☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חג האסיף - באספך את תבואת הארץ

חג האסיף - באספך את תבואת הארץ

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4770

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:49 pm

· #150290
חג האסיף - באספך את תבואת הארץ
וחג "האסיף" בצאת השנה באספך את מעשיך מן השדה.

די חגים און ימים טובים פון די אידן האבן אין זיך אנדערע אספעקטן און פארשידענע זייטן. מיר אלע ווייסן אז די אייבישטער רופט אן די שלש רגלים חג המצות, חג הסוכות און חג העצרת (הביכורים). מיר רופן עס פסח, שבועות און סוכות. עס זענען דא מערערע הסברים אין די נעמען, וואס זיי רעפרעזענטירן און וואס אונזער עבודה איז. איך וויל אבער רעדן איבער נאך אן אספעקט פון די שלש רגלים וואס ווערט נישט אסאך געלערנט אין ישיבה און מען רעדט ווייניג דערפון, אבער עס איז פונקט אזוי וויכטיג אויב נישט מער.

די שלש רגלים ווערן אויך אנגערופן "אביב, קציר און אסיף". די טייטש איז צייטיג, שניידן און איינזאמלן. דאס רעפרעזענטירט די דריי וויכטיגע זמנים פאר די חקלאי/פארמער וואס ארבייט אין די פעלד א גאנץ יאר. דאס זענען די דריי וויכטיגע junctures פאר אים. וואס פאר א משמעות האט דאס אבער פאר אונז כלל ישראל? וואס האט דאס מיט די ימים טובים פסח, שבועות און סוכות? פארוואס ווייסן, פארשטייען און הערן מיר אזוי ווייניג דערפון היינטיגע טעג? איז דאס סתם א סימן וואס די תורה האט געגעבן אז מיר זאלן וויסן ווען יום טוב איז? איז דאס א רמז וואס די תורה האט געגעבן כדי מיר זאלן וויסן מעבר צו זיין די יאר? אויב אזוי דאן שטעלט זיך די שאלה פארוואס פעלט טאקע אויס אז מיר זאלן מעבר זיין די יאר? פארוואס זענען די מועדים אפהעניג דייקא אין די צייטן פון די יאר?

דאס ערשטע מאל וואס איך האב אריינגעטראכט אין דער נושא איז געווען אפאר יאר צוריק אין מיטן די זוממער, ווען איך האב געליינט Alex Haley's בעסט-סעלער בוך Roots. אין די בוך גייט העילי צוריק צוויי הונדערט יאר אין היסטאריע צו די אפריקאנער דערפל ווי איינער פון זיינע זיידעס - קונטע קינטע - איז געבוירן געווארן צו א פארווארפענע שבט אין גאמביע. העילי באשרייבט קונטע קינטע'ס לעבן פון געבורט, זיין ערשטע (בערך) פופצן יאר ווי אזוי ער איז אויף געוואקסן אין די מאדינקע שבט, זייערע מנהגים און מהלך החיים. דערנאך ווי אזוי ער איז געווארן פארכאפט דורך א קאנקורירנדע שבט און פארקויפט געווארן אלץ קנעכט קיין אנאפאליס מערילענד אין אמעריקא. דערנאך באשרייבט העילי איבער אלע מיטמאכענישן וואס קונטע קינטע האט מיטגעמאכט אלץ קנעכט אין אמעריקא וכו'. ווער עס האט ליב היסטאריע און אינטערעסאנטע ידיעות איז דער בוך שטארק רעקאמענדירט (טראץ די פאר inaccuracies וואס קריטיקירער האבן געפונען אין די בוך און טראץ דעם וואס עס איז זייער לאנג). אויך איז דא א HBO סעריע דערפון.

איך וויל זיך אבער באציען צו איין פרק אין די ערשטע טייל פון די בוך. עס ווערט דארט ארויס געברענגט באריכות יתירה איבער די הנהגה און די עול הפרנסה ווי אזוי עס איז צוגעגאנגן ביי די מאדינקע שבט. ווי אזוי די מענער און פרויען האבן געטראגן די עול איינצוזייען, שניידן און איינזאמלן די תבואה. די ביטערע backbreaking ארבייט וואס זיי האבן געטון. די פיטאליטעטן וואס די ארבייט האט געקאסט. אויך באשרייבט ער די שוועריקייטן וואס דאס האט מיטגעברענגט. וואס איז געשעהן אויב עס איז געווען צו הייס איין יאר, ווי אזוי מען האט איינגעריסען ביי די געטער פאר רעגן. תעניתים, קרבנות סגולות וכדומה. די זעלבע אויב עס איז געווען צופיל רעגן און פארפלייצונגען. די קרבנות וואס די קלימאטן האבן אנגעמאכט איז אין לשער, אויך די געלט שאדענעס פאר די הייזער, פעלדער וכדומה. איך קען עס אייך נישט אראפ שילדערן ווי עס באדארף צו זיין, קיינער קען עס נישט בעסער שילדערן ווי העילי אליין, עיי"ש.

ווען עס איז שוין ענדליך געקומען די טאג וואס מען האט געענדיגט אריין ברענגן אלע תבואה און געוואוקסן פאר די קומענדע יאר. נאך אלע שווערע היצן, פארפלייצונגען, ביטערע ארבייט, מענטשליכע קרבנות וכו'; מען האט שוין ענדליך אלעס אהיים געברענגט פון די גרויסע פעלדער אויסער די שטאט. עס איז געווען א שמחה וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן און פארשטיין. לאמיך אייך פרובירן אפצושילדערן א מקצת דמקצת פון וואס העילי שרייבט אינעם בוך, וואס ער האט געהערט פון די עלטערע פירער פון די מאדינקע שבט וואס זיי האבן געהערט פון זייערע זיידעס, א מסורה איש מפי איש, קינד פון טאטע ביז...

זיבן טעג האט מען זיך געפרייט, געטאנצט און אפגעגעבן א שבח והודאה פאר די געטער. מען האט גע'שחט'ן בהמות פאר די גאט און מען האט עס שפעטער געגעסן ביי די גרויסע סעודות לכבוד די געהויבענע יום טוב. ספעציעלע קאפעליעס האבן געזינגן און געשפילט פרייליכע ניגונים. מען האט געטאנצט שפעט אין די נעכט אריין ארום די פייערס, בשעת קינדער האבן פארגעשטעלט קונצליכע טענץ אין דער מיט. די רעליגיעזע פירער האבן געהאלטן פייערדיגע דרשות פאר די עולם, און אזוי ווייטער.

בשעת איך האב דאס געליינט בין איך טראנפארמירט געווארן צוריק מיט א 240 יאר און איך האב מיך געפונען אין אן אנדערע וועלט, אין א וועלט וואס האט געלעבט בכל רגע ורגע אין און מיט די נאטור. אבער אין מיטן האב איך מיך געכאפט. וואס גייט דא פאר? ליין איך דא א באשרייבונג פון עפעס א פארווארפענע אפריקאנע שבט אדער איז דאס א באשרייבונג פון די ימים טובים אין אונזער בית המקדש פאר צוויי טויזנט יאר צוריק?

איך האב געטון אביסל ריסערטש און איך האב אויסגעפונען אז אזעלכע ימים טובים באזירט צו דאנקן גאט פאר אונזערע עסן טרונקן און לעבן אין די ספעציעלע junctures פון די פארם ארבייטער, גייט צוריק ביז לכה״פ דריי און האלב טויזנט יאר צוריק. די ימים טובים זענען געפייערט געווארן אין די אור אלטע גריכישע, רוימישע, כינעזער און אינדיאנער קולטורן. מיין ריסערטש האט מיר אויך געברענגט צו טרעפן אז די ימים טובים זענען געפייערט געווארן דורך די אידן פאר טויזנטער יאר צוריק און טאקע אין די סאמע הייליגע טעג פון פסח, שבועות און סוכות. אדער איז גאר געווען פונקט פארקערט; פסח, שבועות און סוכות זענען נתקן געווארן דייקא אין די טעג פון אביב, קציר און אסיף.

