אשכול אן א טיטל #471
109 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #471
איך פארשטיי דעם פוינט, און איך האלט אז די מנהלים זענען הונדער פראצענט גערעכט.
איך בין געווען א מעמבער אין א פארמאכטן פורום, וואס האט פארלאנגט צו שרייבן א מספר תגובות אין א סכום טעג/וואכן.
אין איינמאל נאך א יו"ט, והנה מצורע מוסגר - אויסגעשפארט.
האב איך געשיקט א מעסעדזש צום מנהל דארטן, אז איך האף אז דו פארשטייסט, אז געווענליך שרייב איך, נאר איצט יו"ט איז א ביזי סיזען געווען, און ער האט מיר צוריק געפענט.
און איך בין מער נישט געווארן אויסגעשפארט, אפילו עס איז אריבער א לענגערע צייט אין איך האב נישט געשריבן, ווייל די מנהלים פארשטייען דאס, און האפנטליך דא וועלן זיי עס אויף פארשטיין.
נ. ב. איך בין נייגעריד צו הערן פון די חברים דא וואס דער עולם האלט אויף מיינע תגובות אדערווייל, אויס מ'קען עס אנרופן זאכליך אדער נישט?
שעמטס ענק נישט צו זאגן אין פנים, איך האב ליב צו הערן.
זאכליך בתפארתו, פרעג נאר אן ביי די מנהלים אויב די הסכמה איז בינדענד.
נאר קריטיק און הצעות זענט איר גרייט? סתם א דאנק איז עפעס אוועק צו מאכן?
די בייפאל איז געוואלדיג. און נאך מער, די אויפוואכונג צו שרייבן זאכליכע תגובות איז געשטיגען פילפאכיג. אפילו אויב ארבעט זיך עס נישט אויס האט עס שוין אויפגעטון
ווען בערך איז ערווארטעט די עפענונג פונעם פארום, די שפאנונג איז אויפן העכסטן שטאפל
נאר א קליינעקייט
וויאזוי גייט מען מסביר זיין פאר איינעם אז זיינע תגובות זענען נישט 'זאכליך' און מ'קען אים נישט אריין נעמען? זאכליך איז ביי יעדעם אנדערש. נישט אזוי?
[ציטאט אראפגענומען]
אפשר איז א עצה אז די זאכען זאלען באשטימט ווערען דורעך וואלען,
איך נעם נישט עכט קיין מיינונג אין די נושא, נאר אינטערסאנט אנצומערקן אויף די תגובה פון אונזער חשוב'ע באריסטא,
געזאגט און געזאגט און גארנישט געזאגט...
מען דארף אין באטראכט נעמען אז די גאנצע איידיע פונעם פריוואטער פורום איז נישט דערמאנט געווארן אינעם קאווע שטיבל (עטליעסט איך, האב עס נישט באמערקט) ממילא מוז זיין אז אין אישי טוט זיך מער דערוועגן, און קען זיין אז דארט איז מען מער איינשטימיג מיטן מנהל.
איך האב שוין, ווי געשריבן, געזאגט מיין מיינונג אז ס'איז פון גרויס וויכטיגקייט יא צו שרייבן און די תקנה איז א גוטע.
דער מנהל האט גראדע יא קלאר געמאכט געוויסע פונקטן אין זיין פריערדיגע תגובה.
בכלל, מיינט נישט אז עס וועט בלייבן אזוי, און דער פיינעל החלטה איז בכלל נאכנישט געמאלדן געווארן.
כך נראה לעשירות דעתי. מ'קען אבער מחולק זיין.
אךשמחמען דארף אין באטראכט נעמען אז די גאנצע איידיע פונעם פריוואטער פורום איז נישט דערמאנט געווארן אינעם קאווע שטיבל (עטליעסט איך, האב עס נישט באמערקט) ממילא מוז זיין אז אין אישי טוט זיך מער דערוועגן, און קען זיין אז דארט איז מען מער איינשטימיג מיטן מנהל.
נו זייער פיין, אין דורעך וואלען וועט מען וויסען דעם אמת,
שמואל הלויא הארציגן דאנק פאר די מנהלים פאר אלעס וואס זיי טוען און גיבן זיך איבער לטובת הכלל, ועכשיו ביותר מיטן צושטעלן די פרייוואטע פארום וואס האט שוין לאנג אויסגעפעלט, און איך האב שוין עטליכע מאל געוואלט עפענען א אשכול מיט אזא פארלאנג, אבער איך האב נישט געהאט די קוראזש דערצו.
די ערשטע פון אלעם דארף מען שטיין על המשמר אז בחורים זאלן אהין זיך נישט אריינבאקומען, איך האב פאר דעם עטליכע עצות, וואס ווי פארשטענדליך קען איך עס אבער נישט שרייבן דא אין פאבליק.
