☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » מ... יצא רשע? אייוועלט מאכט חילול השם !

מ... יצא רשע? אייוועלט מאכט חילול השם !

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4641

ישמעאל הכהן » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:47 pm

· #146798
מ... יצא רשע? אייוועלט מאכט חילול השם !
און קאווע שטיבל האט מען לעצטענס ארומגערעדט פון העלפן סירישע קינדער וואס ווערן דערהארגעט אין א ברודער קריג, אפגעזען ווי ריכטיג עס איז אדער נישט האט מען עס דיקוסט אויף א נארמאל אופן. ווען איינער האט עס אריבערגעלייגט אויף אייוועלט איז עס געווארן מער ווייניגער אראפגעריסן דארט פון די הייליגע קווייער וואס דרייט זיך דארט. אלעס פיין, ביז איינער אנעים זמירות האט געמוזט זיין קליגער פון יעדן און אראפגעברענגט פון הלכה שטאנדפונקט אז מ'טאר נישט ראטעווען א גוי !!! נישט מער און ווייניגער הער ער דארט געשריבן אז אויב מ'זעט א גוי ווערט דערטראנקען און קיינער וועט נישט וויסן דערפון, טאר ער נישט אריינווארפן א באלי רינג אין וואסער אז דער גוי זאל זיך ראטעווען!
צום קרעדיט פון עטליכע דארט האבן זיי אים אפגעפרעגט , אבער ס'האט נישט געהאלפן דער כופר און רשע פעלד מיסייע האט שוין ארויפגעלייגט א סנעפ שאט פון אנעימ'ס ארטיקל אפילו מ'האט עס שוין געהאט געמעקט אין אייוועלט. און ער שרייבט אז אידן שרייבן אין אידיש אז מ'טאר נישט ראטעווען א גוי.

א חילול השם איום ונורא !!

<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2013/08/haredim-non-jews-and-human-life-678.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... e-678.html</a>

בן תמליון » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:55 pm

· #146800
וויי געוואלד לאן הגענו. יעצט פאר ראש השנה אזא חילול השם. דאס זענען תוצאות פון טפשות מיט רשעות אונטער א מאסקע פון פרומקייט.

ישמעאל הכהן » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:57 pm

· #146801
איינער שרייבט דארט

דער עוכר ישראל שמריהו ראזענבערג ימ"ש האט יעצט געפאסטעט אויף זיין פעילד מעסייע א סקרין שאט פון אנעים'ס ווערטער איבער גוים וואס איז געווארן פארמעקט. איך מיין די תוצאות זענען איבריק צו מסביר זיין והשם הטוב יכפר. ר אנעימל מקומך בין כותלי ביהמ"ד נישט אויפ אידיש פארומס אויפן טריפה'נעם אינטערנעט.

בן תמליון » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:59 pm

· #146802
אפשר זאל איינער שרייבן אין די קאמענטס איבער דעם אשכולנדא און ארכענעזאציע פון אידן קעגן רציחה. אפשר אביסל ממתיק זיין דעם חרון אף.

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:05 pm

· #146807
עס דרייען זיך אסאך מענטשען אויף פעליד מעשה וועבסייט??

ישמעאל הכהן » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:06 pm

· #146808
טעות

JewsAgainstGenocide » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:08 pm

· #146809
נפל דבר בישראל, א שוידערליכע זאך איז געשעהן!
עס איז זיייער ווייטאגליך, אז א נאר ווארפט אריין א שטיין אין וואסער קענען עס צען חכמים נישט ארויסשלעפן.
איינער האט געמאכט א חילול השם בשוגג, דורך שרייבן נארישקייטן. און דער צווייטער, דער וואס האט שוין אסאך וויי געטון כלל ישראל, האט עס געטון במזיד, צו פארשפרייטן לעיני העמים והשרים אז עס זענען פארהאן רשעות'דיגע און ראסיסטישע געדאנקען.
גלייבן א נארישע דעה אז מען דארף הרגנען נבראים בצלם אלקים איז איין זאך, אבער גיין מפרסם זיין?
אפשר זאל יענער מפרסם זיין אז מעלעסטעישאן איז א קלענערע איסור ווי לשון הרע? אדער אז עסן מענטשן פלייש איז ווייניגער אסור ווי עסן נבילה?
יא, עס איז א מקום פאר וויכוח, עס זענען דא דעות אין ראשונים ואחרונים לכאן ולכאן, און א איש רך הלבב ווייסט אז בימינו אלה דארף מען מעדיף זיין אהבה לכל יצור נברא, און גיין פארשפרייטן די היפך איז א גרויסע ווייטאג.
אונזער תפקיד איז אפצושלאגן די דעה און זאגן אז אסאך ערליכע אידן זענען בעלי רחמים ורחמיהם על כל מעשיו יתברך, ואשרי חלק ווער עס שלאגט אפ דעם חילול ה'.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:09 pm

