☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » אשכול אן א טיטל #471

אשכול אן א טיטל #471

109 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #471
בלאט: 1 2 3

— » דינסטאג אפריל 24, 2012 9:50 pm

· #7294

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 9:52 pm

· #7295
א הארציגן דאנק פאר די מנהלים פאר אלעס וואס זיי טוען און גיבן זיך איבער לטובת הכלל, ועכשיו ביותר מיטן צושטעלן די פרייוואטע פארום וואס האט שוין לאנג אויסגעפעלט, און איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט עפענען א אשכול מיט אזא פארלאנג, אבער איך האב נישט געהאט די קוראזש דערצו.

די ערשטע פון אלעם דארף מען שטיין על המשמר אז בחורים זאלן אהין זיך נישט אריינבאקומען, איך האב פאר דעם עטליכע עצות, וואס ווי פארשטענדליך קען איך עס אבער נישט שרייבן דא אין פאבליק.

איך האב נאך זאכן וואס ס'ליגט מיר יעצט אויפן צינג צו שרייבן אין דעם ענין, אמנם עכשיו אסתגר בזה.

לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:00 pm

· #7302
זייער שיין!

אלבערט » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:23 pm

· #7315
איז שוין דער נייער פארמאכטער פארום אין קראפט?

הערשל » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:24 pm

· #7316
געוואלדיגער רעיון.

עס מיינט אז איך ברויך מיר צופלייסן און אפשרייבן נאך א שיינע פאר הודעות כדי זוכה זיין אריינצוקומען אינעם נייעם פורום?

Java » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:26 pm

· #7317
אלבערט
איז שוין דער נייער פארמאכטער פארום אין קראפט?

ניין. אבער מען קען זיך שוין איינשרייבן.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:27 pm

· #7318
ווי שרייבט מען זיך איין?

Java » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:33 pm

· #7319
שמואל הלוי
ווי שרייבט מען זיך איין?

שיקט א פריוואטער הודעה צו איינער פון די גבאים.

Java » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:34 pm

· #7320
הערשל
געוואלדיגער רעיון.

עס מיינט אז איך ברויך מיר צופלייסן און אפשרייבן נאך א שיינע פאר הודעות כדי זוכה זיין אריינצוקומען אינעם נייעם פורום?

פארשטייט זיך.

randy_couture » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:43 pm

· #7322
1) נישט יעדער לייענער איז א שרייבער. ווי קענסטו פארלאנגען 75 ״זאכליכע הודעות״ איך למשל קען נישט גוט שרייבן אבער איך לייען זייער אסאך

2) פארוואס זאל מען אויך מוזן שרייבן פון מיר אויס אויב איז עס אינטערסאנט בין איך ענדערש גרייט צו צאלן 5 דאלער א חודש ווי איידער מיך צו צווינגען צו שרייבן כדי צו קענען לייענען.

שכוח

משה געציל » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:54 pm

· #7326
יישר כח מנהלים, גבאים, איך ווארט שוין אויף דעם א שטיקעל צייט.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:57 pm

· #7327
randy_couture
1) נישט יעדער לייענער איז א שרייבער. ווי קענסטו פארלאנגען 75 ״זאכליכע הודעות״ איך למשל קען נישט גוט שרייבן אבער איך לייען זייער אסאך

2) פארוואס זאל מען אויך מוזן שרייבן פון מיר אויס אויב איז עס אינטערסאנט בין איך ענדערש גרייט צו צאלן 5 דאלער א חודש ווי איידער מיך צו צווינגען צו שרייבן כדי צו קענען לייענען.

שכוח

מן הסתם ליינסטו זייער אסאך אומאיינגעשריבן, ווייל א גרויסע ליינער וואלט שוין געמעגט האבן געגעבן מער לייקס, און אזוי ארום שרייבסטו אויך כמעט נישט צו.

