די עבודה פון מוחל זיין גאט
52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4682
די עבודה פון מוחל זיין גאט
איינע פון די מעלות פון זיין א חסיד איז אז מ'קען פארציילן א.ג. אפיקורס'ישע מעשיות, און ווילאנג דו פארציילסט עס בשם איינע פון די גדולי הצדיקים ותלמידי בעל שם you're good to go. איך וויל דא פארציילן א עובדא'לע וואס איז גאנץ מעגליך קיינמאל נישט געשען און עס ווערט פארציילט מיט פארשידענע variations בשם כמה וכמה מהצדיקים הקודמים. איך וועל עס פארציילן בערך כמו ששמעתי דאס ערשטע מאל.
דער רבי ר' אלימלך האט איין יאר די נאכט פאר יום כיפור צוגערופן זיין תלמיד און אים באפוילן צו גיין צו די קרעטשמע אין די נעקסטע שטאט און זיך מאכן ווי ער שלאפט אבער ער זאל באהאלטענערהייט צוקוקן צו די עבודה פון דעם ארענדאר. וכן עשה. אינמיטן די נאכט זעהט ער ווי דער ארענדאר נעמט ארויס צוויי ביכער. פון איין בוך ליינט ער פאר אלע זיינע עבירות וואס זענען פארשריבן דארט אז ער האט געטון דורכאויס די פארגאנגענע יאר. פון די צווייטע בוך ליינט ער פאר אלע צרות ויסורים וואס ער האט מיטגעמאכט א גאנצע יאר. און ער רופט זיך אן אזוי: "טאטע אין הימל, מיר האבן זיך ביידע נישט אויפגעפירט איינעם צום אנדערע ווי עס וואלט געדארפט זיין, לאמיר מאכן א דיעל, עס איז דאך ערב יום כיפור, איך וועל דיר מוחל זיין און דו וועסט מיר מוחל זיין". ווען דער תלמיד האט איבער פארציילט פאר רבי ר' אלימלך די מעשה איז ער ארויס פון התפעלות.
קודם כל, מוחל זיין דעם אייבירשטן, דאס איז א פרישע עבודה וואס מען האט אונז נישט פארציילט דערפון אין חדר. דאס איז נישט קיין גרינגע עבודה. ווער דא האט שוין געמאכט דעם חשבון הנפש און קען זאגן אז זיי זענען מוחל גאט בלבב שלם.
אבער איידער מיר גייען ווייטער, דארף דען גאט אונזער מחילה? איז גאט אונז שולדיג עפעס? קוקטס נאר אריין אין די פיוט 'כי הנה כחומר', קוקטס וואס ער קען ווען טון מיט אונז. איז וואס, ער האט דיר געלאזט אין שווערע חובות? ער האט קראנק געמאכט דיין קליינטשיגע מיט שווערע יסורים? דאנק אים פארן דיך צושטעלן די קרן עזר און תומכי שבת! ווי שיין איז פון אים פארן באשאפן חי לייפליין! ועוד, ווייסטו דען צו אפשר די שווערע חובות - אדער גאר די קראנקע קינד - איז די בעסטע טובה וואס עס איז נאר שייך? וואס איז פשט מוחל זיין גאט? אויב האט מען ביי חסידים פארציילט די מעשה (און עס ארויפגעלייגט אויף א יעדע צווייטע רבי) מוז זיין אז יש דברים בגו.
איך מיין אז די מעשה איז נישט אזוי טיף. בעצם דארף גאט נישט אונזער מחילה, און עס איז מעגליך אפילו א חוצפה זיך צו רעגן. (כאטש די עצם כעס ורוגזא איז אליינס א געוואלדיגע עבודה אין אמונה כמובן.) דאך אבער איז די פאקט - אפגעזעהן צו עס איז גערעכט אדער נישט - אז זייער אסאך אידן גייען ארום אנגעווייטאגט און disappointed אין אים. איז די עבודה אין די טעג צו ארבייטן "אויף זיך" נישט צו זיין ברוגז אויף גאט. זיך איבערצובעטן מיט גאט על אף אלעס וואס מען איז אריבער די פארגאנגענע יאר. גאט דארף נישט אז מיר זאלן שרייען און וויינען, בוקן און שאקלען, מאכן פאקסן מיט די הענט און פנים, טונקען און טובל'ען איינצובעטן און איינצורייסן אז ער זאל אונז מוחל זיין. גאט וויל אז מיר זאלן זיך מוחל זיין, אים מוחל זיין, אלעמען מוחל זיין און לעבן בשלום מיט זיך און מיט אלעמען.
די שאלה איז נאר, ווי אזוי טוט מען דאס? ווי אזוי טאקע קען מען אוועקנעמען די שווערע ווייטאג? מילא, א קליין קינד, קענסט אים איינרעדן וואס דו ווילסט. אבער א מענטש וואס איז שוין אריבער אסאך אין לעבן, אסאך ראש השנה'ס, אסאך קשיות, אסאך מחילות און ער איז fed up. דו זאגסט זיי מוחל, פארגעס, מאך שלום, זיי צופרידן. עס זאגט זיך ניטאמאל גרינג. מען דאווענט און מען בעהט, איין מאל און נאכאמאל. וואס איז געשעהן מיט טרם יקראו ואני אענה? מיט ושמעתי כי חנון אני? אה, האסט נישט גענוג געבעטן. אויף אלעם איז דא גוטע און ריכטיגע תירוצים, אבער פון לאגיק ביזן הארץ איז א לאנגע וועג. און עס איז אויך דא א שיעור וויפיל תירוצים מען קען אננעמען. עס קומט אמאל א צייט ווען מען דארף עפעס מער קראנט, עפעס מער ממשות'דיג ווי נאך א רעליגיעזע excuse.
א צווייטע חכם וועט קומען מיט מאטעמאטישע חשבונות אויפצואווייזן אז בעצם איז אונז גאט שולדיג אזוי פיל מער שלעכטס. מען רעכנט צוזאם וואס עס קומט אונז פאר אלע עבירות וואס מיר האבן געטון. 22 פונט רעדן ביים דאווענען, 18 קילא לשון הרע, 4 ווערטער עברית, איין אריזאנע מצה און 122 באטלעך ז"ל איז ווערד אסאך אסאך מער ווי 60 טויזנט דאלער חובות, איין קענסער, 4 פארקינג טיקעטס און איין אשה רעה. ממילא קומט דאך אויס אז גאט איז גאר דער גוטער דא. דאס איז אולי ואולי גוט פאר א שיעור אין ראשית חכמה. אבער אין רעאליטעט איז מיר שווער צו גלייבן אז אזא לאגיק טוט אסאך צו לינדערן די שווערע געפילן. איז וואס יא?
מיין שאלה איז. דעם ראש השנה זענט איר גרייט מוחל צו זיין און שלום מאכן מיט גאט? פארוואס און ווי אזוי? (די אלע וואס זענען אלעמאל געווען אקעי מיט אים, rock on!)
.
ישעיה א, י"ח: לכו נא ונוכחה יאמר ה', אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו, ופירש"י לכו נא ונוכחה - יחד אני ואתם, ונדע מי סרח על מי, ואם אתם סרחתם עלי עודני נותן לכם תקוה לשוב.
קומט אויס אזוי, אויב מיר זענען שולדיג פאר כביכול, נו, איז ער דאך א גאט, ער גיט א תקווה תשובה טוהן און ער קען מוחל זיין. ווי איז אבער אויב ער איז אונז שולדיג, דאס איז שוין א טענה שאין עליה תשובה, ווארום עס איז נישט אין די מענטשליכע כוח צו פארגעבן, און אוודאי נישט פארגעבן גאט, שהיכולת בידו משלים זיין מיט אונז און ער טוהט עס נישט.
יעצט דארף @אנאנים קומען שרייען, קינדער אין סיריע ווערן געשאכטען, קינדער אין אפריקע האבען נישט קיין ברויט צו עסן, קינדער אין וויליאמסבורג האבען נישט קיין עדוקעישין, און דו ביסט ביזי מוחל זיין גאט? בשם וועם? אינמיטן א האלאוקוסט?
קודם האב איך שוין א בארדיטשובער לימוד זכות. דאכט זיך מיר אז ריטשארד דאוקינס דארף נישט ארבעטן אויף זיך צו מוחל זיין גאט.
לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
צוליב די מלחמה וואס טייל מענטשן פירן מיט די מציאות, קומט זיי אן גאר שווער דאס לעבן, מען עסט זיך אויף, מען חשבון'ט, מען קלערט, ווען איך וואלט געבוירן געווארן ביים פישפיקלאדינער וואלט איך דאך געקענט טון אזא שיינע שידוך, און ווען איך וואלט נאר געהייסן שטינקאוויטש אנשטאט שמעקאוויטש וואלט מיר דאך יעדער אזוי ליב געהאט. ממילא דאס איז די עבודה פון מוחל זיין גאט, מיר זאלן אויפהערן זיך שלאגן מיט די מציאות, און אפילו זיך מאכן פרייליך דערמיט און זיין צופרידן.
