איך גלייב נישט!
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4764
איך גלייב נישט!
יא, אזויווי איר הערט/ליינט. איך גלייב נישט.
איך מיין דאס אמת'דיג. כ'ווייס אז נעכטען איז געווען יום כיפור.
מיט דעם אלעם, שריי איך ארויס קלאר, זאל יעדער הערן, ס'אינטערסירט מיר גארנישט.
זאל מיר די גבאים אויסשפארן, זאל איך פארלירן מיין משפחה און חברים.
איך קען מיך נישט העלפן. צו די מסקנה בין איך צוגעקומען, איינמאל פאר אלעמאל: איך גלייב נישט.
קוקט מיר נישט אן ווי א משוגענע, איך בין נישט קיין כופר-פשוטה, איך האב דאס חוקר געווען, אלע צדדים.
דאך, מתוך הכרה מלאה, מעומק המוח וההגיון, האלט איך, בשאט נפש, אז יא. איך גלייב נישט.
אלע עצות וואס גוטע פריינט האבן מיר פארגעשלאגן, האט נישט קיין סאך געהאלפען.
איך האב גערעדט צו רבנים, מומחים, שלמה באכנער, פסח קראהן, יוסף חיים גרינוואלד, קיינער האט מיר נישט געקענט אפרעגען.
אפילו א פריי-טיקעט קיין אש התורה אין אלט-שטאט. גארנישט האט געטוישט מיין מיינונג (אסאך פון זיי האבן אפילו מודה געווען צו מיר)
מ'קען באשולדיגן דעם אינטערנעט, מיין יונגע יתמ'ות, מיין מלחמה געליטענע זיידע'ס, מיין שטרענגע שוויגער, ועוד ועוד.
אבער סוכ"ס איז דאס דער אמת: איך גלייב נישט.
איך טוה דאס נישט פאר איטענטשען, איך פלאן נישט צו זיין אין די OTD קליפס, ווייל איך בלייב דא אין די סיסטעם.
איך זאג אזוי ווייל דאס איז דער אמת: איך גלייב נישט.
וויפיל מאל כ'האב מיך געוואלט איבערצייגן אז איך בין נישט גערעכט, און מ'דארף יא גלייבן, טראכטענדיג: קאווע, וואס מאכסטעך נעריש, דו גלייבסט טאקע?!
סאך קלוגערע פון דיר גלייבן נישט! ווי קלוג מיינסטו ביסטו?
וואס קענסטו שוין? וויפיל ווייסטו שוין? גארנישט!
זעהסט נישט אז אלע קלוגערע פון דיר גלייבן נישט, פארוואס דארפסטו זיין דער נער פון שטאט?
איין טאג וועסטו נאך בלייבן דער איין איינציגער גלויביגער, אלזא, כאפ דיך מיט פאר דו בלייבסט עלענד אליין.
די עיקר סיבה פארוואס איך גלייב נישט איז, ווייל איך בין נאר א מענטש, איך קען גרינג ווערן איבערגערעדט.
ממילא גלייב איך נישט אז ס'איז שייך איך זאל צוקומען צו אן אמת'ע מסקנא ריין פון נגיעות און דיעות קודמות.
אלזא, האב איך אפגעמאכט אז איך גלייב נישט אין מיר. איך פארלאז זיך אויף מיין אור אלטע מסורה.
א מסורה וואס ציעט זיך מימות מתן תורה, און אזוי טו איך ווייטער, און איך לעב און לאך.
און מיטן גאנצען כוח און מוח שריי איך אויס ברבים: איך גלייב נישט אין מיך!
דער זעלבער איך וואס גלייבט נישט אין זיך, גלייבט אין זיך אז ער (זיך) גלייבט אין זיינע זיידעס אור אלטער מסורה? דעמאלט גלייבט איר דאך יא אין זיך? סיידן איר גלייבט נישט. דאן אויב יא ווער דען איז דער וואס גלייבט נישט אין זיך? "איך" גאר? ווער האט דאס מחליט געוועזן? דו?
