סמאכט נישט קיין סענס די גאנצע פאסטןֽ איך זעה נישט איינער זאל ווערן מער נתעורר, אויבּ עפּעס פארקערט.אמה"א
אשכול אן א טיטל #4700
157 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4700
danסמאכט נישט קיין סענס די גאנצע פאסטןֽ איך זעה נישט איינער זאל ווערן מער נתעורר, אויבּ עפּעס פארקערט.אמה"א
זאג, דו בוזט ביי די קלארע געדאנקן?
היינט האלט מען אן די מסורה און מ'גייט אריין אין דאנקין דאנאטס קויפן פרישטאג פארן גוי'אישן ארבעטער.......
רביה''ק זי''עפארדעם האט די רבי נישט געהאלטן מזאל פארן אויף ארץ ישראלמיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
ווייל דער רבי האט געוואלט מ'זאל דוקא יא פאסטן אין דער וועלט אריין? הייסט עס אז ער איז סתם אזוי געווען א שלעכטע מענטש וואס האט געזוכט צו פייניגן מענטשן? אויב ס'איז טאקע אזויווי דו זאגסט איז דאך אפגערעדט אז ס'האט נישט קיין שום זין צו פאסטן.
אגב בין איך נישט ממש אליינס געווען אין ירושלים, כ'האב נאר נאכגעהערט פון מיין גויאישע ארבעטארער וואס איך האב געקויפט פאר איהם די לאנטש היינט. 😂
אגב בין איך נישט ממש אליינס געווען אין ירושלים, כ'האב נאר נאכגעהערט פון מיין גויאישע ארבעטארער וואס איך האב געקויפט פאר איהם די לאנטש היינט. 😂
רביה''ק זי''עלחיים רבי.. אבער תשעה באב מאך זיכער צו פאסטען, א בית המקדש איז נאך נישט דא..מיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
מרעדט אזוי פון פאסטן דערמאנט זיך מיר א מעשה.
אלס אינג בחורל האמיר אמאל געהערט פון אן אלטן פוקר אז ער האלט זילטש חוץ תעניתים, נאכן פרעגן פשר הדברים טערמיר פארציילט אז לערנדיג אין בעלזא ביי רבי ישכר דוב זצוק"ל איז איין תענות דענק איך נישט וועכע איז דער גאנצער עולם דורך געגאנגען און יעדער האט אנגעגעבן א סיבה פארוואס ער קען נישט פאסטן, איינער געזאגט דע ארטש אין דע שיך טוט אים וויי וכו' און דער רב האט געזאגט אויספאסטן, געקומען איז זיין רייע טער געזאגט אז ער האט קאפ וויי, האט אים דער רב גענטפערט, איך אויך וואס זאל מיר טון און אים נישט געלאזט אויס פאסטן, זאגט ער סדורך א האולעקאוסט איך האלט נישט גארנישט חוץ דאס, קוקט אויס סהאט עפעס א חאשיבעת אין הימעל... גיי פארשטיי...

אמת וצדקאבער תשעה באב מאך זיכער צו פאסטען, א בית המקדש איז נאך נישט דא..
גראדע האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געגעסן אום תשעה באב, עמיר זעהן וואס ס'וועט זיין היי יאר. הגם ס'איז שטארק ייתכן אז ווען אונז וואלט באמת געוואלט האבן א בית המקדש וואלט מען עס געקענט ערלעדיגן, נאר וואס דען, ס'אינטערעסירט אונז נישט קיין סאך און די פאר מאמינים וועם ס'אינטערעסירט יא האבן נישט די פאליטישע השפעה עס צו ערלעדיגן, איז פארוואס פאסטן און קלאגן אויף עפעס וואס אינטערעסירט אונז נישט? אפשר זאל מען באקלאגן יאשקע'ס טויט אויך? און דאס וואס געוויסע ווילן צו מיר טענה'ן אז מ'פאסט נישט אויף דעם גשמיות'דיגן געביידע נאר אויפ'ן השראת השכינה איז פשוט נישט אמת ווייל אינעם צווייטן בית המקדש איז נישט געווען קיין השראת השכינה, אפילו די נסים וואס פלעגן זיין אין בית המקדש האבן זיך אויפגעהערט פערציג יאר פאר'ן חורבן און ס'שטייט נישט אז מ'האט געפאסט דערוועגן.