לעיקוואדיעצט דארף @אנאנים קומען שרייען, קינדער אין סיריע ווערן געשאכטען, קינדער אין אפריקע האבען נישט קיין ברויט צו עסן, קינדער אין ווילאסמבורג האבען נישט קיין עדוקעישין, און דו ביסט ביזי מוחל זיין גאט? בשם וועם? אינמיטען א האלאוקוסט?
כבר קדמו החכם אלבערט איינשטיין:
I see only with deep regret that God punishes so many of his children for their numerous stupidities, which only he .himself can be held responsible; in my opinion, only his nonexistence could excuse him
אגב, פון דא איז א ראי׳ אז איינשטיין איז געווען א מאמין אין א higher power. 🙂
די געדאנק אז גאט גיט אפ דין וחשבון פאר זיינע מעשים ווערט דאך שוין דערמאנט ביי אברהם און משה און חז"ל לייגען נאך צו הויפענעס טענות און זיי רופן דאס האלטן גאט פאראנטווארטליך מיטן אויסדרוק הטיח דברים כלפי מעלה
יאירקודם האב איך שוין א בארדיטשובער לימוד זכות. דאכט זיך מיר אז ריטשארד דאוקינס דארף נישט ארבעטן אויף זיך צו מוחל זיין גאט..
ס'איז דא א שפריכווארט " ער האט געלעבט א טאג ווי גאט און אדעס "
אדעססא איז א שטאט ווי קיינער האט נישט געבאדערט גאט
דאס האט איינער געשריבען אין
ספר הפנים:
מי שענה לעם ישראל בחורבן בית השני הוא יעננו.
מי שענה לעשרה הרוגי מלכות הוא יעננו.
מי שענה לבר כוכבא ומאות אלפי ישראל שנהרגו בנפילת ביתר הוא יעננו.
מי שענה להנביא זכריה בן יהוידע הכהן בירושלים הוא יעננו.
מי שענה לגדליהו בן אחיקם בירושלים הוא יעננו.
מי שענה ליהודי שפירא, וורמייזא ומגנצא בגזירות תתנ"ו הוא יעננו.
מי שענה ליהודי פולין ואוקראינה בגזירות ת"ח-ת"ט הוא יעננו.
מי שענה להרוגי הצלבנים באירופה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי פס במרוקו הוא יעננו.
מי שענה לרבי יהוסף בן שמואל הלוי הנגיד הוא יעננו.
עם קהילתו הקדושים בגרנדה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי יארק ונורוויץ באנגליה הוא יעננו.
מי שענה להאנוסים בספרד בשנות האינקוויזיציה הוא יעננו.
מי שענה לקדושי צרפת במשך כל שנות הטבח הוא יעננו.
מי שענה ליהודי גרמניה בשעת גזירתיו של מרטין לותר הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנהרגו בגלל עלילת דם הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנהרגו בפוגרום'ס ברוסיא הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנשלחו להגולאג'ס הוא יעננו.
מי שענה לכל היהודים שנרצחו בחברון תרפט הוא יעננו.
מי שענה לאבותני בליל קריסטאלנאכט הוא יעננו.
מי שענה להקדושים שנרצחו בבאבי יאר ואודסה הוא יעננו.
מי שענה לשש מיליון יהודי אירופה במלחמות עולם השני הוא יעננו.
מי שענה לכל האמהות שמתו בשעת לידה הוא יעננו.
מי שענה לכל התינוקות של בית רבן שמתו או שנרצחו הוא יעננו.
מי שענה לכל הצדיקים והחסידים והתמימים והישרים שנרצחו על קידוש השם בכל דור ודור הוא יעננו.
Outch.
למה הרעותה לעם הזה למה זה שלחתני.
משה רבינו.
איך גלייב אין ג-ט פון ישראל, כאָטש ער האָט אַלץ געטאָן, אַז איך זאָל אין אים ניט גלייבן. איך גלויב אין זיינע געזעצן אויב אַפילו איך קאָן ניט מצדיק זיין זיינע מעשים, מיין באַציאונג צו אים איז מער ניט ווי פון אַ קנעכט צו זיין האַר, נאָר ווי פון אַ תלמיד צום רבין. איך בייג מיין קאָפּ פאַר זיין גרויסקייט, אָבער איך וועל ניט קושן די רוט מיט וועלכער ער שלאָגט מיך. איך האָב אים ליב, אָבער זיין תורה האָב איך ליבער און ווען איך וואָלט זיך אַפילו גענאַרט אין אים וואָלט איך זיין תורה געהיט. ג-ט הייסט רעליגיע, אָבער זיין תורה הייסט – לעבנס-שטייגער, און וואָס מער מיר שטאַרבן פאַרן דאָזיקן לעבנס-שטייגער אַלץ מער אומשטערבלעך ווערט ער.
דו זאָגסט, אַז מיר האָבן געזינדיקט – אַוודאי האָבן מיר געזינדיקט. אַז דערפאַר ווערן מיר באַשטראָפט? אויך דאָס קאָן איך פאַרשטיין, איך וויל אָבער, אַז דו זאָלסט מיר זאָגן, צי עס איז פאַראַן אַ זינד אויף דער וועלט, וואָס זאָל פאַרדינען אַזאַ שטראָף ווי די וואָס מיר האָבן באַקומען?
דו זאָגסט, אַז דו וועסט נאָך אונדזערע שונאים באַצאָלן! – איך בין איבערגעצייגט אין דעם, אַז דו וועסט זיי באַצאָלן אָן רחמנות, אין דעם בין איך ניט מסופּק. – איך וויל אָבער, אַז דו זאָלסט מיר זאָגן צי עס איז פאַראַן אַ שטראָף אויף דער וועלט וואָס זאָל זיין אימשטאַנד צו מאַכן פאַרגעבן דעם פאַרברעכן, וואָס איז קעגן אונדז באַגאַנגען געוואָרן.
דו זאָגסט, אפשר, אַז אַצינד איז עס ניט קיין פראַגע פון זינד און שטראָף, נאָר ס׳איז אַ מין ״הסתר פּנים״, אין וועלכן דו האָסט מפקיר געווען די מענשטן צו זייערע יצרים – וויל איך דיך פרעגן, ג-ט, און די דאָזיקע פראַגע ברענט אין מיר ווי אַ פאַרצערנדיק פייער: וואָס נאָך, אַה, וואָס נאָך דאַרף פּאַסירן, כדי דו זאָלסט דיין פּנים ווידער אַנטפּלעקן פאַר אונדז?
איך וויל דיר זאָגן קלאָר און אָפן, אַז אַצינד, מער ווי אין יעדער פריערדיקער תקופה פון אונדזער אומענדלעכן יסורים-וועג, האָבן מיר, די געפּייניקטע, די געשענדטע, די דערשטיקטע, די לעבעדיק באַגראָבענע און לעבעדיק פאַרברענטע, מיר, די באַליידיקטע, די דערנידעריקטע, די און מיליאָנען אומגעבראַכטע, דאָס רעכט צו וויסן וואו ליגן די גרענעצן פון דיין געדולד!
און נאָך עפּעס וויל איך דיר זאָגן: דו זאָלסט די שטריק צו פיל ניט אָנציען, ווייל זי קאָן, חלילה, נאָך פּלאַצן. דער ניסיון, פאַר וועלכן דו האָסט אונדז אַוועקגעשטעלט, איז אַזוי שווער, אַזוי ביטער שווער, אַז דו דאַרפסט, דו מוזט מוחל זיין די יעניקע פון דיין פאָלק, וואָס אין זייער אומגליק און צאָרן האָבן זיי זיך אָפּגעקערט פון דיר.