די אידן זענען - גארנישט אנדערש ווי די גוים - געווען חקלאים/פארמער. (און מעגליך ווען משיח וועט קומען וועלן מיר צוריק ווערן פארמער.) עס האט געהאט געוואלדיגע מעלות אין דביקות און הכרת השם ווען מען האט געדארפט ארבייטן מיט די אייגענע הענט און פוס פאר א יעדע שטיקל ברויט און א יעדע ברעקעלע רייז. מען האט געלעבט מיט די טבע און מען האט א יעדע טאג געלעבט מיט עצמותו יתברך בחוש ממש. מען האט געלעבט מיט א ריכטיגע צפיה לשם, ס'נישט געווען קיין וועידזשעס און אלע האבן געדארפט רעגן, זון, אפהיטונג פון שקצים ורמשים און אזוי ווייטער. און ווען מען האט שוין געהאט די ברויט אין די האנט איז די שמחה און אפרשיעישאן דערפאר געווען אין לשער. דאס איז א טבעיות'דיגע זאך, אלע האבן אזוי געפילט, אידן און גוים צוגלייך. און אלע זענען געווען גלויביגער. מיר לעבן ליידער אין די אינפארמאציע און טעכנילאגיע age, מיר האבן ליידער נישט קיין מושג וואס דאס מיינט. עס קומט סוכות - זמן שמחתינו, און מיר ווייסן נישט אויף וואס מיר האבן זיך צו פרייען, מיר ווייסן נישט וואס מיר קענען טון זיך צו מאכן פרייליך און דאנקבאר. בשעת ווען די מענטשן, די "טבעיות'דיגע" מענטשן, האבן זיך נאטירליך געפריידט פון זיך אליינס.

מיר קענען זיך נישט פארשטעלן די שמחה וואס האט געהערשט ביי ניסוך המים, אדער ביים הקרבת העומר וביכורים. ווייל די זאכן האבן סימבאליזירט די שווערע ארבייט פון א גאנצע יאר. עס האט סימבאליזירט די געוואלדיגע נאנטקייט צום אייבישטער וואס די עבודת הידים אין די פעלדער האט געברענגט. א יעדע קינד האט פארשטאנען די intricacies און חכמה וואס ליגט אין א יעדע קליינע קערעלע, מורעשקע און ברעקעלע ערד. א יעדע מאן און פרוי האט פארשטאנען און אפרישיעיטעד די פרוכט פון די שווערע הארעוואניע. ווען מען האט גע'שחט'ן שלמים איז עס נישט געווען סתם ווייל עס איז דא א מצוה צו ברענגן א קרבן. די עולם האט געברענגט קיען און אקסן אין די מאסן ווייל מען איז געגאנגן צו א גרויסע PARTY! א פארטי פאר זיבן טעג, א פארטי מיט שיינע זינגער, לעבעדיגע טענץ, קונצען, מי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו!

ווען די פארטי האט זיך געענדיגט און מען האט זיך געגרייט אהיים צו גיין אנהייבן די פרישע יאר פון הארעוואניע, האט מען מתפלל געווען פאר גשם, עס זאל נישט זיין קיין היצן און נישט קיין פארפלייצונגען. זיי האבן אלע גוט פארשטאנען וואס מען דארף בעטן און וועם צו בעטן.

אזוי ווי די אידן האבן דעמאלטס געפראוועט א גרויסע פארטי אזוי ווי איך האב שוין ערקלערט, האט די אייבישטער געזאגט ״זאלן זיי שוין דעמאלטס דאנקן פאר אנדערע זאכן אויך, זאלן זיי טון אביסל פאר רוחניות אויך. איר פריידט זיך מיט די ענדע פון די פארם-יאר, דאן פריידט אייך אויך מיט די ענדע פון די תורה. איר פריידט זיך מיט געוואוקס פריידט אייך אויך מיט די לולב און אתרג וואס זענען מרמז וכו'״.

די אייבישטער האט דייקא געוואלט אז די ימים טובים פון פסח, שבועות און סוכות זאלן coincide'ן מיט די זמן אביב, קציר און אסיף. די אייבישטער האט געוואלט אז ווען מיר פרייען זיך פאר די זאכן, ווען מיר האבן סייווי די התבוננות און אנערקענונג אין די גדלות הבורא ומציאתו בעולם, ווען מיר פילן זיך סייווי אזוי נאנט מיט אים, ווען מיר זענען אויף א high, טאקע דעמאלטס אין אזא צייט איז די בעסטע צייט צו פראווען די הייליגע סדר. דעמאלטס איז די צייט צו עסן אין די סוכה, שאקלן לולב און זאגן אתה הראת לדעת. דעמאלטס איז די בעסטע צייט צו פייערן די קבלת התורה. פארדעם זענען מיר נצטווה געווארן צו מעבר זיין די יארן, כדי די ימים טובים זאלן אלץ זיין אין די פרייליכע און פייערליכע תקופות.

מיר זענען אבער ליידער נישט אזוי נאנט מיטן באשעפער, מיר האבן נישט זוכה געווען צו די מזונות מרורים כזית ״מיד השם״. נאר אנשטאט דעם האבן מיר מזונות מתוקים מידי בשר ודם. מיר לעבן נישט מיט די טבע און מיט די אייבישטער בחוש. מיר מיינען אז ברויט קומט פון די בעקעריי, פלייש פון די meat department אין די גראסערי, וואסער פון די שטאטישע רעזורוואר און פרנסה פון די בעל הבית. עס ליגט אבער א חוב אויף אונז צו טון כל מה שביכלתינו צו צוקומען עפעס עפעס נאנט צו וואס די טונקעל הויטיגע מאדינקע האבן געשפירט בשעת די חג האסיף, אולי א טראפקעלע וואס אונזערע זיידעס האבן געשפירט בשעת ווען זיי האבן גע'שחט'ן זייערע קיען און אקסן אין די בית המקדש. איז דא א chance אז ווען מיר עסן די צינג דעם יום טוב און מיר שלינגען עס אראפ מיט די געשמאקע רויטע קארבענעי, אז מיר זאלן שפירן א מעין דמעין פון די שמחה וואס אונזערע זיידעס האבן געפילט? איז דא א מעגליכקייט צו שפירן א קוצו של יו"ד פון זייער נאנטקייט צום בורא כל עולמים? וואס זאגט איר?

איך וועל מיך דא אפשטעלן דערווייל, איך וועל פארענדיגן מיטן ציטירן א בריוו וואס הרב קוק ז"ל האט געשריבן צו זיין זון לכבוד חג האסיף. (כ׳האב עס געפונען אויפן אינטרנט, איך קען נישט טרעפן די לינק דערצו יעצט.)

יאר ד' פניו אלינו, לקבל את רשמי אורות קדשו בימי החג שתוכנו ואופיו הוא להטביע את [חותם] אור ישראל בטבע החיים, בטבע הנפש, בטבע העולם, בטבע היש, בטבע ההויה. באים אנו בחג האסיף בירח האיתנים, במועד הגבורות - גבורות הגשמים ועוז הרוח, הכבדת האכף [עפ"י איוב ל"ג, ז] של הטבע הסתוי ההולך וממשמש לבוא, ואנו מתקרבים אל הטבע: יושבים בסוכה, נאחזים באגודת נטעים רעננים, שמחים בשמחת המים, בשמחת הרוויה הטבעית בברכת ד' על היקום, חודרים אנו גם בטבעיותה של האנושיות, בהכרח החמרנות שלה, בצורך שבעים האומות, ועל כל אלה אנו מטביעים את הוד הקודש שממעל לכל טבע.
הראי"ה קוק [איגרת לבנו ערב סוכות שנת עזר"ת]





.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 11:23 am

· #150533
זייער שיין, הוגה.

עס איז אבער נישט שייך היינט צו זיין פרייליך צוליב די סיבה, ווייל עס איז טאקע פשוט נישט שייך פאר אונז. ביי אונז קומט טאקע די ברויט פונעם בעקער און די פרוכט פונעם סופערמארקעט. וואס קען מען טאן?
ביי אסאך ביזנעסער איז עס אביסל אנדערש, אבער ענליך. מען ארבעט אריין מיט אוממענטשליכע כוחות בעפאר די ימים טובים, צי דריי גוד געשעפטן, אדער קינדער קליידער און פרויען קליידער, שיך געשעפטן, די גראסעריס ארבעטן אווערטיים און אזוי אויך די בעקערייען, ווער רעדט נאך פון די הארדוועיר געשעפטן, אלע ביזנעסער מאכן די מערסטע געלט בעפאר יו"ט, א גאנץ יאר זיצן געשעפטן און קוים וואס א קאסטומער קומט אריין קויפן א קלייניגקייט, קומט אבער בעפאר פסח און בעפאר סוכות, און אלעס צאלט זיך אויס... און ווען עס קומט דער ליבער יו"ט, מען אטעמט אפ פון די שווערע עבודה און די געשוואלענע טאשן זענען יסורים של אהבה, דאן איז די ריכטיגע ימי השמחה...

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:39 pm

· #150569
סאו היינטיגע צייטן וואלט מען געמאכט א יום טוב יעדע מאל עפל געבט ארויס א נייע פאון?

