☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ברויך מען זיך רעכענען מיט פאליטיק ביי א שמחה?

ברויך מען זיך רעכענען מיט פאליטיק ביי א שמחה?

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4676
בלאט: 1 2

נצבד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:23 am

· #147597
ברויך מען זיך רעכענען מיט פאליטיק ביי א שמחה?
איך וויל נישט יעצט עפענען א צימעס אשכול, איך וויל זיך בלויז האלטען צו די נושא פון נאכדעם וואס ס'איז א פאקט אז סאיז דא פאליטיק, וואס א רעכטדענקיגער פערזאן זאל/מיז טאן.


יעדער ווייסט אז ס'איז דא ביי ביידע זייטען פון די סאטמארע צדדים,גענוג און נאך מענטשען וואס עסען נישט דעם אנדערען צד'ס קהילה פלייש,

היצטערט,א מענטש וואס ביי זיך אינדערהיים קויפט ער נאר זיין אייגענע קהילה פלייש פשוט אלס שטיצען די אייגענע מוסדות, אבער ווען ער גייט צו א צווייטענס הויז אדער שמחה וועט ער געהעריג עסען פון די אנדערע צד'ס "טריפה'נע..." פלייש,

יעצט ווען ער רופט א גאסט צו זיך אהיים,אדער ער מאכט א שמחה און ארדערט די פלייש פון זיין קהילה'ס שחיטה, וואס זאגט די שכל הישר? זאל ער ארדערען "אויך" די אנדערע צד'ס פלייש, פאר די אנדערע צד'ס חסידים? פשוט ווייל די מענטשען קומען זיך באטייליגען צו דיין שמחה אדער אלס גאסט, ווילסטו דאך זיי זאלען נהנה זיין פון דיר,שפיעל נישט מיט מיט די נארישע שטותים ביי דיין אייגענע שמחה.


אדער איז נארמאל און שכל'דיג צו לאזען די מענטשען הינגערען אדער עסען אינדערהיים? דו קומסט צו מיר אהיים אדער שמחה,העסטו עסען וואס איך שטעל צו,און "דו" זאלסט לאזען פאליטיק און מקוה.

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:35 am

· #147602
אז איר לאדענט מער ווי איין מענטש צום שמחה וועט איר נישט קענען צופרידען שטעלן יעדעם.

לכאורה איז כדאי צו גיין נאך רוב. און אויב די מיעוט האלט באמת אז מ'טאר נישט עסען דעם אנדערענס פלייש, זאלן זיי נישט עסן.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:43 am

· #147608
מ'זעהט א אינטערעסאנטע זאך ביי אברהם אבינו'ס הכנסת אורחים. פון איין זייט גלייך ווען די אורחים קומען אן, דרייט ער זיי א קאפ אז זיי זאלן זיך וואשן די פיס ווי רש"י זאגט אלס עבודה זרה, וואס איז קלאר געווען אין די אינטערעסע פון אברהם, שפעטער אבער געט ער זיי צו עסן בשר וחלב און אלעם גוטן וואס אויף דעם האט אברהם מחמיר געווען כמבואר בספרים. און מיט אמאל גייט אים דאס גארנישט אן נאר פארקערט, ער זוכט זייער טובה און הנאה.

ס'דא כמה תרוצים אויף דעם, על פי פשט איז די סיבה ווייל בני נח זענען נזהרין אויף ע"ז און נישט אויף אברהם'ס חומרות.

למעשה זעהט מען אבער פון דעם א געוואלדיגע מעשה רב, אז ווען ס'קומט צו יסודות הדת ממש קוקט מען נישט אויף גארנישט מ'הייסט די געסט אויסטוען די שיך און גיסן וואסער מ'דרייט זיי א קאפ, אבער ווען ס'קומט צו די מצוה פון הכנסת אורחים לייגט מען נישט די אייגענע חומרות אויף זיי און מ'מאכט די געסט צופרידן אזוי ווי זיי זענען געווינט צו עסן. נאכמער ס'שטייט אין פסוק ואל הבקר רץ אברהם, ער האט ספעציעל געשאכטן בהמות פאר זיי.

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:44 am

· #147609
די שאלה האלט שוין ביי סטעפ 2. קודם ברויך מען מברר זיין וואס טוט מען ווען מען האט באקאנטע פון אסאך דרגות און קרייזן, און לאמיר זאגן אז יעדער איינער עסט נאר פון זיין קרייז'ס השגחה, מען איז באמת מקפיד דערויף. נאכדעם ברויך מען זען ווי איז דער דין ביי אזא פאל ווי די סאטמארע פאליטיק, וואס פאר 7 יאר צוריק איז יעדן'ס פלייש גוט געווען פאר יעדן, נאר נאכדעם וואס די אהרונים האבן געשטורעמט מיט "שטיין זאלץ" און "ממליחה ואילך" האבן די זאלי'ס צוריק געשלאגן מיט "צומת הגידין" און "מוסקאווי", און די קעלבלעך משני הצדדים האבן עס אפגעקויפט פאר גוט געלט.

גנדי » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:45 am

· #147610
איך האב געמאכט א שמחה. האט די וויין געשעפט גיזאגט. קויף אפאר ברוינפען מיט א הכשר פאר די וואס זענען מקפיד. האב איך אים געזאגט. איך האלט נישט אז ברוינפן דארף א הכשר. ווער עס איז מקפיד דארף נישט טרינקן.

(אפשר שפיר איך אזוי ווייל יארן צוריק ווען איך האב געמאכט א שמחה אין שול האבן די פרומע גע׳גנב׳ט מיין טייערע באטל ברוינפן אן א הכשר אין עס באהאלטען. מוצאי שבת האבן זיי מיר אויסגעזאגט די באהעלטעניש)

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:48 am

· #147611
ממש א קידוש השם, יעדע צעהן מענטשן איז נאך א שיכט און נאך א קרייז!
אלעס אונטער מיר איז גוי'איש און אלעס העכער מיר איז איבערגעטריבען.
מיט אזויפיל ערליכע אידן דארפט איר קאכן פאר יעדעם אין א באזונדערע טאפ.
Never ending

הערשי » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:49 am

· #147614
שטארק ווייטאגליכע נושא. כמעט וואס ס'איז געווארן צוויי תורות בישראל חלילה. בית שמאי און בית הלל לא נמנעו מלישא נשים כאטש וואס צרת הבת פראדוצירט ממזרים, און דא פסל'ט מען שחיטות איבער נארישקייטן. אוי לדור שכך עלתה בימיו.
לדעתי, אזוי לאנג ווי איר סערווירט כשר גלאט ברויכט איר נישט נתפעל ווערן פון די מחזיקים במחלוקות. אידן עסן מיט אידן. לאכל את העברים לחם איז א תועבה למצרים. אוודאי ברויכט איר איינמעלדן די הכשר ביי א שמחה, אבער נישט אקאמאדירן. כ"ש ביי אייך אין שטוב. אז דער איידעם איז א פערד זאל ער עסן שטרוי.

