☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אנקעטע: פארוועם גייט איר שטימען פאר דיסטריקט אטורני?‎

אנקעטע: פארוועם גייט איר שטימען פאר דיסטריקט אטורני?‎

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4556
בלאט: 1 2 3

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:50 pm

· #143803
אנקעטע: פארוועם גייט איר שטימען פאר דיסטריקט אטורני?‎
ווי יעדער ווייסט און האלט מיט איז די וואלן איבער'ן פאזיציע פון דיסטריקט אטורני געווארן היציג, חוץ וואס די לאקאלע פאליטישאן'ס האבן גענומען אגרעסיווע שטעלונגן א שטייגער ווי דוב הייקינד פאר קען טאמפסאן, און דוד גרינפעלד פאר טשארלס דזשאו היינס, איז די מיינונג ביים ציבור שטארק צוטיילט ווער איז באמת א בעסערע קאנדידאט פאר אונז אידן.

טשארלס היינס איז שוין דריי און צוואנציג יאר דער דיסטריקט אטורני, אונטער זיין פירערשאפט זענען שוין טאקע אנגעקלאגט געווארן איבער געניג מענטשן, און לעצטענס (עיין ערך ר' יחזקאל שמש) איז ארויסגעקומען אז ס'זענען אנגעקלאגט געווארן אסאך אומשילדיגע אויך, וטאס דאס מיינט צוויי זאכן, איינס, אז אן אומשילדיגער מענטשן'ס לעבן איז אומגליקלעך געווארן, און צווייטענס די ריכטיגער מערדער/קרימינאלער איז אויף די פריי.

נעכטן האב איך געקריגן אן אימעיל פון א נאנטער מיינער וואס איז געגאנגן אלל אוט קעגן טשארלס היינס מיטן שרייבן:

בקיצור נמרץ וואס מען האט שוין איבערגערעדט מערערע מאל. היינס איז א דורכפאל פון א די-עי. ער ליידט פון בייפאלער, און ליידן לייד מיר אונז דאס מערסטע. אז מען קוקט זיין רעקארד זעט מען ווי ער סקרוט חרדים איינמאל נאכ'ן צווייטן און פאר די עלעקשאנס קומט ער זיך איבערבעטן און ווארפט א ביינדל. נאכ'ן ווארפן די ביינדל שרייט די מידיע אז ער איז צו פּרא-אידן, מוז ער דאך ווייזן אז ער איז נישט, ווערט ער ווילד און לויפט צו די מידיע שרייען אז די אידן זענען ערגער ווי די מאפיא. ווען דאס איז נישט גענוג ארעסטירט ער פיר בחורים פאר'ן כאפּן פיקטשערס כדי צו קענען לייגן אויף זייער בלעקבערי גרופ און דערקלערט אז דאס איז געווען א מעידזשאר עפארט פון די חרדי'שע קאמיוניטי צו אינטימידעיטן מאדאם קרויס. ווען דאס איז אויך נישט גענוג פירט ער דורך משונה'דיגע רעידס אינמיטן די נאכט. דעטעקטיווס אנגעטאן אין ציווילע קליידער קריכן אריין דורך פארטשעס און פענצטער און שלעפּן ארויס אידן ווי זיי וואלטן געווען טעראריסטן, און דאס פאר א פארברעכן וואס ער אליין איז מודה אז ס'דראעט זיי דערפאר ווייניגער ווי א יאר תפיסה (עווענטשועלי באקומען זיי ניטאמאל א וואך תפיסה). דאס זעלבע ארעסטירט ער א איד פאר איין רעקארדינג כאטש קיין געלט איז נישט אויסגעטוישט געווארן, און וויל אים אוועקלייגן פאר יארן אין תפיסה, הי' לא תהי'.

ווערט דאך א שטארקער הימל-געשריי אז היינס איז אַן אנטיסעמיט, קומט ער צו לויפן אויף אלע פיר און בעט זיך איבער. ער וועט נאר געבן אפאר חדשים תפיסה.

יעצט וואס גייט געשען מארגן? די גאנצע מידיע גייט שרייבן אז ער לעקט זיך צו די אידן, והא ראי' ער איז אפילו געגאנגען וויזיטן דעם סאטמארער רבי'ן וואס ער האט זיך געשוואוירן אז ער גייט אים נישט וויזיטן. גייט ער דאך אריינגיין אין א פרישן פרעשור צו ווייזן אז ער איז נישט קיין אידן פריינד, און ער וועט ווארטן אויף די קומענדיגע געלעגנהייט צו כאפּן אפאר אידעלעך און ווארפן די בוק פאר זיי, און זאגן אז מיר זענען ערגער פון די קריפס און בלאדס און אנדערע שווארצע גענגס.

און דאן גייט ער ווערן אַן אנטיסעמיט
און דאן גייט ער זיך איבערבעטן
און דאן גייט ער זיין צו א שטארקער אידן-פריינד
און דאן גייט ער ווידעראמאל מאכן א ווילדן מאוו און נאכאמאל ווערן אַן אנטיסעמיט.
דאס איז ווי היינס טוט ביזנעס

דער עולם פרעגט וואס וואלט געווען אויב קען טאמפּסאן וואלט געווען די-עי. אויב קוקט מען אויפ'ן מהלך פון אנדערע די-עיס אין ניו יארק קען מען אננעמען אז ער וואלט ווארשיינליך ארעסטירט אידן פון צייט צו צייט. אבער ער וואלט עס געטאן אויף א סטאבילן אופן. דאס מיינט ער וואלט נישט קיין טאג געווען דיין בעסטער פריינד און לכבוד דעם געווען אונטער דרוק א טאג דערויף דיך צו פאנטשן אזוי מיאוס. טאמפּסאן וואלט גאנץ זיכער יא ארויסגעגעבן די נעמען פון טשיילד מאלעסטערס (און היינס וועלכער האט קודם געטאן א טובה און נישט ארויסגעגעבן די נעמען כדי אז די מענטשן זאלן קענען שידוכים טאן, האט זיך שוין אויך געבראכן און ארויסגעגעבן די נעמען נאכ'ן קומען אונטער פרעשור. ער פארנעמט זייער ווייניג פרעשור). עס זענען דא נאך די-עיס אין ניו יארק און ניו דזשוירזי אין חרדי'שע געגנטער און קיינער פון זיי ארעסטירט נישט אידן "צוליב פרעשור"