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:02 pm

· #150577
הערליך שיין באשריבן, הוגה. דאס איז באמת די כונה פון דעם ולקחתם לכם פרי עץ הדר, ווי דער חינוך שרייבט אז די ארבע מינים גיבן אריין א שמחה פאר יעדן וואס זעט עס. די אריגינעלע נאטור, די שיינקייט פון גאט'ס טבע, די וואונדערליכע סיסטעם וואס איז איינגעפלאנצט אין די בריאה, ווי יעדער באשעפעניש באקומט זיין נערונג פון א צווייטן, דער ecosystem ווי אזוי אלעס ארבעט וואונדערליך אין הארמאני, איז וואס מיר סעלעברעיטן אום סוכות.

ברסלבער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:56 pm

· #150597
@הוגה, זייער שיין!
און וואס טוט מען אז היינט קען מען זיך נישט פרייען אויף די זעלבע אופן פון אמאל? נוצט מען אויס די דריי ימים טובים צו מאכן א שטיקל סטאנציע פון די גאנץ יאריגע געפילדער, און פארברענגן אביסל מיט די משפחה מיט שמחה.
גלייך נאך דעם פסוק באספך מגרנך ומיקבך, זאגט די תורה ווייטער "ושמחת בחגיך אתה ובנך ובתך". אז דו האסט נישט קיין גורן ויקב, פריי דיך מיט די בנים ובנות.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:13 pm

· #150907
שמעקעדיג
עס איז אבער נישט שייך היינט צו זיין פרייליך צוליב די סיבה, ווייל עס איז טאקע פשוט נישט שייך פאר אונז. ביי אונז קומט טאקע די ברויט פונעם בעקער און די פרוכט פונעם סופערמארקעט. וואס קען מען טאן?


@שמעקעדיג, דאס איז טאקע מיין נקודה! נעם אפאר מינוט/שעה און זיי דיר מתבונן אביסל און טראכט אריין מיט וואס פאר א לויטערע אמת'ע שמחה און קרבת אלוקים זיי האבן געלעבט. (אקעי נישט אלע, אבער עכ"פ ווען דו וואלסט געלעבט אזא מין לעבן וואלסטו זיכער אזוי געשפירט.. 😃 ) ליין אביסל איבער זייערע לעבן, קוק אין די אגדות חז"ל. דו מיינסט אז די פשוטי עם וואס האבן שואב געווען רוח הקדש ביי שמחת בית השואבה מיינט עס אז זיי האבן אנגעהויבן צו נעמען קוויטלעך און זאגן עתידות? דער רוח הקדש מיינט א העכערקייט, א הייליגע גייסט, א הבנה און הכרה בהשם. זיי האבן נישט פארציילט פאר קיינעם וואס עס טוט זיך אין הימל, זיי האבן נישט געזעהן די אבות הקדושים און אליהו הנביא. גאט האבן זיי אבער יא אלע געזעהן און געפילט, אט דאס איז די רוח הקדש וואס זיי האבן משיג געווען. שטעל דיר פאר אזא מחזה. צענדליגע טויזענטע פארמער מיט גרויסע בלויע overalls, רויטע העמדער, ברוינע שטיוול (הייסט סקווער האט יא די מסורה 😉 ) מיט שאוולען און rakes טאנצן און הוליען א גאנצע נאכט אין די בית המקדש. אינדערויסן גייט א ריח ניחוח פון די טויזנטער קיען און אקסן וואס בראטן זיך אויף די גרילס (גרוילס?) וויין גיסט זיך כמים, און מען שעפט רוח הקדש! יא, עס גייט געקניפט און געבינדן איינער מיטן אנדערע.

ווי אזוי און פארוואס האבן זיי דאס געשפירט? ווי אזוי קענען מיר צוקומען צו משיג זיין א מעין דמעין פון דעם? די תירוץ איז אז זיי האבן געלעבט מיט די נאטור. זייערע פינגער, זייערע לייב און לעבן האבן פיר און צוואנציג שעה א טאג געשפירט גאט ב"ה'ס יציר כפים. זיי האבן אין דעם געשפירט און געזעהן די גדלות הבורא, אזוי ווי איך האב שוין אויבן געשריבן. קענען מיר משיג זיין און פארשטיין די זעלבע? איך ווייס נישט. אבער מיר קענען ארבייטן און שטרעבן צו גיין אין יענע ריכטונג. ווען מיר נעמען די ד' מינים אין די הענט און מען שאקלט צו די ו' קצוות, אנשטאט טראכטן פון חג"ת נה"י לשם חג"ת נה"י, לאמיר זיך מתבונן זיין אין די נאטור וואס מיר האלטן אין די הענט און די כח המהווה ומחיה אותם ואותנו. אזוי ווי @יאיר האט געשריבן, "די ארבע מינים גיבן אריין א שמחה פאר יעדן וואס זעט עס. די אריגינעלע נאטור, די שיינקייט פון גאט'ס טבע, די וואונדערליכע סיסטעם וואס איז איינגעפלאנצט אין די בריאה, ווי יעדער באשעפעניש באקומט זיין נערונג פון א צווייטן, דער ecosystem ווי אזוי אלעס ארבעט וואונדערליך אין הארמאני. די זעלבע איז ווען מיר זוצן אין די סוכה אונטער די סכך, און אזוי אויך ביי אלע עניני יו"ט. לאמיר ווערן בשמחה פון די עצמינו ובשרינו, די אש מים רוח עפר, און נישט זיין אזוי פארנומען מיט די ראשון לחשבן עוונות, זדונות נעשות זכיות וכדומה. איך ווייס אז איך גיי צו אן עקסטרעם, איך פרוביר פשוט צו ארויסברענגן א נקודה.

[ציטאט אראפגענומען]


עס שטייט אין געוויסע ספרים אז ר"ה ויו"כ זענען בעצם אויך דייקא געשטעלט געווארן אין די געהויבענע טעג פון אסיף. באמת איז דאך תשרי פונקט אין מיטן די יאר. נאר עס איז ביים שוועל פון די ארבייטס יאר פאר די פארמער. דייקא אין די טעג איז א שעת בכשר סיי צו מאכן א חשבן הנפש, און סיי צו ווערן נענטער מיט די אייבישטער.



.

smart man » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 3:04 pm

· #150963
meshom hoyu shoavin ruach hakodesh
whats pshat? 1
very well written about yomim tovim 🙂

ממרום שלח אש » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 10:35 pm

· #151060
זעענדיג די קעפל האב איך געמיינט אז דו וועסט שרייבן איבער א ענין וואס דרוקט מיר שוין ימים ושנים.

דערווייל ביזטו מיר געווארן ביזי מיט קוק'ן און ביזט אריין אין עקסטאז איבער הארמאניע אין די בריאה.

מיר באדערט אז ווען מען קוקט מיט א ניכטערן בליק, זעט מען ווי די תורה נעמט עקזיסטירענדע פייערונגען און ברענגט עס אריין אין אידישקייט, ענליך צו די קריסטליכע ימים טובים וואס זענען על פי רוב פאגאנישע (אפילו קראצמעך גופא, כידוע ליודעים).

ווי שטימט עס מיטן די תורה שקדמה לעולם?

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:33 pm

· #151070
@ממרום שלח אש, איים סארי, כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביזט אלערדזשיק צו הרב קוק. איך פיל שלעכט פאר דיר. ביטע זיי מיר מוחל דאס מאל, און נעקסטע מאל בל"נ וועל איך נישט ארויס שרייבן זיין נאמען.

בנוגע דיין קשיא, הסתכל באורייתא וברא עלמא. וברא עלמא מיינט אויך די פעגענישע עבודה זרה'ס מיט זייערע ימים טובים. וועלכע איז תלוי אין וועלכע מלפני בריאת העולם ווייסן מיר נישט. אבער מיר ווייסן יא וועלכע הנהגות ומצוות האבן שוין עקזיסטירט אין די אור אלטע קולטורן לאנג פאר מתן תורה. חג האסיף harvest festival איז איינער פון די זאכן.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:54 am

· #151091
עס איז גאנץ ריכטיג אפשר היסטאריש, הגם איך ווייס נישט פון ווי דו ווייסט וואס האט זיך געטוהן אמאל ביי זיי אין הארץ, אבער איך האב נישט ליב די סארט מסקנות אז אמאל האט מען געלעבט אין הארמאניע בלא בלא בלא. פון תיאורים פון דבקות אין חז"ל אדער שפעטערדיגע ספרים קען מען פארשטייט זיך נישט בויען קיין היסטאריע. עס איז מסתבר אז א פשוטע'ר איד א פעלד ארבעטער אין די צייט פון בית ראשון האט ניטאמאל געקענט ליינען און שרייבען און קוים וואס ער האט פארשטאנען צוויי ווערטער וועגן רוחניות און בריאה און הארמאניע. די מעשיות פון שמחת בית השואבה אגב רעדט זיך שוין שפעטער אין זמן בית שני ווען אחוץ אגרוקולוטר איז געווען אן אוועקגעשטעלטע אינטעלעקטאלע סאסייעטי, איז בכלל שטימט עס נישט מיט דיין פשט.

