☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מ'האט פארשוויגן 'גריל אן ליע', וועט מען מוזן 'עסן' די פירות

מ'האט פארשוויגן 'גריל אן ליע', וועט מען מוזן 'עסן' די פירות

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #477
בלאט: 1 2

נולד מאוחר » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:48 am

· #7411
מ'האט פארשוויגן 'גריל אן ליע', וועט מען מוזן 'עסן' די פירות
רבותי די עסקנים זענען פארנומען מיט וויכטיגע מערכות כהאב מורא זיי פארזען א גאנץ ערענסטע פירצה.
ווער עס שפירט אז ער קען עפעס אויפטאן האט אן אחריות , לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר.

אלימפיק פיטא עפענט אין וויליאמסבורג

כגלייב שווער אז ער גייט מאכן עקסטערע מענער שעות פרויען שעות.
ווער רעדט נאך פין אינפארסען התאחדת דרעס קאד
קיין גיטס קען אין וועט נישט פין דעם ארויסקומען

בקרוב וועל איך שרייבן די בעלי בתים פאן נאמבער, אז מזאל זיי שיין בעטן.....

שרייבער » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:12 am

· #7423
מה זאת?

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:35 am

· #7456
שמעו נא אחי ורעי:
ס'וועט נאך קומען אסאך סופרייזעס פאר ענק אין וויליאמסבורג. די איינציגסטע וועג וויאזוי צוריק צו האלטן אייערע קינדער פון די אלע זאכן, איז דורך זיי אויפקלערן אז - איר האלט אז - ס'איז נישט כדאי און ראוי אריין צו גיין אין אזעלכע געשפעטן, ליינען געוויסע צייטונגען וכדומה.
אבער צווינגען יענעם זיך צוצושטעלן צו דיר, איז עבודה קשה מעורב עם רשעות. ס'לוינט נישט.

אוי טאטי » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:07 pm

· #55198
שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.

וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!

דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.

איך זאג דיר » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:28 pm

· #55207
געוואלד און געשריגן אחור'ל, ס'איז דאך ביטער ווי א גאל אלימפיק פיטא גייט עפענען אין וויליאמסבורג, געוואלד און געשריגען דאס גאנצע אידישקייט וועט דאך גיין א גאנג, יוש ס'איז צרות גדולות ס'טייטש מ'גייט עפענען א סטאר פון פיטא, ווייסט איר וואס זאל ער געבן 15 טויזענט דאללער פאר ה........ (איך וויל נישט פורש בשמו זיין יעדער ווייסט ווער דער מאפיאנער איז) אזוי ווי "גריל אן לי" האט געטון, והכל על מקומו יבא בשלום, ביטע קען מיר איינער זאגען וואס אלימפיק פיטא איז? כ'זעה אז אחור'ל מאכט אזא געוואלד, וואלט איך געוואלט וויסן מה טובו של עיבור זה. אגב איך פארשטיי נישט ווי ס'קען זיין אז עס דרייט זיך ארום א מאפיאנער אין וויליאמסבורג און מ'לאזט זיך פון דעם עקסטארשעניסט, מ'וואלט עם געדארפט עוקר מן השורש זיין זאל ער זיך אויסטון דעם ברייטן ביבער הוט און גייו טאנצן מיט שיקסעס כאוות נפשו הטהורה, און נישט נעמען פון א איד וואס פלאגט זיך אויף פרנסה 15 טויזנט דאללאר ווייל ער עפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס פארן נעמען דאס געלט האט דער ה...... געשריגן אז ס'איז געפערליך.

DotCom » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:58 pm

· #55218
איז מיר שוין קלאר פארוואס אונזער באליבטן נולד מאוחר'ל איז שוין נישט דא צו געפונען זייט שבת, מען גרייט זיך צום פראטעסט!

קלאר » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:09 pm

· #55224
די נייע סטאר
📎 sgtie.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:33 pm

· #55231
קוקט אויס שיין.
פאסיג פאר קאווע שטיבל קומזיץ!

קלאר » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:35 pm

· #55232
שמעקעדיג
קוקט אויס שיין.
פאסיג פאר קאווע שטיבל קומזיץ!

צו קליין פאר דעם
מ'דארף א גרעסרע פלאץ

shefele » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:50 pm

· #55236
ווער איז דער רב המכשיר? לאמיר עם טעראריזירן?
נא אחור'ל? וואס זאגסטו דערצו?

נס קאווע » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:23 pm

· #55249
ס' דארף זיך עפענען א פריים גריל אדער א ספאאנס נישט קיין אלימפיק פיטא

ידען » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:26 pm

· #55296
וועלעכע השגחה גייט ער האבען?

