☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיר זענען אלע מאדנע

מיר זענען אלע מאדנע

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4628

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:14 am

· #146287
מיר זענען אלע מאדנע
אסאך מאל מאכט זיך אז מען האט קריטיק אויף איינעם און מען שרייט יענעם אן ברבים אדער מען מאכט חוזק, אבער פאר די צושויער קומט עס פאר גאר קאמיש היות די שרייער פארמאגט די זעלבע פעלער. א שטייגער ווי ווען א חסיד וועט אויסלאכן די אמיש געמיינדע ווייל זיי זעהן אויס מאדנע און זיי טוען מאדנע מנהגים.

ווען מען האלט מיט אזא סארט פאסירונג גיבט עס אונז א wake up call אז מיר דארפן זיך אליינס בודק זיין. וויפיל מאל שפעטן מיר פון אנדערע בשעת ווען אין די אויגן פון פרעמדע זענען מיר אליין גאר נישט אנדערש. דער התעוררות האב איך באקומען ווען איך האב געליינט די פאלגענדע.

נתן סליפקין האט היינט געשריבן א קורצע אבער געוואלדיגע בלאג ענטרי. די ארטיקל האט זיך באצויגן צו אן ארטיקל אין די משפחה מאגאזין פון דעם פארגאנגענע וואך, איבער די פרויען פון די כת השאלים וואס לויט זייערע נומערן ציילן זיך צו 400 פרויען אין ארץ ישראל אליין.

סליפקין שרייבט אז די משפחה האט - אנדערש ווי געווענטליך - פרובירט זיך צו האלטן אביעקטיוו, און האבן געשריבן אז די פרויען האלטן אז ע"פ גדרי והלכות צניעות דארף מען טראגן קליידער וואס באהאלטן די גאנצע פארם פון די גוף (ולמקצת מהם אפילו די פארם פון די קאפ און פנים). ביים סוף פון די ארטיקל האבן זיי גע'טענה'ט אז די פרויען טוען דאך דאס מחמת צניעות, טראץ דעם וואס ס'נישט פארלאנגט על פי הלכה, און דערווייל טוט דאך זייער מאדנע קליידונג ציען מער אויפמערקזאמקייט פון מענטשן אין די גאס ווי א פרוי מיט געהעריגע קליידער.

סליפקין מערקט אן אז אין די גאנצע ארטיקל ברענגט די משפחה נישט אראפ קיין איין בילד פון די פרויען, נאר אנשטאט דעם האבן זיי געלייגט בילדער פון א דאלי מיט א בורקע. דערנאך ברענגט ער אראפ א שיינע בריוו וואס א באקאנטע זיינע האט די וואך געשריבן צום משפחה:

Dear Editor, Thank you for reporting about women who misguidedly wear burka-type garments to cover over their form. They mistakenly believe that they can only be seen by others if they are totally covered. However it is interesting that Mishpocha Magazine goes further and feels that even fully covered they cannot be seen and hence no pictures of them in the article about them. Sincerely, Noson Yanofsky


סליפקין פירט אויס ווי פאלגענד: אין א קולטור ווי עס איז אסור צו לייגן בילדער פון פרויען, איז עס בכלל נישט קיין חידוש אז פרויען טוען זיך אן בורקעס. און אויב קען מען שוין נישט לייגן אפילו בילדער פון פרויען מיט בורקעס, דאן די נאטירליכע רעזולטאט איז אז די פרויען וועלן זיך אונטער נעמען (און באצווינגען אנדערע) נישט ארויס צו גיין אין גאס!

וואס איך האב ארויס גענומען פון דער ארטיקל איז אזוי. די זעלבע מענטשן וואס לאכן אויס און קריטיקירן די שאלים פרויען, ווערן אליינס אויסגעלאכט פארן טראגן שפיצלעך און bullet proof שטרימפ מיט סיעמס, פארן הענגן מאדנע פראוואקיטיווע פלאקאטן אויף זייערע געשעפטן איבער ווי אזוי מען מעג גיין געקליידעט, איבער די אומפארשטענדליכע איסור פון פרויען דרייווען, און איבער פרויען וואס ווערן פארוואנדלט אין מענער. און בעצם די אלע וואס לאכן פון דער סארט פרומענישן ווערן אויסגעלאכט פון די נעקסטע דרגא אידן איבער זייערע משוגעת'ן.