אבער העיקר, ליינט מען אין סוכות אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה. איך וואלט זיך פאר קיין געלט נישט אויפגעטוישט מיין סמארטפון פאר א שאוועל מיט אווועראלס נאר כלומ'רשט צו ארויסהאבען די שיינקייט ון די בריאה. עפעס א פייגעלע זאגט מיר אריין אין אויער אז אסתכל באורייתא וברא עלמא איז כולל נישט נאר פאגאנישע ימים טובים נאר אויך סמארטפונס אינטערנעט און פעיסבוק, און דאס איז פונקט אזא חלק פון די בריאה ווי אגריקולטור. (אמת'דיג מקורות'דיג ווי גאט האט באשאפען די וועלט איז דאך נישט אגרוקולטור נאר דווקא hunter-gatherers) און מען קען מסתמא דערגרייכען מיט דעם זי זעלבע דבקות. איך גלייב אז רוב מענטשען זענען פונקט אזוי דעמאלטס געווען פאריאגט און פארפלאגט מיט די שאוועלס זייערער ווי אונז מיט אונזערע טעלעפאנען, און די פאר הוגה'ס יחידי סגולה וואס האבען זיך גענומען די מוה מתבונן זיין זענען דא כאז כן היום.

שוין בזמן חז"ל, און אויב וויל מען גלייבען די פארשער איז אפילו שוין שפעטער אין זמן המקרא, האט די אגרוקולטורער משמעות פון די ימים טובים נישט געהאט קיין באדייט, און מען האט עס פארטוישט אויף מער רוחניות'דיגע מושגים, אזוי איז חג הקציר געווארען זמן מתן תורתינו, חג האסיף זמן שמחתנו און זכר לענני הכבוד, וכו'. דער מהלך גייט אן מימות עולם מיר נעמען די ימים טובים און לייגען אריין אין דעם א היינטיגע משמעות. (עיין למשל כעת כאן <a class="postlink" href="http://thetorah.com/why-we-sit-in-the-sukkah/">http://thetorah.com/why-we-sit-in-the-sukkah/</a>) און דער מהלך האט מען ממשיך געווען מיט די אושפיזין און מיט די נוי סוכה וכו' כל אחד כפי עניינו. עס איז נישט מער אדער ווייגער אמת ווי דער אמאליגער אגרוקולטורער פשט.

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:53 am

· #151095
שמחת בית השואבה איז געווען בזמן בית ראשון אויך, פון דארט איז דאך יונה געווארן א נביא כמבואר.

צו מאכן א כלל אז בזמן בית ראשון איז מען געווען ווייניגער אינטעלעקטועל געשטימט, ברויך זיך אויך בויען אויף עפעס. בפשטות זעהט נישט אויס אזוי, אפשר איז געווען געוויסע איינצלנע תקופות פון שכחת התורה, אדער אז די הנהגה איז נישט געווען תורה'דיג וואס דאס האט גראדע גאנץ אפט פאסירט, אבער אין די זעלבע צייט איז געווען טויזנטער אידן וואס זענען געווען בקי אין תושבע"פ.

אוודאי איז אגריקולטור דאס וואס איז מבואר אין פסוק דער עיקר שמחה.

לעיקוואד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 2:55 pm

· #151175
יונה איז א דרש אין חז''ל. נישט היסטאריע. און די אלע עדות פון חז''ל וועגן שמחת בית השואבה רעדט זיך פון בית שני. וואו עס איז נישט משמע עס האט א שייכות מיט אגריקולטור. אין זמן בית ראשון איז נישט געווען די תורה שבע''פ ווי עס האט זיך אנטוויקלט מימי בית שני און אויב עס איז געווען אחףיז עס געווען בעיקר די כהנים וכדו' וואס האבען געלערנט כמבואר בפסוקים רבים בחומש, בשעת רוב עולם איז געווען איליטעריט ף. נאר מימות בית שני איז געווארען כתר תורה כל הרוצה זוכה בה. כל זה מבואר בספרים רבים וכמעט שאין בהם חולק חוץ מפשעטלעך ודמיונות דורות הראשונים ואביגדור מילר, ואכ''מ ענין זה.

און מהירי תיתי ע''פ תורה איז די עיקר שמחה אגריקולטור? אין חומש איז א סתירה אמאל שטייט דאך למען ידעו, און אין חז''ל איז אוודאי נישט מוכרח אזוי.

הוגה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 3:09 pm

· #151179
@לעיקוואד, קיינער זאגט נישט אז מיר ווילן צוריק גיין צו די צייטן ווען מען האט נישט געהאט די אלע מדע וטעכנילאגיע. מיר ווייסן אבער אז אלעס קומט מיט א פרייז. די פרייז פון די טעכנעלאגיע איז פאריאגטקייט, אי-התבוננות, און בעיקר פעלט אונז די פארשטאנד און דאס לעבן מיט די נאטור. טוען די מעלות איבערוועגן די חסרונות? מן הסתם. און אפילו ווען מיר וואלטן יא געוואלט צוריק דרייען די זייגער פרעגט אונז קיינער נישט. פה אשב עדי עד, דא זענען מיר און מיר שטעלן זיך נישט אפ. וואס יא? מיר קענען פרובירן אויף ווי ווייט מען קען פארשטיין וואס זיי האבן יא געפילט און פארשטאנען, און עס אדאפטירן צו אונזער לעבן און צו אונזער פארשטאנד.

עס איז שווער צו לייקנען א זאך וואס איז אנגעגאנגן אין אלע קולטורן איבער די גאנצע וועלט. עס זענען נאך געבליבן א זכר דערפון בפועל און אויך איז געבליבן פארשריבן די היסטארישע איבערלעבינישן וואס זענען איבערגעגעבן געווארן איש מפי איש ביז עס איז אראפגעשריבן געווארן. ספעציעל אויב די תורה אליינס האט געפונען פאר וויכטיג עס אפצושרייבן אין מערערע פלעצער אין די תורה און אין נ''ך.

אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, אבער געוויסע אספעקטן האבן זיי געהאט בעסער פון אונז. ווי אזוי קענען מיר אדאפטירן די אספעקטן צו אונזער דור? דו פארשטייסט אליין אז די הבנה און די ריוח פון טון די מצוות החג מיט די אויבן-דערמאנטע כוונות איז אסאך מער ווי עס טון צוליב די סיבות וואס מען לערנט געווענטליך אויס אין חדר. עס מאכט זיך נישט קיין סאך צייט פאר א איד זיך אפצושטעלן און זעהן די יד וגדלות השם אין אלעס וואס מיר האבן. ווען מען גייט אריין אין די סוכה, ווען מען נעמט די ד' מינים אין די הענט, דארף עס אונז דערמאנען פון וואו עס קומט, ווי אזוי האט עס געמאכט פילן די מענטשהייט אין די צייטן ווען מען האט יא געארבייט דערפאר א גאנצע יאר, און עס דארף דינען פאר א דערמאנונג אז מיר זאלן זיך מתבוננן זיין אין "אונזערע" חסדי השם. טאקע דאנקען די באשעפער פאר די קאמפיוטערס, אינטערנעט, סמארטפאון. א באזונדערע יום טוב וואלט געמעגט געפייערט ווערן נאר פאר GOOGLE אליינס. שמחת תורה זאל מען טאנצען מיט א סמארטפאון אויפגעמאכט צו היברו בוקס. אבער מיר קענען נישט טוישן די מנהגים. מיר קענען אבער יא טוישן אונזער התבוננות. איך האב שוין לאנג געטראכט אז די האלידעיס פון לעיבאר דעי און טענגסגיווינג זענען ריכטיגע אידישע ימים טובים. אלץ ואבדיל קענען מיר עס נישט פייערן. וועלן מיר פייערען לעיבאר דעי אום סוכות און טענקסגיווינג פסח וכו'.

ווער עס פילט זיך באקוועם מיט די אנדערע וועג זאל עס טון, איך מיין אבער אז די וועג איז מער צוגעפאסט פאר אונז. צדיקים וואס ביי זיי מיינט חטאים, פוגם געווען אין עריות דאצילות (WHAT EVER THAT MEANS) זיי קענען אויך לעבן מיט ימים טובים אין אצילות. מיר זינדיגע אבער אין עשיה, פאר אונז רעדט ימים טובים אין עשיה.


.