אפשר זאלסטו זיך איינפירן צו ליינען שטענדיג איינגעשריבענערהייט, וועסטו אויטאמאטיש גרינגער צולייגן א תגובה'לע דא און א תגובה'לע דארט, און ביז א קורצע צייט וועסטו האבן די נויטיגע צאל תגובות.

אויב שרייבסטו אין די קומענדיגע 11 טאג יעדן טאג 5 תגובות וועסטו האבן די נויטיגע צאל אין בלויז 11 טאג.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 10:59 pm

· #7328
נאכקוקענדיג דיין רעקארד, זעה איך אז אין די ערשטע פאר טאג נאכן איינשרייבן זיך האסטו געשריבן פיל מער, אלזא אז דו ווילסט קענסטו.

randy_couture » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:02 pm

· #7329
I have a business to run and I only read at night in my bad from my iPhone. So it's not easy to type Hebrew on the iPhone. Back in ivelt I was all the way for English but somehow in the middle of the discussion there I changed my mine without letting them know.

But I decided to try and write in Yiddish only because it's easier to read for must guys. Plus when u use Yiddisha words in English letters it's a mess. Like rabiny. Vd"l. Etc.

Anyhow I don't think ur right on that that's my opinion.

קול גדול » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:37 pm

· #7351
ס'וואלט געווען א גוטע געדאנק אבער ווי איך פארשטיי וועט דארט הערשן א שטרענגע צענזור, וואס איז שוין דא גענוג דערפון אזוי אויכעט, דעריבער איז עס נישט צו ציענד (appealing) פאר מיר.

שלמה_דיין » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:43 pm

· #7354
א געוואלדיקע רעיון! שוין לאנג נישט דא ווי חרדים יראי השם זאלן קענען רואיגערהייט אדורך רעדן ענינים שבין איש לאשתו! פארשטייט זיך אז איינער פון די עיקר תועליות פונעם אונטערנעץ איז דאס קענען נאך קוקען פראבלעמען וואס געווענליך האלטן מאנכע זיך צוריק מחמת בושה, אבער דא אין דעם פארום וועט דאך זיין אז נדברו יראי ה'...
בפרט האב איך הנאה אז די הנהלה האט געזען פאר וויכטיג דארט איינצופירן א שטרענגערע צענזור ווי אין אנדערע פארום'ס. כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה אתה מוצא קדושה. מילא איז דאך וויכטיג אכטונג צו געבן אז די פארום זאל נישט ווערן איבערגענומען מיט נבלה וואס מיט דעם וועט זיין יצא שכרו בהפסדו!
מיט דעם תנאי געב איך מיין פולע הסכמה!

דעינעש » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:57 pm

· #7368
במחילת כבוד שמואל הלוי,
דברי randy_couture נראין, ואני משתתף עמו.

מזל טוב כבודכם שמואל הלוי "ואת האלף", ומשם ראי' לדברי randy_couture, אז נישט יעדער קען זייו אזוי פלייסיג אויף פארום'ס מיט טויזענט פאוסט'ס אין א קורצע צייט,

It depends what you do for a living too,
ותחזקנה ידיכם, וידינו

ווי אויך קול גדול האט א פינטל.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:00 am

· #7371
75 תגובות איז בכלל נישט קיין סאך, און די מנהלים האבן רעכט דערמיט.

מ'מוז נישט זיין קיין שרייבער דערצו, כלל וכלל לא.

דבילה » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:20 am

· #7379
איך בין מסכים מיט די מנהלים און שמואל הלוי. א פארום וואס האט נאר ליינערס איז קיין פארום נישט! טא וואסארא פנים 'עלען מיר האבן אויב יעדער קלערט זיך אן אז נישט עם מיינט מען? דו ווילסט צוטריט? שרייב! מוז נישט זיין קיין סאך, אבער שרייב! 'עסטו פרעגן וואס איז מיט מיר? שוין... איך פארמאך מיר דאס מויל...