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:50 am

· #147615
כ'מיין ס'וואלט געווען א גוטע געדאנק זיך צוצושטעלן צו ביידע צדדים אזוי: געב נישט קיין פלייש בכלל, פאר די ארויני וועסטע זאגן אז לכבוד אים האסטע נישט צוגעשטעלט 82 פלייש און פארן זאלי וועסטע זאגן אז לכבוד אים האט מען נישט צוגעשטעלט קר"י פלייש. והכל על מקומו

דעת תורה » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:59 am

· #147623
הערשי
שטארק ווייטאגליכע נושא. כמעט וואס ס'איז געווארן צוויי תורות בישראל חלילה. בית שמאי און בית הלל לא נמנעו מלישא נשים כאטש וואס צרת הבת פראדוצירט ממזרים, און דא פסל'ט מען שחיטות איבער נארישקייטן. אוי לדור שכך עלתה בימיו.
. אוודאי ברויכט איר איינמעלדן די הכשר ביי א שמחה, אבער נישט אקאמאדירן.


אין די גמרא איז מבואר די הערליכקייט פון די הארמאניע פון שמאי און הלל, איז געווען דער טראסט. מען האט געטראסט דעם בית שמאי איד אז ער וועט אים נישט אריין פאפן מיט א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט הלל.

דאס איז דאך אקוראט וואס דו שלאגסט פאר...

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 8:23 am

· #147662
לענ"ד, אויב רוב פון דיין משפחה באלאנגט צו דיין חסידות, אפגעזען ווער דער ציבור איז, שטעל צו פון דיין חסידות, אויב ביסטו דער איינציגער אין משפחה אהער, און די איבריגע איז אהין, וואלט איך דיר געראטן זאלסט צושטעלן פון ביידע (פשוט אלס דיין באקוועמליכקייט וד"ל).

לגוף הענין, מיעל מארט פלייש איז נישט טריפה (וכן דעת מו"ר מסאקמיר שליט"א [קרעדיט וואדריזש רב]), מען פארלאזט זיך נאר אויף גאר אסאך קולות, איך האב אמאל געלערנט אין שו"ע ביי הלכות סעודה אז ווען מען איז צוגאסט ביי א פרעמדן מעג מען (צו מען דארף) מיקל זיין פון חומרות כדי נישט צו פארשעמען דעם גאסט געבער.

ממילא מנהגי, וכך מנהג הרבה יראים ושלמים חסידים ו"אנשי" מעשה, ווען מען איז ביי יענעם אינדערהיים צוגאסט, פרעגט מען ניטאמאל וועמענס פלייש ס'איז, ווען מען קען צופאטשעקט מען אביסל די פלייש כאילו מען האט עפעס געגעסן, און די פלייש איז בדרך כלל סוף סעודה, קען מען האבן א תי' אז מען איז שוין פיל און מען קען נישט עסן.
ווען מען איז ביי א שמחה וואס מען האלט נישט א אויג אויף דיר, קענסטו פלעין איגנארן די פלייש, מאך נישט קיין צימעס און קיין איבערקערעניש, ושלום על ישראל.

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 8:26 am

· #147663
איך וואלט געטוישט דעם קעפל "ברויך מען זיך רעכענען מיט כשרות ביי א שמחה"
ווייל מיט פאליטיק דארף מען זיך זיכער נישט רעכענען, די שאלה איז דא א געהעריגע כשרות שאלה (חומרות ביי כשרות)

outspoken » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 8:56 am

· #147668
ביין א שמחה וואס איז געווען אין א נאטראלע זאל האב איך באשטעלט קאהן'ס פלייש וואס ס'האט געקאסט אביסל מער (כפרה געלט פאר די סאטמארע מחלוקה)

אביגדור » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 9:07 am

· #147670
רויטע וואנצעס


ווען ס'קומט צו יסודות הדעת[/b]

מה בין יסודי הדעת ליסודי הדת?...

שמו יגער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 10:34 am

· #147681
שרייבער
איך וואלט געטוישט דעם קעפל "ברויך מען זיך רעכענען מיט כשרות ביי א שמחה"
ווייל מיט פאליטיק דארף מען זיך זיכער נישט רעכענען, די שאלה איז דא א געהעריגע כשרות שאלה (חומרות ביי כשרות)

ווי באקאנט איז דא א חסידות וואס האבן גרויסע חומרות ביי די שחיטה אין עס קאסט טייער זייער פלייש. זיי עסן נישט ביי קיין שמחות וואס מען סערווירט נישט זייער הכשר, ווען מען טראגט אן א שידוך איז דאס איינע פון די נושאים וואס ווערן גווענדליך גוט אויסגעשמועסט פון פריער למשל קען איך מער פון איינער פון דעם קרייז וואס איינער איז געווארן א איידעם אין די ״פרעמד״ אין פאר די שידוך שליסן האט מען גערעדט וועגן די פלייש שחיטה נושא אין דער מחותן האט געזאגט אז ער וועט טוישן אלע טעפ אין שטוב אין אנהייבין צו קויפן נאר זייער פלייש. ער האט זיך נאכדעם געמאכט א חשבון עס קאסט אים סך הכל א אלף דולר מער א יאר אין ער באצאלט מיט א שמייכיל
לענייני אז מען מיינט די כשרות נושא אין נישט פאליטיק וועלן זיך רוב בעלי שמחה צושטעלן

נצבד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:10 pm

· #147712
שרייבער:

איך האב בדוקא געשריבען "פאליטיק" און נישט "כשרות", יעדער-ביידע צדדים- העכער די 23 יאר, וועט דיר מודה זיין און א גוטע מינוט, אז די גאנצע פלייש סומאטוכע איז נאקעטע פאליטיק.


