☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #465

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:19 pm

· #7115
נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
אין די אידישע שפראך איז דא אסאך אינטערסאנטע אויסדרוקן, ווי צב"ש אויף איינעם וואס רעדט אסאך: "ער האט א פיסק אויף שרויפן", ער רעדט ווי א באבע", "מאלענט וואסער", ואולי קען מען גרינדן א באזונדערע אשכול אויף די אלע סארט אויסדרוקן, אבער דער דאזיגער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר חידושים אין אינטערסאנטע אויסדרוקן.

איך וועל זיין דער מתחיל:
לעצטענס האב איך געהערט א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א גרויסע בארד "ער האט א גרויסע ברייטע משה רבינו בארד". און אויף איינעם מיט א קליין בערדל "ער האט א קליינטשיג מים אחרונים בערדל".

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:31 pm

· #7119
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
אפשר קען דיר דאס זיין אינטערעסאנט...

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:38 pm

· #7120
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
דאנקע הרב שמעקעדיג, אבער ווי שוין געשריבן אנהייב אשכול איז די דאזיגע אשכול בלויז פאר "פרישע חידושים" אין אויסדרוקן.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 3:41 pm

· #7122
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
איך גלויב אז ידידינו פעדער וועט זיך מחי' זיין מיט די אשכול, ער האט מסתמא א ים מיט פרישע נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן ממה שחנן ה' אותו.

קרעמער1 » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:34 pm

· #7566
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
'אשפ"ג' איז די לעצטע חידוש בעולם האונטערנעץ

<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9%D7%A4%D7%92">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%A9%D7%A4%D7%92</a>

יידל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 9:14 pm

· #9780
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
א נייער חידוש האב איך געזען דא אין קאווע שטיבל אז "אפדעיטעט" איז אין אידיש "דערהיינטיגט" (קרעדיט: זר זהב)

ידען » דאנערשטאג מאי 3, 2012 10:09 pm

· #9793
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
שמואל

מיינסט צו זאגן חידושים וואס דו האסט ביז היינט נישט געהערט.

די משה רבינו בארד האב איך טאקע נאכנישט געהערט אבער די מים אחרונים בערדל האב איז שוין אנאל געהערט.

gehlungen » דאנערשטאג מאי 3, 2012 11:41 pm

· #9796
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
Tzeezoogn in leebhoobn kost nisht kein gelt

משה געציל » דאנערשטאג מאי 3, 2012 11:54 pm

· #9798
Re: נייע אינטערסאנטע אויסדרוקן (חידושים)
gehlungen
Tzeezoogn in leebhoobn kost nisht kein gelt

דער קעפל פונעם אשכול ליינט זיך "נייע" אינטערעסאנטע אויסדרוקן, אפשר איז בכלל אידיש ניי פאר דיר?

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 30, 2012 6:18 am

· #15076
שמואל הלוי
לעצטענס האב איך געהערט א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א גרויסע בארד "ער האט א גרויסע ברייטע משה רבינו בארד". און אויף איינעם מיט א קליין בערדל "ער האט א קליינטשיג מים אחרונים בערדל".


איך האב גראדע געהערט דעם אויסדריק פאר א גרויסע ברייטע בארד "ער האט א נחשון בן עמינדב בארד".
און פאר קליינע בערדל "ער האט א גדי בן סיסי בארד".

פארוואס דאס ווערטל גייט אזוי ווייס איך נישט, מאן יימר אז דייקא נחשון האט געהאט דעם גרויסע בארד און גדי דאס קליינע בערדל, אולי פארקערט?

טעפל » מיטוואך מאי 30, 2012 11:49 am

· #15112
דולה ומשקה
שמואל הלוי
לעצטענס האב איך געהערט א חידוש פון א אויסדרוק אויף איינעם וואס האט א גרויסע בארד "ער האט א גרויסע ברייטע משה רבינו בארד". און אויף איינעם מיט א קליין בערדל "ער האט א קליינטשיג מים אחרונים בערדל".


איך האב גראדע געהערט דעם אויסדריק פאר א גרויסע ברייטע בארד "ער האט א נחשון בן עמינדב בארד".
און פאר קליינע בערדל "ער האט א גדי בן סיסי בארד".