· #146810
דער holier than thou אנעימ'ל האט זיך גרויס געהאלטן פאריגע וואך אז זיין געוועזענע פריינט נ. כ. איז אריין געקומען אין זיין געשעפט קויפן סושי, ער האט זיך קאטעגאריש אנטזאגט פון אים סערווירן צוליב דעם ווייל ער איז אפיציעל א מחלל שבת, און צו א מחלל שבת טאר מען נישט רעדן . ער האט דערנאך געשריבן א גאנצע ארטיקל וביאור אויף א"וו.

אויך נ. כ. האט געשריבן דערוועגן דא אין ק"ש.

פאר א מחלל שבת טאר מען נישט פארקויפן סושי, וואס איז די דין מיט א מחלל השם?


די עולם האקט...

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:09 pm

· #146812
איך בין נישט באקאנט אין די הלכה, אבער גענוג-און-נאך פעלער ווי אידן האבן געראטעוועט גויים, פון הצלה מעמבערס ביז פשוט'ע האלץ האקערס.
אפשר קען איינער לייגן אויף יענע סייט (אויב ס'איז שייך) עטליכע מעשיות כדי אפצואווענדן די חילול השם? איך האב נישט קיין עקסעס אהין ב"ה.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:35 pm

· #146822
@אנאנים, הצחקת אותי. 😂

כ'האב מיך נישט געקענט באגיין נאר מיט א לייק.

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 2:57 pm

· #146825
מאן יימר מיט ידיד האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א קאמפיין ארויפצוברענגען אנעים'ס אלטע גארביטש. ס'דערמאנט מיך אין שיינע צעטלעך מ'האט געמאכט דעם טויבנפעלד.
'ארכיוון' האט שוין באקומען ביי מיר אזא 'שמות באקס' אפטייטש.
בעיסיקלי סתם גליונות.

נצבד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:13 pm

· #146829
סאיז סאך א גרעסערע חילול השם פאר אינז היימישע יודען, אז יונגעלייט שלא קרא ולא שנא ולא שימש,נעמען זיך די רעכט אריינצורעדען און הלכה'דיגע ענינים,וואס זייער גאנצע נאלעדש נעמט זיך פון א גוגל סורטש.

ממילא אנעים'ס חילול השם איז בעיקר פארען אנרירען דעם עסק-נאכדערצו ברבים-און דאס פיטערען פאר "אינז".

און ישמאעל טייערער, דער שמרי' העסטו קיינמאל נישט קענען באפרידיגען, אויב וועט ער נישט האבען עפעס צו די האנט,וואס ליגט דערין א פינטעל אמת,וועט ער רעפארטען א פאזיטיווע נייעס און דאס אויסדרייען אלס נעגאטיוו,אז דאס אויך נישט ,וועט ער נעמען איינעם'ס פאזיטיווע זייט וואס איז געווארען באריכטעט ערגעץ אנדערש און צולייגען דערצו אז דער מדובר האט "נאך אלץ נישט" פארדאמט מאלעסטעישאן, אויב וועט זיין א שוואכע נייעס טאג און ממש גארנישט האבען צו פיטערען זיינע פינסטערע לוזערס,וועט ער ברענגען פון אן אנאנימער בלאגער וואס האט זיך פארטינקען און צי טיפע וואסערן,און דאס באריכטען כאילו הרב אלישיב האט דאס "גע'פסק'נט.

ממילא אלס עצה טובה,דו האסט נישט וואס צו זיכען אויף יענע קו קלאקס קלען סייט,ווייל ער וועט דיך קיינמאל נישט דיסעפוינטען.

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:45 pm

· #146831
פארוואס דעקט נישט שמיריה די jewsagainstgenocide מאוומענט. באמת איז דאס סאך א גרעסער חידוש

דבילה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:54 pm

· #146834
נצבד
סאיז סאך א גרעסערע חילול השם פאר אינז היימישע יודען, אז יונגעלייט שלא קרא ולא שנא ולא שימש,נעמען זיך די רעכט אריינצורעדען און הלכה'דיגע ענינים,וואס זייער גאנצע נאלעדש נעמט זיך פון א גוגל סורטש.


