען שוין ביי מיר תירוצים.

מהנשתנה » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:50 pm

· #153126
איין קשיא נאר מנשה, פארוואס ליגט אירע פריוואטע וועש אויף דיין בעט?

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:43 am

· #153233
כ'וואלט באמת נישט געדארפט ענטפערן, ווען דו זוכסט דווקא קשיות.
ס'נישט איר וועש, זי איז א רגע אריינגעקומן און א רגע שפעטער פארטריבן געווארן

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:45 am

· #153234
פרישער, דער ווארט פון דעם עלטערן איד איז מורא'דיג. (כאטש איך בין נישט אזוי זיכער אז איך פארשטיי דער באדייט פונקטליך).

אדוואקאט, עפעס מאדנע האסטו זיך אנגעקלעבט אין דעם אהרן יוסל, כאטש דו טענה'סט שווארץ אויף ווייס אינעם מצליח אשכול אז דו ביסט נישט ער. לאז אהרן יוסל לעבן, און דו לעב דיר דיין אייגן לעבן. ביסיידס, איז דא א תקנה אויף קאווע שטיבל אז מען צופויקט נישט קיין פריוואטע געפעכטן דא. בכלל, ווי קומט די תגובה אריין אין דעם אשכול?

בשםואין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:15 am

· #153265
איינער האט געכאפט אז רעב מנשה זאל זיין געזונט האט געטוישט די דעטאלן פון די מעשה?

פון אנפאנג האט ער געזאגט אז ער איז אריבערגעגאנגן צו איינעם אינדערהיים משמח זיין, איצטערט האלט עס אז ס׳איז געווען ביי זיך אינדערהיים.

אזויווי רעב מנשה גייט נישט קיין שטיוול (ווייל טיף אין הארצן האלט ער נישט פון די משוגעתן) שטעלט זיך די פראגע וועמענס שטיוול איז דאס?

מהנשתנה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:39 am

· #153269
מנשה לוסטיג
כ'וואלט באמת נישט געדארפט ענטפערן, ווען דו זוכסט דווקא קשיות.
ס'נישט איר וועש, זי איז א רגע אריינגעקומן און א רגע שפעטער פארטריבן געווארן


מנשה, ראה נא למי החותמות והפסולים.
📎 image.jpg

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:00 pm

· #153320
איך ווארט אויף מנשה'ס אנטווארט.

איך דערהער ענדערש זיין זייט פון די מעשה, און איך ערווארט א פאסיגע ענטפער אויף די בילד.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:24 pm

· #153327
לכבוד שבת קודש
איך ווארט אויף מנשה'ס אנטווארט.


איך ווארט נישט אויף זיין אנטווארט, ער האט שוין גענוג גענעפערט און עס איז דא א שיעור וופיל צי דרייען א צווייטענס קושקעס,
עס איז קיינעמ'ס נישט געשעפטן וואס א ער האט יא אדער נישט געטיען, און מען קען שוין אויפהערן מיט אזלע זינלאזע שאלות.

יעדער פארשטייט אז דא איז געווען א שפיצל צי באגראבן מנשה, און עס פעלט נישט אויס אז זאלן קימען חברה פון אונז און עס ווייטער טראגען, ב"ה אז די שפיצל איז נישט געלונגען און משנה איז אנטלאפן ווי נאר ער האט איר געזען ער איז בייגעשטאנען זיין נסיון נישט צי טאנצען מיט איר, די אלע פון צווישען אונז וואס דאווענען בעטען יעדן טאג ואל תביאנו לידי נסיון מנשה איז געקימען דערצו און ער איז בייגעשטאנען.

חסל.

קינות גירושין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:44 pm

· #153333
מנשה ענטפער נישט!
קאווע שטיבעל איז מיט דיר
We love you

בשםואין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:06 pm

· #153345
קיינער האט נישט געבעטן מנשה׳נען זיך אריינצושטעלן פארנט פונעם צילברעט, ער האט זיך געקענט רעגיסטרירען אונטער א ניק און פון אונטערן מאסקע פונעם ניק גיסן פעך און שוועבל אויף אלע וואס גייען נישט אין שפאן פונעם סקווירא׳ן רעזשים.