קאווע טרינקער
אלזא, האב איך אפגעמאכט אז איך גלייב נישט אין מיר. איך פארלאז זיך אויף מיין אור אלטע מסורה.
איך האלט אז איך בין נישט בכוח צו חקרנ'ען עד הסוף, ע"כ פארלאז איך מיך אויף וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט.
פארשטייט זיך, וויבאלד זיי האבן מיר אויסגעלערנט אז דער "שלחן ערוך" האט דער לעצטער ווארט, קען איך טוהן פארקערט פון זיי, אויב די שלחן ערוך איז אויף מיין זייט.
אוי האסטו מיר דערשראקען... ביז די לעצטע פאראגראף האב איך פרובירט צוריק צו האלטן מיין נשמה פון ארויספליען. ב"ה אז צום סוף האב איך געקענט אפאטעמען.
נישט צו גלייבן אין זיך איז נישט צו גלייבן אין א חלק אלוק ממעל! א כפירה במקצת!
חכם באשינישט צו גלייבן אין זיך איז נישט צו גלייבן אין א חלק אלוק ממעל! א כפירה במקצת!
אזוי צו רעדן איז כפירה-בכולו.
אפשר זאל איך גלייבן אין די כוכבים און מזלות, ווער האט זיי באשאפען אויב נישט גאט?
איך גלייב נישט אין מיך אזוי צו אזוי, ווער בין איך צוזאגן אויב מ'דארף זיך ענדישער פארלאזן אויף חכמים פון טויזנעטע יארן צוריק, אדער אויף וואס איך זע און לעב מיט היינטיגע צייטן.
דערפאר האב איך מחליט געווען, אז די פון טויזנטע יאר צוריק האבן זיך געברויכט פארלאזן אויף זייערע "גרעסטע" חכמים.
און איך וועל זיך פארלאזן אויף די היינטיגע "גרעסטע" חכמים.
אלזא, כ'האב דאך נישט געלעבט יענע צייטן, במילא ווייס איך נישט אויב זיי זענען טאקע באמת געווען די "גרעסטע" חכמים. איז וואסזשע טוט מען?
איז אזוי, אויף דעמאלטס ווייס איך דאך נישט. היינט קען איך כאטש קוקן, און זען וועמענס חכמה האט די מערסטע אויפגעטאן, און ע"פ דעם באשטימען ווער עס ווערן פאררעכנט פאר די גרעסטע חכמים. און שטרעבן צו אזא חכמה...!!
און איך גלייב אז אויב זאלן די דאזיגע גרויסע 'חכמים' - טאקע מכח זייער קלוגשאפט - טראכטן "ווער זענען זיי צו גיין אנטקעגן די קלוגע לייט פון אמאל" וואלטן מיר נאך היינט געפארן מיט פערד און וואגאן.
קאווע ביסט גוט! אבער דו שאצט זיך אסאך אונטער. מ'זאגט אז ווען די חכמים זאלן האב אזא גרויסע מאס קאנפידענץ ווי די תמימים וואלט נישט געווען קיין פלאץ פאר די תמימים, נאראנים, אדער שוטים אין אונזער וועלטל. און א וועלט מוז האבן א באלאנס.
שטעל דיך פאר א וועלט אהן האלץ האקער, אהן פעינטערס, אהן סייבער פארן, אהן מאמישע געפיהלן, אהן ספיריטואליטי, אהן מענטשן וואס פארלאזן זיך אויף אנדערעמ'ס מיינונגען. א דיזעסטער וואלט געווען.
ר' יהושע בן לוי מיט אליהו הנביא האבן דאס שוין פאראויסגעזען.
חכם באשי האקט.
די "גרויסע" חכמים, סיי פון אמאל און סיי פון היינט, זענען סוף כל סוף מענטשען.
דאס וואס מ'האט מיך אויסגעלערנט ווייס איך היינט הונדרעט פערסענט זיכער אז ס'איז נישט די אמת, אויך איז עס זיכער נישט א מסורה וואס ציעט זיך מימות מתן תורה. אמיטאמאל מימות חז"ל.
