☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נסיונות און נצחונות. חסידים גייען אין קאלעדש.

נסיונות און נצחונות. חסידים גייען אין קאלעדש.

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4617
בלאט: 1 2

אליצפן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:13 pm

· #146610
DotCom
איך וויל ווערן א פיילאט, איך פארשטיי אז איך קען נישט ארייברענגען א פליגער אינדערהיים און איך וועל מוזן גיין אין א פלייט סקול, וואס דארף איך אלס לערנען כדי צו ווערן אנגענומען אין קאלעדזש?

אריינצוגיין אין פלייט סקול מוז מען האבן א בעטשלאר'ס דעגרי.
איך חלום שוין לאנג פון ווערן א פיילאט, אבער פאר א חסיד'ישער יונגערמאן איז עס גאר א ווייטע סטשרעטש כמובן.
ווי אויך קען נעמען לאנגע יארן ביז מ'ארבייט זיך ארויף צו פאזיציע וואס באצאלט עפעס א מענטשליכען געהאלט.

בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:17 pm

· #146617
הוגה
קאווע טרינקער
אן א GED איז נישט דא קיין דריסת הרגל.
אפשר מאכט מען א קאמפיין "חסידים-פאר-GED"?


עס איז שוין דא אן ארגעניזאציע וואס טוט דאס...

Footsteps



ניין זיי העלפן נישט חסידים, נאר אויב פלאנט איר איבערלאזן אידישקייט. אגב איך האב גענומען דעם ged טעסט נאך מיין חתונה און געפעסט אלע פינף חלקים ביים ערשטן מאל אן פוטסטעפס מיט זייער בלאף.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:19 pm

· #146618
די לייק אויף איז דיין גוטע מעשים.
די חלק אז פוטסטעפס איז בלאף, איז א באזונדערע שמועס.

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:36 pm

· #146626
אליצפן

ווי אויך קען נעמען לאנגע יארן ביז מ'ארבייט זיך ארויף צו פאזיציע וואס באצאלט עפעס א מענטשליכען געהאלט.

כאפסט נישט, איך פלאן דערנאך צו עפענען א עירליין, איך מוז דאך אבער אנפאנגען ערגעץ 😂

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:39 pm

· #146628
וועלכע גלייכן ענק מער באואינג אדער עירבאסס?

נצבד » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:50 pm

· #146636
וועסט ערשטוינט ווערען ווען דו וועסט געוואהר ווערען וואסערע קליינע פראצענט לויערס,דערשלאגען זיך צו א מענטשליכע געהאלט

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:15 am

· #146646
זר זהב
וועלכע גלייכן ענק מער באואינג אדער עירבאסס?

עירבאס

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:26 am

· #146665
נצבד
וועסט ערשטוינט ווערען ווען דו וועסט געוואהר ווערען וואסערע קליינע פראצענט לויערס,דערשלאגען זיך צו א מענטשליכע געהאלט

אנטשולדיגט, אבער איר ווייסט ממש נישט וואס איר רעדט.
דער דורכשניליכער געהאלט פאר אן ערשטע יאר לויער איז איבער $140,000, און אין ניו יארק איז עס $160,000 . און דער דורכשניטליכער לויער מאכט הונדערט זיבעציג אלפים א יאר אין ניו יארק.
און אויב דער דורכשניט איז אזוי הויעך מיינט עס אז א ריזיגע חלק לויערס מאכן מער. ווייל ווי פארשטענדליך איז דער דורכשניט אייביג פיל נידריגער ווי דער מציאות בשטח.
איך האב לעצטע וואך גערעדט מיט א 33 יעריגע פרייע יוד א לויער, זאגט ער מיר אז ער האט לעצטנס גענדיגט זיןן טעקס ריטורן, און ער האט פארדינט קרוב צו צוויי מיליאן דאללאר דעם פארגאנגענעם יאר! און ער זאגט אז ער הייסט אפילו נישט אזא גרויסע אדער גוטער לויער, ער איז פשוט עפעס א פופטע ראד צום וואגן אין עפעס א געזעץ פירמע, און ער האט חבירים וואס מאכן פיל מער ווי אים.
סא איידער איר קומט פארקויפן וועגן לויערס, טוטס אייער האומווארק.