מיין רבי פלעגט מיר שטענדיק דערציילן אַ מעשה וועגן אַ איד, וואָס איז אַנטלאָפן מיט זיין פרוי און קינד פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע און האָט זיך אויף אַ קליין שיפל איבער אַ שטורמישן ים דערשלאָגן צו אַ שטיינערנעם אינדזל. איז געקומען אַ בליץ און דערהרגעט זיין פרוי. איז געקומען אַ שטורעם און אַריינגעוואָרפן זיין קינד אין ים אַריין. אַליין, עלנט ווי אַ שטיין, נאַקעט און באָרוועס, געשלאָגן פון שטורעם און געשראָקן פון דונערן און בליצן, מיט האָר צעשויבערטע און הענט צו ג-ט אויסגעשטרעקטע, איז דער איד ווייטער געגאַנגען זיין וועג אויפן וויסטן פעלדזן-אינדזל און האָט זיך געווענדט צו ג-ט אַזוי צו זאָגן:
״ג-ט פון ישראל, איך בין אַנטלאָפן אַהער, כדי איך זאָל דיך קאָנען אומגעשטערט דינען, טאָן דיינע געבאָטן און הייליקן דיין נאָמען, דו אָבער טוסט אַלץ, אַז איך זאָל אין דיר ניט גלייבן. קוים אָבער פאַלט דיר איין, אַז דיר וועט געראָטן מיט די דאָזיקע נסיונות מיך אַראָפּצופירן פון ריכטיקן וועג, מעלד איך דיר, ג-ט מיינער און ג-ט פון מיינע עלטערן, אַז דו וועט עס גאָרניט העלפן, מעגסטו מיך שלאָגן, מעגסטו אַוועקנעמען פון מיר דאָס טייערסטע און בעסטע וואָס איך האָב אויף דער וועלט מעגסטו מיך צום טויט פּייניקן – איך אין דיר וועל שטענדיק גלויבן, איך דיך וועל שטענדיק ליב האָבן, שטענדיק – דיך אַליין אויף צו להכעיס!״
(מתוך דברי הק'
יוסל ראקאווער)
דעס אליין אז הקב"ה געט דיר דע מעגליכקייט צו שרייבן אזעלכע לופטיגע לופט אויף זיין חשבון איז שוין ווערט אז דו זאלסט אים מוחל זיין אויף דיינע שווערע ביטערע טענות וואס דו האסט אויף אים
דרך אגב ס'איז דא א באקאנטע מעשה מיט'ן הייליגן בארדיטשובער וואס האט איינמאל יוכ"פ אויסגעהערט טענות פון א שניידער וואס האט געטענה'ט ער וויל רופן השי"ת צו די"ת בקוצר ער האט געגעבן רעכט פאר'ן עושר
שוין איך מיין אז מ'זאל לאזן די עבודה פאר'ן בארדיאשובער און מיר זאלן פועל'ן א גוט יאר
יאירלגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות.
לויט דעם מהלך איז די רוגזא אויך א טייל פון די מציאות. קומט אויס אז איך בין נישט אויפגערעגט אויף גאט, נאר גאט איז אויפגערעגט אויף גאט... נו, ווער זענען מיר איין צו טיילן גאט ווען און אויף וועם ער זאל זיך רעגן? 🙄
יאירדאס איז די עבודה פון מוחל זיין גאט, מיר זאלן אויפהערן זיך שלאגן מיט די מציאות, און אפילו זיך מאכן פרייליך דערמיט און זיין צופרידן.
דאס פארשטייען מיר, די שאלה איז אבער ווי אזוי? ווי אזוי איז מען מוחל גאט?
גאנצל, כ'האב דיר שוין מקדים געווען אין די ארגינעלע פאוסט. סתם מיט הסברים פארוואס מיר זאלן נישט האבן קיין טענות, פארוואס מיר זאלן זיין צופרידן וועט נאך נישט אוועק נעמען דאס ווייטאג כלפי גאט, דאס פארלאנגט עבודה. מיר זוכן עצות, און בארעכטיגונג.
_________________________________
@יאיר און
@לעיקוואד, איך האב גראדע נישט געהאט בכוונה אז דער אשכול זאל פארוואנדלט ווערן אין א פלאץ וואו אלע פאקן אויס די טענות אקעגן גאט, כ'מיין after all, ס'נישט שיין. אבער למעשה וואס איז א חילוק פאר גאט אויב מען טראכט עס אדער מען זאגט עס? כאטש אויב מען זאגט עס קען עס ברענגן נענטער צו איבערבעטונג. מען דארף רעדן דוגרי, אלעס מוז זיין אויפן טיש, נאר אזוי קען מען זיך ריכטיג איבער בעטן.
עס דערמאנט מיר א שטיקל וואס כ'האב אמאל געליינט און האט געוואלדיג ארויס געברענגט אינערליכע געפילן אויפן טיש.
How much longer, God, will you look on this inferno of yours and keep silent? What need have you of this ocean of blood and flesh, whose stench spreads across your universe? Or is the universe no more than heaps of Dung? Are trillions and quadrillions of creatures tortured on other planets as well? Have you created this boundless slaughterhouse merely to show us your power and your wisdom? Are we commanded to love you with our hearts, our souls, for this? (Isaac Bashevis Singer - Meshugah, page 45)
אשר על כן, מיט דער דאזיגע געדאנק גיי איך אריין צום ראש השנה. עס גייט זיין א צוויי טאג'עדיג peace summit. מיין שול וועט זיין קעמפ דעיוויד, און מ'וועט לאזן גאט און די מציאות זיך אויס טענה'ן. (יאיר איך לאז דיר מחליט זיין אויב איך בין די מציאות אדער גאט...). מען גייט נישט אוועק פון טיש ביז עס וועט זיין א שלום אפמאך. און מיר וועלן בשום אופן נישט מסכים זיין צו א 2 state solution.
ובשם השם נעשה ונצליח!
יאיראיך גלייב אין ג-ט פון ישראל, כאָטש ער האָט אַלץ געטאָן, אַז איך זאָל אין אים ניט גלייבן. איך גלויב אין זיינע געזעצן אויב אַפילו איך קאָן ניט מצדיק זיין זיינע מעשים, מיין באַציאונג צו אים איז מער ניט ווי פון אַ קנעכט צו זיין האַר, נאָר ווי פון אַ תלמיד צום רבין. איך בייג מיין קאָפּ פאַר זיין גרויסקייט, אָבער איך וועל ניט קושן די רוט מיט וועלכער ער שלאָגט מיך. איך האָב אים ליב, אָבער זיין תורה האָב איך ליבער און ווען איך וואָלט זיך אַפילו גענאַרט אין אים וואָלט איך זיין תורה געהיט. ג-ט הייסט רעליגיע, אָבער זיין תורה הייסט – לעבנס-שטייגער, און וואָס מער מיר שטאַרבן פאַרן דאָזיקן לעבנס-שטייגער אַלץ מער אומשטערבלעך ווערט ער.
דו זאָגסט, אַז מיר האָבן געזינדיקט – אַוודאי האָבן מיר געזינדיקט. אַז דערפאַר ווערן מיר באַשטראָפט? אויך דאָס קאָן איך פאַרשטיין, איך וויל אָבער, אַז דו זאָלסט מיר זאָגן, צי עס איז פאַראַן אַ זינד אויף דער וועלט, וואָס זאָל פאַרדינען אַזאַ שטראָף ווי די וואָס מיר האָבן באַקומען?
דו זאָגסט, אַז דו וועסט נאָך אונדזערע שונאים באַצאָלן! – איך בין איבערגעצייגט אין דעם, אַז דו וועסט זיי באַצאָלן אָן רחמנות, אין דעם בין איך ניט מסופּק. – איך וויל אָבער, אַז דו זאָלסט מיר זאָגן צי עס איז פאַראַן אַ שטראָף אויף דער וועלט וואָס זאָל זיין אימשטאַנד צו מאַכן פאַרגעבן דעם פאַרברעכן, וואָס איז קעגן אונדז באַגאַנגען געוואָרן.
דו זאָגסט, אפשר, אַז אַצינד איז עס ניט קיין פראַגע פון זינד און שטראָף, נאָר ס׳איז אַ מין ״הסתר פּנים״, אין וועלכן דו האָסט מפקיר געווען די מענשטן צו זייערע יצרים – וויל איך דיך פרעגן, ג-ט, און די דאָזיקע פראַגע ברענט אין מיר ווי אַ פאַרצערנדיק פייער: וואָס נאָך, אַה, וואָס נאָך דאַרף פּאַסירן, כדי דו זאָלסט דיין פּנים ווידער אַנטפּלעקן פאַר אונדז?
איך וויל דיר זאָגן קלאָר און אָפן, אַז אַצינד, מער ווי אין יעדער פריערדיקער תקופה פון אונדזער אומענדלעכן יסורים-וועג, האָבן מיר, די געפּייניקטע, די געשענדטע, די דערשטיקטע, די לעבעדיק באַגראָבענע און לעבעדיק פאַרברענטע, מיר, די באַליידיקטע, די דערנידעריקטע, די און מיליאָנען אומגעבראַכטע, דאָס רעכט צו וויסן וואו ליגן די גרענעצן פון דיין געדולד!
און נאָך עפּעס וויל איך דיר זאָגן: דו זאָלסט די שטריק צו פיל ניט אָנציען, ווייל זי קאָן, חלילה, נאָך פּלאַצן. דער ניסיון, פאַר וועלכן דו האָסט אונדז אַוועקגעשטעלט, איז אַזוי שווער, אַזוי ביטער שווער, אַז דו דאַרפסט, דו מוזט מוחל זיין די יעניקע פון דיין פאָלק, וואָס אין זייער אומגליק און צאָרן האָבן זיי זיך אָפּגעקערט פון דיר.