קלוגערע פון מיר גלייבען נישט, פארוואס דארף איך זיין די נער פון שטאט? איך האב געליינט וואס די גרויסע מוחות לעיקוואד מיט יידל, תחכמינו מיט יאיר, שליח מיט דעת תורה, קאווע טרינקער מיט ברסלב בענדזשעמין שרייבען קיינער האט מיר נישט געקענט אויפווייזען.
אפילו לאנגע וויזעטען ביי די זו רעבבי האט מיר נישט איבערצייגט, גארנישט האט געטוישט מיין מיינונג
מ'קען באשולדיגן דעם אינטערנעט, מיין יונגע יתמ'ות, מיין מלחמה געליטענע זיידע'ס, מיין שטרענגע שוויגער, ועוד ועוד.
אבער סוכ"ס איז דאס דער אמת: איך גלייב נישט.
איך טוה דאס נישט פאר איטענטשען, איך פלאן נישט צו זיין אין די OTD קליפס, ווייל איך בלייב דא אין די סיסטעם.
איך זאג אזוי ווייל דאס איז דער אמת: איך גלייב נישט.
איך בין נישט איבערצייגט אויף יא, נישט אויף נישט, איך ווייס נישט. קיין אמתדיגע מסורה האב איך זיכער נישט.
וואס איז די פלאן?
פערינא,
פארדריי נישט קאווע טרינקער'ס הומאריסטישע הומאריסטישע אשכול צו א חקירה'שע אשכול נישט דאס איז געוועהן זיין מכוון.
איך פרעג נישט קיין חקירה'שע שאלות, איך פיגי בעק אנגעווייטאגטיגע סעטייער אויף קאווע'ס הומער
הרה"ק הבעש"ט זי"ע האט געזאגט הארט פארן נפטר ווערן,
איך בין א נער און איך גלייב, עכ"ל.
וואס מיינט דער ווערטער, מיינט עס עפעס טיפער, והבן?
בפשטות כוונת הבעש"ט איז געווען פארקערט. כלומר, כאטש ער האט משיג געווען אמונה דורך זעהן אלעס בחוש, כביכול, דאך האט ער געזאגט אז אמונה מצד "נער", פשוט ווייל מ'גלייבט, אן קיין הוכחות, איז חשוב'ער.
עכ"פ אזוי האב איך געהערט מסביר'ן.
סאו וואט
איך בין א נער און איך גלייב, עכ"ל.
איך מיין ס'איז די ד"ה פון קאווע טרינקער'ס מאמר.
דער בעש"ט האט נישט געקענט מיינען וואס טרינקער זאגט, ווייל ער זאגט דאך גענוי פארקערט, דער בעש"ט זאגט ער איז א נער און גלייבט, טרינקער זאגט ער איז א חכם און גלייבט נישט.
לכאורה מו ההיפוך לההיפוך.
אזוי זאגט דער מדרש.
קאווע, גלייבסט נישט? באלד גייסטו זאגן אז דו גלייבסט נישט צוליב דעם ווייל דו ביזט געווארן מאלעסטעד! אבער מיר ווייסן דעם אמת, ביזט אלעמאל געווען א בעל תאווה, דיינע חברים געדענקן נאך פון חדר ווי דו האסט זיך באלעקט די פינגער מיט א געשמאקע קצות, און ווי די שפייאכץ איז דיר גערינען פון מויל ביי נשמת. האק נישט אין קאפ אריין, קיינער האט דיר נישט מאלעסטעד, דיין כפירה קומט צו בארעכטיגן דיינע תאוות! 😂
באמת אבער זאלסטו וויסן אז דו ביזט בכלל נישט קיין כופר. גלייבן אין זיך איז נאר פון די אמונות ההכרחיות.
איחוד פעלדדער בעש"ט האט נישט געקענט מיינען וואס טרינקער זאגט, ווייל ער זאגט דאך גענוי פארקערט, דער בעש"ט זאגט ער איז א נער און גלייבט, טרינקער זאגט ער איז א חכם און גלייבט.