בן תמליון » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 8:10 am

· #146680
ר' אליצפן האומווארק וואלט געווען א גוטע זאך. דער טשארט וואס איר לינקט צו, רעדט פון 'מידיען סעלעריס' מידיען און עוועריזש זענען צוויי באזונדערע זאכן. מידיען הייסט א מיטל פונקט, פופציק פראצענט זענען העכער און פופציק זענען נידריקער. אלזא אויב מידיען איז צוויי הונדערט אלפים מאכן פופציק פראצענט אונטער דעם. אגב ער זאגט אז אין קליינע פירמעס אןנטער 25 ארבעטער איז דער מידיען 70-80 אלפים, דאס איז באלד ווי בי ענד עזש ארבעטער.

איך ווייס נישט וואס בי עס דיין חבר לויער האט אייך פארקויפט , אבער א לויער אויב געלונגט איהם נישט זיך צו מאכן א גוטן נאמען קען זיך זייער מוטשען.

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 9:24 am

· #146694
כאילו, די וויכטיקייט פון לערנען / קאלעדש ווענדט זיך וויפיל געלט א עורך דין מאכט.

א גוי, אן קאלעדש קען נישט באקומען קיין B&H דזאב אויך נישט.

דעת תורה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 9:59 am

· #146703
אוי ווי גוט צו זיין א איד!

(כ'מיין אבער אז סאיז נישט אינגאנצן ריכטיג. צו האבן א בלו קאלער זשאב ברויך מען האבן א מעסטער'ס דעגרי?)

הוגה » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:59 am

· #146733
איך זעה אז די עולם איז דא אביסל פארפארן פון די ארגינעלע שמועס און יעצט דעבאטירט מען אויב מען קען מאכן מער געלט מיט א דעגרי אדער נישט. כאילו די גאנצע וועלט ענען א באנדע שוטים און זיי ווייסן נישט וואס די פאר "קלוגע" אידן אין וויליפעסט ווייסן, נעמליך א קאלעדש איז א וועיסט אוו טיים ענד מאני. אבער בעצם איז דער שמועס בכלל נישט רעלאווענט. רוב מענטשן (עכ"פ וואס איך קען) גייען נישט צו באקומען א דעגרי ווייל זיי ווילן דוקא מאכן מער געלט. רוב מענטשן גייען ווייל ס'ציט זיי צו דער ספעציפישע פראפעשאן. ביי איינעם איז עס דאקטעריי, ביי א צווייטע איז עס געזעץ, ביי א דריטע איז עס סאשעל ווארק א.א.וו.

ווען די מענטש וואלט געגאנגן פאר די דעגרי נאר פאר די געלט וואלט ער מן הסתם גענומען א דעגרי וואס גיבט אים בעסערע טשאנסן צו מאכן מער געלט. די טעראפיסט וואלט געגאנגן פאר סאשעל ווארק, די סאשעל ווארקער וואלט געגאנגן פאר פסיכילאגיע, די אדוואקאט וואלט געגאנגן פאר אן MBA וכו'.

וממילא אי דער נער'ישע שפעטישע גאנג בכלל נישט נוגע דא.

קול דודי » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:49 am

· #146755
DotCom
איך וויל ווערן א פיילאט, איך פארשטיי אז איך קען נישט ארייברענגען א פליגער אינדערהיים און איך וועל מוזן גיין אין א פלייט סקול, וואס דארף איך אלס לערנען כדי צו ווערן אנגענומען אין קאלעדזש?

צו מאכן פיילאטס לייסענס ברויך מען נישט א קאלעדזש דעגרי. מעגליך אבער אז די גרויסע לופטליניעס וועלן נישט אננעמען איינעם אן א קאלעדזש דעגרי (אין סיי וואס, נאר כדאי צו ווייזן אז מ'האט די קאפ אפן פלאץ.) אבער אנצוקומען צו די גרויסע לופטליניעס אי א לאנגער און שווערער וועג. ס'רוב נייע קאמערשיעל פיילעטס מאכן קוים לחם לאכול.

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 11:52 am

· #146757
דאם קאם, קענסט נאך אלץ גיין אין מיליטער. 😂 מסתמא אז דו קומסט פון דארט ארויס, וועסטו לייכטער באקומען א דזשאב ביי א גרויסע לופטליניע.

