☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון

מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4425
בלאט: 1 2

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 4, 2013 5:02 pm

· #138311
מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון
אין גייסט פון דעם אשכול זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט עפען איך דעם אשכול איבער אנשי שם וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון.

למשל היינט בין איך געוואויר געווארן פון רביצין Lori Palatnik, כ'האב אויסגעהערט עטליכע קליפס. גאנץ געשמאק.
איר BIO אין וויקי פארמאגט שיינע מעלות.

אויב איינער וויל שרייבען דא מער איבער איר, וואלט איך הנאה געהאט.

א שיעור "falling in love staying in love"

נאך שיעורים <a class="postlink" href="http://www.aish.com/authors/48865532.html">http://www.aish.com/authors/48865532.html</a>

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:43 pm

· #140103
עילי אבדני.

אזא שיינע שטימע.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:57 pm

· #140104
קאווע טרינקער

ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 12:56 am

· #140116
געפילטע פיש

ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

😂 😃 😂
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!

גנדי » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 1:10 am

· #140120
קאווע טרינקער
אין גייסט פון דעם אשכול זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט עפען איך דעם אשכול איבער אנשי שם וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון.

למשל היינט בין איך געוואויר געווארן פון רביצין Lori Palatnik, כ'האב אויסגעהערט עטליכע קליפס. גאנץ געשמאק.
איר BIO אין וויקי פארמאגט שיינע מעלות.

אויב איינער וויל שרייבען דא מער איבער איר, וואלט איך הנאה געהאט.

א שיעור "falling in love staying in love"

נאך שיעורים <a class="postlink" href="http://www.aish.com/authors/48865532.html">http://www.aish.com/authors/48865532.html</a>


יישר כח פארן אריינלייגן. קיינמאל נישט געהערט פון איר. זי רעדט מוראדיג גוט.

לעיקוואד » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 5:55 am

· #140149
אליצפן
געפילטע פיש

ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

😂 😃 😂
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!


איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

טעפל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:37 am

· #140406
לעיקוואד האטס עס אמאהל פראבירט אז דו רעדסט?

אליצפן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:56 am

· #140408
לעיקוואד

איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

די חילוק איז פשוט, די אמעריקאנער געזעץ זאגט טאקע אז ס'איז אסור, און ס'דא מיליאנען געזעץ איפארסירער, און מיט דעם אלעם נוצן קרוב צו הונדערט מיליאן אמעריקאנער מאריכואנא.
משא''כ. לגבי הלכות נדה וואס קיין שום שותו''מ און אפילו גאר אסאך פרייער וועלן זיך נישט וואגן עובר צו זיין אויף דעם.

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:20 am

· #140410
אין קאראן איז דא שווערערע הלכות פין די תורה להבדיל, און דאס גיט נישט צו צום ריכטיקייט פין דער זאך כמובן, ווייל דער מחוקק איז נישט געוועהן משועבד צו זיינע אייגינע הלכות, והו הדין כאן.

ועוד יש לטעון, אפשר האט גאר א פרוי געשריבען די תורה, ווי געוויסע וויסענשאפטליכע האלטען.

אבער פאר א ווערטעל איז עס גראדע גוט.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:44 pm

· #140496
לעיקוואד
אליצפן
געפילטע פיש

ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

😂 😃 😂
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!


איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

מאריחוואנא מיינט מען דאך אז סאיז שעדליך. אודאי וואלט אחריות'דיגע מענטשען געמאכט זאלכע תקנות. משא''כ נדה.

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:56 pm

· #140508
פאלט דיר נישט איין אז אמאל האט מען געמיינט (אפשר היינט אויך) אז נדה איז שעדליך?

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:08 pm

· #140519
אלץ וואס בלוט אדער רוחות?

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:06 pm

· #140569
כ'ווייס נישט פונקט פארוואס, ס'געווען אזא טאבו צווואס, דער רמב"ן ברענגט אז אזוי פלעגן זיך פירען אפילו די גוים בזמן המקרא זיך מרחיק זיין פון א נדה גאר שטארק.