בדא"ג, ר' שמואל, איר קענט מיר אפשר אוועק בארגן עטליכע תגובות? (געדענק, הלוואות קומען אויף די חשבון פון מחילות)

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:24 am

· #7381
נאר בארגן? איך גיב דיר גערן אוועק וויפיל דו ווילסט בחפץ לב 😉

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:00 am

· #7413
גאר א געוואלדיגע זאך, איך באגריס די מנהלים פאר דעם שריט. עס איז א זאך וואס איז א מורא'דיגע נחיצות, טאקע פאר קדושתן של בני ישראל, אז מען זאל זיך קענען אדורך רעדן אפן, אן זיך דארפן שעמען אז מען פרעגט, אבער אין די זעלבע צייט זאל עס בלייבן ריין און נישט חלילה פארקריכן צו ניבול פה און אומאיידעלקייט.

איך גראטוליר די מנהלים, תחזיקנה ידיכם.

אבי גערעדט » מיטוואך אפריל 25, 2012 6:04 am

· #7415
קאווע שטיבל איז אין א געשפאנטע אין אנגעצויגענע מצב, דער היינט שוין גאר פאפולערע פארום איז אין שפאנונג, יעדער איז פארנומען מאכן חשבונות וויפיל תגובות מ'האט נאך צו שרייבן, פון אלע זייטן זעט מען גרופעס חברים מאכן פלענער וויאזוי צו אנקומען וואס שנעלער צום ציהל, די וואס זענען געווען הזורעים בדמעה, זענען יעצט ברינה יקצורו, זיי זענען שוין פארנומען אפצושרייבן אין באהאלטענעם נאטיץ היכל זייערע ארטיקלען אין פראגעס וואס זיי גייען ארויפלייגן אויפן נייעם פארום, אנדערע זענען פארנומען צו עסטאבאליזירן דעם נארוואס געשאפענעם נייעם גמ"ח וואס וועט פארבארגן תגובות פאר גאר מינימאלע אפצאלונגען, א אנדערע אפטיילונג איז פארנומען צו גרינדן דעם נייעם סופארט גרופ דא אין שטיבל וואס וועט שטארק שטיין צו הילף פאר די שוואכערע שרייבער פון צווישן אינז וואס דארפן חיזוק אנציקומען צום ציהל, אבער ווילן פארט געניסן פון דעם וויכטיגן פארום, אקיצור ס'איז הימל אין ערד אין די נייע פארום. פארשטייט זיך אז 'אבי גערעדט' איז פארנומען שרייבן זיין 23טע תגובה, מיט נאך 52 צו גיין, אוי געוואלד ווי שאפט מען דאס

פינטאו » מיטוואך אפריל 25, 2012 7:52 am

· #7417
איך בין אינגאנצן דערפאר. איך וועל מיך אי"ה אנשטרענגען אנצוקומען צו די פארלאנגטע צאל הודעות כדי צו באקומען צוטריט צום נייעם פארום.

איך וועל אייך פארציילן א שטיקל סוד. אויף אייוועלט האט מען שוין אויך אמאל פרובירט אזוינס. ליידער האט עס נישט צו לאנג אנגעהאלטן. דער עיקר באשטאנדטייל צו האבן הצלחה אין אזא פראיעקט, איז גאר פעסטע תקנות און יסודות, וואס מען מעג יא און וואס מען טאר נישט שרייבן, כדי דאס פלאץ זאל בלייבן איידל און תורה'דיג.

תחזקנה ידכם. האפענטליך וועט עס זיין א סוקסעס.

שרייבער » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:10 am

· #7420
לאקינג פארווערד (צו פינישן 75 תגובות)

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:23 am

· #7448
פיינע נייעס.

וואס מיינט זאכליכע תגובות?

ווי קען איך אפציילן אויב סע שוין גענוג זאכליך?

פראפעסאר שפירא » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:26 am

· #7450
פינטאו


איך וועל אייך פארציילן א שטיקל סוד. אויף אייוועלט האט מען שוין אויך אמאל פרובירט אזוינס. ליידער האט עס נישט צו לאנג אנגעהאלטן. דער עיקר באשטאנדטייל צו האבן הצלחה אין אזא פראיעקט, איז גאר פעסטע תקנות און יסודות, וואס מען מעג יא און וואס מען טאר נישט שרייבן, כדי דאס פלאץ זאל בלייבן איידל און תורה'דיג.