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:10 pm

· #146763
בן תמליון
ר' אליצפן האומווארק וואלט געווען א גוטע זאך. דער טשארט וואס איר לינקט צו, רעדט פון 'מידיען סעלעריס' מידיען און עוועריזש זענען צוויי באזונדערע זאכן. מידיען הייסט א מיטל פונקט, פופציק פראצענט זענען העכער און פופציק זענען נידריקער. אלזא אויב מידיען איז צוויי הונדערט אלפים מאכן פופציק פראצענט אונטער דעם. אגב ער זאגט אז אין קליינע פירמעס אןנטער 25 ארבעטער איז דער מידיען 70-80 אלפים, דאס איז באלד ווי בי ענד עזש ארבעטער.

איך ווייס נישט וואס בי עס דיין חבר לויער האט אייך פארקויפט , אבער א לויער אויב געלונגט איהם נישט זיך צו מאכן א גוטן נאמען קען זיך זייער מוטשען.

איך ווייס וואס מידיען מיינט כ'בין נישט נעכטן געבוירן, נאר אויף יודיש איז נישטא קיין ווארט פארדעם האב איך געשריבן וועגן עוורידזש. עס איז איז כמעט די זעלבע סכום אין דער פאל פון לויערס. איך וועל אייך באלד לינקן צו אן אנדערע סייט וואס כ'האב לעצטנס געזען וואס דארט רעדט ער יא פון עוורידזש, און דארט שרייבט ער אז דער עוורידזש איז הונדערט פופציג, דער נידריגע עוורידזש איז הונדערט צוואנציג, און דער הויכער דורכשניט איז קרוב צו צוויי הוננדער אלפים.
ווי אויך וואס איר זאגט וועגן א גוטע נאמען, ווענדט זיך וואספארא מין לויער א קרימינאל לויער מוז טאקע האבן א גוטע נאמען, אבער א קארפאראט לויער וואס מאכט ריעל עסטעיט דיעלס, ביזנעס קאנטראקטן וכדו' מוז נישט האבן אזא גוטע נאמען.
באטטאם ליין, אויסער אויב איינער האט אן אייגענע ביזנעס, איז זיין א לויער די דזשאב וואס באצאלט געווענטליך די מערסטע געהאלט.

גלות יוד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:14 pm

· #146766
איך האב אפאר חברים וואס האבן לייסענס פאר א פליגער ס'יז נישט אזא שווערע זאך אבער פון א קליינע סעסנא פליגער ביז א קאמערשאל עירליינער פילאט איז א לאנגע וועג מ'דארף זיין א גרוש אדער א סינגל דאס צו עררייכן

אליצפן » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 5:20 pm

· #146867
בן תמליון
ר' אליצפן האומווארק וואלט געווען א גוטע זאך. דער טשארט וואס איר לינקט צו, רעדט פון 'מידיען סעלעריס' מידיען און עוועריזש זענען צוויי באזונדערע זאכן. מידיען הייסט א מיטל פונקט, פופציק פראצענט זענען העכער און פופציק זענען נידריקער. אלזא אויב מידיען איז צוויי הונדערט אלפים מאכן פופציק פראצענט אונטער דעם. אגב ער זאגט אז אין קליינע פירמעס אןנטער 25 ארבעטער איז דער מידיען 70-80 אלפים, דאס איז באלד ווי בי ענד עזש ארבעטער.

איך ווייס נישט וואס בי עס דיין חבר לויער האט אייך פארקויפט , אבער א לויער אויב געלונגט איהם נישט זיך צו מאכן א גוטן נאמען קען זיך זייער מוטשען.

שוין דא האט איר @בן תמליון, כ'האב געפונען דעם וועבזייטל וואס כ'האב נעכטן געזוכט. דער דורכשניטליכער געהאלט פון א לויער אין אמעריקא איז $130,000, און אין ניו יארק איז עס פיל העכער ווי דעם.
ווידעראום דער מידיען געהאלט איז $150,000 אין אמעריקא, און איבער $170,000 אין ניו יארק סיטי.
און נאך איין וויכטיגע נקודה וואס מען דארף נעמען אין באטראכט, איז אז אויב דער מידיען איז אזוי הויעך מיינט עס אז מען קען דארט מאכן גאר אסאך געלט, ווייל קוקטס למשל אין ברוקלין, ווי דער מידיען אינקאם איז בערך$32,000 , און ווי פארשטענדליך מאכן רוב היימישע געלונגענע יונגערלייט סך מער פון דעם, און דער סיבה פארדעם איז פשוט, ווייל דער מידיען איז געבויט אויף אלע מענטשן פון שטאט, ובכללם היימלאזע, ארבעטסלאזע, אימיגראנטן וכדו' וואס זיי שלעפן שטארק אראפ דעם אינדעקס. והוא הדין אין יעדע קאריערע פעלד אדער שטאט, אויב איז מען עטוואס געלונגען קען מען זיך רעכענען צו פארדינען פיל פיל מער ווי דער מידיען. און לפי זה אויב דער מידיען ביי לויערס איז 150,000-170,000 טויזנט, קען זיך א היימישער גמרא קאפ יונגערמאן רעכענען אויף סאך מער.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 6:40 pm