הוגה » זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:42 pm

· #140608
כ'געדענק נישט אויב ס'שטייט שוין ערגעץ אין ק"ש, אבער די שומרונים פירן זיך נאך אזוי בימינו.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:06 am

· #140879
שוין געוואטשט מיט די בני בית צענליגע דרשות פון איר. זי איז פון די הויפט מארקעטערס פארן ארגענעזאציע אש. איר מאן איז א בעל תשובה אין א רב היינט צוטאגס. א שאד זי קומט נישט רעדן ביי אונז אין בית מדרש, אז רחי פרייער קען געבן דרשות פאר היימישע יונגעלייט קען זי אויך.

דעת תורה » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:19 am

· #140944
הוגה
כ'געדענק נישט אויב ס'שטייט שוין ערגעץ אין ק"ש, אבער די שומרונים פירן זיך נאך אזוי בימינו.


מסתמא אלס שמירת התורה.

boxcover » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:15 am

· #141998
לעיקוואד
פאלט דיר נישט איין אז אמאל האט מען געמיינט (אפשר היינט אויך) אז נדה איז שעדליך?

דו ווייסט נישט אויב א נדה איז שעדליך?! פראביר צו כאפן א שמועס מיט איינס, און דאן רעפארט צוריק אהער.

בדחן » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:16 pm

· #145858
אין צימעס ביי די בית שמש אשכול זע איך אסאך ארום רעדן איבער הגה״צ חזקי׳ סנדר ענגלענדער שליט״א

קיינמאל נישט געהערט פון אים, ווי אלט איז ער? וועמענס זון? א משפיע? א מקובל?

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:48 pm

· #145866
ער איז א ליטוואק, עלטערע איד, עוסק אין קבלה, שטארק אריינגעטוהן אין עניני קדושה וטהרה און מקוה וכו'.
ער קומט גאנץ אפט קיין חו"ל, שטייט איין אין ב"פ אויף 49/15.

DotCom » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:22 pm

· #145889
ווער איז די רביצין אסתר יונגרייז? געוואטשט עטליכע קליפס פון איר זי רעדט זייער גוט.

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:23 pm

· #145891
זייער א באקאנטע רעדנער/משפיע
זי האט אויך געשריבן א בוך "החיים הם נסיון".

DotCom » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:26 pm

· #145894
זי לעבט נאך? וואו וואוינט זי? ווער זענען אירע חסידים/מתנגדים?

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:28 pm

· #145896
DotCom
זי לעבט נאך?

יא. מ'זעהט איר נאמען כסדר אויף די ליסטע פון בעלי דרשנות.

פון וויקיפעדיע

רעביצן אסתר יונגרייז (געב' סעגעד ה'תרצ"ו) איז זייער אקטיוו צוריקצוברענגן אידישע קינדער צו אידישקייט.

זי שטאמט פון א רבנישער משפחה און איר מאן האט געהאט א שול, איר ארגאניזאציע און צענטער אין מאה שערים הננו געט צועסן פאר ארימע היימלאזער מענער און לערנט מיט זיי תורה.

פרעזידענט בוש האט איר געקרוינט צו זיצן אויף די פארשטאנד פון האלאקאסט מוזיי זייענדיג זעלבסט אן איבערלעבער און אקטיוו צו הייבן די מאראל פון פאלק שוין יארן כדי דאס זאל זיך נישט איבערחזרן.

זי קומט זיך צוזאם יעדן דארנערשטאג נאכט אין די וועסט סייד אין קהל עדת ישורון, מאכן שידוכים פאר די מאדערן ארטאדאקס וואס זי זעט אין דעם שידוכים פראבלעם די גרעסטע צרה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

דעת תורה » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:58 am

· #145937
קאווע טרינקער
ער איז א ליטוואק, עלטערע איד, עוסק אין קבלה, שטארק אריינגעטוהן אין עניני קדושה וטהרה און מקוה וכו'.
ער קומט גאנץ אפט קיין חו"ל, שטייט איין אין ב"פ אויף 49/15.