לאמיך דיר אביסעל מסביר זיין (אפילו איך האב באמת נישט געוואלט אריינגיין און די עצם פאליטיק דיון) וויבאלד די רגע וואס איך האלט ווען אז עס האט מיט "כשרות" צוטאן, וואלט איך זיכער נישט געטראכט פון זיך צושטעלען צו די מענטשען וואס קומען צו מיר, און דאס נישט עסען דאס פלייש וואס איך עס, שרייט הויך אין קלאר, "דו,אין דיינע קינדער עסען טריפה א גאנץ יאר".


לאמיר אנהייבען מיטען צד מהרז"ל,
זייער נישט עסען ארונישע פלייש, קען איך בדוחק גדול אריינטייטשען און כשרות אישו, און אויך נאר צו זאגען אז "טאמער" עס מאכט זיך א פראבלעם, וועלען די באהערדע פון די ארונים ארומשפיעלען פאר צוויי דריי וואכען, ביזען ערלעדיגען די פראבלעם און פראבירען צו איבערצייגען יעדעם, אז פון היינט און ווייטער זענען זיי ווייטער דאס מהודר'דיגסטע פלייש, ווייל דער אנדערער האט אויך די זעלבע פראבלעם, נאר זיי האבען נישט קעיר גענומען דערפון, און די ארונים האבען יא, ווי -לויט די זאלוינים טענה'ען- ס'האט זיך ארויסגעשטעלט שוין צוויי מאהל, ביי די מוסקאווי און די צומות הגידין פרשיות, וואס די ארונים האבען געדרייט די טישען אקעגען די זאלוינים, נאכען ווערען געפאקט ביי א פראבלעם.
אבער איך גלייב נישט אז ס'איז דא קיין סאך זאלוינים וואס באשולדיגען די ארונים מיטען סערווירען-לכתחילה- זייער עולם טריפות.=פאליטיק


היצט די צד ארונים,
זיי האבען דאך פאר זעכציג יאר געהעריג געגעסען אט די פלייש וואס זיי רייסען יעצט ארונטער,
נעוואדע נאך וואס די זאלוינים האבען פארפירט-לויט די ארונים בלויז פאר פאליטיק- אז די ארונישע שחיטה פירט ארום זייער ציבור מיט ליגענטס און ווילען נישט "תיכף מודה זיין" און פאררעכטען די פראבלעמען, וואס נאך צוויי דריי וואכען האבען זיי יא געטאן, האבען זיי "געמוזט" צוריקשלאגען קעגען די זאלוינישע פלייש,

אבער דא איז געקומען א טעות -וואס רוב ארונים וועלען שטילערהייט מודה זיין אז סאיז געווען א פאטאלער טעות- דער רבי אליינס האט זיך איינגעטונקען דערין, און כמה וכמה פעמים גערעדט און בארעדט ברבים, סוי יעצט "מוז שוין" יעדער ארוני שרייען אז ער מיינט בלויז "כשרות" און נישט פאליטיק, ווייל וואס האט דער רבי מיט פאליטיק צוטאן?ער איז דאך סאך סאך העכער פון נארישע פאליטיק.= פאליטיק

סאו וואט » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:28 pm

· #147716
כ'האב גראדע באמערקט בעיקר און דו וויליאמסבורגער חתונה זאלן ווי מ'סערווירט פלייש גם לרבות פיש, פארווער ס'וויל, אולי מהאי טעמא.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:42 pm

· #147721
וואס טוט זיך אויב דו זעלבסט מאכסט נישט קיין וועזן פון די פאליטיק, אבער דיינע עלטערן יא, און זיי קומען צו דיר אויף א שמחה אדער א יו"ט?

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 1:14 pm

· #147728
מענין לענין באותו ענין. אויב טראג איך און די עירוב, און איך בין א גאסט ערגעץ וואס יענער איז קעגן דעם עירוב, דארף איך מיך ביקן צו יענעמס תורה, און זיך רעכענען מיט זיינע געפיהלן, אדער איך טו וואס איך וויל? (אמאל איז עס די אייגענע עלטערן, אפשר דארט האט עס שוין מיט כיבוד אב.)

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 1:29 pm

· #147732
נצבד
שרייבער:

איך האב בדוקא געשריבען "פאליטיק" און נישט "כשרות", יעדער-ביידע צדדים- העכער די 23 יאר, וועט דיר מודה זיין און א גוטע מינוט, אז די גאנצע פלייש סומאטוכע איז נאקעטע פאליטיק.


לאמיך דיר אביסעל מסביר זיין (אפילו איך האב באמת נישט געוואלט אריינגיין און די עצם פאליטיק דיון) וויבאלד די רגע וואס איך האלט ווען אז עס האט מיט "כשרות" צוטאן, וואלט איך זיכער נישט געטראכט פון זיך צושטעלען צו די מענטשען וואס קומען צו מיר, און דאס נישט עסען דאס פלייש וואס איך עס, שרייט הויך אין קלאר, "דו,אין דיינע קינדער עסען טריפה א גאנץ יאר".


לאמיר אנהייבען מיטען צד מהרז"ל,
זייער נישט עסען ארונישע פלייש, קען איך בדוחק גדול אריינטייטשען און כשרות אישו, און אויך נאר צו זאגען אז "טאמער" עס מאכט זיך א פראבלעם, וועלען די באהערדע פון די ארונים ארומשפיעלען פאר צוויי דריי וואכען, ביזען ערלעדיגען די פראבלעם און פראבירען צו איבערצייגען יעדעם, אז פון היינט און ווייטער זענען זיי ווייטער דאס מהודר'דיגסטע פלייש, ווייל דער אנדערער האט אויך די זעלבע פראבלעם, נאר זיי האבען נישט קעיר גענומען דערפון, און די ארונים האבען יא, ווי -לויט די זאלוינים טענה'ען- ס'האט זיך ארויסגעשטעלט שוין צוויי מאהל, ביי די מוסקאווי און די צומות הגידין פרשיות, וואס די ארונים האבען געדרייט די טישען אקעגען די זאלוינים, נאכען ווערען געפאקט ביי א פראבלעם.
אבער איך גלייב נישט אז ס'איז דא קיין סאך זאלוינים וואס באשולדיגען די ארונים מיטען סערווירען-לכתחילה- זייער עולם טריפות.=פאליטיק


