☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נסיונות און נצחונות. חסידים גייען אין קאלעדש.

נסיונות און נצחונות. חסידים גייען אין קאלעדש.

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4617
בלאט: 1 2

הערשי » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:56 pm

· #145924
נסיונות און נצחונות. חסידים גייען אין קאלעדש.
אלס דבר בעתו לכבוד דעם נייעם שולע יאר, האט מרת פ. גאלדבערגער פונעם ענגלישן פארווערטס אינטערוויואירט עטליכע אברכים און נשים צדקניות, פרומע און געוועזענע פרומע, וועלכע זענען געגאנגען אין קאלעדזש און עררייכט א דעגרי.
די אינטערוויו ברענגט ארויס די שוועריגקייטן מיט וואס די יוצאי ישיבות הקדושות דארפן זיך ספראווען ביים פרובירן צו גיין מחיל אל חיל, און דאך זיין א גבר בגוברין. די יונגעלייט ברענגען שטארק ארויס די נקודה וויאזוי די גמרא קאפ איז זיי בייגעשטאנען אנצוקומען צו די דרגא פון מכל מלמדי השכלתי, אפילו ווען בן שמונה עשרה לחופה קדמה לבן חמש למקרא. אזוי אויך זענען די נשים במאי קזכיין שטארק צופרידן פון די הויכע ניווא לימודי חול אין די היימישע שולעס, און זיי שטרייכן אונטער אז א בית-רחל תלמידה האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון די גוישע גאס!
כי היא חכמתכם.

MP3

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:07 am

· #145925
דער מוישי (ביי 5:45) סאונד טעריבעל. זיין טאטע האט אים אויך נישט געלאזט גיין צו א וואויס קאוטש

הערשי » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:24 am

· #145929
זר זהב
דער מוישי (ביי 5:45) סאונד טעריבעל. זיין טאטע האט אים אויך נישט געלאזט גיין צו א וואויס קאוטש


מאך נישט דעם משה פאר אן ערל שפתיים. איך גלייך גאר זיין טיפע באסעווער שטימע.

אברעמעל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:49 am

· #145944
ס'איז א וואויס טשענדזשער.

בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:14 am

· #145958
הערשי איך הער נישט קיין ווארט פון די אינגעלייט אין דעם אינטערוויא איבער זייערע גמרא קעפ אדער די ווייבלעך איבער בית רחל הויך ניווא חינוך. איך בין נישט אין די גוסטע צו אריין נאכאמאל אין די נושא פון אונזער חינוך, און יא זיכער דארף דער סיסטעם תיקון גדול. אבער עס וועט באדערן א רעכטדענקענדן מענטש ווען די אזויגערופענע אויפגעקלערטע וועלן בלעבלען פראסטע ליגנטס צו שטופן אן אגענדע. אט למשל צוויי נשים זאגן מען האט זיי נישט געלענט אלגעברא אין בית רחל און האבן נישט געקענט א פשוטער אקוויזשאן וואס איז נישט אמת. מען לערנט אין בית רחל גוט אלגעברא זיי האבן אפשר ניטאמאל אינאכט גענומען וואס מען האט געלערנט. מיין אשת חיל זז"ג קען גאר גוט די טיפסטע אלגעברא אקוויזאציעס ארויס פון בית רחל. בכלל עס זענען דא היינט זייער אסאך היימישע ווייבלעך מיט דיגריס אין פאקט עס איז געווארן גאנץ פאפולער היינט ואין פוצה פה. ווי אויך דער לעצטער חכם וואס זאגט אונזער חינוך לערנט אויס נישט צו האבן קריטיקל טינקינג, איך וואלט איהם אהערגעשיקט דא אין שטיבל פאר אביסל היימישע קריטישע טראכטונגען נישט קאלעדזש פראדוקציע.

ממרום שלח אש » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:37 am

· #145969
כבן תמליון ועוד, ווען איך האב אמאל געברויכט א אינטרעדוקשן צו אלגעברא, האט מיר מיין ווייב אנגעשדכנט צו אירע א באקאנטע וואס טיטשט אלגעברא אין בית רחל היי סקול, א היימישע ווייבל וואס האט אליין געלערענט אין בית רחל.

נאר וואדען, פרעג א עווערעזש גוי א שאלה אין אלגעברא, ער/זי וועט דיר אנקוקן ווי פון די לבנה, כאטש אין פובליק סקול האט מען עס געלערענט. דאס איז די קוואליטי פון די פערזאנען וואס דאמפן אויף אונז.

די וואס קענען, טוען צו די זאך, די לוזערס, רעדן זיך אפ.

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:49 am

· #145972
הייל בית רחל.

מען לערנט דארט אלגעברא!!!!!!!!!!

גנדי » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:03 pm

· #145975
דאס קומט פון אונזער שיינע חינוך אז מדארף נישט קענען קיין ענגליש. פאר ספעלינג קען מען נוצען די קאמפיאטער (וואס איז גע'אסרט), און פאר גרעממער קען מען פרעגן די ווייב.

באקומען פון א חבר א לאגא אין לוח הציבור פאר די דיסטריקט אטוירני, איך זינק פאר בושה...

דאס איז נישט א טייפא אין אן ארטיקעל. דאס איז א לאגא וואס אונזערע עסקנים האבן מן הסתם דורך גקוקט אין געגעבן הסכמה אז עס איז א געלונגענע לאגא.

פארגעס נישט, די עסקנים געווענליך רעפרעזעטירן אונזערע אינטערעסן פאר די אמעריקאנע ענגלישע גאס...

איז דאס א נארמאלע סלאגאן?
TOUGH with FAIR

אזוי שרייבט מען?
Attorny
IMG_4814.PNG

הערשי » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:10 pm

· #145977
ממרום שלח אש
די וואס קענען, טוען צו די זאך, די לוזערס, רעדן זיך אפ.


הייסט עס אז די וועלכע האבן דורכגעמאכט קאלעדזש זענען די לוזערס.
ווער זענען די געווינער? די ק"ש שרייבער?

איחוד פעלד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:23 pm

· #145979
טעיק איט איזי, סוף כל סוף זענען מיר ק"ש שרייבער די איינציגסטער וואס האבען קריטיקעל טינקינג מיט גמרא קעפ.

לכאורה איז יש דברים בגו, ווייל מען לערנט גמרא און ספרי קודש, איז מען אלס געוואוינט צו זאגען אז וואס זיי זאגען איז הייליג און מען טאר נישט פרעגען, מען מעג נאר זאגען איך פארשטיי נישט, און מען ברויך תשובה טוהן אויב מען פארשטייט נישט וכו'. דאס ברענגט בכלל אז מען שאקעלט דעם קאפ אויף אלעמען אויף יא, אדער ניין, וויאזוי עס פארלאנגט זיך, און אויב שטעלט זיך אויף א בעל דרשן און זאגט אז מציצה בפה איז געזונט ווייל אזוי שטייט אין גמרא, און זאגען אז עס קען זיין א סכנה איז אפיקורסות, שאקעלט מען צו, און מען קריגט נישט בכלל.