לאו דוקא, אידן ווילן יא דעם בית המקדש נאר זיי זענען נתחנך געווארן אז דאס מוז אראפקומען פון הימל - בנוי ומשוכלל מן השמים, זיי ווייסן ניטאמאל אז עס זענען דא חולקים אויף דעם שיטה, גיי זאג זיי אז מכון המקדש האט שוין גרייט אלע כלים און בגדים זיי ווארטען נאר אויף רשות פונעם איזראעלי כנסת עס אויפצובויען..
אמת וצדקלאו דוקא, אידן ווילן יא דעם בית המקדש נאר זיי זענען נתחנך געווארן אז דאס מוז אראפקומען פון הימל - בנוי ומשוכלל מן השמים, זיי ווייסן ניטאמאל אז עס זענען דא חולקים אויף דעם שיטה
וואס הייסט זיי ווייסן נישט? ס'דאך א בפירוש'ע רמב"ם! אזויפיל וואלט מען נאך געמעגט וואוסן. אינגעלייט קענען פארהערן זיך גאנצעטע מסכתות, מ'זאגט נאך פון אויסענווייניג שטיקער סתירות הרמב"ם מיט ר' חייםס און חזון איש נאר צו דעם איז מען נאכנישט אנגעקומען? קאט די קרעפ. מ'גלייבט נישט, ס'אינטערעסירט נישט, און מ'לאכט זיך אויס. אפילו נאר מקריב זיין דעם קרבן פסח האבן די רבנים נישט געוואלט העלפן יעדער מיט אן אנדערן תירוץ, דעם אמת אז פארברענען בהמה פלייש אינטערעסירט זיי זייער ווייניג האבן זיי מורא געהאט צו זאגן האבן זיי אפירגעקראצט נארישע תירוצים יעדער אויף זיין מהלך. קען זיין אז פאר די פרויען און אמעראצים איז עס א גוטע לימוד זכות, אבער די תלמידי חכמים, רבנים, און אזויגערופענע בני עלייה וואלטן געמעגט וואוסן בעסער פון דעם, הֱוֵי זָהִיר בְּתַלְמוּד, שֶׁשִּׁגְגַת תַּלְמוּד עוֹלָה זָדוֹן.
כהאב אמאל געטראכט בדרך צחות. יעדע אפטיילונג ביי כלל ישראל, פארמאגט דאך זייער אייגנע דיסקריפשין ווי אזוי משיח וועט ודאי אויסזען. ביים חבדסקן איז עס דאך דער רבין אליין, און ביים סטמרן איז עס א יגן עלינו יוד וועלכע ווייזט מיטן פינגער. ביים מזרחיסט איז עס א כהן ממשפחת קוק, און דער שך'ניק ווייסט ניטאמאל וואס ער וויל, אבער אבי נישט דעם אדמו''ר השביעי...
ממילא קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס משיח איז נאכנישט דא... וויבאלד דער רבש''ע זיכט נאך ארים א קאנדידאט וועלכע וועט צופרידן שטעלן אלע... דהיינו: דער ליובאוויטשער וועלכע האט געלערנט אין ראדני, וועלכע ווייזט מיטן פינגער און לערענט פאר אבי העזרי... און אזא איד איז דאך נישט שייך במציאות. און זאל ער זיך וואגן ברענגן איינער וועלכע האט נישט די אלע מעלות, וועט דאך זיין גאנצע חלקים פון כלל ישראל וועלכע וועלן פארלוירן גיין...
וזה ביאור הפנימיות דאהבת ישראל מקרבת הגאולה.

איך טראכט אלץ אז משיח וועט זיין אזא איינער ווי רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ״ל אדער ווי רבי אשר ווייס שליט״א, וואס ביידע פון זיי זענען אנגענומען ביי ממש גאנץ כלל ישראל אלץ חשובע רבנישע פערזענליכקייטען, אונטערסאנט איז אז רבי שלמה זלמן איז געווען א אייניקל פונעם תולדות יעקב יוסף, און א זוהן פון א מקובל און ר״י שער השמים, מצד שני איז ער געווען א ליטווישע גדול, האט ער געהאט ביידע וועלטן פארקערפערט אין זיך, רבי אשר ווייס איז פאר זיך א חסידישע איד, א תלמיד פון קלויזענבורגער רב זצ״ל אבער משום מה איז ער גאר גרויס אין די ליטווישע און מאדערנע וועלט, זיין אקצענט איז אויך א געמישאכטס..