כ'זע נישט די חילול השם פון יונגעלייט וואס קענען נישט א נושא אבער דאך רעדן זיי אריין אחרי חקירה ודרישה - צי דורך ליקוט ספרים צי דורך גוגל. כך הוא מנהג רוב דייני זמנינו.

נצבד
ממילא אנעים'ס חילול השם איז בעיקר פארען אנרירען דעם עסק-נאכדערצו ברבים-און דאס פיטערען פאר "אינז".


ליידער איז אנעים גערעכט - אויב קוקט מען אן די שאלה מיט די געווענליכע מהלך אין הלכה וואס ווערט געלערענט מיט אונזער יוגענט. אויב ווילט איר זיך דינגען ליינט קודם דורך די מאמר אויף די גרויסע מצוה פון שנאת הגוים וואס איז געדריקט געווארן אין "הפעמון" און געשריבן דורך נישט קיין צווייטער ווי הרב יאסעל דייטש, רה"כ צאנז קלויזענבערג באראפארק און פון די הויפט בעלי דעה אין יענער קהלה. די שאס אויף צוריק איז נישט געקומען פון קיין רבנים ומורי הוראה, נאר פון א שרייבער - הרב אשר לעווין, טאקע גאר א טאלאנטפולע שרייבער און אויסערגעווענליכע בעל כשרון ורב מעש, אבער דאך נאר א שרייבער\עסקן.

די חילול השם איז אז די רבנים זאגן נישט באמת פאר די אייגענע עולם די פארקערטע פון דעם. ס'שטערט איבערהויפט נישט פאר רוב מנין ורוב בנין פון די היימישע רבנים אז די עולם זאל באמת קוקן אויף גוים ווי "נישט-מענטשן" וואס אויב נישט פאר פאליטישע חשבונות טאר מען מיט זייערע הרגשים זיך נישט רעכענען. אין די מאטיוו פון די רבנים קען מען דן זיין. מעגליך ס'איז ווייל זיי האלטן באמת ע"פ הלכה אזוי, און מעגליך אז ס'איז די תוצאות פון זיך באפריינדן מיט די גוים וואס טוט שטופן די רבנים צום "שקר הקדוש".

אלזא נצבד, די חילול השם געהערט נישט פאר אנעים, נישט פאר דאס מגלה זיין און נישט פאר אונז פיטערן ידיעות וואס מיר האבן שוין געזויגן אינאיינעם מיט די מאמע'ס מילך. די חילול השם איז ליידער מכם ובכם. פון אונזערע אייגענע תורה אוטעריטעטן, רבנים, מורי הוראה, וראשי ישיבה, וואס לערנען באמת די הלכות פאר אונזערע יונגווארג, אדער וואס ס'שטערט זיי נישט גענוק צי באאיינפלוסן די הלכה אויף די פארקערטע וועג.


נצבד
און ישמאעל טייערער, דער שמרי' העסטו קיינמאל נישט קענען באפרידיגען, אויב וועט ער נישט האבען עפעס צו די האנט,וואס ליגט דערין א פינטעל אמת,וועט ער רעפארטען א פאזיטיווע נייעס און דאס אויסדרייען אלס נעגאטיוו,אז דאס אויך נישט ,וועט ער נעמען איינעם'ס פאזיטיווע זייט וואס איז געווארען באריכטעט ערגעץ אנדערש און צולייגען דערצו אז דער מדובר האט "נאך אלץ נישט" פארדאמט מאלעסטעישאן, אויב וועט זיין א שוואכע נייעס טאג און ממש גארנישט האבען צו פיטערען זיינע פינסטערע לוזערס,וועט ער ברענגען פון אן אנאנימער בלאגער וואס האט זיך פארטינקען און צי טיפע וואסערן,און דאס באריכטען כאילו הרב אלישיב האט דאס "גע'פסק'נט.

ממילא אלס עצה טובה,דו האסט נישט וואס צו זיכען אויף יענע קו קלאקס קלען סייט,ווייל ער וועט דיך קיינמאל נישט דיסעפוינטען.