אויב וואלט מען געוואלט אויסשלוסען נאר די קינדער און אריינלאזען פונעם בר מצווה, וואלט מען געקענט צולייגען א פונקציע ביטע קלאפט אריין די לעצטע פיר אותיות פון אייער מקווה קארטעל. אבער צו אויסשפילען די בחורים, נישט אזוי פשוט.
מען דערציילט איינע פין די רעבעצינס פלעגט טיילען שריים קוגעל בלויז פאר פארהיירעטע. איז אויב האט זיך אנגעריקט א אינגעמאנטשיק אן קיינע שתי שערות, האט זי פארלאנגט ער זאל מוחל זיין זאגן דעם מה יקר חסדך פין עטיפת טלית, בעל פה. קענען מיר אויך איינפירען אן עלגאריטים וואס זאל אויסשפייען פראגעס וואס מען ברויך ענטפערן און דרייסיג סעקונדען, ענינים וואס איז ווילד פרעמד פאר בחורים און חתונע געהאטע קענען דאס גרינג צוטרעפען. א גוטן ביישפיל וואלט ליידער געווען דעם אדרעס פונעם פוד סטעמפ אפוס. אויב האט איר נאך דוגמאות דאן העלפט בויען דעם דעטעבעיס. פארשטייט זיך נאר איידעלע פראגעס, ביטע געדענקט איהר רעדט מיינסטענס צו בחורים.
א גלייכערען עצה. מען זאל שטלען צוויי קנעפעלעך "איך בין פארהייראט" אדער "איך וויל פארלאזן דעם פארום". מען זעהט קלאר אז עס איז געווען ווירקזאם ביי "איך בין 18".
גלעזעלעשמואל הלוימען דערציילט איינע פין די רעבעצינס פלעגט טיילען שריים קוגעל בלויז פאר פארהיירעטע. איז אויב האט זיך אנגעריקט א אינגעמאנטשיק אן קיינע שתי שערות, האט זי פארלאנגט ער זאל מוחל זיין זאגן דעם מה יקר חסדך פין עטיפת טלית, בעל פה.
די מה יקר רעבעצין איז געווען אשת הקדושת יו"ט זצ"ל.
און וואס איז מיט אזעלכע וואס וואוינען אין פרעמדע מדינות וואו ס'נישט פארהאנדען קיין פוד סטעמפס מעשיות? למה ניגרע? 🙂
אדער אזעלכע וואס זענען פארהייראט און האבן נישט קיין פוד סטעמפס.
און טאמער ווייס איך נישט דעם אדרעס פונם פוד שטעמפלעך אפיס?
אברעמעל. און געפילטע.
איך האף אז אייער סענס אף הומער לייגט זיך נישט שלאפען אום 10:00 און לאזט אייך ארושפאצירען אן זיין הילף פאר אפאר שעה. פארשטייט זיך אז מיינע ביידע פארשלאגען זענען געווען סארקאסטיש גערעדט
גלעזעלעאברעמעל. און געפילטע.
איך האף אז אייער סענס אף הומער לייגט זיך נישט שלאפען אום 10:00 און לאזט אייך ארושפאצירען אן זיין הילף פאר אפאר שעה. פארשטייט זיך אז מיינע ביידע פארשלאגען זענען געווען סארקאסטיש גערעדט
מיין סענס אוו הומאר לייגט זיך שלאפן וועו ער וויל, ער פרעגט מיר נישט פארדעם, קומענדיגע מאל להסיר מכשול קענט איר צולייגן א סמיילי, א אשפג, אדער לפחות אפאר פינטעלעך צום סוף... אז ס'זאל זיין ברור כשמש בצהרים אז ס'איז געזאגט געווארן באיצטלא דסארקאזם. 😉
[ציטאט אראפגענומען]
איך זעה נישט די ביג דיל, יעדער וואס וויל זיך איינשרייבען וועט דארפען ענטפערען דריי שאלות פון יו"ד ח"ב.
אויב איינער וועט זיך יא אדוירך שווערצען די שאלות וועט ער במילא ארויספאלען נאכן נישט קענען שרייבען עפעס זאכליך
גראדע געקלערט פון א וועג וויאזוי צו רעכענען 'זאכליכע תגובות' מ'זאל קוקן תגובות ווס לייקס. דאס טייטש איינער מיט 100 תגובות און 50 לייקס מיינט אז איבער פיפציג פארצענט פון זיינע תוגובת זענען באשטעטיגט ביים עולם אלס זאכליך און שכל'דיג. פארשטייט זיך אז מ'רעכנט נישט אויב איין מענטש לייק'ט שטענדיג דעם זעלבן פערזאן, ווייל דאן ווייזט דאס אז זיי האבן עפעס אן אפמאך אונטערן טיש. אבער בדרך כלל קען מען גיין אויף אזא מהלך.