היצט די צד ארונים,
זיי האבען דאך פאר זעכציג יאר געהעריג געגעסען אט די פלייש וואס זיי רייסען יעצט ארונטער,
נעוואדע נאך וואס די זאלוינים האבען פארפירט-לויט די ארונים בלויז פאר פאליטיק- אז די ארונישע שחיטה פירט ארום זייער ציבור מיט ליגענטס און ווילען נישט "תיכף מודה זיין" און פאררעכטען די פראבלעמען, וואס נאך צוויי דריי וואכען האבען זיי יא געטאן, האבען זיי "געמוזט" צוריקשלאגען קעגען די זאלוינישע פלייש,

אבער דא איז געקומען א טעות -וואס רוב ארונים וועלען שטילערהייט מודה זיין אז סאיז געווען א פאטאלער טעות- דער רבי אליינס האט זיך איינגעטונקען דערין, און כמה וכמה פעמים גערעדט און בארעדט ברבים, סוי יעצט "מוז שוין" יעדער ארוני שרייען אז ער מיינט בלויז "כשרות" און נישט פאליטיק, ווייל וואס האט דער רבי מיט פאליטיק צוטאן?ער איז דאך סאך סאך העכער פון נארישע פאליטיק.= פאליטיק


איך וואלט דיר גענטפערט אויף דיינע דברי חכמה אבער אזוי ווי איך זעי ווילסטו נישט רעדןפון"כשרות נאר פון פאליטיק" וועל איך עס יעצט לאזן אין א זייט

נצבד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 1:59 pm

· #147739
אז דו וועסט מיך רופען צו דיין 22סטע בורטדעי פארטי, העליך דיך לאזען רעדען פון כשרות....

outspoken » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 2:08 pm

· #147743
נצבד, האסט וויי געטון ביידע פארטייען, אבער, אמת איז דאך די 'אמת'

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 2:20 pm

· #147745
נצבד
אז דו וועסט מיך רופען צו דיין 22סטע בורטדעי פארטי, העליך דיך לאזען רעדען פון כשרות....


לויט ווי דו רעדטסט זעהט מיר אויס אז איך וואלט דיר נישט געקענט רופן צו מיין 22סטע אפי' איך וואלט ווען געוואלט אחוץ אויב דיין מאמע וואלט גרייט געווען דיך צו ברענגן אין א קערידש.......

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 2:40 pm

· #147750
און בעצם צום נושא ווענד זיך עס באמת אין דעם אויב האלטסטו טאקע אז יענעם'ס פלייש איז נישט אויסגעהאלטן להלכה וואס איז אפי' די שאלה? קענסטו דען אנטרפנע'ן אלע דיינע כלים צוליב יענעם? יענער גייט דיר דען באצאלן צו כשר'ן אלעס?

אויב אלס פאליטיק ביסטו דען אזוי נאריש אז פאר פאליטיק גייסטו יענעם וויי טון?

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 2:52 pm

· #147756
נצבד
שרייבער:

איך האב בדוקא געשריבען "פאליטיק" און נישט "כשרות", יעדער-ביידע צדדים- העכער די 23 יאר, וועט דיר מודה זיין און א גוטע מינוט, אז די גאנצע פלייש סומאטוכע איז נאקעטע פאליטיק.


לאמיך דיר אביסעל מסביר זיין (אפילו איך האב באמת נישט געוואלט אריינגיין און די עצם פאליטיק דיון) וויבאלד די רגע וואס איך האלט ווען אז עס האט מיט "כשרות" צוטאן, וואלט איך זיכער נישט געטראכט פון זיך צושטעלען צו די מענטשען וואס קומען צו מיר, און דאס נישט עסען דאס פלייש וואס איך עס, שרייט הויך אין קלאר, "דו,אין דיינע קינדער עסען טריפה א גאנץ יאר".


לאמיר אנהייבען מיטען צד מהרז"ל,
זייער נישט עסען ארונישע פלייש, קען איך בדוחק גדול אריינטייטשען און כשרות אישו, און אויך נאר צו זאגען אז "טאמער" עס מאכט זיך א פראבלעם, וועלען די באהערדע פון די ארונים ארומשפיעלען פאר צוויי דריי וואכען, ביזען ערלעדיגען די פראבלעם און פראבירען צו איבערצייגען יעדעם, אז פון היינט און ווייטער זענען זיי ווייטער דאס מהודר'דיגסטע פלייש, ווייל דער אנדערער האט אויך די זעלבע פראבלעם, נאר זיי האבען נישט קעיר גענומען דערפון, און די ארונים האבען יא, ווי -לויט די זאלוינים טענה'ען- ס'האט זיך ארויסגעשטעלט שוין צוויי מאהל, ביי די מוסקאווי און די צומות הגידין פרשיות, וואס די ארונים האבען געדרייט די טישען אקעגען די זאלוינים, נאכען ווערען געפאקט ביי א פראבלעם.
אבער איך גלייב נישט אז ס'איז דא קיין סאך זאלוינים וואס באשולדיגען די ארונים מיטען סערווירען-לכתחילה- זייער עולם טריפות.=פאליטיק


היצט די צד ארונים,
זיי האבען דאך פאר זעכציג יאר געהעריג געגעסען אט די פלייש וואס זיי רייסען יעצט ארונטער,
נעוואדע נאך וואס די זאלוינים האבען פארפירט-לויט די ארונים בלויז פאר פאליטיק- אז די ארונישע שחיטה פירט ארום זייער ציבור מיט ליגענטס און ווילען נישט "תיכף מודה זיין" און פאררעכטען די פראבלעמען, וואס נאך צוויי דריי וואכען האבען זיי יא געטאן, האבען זיי "געמוזט" צוריקשלאגען קעגען די זאלוינישע פלייש,

אבער דא איז געקומען א טעות -וואס רוב ארונים וועלען שטילערהייט מודה זיין אז סאיז געווען א פאטאלער טעות- דער רבי אליינס האט זיך איינגעטונקען דערין, און כמה וכמה פעמים גערעדט און בארעדט ברבים, סוי יעצט "מוז שוין" יעדער ארוני שרייען אז ער מיינט בלויז "כשרות" און נישט פאליטיק, ווייל וואס האט דער רבי מיט פאליטיק צוטאן?ער איז דאך סאך סאך העכער פון נארישע פאליטיק.= פאליטיק