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:47 pm

· #55298
אוי טאטי
שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.

וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!

דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.

אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין. א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:55 pm

· #55300
המשך צו מיין פריערדיגע תגובה
פון די אנדערע זייט די אזויגערופענע "עסקנים" וואס שטייען על המשמר א קעגן א יעדע "פירצה" און זענען גרייט לוחם צו זיין פאר אידישקייט בכל עת ובכל שעה, דאווענען נישט בציבור און לערנען נישט קיין תורה, און פארנאכלעסיגן דעם חינוך הבנים והבנות. ווער רעדט נאך פון ברענגען פרנסה אין שטוב. אלעס אויפ'ן חשבון פון "עסקנות". מי בקש זאת מידכם. אויף זיי קען מען רואיג זאגן דעם פסוק אין שיר השירים. "כרמי שלי לא נטרתי".

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:09 pm

· #55307
איך זאג דיר
געוואלד און געשריגן אחור'ל, ס'איז דאך ביטער ווי א גאל אלימפיק פיטא גייט עפענען אין וויליאמסבורג, געוואלד און געשריגען דאס גאנצע אידישקייט וועט דאך גיין א גאנג, יוש ס'איז צרות גדולות ס'טייטש מ'גייט עפענען א סטאר פון פיטא, ווייסט איר וואס זאל ער געבן 15 טויזענט דאללער פאר ה........ (איך וויל נישט פורש בשמו זיין יעדער ווייסט ווער דער מאפיאנער איז) אזוי ווי "גריל אן לי" האט געטון, והכל על מקומו יבא בשלום, ביטע קען מיר איינער זאגען וואס אלימפיק פיטא איז? כ'זעה אז אחור'ל מאכט אזא געוואלד, וואלט איך געוואלט וויסן מה טובו של עיבור זה. אגב איך פארשטיי נישט ווי ס'קען זיין אז עס דרייט זיך ארום א מאפיאנער אין וויליאמסבורג און מ'לאזט זיך פון דעם עקסטארשעניסט, מ'וואלט עם געדארפט עוקר מן השורש זיין זאל ער זיך אויסטון דעם ברייטן ביבער הוט און גייו טאנצן מיט שיקסעס כאוות נפשו הטהורה, און נישט נעמען פון א איד וואס פלאגט זיך אויף פרנסה 15 טויזנט דאללאר ווייל ער עפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס פארן נעמען דאס געלט האט דער ה...... געשריגן אז ס'איז געפערליך.

דזשאסט טו פראאוו יור פוינט. ס'איז דא א סטאר אין וויליאמסבורג וואס פארקויפט בגדי נשים. און דער נאמען פון א אשה פיגורירט דערויף מיט "קידוש לבנה אותיות" און זיי ברענגען נאך בילדער פון בגדי צבעונין שטוחין על הקיר, ואין פוצה פה ומצפצף. אוואו זענען אונזערע מסירות נפש'דיגע עסקנים? מוז דאך נאר זיין בעל כרחך אז מען האט איינעם געגעבן "לא יחרץ" געלט.: דיסקלעימער: מיר פערזענליך שטערט נישט דער סטאר און אלע אנדערע. איך האב ב"ה גענוג דאגות בגשמיות וברוחניות פאר מיין אייגענע נשמה. אבער.לשיטתם.

אייגענארטיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:30 pm

· #55320
איך האב נישט פארשטאנען פארוואס איינער עפענט א פיצא סטאר אין וומ"ס קוים זענען די וואס זענען אפן מצליח אויף אהיים צוברענגען ברויט. אבער איצטערט אז הערשל קלאר איז ליידיג האט מסתם די ב"ב פון אלימפיק דעסיידעד אז עס איז א סכנה אז ער זאל נישט האבן וואס צו טון, האט ער דאס געפענט.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:37 pm

· #55321
berlbalaguleh
אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין.

א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט (און גייט אביסל זיך אויסלופטערן און שרייבן הגהות אויף אלע אשכולות אין קאווע שטיבל) 😂 😂
און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.

דעינעש » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:58 pm

· #55326
הייסטעס, שמעקעדיג.. אין אנדערע ווערטער; ברויך צו זיין ווער עס זאל שרייבן אין ק"ש, און ..וואס צו שרייבן אין ק"ש.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:45 am

· #55366
berlbalaguleh
אוי טאטי
שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.

וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!

דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.

אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין. א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.


