☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » שא שא שא שא נישט רעדן לשון הארע אוי וויי וויי וויי וואס פארא

שא שא שא שא נישט רעדן לשון הארע אוי וויי וויי וויי וואס פארא

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4746

ישמעאל הכהן » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 8:59 pm

· #149565
שא שא שא שא נישט רעדן לשון הארע אוי וויי וויי וויי וואס פארא
🙂

אזא הוללות ווי האט מען געזען? האבן אונזירע זיידעס און רבי'ס דאס געזינגען ביי טישן ? אזא מין ירידה. איין זאך קען מען מלמד זכות זיין אז ווי נאך רעט מען אזויפיל לשו"ה ווי אין א חסידישע שול מיט אלע פאליטיקערס?.... קען טאקע זיין אז איז גאר יא צו לויבן אזא שריט צו זינגען דאס ביים טיש.... העכער... העכער.... אה

מאטי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:05 pm

· #149571
ווער זענען זיי?

ידען » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:06 pm

· #149572
😂 👍

וועלעכע רבי?

פורים?

נייגעריגער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:08 pm

· #149573
כ'האב געהערט אז ס'איז ביי ר' איטשע מאיר מארגענשטערן [ממנהיגי ברסלב בא"י] אין אומאן!

שעפטל » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:13 pm

· #149575
יא ס'איז הרב מארגענשטערן

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:28 pm

· #149581
/

ישמעאל הכהן » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:31 pm

· #149582
קוק אהער , פאר א סיבה זינגט ער דאך אז מ'זאל נישט רעדן לשון הרע.... קומסטי נאכן אויסהערן דעם ניגון אין בארעדסט עם?.... עמי בבית? אזא פלאפפ!! 😂

שאולדיספריםפאקער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:34 pm

· #149583
ברסלבער
/

איין זאך איז מורידיג אינטערעסאנט אז יעדער ברעסלעווער וואס געהערט צו איין גרופ וועט דיר מסביר זיין מיט טויזענט הסבירים ביי יעדע פראבלעים וואס מאכט זיך ביי ברעלעוו נא נאר בערלאנדס גרופע זענען נועפים נא נאר מארגענשטערנס זענען משוגע נא נאר שיק ברויך א דאקטאר נא נאר קלוגער האלט ביי גארנישט אבער אונזער גרופ איז די ריכטיגע ברעסלעוו

סלינקי » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:39 pm

· #149584
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/148767">viewtopic.php?p=148767#p148767</a><!-- l -->

ברסלבער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:39 pm

· #149585
שאול, האסט א שטארקע אמת'ע פוינט. און איך פיר זיך טאקע געווענליך נישט צו רעדן אויף אנדערע, אזוי ווי דו קענסט זעהן דא אין שטיבל, און אזוי פיר איך זיך אויך אין ריעל לייף.
איך האב זיך אויסגעדרוקט אפשר צו שארף, אבער איך האב נישט געמיינט דעם גברא נאר די חפצא, א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן מעג מען בארעדן נישט קיין חילוק ווער עס שטייט אונטער דעם, והבן.

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:06 am

· #149659
פארוואס לאכט דער עולם? ווען איך האב ערהאלטן דער קליפ האב איך עס אנגעקוקט ווי א נארמאלע ערשיינונג וואס געשעהט טאג טעגליך אין א יעדע קהלה וחסידות. אין ספינקא זינגט מען וצדיקים ישמחו יעלצו לפני אלוקים, בשעת די צדיקים פארגלייזן זיך די אויגן. אין סאטמאר איז עס אור זרוע לצדיק, אין באבוב, קול רנה באהלי צדיקים, אין בעלזא ימים על ימי מלך, אין סקווירא זינגט מען על ידי דוד משיח צדקיך און אין ליובאביטש יחי אדונינו. איך זעה נישט פארוואס זינגען די ניגונים מאכט מער סענס ווי שא שא נישט רעדן לשון הרע! 😕

@ברסלבער, האסט דיך גארנישט וואס צו שעמען מיט רבי איטשע מאיר אדער מיט דער קליפ. סך הכל תפס אומנות אבותיו בידיו, ער פירט זיך ווי די פארצייטישע חסידים. קען זיין אז ער האט עס געטון צוליב די עבודה פון ביטול היש, אדער מלמד זכות צו זיין אידן, אדער מעורר צו זיין די הס קטיגור. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז דא מער זיך צו שעמען מיט רוב רובם פון די היינטיגע רביס.