מיין רבי פלעגט מיר שטענדיק דערציילן אַ מעשה וועגן אַ איד, וואָס איז אַנטלאָפן מיט זיין פרוי און קינד פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע און האָט זיך אויף אַ קליין שיפל איבער אַ שטורמישן ים דערשלאָגן צו אַ שטיינערנעם אינדזל. איז געקומען אַ בליץ און דערהרגעט זיין פרוי. איז געקומען אַ שטורעם און אַריינגעוואָרפן זיין קינד אין ים אַריין. אַליין, עלנט ווי אַ שטיין, נאַקעט און באָרוועס, געשלאָגן פון שטורעם און געשראָקן פון דונערן און בליצן, מיט האָר צעשויבערטע און הענט צו ג-ט אויסגעשטרעקטע, איז דער איד ווייטער געגאַנגען זיין וועג אויפן וויסטן פעלדזן-אינדזל און האָט זיך געווענדט צו ג-ט אַזוי צו זאָגן:
״ג-ט פון ישראל, איך בין אַנטלאָפן אַהער, כדי איך זאָל דיך קאָנען אומגעשטערט דינען, טאָן דיינע געבאָטן און הייליקן דיין נאָמען, דו אָבער טוסט אַלץ, אַז איך זאָל אין דיר ניט גלייבן. קוים אָבער פאַלט דיר איין, אַז דיר וועט געראָטן מיט די דאָזיקע נסיונות מיך אַראָפּצופירן פון ריכטיקן וועג, מעלד איך דיר, ג-ט מיינער און ג-ט פון מיינע עלטערן, אַז דו וועט עס גאָרניט העלפן, מעגסטו מיך שלאָגן, מעגסטו אַוועקנעמען פון מיר דאָס טייערסטע און בעסטע וואָס איך האָב אויף דער וועלט מעגסטו מיך צום טויט פּייניקן – איך אין דיר וועל שטענדיק גלויבן, איך דיך וועל שטענדיק ליב האָבן, שטענדיק – דיך אַליין אויף צו להכעיס!״
(מתוך דברי הק'
יוסל ראקאווער)
WOW. THIS IS POWERFUL
@יאיר
א גרויסן יישר כח פאר די לינק.
איך האב אנגעהויבען צו ליינען די בריוו פון אנהייב. עס איז נורא נוראות.
אפשר זאל מען דאס איבערדריקן און טיילן אין שול פאר ונתנה תוקף?
יא, מי שענה לכל אלו שמתו על קידוש השם הוא יעננו. דער וואס האט אויסגעלייטערט זייער נשמה און זיי דערהויבן אויפן העכסטן אופן וואס איז שייך, אין כל ברי' יכולה לעמוד במחיצתן, העלף מיר אויך. וואס איז דען ליידן אויף די נארישע וועלט זוכה צו זיין צו אזא נצחיות'דיגן גליק? פארוואס רבוש"ע זאל איך זיין פארזינקען אין מיינע פניות, תאוות, נארישקייטן און קטנות? פארוואס זאל איך דורכשלאפן די וועלט מיט מיינע איינגערעדטע חכמה'לעך און מעגליך נאך פארפאלן ווערן אויף נצח נצחים? פארוואס זאל איך זיך אלעמאל איינרעדן פאלשע הבטחות אז מחר יהי' האות הזה? מתי אעשה גם אנכי לביתי?
אבער פאטער, דו ביסט דאך א כל יכול, איך וויל האבן די קוכן גאנץ און איר אויך אויפעסן. איך וויל האבן אביסעלע שלום ושלוה אויף די וועלט און ארויפקומען לויטער. דערפאר בעהט איך דיר אומפארשעמטערהייט כבן המתחטא לפני אביו, מי שענה לאבותינו הוא יעננו. ה' ברך את אברהם בכל און ער האט אזוי זוכה געווען צו די העכסטע מדריגות. זושא דארף נישט זיין אברהם אבינו און שליח דארף נישט זיין זושא, אבער העלף מיר כ'זאל נישט פארשעמט בלייבן לעולם ועד.
(איך קום דא גארנישט פארענטפערן, חלילה. כ'וויל זיך נישט צוקריגן מיט
@הוגה אדער סיי וועם. כ'שרייב בלויז אראפ מיינע מחשבות).
לעצם הענין, דאס איז נישט קיין חסיד'ישע אויפטו. ויעמוד פנחס ויפלל שעשה פילולים עם קונו. גאנץ תהלים, סליחות און די פיוטים זענען דאך מלא טענות. דוכט זיך אז די מעשה ברענגט בעיקר ארויס די נחת רוח וואס דער רבוש"ע האט ווען מ'טענה'ט זיך אויס מיט אים גוטברודעריש, און אפשר אויך דאס וואס איר שרייבט, אז מ'דארף פון צייט צו צייט פארגלעטן די קנייטשן, און די חלק איז - ווי
@יאיר ברענגט גאר גוט ארויס - אן ארבעט כלפי זיך, משלים צו זיין מיטן מציאות, נישט ממש בין אדם למקום.
נאך אלעם איז דער אמת אז מיר פארשטייען נישט גאט ב"ה'ס דרכים. מ'האט עס טאקע געזאגט אין חדר, אבער נישט חדר אינגלעך האבן דאס געזאגט. דאס אומפארשטענדליכקייט וויאזוי די וועלט פירט זיך איז נישט עפעס א נייע תורה ומדע פראבלעם מיט וואס מיר דארפן זיך ספראוון, נאר כימי עולם ימי'. די אלע וואס האבן זיך אויסגע'טענה'ט מיט ה' זענען למעשה נאר געווען גערעכט פון מענטשליכן פערספעקטיוו, אבער השי"ת האט פון דעם נחת. ווען מיין אינגעלע פרובירט מיר איבערצוצייגן מיט זיין קינדערישן לאגיק אז ער קען שוין דרייוון די קאר, און ער גייט זייער אויפפאסן, האב איך הנאה, און כ'פרוביר אים צו פארגוטיגען מיט עפעס אנדערש. און אויב איז ער קלוג פארשטייט ער אז ער פארשטייט נישט אלעס, און כאטש ס'טוט אים זייער וויי די דיסקרימינאציע, לוינט זיך אים פשוט צו בארואיגן אין הארצן און זיך פרייען מיט וואס כ'געב אים יא.
וויי וויי, געוואלד! אם בארזים נפלה שלהבת, מה יענה איזוב יאיר??!!
גנדי@יאיר
א גרויסן יישר כח פאר די לינק.
איך האב אנגעהויבען צו ליינען די בריוו פון אנהייב. עס איז נורא נוראות.
אפשר זאל מען דאס איבערדריקן און טיילן אין שול פאר ונתנה תוקף?
איך וויל נישט חלילה פארקלאפן דעם התעוררות, אבער ס'איז כדאי צו וויסן אז דער בריוו איז פיקטיוו. פאר מיר מאכט דאס נישט אויס, דער בריוו שרייט ארויס פון זיך אז דער מקור דערפון איז דאס אידישע פאלק.
הוגה[justify]
יאירלגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות.
לויט דעם מהלך איז די רוגזא אויך א טייל פון די מציאות. קומט אויס אז איך בין נישט אויפגערעגט אויף גאט, נאר גאט איז אויפגערעגט אויף גאט... נו, ווער זענען מיר איין צו טיילן גאט ווען און אויף וועם ער זאל זיך רעגן? 🙄
הגע בעצמך, דו אליין ביסט דאך אויך א חלק פון גאט, קומט אויס אז גאט רעדט צו זיך אליין און פרובירט זיך צו משכנע זיין אז ער זאל משלים זיין מיט זיך...
אבער באמת איז דאס שוין אן אור אלטע קשיא, ווי אזוי ס'קען זיין אן עקסטערער נברא בשעת ס'איז דא א בורא וואס איז בלתי מוגדר. היות איך פלאן נישט צו פארענטפערן די קשיא אין מיינע זיבעציג יאר, וועל איך זיך מוזן באגנוגן מיט'ן זאגן אז מיין רוגזה איז טאקע יא א חלק פון "מיר", און דער אינערליכער "איך" דארף אויפהערן צו זיין ברוגז אויפ'ן דרויסנדיגן "גאט".
הוגה יאירדאס איז די עבודה פון מוחל זיין גאט, מיר זאלן אויפהערן זיך שלאגן מיט די מציאות, און אפילו זיך מאכן פרייליך דערמיט און זיין צופרידן.
דאס פארשטייען מיר, די שאלה איז אבער ווי אזוי? ווי אזוי איז מען מוחל גאט?
איינמאל מיר פארשטייען אז גאט איז בעצם נאך א ווארט פאר מציאות, האט נישט קיין פשט אים צו מוחל זיין. וואס הייסט מ'איז צוקריגט מיט'ן מציאות און נאכדעם בעט מען זיך איבער? כי לא איש א-ל ויכזב.
