שעפטלאויס מענטשרבותי ! איך ווייס נישט וואס אבער עפעס שטימט נישט דא
פאר סאם האו ריזען זאגט יעדער נארמאלער סקווערער, נישט קיין חילוק, צו חסיד צו אויפגעקלערטער, און אפי' די באמעס פון שטעטל, אז די מעשה איז נישט אמת.
כ'האב במשך דעם וואך, גערעדט צו כמה וכמה פראקציעס פון סקווירא, אלע האלטן אז די מעשה איז נישט אמת.
טייל וויסן עס קלאר, און טייל קענען ביידע זייטן און טענהן אז לפי השערתם איז עס נישט אמת.
נאר?
און טייל ווייסען עס איש מפי איש פין די תנור ראשון אליין.
ווער זאגט אז די מעשה איז אמת?
אבער ווען ער איז געגאנגען זאגען און קאמפלעינען האט מען זיך צו אים באצויגען מיט א נארמאלקייט אדער א משוגעת?
מען האט אים דאך יא געשיקט אויף טעראפי שמע מינה אז מען האט יא געהאלטען אז יש דברים בגו, איז אויב אזוי פארוואס האט מען אים אזוי באזייטיגט עד כדי כך אז ער זאל אויסוואקסען און אינגאנצען אראפ פין וועג?
כך הוא הדרך? ווען איינער קאמפלעינט אז מען האט אים מאלעסטעט דארף מען אים מרחק זיין ווייל מן הסתם איז עס קעגען אינזערע אינטערעסען אז עס זאל הייסען אז עס איז דא מאלעסטערס?