· #146877
איך האב א פרענד וואס האט לייסענס צו דרייוון א פאפירענעם פליגער, ער איז אייביג געווען אבסעסט דערמיט נאך אין חדר. און מיט דעם אלעם טויג ער אויף כפרות, ס'פאלט אייביג אראפ גלייך ווען ער ווארפט עס

outspoken » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 5:31 pm

· #147110
א טיפע בליק פון א רבן של ישראל
📎 3.jpg 📎 1.jpg 📎 11.jpg

outspoken » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 5:42 pm

· #147117
אין איין ווארט, ער זאגט אז צופארשטיין תורה דארף מען קענען חכמת העמים, אבער אויב מ'הייבט אן מיט חכמת העמים בלייבט מען דארט.(אזוי ווי ס'האט זיך אזוי אויסגעשטעלט ביי די משכילים)

דעת תורה » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 7:43 pm

· #147160
געוואלדיגע רייד פונעם הייליגן חת"ס. ייש"כ פארן צוברענגען.

לפי דבריו איז דער נוהג שבעולם היינט, אז ביז די צוואנציג פלוס מיינוס איז מען עוסק אין תורה און נאכדעם לאזט מען זיך ארויס אויף דער ברייטער וועלט (אינטערנא"ט בלע"ז) ממש איידיעל.

מאטי » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 8:59 pm

· #147187
אהער אהין מ׳טענה׳ט זיך ארויף אראפ באטטאם ליין! קען א אינגערמאן פון דריי און דרייסיג יאר זיך דערשלעפן צו א דעגרי? אויב יא וויאזוי? זאלן די עקספערטן פארלייגן די פלענער.

אליצפן » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 11:07 pm

· #147220
moti107
אהער אהין מ׳טענה׳ט זיך ארויף אראפ באטטאם ליין! קען א אינגערמאן פון דריי און דרייסיג יאר זיך דערשלעפן צו א דעגרי? אויב יא וויאזוי? זאלן די עקספערטן פארלייגן די פלענער.

בהחלט יא. אויב קענסטו אויף עפעס אן אופן אוועקגעבן דריי שעה א נאכט, פאר צוויי- דריי מאל א וואך, במשך א יאר צייט, קענסטו באקומען א בעטשלארס דעגרי. פארשטייט זיך ס'קומט צו נאך זאכן וואס נעמען אויף צייט, ווי חזרה, שרייבן עסייען וכדו', אבער בעיקר באשטייט עס פון זעקס ביז ניין שעה א וואך זיצן אין קלאס. איך קען פערזענליך אסאך יונגערלייט וואס ארבייטן פול טיים, און האבן זיך געמאכט קאלעדזש דעגריס.
פאר מער פרטים ווענד זיך אין אישי.

its me » פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:34 pm

· #185451
הערשי
איך האב דורכגעמאכט די דריי סארטן, אנליין קאלעדזש, סתם אנליין קורסעס, און א גשמיות'דיגער קאלעדזש. וועל איך דעריבער גיבן מיין אפשאצונג איבער די אונטערשיידן.

אין תוך איז דאם-קאם גערעכט. ס'איז שייך אלס זיך צו לערנען אליינס. פונקט ווי להבדיל געוויסע גדולי ישראל זענען אויסגעשטיגן דורך זיך אריינזעצען אין א בית-מדרש מיט א ש"ס און הארווען יומם ולילה אן קיינמאל גיין אין א רעכט ישיבה. אין מציאות אבער איז דאס נאר פאר יחידי סגולה. ווייניג בחורים קענען אזוי אויסשטייגן. קוים וואס זיי האבן עפעס תלמודו בידו פון קנאקן פינף יאר אין ישיבה. די סיבות זענען פארשידנארטיג, און יעדערן כאפט אן אנדער נקודה לפי תכונות נפשו.