פארוואס דאס ווערטל גייט אזוי ווייס איך נישט, מאן יימר אז דייקא נחשון האט געהאט דעם גרויסע בארד און גדי דאס קליינע בערדל, אולי פארקערט?

אדער נחמי בן וופסי

יידל » מיטוואך מאי 30, 2012 2:19 pm

· #15135
געזען אז מהר"א פון סאטמאר איז אויפגעקומען מיט א חידוש פון אן אויסדרוק פאר סעלפאנס און אידיש, והיינו: "טאשן טעלעפאנען".

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 5, 2012 11:46 am

· #16143
יידל
געזען אז מהר"א פון סאטמאר איז אויפגעקומען מיט א חידוש פון אן אויסדרוק פאר סעלפאנס און אידיש, והיינו: "טאשן טעלעפאנען".

מיינסט אפשר צו זאגן טאשן קאמפיוטער?

Java » דינסטאג יוני 5, 2012 12:07 pm

· #16162
אריבערגעפירט די תגובות איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן צום "איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן" אשכול.

געפילטע פיש » זונטאג יוני 10, 2012 11:22 am

· #17031
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/17017">viewtopic.php?p=17017#p17017</a><!-- l -->

טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

ס'קען אפשר ווערען א נייער אויסדרוק אנטשולדיג'ס איך דארף גיין שיסען ליצנות.

ניו יארק » זונטאג יוני 10, 2012 12:24 pm

· #17053
געפילטע פיש
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=17017#p17017

טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

ס'קען אפשר ווערען א נייער אויסדרוק אנטשולדיג'ס איך דארף גיין שיסען ליצנות.

נו.... ליצנות!

שמואל הלוי » דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:10 pm

· #17971
א פרישע אינטערסאנטע אויסדרוק האב איך געהערט ביי א משפחה וואו מ'איז זייער מקפיד צו רעדן בלשון נקיה, און דאס איז: "יו"ט'דיגע וואסער".
אזוי רופן זיי א געוויסע סארט וואסער וואס גייט ארויס פונעם מענטש'ס קערפער (ע"ש הפסוק שלש רגלים וד"ל).

יואליש » דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:32 pm

· #17974
יידל
א נייער חידוש האב איך געזען דא אין קאווע שטיבל אז "אפדעיטעט" איז אין אידיש "דערהיינטיגט" (קרעדיט: זר זהב)


דערהיינטיגט איז ייוו"א יידיש, און נישט חסידיש אידיש. דאכט זיך מ'קען עס זעהן אויפן פארווערטס וועבזייטל.

בן תמליון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:16 pm

· #18027
א נייער אויסדרוק האה איך באמערקט האט זיך אריינגעגליטשט במחנינו איז ווען איינער רעדא א שארפע דרשה ארויס בחרב ובחנית זאגט זיך "דער סטוטשיקאווער רב האט זיך אויפגעריסן ביי זיין דרשה".

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:49 am

· #39379
יידל
געזען אז מהר"א פון סאטמאר איז אויפגעקומען מיט א חידוש פון אן אויסדרוק פאר סעלפאנס און אידיש, והיינו: "טאשן טעלעפאנען".


אפשר איז כדאי צו עפענען אן אשכול, איבער אלע סארט פאני אויסדירן פון רבי'ס און רבנים... איך מיין אז עס וועט זיין אינטערעסאנט, למשל "טעלעוויזיע כלים" (אויף סעלפאנ'ס), ועוד...

יהושע חיים » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 1:45 am

· #303351
שמואל הלוי
א פרישע אינטערסאנטע אויסדרוק האב איך געהערט ביי א משפחה וואו מ'איז זייער מקפיד צו רעדן בלשון נקיה, און דאס איז: "יו"ט'דיגע וואסער".
אזוי רופן זיי א געוויסע סארט וואסער וואס גייט ארויס פונעם מענטש'ס קערפער (ע"ש הפסוק שלש רגלים וד"ל).

נישט קיין שאלה פון "המבזה את המועדות"?????