אויב איך מאך נישט קיין טעות, האט ער שוין מחבר געווען א ספר אויכעט בבירור פרטי טבילת עזרא.

וואו האט ער אנגעהוקט מיט קנאות? בריסק? ער רעדט ווי א געבוירענער סאטמארער. עטליעסט ביי סאטמארע מאורעות. אגב דער הוט וואס ער טראגט איז נישט קיין קנייטש הוט.

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:48 am

· #145947
ר' סענדער ערלאנגער קומט זיך אן עקסטערע אפהאנדלונג ביי די משפיעים אשכול. און אויך מאחורי הפרגוד עקסטער (כמדומה אז ערגעץ האט מען שוין עם דערמאנט אביסעל וועגן דעם).

לגבי קנאות, איז ער טאקע א קנאי פון סאטמערע חדר, איך ווייס נישט פונקט פון וואו ער האט דאס אויפגעפיקט, בכלל איז ער אזא מלקט ער איז א חסיד פון ר' חאצקל לעווענשטיין און פון ויואל משה, דאווענט שבת ביים נאדבורנא רבי און איז אן איידים בי טורצין מגדולי החזונאישניקים (מחבר שונה הלכות ביחד עם רח"ק), איז א מקובל פון כל מיני קבלה און קאכט זיך אין קדושה און קען אביסעל לערנען אויך. בקיצור א גרויסער טשולנט (נאר מיט מער דעת ווי רצ"מ זילברברג'ס טשולענט). דאכציך ער איז אמאל געווען ראש ישיבה אין סאטמער אין ירושלים. און ער איז בשיטה אזוי מקפיד נישט צו געהערן צו איין ספעציפישע קרייז נאר נעמען דאס וואס איז גוט בעיניו פון יעדער איינער. ער טענה'ט אז דער דרך האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע ר' חיים אריה זצ"ל, וואס איז אויך געגאנגען מיט די סאטמערע שיטה כמדומני.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:32 am

· #145949
כ'מיין אז אין די הקדמה אויף עפעס א טהרה ספר, שרייבט ער אז ר' חיים קניבסקי האט אים צוגעזאט ארוכת ימים, אויב שרייבט ער דעם ספר.

כ'האב אמאל געהאט א שמועס מיט אים, בתוך בדברים זאגט ער מיר אז אין אמריקה איז דא א פראבלעם, ווארום, די קערטינס מאכן נישט גענוג טונקעל אין שטוב... והבן.

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:53 am

· #145952
אפשר קען מען אנהייבען אימפארטירען די קערטינס פין אר"י אהער.

דער ערלאנגער וואס מאכט די בלויע קונטרסים איז זיין ברודער?

לעיקוואד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:10 am

· #145953
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/103113">viewtopic.php?p=103113#p103113</a><!-- l -->

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:47 pm

· #146595
@DotCom
לכבודך
📎 20130829_211053.jpg

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 12:43 am

· #147247

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:41 pm

· #149602

קאווע טרינקער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:11 am

· #151137
דער ניק מר שושני!
איינע פון די זאכן וואס כ'בין געוואר געווארן פון ליינען דא
איז דער מענטש מיטן ניק מר שושני! קיינמאל נישט געהערט פון אים!
📎 שושני.jpg

דענקער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:25 pm

· #151151
טאקע הפלא ופלא. א פענאמענאלע מח און זיכרון. שלום ראזענבערג טענה'ט אז ער איז דער מיסטעריעזער חתן וואס ווערט דערמאנט אין די בריוון פון הרב קוק זי"ע אלס זיין תלמיד.

מהיכי תיתי אז ער האט געהאט שייכות מיטן ליובאוויטשער רבי'ן ז"ל? און נאך מיטן סאטמארן רבין אוו אלל פיפעל?