די משנה זאגט אין אבות, "עשה לך רב וקנה לך חבר". ס'איז דא וועלכע לערנען בעסער בדיבוק חברים. אנדערע פעלט זיך דוקא אויס דעם קנאת סופרים, צו איבערשטייגען פלוני און אים מנצח זיין בהלכה. ווידער אנדערע דארפן נויטיג דעם שיעור, ספעציעל א שיעור פתיחה, אן איבערזיכט אויפן ענין פאר מ'לאזט זיך ארויס שווימען אינעם ים התלמוד.

מ'דארף צו פארמאגן שטארקע דיסציפלין צו זיין די אייגענע באלעבאס. די ערשטע וואך פארט מיט א התחדשות, אבער נאכדעם שטאלפערט מען זיך אן אין א שווערע סוגיא וואס מ'פארשטייט נישט באלד און מ'פאלירט די חשק. אין די ראמען פון א קאלעדזש קורס ווייסט מען אז מ'מוז ווייטער גיין. נישטא קיין חכמות. מ'מוז דורכמאכן די קורס, ווייל אז נישט גייט מען דורכפאלן און מ'וועט דארפן זיין חוזר לראש, פריש איינצאלן, בלייבן אונטערשטעליג, און ועל כולם באקומען א שלעכטע צייכן. די פרעשור צווינגט צו א התמדה וואס אין רוב הציבור יכול לעמוד בו על דעת עצמו. אז זמן הבחינה אויף פרקים 8-15 איז באשטימט אויף קומעדיגע וואך דינסטאג, מיינט דאס קיין שבת נאכמיטאג שלאף, קיין חנוכה פארטיס, און וואכנאכטס אין כאן, אבל יש כאן צוויי קאנעס רויטע-שטירן און לילה כיום יאיר. הבוקר אור און מען קען זיך לאזן פארהערן אויף פרקים 8-15. פינטל. און אזוי, און נאר אזוי, קען מען ערגעץ אנקומען.

נאך א נקודה איז דירעקציע. אין בבא קמא הייבט מען צומאל אן פרק מרובה פאר מ'גייט צוריק צו די ארבעה אבות. א קאלעדזש קורס קומט מיט א סילאבוס, וואס גיבט אנווייזונגען וואו צו לערנען ערשט, וואס איבערצוהיפן, וואס ס'איז פונדעמאנטאל און מ'דארף דורכאקערן ימים רבים, ויש אשר יהיה הענן ימים מספר. קאלעדזשעס גיבן נישט ארויס זייערע סילאביי. אויב מ'האט א חבר קען מען אבער פארשאפן איינס אזוינס און ס'קען זיין זייער נוצבאר.

ווייטער איז דא פארשידענע טעכנישע נושאים וואס מטבע הדברים מוז מען זיין פיזיש אנוועזנד. מ'קען זיך נישט לערנען אויפן קאמפיוטער צו אפערירן, פליען, אדער אפילו קראצן א רוקן, וכדומה.

אנליין קאלעדזשעס זענען על פי רוב וואס מ'רופט דיפלאמע פאבריקן. זיי רעכענען טויזענטער דאלארן און גיבן דיר דערפאר סך הכל אפאר ביכער און צוטריט צו א שיין וועבזייטל. גארנישט מיט נישט. רויבער און שווינדלער וועלכע לאקערן אויף וועטעראנען און פעלל-גרענט בארעכטיגטע פאר וועמען דער רייכער פעטער באצאלט אן קיין חשבון. א סקאנדאל וואס קאנגרעס טוט נישט רעכט אדרעסירן. והעולה על כולנה, זייערס א דעגרי איז ווערד לצור על פי צלוחית.

לפי מיטב ידיעתי זענען דא ווייניג קאמיוניטי קאלעדזשעס וואס שטעלן פאר א גאנצער פראגראם אויפן אינטערנעט פאר א צוגענגליכע פרייז. קען זיין איך בין נישט דערהיינטיגט. דאס בעסטע וואס זיי שטעלן פאר זענען הייבריד. א טייל קלאסן פיזיש און א טייל ווירטואל. מיין עקספיריענס איז אז ווירטואלע קלאסן --וואס זענען ווערד עפעס-- זענען פיל שווערער ווי רעגולארע קלאסן. אין געוויסע דארף מען שרייבן צוויי עסייען א וואך, און אין אלע מוז מען אנטייל נעמען אין ווירטואלע דיסקוסיעס.

