☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #4700

אשכול אן א טיטל #4700

157 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4700
בלאט: 1 2 3 4

— » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 5:51 pm

· #148290

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

יאיר » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 5:52 pm

· #148291
איך בין טראגעדיג.

שאולדיספריםפאקער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 5:52 pm

· #148293
עס איז א נדחה

יידל » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:04 pm

· #148306
דאס לעבן זייגט מיר אויס, האב איך דעם היתר פון מינקת.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:06 pm

· #148308
איך געמאכט א נדר אז איך גיי נישט פאסטען צוויי מאל אין צען טעג, סאו אדער היינט אדער יום הכיפורים.

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:06 pm

· #148310
שאולדיספריםפאקער
עס איז א נדחה

כל זמן ער איז נישט א נפל בין איך רוהיג.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:07 pm

· #148311
קאווע טרינקער
איך געמאכט א נדר אז איך גיי נישט פאסטען צוויי מאל אין צען טעג, סאו אדער היינט אדער יום הכיפורים.

דערפאר מאכט מען התרת נדרים אין די טעג..

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:07 pm

· #148312
ווען איך פאסט שרייב איך שטותים אויף קאווע שטיבל, אפשר איז ענדערש אויסצופאסטען?

לעיקוואד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:08 pm

· #148313
ביי 'אונז' האט מען זיך געפירט מיקל זיין אין צום גדליה.

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:10 pm

· #148316
ס'איז זונטאג, די ווייב וויל איך זאל זיין א פרוי, דהיינו קלינען, בעביסיטינג, שהאפינג וכו. נא פארוואס מעג איך נאר זיין א דריי פערטעל א פרוי?

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:12 pm

· #148317
די וואס האבן צוויי ניקס איז גענוג אז זיי פאסטן א האלבען טאג.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:27 pm

· #148331
זר זהב
קאווע טרינקער
איך געמאכט א נדר אז איך גיי נישט פאסטען צוויי מאל אין צען טעג, סאו אדער היינט אדער יום הכיפורים.

דערפאר מאכט מען התרת נדרים אין די טעג..

מיט התרת נדרים אויף קאווע שטיבל איז מען נישט מתיר די סארט נדרים.

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:51 pm

· #148347
לעיקוואד
ווען איך פאסט שרייב איך שטותים אויף קאווע שטיבל, אפשר איז ענדערש אויסצופאסטען?

לא אכילנא בישרא דתורא (ערגעץ אין בבא קמא).

נצבד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:56 pm

· #148353
געהערט אמאל פון א זיס הינגעריג יודל,א טוץ מיט טענות נאך וואס ער ברויך פאסטען,ג'געדענק נאר יעצט אויף די מינוט, געציילטע דערפון.

וואס העלפט דאס גדלי'ן אז איך פאסט?
גדלי' וואלט שוין היינט צוטאגס ממילא שוין נישט געלעבט.
איך בין א קליין דארטשיק יודל,וואס וואלט איך אים ווען געקענט דאן העלפען?
גדלי' וואלט ווען אויך געפאסט ווען מהארגעט ווען מיך?

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 7:06 pm

· #148355
ס'איז טאקע א פלא ערענסט גערעדט, גדלי' האט געברענגט אויף זיך זיין אייגענע מיתה מיט די מיתה פון נאך אסאך אידן דורך א טעות אין הלכה. (עיין ירמיהו פרק מ' מיט די מפרשים)

ידען » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 7:12 pm

· #148358
איך פפאסט נאך. איך ווייס נישט פארוואס

גנדי » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 7:15 pm

· #148361
איך בין הונגעריג ווי א רויטען בער!