דעת תורה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 12:53 pm

· #151152
סאפאוזעדלי זיך געטראפן מיט סאטמאר רב אין פאריז. שלמה יאנקל טענה'ט אז ס'שטימט נישט

איחוד פעלד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:14 pm

· #151155
אין עצור איז דא אשכול וועגען מר שושני, מיט אסאך אינטרעסאנטע פרטים.

ונבנתה העיר » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 11:35 pm

· #151224
<a class="postlink" href="http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=5740&sid=a6057aea2de776ddec1b66c1ad6545cd">http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... c1ad6545cd</a>

sefish » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:53 am

· #151262
א) סיפר לו שאכן פגש את האדמו"ר מהר"י ט"ב מסטמר זלה"ה בפריז (לא כמו שציינו אחרים בשווייץ) ושוחח איתו שלש שעות.. כששאלו הרב הירש על שוחח אתו, ענה לו "דבר אחד אני יכול לומר לך האדמו"ר הוא חד בדרא בתורת הסוד"
ב) מישהו קנה לו ספר ויואל משה ועבר עליו מתחילה ועד סוף פעם א', אחרי זה ידע את הספר בע"פ מילה המילה.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:21 pm

· #151304
sefish
א) סיפר לו שאכן פגש את האדמו"ר מהר"י ט"ב מסטמר זלה"ה בפריז (לא כמו שציינו אחרים בשווייץ) ושוחח איתו שלש שעות.. כששאלו הרב הירש על שוחח אתו, ענה לו "דבר אחד אני יכול לומר לך האדמו"ר הוא חד בדרא בתורת הסוד"
ב) מישהו קנה לו ספר ויואל משה ועבר עליו מתחילה ועד סוף פעם א', אחרי זה ידע את הספר בע"פ מילה המילה.

פארוואס ביסטו נישט מעתיק אות ג'?
ג) שאל אותו למה מגלח את זקנו, וענה ע"פ האריז"ל בדר בחו"ל.

מאראנצןזאפט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:44 pm

· #151307
דא האט איר דעם וויקיפעדיע בלאט פון הנריק הכטקופף, דער מיסטיריעזער ארטיסט באהאלטן אונטער'ן "געמאלט: ה. הכטקוף" פון די מחניים "דערציילונגען פון צדיקים" קינדער ביכלעך.
פון אלס גאר יונג קינד בין איך געפאלן אין ליבע מיט זיינע מאלערייען. וויפיל לעבהאפט ליגט באהאלטן אין יעדע פון זיינע כאראקטערן.
דער איידעלער חסיד, דער שיינעדיגער רבי, דער צוקער זיסער יונגעלע. פונקטליך ווייסט ער ווען צו מאלן א גראבע משרתת, אדער א צארטע איידעלע פרוי.
זיינע מאלערייען וואלט געפאסט פאר א חסידי'שן דורכגעווייקטן איד. דער גראבער מגושמ'דיגער גוי, דער פארגרימאסנדער רויבער, א.א.וו.
זיינע סצענעס זענען קונסט ווערק, עס לעבט, און פארציילט די געשיכטע פון זיך אליין.
וויפיל פאנטאזיע א מענטש קען נאר אריינלייגן אין א בילד האט הכטקוף קונצליך באוויזן איבערצוגעבן פאר זיינע ליינער. ווי די שטעטלישע אידן הערן אויס דעם בעל שם אין "הירשל מיט די ציגן", דער בעל התניא און זיין ברודער דער שארית יהודה טובל'ען זיך אלס יונגע קינדער אין "דער ווייסער קוואל" א.א.וו.
אויך דארף אין אכט גענומען ווערן אז זיינע מאלערייען זענען היסטאריש אויסגעהאלטן. דער אראבישער סולטאן טראגט נישט דעם זעלבן טראגע ווי דער יוראפישער פריץ, רבי עקיבא זעט נישט אויס ווי רבי משה ליב סאסובער, די רוימער לויט'ן דעמאלטדיגן סטיל, און דאס איז נאך פאר דער וויקיפעדיע עפאכע.
אויך די ליבאוויטשער אדמורי"ם מאלט ער אקוראט לויט זייער ריכטיגער אויסזען.
ער איז אוועק מיט עטליכע יאר צוריק. זיין ממלא מקום סנחוב זלי האט נישט באוויזן צו ממלא זיין דעם געשאפענעם חלל.
יהא זכרו ברוך.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 5:45 pm