לעומת זה אין די קאלעדזעס איז סעיף אלף וויסען אז יעדעס זאך וואס לייגט זיך נישט אויף'ן שכל איז לויטער בולשיט, און ממילא איז דאס טאקע א סכנה פאר חרדיזים בכלל, ווייל ווען מען נעמט אוועק אלע בולשיט פין חרדים בלייבט איבער גארנישט מיט נישט.

דולה ומשקה » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:34 pm

· #145987
ASISA יוכיח
א טייערע הארציגע איבערגעבענע דאקטער, פון א עכט חסידישע היים, טראגט שטריימעל אין אין ווייסע זאקן.
ממנו ילמדו וכן יעשו.

הערשי » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:40 pm

· #145989
דולה ומשקה
ASISA יוכיח
א טייערע הארציגע איבערגעבענע דאקטער, פון א עכט חסידישע היים, טראגט שטריימעל אין אין ווייסע זאקן.
ממנו ילמדו וכן יעשו.

איך שטעל זיך פאר דער דר. אסותא האט זיך געלערנט דאקטעריי אין היימישע מוסדות.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:46 pm

· #145996
און איך שטעל מיר פאר אז דו האסט זיך אויסגעלערענט שרייבן אידיש אין פובליק סקול

דו קיהלער אינג

זלמן זאפיר » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:54 pm

· #146002
אן עקל אין א גרויל איר צי הערן
רעדט מיטן מאנרא'ער א'קצענט אין וויל מיר איינרעדן ווי גוט ס'גייט איר אין ווי שלעכט מיר גייט

מ. גליקמאן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:55 pm

· #146003
הערשי, ער פרובירט צו מאכן א פוינט אז עס איז נישט אזוי שלעכט ווי פרומט גאלדבערגער לייגט עס אראפ.
סיי די לערנען חלק איז פיל פיל בעסער אין אונזערע מוסדות ווי זי לייגט עס אראפ, אפשר טאקע נישט די בעסטע אבער נישט אזוי שלעכט אויך נישט. אין פאקט, דאס קענסטו פרעגן ביי סיי וועלכע ביזנעסמאן אין וויליאמסבורג, הייסן די בית רחל מיידלעך די בעסטע ארבעטער פאר א אפיס מער ווי סיי וועלכע אנדערע מוסדות, און דאס איז פאר א סיבה. די סיבה איז אז מען לערנט זיי גוט אויס און זיי קענען עס גוט. יא.
און אויך די חלק פון גיין זיך לערנען עפעס איז נישט אזוי אראפגעקוקט.
עס איז דא צענדליגער היימישע אינגעלייט אקאנטענטס, מען דארף האבן א דעגרי דערפאר דו ווייסט?
עס איז דא צענדליגער היימישע מיידלעך טעראפיסטס, מען ברויך א דעגרי דערפאר. און אזוי איז דא נאך אסאך אסאך.
עס קען טאקע זיין אז נישט אלע גייען אין קאלעדזש, אבער אסאך דערפון גייען יא, און אפילו די וואס גייען נישט אין קאלעדזש גייען זיי אבער אין ספעשאל סקול׳ס ווי COPE וואס לערנט דיך געהעריג.

גנדי » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:56 pm

· #146005
דולה ומשקה
ASISA יוכיח
א טייערע הארציגע איבערגעבענע דאקטער, פון א עכט חסידישע היים, טראגט שטריימעל אין אין ווייסע זאקן.
ממנו ילמדו וכן יעשו.


איך וויל מקיים זיין ממנו ילמדו וכן יעשו...

אז איך וויל מיין זון זאל אויסוואקסן אזוי ווי די דאקטער פון אסיסא, ער זאל זיין חסידיש מיט א שטריימעל און ווייסע זאקן, און האבן א מכובד'יגע פרנסה קלה ונקייה, זיין א דאקטער אין זיין הארציג איבערגעגעבן פאר אידישע קינדער

- ווי זאל איך אים שיקען לערנען?
- וואס עצה'סטע מיר און מיין ווייב צו טוהן?

בדחן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:06 pm

· #146037
@גנדי ער זאל טיען וואס אלע גוים וואס לערנען זיך א פאך טיען, שיק אים אים קאלעדש ער זאל עס קענענן, סימפל.

פארשטייט זיך אז ער זאל גיין אין רעגלעור חדר ביז ער ווערט 17 18 יאר, ווייל ווי נישט ווי די גוים גייען אויך אין סקול ביז די קאלעדש יארען,
און די ווילסט דאך ער זאל בלייבען א איד און ער זאל וויסען די בעסיקס יודשקייט ענינים ווי למשל אז ר"ה בלאזט מען מיט א שופר, די ניין טעג עסט מען מיליכגס, שבועות עסט מען טשיז קעיק, יו"כ ווארט מען עס זאל ווערן די זמן, און פסח מישט מען זיך נישט, אא"וו, העכסטענס אויב דאס וועט מאכען עטוואס שווערער צו ווערן אנגענימען און קאלעדש און עס וועט מאכען אז עס זאל אים נעמען יאר לענגער איז עס אויך ווערט ווייל נישט ווי ביסטו א א איד, די עיקר לייג דיר אוועק גענוג געלט צי קענענן באצאלען קאלעדש.

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:21 pm

· #146042
ס'איז מיר געקומען טרערן ביים אויסהערן דעם רעקארדינג. אמת'דיג!!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:22 pm

· #146043
אזעלכע ביליגע טרערן

בדחן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:31 pm

· #146048
זר זהב
אזעלכע ביליגע טרערן

א בעל בכי בטבע? אפילו ווי עס קימט נישט אריין?

נצבד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:54 pm

· #146056
קאלעדש-בדרך כלל- איז געמאכט פאר סאקער'ס און פאר דעם המון עם.
ווי אויך איז גוט פאר א לאנד צו האבען גראדואירטע גארביטש טראק דרייווערס,און טיטשערס וואס האבען זיך "געלערנט" פיר יאר,כדאי צו מאכען פופציק-זיבעציק טויזענט דאלער א יאר, אבער פארן יחיד?