אין אנדערע ווערטער: טאמפּסאן וואלט ארעסטירט וועבערמאן און אים מסתמא געגעבן 10 יאר תפיסה צוליב די שוואכע באווייזן וואס זענען געווען קעגן אים. ער וואלט נישט ארעסטירט פיר בחורים, און נישט ארעסטירט פיר יונגעלייט. יאסעלע מיט בומי און לעמאן דזשוס און די אנדערע וואלטן זיכער קיינמאל נישט געגאנגען זיצן ווייל זיי האבן באמת גארנישט געטאן, ווי יעדער וואס האט ברעינס ווייסט. די דריי בערגער ברידער וואלטן מעגליך יא און מעגליך נישט באקומען א סאמאנס זיך צו קומען אונטערגעבן אין א פּאליס סטאנציע, ווי מען וואלט זיי אנגעקלאגט אויף א קליינעם מיסדימינאר פאר'ן אראפרייסן א צעטל אן רשות, פאר וועלכן מען באקומט א פיין אבער נישט קיין שום תפיסה. אברומי רובין וואלט אפשר יא ארעסטירט געווארן, אבער דער ארעסט וואלט דורכגעפירט געווארן אינמיטן טאג, און וויבאלד ער האט קיינמאל נישט דורכגעפירט קיין שום פארברעכן וואלט דער די-עי אים תיכף געאאפערט א נארמאלע פלי.

דאס איז דער גראדער וועג פון טאן ביזנעס.

די גוטע נייעס פאר היינס איז אז מיר חסידים האבן א שוואכן זכרון. למשל יעדער פארגעסט אז אין 00' האט ארי' לייב גלאנץ און בעריש פרייליך און אנדערע לידינג חסידים געגעבן סטעיטמענטס פאר די מידיע און דערקלערט אז די חסידים גייען קיינמאל נישט וואוטן פאר היינס ווייל ער איז אַן אנטיסעמיט. "אויב ער קען עס טאן צו זיין בעסטן חבר בעריש פרייליך, דאן קען אים קיינער נישט טראסטן מער" האבן זיי דערקלערט מיט פאטאס.

וואס מיינט עטס האט היינס געדארפט טאן? צולייגן איין פרישע טשערי לייט צום עס יו ווי פונעם באטרעפנדן עסקן אדער אים געבן איין פרישן טשאפּלעין אדער לעלו קארטל און א טאג דערויף זעט מען שוין היינס זיך האלדזן און קושן (ליטערעלי) מיט די וואס האבן געשוואוירן אז זיי גייען קיינמאל נישט וואוטן פאר'ן אנטיסעמיט.

גייטס אלע ארויס שטימען פאר היינס, גייטס. ס'איז באמת נישטא קיין אנדערע ברירה ווייל דאס בלוט פון א היימישן עסקן קומט פאר אלעמען, אבער אויב היינס וועט פארלירן די וואלן און נישט איינהאנדלען דעם צוזאג, אויב היינס וועט יא געווינען די וואלן און יא האלטן דעם דיעל און לכבוד דעם נקמה נעמען אין אנדערע אידן כדי צו פראוון אז ער האט נישט ליב קיין אידן זאלט איר געדענקען אז איינער האט עס ארויפגעברענגט על הכתב. גארנישט מער.

היינס קען זייער גוט אונזערע שוואכקייטן. ער ווייסט אז אין די ווארסט קעיס קען ער נעמען א ספאנישן אדער שווארצן אדער האומלעס און אים ווארפן פאר די לייבן, פאר'ן מאכן א קאר עקסידענט, און אלע חסידים וועלן זיין העפי.

ובזה יצאתי ידי חובתי. מיר וועלן רעדן נאכאמאל דאס קומענדיגע מאל ווען טשארלס היינס וועט זיין אַן אנטיסעמיט און יעדער פון אונז וועט אים פיינט האבן מער ווי א נאצי.


דערנאך האט זיך ארומגעדרייט א אודיא פון העסקן נמרץ הרב אהרן יוסף שפילמאן, דער רעדאקטער פונעם 'מצליח' מאגאזין, אקטיווער באורד מיטגליד (צו אפשר מער...) פונעם OJPAC ארגענעזאציע, און טשאפלען פון די העריס שפיטאל. ווי ער רייסט אויך שטארק אונטער טשארלס היינס.


די פליפ פלאפינג פון היינס גייט נאך מער, נאכדעם וואס ער האט אפען געזאגט ביי אן אונטערוויו אויף די זאב ברענער שאו, אז ער וויל זיך נישט טרעפן און רעדן מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, נאכדעם וואס סאטמארע רבי האט געלאזט פאלן ווערטער וואס האט פאר היינס אויסגעקוקט אז ער נעמט א צד אין די וועבערמאן סומאטאכע, אבער נעכטן האלטענדיג דריי וואכן בעפאר די וואלן מיט א שטארקע מעגליכקייט צו פארלירן, עכ"פ די אידישע שטימען, איז היינס אראפגעקומען פאר א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבערצובעטן אויף די סטעיטמענטס וואס ער האט געלאזט פאלן אקעגן דעם רבי'ן פאר עטליכע חדשים צוריק.