די סיבה פארוואס ס'האט נישט אנגעהאלטען אויף אייוועלט האט לכאורה נישט ציטוהן מיט קיין תקנות, ס'האט ציטוהן מיט א ענדליכע סיבה פאר זיי מעקען אזוי סאך אויף זייער פורום, וד"ל,(וועגען פאליטיקעל פרעשור)

תקנות דארף זיין נארמאל טאמער ס'צי שטרענג דארף מען נישט ס'גאנצע פורום, ס'סתם פארפאטשקעט צייט, טאמער וועט מען דארפען טראכטען זעקס מאל פאר מען שרייבט עפעס מיינט עס אז מען קען זיך נישט ארויסברענגען די גאדאנקען אין אוטומאטיש וועט עס נישט ארבעטען, ס'וועט פארגיין די אפעטיט פין שרייבען,
ס'דארף זיין קלארע גדרים וועגען וועלכע ווערטער צי ניצען כדי אויסצימיידען ניבול פה אין קללות, אין אזוי אויך לשון הרע אויף א פריוואטע יחיד וואס איז נישט נוגע דעם ציבור, אויסצישליסען אישי ציבור אין אדמורים ורבנים אין אזאלכע ענינים וואס האט ציטוהן מיטען ציבור האט מען דאך א רעכט צי וויסען,

אבער מער תקנות וועט לדעתי זיין קאנטער פראדאקטיוו,

אין בכלל דארף מען וויסען אז דער פריוואטער פורום קען שאטען פאר די אפענער פורום, אין ס'דארף אויך זיין קלאר וואס באלאנגט דא אין וואס דארט, ווייל לכאורה רוב פין די עכטע זאכען וואס ברענגט ליינער וועט אריין אינעם פריוואטען פורום אין ס'זייער מעגליך אז דער דרויסענדיגער פורום וועט בלייבען ווי א אויסגעקלאפטע הושענה, אין דאס דארף אויך גענומען ווערען אין באטראכט,

שרייבער » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:09 am

· #7475
איך פארשטיי נישט די אלע וד"ל'ס, אבער לפי ידיעתי האט עס אין אייוועלט געסטאפט וועגן איינער פון די גאר גרויסע שרייבערס האבן באקומען היט מצד זיין קהלה

א חלק פון די הצלחה איז ווי ווייניג מען ווייסט ווער ס'שרייבט (חוץ אויב דער שרייבער איז אומאפהענגיק אין א קהלה)

ווען מען פרעגט מיר פאראויס וואלט איך נישט געראטן עס אזוי מפרסם צו זיין בין כותלי הפארום ווייל ס'וועט ברענגו אומגעוואונטשענע עלעמענטן, נאר ענדערש פריוואט פאר אלע שרייבער, אבער הנעשה אין להשיב, דארף מען עכ"פ פרובירן ס'זאל זיין אויף די רעלסן

די חלק פון מוזן שרייבן האט א מעלה אז ס'וועט לעבן, אבער ס'האט א חסרון, ווייל נישט אלץ איז דא וואס צו שרייבן, און דאס וועט נאר ברענגן אז מען זאל שרייבן מער שטותים און אומדורגעטראכט, און צומאל וועט דאס גורם זיין מחיקות, וחוזר חלילה וד"ל וק"ל ודו"ק