די נקודה איז, ווייל עס זעהט אויס מאדנע, עקזאטיש, און צודרייט אין דיינע אויגן מיינט נאך נישט אז דו דארפסט עס אפשפעטן, ווייל דיין התנהגות זעהט אויס פונקט אזוי מאדנע, עקזאטיש און צודרייט אין די אויגן פון אנדערע. (פארשטייט זיך אז ווען מען צווינגט ארויף די אייגענע משוגעת'ן אויף אנדערע איז א צווייטע מעשה.)

דאס האט מיר דערמאנט פון אן אנדערע ארטיקל וואס סליפקין האט געשריבן אפאר וואכן צוריק.

ער איז געווען אין די אפריקאנער דזשאנגעל, און ער פארציילט ווי אזוי ער איז אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגס און ער איז ארויס פון די האטעל און ער האט געזעהן עטליכע גאר אינטערעסאנטע עקזאטישע בעלי חיים זיך דרייען פארנט פון די האטעל. די עקזאטישע בע"ח האבן אים אזוי איבערגענומען און באוואונדערט, און ער האט געכאפט בילדער.

שפעטער אביסל האבן זיי זיך געשטעלט דאווענען אין די לאבי פון די האטעל מיט טלית ותפילין. פלוצלינג באמערקט ווי עטליכע אפריקאנער ארבייטער אינעם האטעל שטייען און קוקן זיי אן מיט גרויסע אויגן, כאילו זיי וואלטן געווען aliens. איינער איז אפילו געלאפן ברענגן א קעמערא צו כאפן בילדער פון זיי. פאר די אפריקאנער האט די פשוט'ע מאדערנע איד מיט פשוט'ע טלית ותפילין אויסגעזעהן מער עקזאטיש ווי די זעברא און די ווייסע מאנקיס וועלכער האבן ארום שפאצירט פארנט פון די האטעל.

איך וועל צו ענדיגן מיט א מעשה. ר' אברהם גאלדשטיין האט פארציילט אז איינער פון זיינע גרים וואס ער האט אריינגעשטעלט אין א היימישע קהלה איז געגאנגן אנגעטון מיט מאדנע קליידער. די מנהלי הקהלה האבן אנגערופן אברהם אז ס'שטערט זיי. האט ר' אברהם אנגערופן זיין חבר און ער פרעגט אים וואס גייט פאר מיט זיינע קליידער. פרעגט די חבר צוריק "איז עס נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה"? זאגט אברהם אז ס'איז אקעי אבער די חסידישע אידן קוקן עס אן פאני. זאגט די חבר צוריק, "זיי קוקן מיר אן פאני? זיי גייען מיט גראסערי זעקלעך אויפ'ן קאפ ווען עס רעגנט!"

היוצא לנו מכל זה, אויב האלטן מיר זיך אויפגעקלערט און מיר טאלערירן אלעס מוזן מיר טאלערירן די אכשר דרא'ניקעס אויך. אז ס'פאני לאכט מען אבער מען דארף זיי קענען טאלערירן.

נ. ב. כ'רעד צו מיר אליינס.






.

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:43 am

· #146290
רעטסט נישט צו דיר אליינס.

עט ליעסט צוויי מענטשען האבען נישט נאר געלייענט נאר אויך הנאה געהאט און געלייקט דיך.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:06 am

· #146293
זייער שיין...
איך פיל מיך אביסל אנגעפראסקעט מיט מיין מאדנע אויסזעהן.. כדי צו קאלט מאכן די היץ, מ'דארף מחלק זיין צווישען מאדנע מצד החידוש שבו, פון א מאדנע זאך מצד הזאך גופא. און דאס וואס מ'לאכט נישט איז פשוט מחמת הרגל, אבער מאדנע בלייבט עס.