לעיקוואד » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:24 pm

· #151222
בקיצור הוגה איז באנו צו א צוויטער פראבלעם, נישט אז היינט איז ערגער בגשמיות אדער ברוחניות. נאר אז היינט איז די רוחניות/תורה נישט סינקראנאזירט מיט די גשמיות. אמאל איז די טעמי המצוות געווען גאר געשמאק כפשוטו אינ'ם עולם הזה, חג האסיף, וכו'. און היינט (נישט נאר היינט נאר שוין אפשר מזמן חז"ל) איז דאס נישט רעלעווענט פאר אונז. נישט די גשמיות פעלט אונז אדרבה עס איז אונז אסאך בעסער. ווי אויך נישט די רוחניות פעלט אונז אדרבה מיר דרייען זיך אין אצילות אסאך בעסער ווי אמאל. נאר די קשר צווישען די צווי. אין אנדערע ווערטער באנו לבעיית מצוות שבטל טעמם. אויב וואלטען מיר געגאנגען לויט די טעם, וואלטן מיר די רגע עס איז נישט שייך חג האסיף אויפגעהערט דאס פראווענען, און אפשר געמאכט נייע ימים טובים אויף דאס ואס איז יא נוגע, נאר וויבאלד מיר נעמען אן לא דרשינן טעמא דקרא איז געבליבען די אלע מצוות ווי א זכר בעלמא וכחוק בלי טעם. דאס איז נישט קיין פראבלעם פון ירידת הדורות בשום מובן נאר א פראבלעם אז די תורה וואס האט גאר גוט געשטימט מיט די מציאות בזמן נתינתה געפינט זיך זייט דעמאלטס אין א מהלך פון מער און מער זיך מנתק זיין פון די מציאות, וויפיל די מציאות טוישט זיך און די תורה טוישט זיך נישט בהתאם.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:18 pm

· #151392
לעיקוואוד, עס איז קלאר אז בימי המקרא האבן מענטשן געלעבט מער צוגעבינדן צו נאטור, און היות דאס איז בעצם וואס דער מענטש איז, א חלק פון נאטור, ממילא איז פשוט אז אפילו בימינו אלה ווען מיר זענען אזויפיל געשטיגן אין אלע אנדערע הינזיכטן זאלן מיר נישט פארגעסן אונזער פלאץ אין גאט'ס בריאה. סוף כל סוף קען נישט דער בעסטער קאמפיוטער ערזעצן דער געטליכער געפיל ביים זען א קאלירפולע פייגל טשוויטשקען אדער א קליין קינד'ס געלעכטער, ממילא איז פשוט אז מיר זאלן אויסנוצן אונזער אור אלטע יום טוב פון א צייט וואס מענטשן האבן געלעבט און געאטעמט אלס א חלק פון די נאטורליכע בריאה צו ארויסענעמן אונזער חלק וואס איז נוגע היינטיגע צייטן, זיך נישט אריינצוטון ראשו ורובו אין דומע גולמים פון סיליקאן.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:26 pm

· #151398
מיט וואס איז אקגורלוטור מער 'נאטורליך' ווי סיליקון?

ראה מה שמצאתי בכת"י ישן נושן מה שדיברו ביניהם ב' אלפים תרפפ"ו בסוכות.

"אגרוקולטור האט משעבד געווען מענטשען צו די ערד, זיי געמאכט ארבעטן ביטער שווער פאר ווייניג עסן, און צוגענומען פון זיי די רוב צייט עוסק צו זיין במושכלות. פאר מען האט ערפינדען אגרוקולטור דעמאלטס איז געווען גן עדן, מען האט זיך ארויסגעלאזט אינדערפרי כאפן אביסעל עסן פאר'ן טאג, און די רעשט פון די צייט געקענט רוהיג דינען גאט. די נאטור האט מען געלאזט רוהיג כמות שהיא איר נישט פארדארבען מיט אקער-אייזענס און מיט פארשידענע שטיקלעך צו פארדרייען דער רבוש"ע'ס בריאה. די גאנצע זאך אז מען האט פעלדער און מען מאניפולירט די ערד לויט די צרכים פון מענשטען איז שרעקליך צוגענומען דער נאטרוליכקייט פון מענטשען, און זייט דעמאלטס זענען אלע אזוי פאריאגט און פארפלאגט זיי האבען נישט קיין טראפ מנוחה, די מענרע ארבעטן שווער און פעלד די ווייבער מוטשען זיך מיט די קינדער אין שטוב, אמאל איז אלץ געווען אנדערש, איך האב געהערט פון מיין רבי אז די מעשה/משל פון חטא עץ הדעת והגירוש מגן עדן רעדט זיך פון דעם. לאמיר כאטש אויסנוצען די ימים טובים בזמן האסיף טוהן אונז דערמאנען די צייט וואס מען האט זיך נישט משוגע געמאכט מיט די אלע פעלדער און ארבעט און זיך אביסעל אפרוהן.


ורוח הקודש צווחת ואומרת אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:30 pm

· #151402
לעיקוואוד, דער משל פון דיין רבי'ן איז טאקע גאר ריכטיג (ע"ע גיימס קוגל).
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז אמאל איז געווען בעסער, כאטש פערזענליך האלט איך גראדע אז די בעסטע עפאכע פאר די מענטשליכע ראסע איז געווען ווען מיר זענען געווען עיפס, ועי' בחתימתי.
בנוגע מיט וואס איז אגריקולטור מער נאטורליך, וואס האלטסטו, איז א מענטש, אקס, אדער בוים מער נאטורליך ווי א קאמפיוטער?

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:35 pm

· #151406
בין איך געפארען ווייטער זעה איך א שמועס אין קאווע שטיבל שנת ו' אלפים שמ"ח סוכות

עלטער זיידע האט געשריבען: היינטיגע צייטען מיט די סוכות וואס פארען אליינס, און וואס די סענסער ארייגעבויט אין זיי זעהט שוין גלייך ווי די וואלקענס הייבען אן צו קומען צינד זיך אן דער אוטומאטישע סענסער און בלאזט א קליינער ערפאלען אוועקצושטיעפן די וואלקענעס ערגעץ אנדערש, און די ווענט פון די סוכה וואס ווייזען אליינס אלעס וואס מען דארף, אוי ווי ווייט איז דאס פון די אריגענעלע סוכות ווי די תורה האט געוואלט. אמאל אאיז מען דאך ממש געווען אין סינק מיט די נאטור, אז מען האט געזעהן אז עס קומט א רעגן האט מען זיך ארויפגעשערט די ארמעל און געשלעפט די שווערע האלצערנע שלאק צודעקן די סוכה, אה ווי מען האט געשפירט די כוחו וגברותו מלא עולם דעמאלטס, הממטיר לארץ ולדרים עליה!
ווער רעדט נאך די היינטיגע קאמפיאטערס און טעלעפאנען, וואס מ'דארף נישט אפילו שטיפען קיין איין קוועטשער עס זאל ארבעטן, אלעס ארבעט אוטאמאטיש מיט סיגנאלען פון מוח, איר האט שוין נישט קיין השגה אין די געטליכקייט פון די נאטור וואס דער אייבישטער האט געשאנקען. איך געדענק נאך אלץ קינד ווען עס זענען נאך געווען די קליינע טעלעפאנען וואס מען האט געדארפט אנרירען מיט די פינגער. ווי גוט האט עס געשטימיט מיט די נאטור פון די פינגער, וואז מען האט געריקט מיט דעם אויף די סקרין. און די אמאליגע 2-דיימענשינעל סקרינס, עס האט דאך ממש געשטימט מיט די נאטור פון די אויג און די פינגער, היינט מיט די אלע 3-דיימענשינעל סקרינס, עס איז דאך אזוי פעיק, נעה, עטס וועטס קיינמאלנישט פארשטיין וואס דאס הייסט לעבן אין אן אריגענעלער וועלט.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:38 pm

· #151408
לעיקוואוד, דיין נסיעה אין די טיים מאשין איז נאר מחזק מיין פוינט, וואס שנעלער די טעכנאלאגיע פארט אלס ווייטער ווערן מיר פון די נאטור. דאס מיינט נישט אז עס איז בעסער אדער ערגער, עס איז א פשוט'ע פאקט. פארהאן מענטשן וואס עס שטערט זיי נישט, אבער רוב מענטשן גלייכן צו גיין אין א גן החיות אדער צו זען שיינע בלומען און ביימער.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:39 pm

· #151410
יאיר

בנוגע מיט וואס איז אגריקולטור מער נאטורליך, וואס האלטסטו, איז א מענטש, אקס, אדער בוים מער נאטורליך ווי א קאמפיוטער?