שוין ונזכה ונחי' ונראה

פראפעסאר שפירא » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:45 am

· #7498
שרייבער
איך פארשטיי נישט די אלע וד"ל'ס,


שרייבער
און צומאל וועט דאס גורם זיין מחיקות, וחוזר חלילה וד"ל וק"ל ודו"ק



😂

יידל » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:53 am

· #7499
לפי ידיעתי האט זיך עס פארמאכט אין אייוועלט ווייל ס'איז ארויסגערונען צו אלע אייוועלט באניצערס און ס'האט געזאלט זיין א גרויסער סוד וואס גייט נאר אריבער מפה לאוזן ביחידות. דאס אז מ'דארף שרייבן לכה"פ 75 זאכליכע תגובות איז לכאורה ארויסצוהאלטן די אומגעוויטשענע עלעמענטן און די זעלבע איז מיט די חלק פון שרייבן תגובות אין די פארמאכטע פארום. ווי איך פארשטיי וועט אן אומגעוואונטשענער עלעמענט נישט קענען צושטעלן 4 נארמאלע תגובות פער צוויי וואכן און ער וועט אויטאמאטיש ארויספאלן.

שרייבער » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:54 am

· #7501
יודעלע, לאו דוקא, דו ווייסט נישט ווער ס'איז אלץ אין כלל פון אומגעוואונטשן, והמבין יבין

שרייבער » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:55 am

· #7502
איך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות

צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:06 pm

· #7507
שרייבער
איך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות

צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט

איך האב א שטיקל לעזונג דערצו, מ'וועט מאכן דארט א פאבליק ניק וואס יעדער דארט וועט האבן די פעסווארד דערפון, און אויב וויל מען נישט מ'זאל וויסן ווער ס'איז דער שרייבער קען מען זיך באנוצן מיט יענע ניק.

אדער א בעסערע עצה, מ'קען שיקן אין אישית די אנענימע תגובה צו איינע פון די מנהלים און זיי וועלן עס פאוסטן.

אברעמעל » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:07 pm

· #7508
פאר די פראבלעם קען מען זאגן פאר די מנהל וואסדי אנדערע ניק איז.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:08 pm

· #7509
אברעמעל
פאר די פראבלעם קען מען זאגן פאר די מנהל וואסדי אנדערע ניק איז.

אנדערע וועלן אבער נישט וויסן און מ'וועט האבן טענות פארוואס יענער מעג שרייבן אונטער 75 תגובות וד"ל.

אברעמעל » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:23 pm

· #7518
מ'וועט פארשטיין אז דאס איז די סיבה, מ'רעדט נישט פון אזעלכע נארנים..

אךשמח » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:16 pm

· #7555
זייער א גוטער געדאנק.

זכרנו ימים מקדם, ווען אזא פורום האט עקזיסטירט און עס איז געווען צוגעמאכט פארן ברייטן ציבור, און האט אנגעהאלטן מיט א שטארקע סוקסעס פאר גאר א לאנגער זמן, אבער איז ליידער פארלוירן געווארן ווען מען האט זיך געשלעפט צו אייוועלט.

איך בין דארט געווען גאר שטארק אקטיוו, און אפשר אביסל מער ווי אקטיוו, ממילא וויל איך דא אראפגעבן וואס איך קלער דערוועגן.

ערשטנס, וועט דער פורום דא בכלל נישט ווייניגער ווערן. עס איז אן אנדער זאך בכלל. און בפרט ווען די מנהלים דא וועלן מקפיד זיין אז מ'מוז דא אויך שרייבן.

דאס איז א דבר פשוט אז אויב שרייבט מען נישט דארט פאר א זמן וואס די מנהלים וועלן אפמאכן, דארף מען ווערן אויסגעשלאסן אן קיין ווארענונג.

פארשטייט זיך אז די מנהלים וועלן האבן א שווערע ארבעט און אויספילטערן די וואס שרייבן אבי געשריבן כדי אנצוקומען צו די נויטיגע צאל תגובות.

אגב, איך וואלט אפילו געהאלטן אז אויך קאווע שטיבל זאל זיין א פורום סגור, על דרך בחצרות החסידים און אנדערע, וואס מ'מוז שרייבן כדי אנצוהאלטן מעמבערשיפ. זיכער איז נישט דא גענוג אידיש שרייבער ווי אין עברית, אבער ס'וואלט געקענט האבן גענוג הצלחה.