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 7:22 pm

· #148364
דער וואס פאסט נישט וועט זיך נישט אנרופן, אויב האט ער אביסלע ערענסטקייט. ווייל אפילו דער וואס האט א היתר אדער פיהלט סתם אזוי אז ער קענישט פאסטן (אן א היתר) טוט עס אויך נאר בצינעה. איז א שאד דאס ווארטן אז מ'זאל זיך אנרופן

הוגה » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 8:43 pm

· #148391
איך ווייס נישט ווער עס האט געפאסט און ווער נישט. איין זאך איז זיכער, אלע האבן יעצט אויסגעפאסט... 😃

ידען » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 9:00 pm

· #148395
אינגעלע האסט געפאסט היינט?

נעבעך די רויטע אינגעל איז אנטלאפען מיט בושות.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 9:35 pm

· #148411
איך אויך. פיין מיט א פינטעל אין די פ

קלוג און יונג » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:03 am

· #190648
תנו רבנן בתענית אסתר אסור לקנות סעודה לפועלים נכרים. פועלים נכרים אמאי לא כנוס את כל היהודים כתיב? אמר רב ספרא חסורי מחסרי והכי קתני מי שיש לו פועלים נכרים מותר לקנות להם סעודה בתענית אסתר מי שאין לו אסור לקנות סעודה לפועלים נכרים. אין לו פועלים נכרים פשיטא? מהו דתימה כיון דבשעת קנין מפיק אדעתיה דלפועל נכרי הוא לא חיישינן שמא יאכל הוא קא משמע לן דאסור. ורמינהו, אמר ר' נחמן אני הייתי במושי'ס פלעיס וראיתי כחמשה כעשר אברכים שקונים סעודה לפועלים נכרים ויודע אני בהם שאין להם מסחר כלל וקראתי עליהם ועמך כולם צדיקים אלו אברכים שקונים סעודות בתענית לפועלים נכרים ואוכלים אותם כלאחר יד? אמר רבא ההוא ללימוד זכות הוא. רב פפא אמר ההוא בתענית נדחה הוא. ובתענית נדחה מי שרי והאמר ר' זירא תענית נדחה הרי הוא כתענית לכל דבר? אמר רב פפא כיון דאדחה אדחי. רב חסדא אמר כיון דנדחה בתענית זו נדחה בכל תענית וכיון דאדחי בשנה זו נדחה לעולם.
רש''י נדחה לעולם: ושרי לאכול בכל תענית אם הוא אומר שקונה לפועל נכרי

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 14, 2014 10:30 am

· #190692
מ'פירט זיך אז פאר'ן גוי קויפט מען נאר א מזונות ראלל, נישט המוציא. איי דער גוי דארף זיך דאך נישט וואשן פאר המוציא? אבער ס'שטייט דאך א בפרוש'ע מעשה רב אין פרק "הפועלים", מעשה ברבי יוחנן בן מתיא שאמר לבנו, צא שכר לנו פועלים. הלך ופסק להם מזונות.

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:13 pm

· #190704
גוט, גוט.......

פארוואס? » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:21 pm

· #190706
זר זהב
איך אויך. פיין מיט א פינטעל אין די פ

און ווייל עס פאסט נישט אנדערש, מיט א פינטל אין די פ

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 2:07 pm

· #211856
נאך 7-א-האלב שעה צו גיין (אין ניו יארק).....

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יולי 15, 2014 2:14 pm

· #211859
ניין... די סיבה איז ווייל איך עס

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 15, 2014 2:15 pm

· #211861
ציבעלע קוגל אויף א ליידיגע מאגן?

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 3:57 pm

· #211904
כ'האב געשיקט א אישי פאר עמעזאן, כ'טראכט כ'זאל עס מפרסם זיין לצורך הציבור,

ב"ה היינט פאסט איך גרינג,
פאריאר שבעה עשר האב איך געפילט שרעקליך שוואך מיט קאפ ווייטאג צום שטארבן, כ'האב געקלינגען מיין רב און האט מיר מתיר געווען נאך חצות,
כ'טראכט אז מען דארף נישט קאלן יעדן יאר באזונדער, א אויספאסטן היתר האט נישט קיין עקספיירעישאן דעיט ווי בירט קאנטראל... אויב שפירסטו ממש שוואך, באקום איינמאל א היתר פון א דיין, און דערנאך קענסטו עס אוועקלייגן אין ווינער רב'ס לעדל און נוצן לעת הצורך 😂 😂

