☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ברויך מען זיך רעכענען מיט פאליטיק ביי א שמחה?

ברויך מען זיך רעכענען מיט פאליטיק ביי א שמחה?

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4676
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 10:37 pm

· #147917
זר זהב
איך ווייס נישט וואס ער האט. צו מיר איז ער אויך א פאליטישען, וואס מיינט זיך מער ווי די תורה.

וואו איז דער דיסלייק באטט'ן? ער מיינט אמאל פאליטיק אויך. אבער נישט אז פאליטיק שטייט ביי איהם העכער פון די תורה. 👍 ונהפוך הוא ❗

גאנצל » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 10:42 pm

· #147918
berlbalaguleh
שמו יגער
שרייבער
איך וואלט געטוישט דעם קעפל "ברויך מען זיך רעכענען מיט כשרות ביי א שמחה"
ווייל מיט פאליטיק דארף מען זיך זיכער נישט רעכענען, די שאלה איז דא א געהעריגע כשרות שאלה (חומרות ביי כשרות)

ווי באקאנט איז דא א חסידות וואס האבן גרויסע חומרות ביי די שחיטה אין עס קאסט טייער זייער פלייש. זיי עסן נישט ביי קיין שמחות וואס מען סערווירט נישט זייער הכשר, ווען מען טראגט אן א שידוך איז דאס איינע פון די נושאים וואס ווערן גווענדליך גוט אויסגעשמועסט פון פריער למשל קען איך מער פון איינער פון דעם קרייז וואס איינער איז געווארן א איידעם אין די ״פרעמד״ אין פאר די שידוך שליסן האט מען גערעדט וועגן די פלייש שחיטה נושא אין דער מחותן האט געזאגט אז ער וועט טוישן אלע טעפ אין שטוב אין אנהייבין צו קויפן נאר זייער פלייש. ער האט זיך נאכדעם געמאכט א חשבון עס קאסט אים סך הכל א אלף דולר מער א יאר אין ער באצאלט מיט א שמייכיל
לענייני אז מען מיינט די כשרות נושא אין נישט פאליטיק וועלן זיך רוב בעלי שמחה צושטעלן

אבער ביי די סאקמערע מחלוקה (אהרוני-זאלי) איז עס נישט קיין ענין פון כשרות. ביידע זענען כשר. ס'נאר אן ענין פון מחלוקת און פאליטיק. אבער מ'איז עס תולה אין אידישקייט. כאילו דעם צווייטן צד'ס פלייש איז טריפה.


וואס האסטו דא מחדש געווען? סתם ארויסגעשאסען ווייטאג? די בלוט פרעשור נעבעך ארויף? זאג, דו האסט א רייע צו דיינע ווערטער אדער סתם משמיץ געווען א וואוילע גרויסע קהלה פאר דיין שוואוילטאג?

צד מהר"א שרייט אונזער רבי האט אריינגעלייגט א גרויסע עבודה אין כשרות השחיטה ווי למשל בדיקת צומת הגידין און נאך
צד מהרז"ל שרייט איך וויל נאר אזעלכע פלייש וואס ס'איז געווען כשר ביים רבינ'ס צייטן
נו איז ווי זעהסטו דא פאליטיק? יעדער וויל כשר אויף זיין אופן וואס זיינע רבנים האלטן אז ס'איז מער אויסגעהאלטן, נו מאי כל הרעש?

נצבד » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:31 pm

· #147925
אויב שוין יא צימעס,זאל עס שוין זיין שמאלציג אויכעט...

צד מהרז"ל איז נאך נעבעך צוריקגעשטאנען מיט א גוטע דרייסיק יאר, זיי האלטען היינט וואס די ארונים (חסידים) האבען געהאלטען בשעת דער קאשויער רב זצ"ל האט געוואלט אביסעל פיקסען די שחיטה, אבער עכט זענען די זאליס סתם צודרייט, ווייל דער קאשויער רב זצ"ל האט "יעדער" געוויסט אז ער-געהעצט פון זיינע קינדער- מיינט בלויז פאליטיק, און בכלל שרייבט מען נישט אינטער צוזאמען מיט אים אפילו די עשרת הדברות, ווידעראום דער סאטמאר רבי שליט"א ווייסען אפילו די לעקוואדער גדולים אז ער טוט ממש אלעס לשם שמים...