ביסט נישט גערעכט
ווייל ווען די זאליס האבן א אייגענע שחיטה, און זיי זאגן אז זייערס איז מהודר, פיין, דאן קענסטו זאגן אז רעדן קעגן זיי איז בלויז פאליטיק, אבער דא רעדט מען דאך פון א גאסן שחיטה וואס די גאס האט געגעסן אלע יארן, וגם אנחנו בתוכם, און מען האט פשוט נישט געוואוסט די געוואלדיגע קולות וואס מען נוצט דארט, ואס דארפסטו מער פון דעם אז קיין איין רב קען דארט נישט אריינגיין.
באזני שמעתי פון האדמו"ר מהר"א ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט פאר א רב בנוגע די ווייץ, דו מיינסט ס'איז מיר געשמאק צו זאגן אז יענץ איז בדיעבד? איך האב דאך עס אויך געגעסן אלע יארן, נו איז מיר געשמאק צו זאגן אז איך האב געגעסן בדיעבד'יגע מצות? נאר וואס דען, אז דאס איז די מציאות, און אז יעצט קען מען עס בעסער מאכן, דארף מען עס מודיע זיין אפילו ס'איז נישט געשמאק, והוא הדין ביי די פלייש

אויב דו ביסט נישט קיין זאלי, ווען דו וועסט האלטן ביי דיין 33סטע בורטדעי וועל איך ווייטער רעדן צו דיר איבער די נושא, איך האלט שוין ווייטער פון דארט

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:36 pm

· #147801
מר. שרייבער אויב נצבד איז נישט קיין זאלי דעמאלס קענסטו אים שוין ענטפערן אויב איז ער העכער די בר מצוה
אויב איז ער יא א זאלי דעמאלס זאל ער זיין 100 יאר אויב ווילסטו רעדן צו אים שכלדיגע זאכן איז א שאד יעדעס ווארט זיי פארנעמען דאס נישט

לאמיר נעמען א ביישפיל "צומות הגידין" וואס רוב בתי שחיטה דא היא און אין אייראפע ארץ ישראל איז מען בודק יעדע עוף און אזוי אויך אין ק"י איז דעס כשרות אדער פאליטיק?
זענען דען אלע בתי שחיטה פארנומען מיט די נארישע סאטמארע פאליטיק? נאר וואס דען ווילסט רעדן דברים של טעם און פאקטן רעד צו א צווייטן ראנג אדרעס

היימישער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:40 pm

· #147803
ווען איך האב געמאכט א וואכט נאכט האב איך ידען געזאגט (ווער עס האט געפרעגט) פון ווי די פלייש איז, און ווער עס וויל נישט עסן קיין פלייש קען עסן קיגל מיט קעיק מיט די זאכען וואס איז אונגעגרייט חוץ פלייש

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:42 pm

· #147804
ווען איינער עסט נישט א געוויסע הכשר אדער שחיטה קען עס זיין מחמת 2 סיבות,

אדער ווייל ער האט עפעס א העכערע סטאנדערט אין כשרות ער וויל גיין להחמיר ווי ווייט מעגליך און היות זיין בעל מכשיר איז זיך נוהג געוויסע חומרות וואס דער אנדערער נישט, עסט ער נישט די אנדערע, למשל די הכשר פון OU צו OK דאס זענען זייער ערליכע און גרויסע בקיאים אבער זיי זענען לכתחלה מקיל ביי זייערע אסאך ענינים וואס א היימישער הכשר איז נישט, ממילא א היימישער מענטש קען באשטיין צו זיך האלטן ע"פ הסטאנדערד וואס ער האט מקובל,

יעצט, אין דעם זעה איך קיין שום פאליטיק, אויב יענער בעל מכשיר זאגט קלאר אז ער איז לכתחלה זיך נישט נוהג געוויסע חומרות, צו ווייל ער האט עס נישט מקבל געווען צו ווייל מעצמו איז ער מקיל, מיינט דאס אז ער זאגט קלאר אז ער איז נישט פאר די אידן וואס זוכן יא די חומרות

דאס איז איינס,
נאכדעם איז דא אינגאנצן איין אנדערער דערהער, דהיינו, קען זיין אז די כשרות איז לעולם אויף העכסטן סטאנדערד, דער בעל מכשיר איז אפציעל זיך נוהג בכל מיני חומרות וואס איז נאר שייך בעולם, נאר וואס דען, ער האט עפעס א פערזענליכע אישו מיטן בעל מכשיר זעלבסט ער איז ביי איהם פסול און טרייף, צוליב זיין מהות אדער היסטארי, למשל אינדערהיים ביי יעדע מחלוקה'לע האט מען די ערשטע זאך גע'אסרט יענעמס שחיטה, די זעלבע מיט בעלזא, בשנת תשמ"א צו ווען, מיטן טענה אז יענער איז א שייגאץ און האט נישט קיין נאמנות,

יעצט ווען איינער קומט צו יענעמס שמחה און ער עקספעקט אז מ'זאל איהם צושטעלן אנדערע פלייש ווייל דער בעל שמחה'ס רבי איז ביי איהם פסול און א שייגאץ, איז דאס אינסאלטינג און א געמיינער חוצפה קעגן בעל שמחה שאין כמוהו, א מין העזה? קומסט צו מיין שמחה און די אינסאלטס וועם איך האלט הייליג און טייער, דאס איז פונקט ווי מ'זאל פארלאנגען נישט צו נעמען זיין אייגן רבי'ן פאר סידור קידושין, ווייל די געהערסט פארן קאנקורענץ,

ועל כולם אויב רעדט מען נאך פון איינער וואס איז ביליגער לאו לייף, קען עובר זיין אויף זמן קריאת שמע, האט א אומגעפילטערטע ענדרויד, דאווענט ביחידות מיט א גלייכגילטיגקייט, וכדומה, און דער קומט נאך אן ווי א צבוע-ניק אז ער עסט נישט מאנראער פלייש ווייל ער טראסט נישט אהרן טייטלבוים אזא איינער קומט זיך שטרוי, און א געזונטן זעץ אין די ציין פאר צישפייז,

אויב אבער איינער איז למשל א קאשויער וואס עסט נישט קיין בהמה פלייש ווייל ער איז נישט ציפרידן מיט די ניקור צו אנדערע, צו למשל 82 עופות וואס זאגן קלאר אז זיי זענען נישט בודק קיין צומות הגידין, דאס איז זייער פאליסי, קר"י איז יא און זיי נישט, פארוואס זאל דאס הייסן פאליטיק? איך האב גארנישט קעגן קיינעם, איך קען נאר באשטיין צו זיך האלטן צו א ספעציפישער חומרא, איך עס נאר עופות וואס מ'איז מחמיר צו בודק זיין די צומות הגידין,

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:45 pm

· #147807
דו ווילסט זיך אבער האלטן צו א ספעציעלע חומרא ווייל דו ביזט אן ארויני... ס'האט מיט די תורה גארנישט איינגעלייגט. כ'ווייס וועסט עס נישט מודה זיין.