אפשר העליך שפעטער מער מרחיב הדיבור זיין

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:56 pm

· #146058
זר זהב
דער מוישי (ביי 5:45) סאונד טעריבעל. זיין טאטע האט אים אויך נישט געלאזט גיין צו א וואויס קאוטש

קוק ווי מצוה'ט אפ דו ביסט.
פארוואס דן זיין א מענטש לויט זיין רעדן, אדער וועלכע אנדערע פיזישע אויסקוק??? דו ווייסט נאך נישט פון דעם אל תסתכל בקנקן?
דאס איז די חורבן! אז אפילו דאס וואס מ'לערנט שוין יא ביי אונז, געדענקט מען אויך נישט.

טאמבל סאס » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:59 pm

· #146061
נצבד, די ערגסטע אונטערדריקונג קעגן דעמאקראטיע, פרייהייט פון אינפארמאציע, און עולה אקעגן אינטעליגענץ איז נעמען א קינד, בחור אדער מיידל וואס קען און שטרעבט צו לערנען, און פון אים אוועקנעמען דער מעגליכקייט צו אויפוואקסן א געלערנטער גראדואירטער.
ווען נישט דער קאלידזש יחיד, ווי דו מאכסט אים אזוי אוועק. וואלסטו גארביטש טראק דרייווער, געדארפט צאמענעמען די מיסטן אויף א פערד און וואגן. דומקאפ.

הוגה » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 6:53 pm

· #146195
די אמת איז אז די עדיוקעישאן וואס די מיידלעך באקומען איז גאנץ נישקשה, און אויף א געשריבענע פארהער קענען זיי זיך פארמעסטן מיט מיידלעך פון די גוי'אישע שולעס. די עיקר deficiency וואס זיי האבן איז אין ליטעראטור. די הצדקה וואס די מוסדות גיבן זיך איז אז די ליטעראטור ביכער זענען נישט כשר. אבער אין די פעלדער פון מאטאמאטיק, שרייבען, גראמאטיק, היסטאריע און אפילו סייענס, גיבן רוב חסידישע שולעס גענוג אז א מיידל זאל קענען אריין גיין אין קאלעדזש אן קיין פראבלעם. יא, די לעוועל פון די ענגלישע שפראך איז גאנץ נידעריג, צוליב דעם וואס מען רעדט כמעט נאר אידיש, אבער איך מיין אז רוב נישט חסידישע און גוי'אישע מיידלעך וואס גייען אריין אין קאלעדזש האבן א לאו לעוועל ענגליש. מען רעדט דאך נישט דא פון גיין אין יעיל, סטענפארד אדער הארטפארד. איין פרוי פון סקווירא רעדט דארט, קען זיין אז אין סקווירא איז אנדערש; דארט לערנט מען נישט. איני יודע.

ביז דא איז די פאזאטיוו, ומכאן ואילך...

די סעקולארער (ענגליש) עדיוקעישאן ביי די יונגלעך איז שרעקליך און גרעניצט זיך מיט פשיעה מצד די עלטערן און די מוסדות. דאס חתונה מאכן א זון מיט אזא שוואכע נאלעדזש איז equivalent צו איבערלאזן א קינד אין א דזשאנגעל אן דעם וואס מען זאל אים ווייזן וועלכע געוויקסן זענען גיפטיג און וועלכע נישט.

בכלל איז די חינוך החרדי פול מיט mixed messages. מען איז מחנך די מיידלעך אז זיי זענען די עקרות הבית, כל כבודה בת מלך פנימה, זיי העלפן די מאן און קינדער לערנען וכו'. דערווייל, אז די מאן זיצט אין לערנט (אדער איז א כלי קדש) מוז די פרוי ארויס גיין ארבייטען, וואס איז געשעהן מיט כל כבודה? כ'האב געמיינט אז א פרוי דארף נאר קענען קאכן און באקן? פון די אנדערע זייט, די מאן איז למעשה די ענדגילטיגע breadwinner, די פרוי ווערט דאך פארנומען פאפן די פאפקארן און נאכן אריין רוקן א פינף שטיק דארף די מאן אויספיגערן ווי אזוי צו מאכן 75 טויזענט א יאר (אין צוגאב צו מעדיקעיד, פודסטעמפ, סעקשאן 8 און טעקס ריטורן). אויב די מאן איז די עיקר ביזנעסמאן און די פרוי די פאפקארן מאשין, דאן פארוואס לערנסטו סעקולארער שטודיעס מיט די מיידלעך און נישט מיט די יונגלעך? שוק די מיידלעך לערנען די ג' באבעס, און לאז די בחורים לערנען ווי אזוי אויס צו שרייבן א טשעק אן 7 גרייזן.

בנוגע גיין נעמען א דעגרי האבן שוין עטליכע דא געשריבן אז אסאך היימישער מענער און פרויען נעמען דעגריס. גערעכט, אבער עס איז נאך אלץ גאר שטארק אראפ געקוקט. 1) א סאטמארער מוסד (אדער עני חסידישע מוסד) וועט נישט ארויסווארפן א היימישע וואס האט גענומען א דעגרי, אבער זיי וועלן נישט אנעמען א פרעמדע וואס האט גענומען א דעגרי. 2) גיי פרעג רוב רבנים אויב זאלסט נעמען א דעגרי און רוב וועלן דיך פרובירן אפ צו רעדן דערפון און אנדערע וועלן דיר אפילו אסר'ן. ווען דער אינגערמאן אדער פרוי גייט זיך שוין יא לערנען, פילן זיי זיך ווי האלבע גוים. 3) די קולטור און די רבנים דיקטעטירן וועלכע דעגריס זענען אקצעפטבאר און וועלכע נישט. אקאונטינג, טעראפי, ספעשל עד, איז גוט. א פסיכילאג, און אן אדוואקאט וועט מען בלית ברירה אולי סובל זיין. אבער וואס איז מיט איינער וואס וויל ווערן א סייענטיסט, א מעדיצינישע ריסערטשער, א ביאלאגיסט, א מאטעמאטישאן, א היסטאריקער, א שרייבער, א ליטערערי פראפעסאר וכדומה, היעלה על הדעת אז מען קען דאס טון אין אונזער סיסטעם? מען וועט דאך אים/איר ארויסשטופן פון די קאמיוניטי ביז יענער וועט ווערן otd און דערנאך וועט מען זאגן "זעהסט? כ'האב געוויסט אז קאלעדזש וועט אים/איר מאכן פאר א כופר!"