*

פון די אנדערע זייט, ס'איז נישט קיין סוד אז טשארלס היינס האט אין די דריי און צוואנציג יאר זייער אסאך מיטגעארבייט מיט די אידישע קאמיונעטי, צענדליגער צו אפשר הונדערטער אדער גאר טויזענטער אידן זענען געגאנגן פריי מיט געוויסע טורמס וד"ל ואכמ"ל.

די היינס שטיצער שרייען אז נאך אלע מעשיות זענען די היינס שטרענגע שריטן איבער די יאר גאר געקומען ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה, מ'האט אים ממש געצווינגן עס צו טוהן, די מידיא צו פריוואטע מענטשן האבן געמאכט א לענגס און א ברייטס איבער ספעסיפיק קעיסעס און ער האט געמיזט גיין מיטן שטרענגסטן מיטל... אבער אין דזשענעראל האט ער גאר גוטע באציאונגן מיט יעדעם, ווייסע, שווארצע, ספאנישע און להבדיל אידן.

טשארלס היינס האט געכאפט רעכטס און לינקס פון די מידיע, פון זיינע איצטיגע קעגנערס, פון אידן וואס פאריפן זיך אדוואקאטן פאר וויקטעמס אז ער איז אין זיינע יארן אלס די עי באגאנגן מיט די אידן מיט זיידענע הענטשוך, אזוי ווייט אז זיין קעגנער קען טאמפסאן ווען ער האט אנגעהויבן זיין קאמפיין האט ער גאר געשריגן אז היינס איז צו ווייך צו די אידן...


ווי דעוויד גרינפעלד האט זיך אויסגעדריקט ביי זיין אינדארסירונג פאר היינס,



וועם די אידישע עסקנים גייען אינדארסירן וועלן מיר ווארטן (אויב ס'מאכט אייך אפילו אויס) וואס איז אבער אייער אפיניאן יעצט? פארוועם גייט איר שטימען? האלט איר אז היינס האט אוועראלל געטוהן א גוטע דזשאב? האלט איר אז קען טאמפסאן איז טאקע אן אנטיסעמיט?

בן תמליון » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:32 pm

· #143832
עס איז א ערנסטע דילעמא איך בין אויך נייגעריק וואס דער עולם האלט. בעיני איז היינס א שטעקן מיט צוויי עקן. בדרך כלל האט דער עוועריזש היימישער איד געקענט זיך ארויסדרייען אלע יארן טאקע צוליב זיינע קארופטירטע טאקטיקן, פון די אנדערע זייט ווען די אלע מצורעים האבן זיך גענומען איבער איהם איז ער געלאפן צום אנדערן עקסטרעם. איין זאך וואס וואלט מיר געשטופט צו שטימען פאר היינס איז דער פאקט אז די אלע אנטי-חרדי מצורעים זענען ביטער קעגן היינס ווידערערוויילן, זעט אויס זיי ווייסן ער איז פארט בעסער פאר אונז. אויך האט דער טאמפסאן דירעקט אויסגעמיטן דעם היימישן לאגער וואס צייגט נישט אויף גוטס. למעשה וועט לכאורה היינס געווינען און אז מיר וועלן איהם נישט אינדארסירן וועט מען זיין קרח מכאן ומכאן.

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:17 pm

· #143873
איך גיי וואטען פאר היינס, און איך בעט אז מיינע שטיצער זאל עס אנעמען פאר אפציעלע אינדארסמענט און גיין וואטען און די מאסען פאר היינס.

נצבד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 10:03 pm

· #143985
איך וועל אי"ה נישט וואוטען פאר איינעם וואס האט פאראויסגעריקט זיין פערזענליכע פאליטיק,אויף די בלוט פון מיין ידיד,נישט קיין נפקא מינה צו ביז דאמאלט האט ער זיך יא געווענליך גערעכנט (ניין,איך רוף נישט "פראטעקציע" אז מלאזט גיין איינעם-פאר די ערשטע מאל-פארען אויפפיקען א פראסטיטאט,מיט א בלויזע ווארענונג,סאיז נישט מער ווי א נארמאלע זאך) אביסעל מער מיט יוסטיץ

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:39 am

· #144011
מען דארף לייגן א דריטע אפציע: וועמען די רבנים/עסקנים וועלן אינדארסן.

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:38 am

· #144026
נצבד
איך וועל אי"ה נישט וואוטען פאר איינעם וואס האט פאראויסגעריקט זיין פערזענליכע פאליטיק,אויף די בלוט פון מיין ידיד,נישט קיין נפקא מינה צו ביז דאמאלט האט ער זיך יא געווענליך גערעכנט (ניין,איך רוף נישט "פראטעקציע" אז מלאזט גיין איינעם-פאר די ערשטע מאל-פארען אויפפיקען א פראסטיטאט,מיט א בלויזע ווארענונג,סאיז נישט מער ווי א נארמאלע זאך) אביסעל מער מיט יוסטיץ


יונגערמאן. איך האב אויך א לאנגע ליסט אין וועם איך וויל זען נקמה פאר באעוולה׳ן און אויסניצען אידן פאר זייער אינטערעסע, עס הייבט זיך נישט אן און עס ענדיגט זיך נישט מיט היינס און זיינע מיטהעלפער, אבער ווען משיח וועט קימען דעמלאטס וועט השי״ת אליינס זיך נוקם זיין אין אלע צוררי יהודים, מיר קענענן נישט לעבן א דערביטערט לעבן און האפן כסדר אויף נקמה,

יעצט זענען מיר אין גלות און מען דארף מאכען באלוסען אן חשבונות פון נקמה, מיט מיינע די פליישיגע אויגן זעט מיר אויס אז היינס איז די ווייניגער שלעכעטע אויסוואל פון צווישען די צוויי.