משבק » דינסטאג יולי 15, 2014 3:59 pm

· #211906
שבעה עשר איז ביי מיר די שווערסטע תענית

קושקע » דינסטאג יולי 15, 2014 4:04 pm

· #211909
איך פאסט ב"ה זייער גוט, נאר איך בין פשוט זייער זייער הינגעריג, און נישט אין די בעסטע גיסטע, איך בין גרייט צו איינשלינגען די וועלט, איז דא א היתר פאר אזא פראבלעם, סיי וועלכער לעדל איז ביי מיר גוט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 15, 2014 4:15 pm

· #211911
קבלני מרבותי אז ס'איז ענדערש אויפצועסן א שטיקל קעיק ווי אויף צועסן די ווייב מיט די קינדער.

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 15, 2014 5:30 pm

· #211942
דער עולם איז דא אזוי הינגעריג, און די גאנצע פאסטעראציע איז לעול ולמשא....

לאמיר עס אנקיקן מיט אביסל מער א רעליווענטאן בליק...

עס איז אצינד שנת ג' אלפים ת''ח, און מיר געפינען זיך אין א הערליכען לאנד, ממש א ארץ זבת חלב ודבש, יעדער פארמאגט פעלדער און וויינגערטנער, א שטאל פול מיט בהמות, עבדים ושפחות לרחצה, דער לאנד געפינט זיך אינעם סאמען מיטל מזרח, עס איז דער הארטץ און דער צענטער פון די וועלט, ממש ביים ברעג פונעם מיטלענדישער ים, די אקאנאמי בליט אויפן שענטסטן פארנעם, און עס זעט זיך ניטאמאל א וואלקענדל אויפן ברייטן האריזאנט, בקיצור ממש א גן עדן התחתון.

אויפן רוחניות'דיגען פעלד איז ב''ה אויך פארהאן ערענסטע פארשריט, דער גרויזאמער הודרוס המלך האט אקארושט איבער געבויעט דעם בית המקדש וואס די עולי בבל האבן געבויעט, און דער בנין איז ממש א פראכט, א כליל יופי, עס איז אונגאצען איבערגעדעקט מיט הערליכע ווייסע - בלויע טיערע מארמאר שטיינער, און ווען די זון שיינט ארויף אויף דעם בנין, זעט עס ממש אויס וואו די רוישיגע כוואליעס פונעם דערנעבנדיגען שטורמישען ים הגדול, שיינע הערליכע גאלדענע טירן, דער פראכטפולער שער הנקנור וואס איז פלאצירט אויף די מזרח זייט פונעם ריזען גרויסן הויף פונעם בנין, שטייט מיט איר פולע פראכט.

דער גערויש און א געטימל וואס טיט זיך דארט אין בית המקדש פארטייבט דאך די אויערן, די געשרייען פון די שניי-ווייסע אנגעטונע כהנים הילכעט אפ אונעם גאנצען ארום, איינער שרייט: ברענג אהער א רביעית ההין פון פיינע רויטע וויין, ווייל עפעס א אידעל האט זיך געדאכט אז ער האט עפעס געטאן אן עבירה בשוגג, האט ער געברענגט א שיינעם פעלער-רייינעם שעפסעל פאר א חטאת, און מען דארף האבן נסכים, א צווייטער כהן שרייט אז מען האט פארגעסן ארויף צו לייגען א פארציע פונעם פיינעם פרושע ווארעך אויף די קרבן מנחה, וואס עפעס א ארים אידל האט געברענגט, א דריטער כהן שטייט מיט א פאלקע אין די הענט, און א זייגער און די צווייטע הענד, און עס גיסט זיך פון אים שווייס, ער איז אנגעצויגן ווייל ער דארף כאפן די שקיעה אז די פלייש זאל נישט ווערן נותר. א פערטער כהן לויפט מיט א ווילדן גאלאפ צום גרויסען ריזן מזבח, או שלעפט זיך ארויף מיט א שיסל באזאלצענע פעטענ'ס וואס ער מיז שוין איצט פאר עס ווערט נאך נאכט דעמפן אויפן מזבח.