נהורא נפישא » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:13 am

· #146309
ווען מיר זענען געגאנגען אין א חול המועד צו די אמיש האט זיך געטאן מ'האט נישט געוויסט ווער ס'געקומען קוקן וועם

outspoken » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:09 am

· #146315
דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:21 am

· #146316
קאווע טרינקער
זייער שיין...
איך פיל מיך אביסל אנגעפראסקעט מיט מיין מאדנע אויסזעהן.. כדי צו קאלט מאכן די היץ, מ'דארף מחלק זיין צווישען מאדנע מצד החידוש שבו, פון א מאדנע זאך מצד הזאך גופא. און דאס וואס מ'לאכט נישט איז פשוט מחמת הרגל, אבער מאדנע בלייבט עס.


עס איז אוודאי לכאורה נישט אמת, יעדע זאך איז מאדנע, ווייל עס איז נישט די נארמע - נארמאל. מאדנע איז נישט קיין זאך בפני עצמו, מאדנע איז רעלאטיוו.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:16 am

· #146329
outspoken
דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

דערמאנסט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אלע געפיצט די ציין, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען אן פוצן די ציין און פון זיין מויל איז געגאנגען א געפערליכן קנאבל גערוך, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט זיין גוטן טעיסט אין עסן, און זאגט אז ער איז א FAN פון קנאבלדיגע עסן און ער גלייכט עס זייער. דערנאך זאגט ער אונז HOW COME YOU ALL DON'T SHARE HIS AFFINITY FOR GARLIC?
זייט דעמאלטס פוץ איך נישט מיין ציין בעפאר גוי'אישע מיטינג, מ'שווענקט זיך אויס די מויל, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:29 am

· #146332
וגעפילטע עומד ומשתאה, וואס זוכט א הוט ביי א מיטינג?

גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:04 am

· #146343
ס'דערמאנט מיך ווען איך בין געווען אמאל אין א גרויסע פארק און געזען אין א זייט אפאר גוים כ'ווייס נישט וועלכע רעליגיע שטייען אין די זייט שפרייטן אויס האנטוכער צו וואס און זיי בוקען זיך דארט און פלאפלען עפעס דארט

זאג איך פאר מיין ווייב "קוק אן ווי אינטערסאנט ווען ער טוט עס קוק איך אים אן פאני און ווען איך דאוון אין די זייט מנחה להבדיל קוקט ער מיר אן פאני"

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:21 am

· #146348
דא האט איינער געהאט א חתימה, קורץ און שארף, וואס טוט סאמערייזן הוגה'ס לאנגע ארטיקל:
"בעסער פון מיר איז א פרומאק, ווייניגער פון מיר איז א שגץ". ודפח"ח.

outspoken » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:44 pm

· #146381
יידל
outspoken
דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

דערמאנסט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אלע געפיצט די ציין, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען אן פוצן די ציין און פון זיין מויל איז געגאנגען א געפערליכן קנאבל גערוך, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט זיין גוטן טעיסט אין עסן, און זאגט אז ער איז א FAN פון קנאבלדיגע עסן און ער גלייכט עס זייער. דערנאך זאגט ער אונז HOW COME YOU ALL DON'T SHARE HIS AFFINITY FOR GARLIC?
זייט דעמאלטס פוץ איך נישט מיין ציין בעפאר גוי'אישע מיטינג, מ'שווענקט זיך אויס די מויל, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.


יידל, אוי מאכסטו מיר לאכען...