דער רבי דער צמח צדק האָט אַמאָל געזאָגט: דער משיח אויף וועלכן דער עולם וואַרט וועט קיינמאָל ניט קומען, און אויף דעם משיח וואָס וועט יע קומען וואַרט קיינער ניט...
נמחק מחמת אבק כפירה
רביה''ק זי''ע@רביה״ק זי״עמיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
עס פאסט בכלל נישט די ווערטער פון אזא פאסענדער שרייבער און דענקער ווי מע״כ צו שרייבן אזוי.
נישט חלילה אז איך בין מחולק מיט דיר בטיארי (theory) נאר די פאקט אז די קליין סענטענס איז נישט קיין ריאלעטעט אדער דענקער געשרייבעכץ.
אין הכי נמי, אז די חומות זענען שיין צירוק געשטעלט נאך שענער ווי פריער, אבער וואלטן די חומות נישט צובראכן געוואקן וואלט דאך דער ביהמ״ק אויך שענער און בעסער געווען און טאקע דערפאר וויינען מיר און קלאגן אז תבקע העיר, אפי׳ עס איז יעצט שענער און בעסער ווי עס איז געווען.
Sent from my iPhone using Tapatalk
אין די צייטן פון שלמה המלך האט דער אידישער לעבן אין א"י געבליט און געוואקסן, עס האט געשיינט און געשטראלט פון אלע זייטן. אבער, מיר האבן עס פארפאטשקעט און זיך פארשמירט מיט עבירות, ביז צום חרבן הבית. מיר קלאגן דער סוף פון די גאנצע פראצעס, ווען עס איז שוין געווארן irreversible און דער ביהמ"ק איז חרב געווארן.
יא, היינט האט זיך עטוואס געבויט ירושלים, אבער די חרבן איז נאך נישט צוריק געדרייט, עס איז נאך reversible, ווי אויך זענען מיר נישט אין די מצב פון שלמה המלך. אוודאי איידער די חרבן האט מען נאך נישט געקלאגט, ווייל מ'האט געקענט צוריק דריין די זייגער, עס איז נישט דא וואס צו קלאגן. אבער יעצט אז מיר זיצן בארץ הטמאה און האבן נישט די ביהמ"ק, קלאגט מען און וויינט מען ביז עס קומט צוריק די גאנצע זאך, עד זיבולא בתרייתא. מ'איז נישט מוותר אויף קיין ווארט פון אלע נבואות פון די דורות.

גוט ארויסגעברענגט.
כרם זיתכהאב אמאל געטראכט בדרך צחות. יעדע אפטיילונג ביי כלל ישראל, פארמאגט דאך זייער אייגנע דיסקריפשין ווי אזוי משיח וועט ודאי אויסזען. ביים חבדסקן איז עס דאך דער רבין אליין, און ביים סטמרן איז עס א יגן עלינו יוד וועלכע ווייזט מיטן פינגער. ביים מזרחיסט איז עס א כהן ממשפחת קוק, און דער שך'ניק ווייסט ניטאמאל וואס ער וויל, אבער אבי נישט דעם אדמו''ר השביעי...
ממילא קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס משיח איז נאכנישט דא... וויבאלד דער רבש''ע זיכט נאך ארים א קאנדידאט וועלכע וועט צופרידן שטעלן אלע... דהיינו: דער ליובאוויטשער וועלכע האט געלערנט אין ראדני, וועלכע ווייזט מיטן פינגער און לערענט פאר אבי העזרי... און אזא איד איז דאך נישט שייך במציאות. און זאל ער זיך וואגן ברענגן איינער וועלכע האט נישט די אלע מעלות, וועט דאך זיין גאנצע חלקים פון כלל ישראל וועלכע וועלן פארלוירן גיין...
וזה ביאור הפנימיות דאהבת ישראל מקרבת הגאולה.
געהערט אמאל אן ענליכע חקירה, וואס וועט משיח טראגן ווען ער קומט?
א שטריימעל?! וועט דאך דער פייוו טאונס איד זיך נישט פילן אין פלאץ.
א קנייטש הוט? וועט דער ראדני איד זיך פילן פערזענליך געטראפן.. דער העט אונז ווייזן מיט'ן פינגער?! נעעעע...
(קען זיין וועגן דעם פרובירט מען שוין איצט זיך צו אימיוניזירן צו דעי חברה, , ווען אן אומשולודיגער קנייטש היטל טרעגער פאלט אריין פאר א טיש, איז מען איז זיי גאר שיין מקרב. כידוע ליודעים...)