איי איי איי דער פיינער גרוך וואס עס שפירט זיך אין די לופט, עס צוגייט דאך ממש אין אלע ביינער... די געשמאקע קטורת וואס דער כהן וואס איז שוין פארזיכערט מיט עשירות, האט אקורשט געדעמפט אויפן גאלדענעם מזבח, פארשפרייט איר געשמאקע איינגענעמענעם גרוך און פילט אן דעם גאנצען אטמוספערע, שמעון ריפט זיך אן פאר יוסי, א שאד אז מען שמייסט נישט ארין א ביסל האניג אין די קטורת... נאר וואס קען מען טאן שהתורה אמרה....

אט הערט מען שוין א הערליכע געזאנג באגלייט מיט צימבלען אין פויקן, די לווים פארגייען זיך אין א הערליך געזאנג, זייערע הערליכע און זיסע שטימעס פאראורזאכט אז מען זאל ממש אויסגיין פאר נעימות.

שא! דער קעגיג גייט! אגריפס המלך איז אקורשט אנגעקימען אין בית המקדש מיט זיין קארב בכורים אויף די פלייצע אונגאנצען פארשוויצט, און דער כהן כאפט אן זיינע הענט אונאיינעם מיטן קארב, און פראוועט נענועים, מוליך, מביא, מעלה, מטה....

פון די אנדערע זייט איז דאס מצב אביסל אנגעצויגען אויך, דא איז א כהן טמא געווארן, און יעדער שמיעסט אז יא! עפעס האט פאסירט אין מיטן שלאפן..... ער שפאצירט ארויס פון בית המקדש מיט בישות און חרפות, שווער צו גלייבן אז עס וועט נאכאמאל פאסירן.....

א ביסל ווייטער שטייט א כהן און באהאנדלט א פרוי וואס מען האט געכאפט ביי די מעשה.... זי שטייט נעבאך מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, און שיסל מאכל בהמה אין די הענט, און זי ווארט בכליון עניים אז דער כהן זאל שוין ענדליך ענדיגען נאך שרייבן די פרשת סוטה פונעם שפאגל-נייעם גאלדענע טבלא וואס הילני המלכה האט אקורושט מנדב געווען פארן בית המקדש....או די בישות איז דאך איום ונורא.....

ממש אין הויף דארט אויפן הר הבית זיצט דאס העכסטע גריכט אין לאנד, דער סופרים קארט, וואו עס זיצען 71 אלטע לייט, פון די סאמע גרעסטע יורעסטריקטן אין לאנד, מיט זייער פאטריאכישע צירות, און יא! און מען גיבט ארויס פסקים, דעם גייט מען הענגען, אים גייט מען נאר פארברענען, א דריטער גייט סתם אזוי אריין כאפט 39 גיטע שמוץ, דער געשלאגענער האפט כאטש אז ער וועט איינמאכן אונמיטן כאפן די שמיץ אזוי ארום וועט ער זיך ראטעווען פון די איבריגע שמיץ.

דא שטייט רבי יוחנן בן זכאי און לערענט פאר א שיעור פאר טויזענטער צוהערער, וואס טרעפן שוץ פון די ברענעדיגע זון פונעם שאטן פונעם היכל.

בקיצור דאס איז א לייף סטייל וואס מיר קענען זיך עס ניטאמאל געהעריג אויסמשל'ן....

אבער אויפן זיכערהייטס פראנט איז די מצב נישט אזוי איי איי איי...