נצבד, פארגעס נישט דעם אלטן כלל. דער שליח, אדער דער נייעס ברענגער, איז נישט דער ציל פון דיינע קוילן. אויב געפעלט דיר נישט וואס שמרי' שרייבט קענסטו בודק זיין און פרובירן צו פאררעכטן וואס ער טענה'ט דערויף. אולי יש תקוה. שיסן דעם נייעס ברענגער פארזיכערט נאר פראבלעמען זאלן לענגער בלייבן פראבלעמען.

נקוט האי כללא בידך. חילול השם איז נישט ווייל מענטשן "ווייסן" זאכן וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן וויסן. חילול השם איז דאס "טון" אזוינע זאכן וואס באופן וואס דאס קומט ארויס ווערט גאט'ס נאמען פארשוועכט.

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 4:19 pm

· #146839
נולד מאוחר
פארוואס דעקט נישט שמיריה די jewsagainstgenocide מאוומענט. באמת איז דאס סאך א גרעסער חידוש

ווייל ער זוכט נאר שלעכטס.

שמריה, יעצט מאך פרסום פון מיר...

Starbucks » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 4:33 pm

· #146844
דבילה


נקוט האי כללא בידך. חילול השם איז נישט ווייל מענטשן "ווייסן" זאכן וואס דו ווילסט נישט זיי זאלן וויסן. חילול השם איז דאס "טון" אזוינע זאכן וואס באופן וואס דאס קומט ארויס ווערט גאט'ס נאמען פארשוועכט.


גאר א שטארקע פוינט

DotCom » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 4:50 pm

· #146853
אויף דעם האט רבי געוויינט ייתי ולא אחמיני', געוואלד צו וואס מ'האט זיך אלס דערקייקלט, ווי קען מען זיין אזוי אומפאראנטווארטליך?

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:25 pm

· #146868
שרייבן דאס ברויך מען נישט ברבים, און נישט ווייל עס פאסט נישט וכדומה, אדרבה לויטן מהרש"ל איז דאס ביהרג ואל יעבור צו איינרעדן א גוי אז אין די תורה שטייט אנדערש ווי באמת. נאר פשוט, אויב האט מען מתיר געווען משום איבה איז דאך הדעת נותנת אז אין לך איבה גדול מזה ווי עס מפרסם זיין לרבים. השתא דאתינא להכי אי הוינא בעת הדפסת הש"ס לראשונה, הוי אמינא להו דלישתמוטי הלכות כאלו מדין איבה ולא ישאר רק בכתב יד.

בדחן » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 9:43 pm

· #146885
איך מיין אז עס איז סטופיד צו טראכטען אז א קאמענט אויף בלאג סייט קען ווערן אנגענימען אלץ ערענסט, און אז אנשטענדיגער גוי וואס קען טראכטען איינס מיט איינס זאל עס זען אלץ עפעס ערענסט,

עס איז דא מיליאנען בלאגס אויף אלע שפראכען, עס איז דא הינדערטער טויזענטער מיינוגען אויף יעדע נושא, בליאנען טוויטס אין בלאג פאוסט ווערן געשריבען וועכענטליך, עס מאכט נישט קיין סענעס אז פאוסט געשריבען דורוך איינעם אן א נאמען אויף א פארשטפיטע בלאג וואס האט נישט מער ווי עטליכע און טויזענט קליקס זאל השפעה אויף איינעם אינדרויסען פון די ״self-hating jews" סירקעל.

איך אגרי אז מען דארף עס נישט שרייבען, אבער פון דא ביז מאכען א סקאנדאל דערפון איז א מרחק גדול.

טאמבל סאס » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:20 pm

· #146890
דעת תורה
שרייבן דאס ברויך מען נישט ברבים, און נישט ווייל עס פאסט נישט וכדומה, אדרבה לויטן מהרש"ל איז דאס ביהרג ואל יעבור צו איינרעדן א גוי אז אין די תורה שטייט אנדערש ווי באמת. נאר פשוט, אויב האט מען מתיר געווען משום איבה איז דאך הדעת נותנת אז אין לך איבה גדול מזה ווי עס מפרסם זיין לרבים. השתא דאתינא להכי אי הוינא בעת הדפסת הש"ס לראשונה, הוי אמינא להו דלישתמוטי הלכות כאלו מדין איבה ולא ישאר רק בכתב יד.