איך האב פאר דיר נייעס, איך גיי יא אמאל אריין אין די געשעפטן, כאטש איך בין נישט פון די הענג אוט טייפ. מיין אידענע ארבעט ביטער שווער מיט די קינדער, און איך ביי די ארבעט, און אסאך מאל קומט אויס אז איך בלייב הונגעריג אין שטוב, אדער ווייס איך שוין פון פריער אז עס איז נישט דא עפעס ווער ווייס וואס, און דאן גיי איך אריין א עסן געשעפט (רעסטאראנט, פיצא, פיטא וגו' בלע"ז), און געווענליך זוך איך איינער וואס פארקויפט גוטע עסן, ווייל איך האב נאך נישט אויסגעארבע אלע מיינע תאוות, איך קויף עפעס, און איך גיי זיך ווייטער מיין וועג. און אויב איז דא איינער וועמען דאס שטערט, זאל ער זיך הענגען אויף א צוקער שטריק.

Starbucks » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:56 am

· #55367
זיי מאכן א לאפא איינס אין דער וועלט. באשטעל א סענדוויטש מיט חומוס, שווארמא, אביסל פרענטש פרייז מיט סאלאט, און באלעק זיך די פינגער.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:10 am

· #55368
צו דעם מוז איך וויסן קודם וועמענס השגחה זיין האבן און וועלכע שחיטה זיי נוצן

(און אויך ווי פונקטליך זיי זענען לאקאליזירט)

אוי טאטי » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:56 am

· #55394
זיי זענען לאקאליזירט אויף לי עוו. קארנער פלאשינג.

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:27 am

· #55407
איך הער ער גייט האבען פרי טעיסטינג די ערשטע 3 טעיג

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:33 am

· #55411
ווער דארף האבען די פיצא געשעפטן ווי מען זיצט ל"ע בתערובות מענער און פרויען און מען זעט נאך אהן מיט די אויגן ווי אנדערע פרויען עסען, און חלילה קומט מען צו אז ווען מען גייט קומט מען צו אפילו נגיעות אסורות רח"ל.
רבותינו הקדושים האבען תמיד געוויינט אויף די אורך הגלות פין דער זעלבער עבירות. און דער שטן לאזט נישט אפ.
איין ווינקעל איז נאך געבליבען ווי אידן ווילען נאך טון דער רצון הבורא ית' קומען די עירב רב צוגיין און מאכען אהן פרישע געשעפטען און קרענק.
ווער ווייסט וואס דער געשפטען קענן נאך אונז אנברענגן. באלט וועט מען הערן ל"ע גיטין וואס דער מקור איז געווען פין די געשעפטן. מען דארף זיי צומאכן אפילו מיט געוואלד. פארוואס איז נאך נישט געווען קיין פראטעסטן דארט? וואס שלאפט דער עולם? וועקט אייך אויף צו די ביטערע מציאות פין די זנות געשעפטן.

קליגער איד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:31 am

· #55446
די עיקר איז אז מען טראגט נישט מיט די ערוב און מען פארקויפט נישט שטערן שפאקטיוו וכו'

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:44 am

· #55457
פרומאק, איר האט פארגעסן איין זאך, "פיתה" איז א העברעאישע ווארט, פאר דעם האט די רעבעזכיסעליינו געבויעט וויליאמסבורג מיט די צען פינגער? אז ס'זאל קענען קומען א ציוני און מאכן א פרעס געשעפט מיט א העברעאישע נאמען? שטייט דאך אין ספרים הקדושים אז אויף מאכלות אסורות העלפט נישט קיין תשובה ווייל די טמטום הלב והמח בלייבט אפילו נאך תשובה, נאך דערצו אז מ'עסט א העברעאישע פיתה? וועט נישט בלייבן קיין שריד ופליט משונאיהם של ישראל ח"ו, דער עולם וועט פארכאפט ווערן אין ציוניזם ל"ע.

אויס מענטש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:47 am

· #55459
פיטא איז אן אראביש ווארט
טרעף אן אראבער דא אין בארא פארק
און פרעג אים
וועסטו זעהן.

איך זאג דיר » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:52 pm

· #55534
פרומאק
ווער דארף האבען די פיצא געשעפטן ווי מען זיצט ל"ע בתערובות מענער און פרויען און מען זעט נאך אהן מיט די אויגן ווי אנדערע פרויען עסען, און חלילה קומט מען צו אז ווען מען גייט קומט מען צו אפילו נגיעות אסורות רח"ל.
רבותינו הקדושים האבען תמיד געוויינט אויף די אורך הגלות פין דער זעלבער עבירות. און דער שטן לאזט נישט אפ.
איין ווינקעל איז נאך געבליבען ווי אידן ווילען נאך טון דער רצון הבורא ית' קומען די עירב רב צוגיין און מאכען אהן פרישע געשעפטען און קרענק.
ווער ווייסט וואס דער געשפטען קענן נאך אונז אנברענגן. באלט וועט מען הערן ל"ע גיטין וואס דער מקור איז געווען פין די געשעפטן. מען דארף זיי צומאכן אפילו מיט געוואלד. פארוואס איז נאך נישט געווען קיין פראטעסטן דארט? וואס שלאפט דער עולם? וועקט אייך אויף צו די ביטערע מציאות פין די זנות געשעפטן.