יא זיכער מיינען עס די זאליס לשם שמים,אמער זיי זענען דאך די עכטע תלמידי רבינו,נאך פון ארשיווע, זיי האבען נישט היינט געלאנדעט פון קוממיות...נו ווי קענען זיי עסען פלייש פון א יונגאטש וואס טראכט אז סאיז אים נאך געבליבען א מקום הניח לי אבותי להתגדר בו,און אפילו לאמיר אננעמען אז א קליינע פראצענט זאליס מיינען דאס נישט עסען קר"י'לע פלייש אלס ריין פאליטיק, איז אבער די עצם זאלי פאליטיק א שטיק לשם שמים, ווייל פון וואס נאך קען דער אייבערשטער מער הנאה האבען ,אווי אינטערברענגען דעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב...

גאלד » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 12:19 am

· #147934
נאכאמאל, KJ איז בודק צומות הגידין, 82 נישט, דאס איז אזאך וואס ביידע זענען מודה, צומות הגידין קען זיין א פראבלעם, איך זאג נישט אז ס'איז אבער ס'קען, נו פארוואס זאל א מענטש נישט קענען מחמיר זיין אנע דעם מ'זאל איהם באשולדיגן אלס פאליטיק, בלויז ווייל ער איז א חסיד פון א געוויסער רבי, טאר ער נישט מקפיד זיין אויף א געוויסער לעגיטימער הידור? לאן הגענו?

גאנצל » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 12:46 pm

· #148035
נצבד
אויב שוין יא צימעס,זאל עס שוין זיין שמאלציג אויכעט...

צד מהרז"ל איז נאך נעבעך צוריקגעשטאנען מיט א גוטע דרייסיק יאר, זיי האלטען היינט וואס די ארונים (חסידים) האבען געהאלטען בשעת דער קאשויער רב זצ"ל האט געוואלט אביסעל פיקסען די שחיטה, אבער עכט זענען די זאליס סתם צודרייט, ווייל דער קאשויער רב זצ"ל האט "יעדער" געוויסט אז ער-געהעצט פון זיינע קינדער- מיינט בלויז פאליטיק, און בכלל שרייבט מען נישט אינטער צוזאמען מיט אים אפילו די עשרת הדברות, ווידעראום דער סאטמאר רבי שליט"א ווייסען אפילו די לעקוואדער גדולים אז ער טוט ממש אלעס לשם שמים...


יא זיכער מיינען עס די זאליס לשם שמים,אמער זיי זענען דאך די עכטע תלמידי רבינו,נאך פון ארשיווע, זיי האבען נישט היינט געלאנדעט פון קוממיות...נו ווי קענען זיי עסען פלייש פון א יונגאטש וואס טראכט אז סאיז אים נאך געבליבען א מקום הניח לי אבותי להתגדר בו,און אפילו לאמיר אננעמען אז א קליינע פראצענט זאליס מיינען דאס נישט עסען קר"י'לע פלייש אלס ריין פאליטיק, איז אבער די עצם זאלי פאליטיק א שטיק לשם שמים, ווייל פון וואס נאך קען דער אייבערשטער מער הנאה האבען ,אווי אינטערברענגען דעם געוועזענעם קרית יואל'ער רב...


wow wow
אוי ער האט געכאפט אן ערנסטע אטאקע אקעי וועל מיר אים לאזן זיך דיסקאווערן און מיר וועלן צוריק קומען נאך יו"ט א גיט געבענטשט יאר

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 1:08 pm

· #148042
אמת ס'האט דעם זעלבן קלאנג. אבער איין חילוק איז דא, ביי א היטש לאדענט זיך יענער אליינס אריין אין דיין קאר און ביי א שמחה לאדאנטסטו יענעם צו דיר.
בלאט: 1 2