קול הקאסטומער'ס: מיר זוכן אביסל נארמאלערע לייען מאטריאל!
לכבוד כל האויסגאבעס כל אחד בשמו הטוב יבורך.
לכבוד דעם בעפארשטייענדן יו"ט סוכות ווען אלע אויסגאבעס און ליניעס פראבירן צו כאפן די העדליינס מיט מורא'דיגע אינטערסאנטע אויפטרעפן וויאזוי צוצוציען די ליינער און צוהערער, וועל איך דאסמאל פארכאפן דעם העדליין מיט גאר א אינטערסאנטע אויפטרעף, נעמליך איר - אויסגאבעס - זאלט זיצן אויפן שטיל דארט אונטן, און מיר קאסטומערס-וועלכע-קויפן-נישט-אייער-אויסגאבע וועלן זיך ארויפשטעלן אויפן פלאטפארמע, און אייך לאזן הערן אביסל פון אונזער זייט.
דעם גרעסטן טעות וואס איר מאכט, ליבע פארזאמעלטע אויסגאבעס, איז אז מיר אומקויפעדיגע קונדן זוכן עפעס ברעכעדיג, עפעס שרעקעדיג, דראמאטיש, באבמאסטיש. כאילו מיר זענען קינדערלעך אין חדר וואס דער לאנטש רבי קען האלטן שטיל בלויז מיטן דערציילן די שפאנענדע מאמענטן פון מאשקע אינעם גרוב.
אייערע דעקלעך זענען אנגעפילט מיט די שרייעדיגע העדליינס ווי: "ווען איין קראקאדיל האט באוויזן איבערצודרייען גאנץ וואשינגטאן די.סי." (נאר א משל). "אמעריקע איז אונטער שרעקליכע סכנה", ועוד ועוד. און אויב וואנדערט עפעס א זאכליכע ארטיקל אריין דא און דארט ווערט עס בכלל נישט דערמאנט אויפן דעקל. וזה פשוט.
די קשיא וואס איר שרייט זייער הויך, און איר כאפט ניטאמאל אז איר שרייט עס, איז: פארוואס גייט נישט אונזערע אויסגאבעס? פארוואס איז די לייען אינדוסטריע אזוי אין דער ערד?
די קשיא ווערט געשריגן זייער הויך דורך אייער גרעפיקס וואס ווערט שענער און שענער, דורך די פאפירן וואס ווערן דיקער און דיקער, דורך פרישע אויסגאבעס ארומגעוויקלט מיט פלאסטיק וועלכע פארמאכן זיך נאך 2-3 מאל ערשיינען. מען זעהט ווי איר קלאמערט זיך נעבעך אויף די לייטער, איר פראבירט נאכאמאל און נאכאמאל, מעגליך דאס וועט ארבעטן, מעגליך דאס...
קיינער ווי איר אליינס שרייט דאס נישט אזוי הויך: קאסטומערס! מיר מאכן אלעס אזוי שפאנענד און שרעקעדיג, נעגאטיוו און דראמאטיש, אומגלויבליך און ברעכעדיג, פארוואס קויפט מען אונז נישט?
דער תירוץ איז "נישט" קיין רוחניות'דיגע אז מען קויפט נישט קיין "אומאויסגעהאלטענע אויסגאבעס". דער תירוץ איז פשוט - איר זענט גרייט צו הערן חשוב'ע פארזאמעלטע? - דער תירוץ איז: שטעלט צו חומר וואס ברענגט כבוד ווען מען ווייסט עס!
איר פארשטייט? שטעל דיך פאר איך כאפ א היטש מיט איינעם, און איך זוך פון וואס צו רעדן, געב איך אים אזא פרעג: האסט געזעהן די ארטיקל מיט די 10 גרעסטע היימלאזע פארשוינען? וואס זאגסטו צו פארשוין נומער 6 מיט די שנאוץ העכער די אויגן? הא?
עס קומט נישט דא אריין אידישקייט און נישט-אידישקייט, עס איז וויסענשאפט, זאל עס זיין סעקולערע אויסגעהאלטענע וויסענשאפט און היסטאריע, זאכן וואס בויען אויף די מח און וואס העלפן ארויס אויפן צוקונפט אין וואס אימער, זאל עס זיין אידישקייט, זאל עס זיין ביזנעס, פראטיק, און אלעס ווייטער.
"וואס", פרעגט איר? איר דארפט מיך האבן? גייט אביסל ארויף - צום ביישפיל - אויף וויקיפעדיע און טוט אייער היים ארבעט דארט! איך קען אייך נישט העלפן, וועט איר האבן אזאלכע סארט גוטע ארטיקלעך וועט איר זוכה זיין צו אונז אלס קאסטומערס!
מיר, קאסטומער וועלכע קויפן נישט אייער אויסגאבע, קויפן עס נישט ווייל עס איז דום! נאריש און אבסורד! מיר שעמען זיך צו שפאצירן דערמיט אין גאס! ווען מען קויפט עס יא וועט מען עס נעמען אין א שווארצע שאפינג בעג!
מיר וועלן גאר שטארק עפרישיעיטן זאכליכע ארטיקלען וועלכע קען נאכגעזאגט ווערן בדרך כבוד פון ערוואקסענע צו ערוואקסענע, נישט פון ערוואקסענע צו קינדער, און נישט פון קינדער צו ערוואקסענע.
זוכט נישט גארנישט צו ברעכן, מאכט אונז נישט פילן ווי צעהיצטע בחור'לעך אין די וועד שמחת רבינו, מיר זוכן רואיגע געמיטליכע תוכנ'דיגע ארטיקלעך.
יישר כח!
(ביטע נישט דערמאנען קיין שום אויסגאבע -אפילו בדרך רמז - אין דעם אשכול, עס איז בכלל נישט דאס דער ציל).