און אז אין הונדערט יאר ארום וועט זיין א פארברעכן צורעדן אנטקעגן הומוסעקשועלס, און דער פוסק הדור בעל שבט הלוי וועט זיך גרייטן יעצט אפצודרוקן א ספר קעגן משכב זכור, וועסטו אויך זאגן מ'זאל עס נישט דרוקן? וישאר בכתב יד? (דלישתמוטי הלכות כאלו מדין.. הממ אהבה..אפשר)
אוודאי נישט! נאר וואס דען. מ'דארף פארשטיין די תורה לויט אין וועלכע אומשטענדן עס איז געשריבן געווארן.

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:35 pm

· #146894
הוגה
דער holier than thou אנעימ'ל האט זיך גרויס געהאלטן פאריגע וואך אז זיין געוועזענע פריינט נ. כ. איז אריין געקומען אין זיין געשעפט קויפן סושי, ער האט זיך קאטעגאריש אנטזאגט פון אים סערווירן צוליב דעם ווייל ער איז אפיציעל א מחלל שבת, און צו א מחלל שבת טאר מען נישט רעדן . ער האט דערנאך געשריבן א גאנצע ארטיקל וביאור אויף א"וו.

טו א טובה לייג א לינק וואו אנעים זמירות שרייבט אז נחום איז אריינגעקומען קויפן סושי... וויכטיג!

זר זהב » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:38 pm

· #146896
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/145154">viewtopic.php?p=145154#p145154</a><!-- l -->

דעת תורה » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:58 pm

· #146908
טאמבל סאס
דעת תורה
שרייבן דאס ברויך מען נישט ברבים, און נישט ווייל עס פאסט נישט וכדומה, אדרבה לויטן מהרש"ל איז דאס ביהרג ואל יעבור צו איינרעדן א גוי אז אין די תורה שטייט אנדערש ווי באמת. נאר פשוט, אויב האט מען מתיר געווען משום איבה איז דאך הדעת נותנת אז אין לך איבה גדול מזה ווי עס מפרסם זיין לרבים. השתא דאתינא להכי אי הוינא בעת הדפסת הש"ס לראשונה, הוי אמינא להו דלישתמוטי הלכות כאלו מדין איבה ולא ישאר רק בכתב יד.

און אז אין הונדערט יאר ארום וועט זיין א פארברעכן צורעדן אנטקעגן הומוסעקשועלס, און דער פוסק הדור בעל שבט הלוי וועט זיך גרייטן יעצט אפצודרוקן א ספר קעגן משכב זכור, וועסטו אויך זאגן מ'זאל עס נישט דרוקן? וישאר בכתב יד? (דלישתמוטי הלכות כאלו מדין.. הממ אהבה..אפשר)
אוודאי נישט! נאר וואס דען. מ'דארף פארשטיין די תורה לויט אין וועלכע אומשטענדן עס איז געשריבן געווארן.


יו מיסד די פוינט. אוודאי איז זאת התורה לא תהא מוחלפת, און קיין שום אומשטענדן טוישן נישט קיין הלכות, כל שכן דיין משל פון מ"ז וואס איז ביהרג ואל יעבור. מיין נקודה איז נאר געווען, אז היות דער ספעציפישער דין קומט דאך מיט א תנאי אז משום איבה איז נישט אזוי דער דין, אויב אזוי איז דאך זיכער אז דעם ספעציפישן דין ברויך / זאל מען נישט מפרסם זיין קבל עולם ומלואו, ווייל דער פרסום לרבים איז גורם סאך מער איבה ווי סתם זיך מונע זיין פון העלפן ביי א אינדעווידועלע אינצידענט.

איחוד פעלד » מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 11:06 pm

· #146910
אויב משום איבה איז די הלכה אנדרעש, איז נישט קיין חילול השם אז די הלכה וואלט געוועהן צו הרג'נן א גוי בדרך מורידין ולא מעלין ווען נישט פאר איבה.

הלכות פין הרג'נן אין די תורה איז דא לרחצה, אנגעהויבען ביי די שבע אומות ביז עמלק ביז א מסור. עס ווערט א רעש דערפין ווען איינער ברענגט ארויס אז די הלכה פאדערט נאך היינט אזוי. וואס די הלכה איז אמאהל געוועהן אינטרעסירט נישט די אומות העולם.

דוגמא לדבר, די מוסלמענער, קיינער גייט נישט אהן אז עס שטייט אין קוראן אז מען דארף הרג'נן יעדעס איינער וואס גלייבט נישט אין מחמד, כל זמן די מוסלמענער האלטען נישט אז למעשה דארף מען עס היינט טוהן.