ס'דאך א נפק''מ צו מ'שטינקט אדער מ'גייט נישט מיט די היט ארויפגעבויגען ווי אינזער בעסערע ... גייען.
📎 Lanvin-Fall-2011-www.lylylbye.blogspot.com.jpeg 📎 -Dsquared²-Fall-2011-www.lylylbye.blogspot.com.jpeg 📎 Hasidic Men In Crown Heights_Fred W. McDarrah_www.lylybye.blogspot.com.jpg 📎 Jean Paul Gaultier’s Hasidic_www.lylylbye.blogspot.com.jpg

גיבור » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:33 pm

· #146427
עס דערמאנט מיר איינער האט אמאל געזאגט אז ווען ער גייט אין מאנהעטן און זעט שיינע באפוצטע יונגעלייט מיט אפענע רעקלעך וכו' וכו'
און מיינען אז די גוי קוקט ארויף אויף עם ס'הייסט ער איז נישט סתם ער גייט מיט א אפענע רעקל
וויל ער צוגיין עם פרעגן : אז די זעסט א גאנצע גרופע פון אראבער גייען מיט די נייט גאונ'ס און שלאף קאפלעך און די זעסט איינעם גיין מיט א אפענע נאכט העמד
וועסטו ארויפקוקען אויף עם ?
פסססי א פעסטער אראבער !

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:35 pm

· #146428
עקזעקטלי. אבער יענער באקאנטער עסקן הערט נישט אויף צו לייגן דיפעראידו אויף זיינע פיאות

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:58 pm

· #146435
@זר זהב דו זוכסט דיך?!!
פאריגע מאל האט מען געמעקט ווען דו האסט חוזק געמאכט פון די עסקן..... 😂 😂 😂 😂
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/131685">viewtopic.php?f=3&t=4168&p=131685#p131685</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/131703">viewtopic.php?f=3&t=4168&p=131703#p131703</a><!-- l -->

ממרום שלח אש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:42 pm

· #146443
@הוגה

גוט ארויסגעברענגט, (אייגענטליך סליפקין).

דערמאנט מיר מיין טענה אויף די וויי יו חברה, וואס זענען פערפעקטלי באקוועם אפצושניידן א שטיקל פון א לעבעדיגען ניי געבוירן קינד, אבער ווערן היסטעריש אז די חסידים ווילן ארויסזויגן אביסל בלוט מיטן מויל. זיי פארשטייען נישט די בארבאריזם...

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:03 pm

· #146459
ס'איז דאך ממש גענוי די זעלבע זאך, ווייל כידוע שניידט מען אראפ דעם שטיקל ווייל צוויי טויזענט יאר צוריק האט מען געהאלטען אז עס איז געזונט פאר די צירקאלאציע פונעם בלוט.
קאם אן ממרום

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 4:10 pm

· #146462
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=JbTdkWV89Ak">https://www.youtube.com/watch?v=JbTdkWV89Ak</a>

outspoken » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:21 pm

· #146488
די רמב''ם זאגט א טעם פאר מילה ''להחליש את כח התאווה''.

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:15 pm

· #146514
ממרום שלח אש
דערמאנט מיר מיין טענה אויף די וויי יו חברה, וואס זענען פערפעקטלי באקוועם אפצושניידן א שטיקל פון א לעבעדיגען ניי געבוירן קינד, אבער ווערן היסטעריש אז די חסידים ווילן ארויסזויגן אביסל בלוט מיטן מויל. זיי פארשטייען נישט די בארבאריזם...


כ׳זעה אז די עולם האט גוט פארשטאנען די נושא, אבער די קונץ איז צו נוצן דער איידיע זיך צו דזשאדזשען און נישט אנדערע.

בנוגע דיין צושטעל, דו מיזט מודה זיין אז ס׳נישט קיין דמיון פון מילה וואס איז בכלל נישט קיין סכנה פארן קינד און מב״פ וואס איז לשיטתם א גרויסע סכנה און איז אויך נישט מחויב ע״פ תורה. אויב איז עפעס א צושטעל איז עס מצד אז מען נעמט אוועק די בחירה פונעם קינד, אבער דאס האט שוין די באשעפער געטון, משא״כ מב״פ וואס איז מען מעיד לויט אסאך שיטות. איך האב שוין געשריבן אויבן אז ווען איינער איז מזיק א צווייטע איז די גאנצע ענין זיכער נישט שייך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:23 pm

· #146541
געפילטע פיש
וגעפילטע עומד ומשתאה, וואס זוכט א הוט ביי א מיטינג?