די עיקר טענה איז נישט אזוי פיל צו מען לערנט יא אדער נישט גענוג. די עיקר טענה איז פארוואס נעמט מען אוועק די בחירה? ווער גיבט זיי די רעכט? דאס איז געהעריג עשיקת הנפש והחיים! שטייט א יונגערמאן ביי די דריי און צוואנציג און מען זאגט אים "אז דו ווילסט קענסטו גיין אין קאלעדזש, קיינער שטערט דיר נישט". אז ער וויל קען ער גיין? Really? קיין ענגליש האט ער קיינמאל געהעריג נישט געלערנט! קיין היי סקול דעגרי האט ער נישט! קיין געהעריגע שליטה אויף די ענגלישע שפראך! ער האט שוין 3 מיט א האלב קינדער (און א ווייב) צו שפייזן, קליידן און שוקן אין חדר. ער ווייסט כמעט נישט ווי אזוי אומצוגיין אין די סעקולארער וועלט! זיין ווייב מיינט אז ער איז א משומד נאר פארן וועלן גיין אין קאלעדזש! וואס וועלן זיינע עלטערן, שווער און שוויגער זאגן? ווי אזוי וועט מען אים אנקוקען אין שול? וועט מען אנעמען די קינדער אין מוסדות? וועט זיין גיין אין קאלעדזש אפעקטירן זיינע קינדער'ס שידוכים? אבער אויב ער וויל קען ער גיין. יישר כח חרדיזם, פארן זיין אזוי אקאמענדירנד צו אייערע קרבנות!

ממילא, ווען איך הער אזא אינטערוויו מאכט עס מיר פרייליך. עס מאכט מיר פרייליך צו הערן אז מיינע ברודער און שוועסטער זענען מצליח, אז זיי האבן aspirations עפעס אויף צו טון אין לעבן. (פארקערט פון אנדערע וואס פרייען זיך נאר ווען זיי הערן אז איינער איז אויף דראגס אדער האט נישט קיין דזשאב.) אויך מאכט עס מיר פרייליך ווייל עס דערמאנט מיר אז ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך. קרבה אל נפשי גאלה, די ישועה איז נאנט. אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן נישט דארפן לעבן אין פוסטע פאלטשקייט. אזוי ווי איחוד פעלד האט געשריבן, מען האלט אין מיטן אוועק שיילן די ב"ש פון חרדיזם.

איינע פון די תירוצים וואס חרדיזם גיבט פאר די הנהגה איז אז עס פעלט נישט אויס א דעגרי צו מאכן פרנסה. והא ראיה, זופניק לעפקאוויטש און עסטרייכער זענען קיינמאל אין קאלעדזש נישט געגאנגן. קודם כל, עס איז זיכער גרינגער צו טרעפן א דזשאב מיט א גוטע graduate degree. אבער נניח אז עס איז נישט גרינגער. און אויב איך וויל א דעגרי ווייל איך לעכץ אויף נאלעדזש און עדיוקעישאן? וואס אויב איך וויל זיין א דאקטאר ווייל איך וויל העלפן אנדערע מענטשן? אדער אפשר וויל איך זיין די סייענטיסט וואס וועט מאכן די נעקסטע היסטארישע breakthrough. פון וואו נעמען זיי די רעכט צו צו נעמען פון מיר די מעגליכקייט צו מאכן אזא decision?

אין מיטן די אינטערוויו זאגט די סקווירא פרוי א געוואלדיגע ליניע, כ'בין נישט זיכער אויב זי אליין האט געכאפט ווי גוט זי האט געזאגט. זי האט גערעדט פון די יונגע יארן אין שולע ווען זי האט אלץ געלעכצט און געדארשט צו קענען, וויסן און פארשטיין. זי פלעגט מקנא זיין די אנדערע מיידלעך אז זיי זענען אזוי צופרידן, זיי פעלט גארנישט, זיי זענען satisfied מיט וואס מען גיבט זיי, ווי גליקליך איז זייער לעבן. איך האב גאר שטארק געקענט איידענטיפייען מיט דער געפיל, אבער עס האט מיר אויך דערמאנט אז מיר זענען למעשה די על ראשי שכנת קל אידן.



.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:09 pm

· #146198
טאמבל סאס
קוק ווי מצוה'ט אפ דו ביסט.
פארוואס דן זיין א מענטש לויט זיין רעדן, אדער וועלכע אנדערע פיזישע אויסקוק??? דו ווייסט נאך נישט פון דעם אל תסתכל בקנקן?
דאס איז די חורבן! אז אפילו דאס וואס מ'לערנט שוין יא ביי אונז, געדענקט מען אויך נישט.

איך האב אים נישט דן געווען. איך האב בלויז געשריבן א אומוויכטיגער אבזערוואציע.

אבער דו האסט מיר יא דן געווען

בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 8:37 pm

· #146213
א הערליך שטיקל הוגה!!!

אליצפן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:22 pm

· #146216
הוגה
די עיקר טענה איז נישט אזוי פיל צו מען לערנט יא אדער נישט גענוג. די עיקר טענה איז פארוואס נעמט מען אוועק די בחירה? ווער גיבט זיי די רעכט? דאס איז געהעריג עשיקת הנפש והחיים! שטייט א יונגערמאן ביי די דריי און צוואנציג און מען זאגט אים "אז דו ווילסט קענסטו גיין אין קאלעדזש, קיינער שטערט דיר נישט". אז ער וויל קען ער גיין? Really? קיין ענגליש האט ער קיינמאל געהעריג נישט געלערנט! קיין היי סקול דעגרי האט ער נישט! קיין געהעריגע שליטה אויף די ענגלישע שפראך! ער האט שוין 3 מיט א האלב קינדער (און א ווייב) צו שפייזן, קליידן און שוקן אין חדר. ער ווייסט כמעט נישט ווי אזוי אומצוגיין אין די סעקולארער וועלט! זיין ווייב מיינט אז ער איז א משומד נאר פארן וועלן גיין אין קאלעדזש! וואס וועלן זיינע עלטערן, שווער און שוויגער זאגן? ווי אזוי וועט מען אים אנקוקען אין שול? וועט מען אנעמען די קינדער אין מוסדות? וועט זיין גיין אין קאלעדזש אפעקטירן זיינע קינדער'ס שידוכים? אבער אויב ער וויל קען ער גיין. יישר כח חרדיזם, פארן זיין אזוי אקאמענדירנד צו אייערע קרבנות!
.

👍 👍 👍
הוגה דו ביסט געוואלדיג!!

DotCom » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:25 pm

· #146232
באמת, היינט פעלט שוין עכט נישט אויס צו גיין אין קאלעדזש ווען מ'קען אלעס לערנען אויף די אינטערנעט, די מעלות פון לערנען אליינס זענען מערערע ווי למשל, ס'איז ביליגער, שנעלער, ס'נעמט 3 חדשים לערנען אליינס וואס אין קאלעדזש נעמט עס 3 יאר, נאך א מעלה אז מען קען טוישן לימודים אויב נאך א וואך זעהט מען זיך אריינגעפאלן אין א נישט פאסיגע לימוד, מ'הייסט קיינמאל נישט קיין דראפאוט, די חסרונות זענען אבער אז מ'האט נישט קיין טיטשער און חברים און ווי חז"ל האבן שוין געזאגט חבל על הבדים ווייל מ'איז עלול צו מאכן טעותים.

