קלארוועמענס הכשר האט די נייע סטאר?
דערמאנסט מיר א ווערטל וואס כ'האב לעצטענס געהערט.
א רב זעהט ווי זיין חסיד געציל גייט אריין אין מעקדאנעלד'ס און פארלאנגט א געשמאקן מאלצייט פאר מיטאג, און רוקט אראפ אלעס ביז דער טעלער בלייבט ליידיג.
דער רב שוידערט. אזוינס!! ער שטייט אין דער זייט און קוקט צו די גאנצע מעשה מתחילתו ועד סופו.
ארויסקומענדיג, האלט אים דער רב פאר:
- געציל! וואס איז מיט דיר? דא עסט א איד?
- רב לעבן! - זאגט געציל - וואס האב איך נישט געטון ריכטיג?
- דו ווייסט דען נישט? עסן אויף אזא פלאץ?
- האט דער רב געזעהן ווי איך גיי אריין?
- יא!
- האט דער רב געזעהן וואס איך האב באשטעלט?
- יא.
- און וואס מען האט מיר דערלאנגט?
-יא.
- און ווי איך עס אלעס אויף?
- אויכעט!
- נו אויב אזוי, טייערער רב, איז דאך אלעס געווען די גאנצע צייט אונטערן השגחה פונעם רב זז"ג!!
לענינינו: דער געשעפט וועט האבן פולשטענדיגע השגחה און אויפזיכט פון ה.קלאר וחברייתו, מיט די עירוב שרייערס און אנדערע בני חורין שעוסקים "בתורה".