אגב, דער הלכה פין הרג'נן א מסור, וואס איז באמת נאך אקטועל היינט למעשה, ד.ה. מען מעג היינט צו טאג הרג'נן א מסור, איז גראדע נישט קיין בזיון לכאורה ביי די אומות העולם, ווייל זיי פארשטייען אויך אז א סניטש קומט זיך מיתה וכו'.

דייטל » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:48 am

· #146955
צי דארף דער עוכר צוקומען צו א תגובה אויף אייוועלט געוואויר צו ווערן אזא הלכה? די הלכה איז גאנץ קלאר.
צי פעלט דען אויפן ברייטן געוועב הלכות לרחצה פון ענליכע נושאים וואס מ'קען אויספויקן און מאכן דערפון די זעלבע צימעס און אפשר גאר מער ה"י ?
נארישקייטן !

היינט האט ער געכאפט פון דארט א סקרינשאט, מארגן כאפט ער פון דא, און איבערמארגן פון ספעיס.. וואטעווער. (איך פארשטיי אויך דאס ענין אז ס'ווענד זיך ווער ס'שרייבט עס.. וד"ל).
אז דער ידוע לשמצה וויל , קען ער כאפן אין די מינוט צענדליגער און אפשר הונדערטער סקרינשאטס פון דא און פון דארט, פון ווערטער וואס מ'קען דערפון ארויסלערנען דאס און יענץ, ס'איז אין לדבר סוף. נישט די פאר ווערטער פון יענע כותב איז די צרה. נישט דאס איז די חילול השם. ס'איז אפשר מער טיפשות און אומגעווארנקייט.

געוויס איז האקעל צו שרייבן אין אזעלכע ענינים אינעם היינטיגע עפאכע.. ווי טאקע איבערצייגט. מ'דארף האבן שכל און טראכטן וואס מ'שרייבט און שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו.

במשך די דורות האבן גדולי ישראל מיט מס"נ פארטיידיגט די תוה"ק פון אלע אנגרייפערס, די טרויעריג בארימטע וויכוחים און קושיות וואס איז געווארפן געווארן אין אונזער ריכטונג האט געקאסט בלוט פאר די רבנים. מ'האט אלעס אין די וועלט געטון צו ערקלערן די הלכות אז דער א"י זאל קענען פארשטיין אז נישט אים מיינט מען.
נו מה לנו ולצרה הזאת ? מעק עס אויס און פטר אן עסק. מיר האבן אבער נישט אזוי געטון, די מחיקות איז טאקע פארקומען אבער מחמת גזירת המלכות, און דאס איז געווען זייער ביטער, שכחת התורה בידים איז נישט קיין גרינג עסק. מ'האט געדרוקט ווילאנג מ'האט געלאזט און די אויבים וקמים האבן כסדר געהאט מלא טענות אויף פיל פיל דיבורים, בעיקר האט מען געליטן פון די היימישע.. וד"ל, האט מען עס פארטיידיגט און נישט געמעקט און נישט עס אויפגעהערט לערנען.

לאמיר קלאר מאכן, כ'מיין חלילה נישט צו זאגן אז ער האט נישט געטון קיין עוולה, אדער אז מ'דארף ענליכס אויספויקן, אוודאי דארף האבן די קאפ אויפן פלאץ, און ס'איז א גרויס נארישקייט היינט צוטאגס צו שרייבן אזוינס ברבים, פונקט ווי יעדער פארשטייט צו זיין שטיל וועגן דין מסור בימינו, וכדומה לזה. פארפאלן מ'איז אין גלות... בפרט היינט מיט אזויפיל היימישע שונאים און דו ווייסט קוים ווער דיין שונא איז. און וואו ער דרייט זיך. דארף מען זייער היטן. די זאכן לערנט מען בין פה לאוזן ודי בזה.
ב"ה איין זאך איז אביסל גרינגער היינט ווי אמאל, ווייל אמאל האט זיך פארגלוסט א משומד צו אויפשפילן א שטיקל גמרא האט עס געקענט קאסטן מאסן אויסוואנדערונגען און צומאל דיני נפשות, ב"ה מיר לעבן אין א דעמאראטישע אטעאיסטישע וועלט איז גרינגער מיט דעם.

