☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך

פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #466

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:58 pm

· #7129
פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
לאור מיין אנדערע אשכול וואס איך האב היינט געגרינדעט איבער "חידושים אין אויסדרוקן", גרינד איך יעצט די אשכול פאר אויסדרוקן אין די אידישע שפראך וואס איז שוין באקאנט.

דארט אין יענעם אשכול האב איך געשריבן איבער א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א קליינע בארד: "א קליינטשיג מים אחרונים בערדל", קען מען צושטעלן צו דעם אנדערע אויסדרוקן וואס איז שוין באקאנט דהיינו: "א קליינע ציגעלע בארד" "א קליין קמץ בערדל".

לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 24, 2012 6:37 pm

· #7197
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
<a class="postlink" href="http://chasyiddish.blogspot.com/2011/10/chasidish-yiddish-expressions_23.html">http://chasyiddish.blogspot.com/2011/10 ... ns_23.html</a> דא איז דא קעניינאהארע א גאנצע הויפן מיט אידישע אויסדרוקן...

ציבעלע-קיגל » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 11:43 am

· #238450
א קמץ בארד

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 2, 2014 12:51 pm

· #238460
שמואל הלוי
לאור מיין אנדערע אשכול וואס איך האב היינט געגרינדעט איבער "חידושים אין אויסדרוקן", גרינד איך יעצט די אשכול פאר אויסדרוקן אין די אידישע שפראך וואס איז שוין באקאנט.

דארט אין יענעם אשכול האב איך געשריבן איבער א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א קליינע בארד: "א קליינטשיג מים אחרונים בערדל", קען מען צושטעלן צו דעם אנדערע אויסדרוקן וואס איז שוין באקאנט דהיינו: "א קליינע ציגעלע בארד" "א קליין קמץ בערדל".

נאך אן אויסדרוק: גרויס ווי א טל ומטר אין א קליין סידור'ל...
(לכאורה די אנטיטהעסיס, אדער אנטאנים פון "קידוש לבנה אותיות".)

נ.ב.: דער יצר הרע האט געברענט מורא'דיג שטארק ביי מיר צו קאמענטירן אויף אן אלטן אשכול. הגם ס'איז דא א קאמענטירער פון היינט. און איך האב מיך נישט געקענט גובר זיין אויף איהם/איהר... כאטש ס'איז נישט מוצא חן בעיני עטליכע חשוב'ע ניקס (לכה"פ איינעם וואס כ'ווייס(... 😂 🙄

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:07 am

· #319432
פריער, עסנדיג אביסל טועמיה לכבוד ליל ששי, טשולענט מיט 'קישקע', איז מיר שווער געווארן, פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק 'קישקע' אויף א שטיקל טשולענט קוגל? וואס האט דער קוגל מיט די קישקעס איינגעשטויסן?

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:30 am

· #319439
צוליב די זעלבע סיבה וואס געפילטע פיש הייסט געפילטע, די צומאלענע פיש פלעגט מען אריינלייגן אין די הויט פון די פיש און אנפולן די הויט מיט די געמאלענע פיש, איז עס געווען געפילטע פיש.
די מעהל ושאר מרעין... פלעגט מען אריין לייגן אין די קישקע און אנפולן די קישקע מיט די געמישעכטס, ונקרא שמו בישראל קישקע.

ביליג » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 7:50 pm

· #344978
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
אין ארץ ישראל קען מען נאך האבן די אמת'ע קישקע.
דא אין אמעריקא איז נישט לעגאל צו עס פארקויפן.
כ'ווייס נישט צו דו האסט שוין געהערט פון 'העלדזל' דאס אעז די זעלבע געדאנק ווי קישקע נאר אנגעפילט די גארגל פון א הינדל.

פליקער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 8:25 pm

· #344979
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
שמעקעדיג
פריער, עסנדיג אביסל טועמיה לכבוד ליל ששי, טשולענט מיט 'קישקע', איז מיר שווער געווארן, פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק 'קישקע' אויף א שטיקל טשולענט קוגל? וואס האט דער קוגל מיט די קישקעס איינגעשטויסן?