הרב פרומאק כ'האב פאר דיר א גוטע עצה הער אויף צו גיין אין גאס, טרעט נישט ארויס פון הויז, גיי מער נישט אין קיין גראסערי, איי, מ'דארף דאך דאווענען מיט מנין, נו, דיין חתומה איז דאך אז פרום איז די ראשי תיבות "פול מצות ווייניג רשעות", אין צווייטן'ס דאס איז א כלל אז דער וואס שרייט פלשתים עליך ישראל און ער שטעלט אן א ערליכן פנים אז ס'האט זיך געמאכט א געפערליכע פרצה, אויטאמאטיש איז ער אויף די אויפענסיוו אין די נארמאלע זענען אויטאמאטיש אויף די דעפענסיוו, ממילא קוקט אויס ווי ער איז גערעכט, הלמאי ער זאגט דאך עפעס, ס'מוז נישט האבן מיטן מציאות אדער מיטן הגיון, ס'קען יא האבן מיט הגיון דהיינו אז עפעס ליגט אונטער דעם ס'קען זיין ער האט עפעס אינטערעסע נקמה אדער כבוד אדער געלט, אזוי ווי ה.... ק.... האט געטאן מיט גריל אן לי און מיט נאך אנדערע, (אזוי איינער פון קאווע שטיבל האט שוין ארויס געשריבן דעם פולן נאמען פון דעם עקשטארשעניסט פעלט שוין נישט אויס קיין הסברים דער עולם ווייסט דעם אמת'ן מציאות).

איך זאג דיר » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:09 pm

· #55536
berlbalaguleh
איך זאג דיר
געוואלד און געשריגן אחור'ל, ס'איז דאך ביטער ווי א גאל אלימפיק פיטא גייט עפענען אין וויליאמסבורג, געוואלד און געשריגען דאס גאנצע אידישקייט וועט דאך גיין א גאנג, יוש ס'איז צרות גדולות ס'טייטש מ'גייט עפענען א סטאר פון פיטא, ווייסט איר וואס זאל ער געבן 15 טויזענט דאללער פאר ה........ (איך וויל נישט פורש בשמו זיין יעדער ווייסט ווער דער מאפיאנער איז) אזוי ווי "גריל אן לי" האט געטון, והכל על מקומו יבא בשלום, ביטע קען מיר איינער זאגען וואס אלימפיק פיטא איז? כ'זעה אז אחור'ל מאכט אזא געוואלד, וואלט איך געוואלט וויסן מה טובו של עיבור זה. אגב איך פארשטיי נישט ווי ס'קען זיין אז עס דרייט זיך ארום א מאפיאנער אין וויליאמסבורג און מ'לאזט זיך פון דעם עקסטארשעניסט, מ'וואלט עם געדארפט עוקר מן השורש זיין זאל ער זיך אויסטון דעם ברייטן ביבער הוט און גייו טאנצן מיט שיקסעס כאוות נפשו הטהורה, און נישט נעמען פון א איד וואס פלאגט זיך אויף פרנסה 15 טויזנט דאללאר ווייל ער עפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס פארן נעמען דאס געלט האט דער ה...... געשריגן אז ס'איז געפערליך.

דזשאסט טו פראאוו יור פוינט. ס'איז דא א סטאר אין וויליאמסבורג וואס פארקויפט בגדי נשים. און דער נאמען פון א אשה פיגורירט דערויף מיט "קידוש לבנה אותיות" און זיי ברענגען נאך בילדער פון בגדי צבעונין שטוחין על הקיר, ואין פוצה פה ומצפצף. אוואו זענען אונזערע מסירות נפש'דיגע עסקנים? מוז דאך נאר זיין בעל כרחך אז מען האט איינעם געגעבן "לא יחרץ" געלט.: דיסקלעימער: מיר פערזענליך שטערט נישט דער סטאר און אלע אנדערע. איך האב ב"ה גענוג דאגות בגשמיות וברוחניות פאר מיין אייגענע נשמה. אבער.לשיטתם.

איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז "גריל אן לי" איז א פראבלעם, כ'האב נאר ארויסגעברענגט דעם אבסורד פון א הפקירות פון א מאפיאנער, דעס אז ס'איז דא א פרצה'דיגע סטאר און ער נעמט לא יחרץ געלט דאס איז אויך א געפערליכע זאך, דער עצם זאך אז ס'איז דא איינער וואס ער פירט זיך מעשה בעל בית, מעשה מאפיאנער, דאס אליין'ס איז א זאך וואס דארף ארויסנעמען פון די כלים יעדן רעכטדענקנדן מענטש, האסט לשיטתך א פראבלעם מיט סיי וועלכע זאך? ס'איז דא א תורה'דיגע וועג, נאר וויבאלד ער האלט דאך אז ער איז מושל בכיפה און ער קען גוט אנדרייען א מצב, על כן טייערע אידן דארף ווערן עסטאביליזירט א קעגן כח מיט גענוי די זעלבע מיטלען מיט וואס ער באנעמט זיך,

NAVY SEAL » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:47 pm

· #55554
פרומאק
ווער דארף האבען די פיצא געשעפטן ווי מען זיצט ל"ע בתערובות מענער און פרויען און מען זעט נאך אהן מיט די אויגן ווי אנדערע פרויען עסען, און חלילה קומט מען צו אז ווען מען גייט קומט מען צו אפילו נגיעות אסורות רח"ל.
רבותינו הקדושים האבען תמיד געוויינט אויף די אורך הגלות פין דער זעלבער עבירות. און דער שטן לאזט נישט אפ.
איין ווינקעל איז נאך געבליבען ווי אידן ווילען נאך טון דער רצון הבורא ית' קומען די עירב רב צוגיין און מאכען אהן פרישע געשעפטען און קרענק.
ווער ווייסט וואס דער געשפטען קענן נאך אונז אנברענגן. באלט וועט מען הערן ל"ע גיטין וואס דער מקור איז געווען פין די געשעפטן. מען דארף זיי צומאכן אפילו מיט געוואלד. פארוואס איז נאך נישט געווען קיין פראטעסטן דארט? וואס שלאפט דער עולם? וועקט אייך אויף צו די ביטערע מציאות פין די זנות געשעפטן.


זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, וואס האט א עסן געשעפט מיט נגיעות אסירות? זנות? דו האסט שוין געהערט פון איינעם וואס איז געזעצן אין א רעסטאראנט אין אנגערירט א פרעמדע פרוי ווייל ער איז יעצט און א רעסטאראנט? אפשר גייסטו נישט ארויס פון דיין הויז ווייל און גאס דרייען זיך הונדערטער און טויזענטער פרויען און דו קענסט נכשל ווערן 100 מאל א טאג? יא יא נאר דאס האט עטץ אינזין זנות זנות און נאכאמאל זנות, נו אויב אזוי זענט עטץ אין איין קאטאגאריע מיט נחום ראזענבערג וואס איז ביזי מיט דעם 24/7 ,אבער נישט פארגעסן ווען משמירט אונטער הערשל קלאר דעמטאלטס איז אלעס מותר, שוין נישט דא קיין פראבלעם מיט זנות אין מיט נגיעות אסורות.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:51 pm

· #55557
איך האב אסאך מאל געהערט שמועסן אז אין עפעס א פאפולערע מילכיגע רעסטאראנט אויף ליע עוו טוט זיך ששון ושמחה אין די צייטן ווען ס'איז אנגעשטאפט, סוי 'פרומאק' האט א שטיקל פוינט.

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:53 pm

· #55560
זר זהב
איך האב אסאך מאל געהערט שמועסן אז אין עפעס א פאפולערע מילכיגע רעסטאראנט אויף ליע עוו טוט זיך ששון ושמחה אין די צייטן ווען ס'איז אנגעשטאפט, סוי 'פרומאק' האט א שטיקל פוינט.

דאס זעלבע איז אויפן טרעין אויך, ס'האט גארנישט מיט די רעסטוראנט, אדרבה עפן נאך הונדערטער רעסטוראנטן וועלן אלע זיין אביסל ליידיגער, דו לאזט נאר איינס צוויי ווערט עס אנגעשטאפט, איך הייב שוין אן צו טראכטן אז זה רצונם, הא נאוס

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:55 pm

· #55562
דער טרעין האט זיך נישט סטאנציאנירט אין ווילאמסבורג.