דו זאגסט דאך אזוי גוט! אבער די אמת איז אז נישט אלעמאל דארף מען אריין לערנען תילי תילין של הלכות אין א יעדע אות. אמאל קען עס האבן די פשוט׳ע באדייט. די בעש״ט האט געוויסט ער איז א חכם און ער איז משיג מער ווי רוב אנדערע מענטשן (אינקלאדינג דער לעצטע השגה), דאך האט ער איינגעזעהן קודם פטירתו אז מיט אלע חכמה איז ער געבליבן מיט קשיות אויף א געוויסע לעוועל וואס כלפי דעם דארף ער גלייבן פונקט ווי די נער וואס גלייבט אין די פשוט׳ע זאכן אן קיין הבנה.
קאווע טרינקער א גאון אין חידושים!
דער תוכן הדברים איז טאקע א חידוש, אבער דער change of plot דעליווערי, קומט פון קלויזענבורגער רב ז'"ל.
איך בין דער באשעפער! איך בין דער באשעפער!! ..... האט דער אייבישטער געזאגט צו משה.......
איך בין הונגעריג.... איך שטארב פון הונגער..... האט עשו געזאגט
ועוד
דער הייליגער הייליגער סאטמארע רב...... בעל קרן לדוד...
דער הייליגער אויסדערוועלטער זון פון קדושת יו"ט ז"ל................ דער בעל עצי חיים.
אויב פסקנן מיר פלגינן דיבריה און תפס לשון ראשון, מאי איכא למימר?
למעשה פארשטיי איך נישט, אויב גלייבסטו נישט אין דיר, איז פארוואס גלייבסטו זיך אז דו גלייבסט נישט אין דיר?
ווייל דאס איז בתורת ידיעה אז ער גלייבט נישט, ודו"ק.
לכאורה דארף מען אריין קלערען צו ווען איינער רעדט אזוי ווי טרינקער, איז פשט אז ער איז מודה אז אידישקייט מאכט בעצם נישט קיין סענס, און איז דא אין דעם א צד כפירה?
כלומר ווען איינער זאגט איך טוה עס נאר ווייל איך בין מסורה'דיג, איך טוה וואס מען טוט אלץ א איד, אבער איך האלט אויך אז אין דעם ליגט נישט קיין אמת, איז דאס נישט דער זעלבער תורה וואס טרינקער זאגט?
חכם באשי
נ.ב. אגב, איך גרייט יעצט אן פאר מדור "אנשי שם" א ארטיקל איבער הרב עובדיה שליט"א, האפענטליך וועט עס זיין גרייט פאר ערב סוכות, זיין געבורטסטאג.
אויב מ'מעג בעטן, ביטע לייגט ארויף דאס ארטיקל גענוג פרי, מ'זאל נאך קענען ארויספרינטן אויפן אפיס פרינטער.
@קאווע טרינקער, וואס איז בכלל די געווען די הוה אמינא אז די זאלסט יא גלייבן אין זיך?? 😉
געפילטע פישאנשי ספרד
נ.ב. אגב, איך גרייט יעצט אן פאר מדור "אנשי שם" א ארטיקל איבער הרב עובדיה שליט"א, האפענטליך וועט עס זיין גרייט פאר ערב סוכות, זיין געבורטסטאג.
אויב מ'מעג בעטן, ביטע לייגט ארויף דאס ארטיקל גענוג פרי, מ'זאל נאך קענען ארויספרינטן אויפן אפיס פרינטער.
גוט.
@חכם באשי, ביטע קום אריין צו מיר אין אישי. 😉
פארדארבענע פישנ.ב.
@געפילטע פיש, איר האט עפעס אן עצה פאר געפילטע פיש ווען ס'גייט דריי טעג יום טוב, אז ס'זאל נישט ווערן א רפואה פון חז"ל וואס מ'טאר נישט נאכטוהן, כמבואר במו"ק י, א?