די מושג 'נאטורליך' ווערסוס 'אומנאטורליך' איז א מאדערנע קאנסטראקציע און האט אין זיך גאר ווייניג אמת. אחוץ ברענגען אסאך געלט פאר ארטיסטען און קאנפאניס וואס פארקויפען כלומר'שט 'נאטורליכע' פראדוקטען אדער ברענגען ארויס די נאטורליכקייט פון די וועלט (ראמאנטיק בלע"ז), קענסט מגדיר זיין נאטורליך וויאזוי דו ווילסט און עס וועט אויסקומען אז א בוים איז מער נאטורליך ווי א מאשין, אבער עס האט נישט קיין שום תוכן דער הגדרה און למאי נפקא מינה.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:41 pm

· #151412
איך רעד פון נאטור אין דעם פשוט'ן מובן פון ווארט. אויב עס איז אומפארשטענדליך, בין איך מעתיק דעם ספר המילון:
the phenomena of the physical world collectively, including plants, animals, the landscape, and other features and products of the earth, as opposed to humans or human creations.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:42 pm

· #151415
יאיר
לעיקוואוד, דיין נסיעה אין די טיים מאשין איז נאר מחזק מיין פוינט, וואס שנעלער די טעכנאלאגיע פארט אלס ווייטער ווערן מיר פון די נאטור.

די צווייטער נסיעה מיינע האט געמיינט ארויסברענגען אז עס קען אמאל זיין א מענטש וואס וועט זיין זיכער אז ווי אונז לעבן נארמאל טאג צו טאג (נישט ווען מפארט זיך אויסליפטערן אין א פארק אדער ביי א מאווי) איז ממש נאטורליך און אין סינק מיט נאטור, און וועט ארויפלייגען די גאנצע ראמאנטיזאציע וואס דו לייגסט אויף 'אמאל' אויף היינט, מיט דעם וויל איך ווייזען אז דער גאנצער מושג איז סובייעקטיוו און האט נישט קיין שייכות מיט גארנישט.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:43 pm

· #151416
יאיר
איך רעד פון נאטור אין דעם פשוט'ן מובן פון ווארט. אויב עס איז אומפארשטענדליך, בין איך מעתיק דעם ספר המילון:
the phenomena of the physical world collectively, including plants, animals, the landscape, and other features and products of the earth, as opposed to humans or human creations.


כאמור קענסט מגדיר זיין כרצונך, אבער למאי נפק"מ?
ווען א מאנקי נוצט טאלס, ווען א פייגל בויט א נעסט, ווען א ביווער בויט א דעם, איז דאס נאטורליך?
מאי שנא ווען א מענטש בויט אז עס ווערט פלוצלינג 'אומנאטורליך'?
וואס האסטו קעגן מענטשען אז דו ביסט זיי מחליט ארויסצושליסען פון די נאטור?

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:49 pm

· #151422
וואס איך האב קעגן מענטשן? גאר אסאך, כ'וויל אבער נישט אויסרעכענען מיין מגילה יעצט, ס'איז דאך זמן שמחתינו. אבער איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיט דיין פילזאפישע קשיות, דער פאקט איז אז רוב מענטשן שפירן א קשר צו נאטור במובן וואס די דיקשענערי איז עס מגדיר, און דער פאקט איז אויך אז אמאל איז מען געווען מער מקושר צו דעם נאטור אין דעם מובן. ממילא איז פשוט אן עצה טובה אז די אלע מענטשן וואס שפירן במשך די יאר אז זייער לעבן איז צו ראבאטיש און אנגעפילט מיט ראבאטישע מאשינען אז זיי זאלן זיך אין דעם צייט מער מתבונן זיין אין דעם קשר וואס דער מענטש האט מיט'ן נאטור.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:54 pm

· #151424
איך קען נישט דער פאקט, מענשטען האבען ליב שיינע נאטור און זיי האבען ליב שיינע אייפונס, זיי שפירען א קשר צו א שיינע בילד און צו דער שיינער סצענע וואס דער בילד לייגט פאר, די תורה כאילו עס איז דא נאטורליכקייט וואס דאס איז מער ריכטיג ווי די ראבאטישקייט דאס פרעג איך אפ סיי פילאסאפיש און סיי פראקטיש.
נעם א איד וואס לעבט אגאנצע יאר דארט ווי דו פארסט אויף וואקאציע וועסטו זעהן ער טוישט זיך גערן מיט דיר ער פארט אויף וואקאציע קיין מאנהעטען מיט די אלע ראבאטן. די יסוד פון ימים טובים און האלידעיס איז פשוט א טויש פון וואס מען איז געוואוינט, עס האט גארנישט מיט תורות וועגן נאטור און נאטורליכקייט. סתם מען זוכט א טויש. דאס איז טאקע א גוטע זאך.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:57 pm

· #151425
א חילוק צווישן מענטשן און מאשינען זעסטו יא, לעקוואוד?

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:58 pm

· #151427
אזא חילוק ווי עס איז דא צווישען ביווערס און די דעם וואס זיי בויען. ביידע זענען אנדערע השתלשלות'ן פון די בריאה.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:00 pm

· #151428
אלזא, דער חילוק צווישן מענטש און קאמפיוטער איז דער זעלבער ווי צווישן א טיש און א קאמפיוטער?

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:04 pm

· #151431
איך כאפ נישט ווי איר פירט מיר, לגבי וואס? עס האט נישט קיין זין צו מעסטען וואס דער חילוק איז אן וויסען לגבי וואס. לגבי 'נאטורליכקייט', איז נישטא קיין חילוק. לגבי אסאך אנדערע זאכן יא (למשל, א מענטש טאר מען נישט הרגנ'ען, א קאמפיאטער מעג מען יא. וכו').

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:08 pm

· #151433
ר' לעקוואד צו וואס זיך קאליע מאכן די פילפארביקייט פון געפילן.
די מאטיוו צו טראכטן מיטן קאלטן שכל איז אויך א געפיל

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:09 pm

· #151434
שוין, דער זעלבער חשיבות וואס דו גיבסט פאר'ן מענטש איבער'ן קאמפיוטער אז אים טאר מען נישט הרג'ענען, די זעלבע חשיבות גיבן רוב מענטשן פאר סיי וועלכע לעבעדיגע זאך אין די בריאה. משא"כ א קאמפיוטער קוקט מען אן אלס א טויטע זאך. מעגליך אז די אלע מענטשן לעבן אין דמיון.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:15 pm

· #151439
יאיר, עס האט אבער נישט קיין שייכות. די 'נאטור' פון וואס איר רעדט מיינט נישט דווקא לעבעדיגע זאכען, נאר אויך טויטע זאכען, ווי ואסער, שטיינער, וואס א קאמפיאטער איז שוין מער 'לעבעדיג' ווי זיי. די הגדרה פון נאטור האט גארנישט מיט די הגדרה פון לעבעדיג. און אוודאי האט דאס נישט קיין קשר מיט מאראלישע הגדרות וואס ארבעטן אינגאנצען אנדערש.

עניוועיס, די טאקטיק פון מיר כאפען אויף עפעס א חשיבות וואס איך גיב אויך און איז נישט מוכרח און זאגען אזוי געבן אנדערע פאר אנדערע זאכען איז נישט קיין גרויסע חכמה. אם תקניטנו אז א קאמפיאטער מעג מען נישט הרגנ'ען פונקט ווי א מענטש און דאך וועל איך נישט לאזען הרג'נען מענטשען מיינט נאכנישט אז אויף איין אמונה קען מען בויען נאך אמונות, ערגעצוו שטעלט דאס די שכל אפ.

און דאס וואס דו ברענגסט אגאנצע צייט כאילו מענטשען פילען אזוי האלט איך עס איז נישט ריכטיג. נישט נאר דעם נאר עס איז זיך אליינס סותר. די מציאות איז דאך אז רוב מענטשען פארוויילען פיל מער צייט ביים קאמפיאטער ווי אין נאטור, נו איז דאך פון דעם מוכרח פארקערט, נאר דו קומסט בשם אן אידיאלאגיע וואס געוויסע מענטשען האבען, אז די פאר טעג וואס ער פארט אין נאטור איז עפעס מער ריכטיג ווי די קאמפיאטער און מאוויס, איז אויף אידיאלאיגע דינג איך זיך אידיאלאגיש.

נהורא נפישא,

איך האב גארנישט קעגן די געפיל, איך האב קעגן די אידיאלאגיע אז 'נאטורליך' איז עפעס מער ווי 'אומנאטורליך'.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:22 pm

· #151443
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז דו 'מוזט' לאגיש האלטן אזוי, כ'האב נאר געמיינט צו זאגן אז אויב דו זעסט עפעס א שינוי מהותי אין פראקטיק צווישן די צוויי איז בהכרח אז אין תוכן איז דא א שינוי מהותי, ממילא קענען שוין אנדערע מענטשן האבן די רעכט צו מאכן זייערע חילוקים.
לעיקוואוד
די מציאות איז דאך אז רוב מענטשען פארוויילען פיל מער צייט ביים קאמפיאטער ווי אין נאטור, נו איז דאך פון דעם מוכרח פארקערט, נאר דו קומסט בשם אן אידיאלאגיע וואס געוויסע מענטשען האבען, אז די פאר טעג וואס ער פארט אין נאטור איז עפעס מער ריכטיג ווי די קאמפיאטער און מאוויס, איז אויף אידיאלאיגע דינג איך זיך אידיאלאגיש.