היסטאריקער » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:07 pm

· #55569
זר זהב
איך האב אסאך מאל געהערט שמועסן אז אין עפעס א פאפולערע מילכיגע רעסטאראנט אויף ליע עוו טוט זיך ששון ושמחה אין די צייטן ווען ס'איז אנגעשטאפט, סוי 'פרומאק' האט א שטיקל פוינט.



אין יעדע סטאר איז אזוי

געגאנגען, אלע סטארס ווערן פארשפארט

נאר AK אינשורעס איז ערלויבט

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:01 pm

· #55591
זר זהב
איך האב אסאך מאל געהערט שמועסן אז אין עפעס א פאפולערע מילכיגע רעסטאראנט אויף ליע עוו טוט זיך ששון ושמחה אין די צייטן ווען ס'איז אנגעשטאפט, סוי 'פרומאק' האט א שטיקל פוינט.

דיפיין ששון ושמחה, ס'טוט זיך דארט חו"נ אנשים נשים וטף? ס'מאכסטעך נאריש?

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:08 pm

· #55593
כאבעס געהערט עטליכע מאל פון אנדערע מענטשן. זיי האבן געמיינט אנשים נשים, נישט טף. איך זאג נישט אז ס'אמת

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 6:10 pm

· #55596
זר זהב
כאבעס געהערט עטליכע מאל פון אנדערע מענטשן. זיי האבן געמיינט אנשים נשים, נישט טף. איך זאג נישט אז ס'אמת

סא מ'קלאפט זיך אריין, איז וואס? נאר אין ווילאמסבורג הייסט דאס ששון ושמחה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:49 pm

· #55657
Starbucks
זיי מאכן א לאפא איינס אין דער וועלט. באשטעל א סענדוויטש מיט חומוס, שווארמא, אביסל פרענטש פרייז מיט סאלאט, און באלעק זיך די פינגער.

אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "ויאכלו גנבים וישבעו". איך האב יעצט מקיים געווען דעם מאמר חז"ל "האומר דבר בשם אומרו". דער וואס האט אזוי אויסגעטייטשט דעם אויבנדערמאנטן פסוק איז (הרב) לייזער האלבערשטאם אוו בלעס'ד מעמארי.

ידען » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:33 pm

· #55662
זר זהב
איך האב אסאך מאל געהערט שמועסן אז אין עפעס א פאפולערע מילכיגע רעסטאראנט אויף ליע עוו טוט זיך ששון ושמחה אין די צייטן ווען ס'איז אנגעשטאפט, סוי 'פרומאק' האט א שטיקל פוינט.

Address please...

ידען » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:39 pm

· #55663
ששון ושמחה מיינט יענער אז ער ווערט וילד פאר פרויען ווואס זענען שיין אנגעטוהן.

אדער אז ער חלומט אזוי שטארק ווען ער זעהט א פאר פרויען צוזאמען אויף איין פלאץ אז ער מיינט זיינע פאנטאזיעס זענען עכט...

משה געציל » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:44 pm

· #55664
געפילטע פיש
פרומאק, איר האט פארגעסן איין זאך, "פיתה" איז א העברעאישע ווארט, פאר דעם האט די רעבעזכיסעליינו געבויעט וויליאמסבורג מיט די צען פינגער? אז ס'זאל קענען קומען א ציוני און מאכן א פרעס געשעפט מיט א העברעאישע נאמען? שטייט דאך אין ספרים הקדושים אז אויף מאכלות אסורות העלפט נישט קיין תשובה ווייל די טמטום הלב והמח בלייבט אפילו נאך תשובה, נאך דערצו אז מ'עסט א העברעאישע פיתה? וועט נישט בלייבן קיין שריד ופליט משונאיהם של ישראל ח"ו, דער עולם וועט פארכאפט ווערן אין ציוניזם ל"ע.

אבי געהאקט! דאס ביסל ארימע פיטא וואס איז אונז פארבליבן האבען די ציונים כדרכם אויך פראבירט צו פארכאפען. קוק נאר אין מושיען של ישראל ווען ר׳ עזריאל איז געקומען צום רבי׳ן פון הוידל-נאננאש האט ער אלטס מתנה מיט געברענגט דעם פיטא, און נאכן קריג איז עס אנגעקומען אויף אמעריקא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:56 pm