גערעכט. אפילו אין בית המדרש גייט מען נישט מיט קיין היט. (מקינות הרב ישראל מ. סופר שליט"א?( 😂

איינער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:10 pm

· #146606
יידל
outspoken
דערמאנט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אנגעטון שיינע COVA היטן, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען מיט א אלטע ...(כ'וועל נישט זאגען די נאמען) היט, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט יענעמס היט, און זאגט אז ער א FAN פון איינער אין די 60'גער יארן וואס האט געטראגען אן ענדליכע היט. דערנאך זאגט ער אונז YOUR HAT IS HARD LIKE A ROCK , HOW DO YOU WEAR IT.
זייט דעמאלטס טו איך מיר נישט אן מיין 'שמחה' הוט ביי גוי'אישע מיטינגס, מ'פיצט אויס די אלטע, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.

דערמאנסט מיר ווען מיר זענען געגאנגען צו א גרויסע ביזנעס מיטינג, פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך אלע געפיצט די ציין, איין קאלעגע מיינער איז געגאנגען אן פוצן די ציין און פון זיין מויל איז געגאנגען א געפערליכן קנאבל גערוך, מיר האבן זיך גערעגט, למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צום מיטינג איז די גוי'אישער ביזנעס מאן צוגעגאנגען צו יענער אינגערמאן און געקאמפלימענט זיין גוטן טעיסט אין עסן, און זאגט אז ער איז א FAN פון קנאבלדיגע עסן און ער גלייכט עס זייער. דערנאך זאגט ער אונז HOW COME YOU ALL DON'T SHARE HIS AFFINITY FOR GARLIC?
זייט דעמאלטס פוץ איך נישט מיין ציין בעפאר גוי'אישע מיטינג, מ'שווענקט זיך אויס די מויל, און מ'בעט די באשעפער 'הצלחה'.


אונזערע שיינע סטייל הוטן האט זיך דעוועלעפט ביי אונז, די אלטע ווייכע סטייל איז דער סטייל וואס די גוים זענען אמאל געגאנגען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:26 pm

· #146622
די פראבלעם מיט אונזער הוטען - און נאך אלע אנדערע משוגעת'ן - איז, אז קיינער קיינער, אפילו פון אונז, ווייסט נישט פארוואס מ'גייט אזוי.

פארוואס דארף מען גיין מיט א הוט אויף די גאס? ווייל די גוים זענען אמאל אזוי געגאנגען?
פארוואס דארף מען גיין מיט א וויידל הוט (שטריימל) שבת? ווייל ס'איז אמאל געווען א גזירה פון די גוים ?

מאדנע. ביג טיים.

שליח » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:05 am

· #146669
סליפקין פארשטייט טאקע נישט דער חילוק צווישן אריינלייגן אין א מאגאזין (וואו ס'איז געמאכט מ'זאל קוקן) ביז גיין אויפן גאס (וואו קיין נארמאלער מענטש קוקט נישט אריין יענעם אין פנים)?

לעצם הענין, רואה אני את דברי @קאווע טרינקער, מאדנע קען מיינען צוויי זאכן: אנדערש ווי 'נארמאל', וואס איז כמובן רעלאטיוו, און פרעגט יענעם בכלל נישט אפ, און ס'קען אויך מיינען לעכערליך און אפגעפרעגט. גיין אנגעטוהן מיט א זאק ווייל אזוי איז די מאמע געגאנגען (אדער סתם ווייל אזוי וויל זי) איז גארנישט ערגער ווי סיי וועלכע מאדע, גיין אנגעטוהן מיט א זאק ווייל מ'האלט אז נאר דאס הייסט צניעות'דיג איז לעכערליך אין די אויגן פון דער וואס האט גוטע טענות להיפך.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:10 am

· #146736
שליח
סליפקין פארשטייט טאקע נישט דער חילוק צווישן אריינלייגן אין א מאגאזין (וואו ס'איז געמאכט מ'זאל קוקן) ביז גיין אויפן גאס (וואו קיין נארמאלער מענטש קוקט נישט אריין יענעם אין פנים)?