איך האב שוין געשריבן דא אז מיר זענען אלע די זעלבע משוגעים, אבער for some reason זענען מיר אקעי מיט אונזערע משוגעת'ן און נישט מיט יענעמ'ס.

ברסלבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:23 am

· #149663
זאגסט א פוינט, כאטש עס איז יא דא א שטיקל חילוק פון ובכן צדיקים ביז שא שא.. אבער דער אמת איז אז מיר האט מער געשטערט די ערשטע חלק וואס איך האב געשריבן דאס וואס ער האט פאריאר געזאגט אז מען דארף נישט קומען אויף אומאן. קיינער איז נישט מחיוב צו קומען אויף אומאן, אבער צו זאגן אז לפי שיטת ברסלב דארף מען נישט קומען אויף אומאן איז א שטיקל חוצפה.

הוגה » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:39 pm

· #149842
ברסלבער
זאגסט א פוינט, כאטש עס איז יא דא א שטיקל חילוק פון ובכן צדיקים ביז שא שא.


ביזט גערעכט, זינגען ובכן צדיקים אויף א רבי איז טאקע מער מאדנע... איים סארי. 😮

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 5:55 pm

· #149849
איז יעדער דא סארקאסטיש, אויך אום ערב יוכ"פ?

איר ווייסט נישט א חילוק פון די מקור פאר די 2 ניגונים, ובכן צדיקים און שא שא?

chosen people » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:22 pm

· #149898
הרב קופערניקוס, איהר האט באמת גוט אראפ געלייגט זיין מהות, צום נקודה.
ער איז א באמת א פרייליכע מענטש, קענסט איהם נישט אויף רעגן, איך האב איהם נאך קיימאל נישט געזעהן פון א מצב פון זיין אנגעצויגן אדער אנגעזעצט, אייביג מיט א שמייכל 24/7 חוץ ת''ב, ער געט אויפמערקזאמקייט פאר יעדעם אפי' פאר די גרעסטע משוגע'נער אדער פאר א חילוני..
הרב ברסלבר, די גאנצע פארן צו אומן איז אזוי. ער האלט אויכט אז ר' נחמן'ס גוף ליגט און אומן, ער האלט אבער אז ר' נחמן'ס אור איז אין אר''י, דהיינו ער שפיערט א נענטערע קשר מיט ר' נחמן ווען ער איז און אר''י . חוץ פון דעים וואס ער האט נישט ליעב ארויס צופארן פון אר''י. איך האב געהערט פון הרב מורגנשטרן כמעט צעהן יאר צוריק, אז ער וויל אויפהערן צו פארן ר''ה קיין אומן , און איין מאל ער האט זיין אייגענע שוהל פארט ער שוין נישט אויף ר''ה, וכך הוה לעצטע יאר איז געווען די ערשטע יאר וואס ער האט געהאט זיין אייגענע ביהמ''ד ר''ה האט ער געוואלט בלייבן, אבער הרב קיוואק ועוד משפיעים האבן איהם געבעטן צו פארן, איז ער געפארן, למעשה איינמאל ער איז אנגעקומען דארט האט ער באקומען חשק נישט צו בלייבן דארט, אוו ער האט אפגעטראגן גלייך מוצ''ש. למעשה נאך יו''ט האבן זיך אסאך געבעטן ער זאל יא פארן די יאר, ער האט געהאט אסאך לחץ , און מוהרא''ש האט געשריבן זייער א שארפע בריוו קעגן איהם, ער אלץ רודף שלום, טרייט נישט צו טשפענען מיט קיינעם איז ער געפארן. וואס גייט זיין נעקסטע יאר ווייס איך נישט, אבער איין זאך קען איך דיך זאגן אז ער האט נישט קיין חשק צו פארן..

יואליש » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 9:34 pm

· #149899
chosen people
די אינגעל איז א זין פון הרב ב. קליין פון ירושלים ד'אמעריקא.


דאס בא'חנט'ער אינגל איז נחמן סאמעט בן החסיד יחזקאל יואל סאמעט, יליד ק"י. דער פאטער זעהט מען טאקע ביים עק טיש מיטן שווארצע בארד און ווייסע קאפעל אויפן מצח, כדרכו בקודש.

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 2:29 am

· #296709
אלס הכנה צו די הייליגע טעג, הערטס און האט הנאה.