למעשה שטייט ער דא ביים באלעמער מיט זיין נאמען און שעלט מענטשן רעכטס און לינקס, מה עשה הקב״ה, ס׳ארויסגערינען א נישט איידעלע ריקעדיגע פיקטשער און ער האט אנגעהויבן פארדרייען א קאפ מיט תירוצים, קודם איז עס געווען ביי א צווייטן אינדערהיים, א חולה נישט מער געדאכט, און נעכטן האט זיך עס געטוישט צו זיך אינדערהיים, עפעס א חבר א גרוש איז געקומען און ס׳אראפגערינען שטיקער עצבות, איי מין קאם אן, וויפיל מאל מיינט ער אז מ׳קען פאלן איינעם, זיין באגלייבטקייט הענגט אויף א האר.

און דאס רשעות וואס ס׳ליגט אין זיינע ווערטער אקעגן דבורה טאמבור וואס ער האט געזאגט פאר די מידיא איז אומבאשרייבליך, א מיטגעמאכטע גייסטיש צובראכענע פרוי, זי איז געווען אסאך אין פסיכיאטארישע שפיטאלן, ע״פ הלכה ווייס איך נישט צו אזעלכע מענטשן זענען מחויב במצוות, קומט דער זעלבסטגעקרוינטער עסקן וואס גייט מכלומרשט אין שפיטעלער און אין טורמעס משמח זיין צובראכענע הערצער און רעדט צוזאם כל דבר אסור אויף איר ווען די עלטערן, שוועסטערס און ברידערס זיצן נאך אויף קליינע בענקלעך?

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:13 pm

· #153349
בשםואין
קיינער האט נישט געבעטן מנשה׳נען זיך אריינצושטעלן פארנט פונעם צילברעט, ער האט זיך געקענט רעגיסטרירען אונטער א ניק און פון אונטערן מאסקע פונעם ניק גיסן פעך און שוועבל אויף אלע וואס גייען נישט אין שפאן פונעם סקווירא׳ן רעזשים. מה עשה הקב״ה, ס׳ארויסגערינען א נישט איידעלע ריקעדיגע פיקטשער און ער האט אנגעהויבן פארדרייען א קאפ מיט תירוצים,


בקיצור מיינסטע מרמז צי זיין אז די ביסט א שליח סטרעיט פון השי"ת זיך אפצירעכענן מיט מנשה?

און ווען השי"ת וועט זיך מיט דיר אפרעכענענן? וועם זאל ער דעמלאטס שיקען? מנשה?

בשםואין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:21 pm

· #153352
איך בין א שליח פון באשעפער?!
ווען האב איך דאס געזאגט?

ווען ס׳קומט צו באשמיצן יענעם איז ער ראש וראשון, איצטערט האט אים די השגחה צוגעפירט א שיסל פון זיין אייגענע שמוץ, זאל ער עס עסן געזונטערהייט.

נישט פארגעסן א נאך ברכה.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:25 pm

· #153354
איך האב גארניקס מיט מנשה, אבער אויב ביסטו באמת אנגעווייטאגט אויף מנשה דאן זייט וויסען אז איר קענט זיך נישט טרייסטען מיטען קליפ ווייל מען זעט נישט גארנישט דארט,
זיי נישט ברוגז אבער די קליפ איז גאר א שוואכע נקמה מען זעט נישט נישט גארנישט דערין.

מורינו הרב » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:29 pm

· #153357
שלום עליכם מנשה צו דיין נייע ניק.

משנה שם משנה מזל.

זאל זיין מיט הצלחה.

בשםואין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:31 pm

· #153358
פאריז
איך האב גארניקס מיט מנשה, אבער אויב ביסטו באמת אנגעווייטאגט אויף מנשה דאן זייט וויסען אז איר קענט זיך נישט טרייסטען מיטען קליפ ווייל מען זעט נישט גארנישט דארט,
זיי נישט ברוגז אבער די קליפ איז גאר א שוואכע נקמה מען זעט נישט נישט גארנישט דערין.


ביזט טויזענט פראצענט גערעכט, פונעם קליפ זעהט מען כמעט גארנישט,(חוץ שטיוול מיט פרויען אונטערוועש) זיין טוישן לאוקעישאן וואו עס איז פארגעקומען, האט אנגעצינדן דעם רויטן לעמפל.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:34 pm

· #153359
עם מען זעט נישט קיין פרויען אינטערוועש, אבער די ביסט א צוהיצטער .... וואס זעט און א בלענקעט וועש, און לייט פאול א פרוי,

בשםואין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:37 pm

· #153361
פאריז
עם מען זעט נישט קיין פרויען אינטערוועש, אבער די ביסט א צוהיצטער .... וואס זעט און א בלענקעט וועש, און לייט פאול א פרוי,


זאג אזוי, ער האט געטאנצן מיט א לייט פאול וואס האט געהאט זייער ווייניג בלענקעט...
בלאט: 1 2