@שליח
correct me if I'm wrong, אבער עס זעהט מיר אויס א איר האט נישט פארשטאנען סליפקינ'ס כוונה. סליפקין האט ס"ה געזאגט "מאך נישט חוזק פון יענעם אויב דו ביסט נישט פיל בעסער". די משפחה (און רוב חרדים) לאכן פון די כת השאלים אז זיי גייען עקסטרעם מיט זייערע פרומענישן. דאס איז אמת, אבער די משפחה אליינס איז אויך עקסטרעם מיט דעם און מיט אנדערע זאכן. דאס מקפיד זיין נישט צו לייגן בילדער פון קליינע מיידלעך איז אן עקסטרעמע זאך. (אויסער אויב וועסטו מיר זאגן אז חרדים זענען מוכה פון פעדאפיליע און מען קען זיי נישט טראסטן מיט בילדער פון קליינע מיידלעך, אבער דאן וואלטן זיי אויך געדארפט אויסמעקן קליינע אינגלעך.) און אפילו מער עקסטרעם איז דאס "מקפיד" זיין נישט צו לייגן בילדער פון נשים רעולי פנים!! וואס האסטו מורא? אז מען וועט זעהן די פארם פון זייער אפגעגאלטע קעפ און עס וועט מעורר זיין הירהורים? דאן האלטן זיי דאך פונקט ווי די נשי כת השאלים!

שליח » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:18 am

· #146738
דאס פארשטיי איך, און ס'איז א ריכטיגע נקודה. אויב האלט איר זיך נארמאל מיט אייערע עקסטרעמע שיטות מעג יענער אויך.
אבער די בריוו פארשטיי איך נישט.

However it is interesting that Mishpocha Magazine goes further and feels that even fully covered they cannot be seen and hence no pictures of them in the article about them.


פון דעם זעהט אויס ווי גלייך ס'וואלט געווען די זעלבע זאך, מאגאזין און גאס, און דאס איז נישט ריכטיג.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:22 am

· #146739
שליח
אבער די בריוו פארשטיי איך נישט.
However it is interesting that Mishpocha Magazine goes further and feels that even fully covered they cannot be seen and hence no pictures of them in the article about them.

פון דעם זעהט אויס ווי גלייך ס'וואלט געווען די זעלבע זאך, מאגאזין און גאס, און דאס איז נישט ריכטיג.


די שרייבער פון די בריוו מיינט צו פרעגן וואס איך האב פריער מסביר געווען. דאס "מקפיד" זיין נישט צו לייגן בילדער פון "fully covered" (רעולי פנים) פרויען, איז אן עקסטרעמע פרומעניש, פונקט ווי גיין אזוי אין די גאס איז אן עקסטרעמע פרומעניש.

שליח » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:41 am

· #146751
איך האב א ראי' וואס איז פיל פשוטער. די תורה זאגט ואספת דגנך ותירושך ויצהרך, קען מען דען טוהן די אלע זאכן מיט די שמונה בגדים? אוודאי האט מען געהאט פארמער קליידונג.
נאר וואס, מיר פסקענען דאך (כנראה) ווי רשב"י אז דאס איז נאר בזמן שאין ישראל עושין רצונו של מקום. ובכן, איז שוין נישט קיין טענה פון זומער און ווינטער אויך נישט, ווייל אין מערה (און אין נח'ס תיבה, אדער אין רמב"ם'ס מדבר) שפילן די זאכן נישט קיין ראלע.

יאיר » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:44 am

· #146753
שליח
איך האב א ראי' וואס איז פיל פשוטער. די תורה זאגט ואספת דגנך ותירושך ויצהרך, קען מען דען טוהן די אלע זאכן מיט די שמונה בגדים? אוודאי האט מען געהאט פארמער קליידונג.