די נאמען איז געשאפען געווארן דורך א דאקטער וואס האט געמאכט א אטאפסי און געזען א קישקע און עס איז זייער ענדלעך געווען צי די באוויסטע מעהל קיגל, זינט דאן האט עס באקומען דיזן צונאמען

Sent from my VS987 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 8:58 pm

· #344980
ציבעלע-קיגל
א קמץ בארד

וואסי פשט...? נאר, א שפיץ בערדל צוזאמען מיט די וואנצעס זעהט אויס ווי א קמץ...כנלענ"ד

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 9:00 pm

· #344981
פליקער
שמעקעדיג
פריער, עסנדיג אביסל טועמיה לכבוד ליל ששי, טשולענט מיט 'קישקע', איז מיר שווער געווארן, פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק 'קישקע' אויף א שטיקל טשולענט קוגל? וואס האט דער קוגל מיט די קישקעס איינגעשטויסן?

די נאמען איז געשאפען געווארן דורך א דאקטער וואס האט געמאכט א אטאפסי און געזען א קישקע און עס איז זייער ענדלעך געווען צי די באוויסטע מעהל קיגל, זינט דאן האט עס באקומען דיזן צונאמען

Sent from my VS987 using Tapatalk

ועוד יש לומר: אז אמאל, פאר ס'איז געווען די פלעסטיק אין וואס מ'לייגט אריין די מעהל קוגל, האט מען עס אריין געלייגט אין א קישקע פון א טשיקן אדער א בהמה...!

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 9:02 pm

· #344982
פון וואו נעמט זיך דער אויסדרוק...קידוש לבנה אותיות....
אזוי גרויס ווי א ...טל ומטר אין א קליין סידור'ל...!

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 9:16 pm

· #344984
קידוש לבנה זאגט מען ביינאכט, ווען ס'איז טינקל, ברויך מען גרויסע אותיות צו קענען קלאר ליינען.

איז אזוי געווארן אז גרויסע אותיות, רופט מען 'קידוש לבנה' אותיות.

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 9:28 pm

· #344985
יש לומר: אז 'טל ומטר' שרייבט מען אביסל גרעסער (באלד) ווי די גאנצע ברכה, כדי מ'זאל געדענקען ווען מ'זאגט וואס, אין א קליין סידור'ל זעט עס אויס זייער גרויס.

שטימט? אויב נישט פרעג מיך אפ..

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 9:50 pm

· #344987
דער דאס
יש לומר: אז 'טל ומטר' שרייבט מען אביסל גרעסער (באלד) ווי די גאנצע ברכה, כדי מ'זאל געדענקען ווען מ'זאגט וואס, אין א קליין סידור'ל זעט עס אויס זייער גרויס.

שטימט? אויב נישט פרעג מיך אפ..

ונהפוך הוא: פונקט פארקערט. אין מיין סידור איז ...ותן טל ומטר"...קלענער ווי די אנדערע ווערטער. און אין א קליין סידור איז עס נאך קלענער... 😂

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 10:35 pm

· #344991
ווען די ביסט גערעכט, ביסטו גערעכט!

מוז מען איינזעצן, אז ס'איז 'בלשון סגי נהור'...

(כ'האב יעצט אויפגעמאכט יעדע סידור וואס כ'האב אינדערהיים....)

דער דאס » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:04 am

· #345021
וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:09 am

· #345023
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
ערשטע מאל כ'הער דעם אויסדרוק!
העפענס טו בי עי גוד וואן...

לערן פירוש המלות פון ויהי נועם וועט דיר אי"ה קלאר ווערן.

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:10 am

· #345024
דער דאס
וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?

וואס איז די שאלה, עס איז איינע פון צענדליגע אויסדריקן אין די אידישע שפראך. ויהי נועם איז באוויסט צו פארטרייבן שדים.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:19 am

· #345038
דער דאס
וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?

דער דאס: ווייל זאגן ויהי נועם איז א סגולה צו פארטרייבן שדים.
קל וחומר האט שוין געענטפערט. איך בין נאר מפרש זיינע ווערטער... 😂
ס'דא נאך א ווערטל...ער אנטלויפט ווי א שד פון וויירוך...!