דבילה » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm

· #7559
גאר חשוב! זכורני ימות קדם בחדרי חרדים משפחה אידיש און ס'איז געווען זייער אנגענעם.

בנוגע דעם פראבלעם פון פלייסיגערע שרייבערס וואס האבן נאך א ניק וואס זיי נוצן ווי א באהאלטענעם גבאי, וואלט איך מציע געווען אז יעדער ניק וואס האט די מאס תגובות זאל קענען מיטנעמען נאך איין ניק אן די מאס. דאס וועט ערלויבן פאר די בעסערע ניקס צו שרייבן צומאל אנאנים... אבער נישט מיין אחריות אז דער ניק זאל בלייבן אנאנים צו לאנג.

אךשמח » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm

· #7560
randy_couture
I have a business to run and I only read at night in my bad from my iPhone. So it's not easy to type Hebrew on the iPhone. Back in ivelt I was all the way for English but somehow in the middle of the discussion there I changed my mine without letting them know.

But I decided to try and write in Yiddish only because it's easier to read for must guys. Plus when u use Yiddisha words in English letters it's a mess. Like rabiny. Vd"l. Etc.

Anyhow I don't think ur right on that that's my opinion.

אוודאי איז נישט גרינג צו שרייבן אויף א קליינעם סעלפאון, אבער איך האב עקספיריענס אין שרייבן סיי אויפן אייפאון און סיי אויפן ענדרויד (ענדרויד איז גרינגער צוליב די פילע קיבאורדס וואס מ'קען דארט באקומען) און אוודאי קען מען אנקומען צו די נישטיגע 75 תגובות וואס ווערן פארלאנגט. איך האב שוין געשריבן אן א צאל אויפן קליינטשיגן סעלפאון.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:29 pm

· #7561
איך בין אביסל צומישט. איך האלט אסאך זאכן זענען די מנהלים גערעכט, אבער נישט אינגאנצן (כאטש די באסס איז אלווועיס רייט!)

ערשטנס - רוב פון מיינע תגובות זענען זאכליך (לפענ"ד) און גאנץ לאנג, דהיינו אזוי ווי א צווייטנס 5 תגובות. אפשר זאל מען קוקן וויפיל קערעקטערס מען האט געטייפט ווי איידער מספר התגובות? איז דא א סיסטעם צו קוקן "קוואליטי איבער קוואנטיטי"? אפשר קוקן וויפיל "לייקס" מען האט שוין באקומען?

צווייטנס - האט מען שוין אויבן דערמאנט, אויב דארף מען האבן דא 75 תגובות, און אין דעם נייעם פארום 8 ענטפערס א חודש, וועט מען זיך קיצלען צו לאכן און זיך צווינגען צו שרייבן אומ-זאכליכע הודעות.

און דריטנס - וואספארא סארט תקנות גייט זיין? שטרענגער ווי קאווע שטיבל? אין מיסטקאסטן, צב"ש, זעה איך גאנץ מיאוס'ע ווערטער וואס וואלט זיך געפאסט צו פארמעקן. וועט אזעלכע ווערטער זיין ערלויבט?

בקיצור, מען מוז זיך צושטעלן וואס דער רבי הייסט. מיין קינדערישער מלמד האט געהייסן האט געהייסן שרייבן 100 מאל "איך וועל שוין פאלגן", מיין יעצטיגער רבי זאגט "שרייבן 75 זאכליכע תגובות". נישטא קיין עצה נאר פאלגן!!

אורח » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:44 pm

· #7570
שרייבער
איך פארשטיי נישט די אלע וד"ל'ס, אבער לפי ידיעתי האט עס אין אייוועלט געסטאפט וועגן איינער פון די גאר גרויסע שרייבערס האבן באקומען היט מצד זיין קהלה


אלץ א געוועזענע מיטגלידער פון יענע פארום טוה איך דאס באשטעטיגען

אךשמח » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:02 pm

· #7582
שמעקעדיג
איך בין אביסל צומישט. איך האלט אסאך זאכן זענען די מנהלים גערעכט, אבער נישט אינגאנצן (כאטש די באסס איז אלווועיס רייט!)