לו יצוייר אז יאיר קומט זאגן אז רוב מענטשן זענען מער מחשיב זייער ווייב ווי זייער קאמפיוטער, קומט דערויף א געוויסער לעיקוואוד טענה'ן אז אין זיין אידעאלאגיע איז נישטא קיין שום חילוק צווישן א ווייב און א קאמפיוטער, ממילא קען דאס נישט זיין ריכטיג, און ער שרייבט:
די מציאות איז אז רוב מענטשען פארוויילען פיל מער צייט ביים קאמפיאטער ווי מיט זייער ווייב, נו איז דאך פון דעם מוכרח פארקערט, נאר דו קומסט בשם אן אידיאלאגיע וואס געוויסע מענטשען האבען, אז די פאר שעה וואס ער פארט מיט זיין ווייב איז עפעס מער ריכטיג ווי די קאמפיאטער און מאוויס, איז אויף אידיאלאיגע דינג איך זיך אידיאלאגיש.

וואס האלטסטו, איז יענער לעיקוואוד אין מיין משל גערעכט?

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:27 pm

· #151444
שוין, מיר טענה'ן זיך שוין ווי צוויי עכטע פילאסאפער, מיט ראיות און סברות, און איך געדענק שוין נישט ווי עס הייבט זיך אן.. טראכט אליינס די תשובה וואס איך קען שרייבען און די תשובה לתשובה וכו', והבוחר יבחר.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:50 pm

· #151446
יאיר
אבער איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיט דיין פילזאפישע קשיות, דער פאקט איז אז רוב מענטשן שפירן א קשר צו נאטור במובן וואס די דיקשענערי איז עס מגדיר, און דער פאקט איז אויך אז אמאל איז מען געווען מער מקושר צו דעם נאטור אין דעם מובן. ממילא איז פשוט אן עצה טובה אז די אלע מענטשן וואס שפירן במשך די יאר אז זייער לעבן איז צו ראבאטיש און אנגעפילט מיט ראבאטישע מאשינען אז זיי זאלן זיך אין דעם צייט מער מתבונן זיין אין דעם קשר וואס דער מענטש האט מיט'ן נאטור.

קוק וואס דו שרייבסט, און כ'מיין אז לעיקוואד וועט מודה זיין אז א מענטש וואס שפירט אזוי איז דאס פאר עם זיין ריאליטעט, און ער זאל טאקע פארן קיין פלארידע אויף וואקאציע, און דער פלארידאנער זאל קומען קיין מאנהעטען אויף וואקאציע און שלום על ישראל. אבער וואס איז אמת איז אמת אז דאס איז נישט מער ווי א שפור, און דער מענטש וואס בויעט מאשינען און קאמפיוטערס איז נישט מער ווי א פארגעשריטענע קאפי פונעם ערשטן האמאסעפיען וואס האט אנגעהויבן נוצן פרימיטיווע טול'ס אויף צו ארבעטן. און ווען די שפין פאמיליע קומט כאלעמויעד זען די מענטשען הייזער וואס די מענשטען בויען פאר זייער פאמיליעס, קוקן זיי צו ווי נאטורליך שיין ס'זעט אויס, אנדערש ווי זייער שפין געוועבעכצער וואס זיי בויען און פארפאטשקען די נאטורליכע לענדסקעיפ.

ממרום שלח אש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:15 am

· #151504
וואטעווער...

די פוינט איז, מעגסט מאכן סיי וועלכע חגאות פייערונגען געדענקנישן און פארברענגנס כדי אפצוצייכענען סיי וועלכע אידעע עס איז ביי אייך טייער, חשוב אדער הייליג, אבער אויב ווילט איר אריינקוועטשן אין די ווערטער חג האסיף עפעס א ענין פון אייניגקייט מיט נאטור איז עס פונקט אזוי אומנאטורלי"ך אדער נאטורלי"ך (פיק יור פויזן) ווי מיין פשט איןחג האסיף.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:47 am

· #151507
הוגה

אזוי ווי די אידן האבן דעמאלטס געפראוועט א גרויסע פארטי אזוי ווי איך האב שוין ערקלערט, האט די אייבישטער געזאגט ״זאלן זיי שוין דעמאלטס דאנקן פאר אנדערע זאכן אויך, זאלן זיי טון אביסל פאר רוחניות אויך. איר פריידט זיך מיט די ענדע פון די פארם-יאר, דאן פריידט אייך אויך מיט די ענדע פון די תורה. איר פריידט זיך מיט געוואוקס פריידט אייך אויך מיט די לולב און אתרג וואס זענען מרמז וכו'״.

די אייבישטער האט דייקא געוואלט אז די ימים טובים פון פסח, שבועות און סוכות זאלן coincide'ן מיט די זמן אביב, קציר און אסיף. די אייבישטער האט געוואלט אז ווען מיר פרייען זיך פאר די זאכן, ווען מיר האבן סייווי די התבוננות און אנערקענונג אין די גדלות הבורא ומציאתו בעולם, ווען מיר פילן זיך סייווי אזוי נאנט מיט אים, ווען מיר זענען אויף א high, טאקע דעמאלטס אין אזא צייט איז די בעסטע צייט צו פראווען די הייליגע סדר. דעמאלטס איז די צייט צו עסן אין די סוכה, שאקלן לולב און זאגן אתה הראת לדעת. דעמאלטס איז די בעסטע צייט צו פייערן די קבלת התורה. פארדעם זענען מיר נצטווה געווארן צו מעבר זיין די יארן, כדי די ימים טובים זאלן אלץ זיין אין די פרייליכע און פייערליכע תקופות.


די האסט מכוון געווען צום חינוך וז"ל במצוה שכד נטילת לולב:
וכמו כן מצות הלולב עם שלשת מיניו מזה השורש היא, לפי שימי החג הם ימי שמחה גדולה לישראל, כי הוא עת אסיפת התבואות ופירות האילן בבית, ואז ישמחו בני אדם שמחה רבה, ומפני כן נקרא חג האסיף, וצוה האל לעמו לעשות לפניו חג באותו העת, לזכותם להיות עיקר השמחה לשמו. ובהיות השמחה מושכת החומר הרבה ומשכחת ממנו יראת אלהים בעת ההיא, ציונו השם לקחת בין ידינו דברים המזכירים אותנו כי כל שמחת לבנו לשמו ולכבודו. והיה מרצונו להיות המזכיר מין המשמח, כמו שהעת עת שמחה, כי צדק כל אמרי פיו, וידוע מצד הטבע כי ארבעה המינין כולם משמחי לב רואיהם.

אויך אין מצוה לא מצות קידוש שבת בדברים חזרט ער איבער די נקודה:
ועל כן נתחייבנו לעשות המעשה עם היין, לפי שטבע האדם מתעורר בו הרבה שהוא סועד ומשמח, וכבר אמרתי לך כי לפי התעוררות האדם ומעשהו יתפעל אל הדברים לעולם. ומזה השורש אמרו זכרונם לברכה בגמרא [פסחים דף ק"ו ע"ב] שאם הפת חביב על אדם יותר שיקדש על הפת. כי אז מתעורר טבעו יותר למה שהוא תאב.

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:11 pm

· #152366
@לעיקוואד, איך האב ערשט יעצט געליינט דיין פערזענליכע דעבאטע מיט יאיר און כ'האב מיך מחיה געווען. א שאד כ'האב עס נישט געליינט אום יו"ט, ס'וואלט מיר געגעבן א ריכטיגע שמחת יו"ט לכבוד חג האסיף. עס ווינדערט מיר נאר וועלכע היטל דו האסט געטראגן בשעת'ן שרייבן די תגובות. שפילסט די ראלע פון קאנטרעריאן, קאמעדיאן אדער אוטיסטישע מאן? 😮

א יעדער ווייסט אז נאטור בארואיגט, מאכט בשמחה, גיבט קלארקייט וכדומה. די מאוויס האבן דאס נישט מחליט געווען און מיר אלע טאנצן זיי נאך. נעם אזעלכע אקטיוויטעטן ווי שטיין אין רעגן, זיצן ביים וואסער (מיט א ציגאר), גיין צום חוף, שפאצירן אין פעלדער, וועלדער, בערג און טאלן. הערן די קולות פון פייגלעך און כוואליעס. ברענג דיין אנגעזעצטע ווייב בלומען און עס וועט טוישן איר מוט, נישט ווייל עס טעיסט אדער שמעקט גוט נאר ווייל.... איינער וואס פארשטייט דאס נישט לעבט אין אן אנדערע מציאות.