איך האב נאך א פשוט'ערע ראיה אז די אבות זענען געגאנגען שטריימלעך. ס'שטייט אין פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה. וועלכער יוד לאזט ארויס אויפ'ן וועג פאר גאנצע פערצן יאר און נעמט נישט מיט זיין שטריימל??

יאיר » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:02 pm

· #146761
אנאנים, דו רעכנסט צו די זיבן שפיצן פון דעם שטריימל? אן דעם שטימט נישט דער חשבון.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:30 pm

· #146771
כ'האב פונקט יעצט געזעהן א "קיהלע" היימישע ווייבל (מיט שמאלע געפאצטע קליידער, ל"ע רח"ל היל"ת). זי האט געטראגן די נייע מאדע היטל אויפ'ן שייטל. עס איז אזא מין קליינע שמאלע הויכע הוט וואס ליגט אזוי אויפן שפיץ קאפ ווי א טורעם אויף א מיליטערישע פעסטונג. איך ווייז מיין ווייב ווי קאמיש עס איז; זי גייט ארום מיט די קאפ אין די הייעך וויסנדיג אז זי זעהט נישט אויס ווי די נערישע יאנטשי פרויען וואס גייען מיט א הוט וואס נעמט ארום די קאפ און דעקט צו רוב שייטל. עה! זי איז אפען-מיינדעד, זי גייט מיט די קיהלע סטייליש הוטן. און וואס טראכטן די מענטשן וואס גייען מיט בענדס, בלויזע שייטלעך, אדער אייגענע האר? "וואט די העק שטעקט זיך דארט ארויס אויבן אויף איר וואטערמעלאן"?

אבער פלוצלינג כאפ איך מיך, איין מינוט! וואס טראכטן מענטשן פון מיר? דא מיין איך אז איך בין נארמאל. איך גיי מיט א רעקל נאר אין ביהמ"ד. איך זעה נישט אויס ווי א משוגענע מיט א מאנטל אין מיטן זיממער. אבער וואס טוט זיך מיט די נערישע וועסטל וואס איך טראג? מיט די בארינג ווייסע העמד מיט לאנגע ערמל? How about מיין זעראו העירקאט, איז דאס יא נארמאל?

שליח » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:37 pm

· #146773
הוגה
איז דאס יא נארמאל?


אויב גייט איר אזוי ווייל איר ווילט, יא. אויב גייט איר אזוי וויל איר האלט דאס פאר קיהל, אדער פארקערט, איר האלט אז אין דעם שטעקט אידישקייט, נישט. כנ"ל.

outspoken » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:00 pm

· #146781
לאמיר איצט אויף ראש השנה בעטן , רבוש''ע ''מיר זענען אלע מאדנע" פאר איין סיבה וויל מיר זענען חרידישע אידן, אינזער גאנצע אויסזען זאגט, אז מיר דינען דיר, ווייז פאר אלע גוים אז דאס איז א חשיבות, בבנין בית הבחירה, אמן

outspoken » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:03 pm

· #146782
שליח
הוגה
איז דאס יא נארמאל?


אויב גייט איר אזוי ווייל איר ווילט, יא. אויב גייט איר אזוי וויל איר האלט דאס פאר קיהל, אדער פארקערט, איר האלט אז אין דעם שטעקט אידישקייט, נישט. כנ"ל.



קיינער וויל נישט סתם אזוי, והא ראי' קיינער טוט זיך נישט אן קיין שופר אויפן קאפ, נאר אין דעם שטעקט אידישקייט (עכ''פ די שורש).

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:07 pm

· #146785
אוי ס'קומט צו לאכן פון יענע פרויען וואס גייען מיט די גאר מאדנע פיצי היטלעך. ס'איז שרעקליך!