אין לאנד שלאגט מען זיך און מען רייסט זיך צוישען זיך, די פארטייען אין לאנד וואקסען ארויס וואו שוואמען נאך א רעגן, דער איז פון די פרושים, דער איז פון די צדוקים, ער איז פון די סיקריקים, בקיצור אין אלע מיקוואות און אין די בתי מדרשים רייסט מען זיך ביי בערד, איינער שרייט יא ניסוך המים, א צווייטער שרייט נישט ניסוך המים, איינער שרייט אז דער כהן וואס מאכט די פרה אדומה מיז זיין טהור, א צווייטער שרייט ניין! ער מעג אפי' זיין א טבול יום, די יודע דבר ווייסן צו פארציילן אז דער הויפט פון די פרושים רבי יוחנן דער זון פון זכאי האט זיך אמאל צוגעדאכט אז דער כהן וואס מאכט די פרה אדומה איז טהור, האט ער אים גאר אראפגעביסן די אויער... בקיצור ראדני סטריט בתפאארתה....

און פון דרויסן פון די 3 מעכטיגע מויערען וואס שיצן די שטאט, שטייט דער מעכטיגער מיליטער פון דעם לעגענדארען רוימישער גענעראל טיטוס, דער זון פונעם מעכטיגען רוימישען קיסר אספיונוס, און ער דראהט יעדע מינוט אריין צו שטורמען אין די שטאט, און פארברענען דעם פראכט פונעם פאלק דעם הייליגן בית המקדש.

אמת טאקע אז די העלדישע אידישע קעמפער שטעלן טאקע א העלדישער ווידערשטאנט, און שלאגן אפ די רוימישע אריינדרינגער ביזדערוויל נאך מיט סוקסעס, אבער די מלחמה גייט אן מיט איר פולן שטארקייט, די בארימטע אידישע סאלדאטען, אונטער די געניטע אנפירערשאפט מיט די אויסגעצייכענטע בראווע אידישע גענעראלן, יוחנן פון גוש חלב, אלעזר בן עננו הכהן, שמעון בן גיורא, אבא סיקרא, און נאך און נאך..

אבער ווי לאנג וועלן זיי נאך קענען אנציען? עס איז נישט דא קיין עסן, קיין טרינקן, גארנישט! די ריזען שפייז מאגאזינען וואס די שטאטישע מאגאנעטן האבן צוגעגרייט פאר די איינוואוינער, איז שוין פארברענט געווארן צילוב די אינערליכע ראבערייען פון די פארטייען...

דער מצב איז גארנישט אזוי פויגל'דיג,

או דער טאג איז אנגעקימען..... דעם הינטיגען טאג.... יום גבר האויב ותבקע העיר, די ציושטע רוימישע סאלדאטען האבן דירך געבראכען די לעצטע פארטיידיגס ליניע, און זיך אריין געריסן און די שטאט, און זיך גענימען הארגענען אויף רעכט'ס און לינק'ס, די גאצע כעס וואס האט זיך אנגעזאמעלט אין זיי במשך פון די 3 יעריגען באלאגערינג, האבן זיי אצינד אויסגעגאסן אויף די קעפ פון די יהודה איינוואוינער, זיי האבן געפלינדערט און גערויבט, מאנס געווען נשים ובתולות אויף א מאסענשטראבליכן פארנעם...

דאס ביטערע וויי געשריי און די געיאמער פון די בני ציון היקרים המסולאים בפז. האט זיך געהערט אויף מיילן ווייט, אדש די מלאכים האבן מיט געוויינט, די צרות וואס די טייערע אידען האבן געליטן די 3 וואכן ביז טיטוס האט פארברענט דאס בית המקדש איז דאך ממש אומבאגרייפליך..... אנשי יהודה האבן אלעס פארלוירן, זייער שטאלץ, רייכטום, ווייבער, קינדער, פעלדער, הייזער, זעלבסשטענדיקייט אלעס האבן זיי פארלוירן.

מען האט זיי געפירט אויף רוים געשמידט אין אייזענע קיייטן, און פארקויפט פאר קנעכט, און זיי געצווינגען זיך צו שלאגן מיט לייבן אין בערן מיט די בלויזע הענט, די אידישע פרויען האט מען אריין געשטעלט אין די בתי זונות מט געוואלד....