· #151366
דער קאנטראסט ווערט אפילו גרעסער היינטיגע טעג, ווען עס ווירקט און שאפט א ווקסברגר! ווקסברגר גיבט כסדר ארויס קונציגע מאלערייען, אבער לדעתי - איך מאל אויך - איז עס נישט ציענד. איך קויף עס פאר די קינדער, און עס ציעט זיי נישט. זיי גייען גראד צוריק צום קעסטל מיט די דערציילונגען פון צדיקים.

בעת וואס ווקסברגר לאזט גארנישט פאר די פאנטאזיע, האט ה. הכטקויפט איבערגעלאזט אן א שיעור פלאץ פאר'ן פאנטאזיע פון דער קליינע ליינער, און אזוי ארום אויסגעברייטערט זיין פארשטאנד.

אינטרעסאנט איז נאר, אז זיינע מענערישע געזיכטן זענען אלץ ספרד'יש געשטימט, נישט אשכנזיש.

דא האט איר זיינע אלע מאלערייען.

רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:21 pm

· #156114

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 10:57 pm

· #158502
דניאל לאפין
כ'קען נישט גלייבן אז כ'האב זיך קיינמאל נישט אנגשטויסען מיט דעם נאמען.

ממש פריער האב איך במקרה געקוקט א קליפ פון אים, ס'איז מיר געפאלן זיין פליסיגע שפראך (כאטש וואס תוכן דבריו בנידון דידן איז הבל).
אלץ נייגער ווער דאס איז, איז מיר אנקעגען געקומען פיל אינפורמאציע וואס איז מיר געווען נייעס.

וויקיפעדיע שרייבט אויף אים דאס פאלגענד:
הרב דניאל לאַפּין איז א רב וואס האט צוריק געברענגט א גאנצע קהילה פון אידן צו תורה ומצוות ער איז אויך א ביזנעס מאן וואס געט ארויס ביכער און ספרים איבער אידישקייט און ביזנעס.
ער איז געבוירן אין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע. ער האט געלערנט אין גייטסהעד ישיבה. ער האט באקומען סמיכה פון הר"ר משה פיינשטיין ז"ל.
ער איז פלאצירט אין סיאטל, און די רעכטע אידישע קאנסערוועטיווע פאליטיקער קוקן אים אן אלס זייער רב. פון זיי רעכענט זיך דער ראדיא שמועס פראגראם גאסטגעבער, ר' מייקל מעדוועד, דער לאביאיסט אין טורמע ר' זשעק אבראמאף און נאך שרייבער פירער און שטארק אקטיווע סאציאלע אקטיוויסטן וואס האלטן אמעריקע לויט די מאראלן פון דער תורה.
ער האט אויך א ראדיא שמועס פראגראם אין מערסער אינזל,סיאטל, וואשינגטאן.


די ענגילשע וויקיפעדיע בלאט איז מער באריכות.

ער האט א סייט <a class="postlink" href="http://www.rabbidaniellapin.com/media.php">http://www.rabbidaniellapin.com/media.php</a>
זיין ווייב האט אויך א סייט <a class="postlink" href="http://www.susanlapin.typepad.com">http://www.susanlapin.typepad.com</a>

האט איר שוין געהערט פון אים/איר ?

אביגדור » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:26 am

· #158577
מעשיו יקרבוהו וכו'.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 7:49 pm

· #164017
קאווע טרינקער
עילי אבדני.

אזא שיינע שטימע.

<a class="postlink" href="http://www.gruntig.net/2013/11/avraham-fried-sings-with-eilai-avidani_21.html">http://www.gruntig.net/2013/11/avraham- ... ni_21.html</a>

ווי קען מען דאס זעהן און נישט מיטזינגען?