משל למה הדבר דומה. קופערניקוס פארדינט זיבן דאלער א שעה ביים ווישן די שווייס פון דעם שיבער. ער ארבעט צען שעה א טאג. איין טאג קומט קופערניקוס אהיים און ער פרעגט זיין טאכטער, וויפיל געלט מאך איך א טאג? זי קוקט אריין אין איר מאטעמאטיק ביכל און זי ענטפערט, זיבעציג דאלער. קופערניקוס הייבט זיך אן צו רעגן, פארוואס איז צען מאל זיבן זיבעציג? ס'האט נישט געקענט זיין זיבן הונדערט? אדער גאר זיבן טויזנט? אלס קומסטו מיט דיינע מאטעמאטישע חשבונות און דו צושטערסט מיינע חלומות. קופערניקוס האט דערקלערט א מלחמה מיט'ן מאטעמאטיק. צום סוף האט קופערניקוס איינגעזען אז למעשה קען מען זיך נישט שלאגן מיט מאטעמאטיק, ער געווינט סייווי די מלחמה, האט ער אויפגעגעבן און משלים געווען מיט'ן מצב אז ער פארדינט בלויז זיבעציג דאלער א שעה.
לאמיר עס באטראכטן פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט. איז דא באמת געווען א מחלוקת וואס מ'האט שלום געמאכט, אדער קופערניקוס האט דא געפירט א גייסטישע מלחמה מיט זיך אליין, מיט זיין אייגענער נפש, און גענוצט די מאטעמאטיק אלס א מיטל? אודאי די צווייטע. אלזא, די מלחמה מיט גאט איז פונקט די זעלבע, ס'איז אן איין זייטיגע קריג. ווען דו ביסט מוחל גאט ביסטו זיך אליין מוחל, און דו אנערקענסט אז עס איז נאריש צו זיין אפילו ברוגז אויפ'ן מציאות, דו דארפסט פשוט ארבעטן אויף זיך צו קענען לעבן דערמיט.
יעצט דארף איך עס נאר מקיים זיין.
יאירקופערניקוס פארדינט זיבן דאלער א שעה ביים ווישן די שווייס פון דעם שיבער. ער ארבעט צען שעה א טאג. איין טאג קומט קופערניקוס אהיים און ער פרעגט זיין טאכטער, וויפיל געלט מאך איך א טאג? זי קוקט אריין אין איר מאטעמאטיק ביכל און זי ענטפערט, זיבעציג דאלער. קופערניקוס הייבט זיך אן צו רעגן, פארוואס איז צען מאל זיבן זיבעציג? ס'האט נישט געקענט זיין זיבן הונדערט? אדער גאר זיבן טויזנט? אלס קומסטו מיט דיינע מאטעמאטישע חשבונות און דו צושטערסט מיינע חלומות. קופערניקוס האט דערקלערט א מלחמה מיט'ן מאטעמאטיק. צום סוף האט קופערניקוס איינגעזען אז למעשה קען מען זיך נישט שלאגן מיט מאטעמאטיק, ער געווינט סייווי די מלחמה, האט ער אויפגעגעבן און משלים געווען מיט'ן מצב אז ער פארדינט בלויז זיבעציג דאלער א שעה. לאמיר עס באטראכטן פון א פסיכאלאגישן שטאנדפונקט. איז דא באמת געווען א מחלוקת וואס מ'האט שלום געמאכט, אדער קופערניקוס האט דא געפירט א גייסטישע מלחמה מיט זיך אליין, מיט זיין אייגענער נפש, און גענוצט די מאטעמאטיק אלס א מיטל? אודאי די צווייטע. אלזא, די מלחמה מיט גאט איז פונקט די זעלבע, ס'איז אן איין זייטיגע קריג. ווען דו ביסט מוחל גאט ביסטו זיך אליין מוחל, און דו אנערקענסט אז עס איז נאריש צו זיין אפילו ברוגז אויפ'ן מציאות, דו דארפסט פשוט ארבעטן אויף זיך צו קענען לעבן דערמיט.
בקיצור, דו גייסט מי מיין מהלך וואס איך האב געשריבן אויבן, (גאט וויל אז מיר זאלן זיך מוחל זיין, אים מוחל זיין, אלעמען מוחל זיין און לעבן בשלום מיט זיך און מיט אלעמען.) דו לייגס עס נאר בעסער אראפ. די פראבלעם מיט דעם איז אז שלום מאכן מיט זיך (אדער מיט די מציאות, ווי דו רופס עס) איז נישט קיין תכלית. אז די פאלעסטינער וועלן איין טאג איינזעהן אז איזראעל איז א מציאות און זיי וועלן משלים זיין דערמיט וועט אפשר זיין א פייער-אפשטעל, אבער פון דארט ביז לעבן בשלום ובשלוה איז נאך ווייטער א גאנג. ווען קופערניקוס האט איינגעזעהן אז זיבן מאל צעהן איז במציאות נאר זיבעציג האט ער אויפגעהערט צו שטויסן און בריקען, ס'מיינט נאך נישט אז ער איז פלוצלינג געווארן א אוהב מאעמאטיק. שלום מאכן מיט די מציאות איז נאך רעלאטיוו גרינג, איך ווארט פאר די גיבור וואס קען צייגן ווי אזוי א ריכטיגע ברודערליכע איבערבעטונג וואלט צוגעגאנגן אין אזא פאל. אויף אן אופן אז ס'זאל נאך אפילו זיין די מעגליכקייט אמאל זיך משדך צו זיין.
יאיר, אפשר צו טיף פאר מיר, אבער לעניית דעתי איז דער משל נישט דומה לנמשל. גאט איז נישט קיין מציאות, ער האט געמאכט די מציאות. און יעדע זאך פון די מציאות וואס פאסירט צו אונז, איז נאר אים צו בלעימען.
אנדערש, ווי פארשטייסטו "והוא עשה, עושה, ויעשה לכל המעשים"? ער טוט עס דען? ער איז דאך פשוט א חלק פון די מציאות?
גאט איז העכער פון די מציאות, פארשטייט זיך אז ער האט געמאכט א טבע און די וועלט פירט זיך לויט דעם, און איך קען נישט האבן קיין טענות צו גאט אויב איך ווארף זיך אראפ פון א 20 שטאקיגן בנין און כ'בלייב נישט לעבן, אבער אויב טו איך עולם כמנהגו נוהג, נאר ער, מיט זיין רחמנות, מאכט זיכער אז ווי עס קען גיין ראנג גייט טאקע, אלעס מיטן פוטער אראפ, דאן יש לנו על מי לרגוז, ויש מקום לפלצות אחזתני..
@הוגה, לאמיר זיך פארשטעלן אז אונזער קופערניקוס אין דער משל ווערט ברוגז אויף מאטעמאטיק און ער הערט עס אויף צו נוצן. ווען זיין ווייב בעט אים צו קויפן צוויי דאזען אייער קויפט ער צו להכעיס 42 אנשטאט 24. צוביסלעך זעט ער אבער איין אז מאטעמאטיק איז גאר א נוצליכער געצייג, נאר ס'האט באגרעניצונגען, מ'קען נישט מאכן די רעזולטאטן זאלן שטימען מיט די פון פאראויס באשטימטע צילן, ווייל דאס איז די גאנצע חכמה דערפון, אז עס איז מוגדר. אשר על כן וועט ער אנהייבן נוצן מאטעמאטיק, אפילו מיט אהבה, ווייל ער פארשטייט דער נוצן דערפון, און ער אנערקענט אז ווי יעדע זאך אויף די וועלט איז עס מוגבל.
לענינינו, ווען די פאלעסטינער וועלן באמת איינזען אז איזרעאל איז א מציאות, ועלן זיי אויטאמאטיש קענען אנערקענען אז עס איז נישט אזא געפערליכע חסרון, און עס האט גאר אפילו מעלות. דער עיקר שליסל איז זיך נישט צו פייטן מיט א פאקטישע מציאות, נאכדעם איז שוין אלעס גרינגער, ווייל באמת האט דאך טאקע יעדע זאך מעלות און חסרונות. נאר אזוי לאנג ווי מ'רעדט זיך איין אז מ'קען איבערדרייען די מציאות, צווינגט מען זיך צו קוקן אויף די חסרונות און זיך עסן דאס געזונט, איינמאל מען אנערקענט דעם אמת, קען מען שוין פאר דעם געלט קוקן אויף די מעלות.
@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
@יאיר, עס איז אבער אינטערעסאנט ווי מיט א יעדע מציאות איז גרינג שלום צו מאכן און - ווי דו זאגסט במתק לשונך - פאוקעסען אויף די מעלה ווי איידער די חסרון. אויסער די מציאות פון גאט, דער איז א שווערע פאציענט, מיט אים/זיך איז גאר שווער שלום צו מאכן. נישט צוליב פרנסה, קענסער וכדומה, נאר אפילו צוליב העכערע און רוחניות׳דיגע געפעכטן. די דאזיגע רוגזא מוז זיין א געטליכע רוגזא, עפעס וואס גאט/מציאות האט דייקא איינגעפלאנצן אינעם בריאה.
יאיר@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
ביידע זענען דאך אמת! ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין! א שמועס פאר אן אנדערע מאל.