נצבד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:00 am

· #144033
בדחן:
סאיז דא נאך איין ברירה,דהיינו,נישט ארויסגיין שטימען בכלל,און זאל דער זיגער זיגען אנדעם וואס מיין אינטעלידשענס זאל אינסאלטעד ווערען

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:12 am

· #144034
בדחן, ווער זאגט אז היינס איז ווייניגער שלעכט פונעם אנדערן? - דער אנדערער איז אזא שונא ישראל? - איינער ווייסט בכלל זיינע כוונות?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:39 pm

· #144169
לעת עתה זעה איך נישט קיין שום סיבה פארוואס טאמפסאן וועט זיין בעסער. אויב און ווען ער גייט זיין פראסיקיוטער, גייט ער טוען זיין דזשאב און ער האט נישט קיין באזונדערע באציאונגען מיט קיינעם. און אויב געדענק איך גוט זענען זיינע ערשטע טענות קעגן היינס טאקע געווען אז ער ארבייט אונטערן טיש מיט אונזער קאמיונעטי און מ'פארקוקט די אלע פראבלעמען. האט ער נישט באשילדיגט מיט געוויסע פאלשע זאכן דאמיניק סטראוס-קאהן? ווייזט דאס נישט אויפן זיין קאראפטירט ווי יעדע לויער? האט ער נישט -צוליב וועלן געווינען די וואלן- געזאגט אז ער וועט נישט טריטן די אידן?

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:09 pm

· #144181
ווען די וואלן וואלט זיך געוואנדן אין קאווע שטיבל, וואלט מען געדארפט מאכן א ריקאונט.. .

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:29 pm

· #144198
מורינו הרב
מען דארף לייגן א דריטע אפציע: וועמען די רבנים/עסקנים וועלן אינדארסן.

און א פערדע אפציע: פארקערט ווי וואס די רבנים/עסקנים וועלן אינדארסן.

פאר איינער וואס פארשטייט נישט קיין סאך אין פאליטיק, דארף נאר וויסן אז ביז היינט האבן די רבנים/עסקנים אייביג באקומען וועמען זיי האבן געוואלט. אויב ביסטו צופרידן מיט וואס איז דא, פאלג זיי ווייטער און אויב נישט וואוט פונקט פארקערט.

ווי שטייט אז א רב האט וואס צו זאגן לגבי עלעיקשאנס???

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:34 pm

· #144203
למשל איך, איך פארשטיי נישט פונקטליך אין די פאליטיק, יא, איך בין קליינקעפיג אין דעם ענין... איך פארשטיי נישט קיין סאך, דעריבער טוה איך וואס דער גאס וועט טון, ווי אזוי די עסקנים וועלן זאגן אז אז מען דארף טון. יא, איך וועל נאכגיין ווי א בלינדע שעפעלע, טאקע דערפאר ווייל אין די ענינים פארשטיי איך נישט קיין סך און איך לאז מיר פירן לטוב ולמוטב.

קען זיין אז עס איז דא ווייניג ווי מיר, אבער עס איז זיכער דא אזעלכע ווי מיר, און פאר די דארף מען מאכן אזא קעסטל. ווער ווייסט? - אפשר וועסטו סופרייזט ווערן אז עס איז גאר א גרויסע פראצענט, און אויב יא - זענען די עסקנים גאר גערעכט?

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:37 pm

· #144206
מורינו הרב
למשל איך, איך פארשטיי נישט פונקטליך אין די פאליטיק, יא, איך בין קליינקעפיג אין דעם ענין... איך פארשטיי נישט קיין סאך, דעריבער טוה איך וואס דער גאס וועט טון, ווי אזוי די עסקנים וועלן זאגן אז אז מען דארף טון. יא, איך וועל נאכגיין ווי א בלינדע שעפעלע, טאקע דערפאר ווייל אין די ענינים פארשטיי איך נישט קיין סך און איך לאז מיר פירן לטוב ולמוטב.

קען זיין אז עס איז דא ווייניג ווי מיר, אבער עס איז זיכער דא אזעלכע ווי מיר, און פאר די דארף מען מאכן אזא קעסטל. ווער ווייסט? - אפשר וועסטו סופרייזט ווערן אז עס איז גאר א גרויסע פראצענט, און אויב יא - זענען די עסקנים גאר גערעכט?


עמי הארצות פונעם ציבור, מאכט נישט די עסקנים גערעכט.

לענ''ד איינער וואס פארשטייט נישט זאל נישט וואוטן.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:41 pm

· #144209
קען זיין, אבער דא רעדט מען נישט וואס אזא איד ברויך טון, דא איז די אנקעטע וואס דער ציבור וועט טון למעשה, און עס איז פאראן א ציבור וואס וועלן פאלגן די עסקנים, אפגעזען צי דאס איז גערעכט צו נישט, און אפגעזען צי איר האלט אז אזא איינער מעג בכלל שטימען אדער נישט. דאס איז די פאקט.

דעריבער זאג איך אז מען דארף מאכן אזא אפציע.

גאלד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:21 pm

· #144240
איך בין דערווייל undecided

גאלד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:24 pm

· #144241
מעיאר וואוט איך פאר ביל טאמפסאן, איז שוין דא א אשכול איבער די מעיאר וואלן?

בדחן » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:25 pm

· #144242
big joe
עמי הארצות פונעם ציבור, מאכט נישט די עסקנים גערעכט.
לענ''ד איינער וואס פארשטייט נישט זאל נישט וואוטן.


אזוי גאר?? וואס איז אנדערש א עסקנים אינדערסמענט, פון א צייטונג/פאליטישען אינדארסמענט?
און די גאנצע פאליטישע וועלט איז איינגעפירט אז א פאבליק פיגער/ארגענייזער/פאליטישען/ספיריטשעל לידערס מאכען אינדארסמענט און זאגען פאר וועם מען זאל - לדעתם - גיין וואטען, די ביסט קעגן די גאנצע קאנצעפ בכלל? אדער נאר דערקעגן ווען אידן טיען עס??