· #55665
פרומאק
ווער דארף האבען די פיצא געשעפטן ווי מען זיצט ל"ע בתערובות מענער און פרויען און מען זעט נאך אהן מיט די אויגן ווי אנדערע פרויען עסען, און חלילה קומט מען צו אז ווען מען גייט קומט מען צו אפילו נגיעות אסורות רח"ל.
רבותינו הקדושים האבען תמיד געוויינט אויף די אורך הגלות פין דער זעלבער עבירות. און דער שטן לאזט נישט אפ.
איין ווינקעל איז נאך געבליבען ווי אידן ווילען נאך טון דער רצון הבורא ית' קומען די עירב רב צוגיין און מאכען אהן פרישע געשעפטען און קרענק.
ווער ווייסט וואס דער געשפטען קענן נאך אונז אנברענגן. באלט וועט מען הערן ל"ע גיטין וואס דער מקור איז געווען פין די געשעפטן. מען דארף זיי צומאכן אפילו מיט געוואלד. פארוואס איז נאך נישט געווען קיין פראטעסטן דארט? וואס שלאפט דער עולם? וועקט אייך אויף צו די ביטערע מציאות פין די זנות געשעפטן.

חשוב'ער ר' פרומאק: אויב זוכט איהר ארבעט האב איך פאר אייך ב"ה א לאנגע ליסטע, אנגעהויבן אין ווילי דערנאך וועלן מיר אי"ה אריבערגיין קיין בארא פארק. (וואס איז דאך בכלל א טמא'נע שטאט, רח"ל.) וואו דער עולם האלט אין איין הוליענען יומם ולילה מקיים צו זיין דעם מאמר חז"ל פון עיקבתא דמשיחא. מער פונקטליך, שבוע שבן דוד בא. "אוכלין ושותין ושמחין.".נאר, צוריקגייענדיג צו וויליאמסבורג. ווי איך האב שוין דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה ס'איז דא א סטאר וואס פארקויפט פרויען קליידער און ס'איז דא א גרויסער סיין מיט'ן נאמען פון א פרוי בריש גלי אויך בילדער פון בגדי נשים דערויף ואין פוצה פה ומצפצף. פארוואס הערט מען נישט קיין ווארט מחאה דעריבער?. מיר האבן דאך ב"ה א שפע פון יונגעלייט מבקשי ה' וואס זיצן און טראכטן יומם ולילה וואו ס'איז פארהאן א פירצה בחומת הדת וואס מען זאל קענען מתקן זיין. 🙄

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:11 am

· #55672
אויס מענטש
פיטא איז אן אראביש ווארט
טרעף אן אראבער דא אין בארא פארק
און פרעג אים
וועסטו זעהן.

יא, אבער די ציונים ימ"ש האבן עס גענומען פון די ארנטליכע און וואוילע אראבער וואס האבן געלעבט זייער שטארק בשלום מיט די אידן און האבן עס מטמא געווען. זיי האבן אפילו געשעערט איין שטריק צו הענגען די וועש, ביז די פארשאלטענע ציונים זענען געקומען און האבן געמאכט די וואוילע און פריינטליכע אראבער הר'גענען די אידן מיט אלערליי מיתות משונות ביי'ם חברונ'ער פאגראם. כעדות הרב קאפלאן זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. .

משולם שטיינפעלד » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:20 am

· #55677
וועלכע פרויען סטאר האט א פרויען נאמען? איך קען נישט כאפן וועלכע סטאר מען מיינט

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:35 am

· #55683
הבהרה צו די פריערדיגע תגובה
berlbalaguleh
אויס מענטש
פיטא איז אן אראביש ווארט
טרעף אן אראבער דא אין בארא פארק
און פרעג אים
וועסטו זעהן.

יא, אבער די ציונים ימ"ש האבן עס גענומען פון די ארנטליכע און וואוילע אראבער וואס האבן געלעבט זייער שטארק בשלום מיט די אידן און האבן עס מטמא געווען. זיי האבן אפילו געשעערט איין שטריק צו הענגען די וועש, ביז די פארשאלטענע ציונים זענען געקומען און האבן געמאכט די וואוילע און פריינטליכע אראבער הר'גענען די אידן מיט אלערליי מיתות משונות ביי'ם חברונ'ער פאגראם. כעדות הרב קאפלאן זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל. .

די עדות פון הרב קאפלאן זי"ע וועלן מיר נישט נוצן איבער די גרויזאמע שחיטת און רציחות פון אידישע קינדער וואס די וואוילע אראבער ימ"ש האבן אדורכגעפיהרט. דאס קען מען הערן פון נארמאלע מענטשן. נאר הרב קאפלאן זכותו יגן עלינו האט עדות געדאגט וואס פארא וואוילע מענטשן די אראבער זענען און ווי גוט זיי האבן עלעבט מיט די אידישע שכנים. ביז, דעם יום המר והנמהר ווען די פארשאלטענע ציונים זענען אריינגעקומען און זיי האבן קאליע געמאכט דאס גוט פריינטשאפט. על אלה אני בוכי'.