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 11:03 am

· #345061
ער געפינט זיך דארט ווי גאט אין אדעס.
א שפריכווארט וואס טוט אנדייטן אז דער יעניגער לעבט א טאג אן קיינע שטערונגען.
אין אדעס האט קיינער נישט באלמוטשעט גאט, קיינער האט דארט נישט געבעטן אדער פארלאנגט עפעס פון גאט.

דער דאס » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:12 am

· #345207
berlbalaguleh
דער דאס
וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?

דער דאס: ווייל זאגן ויהי נועם איז א סגולה צו פארטרייבן שדים.
קל וחומר האט שוין געענטפערט. איך בין נאר מפרש זיינע ווערטער... 😂
ס'דא נאך א ווערטל...ער אנטלויפט ווי א שד פון וויירוך...!


אפשר בין אלטמאדיש, אבער אז איך גיי נישט פרעגן גיי איך נישט וויסן, זיי אזוי גוט און ערקלער מיך, מה זה וויירוך?

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:33 pm

· #345334
דער דאס
וואס איז פשט פון דער אויסדרוק, אנטלויף (ווער נעלם) ווי דער שד פון ויהי נועם?


חוץ די אלע גוטע פשטים איז דא וואס זאגען נישט ארויס הויך די שמות שדים און ויהי נועם "מחץ יעוף יומם, מדבר באפל יהלוך מקטב ישוד וגו' דאס הייסט זיי ווערען טאקע נעלם

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:36 pm

· #345335
וואס באדייט די נאמען "קנאק יענק'ל" פאר משקה?

דער דאס » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:59 am

· #345353
היינט געהערט צום ערשטן מאל,

די זאכן וואס מ'בארגט נישט, א גארטל, פען, צינדער, קוואדער, וכד' אזעלכע זאכן וואס מ'באקומט נישט צוריק,

מקבלין דין מן דין ואמרין קדיש!

דער דאס » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:43 pm

· #345460
א באקאנטע אויסדרוק, ווי א שוחט אין די ניין טעג, לעצטענס הער איך א נייע, ווי א גרוש אין די ניין טעג.. עני איידיע וואס דאס קען מיינען?

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 3:15 am

· #345473
דער דאס
היינט געהערט צום ערשטן מאל,

די זאכן וואס מ'בארגט נישט, א גארטל, פען, צינדער, קוואדער, וכד' אזעלכע זאכן וואס מ'באקומט נישט צוריק,

מקבלין דין מן דין ואמרין קדיש!

דער דאס: ס'איז פארהאן נאך א פשט. דאס איז מרמז אויף א טשעק. מ'באקומט עס איינער פון אנדער'ן. און צום סוף גייט עס צוריק פון באנק. ומקבלין דין מן דין. ס'האט אסאך חתימות/ענדארסמענטס. ואמרין קדיש. און מ'קען זאגן קדיש נאכ'ן געלט...!

וואלווי » מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:05 pm

· #345575
דער דאס
א באקאנטע אויסדרוק, ווי א שוחט אין די ניין טעג, לעצטענס הער איך א נייע, ווי א גרוש אין די ניין טעג.. עני איידיע וואס דאס קען מיינען?


די חתונה געהאטע יונגעלייט האבן כאטש א תירוץ אז זיי דארפען שאוערען לשם מצוה...

קאמענטירער » זונטאג אוגוסט 21, 2016 8:40 pm

· #346665
דאס איז אן באקאנטע אויסדריק אז מכאפט זיך ניטאמאל אז סאיז נאר אן אויסדריק ''דו מעגסט קערן 'ביז מארגען' סוועט דיר גארנישט העלפען'', פארוואס כאפט מען אן מארגען פארוואס נישט ביז נעקסטע יאר למשל?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 15, 2017 12:01 pm

· #359771
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
ס׳איז דא א שטעכווארט אויף אידיש, בעיקר ביי חב"דס׳קער, אז מ׳רופט אן א מענטש א ׳ילוד׳.
איך האב געקלערט פשט אז מ׳וויל זאגען אויף איינעם אז מער ווי געבוירען געווארען האט ער גארנישט געטוהן אין לעבען.