ערשטנס - רוב פון מיינע תגובות זענען זאכליך (לפענ"ד) און גאנץ לאנג, דהיינו אזוי ווי א צווייטנס 5 תגובות. אפשר זאל מען קוקן וויפיל קערעקטערס מען האט געטייפט ווי איידער מספר התגובות? איז דא א סיסטעם צו קוקן "קוואליטי איבער קוואנטיטי"? אפשר קוקן וויפיל "לייקס" מען האט שוין באקומען?

צווייטנס - האט מען שוין אויבן דערמאנט, אויב דארף מען האבן דא 75 תגובות, און אין דעם נייעם פארום 8 ענטפערס א חודש, וועט מען זיך קיצלען צו לאכן און זיך צווינגען צו שרייבן אומ-זאכליכע הודעות.

און דריטנס - וואספארא סארט תקנות גייט זיין? שטרענגער ווי קאווע שטיבל? אין מיסטקאסטן, צב"ש, זעה איך גאנץ מיאוס'ע ווערטער וואס וואלט זיך געפאסט צו פארמעקן. וועט אזעלכע ווערטער זיין ערלויבט?

בקיצור, מען מוז זיך צושטעלן וואס דער רבי הייסט. מיין קינדערישער מלמד האט געהייסן האט געהייסן שרייבן 100 מאל "איך וועל שוין פאלגן", מיין יעצטיגער רבי זאגט "שרייבן 75 זאכליכע תגובות". נישטא קיין עצה נאר פאלגן!!

איך שטום איין אז מען ברויך מער קוקן 'וואס' דער שרייבער שרייבט ווי 'וויפיל' מען שרייבט.

און איך גלויב און האף אז דאס וועט זיין דער מהלך.

איך פארשטיי אבער אז מען מוז געבן א שיעור וויפיל מען זאל שרייבן און די מנהלים גלייבן אז 75 איז א גענוגנדער ציפער וואס פון דעם זאל מען ארויסלערנען דעם מהות פונעם שרייבער.

פארט זעט אויס אז מען וועט ארייננעמען סיי ווער עס האט דער מספר תגובות.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:04 pm

· #7584
אךשמח
פארט זעט אויס אז מען וועט ארייננעמען סיי ווער עס האט דער מספר תגובות.

פון וואנעט נעמסטו דאס?

פאדעם » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:40 pm

· #7684
איך וויל זיך מיטכאפן מיט דע אידן וואס בעטן, אז מען זאל אריין לאזן און דעם פארמאכטן פורם אפילו די וואס. זענען נישט קיין שרייבערס, אזוי ווי אני הקטן,איך האב זייער הנאה פון קאווע שטיבל בכלל,עס קימט מיר אן זייער טיישווער צי שרייבן אויף מיין ענדרויד פאן,ר'אךשמח נישט פאר יעדן שרייבט זיך אזוי גרינג אויפןענדרויד,םאיך טפארשטיי אז מען דארף שרייבן אויך, נישט נאר ליינען, איך וועל בל'נ זיך פרבורן זיך מזרז זיין יא צי שרייבן, אבענאך כמאל אויב מעגלים פארמאכטס נישט די טויערען

פאדעם » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:44 pm

· #7690
אגב איינער האט דערמאנט אויבן פארוואס ער האט קיינמאל נישט געלייקט, זאג איך אייך איך האב שוין כמה פעמים געוואלט געבן א לייק ,אבער אויף מיין איווא פאן האב איך נישט די אפשען

לעמיל » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:45 pm

· #7691
איך האלט אויך אזוי. אזוי איך בין זיכער דא גענוג נייע חברה וואס זענען נאך גאנץ שעמדיג 😳 😳 איז פארוואס מאכען א פרעשור צו שרייבען הודעות ❓ ❓

פראפעסאר שפירא » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:46 pm

· #7692
אךשמח


פארשטייט זיך אז די מנהלים וועלן האבן א שווערע ארבעט און אויספילטערן די וואס שרייבן אבי געשריבן כדי אנצוקומען צו די נויטיגע צאל תגובות.