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:19 pm

· #146815
ס'דא מענטשען וואס וואס האבן א טבע אז זיי מוזן זיך עקספרעסען, זיי מוזן אויסגעבן זייער סענס אוו סטייל אדער קריעטיוויטי ערגעץ, און ביי אונז איז נישט דא וואו עס אויסצוגעבן, נישט מוזיק (ספעציעל פרויען, און ביי מענער איז עס אויך האלבוועגס אראפגעקוקט), נישט ארט, נישט טאנץ. ממילא בלייבט נישט איבער צו סאך פלעצער זיך אויסצוגעבן די individuality פונעם מענטש. סאן די געציילטע פלעצער וואס בלייבט איבער איז גלעזער, שיך (ביי די וואס גייען נישט האלבע\פערטל שיך), און ביי פרויען דעם היטל. מיט א קאלירטע העמעד קען דאך דער מאן נישט גיין, קיין טיי אויך נישט, קיין פינסטרייפט סוט אויך נישט. און די פרוי מוז זיך האלטן צו די אנגענומענע זעקס קאלירן וואס איר קלייד מעג זיין, און ס'טאר נישט זיין צו אנדערש, אדער ווי מאנכע האבן עס ליב צו רופן "אויסגעלאסן" אדער "אויפרייסעריש", בלייבט איבער אז זי קען גיין מיט א דריי שטאקעדיגע ירושלים של זהב היטל, א פינקע באגאבא, און די צוויי הונדערט דאלערדיגע דייפער בעג, א בורבערי פאקעט בוך, און דאס איז עס. א רחמנות צוצוקוקן.

סאשי פיש » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:45 pm

· #146902
גיבור
עס דערמאנט מיר איינער האט אמאל געזאגט אז ווען ער גייט אין מאנהעטן און זעט שיינע באפוצטע יונגעלייט מיט אפענע רעקלעך וכו' וכו'
און מיינען אז די גוי קוקט ארויף אויך עם ס'הייסט ער איז נישט סתם ער גייט מיט א אפענע רעקל
וויל ער צוגיין עם פרעגן : אז די זעסט א גאנצע גרופע פון אראבער גייען מיט די נייט גאונ'ס און שלאף קאפלעך און די זעסט איינעם גיין מיט א אפענע נאכט העמד
וועסטו ארויפקוקען אויף עם ?
פסססי א פעסטער אראבער !

איך מיין, אז זיי מייינען נישט די גוים נאר די יודען וואס גייען קוקען אויף אים ווי למשל דו
זר זהב
עקזעקטלי. אבער יענער באקאנטער עסקן הערט נישט אויף צו לייגן דיפעראידו אויף זיינע פיאות

די עסקן לייגט עס אויך פאר די בילדער וואס די אידען גייען קוקען דערויף

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:56 pm

· #146907
outspoken
די רמב''ם זאגט א טעם פאר מילה ''להחליש את כח התאווה''.

אוי יוי! דאס איז שוין שוואכערהייט 😳

דעת תורה » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 11:04 pm

· #146909
יא. א גוי האט א שטערקערע תאוה ווי א איד.

דאס איז איינע פון די טענות פון די מאוומענטס קעגן ברית מילה, אז מען בארויבט דאס קינד פון ריכטיג ענדזשויען א תאוה...

איחוד פעלד » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 11:43 pm

· #146923
עס איז שוין אמאהל געוועהן א שטארקע וויכוח וועגען דעם דא אין ק"ש וועגען דעם, דער סוף מייניך איז געוועהן אז מילה איז נישט מחליש דער תאווה.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 11:45 pm

· #146924
איחוד פעלד
עס איז שוין אמאהל געוועהן א שטארקע וויכוח וועגען דעם דא אין ק"ש וועגען דעם, דער סוף מייניך איז געוועהן אז מילה איז נישט מחליש דער תאווה.

ס'הייסט דו קריגסט אויפ'ן רמב"ם. נישט קשה. אין די מחלוקת הפוסקים איז דא צוויי צדדים. דער רמב"ם און איחוד פעלד.

דעת תורה » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 11:49 pm

· #146925
ער רעדט וואס די היינטיגע חכמים האלטן. אין אנדערע ווערטער : וואס דער רמב"ם וואלט "היינט" געהאלטן.