מורינו הרב » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 1:15 pm

· #147022
איחוד פעלד
אויב משום איבה איז די הלכה אנדרעש, איז נישט קיין חילול השם אז די הלכה וואלט געוועהן צו הרג'נן א גוי בדרך מורידין ולא מעלין ווען נישט פאר איבה.

הלכות פין הרג'נן אין די תורה איז דא לרחצה, אנגעהויבען ביי די שבע אומות ביז עמלק ביז א מסור. עס ווערט א רעש דערפין ווען איינער ברענגט ארויס אז די הלכה פאדערט נאך היינט אזוי. וואס די הלכה איז אמאהל געוועהן אינטרעסירט נישט די אומות העולם.

דוגמא לדבר, די מוסלמענער, קיינער גייט נישט אהן אז עס שטייט אין קוראן אז מען דארף הרג'נן יעדעס איינער וואס גלייבט נישט אין מחמד, כל זמן די מוסלמענער האלטען נישט אז למעשה דארף מען עס היינט טוהן.



דברים של טעם, שפתים ישק.

לגופו של ענין, אנעים האט דא נישט אזוי שלעכט געזאגט (אויב איז אמת זיינע ווערטער להלכה). די נושא אצינד איז אויב אידן זענען מחיוב צו גרינדן אזא סארט ארגאניזאציע, דערויף זאגט אנעים אז אפילו מיר זענען היינט מחיוב צו ראטעווען א גוי משום איבה, דארף מען עס טאקע טון, אבער מען איז נישט מחיוב צו עפענען גאנצע ארגאניזאציעס דערפאר, נאר משום איבה (אלעס אין פאל אז אנעימ'ס ווערטער זענען אמת, און אין פאל אז איחוד'ס השערה איז ריכטיג).

I'm back » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 3:42 pm

· #147423
[ציטאט אראפגענומען]


תגובה אף די יעיר...

עסקן בדברים » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 4:00 pm

· #147427
א מורא'דיגע ר' שלמה זלמן אויערבאך: אין ספר ועלהו לא יבול ברענגט דער מחבר (איך שרייב פון זכרון) אז נאך א פסק פון ר' שלמה זלמן אויערבאך אז מ' מעג העלפן א גוי מיט דירעקציעס האט ער געפרעגט ר' שלמה זלמן'ן וואס איז מיט ולא תחנם האט ער געענטפערט "משום איבה" האט ער געפרעגט און וואס איז טאמער דער גוי באמערקט מיך נישט, איז דאך נישט שייך משום איבה, האט ר' שלמה זלמן געענטפערט, "איך ווייס נישט, מ' דארף זיין א מענטש"

מאנדלבאום » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 4:36 pm

· #147437
[ציטאט אראפגענומען]

אויף א ציכטיג ווייס טישטעך זעהט זיך אן דאס מינדעסטע פלעק...

מאנדלבאום » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 4:54 pm

· #147439
ב.ד.וו.
דער 'חכם' דמתקריא "אנעים" האט געטוהן אן עוולה, און א ריזן טיפשות, נישט בלויז נאר ווייל עס קען רינען צו נישט געוואונטשענע קוועלען און פאראורזאכן א חילול ה',
נאר פאר דעם אליינס, וואס שטעלט זיך אויף א 'מאן דאמר' און 'שיסט' הלכה פסקים און די האקלסטע ענינים וואס דעת תורה ווערט געזאגט מיט אחריות און זיכער נישט אין אזא ברבים צורה, ווי אזעלכע "תלמידי חכמים" ווי דער שרייבער וועלן נעמען דאס ווארט.

טוב עשו, די "אייוועלט" פארוואלטונג, וואס האבן ארויס געשליידערט די טיפשות'דיגע און מסוכן'דע דיבורים.

מורינו הרב » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 5:54 pm

· #147453
מאנדלבאום
ב.ד.וו.
דער 'חכם' דמתקריא "אנעים" האט געטוהן אן עוולה, און א ריזן טיפשות, פאר דעם אליינס, וואס שטעלט זיך אויף א 'מאן דאמר' און 'שיסט' הלכה פסקים און די האקלסטע ענינים וואס דעת תורה ווערט געזאגט מיט אחריות און זיכער נישט אין אזא ברבים צורה, ווי אזעלכע "תלמידי חכמים" ווי דער שרייבער וועלן נעמען דאס ווארט.

.


אי משום הא אליין, איז נישט געפערליך. דאס טוען דאך מענטשן דא אין שטיבל (און אין אנדערע פלעצער) מידי יום ביומו.