מיט א הויכע הוט? וועט דער בני יואלי זיך רעגן. אין זיין מוח (אויב ער האט איינס) זעהט ער דעם אייזל עקזיטן ביי ווייט עוו. קעגן איבער בנין עסטרייכער, מאכט גראד א רעכטס, און שפאנט ווייטער גראד צו 500 בעדפארד.
א פלאטשיגס? וועט די גאנצע וועלט זיין אנטוישט
בלייבט נאר איבער איין אפציע.....
א קוטשמע
Its in the same category as the platchig hit
גבור חילווארשיינליך רעדסטו פון צום גדלי'אין בעלזא ביי רבי ישכר דוב זצוק"ל איז איין תענות דענק איך נישט וועכע איז דער גאנצער עולם דורך געגאנגען און יעדער האט אנגעגעבן א סיבה פארוואס ער קען נישט פאסטן, איינער געזאגט דע ארטש אין דע שיך טוט אים וויי וכו' און דער רב האט געזאגט אויספאסטן
יהודי פשוטאיז דען דא אזא גרויסער חילוק, עס איז דאך אויך פון די ארבעה צומות וואס חז״ל האבן מתקן געווען?גבור חילווארשיינליך רעדסטו פון צום גדלי'אין בעלזא ביי רבי ישכר דוב זצוק"ל איז איין תענות דענק איך נישט וועכע איז דער גאנצער עולם דורך געגאנגען און יעדער האט אנגעגעבן א סיבה פארוואס ער קען נישט פאסטן, איינער געזאגט דע ארטש אין דע שיך טוט אים וויי וכו' און דער רב האט געזאגט אויספאסטן
Sent from my iPhone using Tapatalk
עס איז גראדע אינטרעסאנט צו באמערקן, אז דער משנה ברורה הייבט אן הלכות תענית אז די תעניתים זענען מתקנות הנביאים. מיר ווייסן אז ווען איז נישט קיין שעת השמד, ווענדן די תעניתים אין רצו. עס זעט אויס פון די גאנצע הלכה אז די תענית איז מדין רצו, נישט מדין נביאים. דער משנה ברורה ברענגט דאס אבער נישט, און איך ווייס נישט פארוואס.
danסמאכט נישט קיין סענס די גאנצע פאסטןֽ איך זעה נישט איינער זאל ווערן מער נתעורר, אויבּ עפּעס פארקערט.אמה"א
איך האלט אז יעדע צען יאר זאלסטו טוישן, דאס וועט זיין די בעסטע.
ליטוואק פון בודאפעסטעס איז גראדע אינטרעסאנט צו באמערקן, אז דער משנה ברורה הייבט אן הלכות תענית אז די תעניתים זענען מתקנות הנביאים. מיר ווייסן אז ווען איז נישט קיין שעת השמד, ווענדן די תעניתים אין רצו. עס זעט אויס פון די גאנצע הלכה אז די תענית איז מדין רצו, נישט מדין נביאים. דער משנה ברורה ברענגט דאס אבער נישט, און איך ווייס נישט פארוואס.
וויפיל איך געדענק ברענגט ער עס יא אנפאנג הלכות תענית, און ער פירט אויס אז היינט אז מען האט שוין מקבל געווען צו פאסטן איז עס שוין א חיוב
ליטוואק פון בודאפעסטעס איז גראדע אינטרעסאנט צו באמערקן, אז דער משנה ברורה הייבט אן הלכות תענית אז די תעניתים זענען מתקנות הנביאים. מיר ווייסן אז ווען איז נישט קיין שעת השמד, ווענדן די תעניתים אין רצו. עס זעט אויס פון די גאנצע הלכה אז די תענית איז מדין רצו, נישט מדין נביאים. דער משנה ברורה ברענגט דאס אבער נישט, און איך ווייס נישט פארוואס.
יא, אין די נעקסטע סימן. און אפילו דא ברענגט ער עס נישט אלס א קולא אדער א נייעם דין, נאר א תירוץ צו א קשיא.
עס זעט אויס אז ביי דער משנה ברורה איז די היינטיגע תענית פונקט ווי ביי די אלטע צייטן, דער רצו האט צוריק געברענגט די תקנת הנביאים
עס זעט אויס אז ביי דער משנה ברורה איז די היינטיגע תענית פונקט ווי ביי די אלטע צייטן, דער רצו האט צוריק געברענגט די תקנת הנביאים
מנחם ציון
געהערט אמאל אן ענליכע חקירה, וואס וועט משיח טראגן ווען ער קומט?