דער אויסדרוק ׳אויף א ברכה צו מאכען׳ קען זיין מקורו פון דער תרגום אויפ׳ן פסוק ׳הנותן אמרי שפר׳, עיי"ש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » זונטאג יאנואר 15, 2017 9:33 pm

· #359807
ליטוואק פון בודאפעסט

דער אויסדרוק ׳אויף א ברכה צו מאכען׳ קען זיין מקורו פון דער תרגום אויפ׳ן פסוק ׳הנותן אמרי שפר׳, עיי"ש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אדער די ברכה להחיות בהם נפש כל חי

ביליג » מאנטאג יאנואר 16, 2017 12:19 am

· #359819
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
אדער יוצר האדם...

אייז קריעם » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 3:58 pm

· #361764
ווי א יון און די סוכה

ביליג » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 8:39 pm

· #361780
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
ווי א וועקער אינמיטן ווינטער

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 11:43 pm

· #361798
ווי אן אתרוג נאך סוכות...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:42 am

· #362948
איינער האט מיר יעצט געשיקט א לינק דא

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:51 am

· #362950
ליטוואק פון בודאפעסט
איינער האט מיר יעצט געשיקט א לינק דא

מיר איז מורא'דיגע געפאלן "די זאלסט פארלוירן אלע ציינער חוץ פון איינס, און דאס זאל דיר ווייטאן".

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 10:20 am

· #362953
ואם בקללות עסקינן, קבלתי מרבותי

״זאלסט איינשלינגען א שירעם און עס זאל זיך דיר עפענען אין בויך״

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:54 am

· #362964
... פודינו ומצילנוס'וועט דיר נישט העלפן קיין ...!

וואס מאכסטו אזעלכע יעלה'ס...מלשון יעלה תחנונינו...!

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:56 am

· #362965
ער פרייד זיך אז די מאמע האט איהם געבוירן..

החוקר » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:25 pm

· #362972
רעדענדיג פון געבוירן ווערן, האב איך אמאל געזען א גוט געדאנק, אז יעדער מענטש האט וואס צו זיין שטאלץ, אז פון מיליאנען זרע איז ער געווען דער געשיקסטער.

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:26 pm

· #362973
ער איז ווערט דאס געלט, ער איז א שאד דאס געלט,

מפי זקן אחד אז אינדערהיים האט מען געטייטשט אז דאס גייט ארויף אויף די געלט וואס די מאמע האט געצאלט עפעס א נאכט בערך ניין חדשים לפני לידתו

שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:04 pm

· #362977
וואס האנדלט זיך דא?...

מפוזרי » דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:22 pm

· #363513
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
berlbalaguleh
... פודינו ומצילנוס'וועט דיר נישט העלפן קיין ...!

וואס מאכסטו אזעלכע יעלה'ס...מלשון יעלה תחנונינו...!


איר זענט זיכער אז ס'קומט מלשון יעלה תחנונינו?
מיר האט זיך געדאכט אז מ'זאגט אויך יאלן און ס'איז עפעס מלשון יללה.

מפוזרי » דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:24 pm

· #363514
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
החוקר
רעדענדיג פון געבוירן ווערן, האב איך אמאל געזען א גוט געדאנק, אז יעדער מענטש האט וואס צו זיין שטאלץ, אז פון מיליאנען זרע איז ער געווען דער געשיקסטער.

א גמרא אויפ'ן פסוק ומספר רובע ישראל

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:08 am

· #363543
געוואלדיג
ער פרייד זיך אז די מאמע האט איהם געבוירן..

געוואלדיג: דאס ווערטל גייט נאך ווייטער...און נישט קיין פרעמדע פרוי... 😎 😂

דעת תורה » מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:15 am

· #363558
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
וואלווי
וואס באדייט די נאמען "קנאק יענק'ל" פאר משקה?

פאר'חסיד'ישט פון 'קאניאק'