איך טראכט אביסל אין דעם ענין וואס הוגה שרייבט. מען קען אסאך שמועסן דערוועגן. איך וועל אביסל אויסלופטערן מיינע מחשבות דא, כ'האף ס'מאכט סענס.
כ'האב געהערט אמאל א שיין ווארט. הושענא למענך דורשינו הושענא. מען טרעפט אפט א שטארקע סתירת הרמב"ם, און מען מוטשעט זיך צו פארענטפערן דעם סתירה עס זאל שטימען. גאנצעטע שבת הגדול/שובה דרשות ווערן געווידמעט צו פארענטפערן הארבע רמב"ם'ס. די זעלבע איז דא מיט אידישע קינדער, עס איז פאראן א גרויסע סתירה, מצד אחד זענען מיר וואוילע מענטשן, רצוננו לעשות רצונך, ומצד שני זינדיגט מען און מען פאלט אדורך. אלזא, דארפן מיר איינער זאל זיך שטעלן דרש'ענען און פארענטפערן די סתירה. עס זענען פאראן גענוג וועגן, וע' פנים לתורה... בעטן מיר פון באשעפער, הושענא למענך "דורשינו", דו דרש'ענסט אונז און פרובירסט אונז צו פארענטפערן גענוי ווי מיר פארענטפערן א סתירת הרמב"ם.
לענינינו. מיר טוען אייגענטליך א דאפעלטן דזשאב, וואס איינס איז לכאורה איבריג. מיר קומען צום באשעפער מלא תירוצים (ווי אזוי פלעגט דער מלמד אין חדר זאגן? שערי תירוצים לא ננעלו...), מיר האבן טאקע געזינדיגט, אבער דאס איז נאר צוליב דעם שאור שבעיסה, די נסיונות ופגעי הזמן, צוליב די טירדות און דחקות, פארנומען על המחיה ועל הכלכלה, וכו' וכו'. אבער אויכעט טוען מיר פארענטפערן דעם באשעפער. פארוואס האט ער געשיקט דעם צרה אדער טראגעדיע? אה, צוליב צניעות. פארוואס האב איך נישט קיין פרנסה? מסתמא האסטו נישט גענוג געדאווענט, אדער נישט געבענטשט פון אינווייניג. אדער געטראטן אויף ברעקלעך רח"ל.
פארוואס דארפן מיר פארענטפערן און דרש'ענען סיי אונז און סיי דעם באשעפער? מילא דעם באשעפער, ווייל מיר ווילן פארשטיין על מה החרי האף הגדול הזה, על מה עשה השם ככה, מיר זאלן קענען מתקן זיין עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל, און מיר זאלן פטור ווערן פון די צרות. אבער אונז אליין? פארוואס פארענטפערן מיר זיך? דער באשעפער ווייסט נישט די אלע תירוצים נאך בעסער ווי אונז אליין? ווער שיקט דען אונז די אלע ביטערע נסיונות, ווער האט באשאפן דעם גרויסן יצר, כי אתה יוצרם ואתה יודע יצרם כי הם בשר ודם, זכור כי עפר אנחנו? ווער האט געמאכט דעם שאור שבעיסה און שעבוד מלכיות? און נאך ווי ער ווייסט. ער קען אונז אליינס דרש'ענען און פארענטפערן נאך בעסער ווי מיר אליין קענען!
יעצט דאס אז מיר פארענטפערן גאט, איז די סיבה דערצו - ווי הוגה שרייבט - מיר ווילן ארבעטן צו אים מוחל זיין, און וויבאלד מיר ווייסן אז לא עביד קוב"ה דינא בלא דינא און ער באשטראפט מדה כנגד מדה, פרובירט מען צו מאכן חשבונות, וויפיל פונט לשון הרע און וויפיל אריזאנע מצות (פלצתי...); אבער אז דער באשעפער, דער חנון המרבה לסלוח, וויל אונז מוחל זיין, דארפן מיר אים צוהעלפן?
ווען מיר טראכטן, פארוואס העלפט אונז נישט השי"ת, זיינע קינדער, זיין פאלק. פארענטפערט מען, ווייל אונזערע עבירות האבן באשאפן מקטריגים, זיי שטייען אין וועג. איר הערט? די מקטריגים וואס זענען כקליפת השום אקעגן דעם גרויסן גאט, זיי האלטן אפ די ישועות און די השפעות! און אונז? מיר האבן א יצר הרע א מלאך וואס מיר קענען כמעט נישט ביישטיין, און מען רוקט אונז ארונטער נסיונות יעדע מינוט אין לעבן... דארפן מיר זיך נאך פארענטפערן?
המשך יבא בל"נ.
יאירקודם האב איך שוין א בארדיטשובער לימוד זכות. דאכט זיך מיר אז ריטשארד דאוקינס דארף נישט ארבעטן אויף זיך צו מוחל זיין גאט.
לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
צוליב די מלחמה וואס טייל מענטשן פירן מיט די מציאות, קומט זיי אן גאר שווער דאס לעבן, מען עסט זיך אויף, מען חשבון'ט, מען קלערט, ווען איך וואלט געבוירן געווארן ביים פישפיקלאדינער וואלט איך דאך געקענט טון אזא שיינע שידוך, און ווען איך וואלט נאר געהייסן שטינקאוויטש אנשטאט שמעקאוויטש וואלט מיר דאך יעדער אזוי ליב געהאט. ממילא דאס איז די עבודה פון מוחל זיין גאט, מיר זאלן אויפהערן זיך שלאגן מיט די מציאות, און אפילו זיך מאכן פרייליך דערמיט און זיין צופרידן.
דברים כדרבונות, דאס איז פין די וויכטיגסטע יסודות אויף הצלחה אין לעבען, הן לדעת חכמי ישראל, והן לדעת חכמי אומות העולם, און דאס מיינט תשובה טוהן באותה אשה באותו מקום באותו פרק, מיט דיין פרוי, נישט זאגען ווען דער ווייב וואלט אזוי געוועהן דעמאלס... אדער ווען מיין פלאץ די מענטשען אין מיין ביהמ"ד וואלטען נישט געוועהן אזעלכע רשעים, באותו פרק, ווען איך וואלט נאר געהאט די בחורישע יארען וכו', באותו אשה באותו מקום באותו פרק. נעם אחריות אויף דיין לעבען ווייל אלעס איז צוליב דייו בחירה, אופס, לויט ר' צדוק נישט.
@שמעקעדיג, דיינע מחשבות זענען דאך געוואלדיג, ווען איך קען ווען דינגען א דירה אין דיין מח.... עטליכע מאל דעם יו"ט האב איך געטראכט פון דיינע רייד. ספעציעל האב איך געטראכט פון "שמעקעדיג'ס מקטרג פאראדאקס".
שמעקעדיג
ווען מיר טראכטן, פארוואס העלפט אונז נישט השי"ת, זיינע קינדער, זיין פאלק. פארענטפערט מען, ווייל אונזערע עבירות האבן באשאפן מקטריגים, זיי שטייען אין וועג. איר הערט? די מקטריגים וואס זענען כקליפת השום אקעגן דעם גרויסן גאט, זיי האלטן אפ די ישועות און די השפעות! און אונז? מיר האבן א יצר הרע א מלאך וואס מיר קענען כמעט נישט ביישטיין, און מען רוקט אונז ארונטער נסיונות יעדע מינוט אין לעבן... דארפן מיר זיך נאך פארענטפערן?
איך האב עס האב עס דיסקוסירט מיט א חבר ביי פאזע. און מיר זענען ארויסגעקומען מיט אזא מהלך.
בעצם - פארשטייט זיך - איז די מקטרג נישט שטערקער ווי גאט, און ווען גאט וויל קען ער פארשוקן די מקטרג. איי, מיר ווייסן דאך אז די באשעפער שוקט שפע און צוליב קיטרוגים האקט זיך אפ די שפע? דאס איז א סיסטעם וואס גאט האט אוועק געשטעלט אז אזוי זאל זיך די הנהגה פירן. עס איז פונקט ווי א מלמד אין חדר זאגט אז ווער עס וועט נישט שטערן לערנען א גאנצע טאג וועט באקומען א מתנה. קומט איין יונגל סוף טאג און בעט זיך ביים רבי'ן אז ער זאל אים געבן די מתנה טראץ דעם וואס ער האט געשטערט איין מאל. די רבי ענטפערט אים, "איך וויל דיר געבן די מתנה אבער איך קען נישט ווייל...". קען דען די רבי טאקע נישט געבן די מתנה? אוודאי קען ער, נאר ער האט אוועק געשטעלט א סיסטעם און ער פארשטייט אז עס איז לטובה צו בלייבן מיט די סיסטעם. והנמשל מובן מאליו.