א שטריימעל?! וועט דאך דער פייוו טאונס איד זיך נישט פילן אין פלאץ.
א קנייטש הוט? וועט דער ראדני איד זיך פילן פערזענליך געטראפן.. דער העט אונז ווייזן מיט'ן פינגער?! נעעעע...
(קען זיין וועגן דעם פרובירט מען שוין איצט זיך צו אימיוניזירן צו דעי חברה, , ווען אן אומשולודיגער קנייטש היטל טרעגער פאלט אריין פאר א טיש, איז מען איז זיי גאר שיין מקרב. כידוע ליודעים...)
מיט א הויכע הוט? וועט דער בני יואלי זיך רעגן. אין זיין מוח (אויב ער האט איינס) זעהט ער דעם אייזל עקזיטן ביי ווייט עוו. קעגן איבער בנין עסטרייכער, מאכט גראד א רעכטס, און שפאנט ווייטער גראד צו 500 בעדפארד.
א פלאטשיגס? וועט די גאנצע וועלט זיין אנטוישט
בלייבט נאר איבער איין אפציע.....
א קוטשמע
איך בין נישט זיכער אויב ער וועט גיין פלאטשיג, געקנייטשט, געבויגן אדער אויב ער וועט גיין צוגעדעקט דעם קאפ בכלל, איין זאך בין איך אבער זיכער.
טאמער שטעלט זיך איין טאג א מענטש אויף אין אמעריקע, אפגעזען זיין הויט קאליר, העיר סטייל, רעליגיע, און וועט באווייזן צו פאראייניגן דאס מענטשהייט אונטער איין שירעם פון פארשטענדעניש, וועט אנהייבן געבן רעדעס פאר אלע פראקציעס פונעם פאליטישן ספעקטרום, בויען בריקן צווישן עקסטרעם רעכטע אין עקסטרעם לינקע, לויפן פאר פרעזידענסי אלס אן אינעפענדענט, זיגן אין א היסטארישע לענדסלייד.
דערנאך וועט ער אראפברענגען קריים און נעשאנעל דעט צו זערא, בויען די עקאנאמיע לייק נעווער ביפאר, צוריקגעווינען רעספעקט און צוטרוי ביי די איבעריגע מערב וועלט, אינאיינעם מיט זיי אויפשטעלן געהעריגע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט רוסלאנד, טשיינע און איראן.
אויפן סאציאלע ארענע וועט ער זאמלען א פענשיפ אויף אלע סאשעל מידיע פלאטפארמעס אין די ביליאנען, זיינע טוויטס וועלן ריטוויטן פון ראדני קיין פייוו טאונס, פון סיליקאן וועלי קיין עימעש, און מיט זיין שפראך און כאריזמע צאמברענגען רעליגיעס און ראסעס, קאנעקטן מזרח און מערב, רעכטס און לינקס, בעיבי בומערס און דזענערעישן עקס, וויי און זי, אונטער געמייזאמע פארשטענדעניש, פרידן און הארמאניע.
דער מענטש איז מיין משיח
עני אנדערע מענטש וואס גייט ווייזן מיטן פינגער גייט מיר בכלל נישט אימפרעסן.
מיינונגזאגעריהודי פשוטאיז דען דא אזא גרויסער חילוק, עס איז דאך אויך פון די ארבעה צומות וואס חז״ל האבן מתקן געווען?גבור חילווארשיינליך רעדסטו פון צום גדלי'אין בעלזא ביי רבי ישכר דוב זצוק"ל איז איין תענות דענק איך נישט וועכע איז דער גאנצער עולם דורך געגאנגען און יעדער האט אנגעגעבן א סיבה פארוואס ער קען נישט פאסטן, איינער געזאגט דע ארטש אין דע שיך טוט אים וויי וכו' און דער רב האט געזאגט אויספאסטן
Sent from my iPhone using Tapatalk
צום גדלי' איז מתחילה א נדחה; גדלי' בן אחיקם איז גע'הרג'עט געווארן ראש השנה, אז ס'איז נדחה איז שוין גרינגער.