שכל'דיג?
לאו דוקא, ווייל גענוג מאל וואס מען לייקט נישט על לא דבר, צו ווייל מען פארגעסט, ובכל אופן, געלייקט מיינט אז ס'איז סמעטענע, און זאכליך איז בינוני, דאס מיינט נישט קיין שטותים, און אויף דעם איז די הנהלה אויך אין טייטל אפצומאכן
קודם א יישר כח פאר די הנהלה וועלכע ארבייטן שלא על מנת לקבל פרס פאר אונזער טובה וועגן.
א פריוואטע פארום פון דעם סארט האט אסאך בענעפיטן, אבער עס איז א גרויסע ריזיקע, און ווי איך זע ווייסט עס די הנהלה און מען פרובירט עס אהערצושטעלן אויף א גוטן אופן. דערפאר פארשטיי איך דעם נחיצות פון שטעלן די גדרים, ספעציעל דער גדר פון האבן גענוג תגובות. און כאטש איך בין נאך ווייט פון דעם ציפער און עס קען מיר געדויערן אנצוקומען אהין, איז עס אבער זייער וויכטיג, און איך וועל טאקע ברויכן ווארטן לענגער אנצוקומען אהין.
With the rate I’m going, I highly doubt that I’ll be eligible any time soon to be admitted to the closed forum. Nevertheless, I must commend the administration for their tireless efforts on behalf of Shtiebel’s members. Their ingenuity and clarity of mind certainly contribute to this endeavor’s success.
פארוואס טראכסטו אזוי? נעם דיר צו די עבודה וועסטו אנקומען! הייב אהן צו האקן תגובות!
ווען עפנט מען שוין די פאיוואטע פורם???
לעמילווען עפנט מען שוין די פאיוואטע פורם???
ווען דו וועסט האבם 75 זאכליכע תגובות...
איך ארבעט שווער פארדעים
לעמיל
א תגובה אונטער צוועלעף ווערטער ווערט כלל נישט גערעכנט
לעמיל יעצט האסטו שוין כמעט די amount וואס מע דארף, סא דארפסט זיך נישט יאגן. לטמיר זען אפאר קנאקעדיגע אשכולות.
לאז דיינע פאנטאזיעס ארויס פונעם מח צו פרייהייט און בלאז אריין א חיות אין דיין פעדערעל..
ידעןלעמיל יעצט האסטו שוין כמעט די amount וואס מע דארף, סא דארפסט זיך נישט יאגן. לטמיר זען אפאר קנאקעדיגע אשכולות.
לאז דיינע פאנטאזיעס ארויס פונעם מח צו פרייהייט און בלאז אריין א חיות אין דיין פעדערעל..
נאר כמעט איך דארף נאך שרייבען א שיינע פאר אז איך זאל אונקימען צו 75 😉
אין וועלכע נושא וילסטו הערין מיינע פאנטאזיעס???
ברויןלעמיל
א תגובה אונטער צוועלעף ווערטער ווערט כלל נישט גערעכנט
איך האף אז די מיינסט עס נישט אמתדיג 😢 😢 😢
לעמילברוין1) לעמיל 2) א 3) תגובה 4) אונטער. 5)צוועלעף 6) ווערטער 7) ווערט 8) כלל 9) נישט 10) גערעכנט
איך האף אז די מיינסט עס נישט אמתדיג 😢 😢 😢
גוט אז דו זאגסט, אזוי ווייס איך אז איך האב נאך גארנישט פארפאסט.
שרייבעראיך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות
צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט
איך האלט אז דאס איז א שטיקעל אישאו ווי איך געדענק פון אייוועלט איז אין התאחדות אברכים געווען זייער זייער אסאך ניקס מיט ווייניג הודעות, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם האט נישט גענוצט זייער אייגענע ניקס, ווייל מען האט גערעדט פרעזענליגע זאכן וואו באקאנט. און זייער אסאך ניקס האבן געוויסט איינער פונעם צווייטען סאוי במילא אין התאחדות האט מען גענוצט אנדערע ניקס,
אולי טראכט איך פון אן עצה אז ווען מען ווערט עפראווט און די פריוואטע פארום זאל מען באקומען א נייע ניק וואס זאל זיין געווידמעט נאר פאר די פריוואטע פארום וכו'
smartשרייבעראיך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות

וועט מען דאך ווייטער וויסן ווער איז ווער.
אפשר מיינסטו אז נאר די מנהל?