לגבי די נושא פין 4 תגובות אין צוויי וואכען אז נישט ווערט מען אויסגעשפארט,
דאס איז נישט גוט, ווייל ס'וועט זיך אנהייבען א טענה'ריי וואס הייסט יא א נארמאלע תגובה אין וואס נישט, אין צים סוף ועט עס ברענגען צי עגמת נפש אין מחלוקת,

למעשה איז נארמאל אז איינער איז א שטיק צייט אין די גוסטע פין שרייבען, אין אמאל נישט, אמאל גייט ער דורעך א ביזי צייט אין ער האט נישט קיין צייט דערצי, דאס זאגען אז מען מיז שרייבען אזא נאמבער תגובות לפי עניית דעתי נעמט עס אוועק פין די ארגינעלקייט פין די תגובות, מען קען צווינגען צי שרייבען אבער מען קען נישט צווינגען צי זיין ארגינעל, ממילא וואלט איך פארגעשלאגען אז ס'זאל נישט זיין אזא זאך, איינמאל מען איז אנגענומען איז מען דארט, אין למעשה איז גוט אז ס'זאל זיין מער ניק'ס דארט ווייל ווי מער מענטשען ליינען א נושא אלץ מער אנטוויקעלט זיך א שמועס, אין אלץ מער קומט מען אן צי זעהן די זאך פין פארשידענע קוק ווינקלען,

ממילא דרוק איך אויס חוות דעתי אז אזא תגובות קוואטע איז קאנטער פראדאקטיוו, לויט מיין מיינונג איז די חסרונות גרעסער ווי די מעלה,

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:56 pm

· #7699
מע דארף טאקע איינרייסן. סארא חוצפה צו פארלאנגען אזא שווערע זאך ווי 4 תגובות אין 2 וואכן...

פראפעסאר שפירא » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:03 pm

· #7700
ידען
מע דארף טאקע איינרייסן. סארא חוצפה צו פארלאנגען אזא שווערע זאך ווי 4 תגובות אין 2 וואכן...

ס'נישט קיין חוצפה, ס'פארשטענדליך וואס מען וויל אנקומען דערמיט, כ'מיין אבער אז ס'בעסער צי טרעפען א צווייטע וועג, פאר די סיבות וואס איך האב אויסגערעכענט,

שרייבער » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:09 pm

· #7703
איך בין געווען א מעמבער אין אייוועלט ביי די פריוואטע פורום, מיינט איר איך האב צופיל געשריבן? לאמיר זאגן ס'איז געווען 30 אשכולות, אפשר אין 6 האב איך געשריבן, די איבריגע איז געווען נושאים וואס איך האב ניטאמאל געהאט וואס אריינצורעדן, נו שטעלט אייך פאר ס'איז דא א תקנה מען דארף שרייבן, וואלט איך געשריבן, און דער צווייטער מער באהאוונטע אין יענעם ענין וואלט געענטפערט, דו רעדסט שטותים, און א דריטער וואלט געזאגט אנדערש, און דער פערטער וואס קומט אריין אין אשכול זעט אז אנשטאט מען זאל רעדן פון די נושא וואס דער קעפל פיגורירט, טענה'ט מען זיך צו דער כותב התגובה ווייסט וואס ער רעדט צו נישט, נו וויפיל אפעטיט בלייבט נאך נאכדעם איבער?

דעינעש » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:52 pm

· #7717
[ציטאט אראפגענומען]

העט מען מיר פרעגן, וואלט עס געפעסט, אמער מיר דארפן אויך א אנאנים, (איי 'זאכליך', אבער נאך אלעם אויך אנאנים.)
בלאט: 1 2 3