מענין לענין, איך האב אמאל גענומען פארט טיים קורסעס אין א היימישע קאלעדזש, ישיבה @ IDT, די ישיבה האט געהעריגע סדרים אינדערפרי און נאכמיטאג זענען זיי א געהעריגע קאלעדזש, כ'בין שטארק נתפעל געווארן די טיטשער'ס זענען רוב געווען שומתו"צ (דער פרעזידענט איז געווען איינער א סאטמארער ניימאן), איך האב געזעהן בחורים זעצן זיך לערנען צווישן די קורסעס, מען גייט זיך צו טענה'ן בדברי תורה מיט די טיטשער'ס (וואס זענען עכט דארט נאר צו לערנען לימודי חול), די תפילות זענען אויך געווען זייער ווארים מער ישיבה'ש ווי א שול, ס'א געמישאכטץ פון חסידים ליטוואקס יעקעס און וואס נישט, אלע געווען דארט זייער ערנסטע בחורים.

קול דודי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:28 am

· #146263
DotCom
באמת, היינט פעלט שוין עכט נישט אויס צו גיין אין קאלעדזש ווען מ'קען אלעס לערנען אויף די אינטערנעט, די מעלות פון לערנען אליינס זענען מערערע ווי למשל, ס'איז ביליגער, שנעלער, ס'נעמט 3 חדשים לערנען אליינס וואס אין קאלעדזש נעמט עס 3 יאר.

טאקע? כ׳האב נאך נישט געטראפן אזאנס. (כ׳האב יא געטראפן אסאך וואס שטעלן זיך אזוי פאר. ס׳הייסט, די רבי אין חדר האט דאך געזאגט אז אונז זעמער סאך קלוגער ווי די נערישע גוים!) כ׳האב אויך נאך נישט געטראפן איינער וואס האט געלערנט אין *דריי יאר* אליינס דאס וואס נעמט און קאלעדזש דריי יאר. אפשר אין צען יאר יא. אפשר.

אדרבה, פרוביר. ס׳איז דא היינט פריי אונליין קאלעדזש קארסעס. שרייב דיך איין אין פיר קארסעס (בערך וואס מען טוט אין קאלעדזש), אבער נוץ נישט די מאטיריאל וואס מען גיט דארט. ווען די זמן ענדיגט זיך נעם דער פארהער אין לאז אונז וויסן וואספארא מארקס די האסט באקומען. נאכדעם פרוביר די זעלבע מיט נאר צוויי קארסעס, אין איבערצייג דיך אליין אז ניטאמאל האלב וואס מען לערנט אין קאלעדזש קענסטו נישט לערנען אליין אין די זעלבע צייט.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:34 am

· #146269
דו פראביר, גיי אין קאלעדזש 20 יאר און קום מיר צוריק זאגן, נוץ יא אדער נוץ נישט וואטעווער, א מין גערעדעכץ, די אנליין קאלעדזשעס זענען עפעס א סקעם? גראדע אויף די ביסל וואס איך האב געלערנט אין מיינע קורסעס איז אלעס געווען מיט פרייוועט ווידיאוס און ביכער, כמעט גארנישט פון קאלעדזש.

קול דודי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:43 am

· #146273
דאטקאם, איך האב נישט קיין אנונג וואס דיין לעצטע תגובה מיינט. די האלצט טאקע אז די קענסט לערנען אין איין יאר וואס מען לערנט אין קאלעדזש אין דריי יאר? אויב די מיינסט אזוי איז עס א גרויסע טעות. ווי אלע וואס האבן דאס פרובירט (אלע וואס ווייסן וואס מ׳לערנט און קאלעדזש, נישט וואס שטעלן זיך פאר) וועלן דיר זאגן. יא, חלומען אז מ׳קען גייט טאקע סאך שנעלער.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:47 am

· #146275
לערנען לערנט מען די זעלבע זאכן, דעגרי'ס באקומט מען די זעלבע, (איך האב נישט גערעדט פון פרי קאלעדשעס) די שעות זענען אויך די זעלבע, נאר די קוריקולם אין קאלעדזש איז אויסגעשטעלט פאר א ציבור, א יחיד איז נישט אויסגעשטעלט צו דעם, נישט צו קיין ברעיקס, וועקעישאן'ס דעטס איט.

לאמיר דיר פרעגן, דו האסט שוין גענומען ביידע סיי געהעריגע קאלעדזש און סיי אנליין קאלעדזש?

קול דודי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:56 am

· #146279
DotCom
לערנען לערנט מען די זעלבע זאכן, דעגרי'ס באקומט מען די זעלבע, די שעות זענען אויך די זעלבע.

???
איך האב געפרעגט צו די מיינסט אז די קענסט לערנען *אליינס* (דהיינו *נישט* מיט די הילף פון א ערענסטע accredited! קאלעדזש, אונליין אדער סיי ווי) דאס וואס מ׳לערנט אין א קאלעדזש, אין א צענטל פון די צייט נאך דערצו! ווייל דאס איז וואס די האסט געזאגט לכתחילה.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:59 am

· #146280
אליינס האב איך געמיינט אן דארפן זיצן אין א קלעס.

קול דודי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:59 am

· #146281
אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען. ווייל אויב גייסטו אין אן ערענסטע אונליין קאלעדזש דעמאלטס גייסטו און קאלעדזש! פארשטיי איך נישט דיין פוינט לכתחילה.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:02 am

· #146282
קול דודי
אפשר האב איך נישט גוט פארשטאנען. ווייל אויב גייסטו אין אן ערענסטע אונליין קאלעדזש דעמאלטס גייסטו און קאלעדזש! פארשטיי איך נישט דיין פוינט לכתחילה.

מיין פוינט איז געווען ווי געשריבן, ס'איז ביליגער, שנעלער, נישטא קיין קאמיוט, די חסרונות האב איך אויך גראדע געהאט געשריבן.

גנדי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:13 am

· #146286
איך האב מיך אויך געהאלטען אייביג קלוגער פון די גויים. בפרט אז איך בין געגאנגען אין די ישיבות וואס מען פארהערט זייער שווער זיך איינצושרייבען. האב איך מיר איינגעשריבען צו Coursera.com זיי האבען קאלעדזש פראפעסערס וואס האבן גאנצע שיעורים.

וואס זאל איך אייך זאגן. ביי די צווייטע שיעור האב איך אויפגעגעבען. איך האב זיך געבראכען קאפ און נישט פארשטאנען.