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:29 pm

· #144244
איך וואוט קיינמאל. און אויב יא וואלט איך געשטימט לויט מיין פארשטאנד. איינער געדענקט נאך די פאראדע פון יו דזשע או 8 יאר צוריק מיט מוזיק און זינגעריי צו שטימען פאר בלומבערג

ליוו מי אלאן וויט דיס קרעפ

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:32 pm

· #144246
שעפטל
דערנאך האט זיך ארומגעדרייט א אודיא פון העסקן נמרץ הרב אהרן יוסף שפילמאן, דער רעדאקטער פונעם 'מצליח' מאגאזין, אקטיווער באורד מיטגליד (צו אפשר מער...) פונעם OJPAC ארגענעזאציע, און טשאפלען פון די העריס שפיטאל. ווי ער רייסט אויך שטארק אונטער טשארלס היינס.
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=vHnp82Dp2a8">http://www.youtube.com/watch?v=vHnp82Dp2a8</a>

באקומען יעצט א שטיקל ענטפער דערויף:
דער אהרן יוסל שפילמאן זאגט פיין. אעבר פון די לעצטע דריי און צוואנציג יאר רעכענט ער אויס אינגאנצן 4 מעשיות: הערסט? דעס איז ניטאמאל א מעשה אין פינף יאר. (יא ס'קען זיין אסאך, אבער געדענק וואס א די עי'ס דזשאב איז!)

די מעשה מיט גדעון באש איז א שוואכע פראף, דער באש איז געווען א אומסטאבילער פארשוין וועלעכע האט געסטראשעט די אפיצירן מיט א האמער וכדו' - נישט אז כ'גיב זיי גערעכט, אבער כ'שפיר זיך נישט ב'עוולה'ט מיט דעם אז ער האט ריינגעוואשן די פאליציי - און ער האט דאס נישט געטוהן ווייל גדעון איז געווען א איד! אפשר ווען ס'וואלט געווען א שווארצער וואלט ער מורא געהאט פון זייער רעספאנד, אבער קיין אנטיסעמעטיזעם איז נישטא.

ס'שוין היינט באקאנט אז נ.וו. וואלט מיט א פלי בארגן אפגעקומען בלויז מיטן 3'ער צו גאר א 10'טעל פון די 103 יאר. אויב עמיצער איז גוט געווען מיט די אידן צוואנציג יאר און יעצט איז געווען א פראבלעם צייגט דאס אז יעצט איז געווען א פראבלאמאטישע קעיס, נישט היינס איז געווען די פראבלעם. די קאמיונעטי איז ארויס אין א מלחמה מיט אים ווייל ש.ד. האט אונז גענומען אויף א רייד (נעבעך מיט נ. אלץ קרבן) און נישט געוואלט האנדלן מיט אים און ווייזן אז ער קען גיין אויף טרייעל און פייטן די סיסטעם. (די פלי דיעל איז למעשה קיינמאל נישט געווארן אנגעטראגן ווייל א פלי-בארגן דארף מען בעטן! די DA טראגט עס נישט אן [נאר ווען זיי פילן אז זיי האבן א גאר שוואכע קעיס]. און די ליגל טיעם ביי וועבערמאן האבן קיינמאל געבעטן א פלי)

די אנדערע מערכות בעריש פרייליך וכדו' קעניך נישט און איך געדענק עס נישט. אבער איך ווייס אז ער האט די אלע יארן געארבייט מיט היימישע עסקנים און מיט בעריש פרייליך (איז ער נישט ביי די גרינפעלד צערעמאניע?) אויף א שטילן פארנעם בעסער ווי סיי וועמען. אוודאי ווען מ'האט מיט אים געפירט א מערכה האט ער צוריקגעשאסן, ס'נאר פארשטענדליך. און זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז קען טאמפסאן וועט זיין בעסער. ווארשיינליך ערגער

ווידעראום איז נישט וויכטיג צו זאגן וויפיל אידן האבן זיך פארפלאנטערט מיט געזעץ אין די לעצטע צוואנציג יאר און זענען "נישט" אנגעקלאגט געווארן, שפילמאן זאגט דאס נישט, אדער ווייל ער ווייסט נישט אדער ווייל ער וויל נישט וויסן.

אן אחריות'דיגער קהל'ס מאן וועט נישט אינדארסירן קען טאמפסן. היינס האט אויסזוכטן צו געווינען און אויב פייט מען אים קען מען בלויז צוריקכאפן, ווידעראים טאמפסאן - אויב געווינט ער - קען פארשטיין אז מ'דארף גיין פארן אינקאנבענט צוליב הכרת הטוב וואס מ'האט אלע יארן מיט אים געארבייט.

אויב אהרן יוסל מאכט זיין געלט אלץ ארבייטער פאר קען טאמפסאן זאל ער דאס ווייטער טוען, אבער מ'זאל נישט ווערן איבערגענומען דערפון.

גאלד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:42 pm

· #144252
איך האב געוואוט פאר טאמפסאן לעצטע מאל, טראץ וואס מיין קהלה האט אינדארסירט בלומבערג, כאב איהם שוין דאן נישט געקענט סובל זיין

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:48 pm

· #144260
טאמפסאן האט עס שיעור געמאכט פיר יאר צוריק. אבער היינט האט ער שוואכער שאנסען

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 2:55 pm

· #144267
צוויי אנדערע טאמפסאן'ס

ביל טאמפסאן
📎 Bill Thompson.jpg
לויפט (נאכאמאל) פאר מעיאר
<a class="postlink" href="http://billthompsonformayor.com/">http://billthompsonformayor.com/</a>

*

קען טאמפסאן
📎 Ken Thompson.jpg
לויפט פאר דיסטריקט אטורני
<a class="postlink" href="http://www.kenthompson4da.com/">http://www.kenthompson4da.com/</a>

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 4:23 pm

· #144320
בדחן
big joe
עמי הארצות פונעם ציבור, מאכט נישט די עסקנים גערעכט.
לענ''ד איינער וואס פארשטייט נישט זאל נישט וואוטן.