פרענטש וואנילע » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:55 am

· #55774
NAVY SEAL
פרומאק
ווער דארף האבען די פיצא געשעפטן ווי מען זיצט ל"ע בתערובות מענער און פרויען און מען זעט נאך אהן מיט די אויגן ווי אנדערע פרויען עסען, און חלילה קומט מען צו אז ווען מען גייט קומט מען צו אפילו נגיעות אסורות רח"ל.
רבותינו הקדושים האבען תמיד געוויינט אויף די אורך הגלות פין דער זעלבער עבירות. און דער שטן לאזט נישט אפ.
איין ווינקעל איז נאך געבליבען ווי אידן ווילען נאך טון דער רצון הבורא ית' קומען די עירב רב צוגיין און מאכען אהן פרישע געשעפטען און קרענק.
ווער ווייסט וואס דער געשפטען קענן נאך אונז אנברענגן. באלט וועט מען הערן ל"ע גיטין וואס דער מקור איז געווען פין די געשעפטן. מען דארף זיי צומאכן אפילו מיט געוואלד. פארוואס איז נאך נישט געווען קיין פראטעסטן דארט? וואס שלאפט דער עולם? וועקט אייך אויף צו די ביטערע מציאות פין די זנות געשעפטן.


זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, וואס האט א עסן געשעפט מיט נגיעות אסירות? זנות? דו האסט שוין געהערט פון איינעם וואס איז געזעצן אין א רעסטאראנט אין אנגערירט א פרעמדע פרוי ווייל ער איז יעצט און א רעסטאראנט? אפשר גייסטו נישט ארויס פון דיין הויז ווייל און גאס דרייען זיך הונדערטער און טויזענטער פרויען און דו קענסט נכשל ווערן 100 מאל א טאג? יא יא נאר דאס האט עטץ אינזין זנות זנות און נאכאמאל זנות, נו אויב אזוי זענט עטץ אין איין קאטאגאריע מיט נחום ראזענבערג וואס איז ביזי מיט דעם 24/7 ,אבער נישט פארגעסן ווען משמירט אונטער הערשל קלאר דעמטאלטס איז אלעס מותר, שוין נישט דא קיין פראבלעם מיט זנות אין מיט נגיעות אסורות.


דו כאפסט נישט איז פרומאק איז סארקאסטיש? וויפיל תגובות דארף ער שרייבן מ'זאל זעהן אז ס'איז כל כולו סארקאזם..

פרענטש וואנילע » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 11:58 am

· #55775
משולם שטיינפעלד
וועלכע פרויען סטאר האט א פרויען נאמען? איך קען נישט כאפן וועלכע סטאר מען מיינט


געוויס מיינט ער "טויבער'ס", ווייל דארט הייסט די פרוי מרס. טויבער, האב איך צוגעטראפן?

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:12 pm

· #55871
משולם שטיינפעלד
וועלכע פרויען סטאר האט א פרויען נאמען? איך קען נישט כאפן וועלכע סטאר מען מיינט

די הנהלה דא אין קאווע שטיבל איז מקפיד נישט ארויס צו שרייבן פריוואטע נעמען, נאר אויב ס'איז שוין ממילא אין די נייעס, ווי למשל אז א פאר "מסירת נפש'דיגע" יונגעלייט האבן געמאכט א מחאה. נאר ווי ס'זעהט אויס וועט ממילא נישט זיין גארנישט ווייל די בעלי בתים פון יענעם סטאר האבן געגעבן א סכום הגון דארט וואו מ'דארף פאר "פראטעקשן".

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 5:22 pm

· #55872
פרענטש וואנילע
משולם שטיינפעלד
וועלכע פרויען סטאר האט א פרויען נאמען? איך קען נישט כאפן וועלכע סטאר מען מיינט


געוויס מיינט ער "טויבער'ס", ווייל דארט הייסט די פרוי מרס. טויבער, האב איך צוגעטראפן?

ניין. סאיז אן ערשטער נאמען פון א פרוי. יעצט וועט איר זיכער כאפן וועם מ'מיינט. דיין סטעיטמענט דערמאנט מיך פון ר' יאנקל מיללער'ס ווארט: "פארוואס הייסט די שטאט דעברעצין אזוי? ווייל דעברעצינער רב וואוינט דארט!

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 11:08 pm

· #57880
די נייע געשעפט האט זיך שוין באווארענט ער איז אויפגעקומען מיט די וויליאמסבורגע קאפשטיק
ער האט געלייגט ''ביימעלעך'' פינקט ווי עטרת אברהם
אין אלעס איז כשר
בלאט: 1 2