זאג איר זענט נאך הינגעריג??????????????

מ גפני » דינסטאג יולי 15, 2014 5:43 pm

· #211947
וואו!! הערליך, כ'זעה דער עולם פאסט/שלאפט אינגרויסען, קיינער לייקט נישט דעם הערליכן ארטיקל

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 5:49 pm

· #211950
קאך_לעפל
דער גערויש און געטימל וואס טיט זיך דארט אין בית המקדש פארטייבט דאך די אויערן, די געשרייען פון די שניי-ווייסע אנגעטונע כהנים הילכעט אפ אונעם גאנצען ארום, איינער שרייט: ברענג אהער א רביעית ההין פון פיינע רויטע וויין, ווייל עפעס א אידעל האט זיך געדאכט אז ער האט עפעס געטאן אן עבירה בשוגג,

א כהן שטייט מיט א פאלקע אין די הענט, און א זייגער און די צווייטע הענד, און עס גיסט זיך פון אים שווייס, ער איז אנגעצויגן ווייל ער דארף כאפן די שקיעה אז די פלייש זאל נישט ווערן נותר. א פערטער כהן לויפט מיט א ווילדן גאלאפ צום גרויסען ריזן מזבח, או שלעפט זיך ארויף מיט א שיסל באזאלצענע פעטענ'ס וואס ער מיז שוין איצט פאר עס ווערט נאך נאכט דעמפן אויפן מזבח.

פון די אנדערע זייט איז דאס מצב אביסל אנגעצויגען אויך, דא איז א כהן טמא געווארן, און יעדער שמיעסט אז יא! עפעס האט פאסירט אין מיטן שלאפן..... ער שפאצירט ארויס פון בית המקדש מיט בישות און חרפות, שווער צו גלייבן אז עס וועט נאכאמאל פאסירן.....

א ביסל ווייטער שטייט א כהן און באהאנדלט א פרוי וואס מען האט געכאפט ביי די מעשה.... זי שטייט נעבאך מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, און שיסל מאכל בהמה אין די הענט, און זי ווארט בכליון עניים אז דער כהן זאל שוין ענדליך ענדיגען נאך שרייבן די פרשת סוטה פונעם שפאגל-נייעם גאלדענע טבלא וואס הילני המלכה האט אקורושט מנדב געווען פארן בית המקדש....און די בושות איז דאך איום ונורא.....

ממש אין הויף דארט אויפן הר הבית זיצט דאס העכסטע גריכט אין לאנד, דער סופרים קארט, וואו עס זיצען 71 אלטע לייט, פון די סאמע גרעסטע יורעסטריקטן אין לאנד, מיט זייער פאטריאכישע צירות, און יא! און מען גיבט ארויס פסקים, דעם גייט מען הענגען, אים גייט מען נאר פארברענען, א דריטער גייט סתם אזוי אריין כאפט 39 גיטע שמוץ, דער געשלאגענער האפט כאטש אז ער וועט איינמאכן אונמיטן כאפן די שמיץ אזוי ארום וועט ער זיך ראטעווען פון די איבריגע שמיץ.

זאג איר זענט נאך הינגעריג????????????


די פאר אומבא'טעמ'טע זאצן האט אביסל אפגע'הרג'עט דעם זיסן בילד, און נאר צוליב דעם בין איך ליידער געבליבן הונגעריג!!

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 15, 2014 6:36 pm

· #211960
חולה שאין בו סכנה פטור מלהתענות, נו וואס מיינט דאס חולה שאין בו סכנה? וואס מאכט א מענטש א חולה? עני מצב וואס מאכט א מענטש זאל נישט קענען אנגיין מיטן טאג טעגליכן שיגרה הייסט א חולי.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 7:01 pm

· #211967
בלויז דער נאמען "קאך לעפל" מאכט מיר הונגעריג ביז גאר. וואס איז דען די אויפגאבע פון א קאך לעפל? אויב נישט מישן אין די טעפ בשעת די רייצענדע מאכלים קאכן און באקן...