אזוי גאר?? וואס איז אנדערש א עסקנים אינדערסמענט, פון א צייטונג/פאליטישען אינדארסמענט?
און די גאנצע פאליטישע וועלט איז איינגעפירט אז א פאבליק פיגער/ארגענייזער/פאליטישען/ספיריטשעל לידערס מאכען אינדארסמענט און זאגען פאר וועם מען זאל - לדעתם - גיין וואטען, די ביסט קעגן די גאנצע קאנצעפ בכלל? אדער נאר דערקעגן ווען אידן טיען עס??


אינדארסמענטס העלפט נישט, נאר אין חרדי'שע פלעצער. ווייל אינזער מידיא קען נישט קריטיקרן קאנדידאטן וואס אינזערע רבנים שטיצן. אינז באקומען נישט די צווייטע זייט פונעם מעשה (כ'רעד וועגען די וואוילע אידן וואס האבן נישט קיין ראדיא, זיי הערן נאר קול מבשר)

בימים ההם פלעגט א צייטונגס אינדארסמענט עפעס מיינען אבער בזמן הזה איז עס גארנישט ווערד. קיינער וואוט נישט פאר איינעם ווייל א צייטונג אינדארסט אים. געב מיר א נאמען פון א צייטונג און איך וועל דיר יעצט זאגן וועמען ער גייט אינדארסן פאר 2016

נצבד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:51 pm

· #144446
פאר מעיאר העל איך אי"ה וואוטען פאר ענטאני ווינער,
סיבה: א רוק פאר בלומבערג,אז די זעלבע קראנקע ניו יארקער וואס האבען נישט קיין שכל און ערוועהלען אן אפיציעל קראנקען ווינער,האבען אים-בלומבערג- אויכעט ערוועהלט,און נישט ווייל ער איז באמת געווען א גוטער מעיאר

big joe » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:13 pm

· #144457
נצבד
פאר מעיאר העל איך אי"ה וואוטען פאר ענטאני ווינער


<a class="postlink" href="/post/141641">http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f ... 41#p141641</a>

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:13 am

· #144506
כ'האב געשטימט פאר היינס.
פארוואס? ווייל ס'איז נאר א געים.

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:25 am

· #144516
נעה, כ'האב געשטימט פאר היינס, ווייל דער, פון וועם שעפטל איז מעתיק, רעדט קלארע דיבורים, און ווען ער פרעגט אפ דעם שפילמאן, רעדט ער איידל.

קרעקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:26 am

· #144572
היינס
ער האט געגעבען א פרי רייד אלע יארען פארען חסידישען עולם
אייביג איז דא א אויסנאם אבער 99% האט ער זעך גוט פארשטאנען מיט אונז
וואס דער שחור גייט זיין צו יודען? כווייס נישט

outspoken » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:15 am

· #144590
היינס
אויב וועלן די קהילות און עסקנים הייסען, נישט ווייל איך קען נישט אליין טראכטען, נאר איך פארשטיי אז די עסקנים קענען נישט און טארן נישט מסבר זיין די סיבות ברבים.
אבער ס'וועט זיין מיט א הייסער טרער פאר מר' וועבערמאן ומשפחתו וואס זענען געפאלן א קרבן. 😞 😞

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:55 pm

· #144620
א פרישע פי אר שטיקל פאר היינס:

מיר שטייען יעצט פאר די וואלן איבער דיסטריקט אטוירני, אלזא פאר דער ציבור שטימט דארף מען וויסן וואס די פאזיציע איז און אזוי ארום קענען מחליט זיין איבער די פאסיגע קאנדידאט. צוערשט וואס איז בכלל דיסטריקט אטוירני און דערנאך וועלכער קאנדידאט דארפן מיר שטיצן:


דיסטריקט אטוירני איז פון זיין עצם דעפיניציע א שווערע פאזיציע!

דער דיסטריקט אטוירני קען נישט זיין דער זיסער זיידע וואס טיילט צוקערלעך.

דער דיסטריקט אטוירני איז נישט קיין קאמיוניטי פאליטישאן וואס שתדלט צו נידערן שטייערן,...א דיסטריקט אטוירני טיילט נישט קיין רעגירונגס הילף פראגראמען, און איז נישט פארנומען מיט העלפן די קאמיוניטי.

א דיסטריקט אטוירני איז דער שטרענגער מענטש וואס מוז האלטן א הארטע פויסט צו באשיצן די שטאט. נאטורליך, אז א דיסטריקט אטורני מוז טון ווייטאגליכע זאכן און שטרענג באשטראפן מענטשן לויט די געזעץ.

דעריבער וועט א דיסטריקט אטוירני קיינמאל נישט קענען צוזאגן קיין זיסע הבטחות אדער קומען מיט א שיינע רעקאטרד און בעטן ליבשאפט און סימפאטיע.

מיר קענען זיך עס אויס'משלען צו א ערפארונג פון א מענטש מיט זיין קאר, קויפנדיג א קאר קומט מען צו א דילער אין א שיינע אפיס, די עירקאנדישאן ארבעט און מען געט דיר א גאנצע אויסוואל פון אפציעס וואס מען קען דיר פארקויפן, אלע קאלירן און מאדעלס פון קארס, מען איז זייער פרייליך צו אריינזעצן אין די פרישע שמעקעדיגע קאר, דאס איז די לכתחילה'דיגע עקספיריסיענס.