ווי אויך איז דאס נאנט צום דאורייתא תענית יום כיפור, איז אויב עמיצער פילט אז דאס פאסטן צום גדלי' וועט אים מאכן שווער צו פאסטן א וואך דערויף, (ווען ר"ה איז דריי טעג יו"ט איז צום גדלי' 6 טעג פאר יו"כ) קען מען מיקל זיין.
וואס ווייזט מען מיט די פינגער? וועלכע פינגער?
מיינונגזאגעררביה''ק זי''ע@רביה״ק זי״עמיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
עס פאסט בכלל נישט די ווערטער פון אזא פאסענדער שרייבער און דענקער ווי מע״כ צו שרייבן אזוי.
נישט חלילה אז איך בין מחולק מיט דיר בטיארי (theory) נאר די פאקט אז די קליין סענטענס איז נישט קיין ריאלעטעט אדער דענקער געשרייבעכץ.
אין הכי נמי, אז די חומות זענען שיין צירוק געשטעלט נאך שענער ווי פריער, אבער וואלטן די חומות נישט צובראכן געוואקן וואלט דאך דער ביהמ״ק אויך שענער און בעסער געווען און טאקע דערפאר וויינען מיר און קלאגן אז תבקע העיר, אפי׳ עס איז יעצט שענער און בעסער ווי עס איז געווען.
איך בין אביסעלע צומישט, אויף וואס פונקטליך פאסט מען י"ז בתמוז? וועלכע צרה איז געשעהן אין דעם טאג?
רביה''ק זי''עכי גבר האויב, ותבקע העיר.מיינונגזאגעררביה''ק זי''ע@רביה״ק זי״עמיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
עס פאסט בכלל נישט די ווערטער פון אזא פאסענדער שרייבער און דענקער ווי מע״כ צו שרייבן אזוי.
נישט חלילה אז איך בין מחולק מיט דיר בטיארי (theory) נאר די פאקט אז די קליין סענטענס איז נישט קיין ריאלעטעט אדער דענקער געשרייבעכץ.
אין הכי נמי, אז די חומות זענען שיין צירוק געשטעלט נאך שענער ווי פריער, אבער וואלטן די חומות נישט צובראכן געוואקן וואלט דאך דער ביהמ״ק אויך שענער און בעסער געווען און טאקע דערפאר וויינען מיר און קלאגן אז תבקע העיר, אפי׳ עס איז יעצט שענער און בעסער ווי עס איז געווען.
איך בין אביסעלע צומישט, אויף וואס פונקטליך פאסט מען י"ז בתמוז? וועלכע צרה איז געשעהן אין דעם טאג?
Sent from my iPhone using Tapatalk
עד כאן הקפה א'.
חתן בחורdanסמאכט נישט קיין סענס די גאנצע פאסטןֽ איך זעה נישט איינער זאל ווערן מער נתעורר, אויבּ עפּעס פארקערט.אמה"א
איך האלט אז יעדע צען יאר זאלסטו טוישן, דאס וועט זיין די בעסטע.
קים אריין אבּיסל קלארער
רביה"ק: פארהאן וואס כאפן נישט אז ביים צווייטן חורבן איז שוין נישט געווען קיין "נביאים", קיין הייליגע זאכן וכדו', די גאנצע מעשה דארטן האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט מיט א פשוטע רעוואלוציע אין וואס די רוימער האבן געזיגט, דאן איז געווען עטליכע מאל אין וואס מען האט פרובירט צוריק צו כאפן די מאכט (די באקאנסטע דערפון "בר כוכבא" וואס איז געווען מער ווי "60" יאר נאכן חורבן), אבער די רוימער האבן עווענטועל אלעס אונטערדרוקט.
זייער אומקלאר פארוואס געוויסע האלטן אז פון בר כוכבא און ווייטער איז צוריקגעווינען בעלות אויף א"י מער נישט גוט..
זייער אומקלאר פארוואס געוויסע האלטן אז פון בר כוכבא און ווייטער איז צוריקגעווינען בעלות אויף א"י מער נישט גוט..
ליב צו וויסןזייער אומקלאר פארוואס געוויסע האלטן אז פון בר כוכבא און ווייטער איז צוריקגעווינען בעלות אויף א"י מער נישט גוט..
אזוי קוקט מען נעבעך אויס אז מ'קען נישט (אדער אז מ'וויל נישט קענען) קיין היסטאריע, גראדע אין ויואל משה פארענטפערט ער פארוואס היינט איז אנדערש ס'איז אבער קלאר אז ער האט נישט באמת געהאלטן אז די נארישע תירוץ איז אויסגעהאלטן, איך גלייב נישט אז ער איז געווען אזא טיפש.