קאך_לעפל » דינסטאג יולי 15, 2014 7:05 pm

· #211969
שמעקעדיג
בלויז דער נאמען "קאך לעפל" מאכט מיר הונגעריג ביז גאר. וואס איז דען די אויפגאבע פון א קאך לעפל? אויב נישט מישן אין די טעפ בשעת די רייצענדע מאכלים קאכן און באקן...


ווען דער קאך לעפל מישט דעם טאפ, בשעת די רייצענדע מאכלים פרעגלען זיך, ווער די גאנצע סביבה "שמעקעדיג"

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 7:06 pm

· #211970
מיט א "קאך_לעפל" וואס מאכט "שמעקעדיג", עפטער אלל פאסט מען אויס אויף א גלעזל "יין שרף"...

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 15, 2014 7:12 pm

· #211973
פאר מ'שלויכט אראפ די יין שרף, הייבט מען קודם אויף די באסיווע וואנצעס.

יין שרף » דינסטאג יולי 15, 2014 7:13 pm

· #211974
נעה נישט יעדער... ס'דא וואס האבן ליב עס אפצולעקן נאכן שלויך אראפ...

פלעין יודיש » דינסטאג יולי 15, 2014 7:14 pm

· #211976
פלעין יודיש גערעדט האט מען דא געהעריג פארדרייט א אשכול

רויטע וואנצעס » דינסטאג יולי 15, 2014 7:19 pm

· #211977
ווען מ'פאסט קען מ'נישט האלטן קאפ.

צוריק צום נושא פלעין יודיש איז עס געווען א פלעין יאגערט אין ווייבער שול?

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:59 am

· #212316
רויטע וואנצעס
ציבעלע קוגל אויף א ליידיגע מאגן?


וואס קאן מען טוהן? ווען מען קומט און מיינע יאר'ן מוז נעבעך אויף א ליידיגען מאגן אויך.

אפטעמיסט » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 7:53 pm

· #215564
<a class="postlink" href="http://vote.pollcode.com/37867556">http://vote.pollcode.com/37867556</a>

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:48 pm

· #225964
אז צום גדלי' איז א נדחה, איז מען מער מקיל?

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:00 pm

· #225968
דער אמת איז אז עס איז צוויי מאל נדחה, דער גדליהו איז גע'הרג'ט געווארען אום ראש השנה, האט מען מדחה געוועהן דעם תענית צו ג' תשרי, היי יאר צוליב שבת האט מען עס נאך מער מדחה געוועהן צו ד' תשרי.

דער גאנצע גדליהו בן אחיקם פרשה איז א תמי', ווייל ווי נישט ווי איז ער דאך געוועהן א רעבעל.

petergrifin » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:04 pm

· #225971
שמעקעדיג
אז צום גדלי' איז א נדחה, איז מען מער מקיל?


ביז מען גײט דיך ענטפערן גײט שוין זײן ר״ת׳ס. 😃 בערך װי די שטאט הײסט דיך צונעמען די סוכה ביז אכט טעג.

פארוואס? » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:31 pm

· #226034
האט מיר געזאגט א גוטער ייד, ער פאסט היינט נישט פאר דריי סיבות:
1). אויב וואלט מען ווען נישט געהרגעט גדליה׳ן, וואלט ער דען נאך היינט געלעבט?!
2). אויב וואלט מען מיר געהארגעט, וואלט גדליה געפאסט?
3). אויב איך פאסט נישט יוהכ״פ, פארוואס זאל איך היינט פאסטן?

לעמיל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:34 pm

· #226036
פארוואס?
האט מיר געזאגט א גוטער ייד
3). אויב איך פאסט נישט יוהכ״פ, פארוואס זאל איך היינט פאסטן?

ווי גיט איז אזא איד?
בלאט: 1 2 3 4