צווייטס. דאס אז איינער וואס קומט צו יענעםס שמחה איז א חוצפה אז ער האט טענות, ווענד זיך צי ער קומט אומגערופן אדער נישט. אויב האט מען אם איינגעלאדענט קען עס זיין א חוצפה פונעם בעל שמחה.

נ.ב. איך עס אלעס ווילאנג ס'טעיסט גוט!

באן אפעטייט!

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:55 pm

· #147808
זייער אמת, איך גיי מיך נישט פאפן, ס'זענען דא זייער אסאך ארונים וואס זענען מחמיר מיט די צומות הגידין לשם פאליטיק, אבער יש ויש, ס'דא וואס מיינען עס יא ריין לשם שמים, און ווער זענען מיר צו דן זיין יענעם,
פון די אנדערער זייט צו מחמיר זיין קעגן KJ פלייש איז אך ורק ווייל האסט א פראבלעם מיט אהרן טייטלבוים פערזענליך, ווייל חומרות האט ער די מערסטע פון אלע בתי שחיטה,

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 4:56 pm

· #147809
איך ווייס נישט וואס ער האט. צו מיר איז ער אויך א פאליטישען, וואס מיינט זיך מער ווי די תורה.

outspoken » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:02 pm

· #147813
גאלד
זייער אמת, איך גיי מיך נישט פאפן, ס'זענען דא זייער אסאך ארונים וואס זענען מחמיר מיט די צומות הגידין לשם פאליטיק, אבער יש ויש, ס'דא וואס מיינען עס יא ריין לשם שמים, און ווער זענען מיר צו דן זיין יענעם,
פון די אנדערער זייט צו מחמיר זיין קעגן KJ פלייש איז אך ורק ווייל האסט א פראבלעם מיט אהרן טייטלבוים פערזענליך, ווייל חומרות האט ער די מערסטע פון אלע בתי שחיטה,


WOW אן ארוני AT IT BEST

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:03 pm

· #147814
למאי נפק"מ?
ווייסטו דען די אינטערעסע פון די אנדערע בעלי מכשירים, גרובער, וואלאווער, ווייסמאנדל צו ווער?
אזוי לאנג יענער שטעלט מיר צו א פראדוקט בתכלית הכשרות, ווער זעמיר אונז זיי צו דשאדשן

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:05 pm

· #147815
די אנדערע האבן נישט אזעלכע אגענדעס ווי ר 'אהרן האט. ביטע

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:06 pm

· #147817
איז דאס משנה אין הלכות כשרות?

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:09 pm

· #147818
ניין ס'משנה די ערענסטקייט פון די פאלאוערס. איך מעג זיין א ציניק און טראכטן אז קיינער פון ענק האט נישט די תורה דא אינזין, ס'אלעס איין אגענדע. און דאס אפעקטירט וואס דער ענטפער זאל זיין צום קעפל פון די אשכול

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:10 pm

· #147819
ממש קיינער?

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:10 pm

· #147820
יאפ. איינמאל ס'איז אן אגענדע קען איך שוין נישט אפטיילן, און כ'מוז נישט

outspoken » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:12 pm

· #147821
אדרבה, אויף וועם נאך קען די רבוש''ע מעיד זיין אז ס'כולו לשם שמים.
📎 ARON.jpg

שעפטל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:14 pm

· #147822
דעתי הענייה,

קיינער דארף זיך נישט רעכענען מיט זיינע געסט! נאכדערצו ווען דער גאסט ווייסט אז זיין רופער איז אן אהרוני/זאלי.

דער אהרוני וואס גייט צו א שמחה פון א זאלי, ווייסט אז 99% וועט דארט זיין נאר די אומבאקוקטע צומות הגידין'דיגע פלייש ר"ל און אפילו א פלעסטיק גאפל טאר פון דארט נישט ווערן ארויסגעטראגן.

דער זאלי וואס ערשיינט צו אן אהרוני שמחה ווייסט אז 99% וועט דארט זיין די פלייש וואס קען זיין אויסגעמישט מיט מוסקאווי פלייש און א טראפ אויף זיין מלביש קען ממש פאר'טרפ'ענען דעם גאנצן הויז זיינער.

וועם פאפסטן דא @נצבד? דו האלסט טאקע אז רוב זאלי'ס וואס עסן נישט קיין קרית יואל'ע פלייש עסן דאס נישט ווייל ס'איז געווען א מוסקאווי אישו? מ'פרעסט זיך אן מיט פלייש אין יעדע רעסטעראונט אין מאנהעטאן, מ'טרינקט מכל הבא לידו יא הכשר נישט הכשר, מ'קויפט אין טעיק אוטס וואס האבן קרית יואלע פלייש ווען ס'פאלט זיי ניטאמאל איין צו פרעגן וועמענס פלייש זיי האבן, אבער קומען אן צו א שמחה און מ'פארגלייזט זיך די אויגן און מ'ציהט אראפ דעם הוט נאכאמזל ס'דא א נאז עס אפצושטעלן און מ'פרעגט 'דעס איז די מאנדראוע?'

האסט געזאגט דו ווילסט נישט אריינגיין אין צימעס... אבער מיטן אראפלייגן דיין זייט פון 'פאקטן' (פארשטייט זיך) קען מען שוין אלעס דא ענטפערן.