פרייע אנליין קורסעס קומען צוניץ וועל מ'וויל זיך דערלערנען א געוויסער ענין. קיין דעגרי קען מען דערפון נישט קריגן, און אן א דעגרי ביסטו סתם אזוי א קלוגער און טויגליכער. פאר דיין היימישער באלעבאס וועט דאס מסתמא זיין גענוג.

לגבי אויפכאפן די לימודים שנעלער ווי אלגעמיין, איז מעורבב אמת און שקר. ביי געוויסע שווערע עניינים איז צוטרעפליך דער מאמר החכם " מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן". אויב די מושגים זענען שטארק פרעמד נעמט עס צייט ביז עס זעצט זיך אין קאפ. איר קענט למשל אויפכאפן כעמיע אין דריי וואכן, אויב האט איר א גוט קעפל קיינעהארע, אבער ליבערשט לערנט עס אויסגעצויגן איבערן יאר. דאס מערהייט מענטשן וועלן בעסער ארויסהאבן פרק 23 ווען פרקים 1-6 זענען ביי זיי איינגעגעסן ווי א טבע שני, און נישט ערשט פאריגע וואך געלערנט.

נישט אריינגיין צו אידן זענען בדרך כלל קלוגער, איז אבער ברור אז א היימישער וועלכער איז פונה ליבו צו קונה זיין חכמה איז מער קלוג און מער מאטיווירט ווי דער דורכשניטליכער סטודענט, און האט דערפאר בעסערע שאנסן פאר הצלחה, און קען עררייכען מער אין ווייניגער צייט.

As someone who went through the same hoops, I have to tell you, that you are 1000% right. I saw myself reading your observation. BTW I read somewhere that the University oh Phoenix (online) will not hire in their company someone who graduated form their college

גם כי אלך » פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:04 pm

· #185456
DotCom
איך וויל ווערן א פיילאט, איך פארשטיי אז איך קען נישט ארייברענגען א פליגער אינדערהיים און איך וועל מוזן גיין אין א פלייט סקול, וואס דארף איך אלס לערנען כדי צו ווערן אנגענומען אין קאלעדזש?


איך האב אמאל געליינט צו געהערט אז פיילאטס נעמען מען געווענדליך געוועזענע סאלדאטן וואס האבן געדינט אלס פילאטן פאר די מיליטערישע פליגערס, מיט זיי איז מען רואיגער וויבאלד זיי קענען די מלאכה בעסער פון סיי וועמען, זינט זיי לערנען זיך דרייוון אויף אלע מעגליכע אופנים, כהאב עס נישט באשטעטיגט אבער סמאכט סענס.

איך אויך » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 8:16 pm

· #185495
מען פארציילט עס אויף אל-על אז זיי נעמען געוועזענע טייסים פון די חיל האויר.

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 8:58 pm

· #185502
DotCom
אליצפן

ווי אויך קען נעמען לאנגע יארן ביז מ'ארבייט זיך ארויף צו פאזיציע וואס באצאלט עפעס א מענטשליכען געהאלט.

כאפסט נישט, איך פלאן דערנאך צו עפענען א עירליין, איך מוז דאך אבער אנפאנגען ערגעץ 😂

מזל טוב. א סאך הצלחה. נאר איך בעט דיך איין טובה. אויף די עראפלאנען וועלכע וועלן זיין אין דיין עירליין זאלסטו ביטע נישט ארויפלייגן קיין מגן דוד'ס. איך קען שוין נישט שלאפן רואיג. ווייל אויב ס'וועט ח"ו זיין מגן דוד'ס אויף דיין עירליין וועלן אינז ערליכע אידן, ברכיים אשר לו כרעו לבעל נישט קענען פאהרן מיט דעים. מיין רבי (אין די שיטה) הרב ישראל מ. סופר, המכונה מנשה'לע פיליפ ברענגט טאקע בשם ספרים הקדושים אז דאס איז איינס פון די הויפט סיבות פאר די ירידה אין אידישקייט. די אנדערע סיבות זענען אז פרויען , ר"ל גייען מיט געפאסטע קליידער און רויטע טורבאנס און מען ליינט מאגאזינען אויף די טמא'נע שפראך עברית,ר"ל. 🙄 😎 😂 😠 😛 😳 😮
בלאט: 1 2