אבער גענצליך אנדערש איז ווען מען גייט אריין אין א קאר מעכאניק, מען גייט אריין אין א אונטערערדישע גאראדזש ווי עס וואלגערן זיך ריזן שטיקער קאר ברוכווארג, דער מעכאניקער נעמט דיר אויף מיט שווארצע הענט, דארטן זוכט מען נישט קיין קילע אפיס און קיין שיינע קבלת פנים, דארטן געט מען דיר בכלל נישט קיין אפציעס נאר זאגט דיר "דאס קען איך בכלל נישט פיקסן, דאס קען איך, אבער פאר א פעפערדיגע פרייז, און איך קען נישט צוזאגן אז עס וועט זיין גוט..... ווייל דארטן איז די בדיעבד'דיגע בלית ברירה פלאץ, דארטן קומט מען נישט ווי א מחותן, דארטן קומט מען נאך אן עקסידענט...

א דיסטריקט אטוירני איז א בדיעבד שבדיעבד, ער מאכט נישט קיין פאליסיס, און מאכט קיינעם נישט שפירן גוט, זיין פאזיציע איז צו זיין דער "בוגי מאן", און יעדער ווייסט אז ווען איינער האנדלט מיט די די-עי איז פשט אז עס טויג נישט, ער איז שוין טיף אין צרות.

די שאלה איז יעצט, וויאזוי וועלט מען אויס א שלעכטע פאזיציע, עפעס וואס ביידע אפציעס זענען שלעכט?

וויאזוי קלויבט מען צווישן הרג און חנק?

אין חז"ל איז די מושג פון "בוחר את הרע במיעוטו" מען קלויבט אויס די וואס איז ווייניגער שלעכט.

הלוואי ווען מען קען ווען אויפנעמען א דיסטריקט אטוירני וואס זאל נישט ארעסטירן קיין שום אידן אן זיך דורכרעדן מיט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א און מיט דרור, מיט הרה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א און מיט די עסקני העיר, אבער אין פאל וועט עס נישט געשעהן, יעדער דיסטריקט אטוירני וועט ארעסטירן אידן פונקט ווי ער ארעסטירט גויים!

אלזא, צווישן די צוויי אפציעס וואס זענען דא, האבן מיר א דיסטריקט אטוירני וועמען מיר קענען שוין זייער גוט, זיינע מעלות און חסרונות און מיר וועלן נישט האבן קיין סורפרייזעס מיט אים!

אויף דעם זאגן חז"ל "זייט נישט מתפלל אז דער מלך זאל שטארבן, ווייל דער נעקסטער מלך קען זיין ערגער".


ווער איז טשארלס היינס

מיר קענען טשארלס היינס, ער איז א שטרענגער דיסטריקט אטורני וואס האט צובראכן פארברעכנס אין ברוקלין, און פארוואנדלט די ווילדע, קרימינאלע ברוקלין פאר איינס פון די שענסטע און זיכערסטע געגענטער אין גאנץ אמעריקע.

מיר ווייסן אז היינס האט ליידער ארעסטירט אידן, יא, מיר האבן אלע מתפלל געווען פאר די טייערע אידן וועמען ער האט ארעסטירט, און מיר האבן געהאפט אז ער זאל האבן א מפלה און דער ריכטער זאל אננעמען די ארגומענטון פון די לויערס.

יא, מיר ווייסן אז ער איז דער וואס שיקט פאליציי ארעסטירן מענטשן, און עס איז זייער ווייטאגליך יעדער איד וואס זיצט אין טורמע, אונזער הארץ גייט אויס פאר יעדן איד, אבער מיר דארפן וויסן אז יעדער דיסטריקט אטוירני וועט ארעסטירן אידן, די געזעץ פאדערט אזוי און די פאקט וועט זיין אזוי.

אבער לעומת זה, פארוואס איז היינס די בעסטע אפציע וואס מיר האבן?

וויל טשארלס היינס איז שוין צוואנציג יאר אין זיין פאזיציע און די עסקנים ווייסן גענוי ווען מען קען פועלן, און זייער אפט פועלט מען אויס ביי אים און מען איז מצליח צו ראטעווען אידן.

יא, אידן זיצן אין טורמע, אבער פיל מער אין צאל, הונדערטער אידן דרייען זיך ארום פריי, בלויז ווייל היינס האט זיי געשטעלט אויף די פיס דורך פארשידענע פראגראמען נישט דארפנדיג זיי לייגן אין טורמע.

יא, די עסקנים זענען פארווייטאגט אז אידן זיצן אין טורמע אדאנק היינס, אבער די עסקנים ווייסן אז עס איז נישט געווען קיין ברירה, יא, איבער געוויסע קעיסעס האט ער לעצטנס שטארק נישט מיטגעארבעט, נאכדעם וואס געוויסע עלעמענטן האבן זיך געשטעלט אויף די לענג און די ברייט אז עס זאל נישט זיין קיין ברירות, אבער די עסקנים ווייסן אויך וויפיל הונדערטער פעלער ווי דער דיסטריקט אטוירני האט גענוצט רחמנות און נישט בלויז יוסטיץ.

אלזא, לפי המצב איז ער דער בעסטער וואס איז דא! מיר מוזן אים האבן אין דיסטריקט אטוירני אפיס!

די עסקנים און כלל טוער האבן א טיר אין די דיסטריקט אפיס, מיר מוזן האלטן אפען די טיר!


פארוואס האט יעדער טענות אויף היינס?

לאמיר מער ערקלערן:

טשארלס היינס האט קעגנער פון ביידע זייטן:

געוויסע – ובתוכם די אלגעמיינע גויאישע מידיא – וואס אטאקירן אים אז ער האט געארבעט צופיל מיט עסקנים און קאמיוניטיס און זעצט נישט איין גענוג אידן אין טורמע, נאר מאכט שטיק אונטערן טיש צו מאכן דיעלס מיט קרימינאלן אז זיי זאלן גיין פריי.

לעומתם זענען דא אסאך היימישע אידן וואס זענען זייער פארווייטאגט אז ער ארבעט נישט גענוג מיט די עסקנים און אז לעצטנס האט ער אריינגעלייגט אידן אין טורמע.