Try out the website. <a class="postlink" href="Http://coursera.com">Http://coursera.com</a>

Try also <a class="postlink" href="http://www.khanacademy.org/">http://www.khanacademy.org/</a>

לאזט אונז וויסן ווי אזוי עס גייט.

בד״וו אפשר שרייבן מיר זיך אלע איין צוזאמען און מיר מאכן א אידישע קלאס. און זיך ארויס העלפן. און פארהערן?

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:45 am

· #146291
דאס אז דו ביסט קלוגער פון די גוים, מאכט דיר נאך נישט קענען אויטאמאטיש אלע הקדמות צום קאלעזש וואס דער גוי האט קונה געווען במשך אכט עלעמענטרי און דריי היי סקול יארן. הייב אן מיט די טעקסט ביכער פון די אינגערע יארן, איך גלייב דו קענסט אין א יאר פלייסיג לערנען קאווערן די מאטעריאל וואס דער גוי לערנט אין שולע במשך די יארן, אדער מעגליך עס וועט נעמען לענגער, בכל אופן, נאכן קענען די מאטעריאל די הקדמות וועסטו מסתמא טאקע קענען לערנען שנעלער די קאלעזש מאטעריאל ווי דער עוועריזש גוי - בהנחה אז דו ביסט טאקע קלוגער פון די גוים פארשטייט זיך.

וויאזוי ערווארטסטו צו קענען אין א מינוט תופס זיין אלע הקדמות וואס דער גוי לערנט אין יארן? דער גוי קען אויך נישט זיך געבן א זעץ אריין אין בריסקער ישיבה און פארשטיין ר׳ אברהם שוע׳ס שיעור, כאטש אלע טיטשערס האבן פאראויס געזאגט אויף אים גדולות ונצורות, און ער איז טאקע א מח עצום, מוז ער דאך קענען די א ב און עברי בעפאר.

בנוגע קריטיקעל טינקינג, איז עס א באקאנטע אנגענומענע טעאריע אז דאס לערנען די גמרא, ד. ה. דער אופן הלימוד בדרך קושיא ותירוץ, נישט סתם הלכות פסוקות, שארפט אויס דעם מוח. מען לערנט זיך אויס דורך צו טראכטן אלע צדדים און מעגליכקייטן פון די נושא. און יא, טראץ דעם וואס מיר זענען בטל לדברי ראשונים און קענען נישט קריגן אויף זיי למעשה, לערנט מען דאך אלע צדדים און קושיות וואס זענען פארהאן. און העכסטנס בלייבט מען מיט א צריך עיון. ונפק״מ ביי א זאך וואס מיר זענען נישט אבליגעיטעד זיך מבטל צו זיין צו די פריערדיגע, כגון גוי׳אישע לימודים, נוצט דער מח די אומשאצבארע טולס וואס מען האט זיך געשאפן פון לימוד התורה, און מען קען מבטל זיין און בויען כאוות נפשו.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:18 am

· #146296
איך קען א גוי וואס ביי די 30 איז ער געווארן א איד, נאך א יאר צוויי האט ער געקענט חומש, משניות, גמרא, משנ"ב ועוד.
און ער וואונדערט זיך, הלמאי פאר אידען, אזוי גערופענע "קלוגע", דארט יארן אנצוקומען דארט ווי ער האלט נאך קוים צוויי יאר....
א נערישע טענה, אז מ'הייבט אן אלף בית ביי די 3, נעמט עס יארן ביז משנה ברורה, משא"כ אז מ'הייבט אן מיט די שכל פון א 30 יעריגע, גייט דאס גאר שנעל.
דאך, א גוי וואס ווערט א איד, וועט נעמען יארן, כולי האי ואולי, צו זיין פלוענט אין אידיש וכו', אדער צו פארשטיין בעומק אונזער לעבנסשטייגער, דרגות אינערהאלב די שיכטען און די קרייזען, כאפן די איינגעגעסנע jokes ועוד.
והנמשל מובן

אליצפן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:44 am

· #146303
קאווע טרינקער
איך קען א גוי וואס ביי די 30 איז ער געווארן א איד, נאך א יאר צוויי האט ער געקענט חומש, משניות, גמרא, משנ"ב ועוד.
און ער וואונדערט זיך, הלמאי פאר אידען, אזוי גערופענע "קלוגע", דארט יארן אנצוקומען דארט ווי ער האלט נאך קוים צוויי יאר....
א נערישע טענה, אז מ'הייבט אן אלף בית ביי די 3, נעמט עס יארן ביז משנה ברורה, משא"כ אז מ'הייבט אן מיט די שכל פון א 30 יעריגע, גייט דאס גאר שנעל.

וואס דו שרייבסט איז א מורא'דיגע אינטרעסאנטע נקודה, וואס כ'האב עד היום נישט געכאפט.
דהיינו, ווען איך בין בעוה''ר געגאנגען אין קאלעדזש, האב איך אין צוויי חדשים אויפגעכאפט א סאבזשעקט, וואס א גוי האט גענומען אכט, אדער צוועלף יאר צו לערנען. למשל מאטעמאטיק האב איך אין געציילטע חדשים געלערנט און גוט געקענט פון פשוט'ע פלוס און מיינוס (וואס כ'האב שוין געקענט פון פארדעם) ביז די שווערסטע אלג'עברא און ג'עאמעטרי חשבונות.
און אזוי אויך אלע אנדערע שווערע נושאים האב איך משלים געווען אין א גאר קורצע צייט, ביחס צו וויפיל צייט עס נעמט א גוי דאס צו לערנען.
און כ'האב מיך אלעמאל געוואונדערט, וויאזוי קען עס זיין? זענען מיר יודן טאקע אזויפיל קלוגער ווי די גוים, אז ס'נעמט אונז חדשים דאס וואס דויערט זיי יארן? עד שבא קאווע טרינקער והאיר את עיני בסברתו הנפלאה. ותשחח''ל

אליצפן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:54 am

· #146307
ממרום שלח אש

נאר וואדען, פרעג א עווערעזש גוי א שאלה אין אלגעברא, ער/זי וועט דיר אנקוקן ווי פון די לבנה, כאטש אין פובליק סקול האט מען עס געלערענט. דאס איז די קוואליטי פון די פערזאנען וואס דאמפן אויף אונז.