און בנוגע אונז. מיר קענען יא בייקומען די שטן. ווער זאגט? גאט זאגט. אויב שוין יא א קשיא פרעג ענדערש וואס איז די טענה אקעגן אונז, איז דען עקספעקטעד אז מיר זאלן קענען בייקומען גאט'ס רצון? דאס איז שוין א נושא וואס איז געשמועסט געווארן אין עטליכע אנדערע אשכולות.
שמעקעדיג
המשך יבא בל"נ.
מיר קענען קוים ווארטן... 😛
.
א ייש"כ פאר אלע משתתפים אין דער שמועס, עס האט מיר געגעבן וואס צו טראכטען ראש השנה.. בעיקר די נקודות פון זיך שלאגען מיט דער מציאות און אויב גאט איז א חלק פון די מציאות אדער נישט. פארשטייט זיך יש כאן מה להאריך ואין לדבר סוף, אין איך האב נישט יעצט קיין נערווען צו דעם, ובכלל רעדט זיך דא פון גאר טיפע זאכען וואס מ'דארף א חכם ומבין מדעתו וכו'. און איך בין פויל צו צונעמען די זאך יעצט כראוי לו. עכ"פ גיב איך נאר א שכויעח פאר חברינו הוגה, יאיר, שמעקעדיג, פאר'ן ארויפברענגען די וויכטיגע נקודות.
תניא כוותי' ד
@הוגה:
ואי תימא איך אתיהיב ליה רשו לההוא מקטרגא לחפאה ולמתבע דינא, אלא ודאי בידא דהאי מקטרגא שוי קב"ה למתבע דינא על כל עלמא ושוי ליה יומא ידיעא למתבע קמיה כל דינין דעלמא דהא קב"ה עביד ליה ושוי ליה קמיה. למהוי דחילו דקב"ה סלקא ושריא על כלא. ורזא דא והאלקים עשה שייראו מלפניו מאי עשה עשה להאי מקטרגא ואתקין ליה קמיה למהוי סייפא שננא על כל עלמא וכל דא בגין דידחלון מקמי קב"ה כלא ודא איהו סנטירא דתבע חובי בני נשא ותבע דינא ותפיס בני נשא וקטיל לון ואלקי לון כלא כמה דנפיק מן דינא (זוה"ק ברע"מ ויקרא צח:, וכיו"ב במקומות הרבה).
נאך איין הערה'לע וואס איז אפשר כדאי אויסצושמועסן: דערדריקן די טענות ביי זיך און שפילן כאילו אלעס קלאפט איז אויך נישט קיין מהלך. אתא ירמי' ואמר נכרים מקרקרין בהיכלו איה נוראותיו, לא אמר נורא. אתא דניאל אמר נכרים משתעבדים בבניו איה גבורותיו, לא אמר גבור. וכו' מתוך שיודעין בהקב"ה שאמתי הוא לפיכך לא כיזבו בו (יומא סט:).
אבער מ'דארף אנהאלטן דעם גדר הראוי ביים זיך אויס'טענה'ן, ווי מ'זעהט אין חז"ל געוויסע וואס זענען נענש געווארן על שהטיחו דברים כלפי מעלה. דער חילוק צווישן א בן המתחטא און א בנ'יאק המתחצף קען זיין כחוט השערה.
גנדי@יאיר
א גרויסן יישר כח פאר די לינק.
איך האב אנגעהויבען צו ליינען די בריוו פון אנהייב. עס איז נורא נוראות.
אפשר זאל מען דאס איבערדריקן און טיילן אין שול פאר ונתנה תוקף?
איך האף אז די ווייסט אז דאס איז פרי יצירתו פון א יודישע צייטונג שרייבער און ארגענטינע ואין לו שייכות כלל וכלל לווארשא
הוגה[tag] ביידע זענען דאך אמת! ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין! א שמועס פאר אן אנדערע מאל.
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין please explain whats
לאור די עשי"ת ברענג איך נאכאמאל ארויף דעם באלערנדן אשכול, הלואי איך קען לייקן
@הוגה 20 מאל פאר דעם. עס איז דאך אזוי פאוערפול, עס ברענגט ארויס אלע מיינע הרגשים אזוי קליפ און קלאר.
איז לאמיר איבער'חזר'ן, גאט ברוך הוא, מיינע ווייטאגן פון דעם יאר.
עס איז א געווען א שווער יאר בכלליות פאר די וועלט און כלל ישראל, אבער אויך בפרטיות פאר מיר. הגם נישט קיין גרויסע באמבעס און ערנסטע מחלות ב"ה, אבער די קליינע פרוטה לפרוטות מצטרפות. וויפיל שלאפלאזע נעכט; וויפיל מאל צער גידול בנים; שלום בית קריגעריי; יעדע מאל איך האב זיך געיאגט האסטו זיכער געמאכט צו פאראורזאכן טרעפיק מיט קאנסטראקשן לכל אורך הדרך, אדער אז איך זאל אנקומען צו יעדן רויטע טרעפיק ליכט, און פארקערט ווען כ'האב זיך ענדליך אפגעשטעלט ביי א רויטע טרעפיק ליכט צו כאפן א טרונק פאר מיין דורשט האסטו שנעל געמאכט גרין און אלע קארס האבן אנגעהויבן פייפן אונטער מיר; וויפיל מאל האבן די ווייב אדער קינדער געבעטן וויכטיג 300 דאלער צו גיין שאפינג פאר שבת ויו"ט אבער ווען כ'האב געעפנט מיין בערזל האב איך געפינען בלויז 2 אפגעריבענע סינגלס; וויפיל מאל האט מיר דער מנהל גשמי גערופן אז מיינע חובות אין די מוסדות איז שוין צו הויך למעלה מראש און מען קען נישט האלטן דא די קינדער אומזיסט; און אזוי אויך דער לענדלארד; און די עלעקטריק קאמפאני; וויפיל מאל האט מיר מיין קאפ ביטערליך געשאסן פון ווייטאג; וויפיל מאל געווען שטארק פארקילט און געמוזט ליגן אין בעט; וויפיל מאל האב איך געמוזט צוגיין ערגעץ שלעפן שווערע פעקלעך און דו האסט באגאסן דיין וועלט מיט א ביטערע נאסע היץ אזש די שווייס האט זיך געגאסן פון מיר על כל גדותי; וויפיל מאל האט גע'מבול'ט און איך בין דורכגעווייקט און באנעצט געווארן פון קאפ ביז פוס; וויפיל מאל האסטו געפירט פון הימל איך זאל מאכן א פארדרוסליכע טעות אין דער ארבעט און נאכדעם אריינגעהויבן פון מיין בעה"ב קולות וברקים כאטש איך בין באמת נישט געווען שולדיג און איך בין א געטרייער ארבייטער; וויפיל מאל האב איך געכאפט א שניט אדער א זעץ; איי איי איי... וויפיל אישי'ס מיט טענות, וויפיל קריטיק פון די אייוועלטער, אוי אוי...
איי טאטע, ווילסט מיר באשולדיגן אז דאס אלעס קומט מיר צוליב וואס איך האב געזינדיגט? זאלסטו וויסן אז איך האב זיך פארגענומען לעצטע יאר מיט אן אמת צו זיין ערליך, טאקע גענוי ווי יוכ"פ אין ביהמ"ד... אבער 5 מינוט נאכן ארויסגיין האסטו מיר אריינגעשטופט נסיונות איינס שטארקער פונעם אנדערן, וויפיל איך האב פרובירט זיך ארויסצודרייען האסטו מיר כסדר ארונטערגעשיקט פרישע, נאך אלעם האסטו מיר דאך באשאפן א בשר ודגים, אמת כי אתה יוצרם ואתה יודע יצרם כי הם בשר ודם, יצר לב האדם רע מנעוריו, זכור כי עפר אנחנו, איך האב געמוזט נוצן אומנאטורליכע כוחות זיך צו שטארקן, און טאקע נישט אלץ האב איך געהאט די פולקאמע כוחות דערצו און כ'בין צומאל אדורכגעפאלן, אבער דאס מיינט נישט אז מיין בחירה איז געווען זיך מדבק צו זיין ברע און ממאס זיין בטוב, חס מלהזכיר, אדרבה רצוננו לעשות רצונך... האסט געוואלט איך זאל מער מכוון זיין ביים דאוענען? מער שעות לערנען? העסט געקענט געבן מער געלט, מער הרחבת הדעת, ווייניגער דאגות און סטרעסס, האסט געקענט גרינגער מאכן אזויפיל ענינים!
יעצט באשעפער, איז א זמן תשובה, דער מדרש פארציילט אונז אז דו טוסט אויך תשובה, אין ב"ר אויפן פסוק 'וינחם ה' כי עשה את האדם בארץ', אמר ר' איבו: תוהות היתה לפני שבראתי בו יצר הרע, שאילולי לא בראתי בו יצר הרע לא היה מורד בי... כביכול הקב"ה האט חרטה פארן באשאפן דעם יצר הרע..