יין שרף » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:39 pm

· #247315
מאראנצןזאפט
דא האט איר דעם וויקיפעדיע בלאט פון הנריק הכטקופף, דער מיסטיריעזער ארטיסט באהאלטן אונטער'ן "געמאלט: ה. הכטקוף" פון די מחניים "דערציילונגען פון צדיקים" קינדער ביכלעך.
פון אלס גאר יונג קינד בין איך געפאלן אין ליבע מיט זיינע מאלערייען. וויפיל לעבהאפט ליגט באהאלטן אין יעדע פון זיינע כאראקטערן.
דער איידעלער חסיד, דער שיינעדיגער רבי, דער צוקער זיסער יונגעלע. פונקטליך ווייסט ער ווען צו מאלן א גראבע משרתת, אדער א צארטע איידעלע פרוי.
זיינע מאלערייען וואלט געפאסט פאר א חסידי'שן דורכגעווייקטן איד. דער גראבער מגושמ'דיגער גוי, דער פארגרימאסנדער רויבער, א.א.וו.
זיינע סצענעס זענען קונסט ווערק, עס לעבט, און פארציילט די געשיכטע פון זיך אליין.
וויפיל פאנטאזיע א מענטש קען נאר אריינלייגן אין א בילד האט הכטקוף קונצליך באוויזן איבערצוגעבן פאר זיינע ליינער. ווי די שטעטלישע אידן הערן אויס דעם בעל שם אין "הירשל מיט די ציגן", דער בעל התניא און זיין ברודער דער שארית יהודה טובל'ען זיך אלס יונגע קינדער אין "דער ווייסער קוואל" א.א.וו.
אויך דארף אין אכט גענומען ווערן אז זיינע מאלערייען זענען היסטאריש אויסגעהאלטן. דער אראבישער סולטאן טראגט נישט דעם זעלבן טראגע ווי דער יוראפישער פריץ, רבי עקיבא זעט נישט אויס ווי רבי משה ליב סאסובער, די רוימער לויט'ן דעמאלטדיגן סטיל, און דאס איז נאך פאר דער וויקיפעדיע עפאכע.
אויך די ליבאוויטשער אדמורי"ם מאלט ער אקוראט לויט זייער ריכטיגער אויסזען.
ער איז אוועק מיט עטליכע יאר צוריק. זיין ממלא מקום סנחוב זלי האט נישט באוויזן צו ממלא זיין דעם געשאפענעם חלל.
יהא זכרו ברוך.
IMG-20150111-WA0021.jpg

ישראל קאפקע » זונטאג יאנואר 11, 2015 12:48 pm

· #247317
נע! אויף יענע וועלט זענען זיי צו פארנומען מיט די 72 בתולות.

chusid » זונטאג יאנואר 11, 2015 8:56 pm

· #247460
קאווע טרינקער
איינע פון די זאכן וואס כ'בין געוואר געווארן פון ליינען דא
איז דער מענטש מיטן ניק מר שושני! קיינמאל נישט געהערט פון אים!

עס איז דא א וועבזייטל איבער אים ווי זיי זאגן אז זיי ווילן מאכן א מאווי איבער אים

קאווע טרינקער » פרייטאג מערץ 27, 2015 6:05 pm

· #262386
דאלי לאמא
Dalai Lama

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 27, 2015 6:14 pm

· #262390
ישראל קאפקע
נע! אויף יענע וועלט זענען זיי צו פארנומען מיט די 72 בתולות.

די רוסישע פויערן זענען צו ביזי מיט אנדערע זאכן. טרינקען וואדקא און מאכן פאגראמען אויף אידן...!

גר ותושב » פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:10 am

· #305742
Re: מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון
[ציטאט אראפגענומען]

C/P From a friend: I just spoke to a family member of rebetzin jungreis who is extremely close to me. She was very saddened this is going around. It is not true BH! We can still daven for her, but BH rebetzin jungreis is stable and doing well BH. The family asked that this txt not b forwarded and to stop it immediately!
בלאט: 1 2