לענ''ד ביסטו נישט גערעכט, אן עוורידזש עדיוקעטאד גוי מיט א היי טקול דיפלאמע קען גאר גוט אלג'עברא וכדו', דו רעדט אוודאי פון דעם שפאנישן שגץ וואס ברענגט דיר דעם גראסערי ארדער דאנערשטאג, נא אוודאי קען ער נישט קיין אלג'עברא.
און אגב, בעט עני עוורידזש בחור'ל אין ווילי אדער ק''י יוצאי סאטמאר, זאל דיר ליינען איין סענטענס פון דעם ענגלישן המודיע אדער יתד נאמן, און דיר מסביר זיין וואס דארט שטייט, אדער וואס די ווערטער מיינען.
איך ווארט צו הערן די רעזולטאטן

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:43 am

· #146337
רעזולטאטן: איך האב פונקט פאריגע וואך גערעדט מיט א 12 יעריג יונגעל, ער גייט שוין אריין אין גיטה ט', ער האלט שוין נאכן לערנען א 5-6 יאר ענגליש אין א היימישע מוסד, און איז בכלל נישט קיין שוואכע קינד, האב איך עם געפרעגט וועגן ענגליש אין יענע מוסד וויאזוי ס'גייט, זאגט ער פארשטייט זיך אז זיין טיטשער איז א משוגע'נער וכו', האב איך עם געבעטן צו ספעלן די נאמבער five, ער הייבט אן צו קראצן, פפפ.. פפפ... אקעי, סאו 'f' נאכדעם i, ווווו.. ווו.. v, שוין fiv! וואונדערבאר! בעט איך עם אפשר אידיש קענסטו יא? ספעל 5 אין אידיש, די זעלבע מעשה, און ווען כ'האב עם געבעטן צו ספעלן צוועלף אין אידיש האט ער אפילו נישט אנגעהויבן. יא יא, ווי מ'זאגט, נישט צו גאט, נישט צו לייט.

הערשי » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:56 pm

· #146496
איך האב דורכגעמאכט די דריי סארטן, אנליין קאלעדזש, סתם אנליין קורסעס, און א גשמיות'דיגער קאלעדזש. וועל איך דעריבער גיבן מיין אפשאצונג איבער די אונטערשיידן.

אין תוך איז דאם-קאם גערעכט. ס'איז שייך אלס זיך צו לערנען אליינס. פונקט ווי להבדיל געוויסע גדולי ישראל זענען אויסגעשטיגן דורך זיך אריינזעצען אין א בית-מדרש מיט א ש"ס און הארווען יומם ולילה אן קיינמאל גיין אין א רעכט ישיבה. אין מציאות אבער איז דאס נאר פאר יחידי סגולה. ווייניג בחורים קענען אזוי אויסשטייגן. קוים וואס זיי האבן עפעס תלמודו בידו פון קנאקן פינף יאר אין ישיבה. די סיבות זענען פארשידנארטיג, און יעדערן כאפט אן אנדער נקודה לפי תכונות נפשו.

די משנה זאגט אין אבות, "עשה לך רב וקנה לך חבר". ס'איז דא וועלכע לערנען בעסער בדיבוק חברים. אנדערע פעלט זיך דוקא אויס דעם קנאת סופרים, צו איבערשטייגען פלוני און אים מנצח זיין בהלכה. ווידער אנדערע דארפן נויטיג דעם שיעור, ספעציעל א שיעור פתיחה, אן איבערזיכט אויפן ענין פאר מ'לאזט זיך ארויס שווימען אינעם ים התלמוד.

מ'דארף צו פארמאגן שטארקע דיסציפלין צו זיין די אייגענע באלעבאס. די ערשטע וואך פארט מיט א התחדשות, אבער נאכדעם שטאלפערט מען זיך אן אין א שווערע סוגיא וואס מ'פארשטייט נישט באלד און מ'פאלירט די חשק. אין די ראמען פון א קאלעדזש קורס ווייסט מען אז מ'מוז ווייטער גיין. נישטא קיין חכמות. מ'מוז דורכמאכן די קורס, ווייל אז נישט גייט מען דורכפאלן און מ'וועט דארפן זיין חוזר לראש, פריש איינצאלן, בלייבן אונטערשטעליג, און ועל כולם באקומען א שלעכטע צייכן. די פרעשור צווינגט צו א התמדה וואס אין רוב הציבור יכול לעמוד בו על דעת עצמו. אז זמן הבחינה אויף פרקים 8-15 איז באשטימט אויף קומעדיגע וואך דינסטאג, מיינט דאס קיין שבת נאכמיטאג שלאף, קיין חנוכה פארטיס, און וואכנאכטס אין כאן, אבל יש כאן צוויי קאנעס רויטע-שטירן און לילה כיום יאיר. הבוקר אור און מען קען זיך לאזן פארהערן אויף פרקים 8-15. פינטל. און אזוי, און נאר אזוי, קען מען ערגעץ אנקומען.

נאך א נקודה איז דירעקציע. אין בבא קמא הייבט מען צומאל אן פרק מרובה פאר מ'גייט צוריק צו די ארבעה אבות. א קאלעדזש קורס קומט מיט א סילאבוס, וואס גיבט אנווייזונגען וואו צו לערנען ערשט, וואס איבערצוהיפן, וואס ס'איז פונדעמאנטאל און מ'דארף דורכאקערן ימים רבים, ויש אשר יהיה הענן ימים מספר. קאלעדזשעס גיבן נישט ארויס זייערע סילאביי. אויב מ'האט א חבר קען מען אבער פארשאפן איינס אזוינס און ס'קען זיין זייער נוצבאר.

ווייטער איז דא פארשידענע טעכנישע נושאים וואס מטבע הדברים מוז מען זיין פיזיש אנוועזנד. מ'קען זיך נישט לערנען אויפן קאמפיוטער צו אפערירן, פליען, אדער אפילו קראצן א רוקן, וכדומה.

אנליין קאלעדזשעס זענען על פי רוב וואס מ'רופט דיפלאמע פאבריקן. זיי רעכענען טויזענטער דאלארן און גיבן דיר דערפאר סך הכל אפאר ביכער און צוטריט צו א שיין וועבזייטל. גארנישט מיט נישט. רויבער און שווינדלער וועלכע לאקערן אויף וועטעראנען און פעלל-גרענט בארעכטיגטע פאר וועמען דער רייכער פעטער באצאלט אן קיין חשבון. א סקאנדאל וואס קאנגרעס טוט נישט רעכט אדרעסירן. והעולה על כולנה, זייערס א דעגרי איז ווערד לצור על פי צלוחית.

לפי מיטב ידיעתי זענען דא ווייניג קאמיוניטי קאלעדזשעס וואס שטעלן פאר א גאנצער פראגראם אויפן אינטערנעט פאר א צוגענגליכע פרייז. קען זיין איך בין נישט דערהיינטיגט. דאס בעסטע וואס זיי שטעלן פאר זענען הייבריד. א טייל קלאסן פיזיש און א טייל ווירטואל. מיין עקספיריענס איז אז ווירטואלע קלאסן --וואס זענען ווערד עפעס-- זענען פיל שווערער ווי רעגולארע קלאסן. אין געוויסע דארף מען שרייבן צוויי עסייען א וואך, און אין אלע מוז מען אנטייל נעמען אין ווירטואלע דיסקוסיעס.