אוודאי קיינער וועט נישט וויסען אויסער די מנהל - (איי וועסטו פרעגען אז מען שעמט זיך פונעם מנהל אויך - דאס איז שוין אין לדבר סוף) הגם די מנהל עפ"ר ווייסט נישט ווער די ניקס זענען
גם אני מצטרף לדברי סמארט, איך פלעג שרייבען אין התאחדות אין איינמאל האב איך געוואלט אויסשמועסן עפעס א אישו האב איך געשיקט א אישי פאר'ן אחראי אין ער האט מיר מאשר געווען א פרישע ניק
דאס וואס איינער האט פארגעשלאגען אז ס'זאל זיין א פאבליק ניק איז לכאורה נישט ראטזאם ווייל עס וועט ברענגען א צומעניש ווען איינער וועט אויך וועלן קאמענטירען נישט מיט זיין געהעריגע ניק
אורחדאס וואס איינער האט פארגעשלאגען אז ס'זאל זיין א פאבליק ניק איז לכאורה נישט ראטזאם ווייל עס וועט ברענגען א צומעניש ווען איינער וועט אויך וועלן קאמענטירען נישט מיט זיין געהעריגע ניק
גערעכט - א ריכטיגע נקודה
smartשרייבעראיך וויל צולייגן נאך א נקודה בנוגע נישט ארייננעמען נאר איינעם מיט 75 הודעות
צומאל קענען זיך שרייבערס צווישן זיך, און איינער וויל אויפברענגן א האקעלע נושא וואס ער איז נישט באקוועם אז יענער זאל וויסן אז ער האט געשריבן, גייט ער און עפנט א נייע ניק, נו אויב קען ער אבער נישט שרייבן ביז 75 תגובות וועט אים פארגיין דער אפעטיט
איך האלט אז דאס איז א שטיקעל אישאו ווי איך געדענק פון אייוועלט איז אין התאחדות אברכים געווען זייער זייער אסאך ניקס מיט ווייניג הודעות, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם האט נישט גענוצט זייער אייגענע ניקס, ווייל מען האט גערעדט פרעזענליגע זאכן וואו באקאנט. און זייער אסאך ניקס האבן געוויסט איינער פונעם צווייטען סאוי במילא אין התאחדות האט מען גענוצט אנדערע ניקס,
אולי טראכט איך פון אן עצה אז ווען מען ווערט עפראווט און די פריוואטע פארום זאל מען באקומען א נייע ניק וואס זאל זיין געווידמעט נאר פאר די פריוואטע פארום וכו'
דאס איז גאנץ א פיינער געדאנק און וועט לייכטער מאכן צי זען אויב דער באטרעפענדער האט געשריבן 4 מאל אין 2 וואכן.
גייט זיך שוין נעקסטע וואך עפנען די פריוואטע פורם????
וואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?
אלבערטוואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?
נישט באהאלטענעם פארום נאר פריוואטער פארום
אלבערטוואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?
מסתמא ווארט מען ביז דו וועסט אנקומען צו די נויטיגע צאל תגובות. 😉
שמואל הלויאלבערטוואס טוט זיך מיטן באהאלטענעם פארום?
מסתמא ווארט מען ביז דו וועסט אנקומען צו די נויטיגע צאל תגובות. 😉
מר' אלבערט נעם דיך שרייבען אין גרויסען
נו, עטס האלטס דאך שוין ביים סכום, אפשר זאגט איר צי עס איז שוין אפען פאר ענק.
ביי מיר נאכנישט.
זאל איך עינק אונרייצען?????? ניין איך גיי נישט. אשפג............
נו, גם אני עומד ומצפה
שרייבערנו, גם אני עומד ומצפה
עס איז א שאד צו שטיין דיין פיס קען נאך וויי טין זעטס דיך אראפ מאך א קאווע.............
אזוי ווי מ'האט געבעטן דא אריינצושרייבן, ווער ס'וויל זיך איינשרייבן, שרייב איך עס דא
איך וויל
ווי זענען די אפלאקאציעס?
מיינע קאמענטארן פארן פארום, וועל איך שרייבן דארט אי"ה
עפעס הויך באשפריצטע נייעס קומט אריין פון באריסטא פון צוויי נייע פארום'ס, ווי אויך א דאנק פאר שמואל הלוי,
ני, וואס האט איר געהערט דערפון ?
און דא הייבט זיך אן די פראבלעם. מיין בעל הבית האט געבלאקט קאווע שטיבל ביי די ארבעט איבערדעם קען איך שוין נישט וויזיטן פון דארט.
מילא וועל איך האבן ווייניגער תגובות, וועט נעמען לענגער אנצוקומען צו 75 און ס'וועט זיין שווערער פאר מיר צו שרייבן פיר תגובות פער חודש דארט ווען איך וועל שוין יא זיין דארט.
איינער האט עפעס אן עצה?