יעצט צוריק צו עס איז כשרות אדער פאליטיק, אז דו ווילסט (כ'פארשטיי דו ווילסט נישט) קען מען עס אנקוקן אנדערשט, צד הגז"ל איז דא ווייטער געגאנגן סטאטוס קוואו (דענקסט נאך דעם סלאגאן?) מיטן ניטאמאל פרובירן צו פארעכטן געוויסע אישו'ס וואס אפילו זייער (אומאפיציעלע אבער פאקטישע) בעל מכשיר הרב חיים דוד כ"ץ פארלאנגט. זינט למעשה האט זייער שונא פארלאפן דעם וועג מיטן כשרות הבשר מיזן אפילו די פרומערע (ראדיקאלע אבער) סעטלען פאר לעס, און מ'קען נישט מתקן זיין (פארשטייט זיך מיטן סלאגאן אז ס'איז גוט געווען פאר רבי'ן ז"ל וכו'). די מציאות איז מ'האט יארן גערעדט פון געוויסע זאכן, עקסזעמפל: שחיטה מונחת, אבער לא אסתייע, מיינט דאס נאכנישט אז ווען (איינער אדער) מ'האטעס יא געמאכט האט מען פשוט משנה געווען פון דרך אבותינו ורבותינו נ"ע. דא קומט אריין לויטער פאליטיק! וויבאלד איך האב עס נישט געמאכט איז דעם צווייטענס אסור!

פון די אנדערע זייט, צד מהר"א האט יא סוף כל סוף זיך אריינגעלייגט אין די ענין פון כשרות, פרובירט צו העכערן דעם סטאנדארט, יא זיי האבן דא און דארט געכאפט קלעפ, אבער זיך אייביג צוגעשטעלט צו די מערערים. אייביג געטרייט צו מאכן בעסער, און איינגעפירט נייע זאכן. ווי @שרייבער האט דערמאנט האט דער אדמו"ר געזאגט
שרייבער
באזני שמעתי פון האדמו"ר מהר"א ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט פאר א רב בנוגע די ווייץ, דו מיינסט ס'איז מיר געשמאק צו זאגן אז יענץ איז בדיעבד? איך האב דאך עס אויך געגעסן אלע יארן, נו איז מיר געשמאק צו זאגן אז איך האב געגעסן בדיעבד'יגע מצות? נאר וואס דען, אז דאס איז די מציאות, און אז יעצט קען מען עס בעסער מאכן, דארף מען עס מודיע זיין אפילו ס'איז נישט געשמאק, והוא הדין ביי די פלייש


אבער אז דו ווילסט (נאכאמאל נאר אויב דו ווילסט) וועסטו קענען פארשטיין פארוואס אן ארוני וואס עסט נישט די 82 פלייש וויל עס נישט עסן פשוט אלס כשרות! ער האלט באמת אז מיט אלע חמרות וואס מ'האט איינגעפירט איז זיין פלייש א לכתחילה און יענעם'ס א שוואכע בדיעבד.

והארכתי פשוט ווייל כ'בין געגאנגן ליידיג...

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:15 pm

· #147823
ס'ערב ר"ה מ'איז מלמד זכות אויף אידן,
און דו קענסט מיר נישט טרעפן קיין איין איינציג איד אויפן כדור העולם וואס איז מקפיד אויף בדיקות צומות הגידין לשם שמים,
ביסט נישט פערצופאל א אגענט פארן שטן?

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:19 pm

· #147826
כ'בין אן אגענט פאר 'בי עס פריי'. די אלע וואס זענען 'מקפיד', ווען מהרז''ל וואלט עס געטון וואלטן זיי נישט געוואלט הערן דערפון.

ס'איז אלעס בי עס פאליטיק סארי

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:26 pm

· #147832
פונקט פארקערט רז"ל איז געווען וואס האט די ערשטע קאמפלעינט אויף צומות הגידין, מיט גאנצעטע ביילאגעס אין דער איד, אבער טוישן האט ער נישט געוואלט, ווייל ער האט די ריינע ראסע הינער,

גאלד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:26 pm

· #147834
אקעי
i got to go
to be continued

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:38 pm

· #147837
זר זהב
ניין ס'משנה די ערענסטקייט פון די פאלאוערס. איך מעג זיין א ציניק און טראכטן אז קיינער פון ענק האט נישט די תורה דא אינזין, ס'אלעס איין אגענדע. און דאס אפעקטירט וואס דער ענטפער זאל זיין צום קעפל פון די אשכול


אבער עטץ מיינט'ס ריין לשם שמים ניין? פון דיר פארלאנגסטו נישט קיין שום הודאה הא? קאם אן

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:52 pm

· #147848
שעפטל
דו האלסט טאקע אז רוב זאלי'ס וואס עסן נישט קיין קרית יואל'ע פלייש עסן דאס נישט ווייל ס'איז געווען א מוסקאווי אישו? מ'פרעסט זיך אן מיט פלייש אין יעדע רעסטעראונט אין מאנהעטאן, מ'טרינקט מכל הבא לידו יא הכשר נישט הכשר, מ'קויפט אין טעיק אוטס וואס האבן קרית יואלע פלייש ווען ס'פאלט זיי ניטאמאל איין צו פרעגן וועמענס פלייש זיי האבן, אבער קומען אן צו א שמחה און מ'פארגלייזט זיך די אויגן און מ'ציהט אראפ דעם הוט נאכאמזל ס'דא א נאז עס אפצושטעלן און מ'פרעגט 'דעס איז די מאנדראוע?'

[/size]


הא הא, אויף דעם קען איך מעיד זיין, איך זאג נישט קיין נעמען, אבער איך האב מיטגעהאלטן ביי א חתונה אין ווילי, א איד מיט א שטוב מיט חתונה געהאטע קינדער, ער האט איין איידעם א ארוני, און די איבריגע זענען א חלק זאליס און א חלק אהער און אהין, בקיצור המעשה, מען קומט צו די חתונה, דער ארוני, גייט שטילערהייט פרעגן דעם קעיטערער וועמענס פלייש איז עס, ער זאגט אים קרית יואל פלייש, פיין, קען מען דאך עסן, ווידער די אנדערע בני המשפחה איז ניטאמאל איינגעפאלן צו פרעגן, קרית יואל פלייש איז עס זיכער נישט, דא איז דאך באתרא דמר, מען זיצט און מען עסן מען ריקט שטיקער אלע ביינאזאם.
מען האלט אזוי פונקט אינמיטן די פלייש, ווי מען זאגט ביים קלימאקס, און דער איידעם רופט זיך אן דארט ביים טיש, העלאו, דאס איז קרית יואלע פלייש, די חברה קוקן אים אן ווי פון די לבנה, ס'איז געווארן הויך יו"ט, למעשה דער מחותן איז ניטאמאל קיין סאטמארער האבן זיי נישט געהאט וועם צו סקרוען, סוף פסוק, יעדער האט געמאכט קייזער דארט

שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:53 pm

· #147850
גאלד
זייער אמת, איך גיי מיך נישט פאפן, ס'זענען דא זייער אסאך ארונים וואס זענען מחמיר מיט די צומות הגידין לשם פאליטיק, אבער יש ויש, ס'דא וואס מיינען עס יא ריין לשם שמים, און ווער זענען מיר צו דן זיין יענעם,
פון די אנדערער זייט צו מחמיר זיין קעגן KJ פלייש איז אך ורק ווייל האסט א פראבלעם מיט אהרן טייטלבוים פערזענליך, ווייל חומרות האט ער די מערסטע פון אלע בתי שחיטה,

לענ"ד, ווער ס'קומט אן און מאכט א טומעל דער מיינט עס זיכער נישט לשם שמים, ווער ס'פרעגט שטילערהייט און טוט פאר זיך וואס ער וויל דער מיינט עס אפשר לש"ש

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 5:58 pm

· #147852
איך אגריע. און וואלטן מהרא''ס חומרא'ס צוגעגאנגען אן א טומל וואלט איך אים געשטיצט. איך זעה דו פארשטייסט אויך דעם געדאנק.

דערווייל איז אלעס צוגעגאנגען מיט פאמפע כבוד, און אין אן אראפקלאפערישן וועג צום אנדערן. מיט א HOLIER THAN THOU טאן

נצבד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 6:09 pm

· #147856
לאמיך אביסעל צוריקשטעלען די שמועס אויף די רעלסען,

איך האב נישט געפרעגט צו א גאסט האט א רעכט נישט צו עסען מיין פלייש צו נישט, אויף זיין מויל בין איך נישט בעל הבית "אפילו" ער זאל ווען מיינען כשרות, נישט דאס איז די דיון דא.

די דיון דא איז, צו איך אלס גאסטגעבער אדער בעל שמחה, זאל זיך צושטעלען צו די מענטשען וואס "מוזען" מאכען א "פאליטיקעל סטעיטמענט" (פאר די פאר פראצענט פערד פון ביידע זייטען,וואס מיינען נעבעך לשם שמים, "וויל איך" זיך נישט צושטעלען) ביי מיין שמחה?
צו איך זאל זאגען פאר אט דער זעלביגער פאליטיק שפילער, ביי מיין הויז/שמחות זאלסטו לאזען דיין רבין און די הייליגע פאליטיק ביים טיר אינדרויסען(אזוי ווי איך טוה שטענדיג), און אז דו קענסט נישט, דאן בלייב הינגעריג אדער עס אינדערהיים.

אדער זאל איך זיך הייבען העכער פאליטיק, און צופרידענשטעלען יעדעמס פאליטישע קאפריזען? וואס זאגט א קאלטע שכל?

געדענקט, דאס אז איך טייטש דאס אריין און פאליטיקס, איז א לימוד זכות...


אין יעצט אביסעל צימעס.... האט שוין איינער געהערט- און א נאן אפיליעטעד שמחה זאל,ווי יעדע נאכט קאכט מען און די זעלבע טעפ, אנדערע פלייש- למשל אן ארוני וואס באקומט סערווירט ארונישע פלייש, "זאגטס נאר הרב בעל המכשיר, האט איר גע'כשר'ט די טעפ זינט די נעכטיגע שמחה?" ווייסט איר פארוואס איר האט דאס נישט געהערט קיינעם פרעגען? ווייל די "פאליטיקעל סטעיטמענט" איז שוין געמאכט געווארען מיטען סערווירען "זיין הייליגע פארטיי'ס" פלייש, און דאס זעלבע איז מיט א זאלי וואס באקומט סערווירט זאלי פלייש.

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 9:26 pm

· #147909
בקיצור יעדער איז מודה אז ביי ביידע מחנות זענען דא וואס מיינען בלויז פאליטיק ס'איז נאר געלונגען פאר ר' אהרן אז ער געט פאר זיינע מענטשן פלייש מיט מער הידור נא זאל זין אזוי מסכים

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 10:28 pm

· #147916
שמו יגער
שרייבער
איך וואלט געטוישט דעם קעפל "ברויך מען זיך רעכענען מיט כשרות ביי א שמחה"
ווייל מיט פאליטיק דארף מען זיך זיכער נישט רעכענען, די שאלה איז דא א געהעריגע כשרות שאלה (חומרות ביי כשרות)

ווי באקאנט איז דא א חסידות וואס האבן גרויסע חומרות ביי די שחיטה אין עס קאסט טייער זייער פלייש. זיי עסן נישט ביי קיין שמחות וואס מען סערווירט נישט זייער הכשר, ווען מען טראגט אן א שידוך איז דאס איינע פון די נושאים וואס ווערן גווענדליך גוט אויסגעשמועסט פון פריער למשל קען איך מער פון איינער פון דעם קרייז וואס איינער איז געווארן א איידעם אין די ״פרעמד״ אין פאר די שידוך שליסן האט מען גערעדט וועגן די פלייש שחיטה נושא אין דער מחותן האט געזאגט אז ער וועט טוישן אלע טעפ אין שטוב אין אנהייבין צו קויפן נאר זייער פלייש. ער האט זיך נאכדעם געמאכט א חשבון עס קאסט אים סך הכל א אלף דולר מער א יאר אין ער באצאלט מיט א שמייכיל
לענייני אז מען מיינט די כשרות נושא אין נישט פאליטיק וועלן זיך רוב בעלי שמחה צושטעלן

אבער ביי די סאקמערע מחלוקה (אהרוני-זאלי) איז עס נישט קיין ענין פון כשרות. ביידע זענען כשר. ס'נאר אן ענין פון מחלוקת און פאליטיק. אבער מ'איז עס תולה אין אידישקייט. כאילו דעם צווייטן צד'ס פלייש איז טריפה.
בלאט: 1 2