פרייע אנליין קורסעס קומען צוניץ וועל מ'וויל זיך דערלערנען א געוויסער ענין. קיין דעגרי קען מען דערפון נישט קריגן, און אן א דעגרי ביסטו סתם אזוי א קלוגער און טויגליכער. פאר דיין היימישער באלעבאס וועט דאס מסתמא זיין גענוג.

לגבי אויפכאפן די לימודים שנעלער ווי אלגעמיין, איז מעורבב אמת און שקר. ביי געוויסע שווערע עניינים איז צוטרעפליך דער מאמר החכם " מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן". אויב די מושגים זענען שטארק פרעמד נעמט עס צייט ביז עס זעצט זיך אין קאפ. איר קענט למשל אויפכאפן כעמיע אין דריי וואכן, אויב האט איר א גוט קעפל קיינעהארע, אבער ליבערשט לערנט עס אויסגעצויגן איבערן יאר. דאס מערהייט מענטשן וועלן בעסער ארויסהאבן פרק 23 ווען פרקים 1-6 זענען ביי זיי איינגעגעסן ווי א טבע שני, און נישט ערשט פאריגע וואך געלערנט.

נישט אריינגיין צו אידן זענען בדרך כלל קלוגער, איז אבער ברור אז א היימישער וועלכער איז פונה ליבו צו קונה זיין חכמה איז מער קלוג און מער מאטיווירט ווי דער דורכשניטליכער סטודענט, און האט דערפאר בעסערע שאנסן פאר הצלחה, און קען עררייכען מער אין ווייניגער צייט.

דעת תורה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:41 pm

· #146526
וואס מיינסטו אז די אנליין דעגרי'ס זענען ראוי לצור על פי צלוחית? איך קען נישט באקומען קיין לעגאלע לייסענס (די זאכן וואס מען דארף האבן לעגאלע לייסענס צו פראקטיצירן) על גבי א אנליין בעטשלער'ס דעגרי?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:32 pm

· #146563
טאמער ארבעסטו פאר זיך יא, אבער אויף א רעזומעי מאכט שטארק אויס נישט נאר אויב מ'האט א דעגרי, נאר אויך וואו מ'האט עס באקומען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:06 pm

· #146579
הערשי

נישט אריינגיין צו אידן זענען בדרך כלל קלוגער, איז אבער ברור אז א היימישער וועלכער איז פונה ליבו צו קונה זיין חכמה איז מער קלוג און מער מאטיווירט ווי דער דורכשניטליכער סטודענט, און האט דערפאר בעסערע שאנסן פאר הצלחה, און קען עררייכען מער אין ווייניגער צייט.

דו שטעלסט א אינגערמאן, א יחיד, אשר לבבו פונה להרבות חכמה דעת ומדע, צו א "דורכשניטליכער סטודענט" וואס איז אין קאלעדש פאר די זעלבע סיבה פארוואס א בחור איז אין ישיבה.
אז מ'איז נייגעריג צו וויסען און צו לערנען, קומט מען אן. יא קאלעדש נישט קאלעדש.
די חילוק איז נאר, אז אמאל א מענטש ווייסט אליינס נישט וואס ער קען און צו וואס ער פארשטייט, אזא איינער, אויב גייט ער דורך דעם קאלעדש סיסטעם, פון אזויפיל שיעורים און קאורסעס טרעפט ער א major וואס איז קרוב ללבו, און פון דארט גייט ער ווייטער (און אלע אנדערע זאכן וואס ער האט געלערנט קומט אים צוניץ דא און דארט).
אפילו אין ישיבה גופא, ווען די לימודים וואלטן געווען מער קאלארפול, און optional, וואלטען ארויסגעקומען פון דארט פרייליכע מענטשען, אבער לויט די מצב יעצט, זעהן מיר אויס פונקט ווי די כפרות אין די שכנות'דיגע אשכולות.

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:41 pm

· #146591
די עולם טענה'ט זיך דא צו מען קען נעמען קארסעס אנליין אדער אויב מען דארף גיין אין קאלעדזש, אין קלאסן. די אמת איז הא לן והא להו. א undergraduate degree קען מען זיכער נעמען אנליין, ספעציעל אויב מען דארף נישט נעמען קיין ספעשילטי קלעסיס, אויך קען מען לערנען אין דער היים און נעמען clep exams. פארשטייט זיך אז ווי ווייניגער מען איז עדיוקעיטעד די שווערער עס איז צו לערנען אליינס. אויך מיז מען געדענקן אז ערענסטע graduate schools וועלן זיך שטארק ביים אנעמען סטודענטן, און רוב גוטע וועלן נישט אנעמען אויב מען האט נישט אן 'ערענסטע' דעגרי.

אויך קורסעס אויף נושאים ווי מארקעטינג, חינוך פיינענסעס איז דא לרחצה אנליין. אבער איינער וואס דארף א פול דעגרי קען עס נישט טון אויב ער גייט אין א געהעריגע קאלעדזש.

אדרבא, איר האלט אז איך בין נישט גערעכט? גיי ארויס און טרעף מיר איין גוטע CPA, דאקטאר, טעראפיסט, ספעשל עד טיטשער, סאשעל ווארקער, MBA graduate, סייענטיסט וכדומה וואס האט נישט געלערנט אין קלאסן! אויב וואלט מען געקענט לערנען אנליין וואלטן עס מענטשן געטון.

לסיכום, קלייניקייטן, אדער געוויסע קורסעס קענט איר טון אנליין אדער אין דער היים מיט ביכער אויב האט איר גענוג נאלעדזש. א פול דעגרי איז אוממעגליך.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:54 pm

· #146597
איך וויל ווערן א פיילאט, איך פארשטיי אז איך קען נישט ארייברענגען א פליגער אינדערהיים און איך וועל מוזן גיין אין א פלייט סקול, וואס דארף איך אלס לערנען כדי צו ווערן אנגענומען אין קאלעדזש?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:56 pm

· #146600
אן א GED איז נישט דא קיין דריסת הרגל.
אפשר מאכט מען א קאמפיין "חסידים-פאר-GED"?

הוגה » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:06 pm

· #146605
קאווע טרינקער
אן א GED איז נישט דא קיין דריסת הרגל.
אפשר מאכט מען א קאמפיין "חסידים-פאר-GED"?


עס איז שוין דא אן ארגעניזאציע וואס טוט דאס...

Footsteps
בלאט: 1 2