רביה''ק זי''עמיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
נא מגייט פאסטן?
אז דו זארגסט זיך אזוי שטארק וועל איך דיר ענטפערן, יא, ברוך השם מ'האט אנגעפאנגען דעם תענית מיט'ן רעכטן פוס דער אויבערשטער זאל ווייטער העלפן, מ'איז מקיים דעם ברייתא אין מסכת דרך ארץ פרק ז' ברייתא ז' ווי ס'באדארף צו זיין. גראדע מארגן האב איך עפעס וויכטיגס צו ערלעדיגן וואס פארלאנגט א קלארן קאפ, כ'האף אז כ'על עס קענען טוהן פאסטענדיגערהייט, אז נישט וועט מען בדיעבד זיך דארפן באגענוגן מיט פאסטן ביז חצות, אויך עפעס. ש'כח פאר'ן זיך נאכפרעגן און זייט מתפלל אז איך זאל קענען משלים זיין דעם תענית.
דער רמב״ם אין זיין פירוש המשניות לר״ה (פ״א מ״ג) זאגט אז אפילו בזמן הבית (השני) האט מען געפאסט אויף ת״ב מער ווי די אנדערע תעניתים, הגם אויף אלעם איז דעמאלטס געווען הרשות בידם אויב זיי ווילן יא אדער נישט ע״ש. נו, זעה׳מיר א פרעצעדענט אז אפילו ווען מ׳איז שוין צוריק שרוי על אדמתינו צו דאך פאסטן אין ת״ב מער ווי אויף די אנדערע תעניתים מחמת החורבן.
ובכלל, אזוי ווי דער טור איז מבאר אין או״ח סימן תקנ אז בעצם מעיקר הדין בגמרא (ר״ה חי:) איז וואו ס׳איז נישטא קיין ביהמ״ק אבער נישט קיין צרות אויך נישט איז דאס פאסטן בעצם א טשויס צו כלל ישראל, אבער רוב כלל ישראל האבן עס אנגענומען אפילו לגבי שאר התעניות (עכ״פ בימיו) ע״ש. (ואיפסק להלכה שם בשו״ע ע״ש.)

ווילאנג מיין לעבן קוקט דיר אויס ווי הומאר שטיי איך נאך גוט.
אוודאי האב איך אן אישו, כ'האב אבער זאכן וואס זענען וויכטיגער פון דעם, ווען איך קען ווען אפשטופן יענע זאך אויף אן אנדערן טאג אן עס מאכן מער קאמפליצירט ווי ס'איז שוין וואלט איך עס אוודאי געטון.
נו @רביה"ק זי"ע איר האלט זיך נאך שטארק?
יאפ! זעהט אויס אז כ'האב אינטערגעשאצט מיין קעפל...
...
כ'האב היינט געהערט אין שול ווי צוויי קליינע בחורימ'לעך שמועסן, און איינער זאגן פאר'ן צווייטן: אין באבוב פאסט מען נישט אום צום גדלי'.
עד כאן.
עד כאן.
איך האב בטעות אויסגעפאסט, נישט כאפענדיג אז עס איז צום גדליה.
יעצט אלס נייגעריקייט האט עס נאך א פשט ווײטער צו פאסטן ביזן זמן, אדער כיון שעבר, עבר?
יעצט אלס נייגעריקייט האט עס נאך א פשט ווײטער צו פאסטן ביזן זמן, אדער כיון שעבר, עבר?
קיין ענינו קען מען זיכער נישט זאגן
מנחם ציוןקיין ענינו קען מען זיכער נישט זאגן
היינו שוין זיכער נישט 😂
סדרייט זיך ארום א קליפ פון דוד צבי מאסקאוויטש ווי ער זאגט אז סאיז א שאלה אויב ממעג היינט פאסטן נאר ער איז מיקל און פאסט יא
דארף מען טשעקן צו אליעזר קרויס פאסט היינט...
ס׳נאר דא איין חילוק צווישן מאסקאוויטש און קרויס, מאסקאוויטש פארדינט כאטש עפעס פון זיין אויבערחכמה, קרויס מאכט זיך נאר שווערער דאס לעבן דערמיט, סתם אן אויבערחכם לשם אויבערחכם.