חז"ל זאגן דאך 'אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו', אלזא לאור די אלע זאכן, טאטע זיסער, ווילן מיר זיך ערקלערן "נאט גילטי" ביים יום הדין, און דו זאלסט אונז אנשרייבן א בעסערע יאר ווי ביז יעצט, און אזוי וועלן מיר דיר האפענטליך קענען מוחל זיין פאר די אלע שוועריגקייטן ברוחניות ובגשמיות וואס מיר גייען אדורך דור נאך דור טראץ וואס מיר קלאמערן זיך צו דיין אמונה!
טראכט איך צו מיר אליינס א כוונה, אז דאס איז פשט וואס מ׳זאגט ביי מוסף ״יה״ר מלפניך יאו״א מלך רחמן שתשוב״ אז די אייבישטער זאל תשובה טוהן...
[א] למה תאמר יעקב ותדבר ישראל (ישעי' מ כז). זש"ה מה יתאונן אדם חי גבר על חטאיו (איכה ג לט) א"ר שמואל מה יתאונן אדם על חי עולמים יסתכל בעונות ידיו שגבר על חטאיו. ור' שמעון אומר מה יתאונן אדם אלו לא די שהוא חי והוא רואה את השמש הזה וכן שלמה אומר מה יתרון לאדם [בכל עמלו שיעמול תחת השמש] (קהלת א ג) אלו לא די שהוא רואה את השמש לפיכך אמר הקב"ה ליעקב למה את קורא תגר למה תאמר יעקב.
(מדרש אגדת בראשית פרק סב)
פלעין יודיש פליז רעד פלעין יודיש.
עס איז מיר אלעמאל א וואונדער ווען איינער רעדט דברים היוצאים מן הלב און די צווייטע קומט און פרעגט אים אפ מיט פראזן און פסוקים. וואס פונקטליך ווילסטו? די לעבן איז שווער, פאקט. עס קען זיין בעסער, פאקט. איך פרוביר זיין וואויל די מערסטע וואס איך קען, פאקט. כ'בין פארווייטאגט אויף גאט, פאקט. איז וואס ווילסטו יעצט?
@שמעקעדיג, כ'האב נאך אין מיין לעבן נישט געלאכט אזוי שטארק פון איינעמ'ס צרות. ס'יענץ געלעכטער.
.
שמעקעדיג, אז דו רעדסט שוין מיט גאט ווארף שוין אויך אריין מיין קאמפלעינט אז די קאווע וואס איך זופ יעצט וואלט געמעגט בעסער געלונגען. בפרט יעצט עשי"ת, ווען איך פארלאז זיך נישט אויף ר' משה'ס היתר און איך טרונק נאר חלב ישראל.
אויב דו האסט נאך צייט, גיב אים אויך א פרעג וועגן די באקאנטע קשיא, ווייסט דאך, די האלאקאוסט.
הוגה(כאטש די עצם כעס ורוגזא איז אליינס א געוואלדיגע עבודה אין אמונה כמובן.)
וואס הייסט?
עס ווייזט אז ער גלייבט אז יעדע זאך קומט פונעם רבש״ע.
.
שעיר ר"ח - דער טעם שטייט אין גמ' אז דער באשעפער זאגט הביאו עלי כפרה שמעטתי את הירח...
מחול לך מחול לך מחול לך
גאט האסט מיך אסאך וויי געטון אבער איך בין נישט קיין קנא ונוקם און כ'בין אלעס מוחל בתנאי אז פון היינט אין ווייטער איז אלעס גיט
גדליהמחול לך מחול לך מחול לך
גאט האסט מיך אסאך וויי געטון אבער איך בין נישט קיין קנא ונוקם און כ'בין אלעס מוחל בתנאי אז פון היינט אין ווייטער איז אלעס גיט
WOW
אזוי גרינג ביסטו מוחל? די טראסט עם בלינדערהייט?
מיינסט טאקע קומענדיגע יאר וועט ער זיך נישט פארטשעפענען?...
למען האמת, מחילה כלפי שמיא איז נישט אבי געהאקט. טאמער א מענטש פילט תערומות אדער אפי' די ענין פון מחילה איז נישט אלס תערומות נאר ווייל מ'וויל פשוט זיך גוט פארשטיין מיט'ן באשעפער און זיין נאנט, בכל אופן פאדערט עס א פארשטאנד און נאנטקייט, אדער אויסגראדן "אלטע" חשבונות אויב מ'האט תערומות. אבער סתם א דיעל ע"ש העתיד מיט א תנאי איז אזא בחינה פון כבולעו כך פולטו. מ'האנדעלט דא פון א אן ערענסטע רילעישענשיפ נישט פון סתם צוויי מענטשען וואס שעירן א דרייוו-וועי.
ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט הבעל"ט
א חבר מיינער האט מיר היינט געזאגט אז יום כיפור איז א טאג פון מחילה, פשוט "זיך" מוחל צו זיין. @הוגה דערמאנט דאס איינמאל אין זיין ארטיקל אבער פארברייטערט נישט דערין ווייל זעהט אויס ווי נישט דאס איז זיין נקודה אינעם ארטיקל. אבער די איידיע פון זיך מוחל צו זיין איז, אז דער מענטש דרייט זיך ארום מיט גילט כ'העט ווען דאס געברויכט טוהן און יענץ.. און דרייט זיך ארום מיואש, מיט נעגאטיווע ענערגיע וואס איז שלעכט פאר זיך און פאר אנדערע. אזוי אז ער זיך מוחל און זאגט פאר גאט העי, איי דיד דע בעסט דעט איי קאלד עט דע טיים און פערטיג. הא ראי' ווייל גאט האט נישט קיינעם אין מיין פלאץ מיט מיינע נסיונות וועלכע טוען בעסער פון מיר.
Wow די אשכול... זכרונות!!!
איך טרעט אריין דא מיט א ציטער צווישן די גרויסע קעפ אין שטיבל, אבער...
אונז האבן די כלל אז קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל כולא חד, אויב אזוי, ביזטו גאט אליין, האסט טענות, אויף זיך, און אוודאי ווען ס'קומט צו מוחל איז אזוי ווי מ'האט שוין גערעדט דא, ביסט זיך אליינס מוחל, די מאכסט פשוט שלום מיט דיין אינער זיך, די און גאט זענען די זעלבע מציאות דעט'ס איט.
און דאס וואס @הוגה פרעגט פון @יאיר פארוואס מיט די מציאות איז זייער שווער צו שלום מאכן, ווייל, זיך אליינס, איז א שווערע פאציענט, זיין זיך זעלבסט, זיין מיט זיך אליינס, זיך זעלבסט באטראכטן אין שפיגל אופן עבר, איז א שווערע עבודה, און לכאורה גייט מען עס קיינמאל נישט ענדיגן.
(א בחינה, ווי די רמב''ם זאגט אז ווען א מענטש זאל גיין וואוינען אין א מדבר איינער אליינס, עט ער זיך קריגן מיט זיך א גאנצן טאג)
איך כאפ נישט די קאנצעפט. אויב אזוי דארף דער באשעפער אויך "זיך אליין" מוחל זיין, נישט מיך...
וואס פעלט מיר אויס צו פאסטן א גאנצן טאג, איך גיי האקן א טאג...
שמעקעדיגאיך כאפ נישט די קאנצעפט. אויב אזוי דארף דער באשעפער אויך "זיך אליין" מוחל זיין, נישט מיך...
וואס פעלט מיר אויס צו פאסטן א גאנצן טאג, איך גיי האקן א טאג...
ס'נישט געמאכט צו כאפן, דזשאסט פאר מיט און רעד דיך איין אז דו כאפסט עס און ס'וועט דיר זיין גוט...
שמעקעדיגאיך כאפ נישט די קאנצעפט. אויב אזוי דארף דער באשעפער אויך "זיך אליין" מוחל זיין, נישט מיך...
וואס פעלט מיר אויס צו פאסטן א גאנצן טאג, איך גיי האקן א טאג...
ווייטער, אויב קודשא בריך הוא איז מוחל די ישראל און ס'איז חד, האט ער זיך מוחל געווען.
Re: די עבודה פון מוחל זיין גאט
יאיר@לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
יאיר@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
איז דאס נישט וואס שפינאזע האט געטענה'ט אז גאט איז נישט אינדערויסן פון דער מציאות נאר איז דער מציאות אליין (און נאר דאס)?
דאס רופט מען פאנטעאיזם
שאלתיאל יאיר@לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
יאיר@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
איז דאס נישט וואס שפינאזע האט געטענה'ט אז גאט איז נישט אינדערויסן פון דער מציאות נאר איז דער מציאות אליין (און נאר דאס)?
דאס רופט מען פאנטעאיזם
פענטאאיזם איז אז נאר די מציאות עקזיסטירט און נאר דאס איז (אדער יא אדער נישט) ג-ט, זאגן אז די גאנצע מציאות איז א חלק פון ג-ט / א שטיק ג-ט איז די אנגענומענע 'צמצום שלא כפשוטו'דיגע' - חסידישע מהלך.