עיין באשכול
חינגא ועידניא בששון דהרב הוגה, אין אזא פאל ווען די מטרה איז נוגד די אמצעי, וועט מען מוזן איבערלאזן די מנהג קדמון וואס די אידן האבן ארויסגענומען פון מצרים, די כוורא דמילאין (קרעדיטאה: הערשי) וואס זיי האבן פארפאקט בחיפזון אזוי ראשו על כרעיו ועל קרבו, און זיך באזעטיגט דערמיט ביים וישבו בסוכות, און מ'וועט מוזן הייסן די ווייב עקספערימענטן אביסל, כמו דג הבא מבית הצייד, רצה לאוכלו במלח – אוכלו, צלי – אוכלו, מבושל – אוכלו, שלוק – אוכלו, אזוי וועט מען טועם זיין אפאר מיני טעמים ס'זאל נישט גיין פון די נאז.
סאו וואטהרה"ק הבעש"ט זי"ע האט געזאגט הארט פארן נפטר ווערן,
איך בין א נער און איך גלייב, עכ"ל.
וואס מיינט דער ווערטער, מיינט עס עפעס טיפער, והבן?
פשוט י"ל פתי יאמין לכל דבר זה משה רבינו (שמו"ר פ"ג, א.) דהגם שמשה הי' בעל השגה גדולה בתכלית השלימות, מ"מ היו אצלו כל הענינים (דאלקות) באופן של אמונה, כי מכיון שלגבי הקב"ה דלית מחשבה תפיסא בי' כלל הכל כפתיים אצלו ית'
נקודת החבדיתפשוט י"ל פתי יאמין לכל דבר זה משה רבינו (שמו"ר פ"ג, א.) דהגם שמשה הי' בעל השגה גדולה בתכלית השלימות, מ"מ היו אצלו כל הענינים (דאלקות) באופן של אמונה, כי מכיון שלגבי הקב"ה דלית מחשבה תפיסא בי' כלל הכל כפתיים אצלו ית'.
מקודם תברר, ויתברר לך שהמעשה לא היה מאז ומעולם. בזמן הבעש"ט עדיין ידעו התרגום המילולי של 'אמונה'. אמונה היא אדיקת הנפש בהנחה שהונח מדעת. עי' במורה להרמב"ם.
מבקרנקודת החבדיתפשוט י"ל פתי יאמין לכל דבר זה משה רבינו (שמו"ר פ"ג, א.) דהגם שמשה הי' בעל השגה גדולה בתכלית השלימות, מ"מ היו אצלו כל הענינים (דאלקות) באופן של אמונה, כי מכיון שלגבי הקב"ה דלית מחשבה תפיסא בי' כלל הכל כפתיים אצלו ית'.
מקודם תברר, ויתברר לך שהמעשה לא היה מאז ומעולם. בזמן הבעש"ט עדיין ידעו התרגום המילולי של 'אמונה'. אמונה היא אדיקת הנפש
בהנחה שהונח מדעת. עי' במורה להרמב"ם.
נו? מה הסתירה? תכלית הידיעה...
נקודת החבדית מ"מ היו אצלו כל הענינים (דאלקות) באופן של אמונה, כי מכיון שלגבי הקב"ה דלית מחשבה תפיסא בי' כלל הכל כפתיים אצלו ית'.
מה זאת "מ"מ"? לפי מה שאומר הרמב"ם, היית צריך לנסח "וגם היה וכו'" . וההמשך "כי מכיוון וכו'" לא שייכת כאן. ודו"ק.
מבקרנקודת החבדית מ"מ היו אצלו כל הענינים (דאלקות) באופן של אמונה, כי מכיון שלגבי הקב"ה דלית מחשבה תפיסא בי' כלל הכל כפתיים אצלו ית'.
מה זאת "מ"מ"? לפי מה שאומר הרמב"ם, היית צריך לנסח "וגם היה וכו'" . וההמשך "כי מכיוון וכו'" לא שייכת כאן. ודו"ק.
תכלית הידיעה...גם הידיעה הוא אחרת וד"ל