דאס איז בכלל נישט נוגע צו וואס איך האב געשריבן בנוגע חג האסיף, ס'נאר א נספח צו אייערע געשפרעך.

יאיר
וואס איך האב קעגן מענטשן? גאר אסאך, כ'וויל אבער נישט אויסרעכענען מיין מגילה יעצט, ס'איז דאך זמן שמחתינו.


@יאיר, צום צווייטע מאל אין איין וואך וועל איך מיר אוזר זיין מיט אן עזות דקדושה און זיין א תובע בפה. הראינו נא את כבודיך, ס'שוין אריבער דאס יו"ט ונאמן בעל החוב לפרוע. ביטע ענלייטען אונז פארוואס מיר זאלן בענקן און לעכצן נאך די געשמאקע ליכטיגע טעג, בישבינו על האילנות ביערי אפריקה מיט די באנאנעס אין די הענט, וואס וועט אונז זיין בעסער אלס עיפס? וועלן מיר קיינמאל נישט גלוסטן צו קאמיטען סואיסייד אלץ עיפס? תורה היא וללמוד אני צריך. 😕

.

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:58 pm

· #152399
שוין, אז הוגה בעט זיך אזוי שטארק... סוף כל סוף איז שוין אריבער זמן שמחתינו, קען איך זיך ערלויבן אים אביסל צו מעצב זיין. וראיתם את פני בחימה ובקצף גדול.
אלזא, ניין, עיפס באגייען נישט קיין סואיסייד, זיי רייסן נישט אוועק קינדער פון זייער מאמען פאר כלומר'שט הייליגע צילן, די זכרים און נקבות האבן נישט קיין שלום בית פראבלעמען צוליב רעליגיעזע פרינציפן וואס זענען מכלומר'שט געבויט אויף שכל, לאגיק, און הויכע ווירדן, און ווען זיי צוטיילן זיך גייט זיך יעדער זיין וועג, און קיינער זוכט נישט קיין נקמה, זיי בארעכטיגן נישט קיין אכזריות'דיגע אקטן אין נאמען פון גאט, זיי לעבן נישט אין פאלשקייט, אונטער א שלייער פון מאראל און אמת בשעת'ן טון פונקט דאס פארקערטע טאג טעגליך, זיי רעדן זיך נישט איין אז זיי פארשטייען די סודות פון די בריאה, זיי געבן נישט אוועק זייער לעבן כדי צו געפעלן אנדערע עיפס, זיי האבן נישט קיין דאגות פון חתונה מאכן די קינדער און פון צאלן הויכע רענט וואס מען טוט נאר ווייל "יעדער טוט אזוי", און זיי עסן זיך נישט אויף ווען זיי זעען אומרעכטן, ביי זיך אדער ביי א צווייטן, און זיי זענען קיינמאל נישט מקנא די מענטשן. ואידך פירושא זיל גמור. און לאמיר ווידעראמאל ציטירן דעם חכם מכל האדם:
יג וְנָתַתִּי אֶת-לִבִּי, לִדְרוֹשׁ וְלָתוּר בַּחָכְמָה, עַל כָּל-אֲשֶׁר נַעֲשָׂה, תַּחַת הַשָּׁמָיִם; הוּא עִנְיַן רָע, נָתַן אֱלֹהִים לִבְנֵי הָאָדָם--לַעֲנוֹת בּוֹ. יד רָאִיתִי, אֶת-כָּל-הַמַּעֲשִׂים, שֶׁנַּעֲשׂוּ, תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ; וְהִנֵּה הַכֹּל הֶבֶל, וּרְעוּת רוּחַ. טו מְעֻוָּת, לֹא-יוּכַל לִתְקֹן; וְחֶסְרוֹן, לֹא-יוּכַל לְהִמָּנוֹת. טז דִּבַּרְתִּי אֲנִי עִם-לִבִּי, לֵאמֹר--אֲנִי הִנֵּה הִגְדַּלְתִּי וְהוֹסַפְתִּי חָכְמָה, עַל כָּל-אֲשֶׁר-הָיָה לְפָנַי עַל-יְרוּשָׁלִָם; וְלִבִּי רָאָה הַרְבֵּה, חָכְמָה וָדָעַת. יז וָאֶתְּנָה לִבִּי לָדַעַת חָכְמָה, וְדַעַת הוֹלֵלֹת וְשִׂכְלוּת: יָדַעְתִּי, שֶׁגַּם-זֶה הוּא רַעְיוֹן רוּחַ. יח כִּי בְּרֹב חָכְמָה, רָב-כָּעַס; וְיוֹסִיף דַּעַת, יוֹסִיף מַכְאוֹב.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:28 pm

· #152414
פון וואו האסטו גענומען די אלע פאקטן וועגן עיפס? האסט אמאל גערעדט מיט איינס אז דו ווייסט די אלע זאכען?

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:29 pm

· #152415
לעיקוואד
פון וואו האסטו גענומען די אלע פאקטן וועגן עיפס? האסט אמאל גערעדט מיט איינס אז דו ווייסט די אלע זאכען?

איך בין אליין אמאל געווען אן עיפ.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:34 pm

· #152417
יאיר
לעיקוואד
פון וואו האסטו גענומען די אלע פאקטן וועגן עיפס? האסט אמאל גערעדט מיט איינס אז דו ווייסט די אלע זאכען?

איך בין אליין אמאל געווען אן עיפ.

איך מיין בשעת יעדער האט איוואלווד ביסטו ערגעץ שטעקן געבליבן

נהורא נפישא » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:24 am

· #152504
דרך אגב כ'האב געקלערט פאר תפילת גשם וויאזוי איז דער תפילה אקטועל אין קאנטעמפארערי צייטן ווען אגרוקולטור איז אינגאנצן נישט מער ווי א חלק פון די עקענאמישע פאקטארן, נישט ווי אמאל (אדער אפי' היינט אין די דריטע וועלט לענדער) אז ס'איז געווען א טריקעניש איז מען פשוט געשטארבן פאר הינגער משא"כ היינט אז ס'איז דא פראבלעמן אין פלארידע דאן קען מען נעמען פון קאלאפארניע און אז ס'איז דא פראבלעמן אין בראזיל דאן קען מען נעמן פון טשילע יא אמת די פרייזן הייבן זיך דאן און ס'האט עטוואס אן השפעה אויף די אלגעמיינע עקענאמיע אבער ס'איז נישט די וויכטיגסטע פאקטאר און אונזערע עקענאמישע צושטאנד, אלא מאי בין איך צוגעקומען אז אה"נ היינט צוטאג איז גשם נאר מעטאפאריש און טוט סימבלאזירן דער עצם עקנאמישער צושטאנד און מיט די תפילה בעהט מען אז די היינטיגע מאדערנע עקנאמיע זאל וואקסען און שפרודלן אין קומענדיגע יאהר.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:45 am

· #152509
ס'האט דיר גענומען ביז גשם? וואס האסטו געטוהן ביי הושענה גורן מגזם?

נהורא נפישא » מוצ"ש אקטאבער 12, 2019 7:41 pm

· #152510
אזוי בין איך נישט מכוין פירוש המילות, נאר אזוי ווי שמיני עצרת איז א יום הדין כמבואר במשנה בחג נדונין על המים האב איך זיך מעהר מתבונן געווען.

מי אני » זונטאג אקטאבער 20, 2019 5:12 pm

· #437387
חג האסיף - באספך את תבואת הארץ
איבער די שמועס פון די אפיל פון נאטורליך ווס. ״אומ״נאטירליך (ווי אויך די חלק פון עוואלוציע וואס איז ערווענט געווארן) איז די קליפ מסביר אז די געדאנק וואס מאכט דאס אלעס צוגענגליך (ווס. אומצוגענגליך) פאר׳ן מענטש, איז מכח די שיינקייט און סימעטרי וכו׳ אין די זאכן (מיר טרעפן אין די יו״ט אן ענין פון ״הדר״, ווי אויך טרעפן מיר אין קהלת וואס מ׳ליינט אין יו״ט א רמז פון ״זה לעומת זה וגו׳״ [סימעטרי]); ווייל דאס איז אריינגעפראגראמט געווארן אין אונז מכח עוואלוציע.

<a class="postlink" href="https://youtu.be/-O5kNPlUV7w">https://youtu.be/-O5kNPlUV7w</a>