וואס ווייזט דאס?

אז אויף א קאונסילמאן איז דא טענות טויג נישט , איז עס ביטער, אבער אז א דיסטריקט אטוירני האט טענות אז ער איז צו גוט צו אידן, ווייזט דאס עפעס!

אז א דיסטריקט אטוירני האט טענות אז ער האט ארעסטירט מענטשן, און לעומת זה אז ער האט נישט ארעסטירט גענוג מענטשן, וואס באדייט דאס? אז ער איז א שטרענגער דיסטריקט אטוירני וואס טוט זיין דזשאב, אבער אויך אז ער איז גענוג ווייך צו מאכן אמאל דיעלס!

אז ער ארעסטירט אידן, אבער לאזט ארויס אידן, מיינט דאס אז ער פרובירט צו העלפן אידן ווען ער קען, אבער ארעסטירט אידן ווען ער מוז!


לאמיר א רגע א בליק טון איבער זיין צד שכנגד
(וועמענס פערזענליכקייט און מעשים טובים, וועט באזונדער ווערן אויסגעשמועסט בקרוב...)

אויך צוויי זייטן: געוויסע זאגן אז ער איז אן אנטיסעמיט ווייל ער האט געזאגט אין אינטערוויוס אז ער וועט נישט מאכן קיין דיעלס מיט די אידישע ציבור.

געוויסע וועמען ער האט געדינגען צו שטיצן אים זאגן אז ער איז נישט קיין אנטיסעמיט און ער וועט נישט זיין שלעכט צו אידן.

אבער צו איז דא אפילו איין צד אז ער וועט זיין גוט צו אידן? אז עסקנים וועלן קענען פארהאנדלען מיט אים?

עס איז ברור אז ער וועט נישט זיין בעסער צו אידן!

בואו ונחשוב, לאמיר עס בעסער מסביר זיין:

ווען מען בעט א דיסטריקט אטוירני רחמנות אויף א איד, בעט מען נישט סתם אזוי, נאר מען בעט א שכל'דיגע זאך: אז מען געט פאר א איד, א טאטע פון קינדער אן אורטייל פון אפאר יאר האט מען בעצם אים אוועקגעלייגט, ווייל מען האט געהרגעט זיין משפחה, זיין שטוב, זיין פרנסה און זיין רעפוטאציע, דעריבער בעט מען דעם דיסטריקט אטוירני אז ער זאל דאס באטראכטן.

היינס האט דאס הונדערטער מאל גענומען אין באטראכט, אבער זיין צד שכנגד גייט ארום שרייען אז ער וועט דאס קיינמאל נישט נעמען אין באטראכט!

ער אדווערטייזט איבעראל אז ער וועט קיינמאל נישט זיין שענער צו איין געמיינדע און כולי עלמא מודה אז ער וועט קיינמאל נישט העלפן קיין אידן!


ווי זענען די עסקנים?

אז מען פארשטייט דאס, פארשטייט מען פארוואס די ערליכע עסקנים שטיצן דעם דיסטריקט אטוירני, ווייל זיי זענען די וואס האבן געמאכט צענדליגער מאל דיעלס און געראטעוועט אידן, און זיי פארשטייען דאס זייער גוט!

לאמיר קוקן ווי די ערליכע עסקנים שטייען, זיי זארגן זיך פאר די אידן אין טורמע, זיי בלוטיגן מיט אידישע צרות, זיי ווייזן אונז אז מען מוז – טראץ אלעס, טראץ אלע ווייטאג – האבן טשארלס היינס, ווייל דארטן האבן מיר אן אפענע טיר!

גאלד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:02 pm

· #144623
ער זאגט זייער גוט,

בן תמליון » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:10 pm

· #144628
שעפטל איך נויג מיין היטל פאר דיר, נישט בלויז פאר די תגובה נאר אויך דיינע שטענדיקע קלארע שכל'דיקע באריכטן דא אין שטיבל. חזק וחזק אויך ווייטער טון ווייטער.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:25 pm

· #144634
לויט ווי איך פארשטיי איז דאס נישט שעפטל'ס ארטיקל. סוי בן תמליון קענסט צוריק ארויפרוקן דאס היטל

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:15 pm

· #144650
📎 IMG-20130823-WA061.jpg
📎 IMG-20130823-WA062.jpg
📎 IMG-20130823-WA063.jpg
📎 IMG-20130823-WA064.jpg

outspoken » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:31 pm

· #144656
כ'האב יעצט גערעדט מיט אן עסקן, די פלאן איז אז איין טאג פאר די וואלן וועלן אלע קהלות ארויסקומען מיט אן אינדארסמענט און גאר א שטארקע קאמפיין פאר היינס .
1) די עולם זאל נישט האבן קיין צייט צו טראכטען, און מ'וועט 'וואטען' מיטן שוואנג.
2) די גוי'אישע (ליידער אידישע) גאס זאל נישט האבן קיין צייט צו מאכן קיין שטינק אז היינס האט זיך פארקויפט פאר די חרידישע עסקנים

נצבד » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:45 pm

· #144702
אי"ה ווען איך וועל האבען צייט,העל איך שרייבען אן ענטפער אויף שעפטעל'ס אפאלעדשעטיק היינס פארטיידיקונג, און אפילו יעדעס ווארט וואס שעפטל האט געשריבען זאל זיין אמת ויציב,פארוואס דער היימישער עולם זאל נישט אנטייל נעמען בכלל און די פארמעסט,און זאל דער זיגער נישט האבען געזיגט דורך אינז

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:48 pm

· #144703
שעפטל, איר האט קאנעקשענס מיט דער מו"ל פון קול הציבור?
זייט אים מעורר אז ער האט פארגעסען ארויפצולייגן זמני הדלקת נרות.

בן תמליון » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:38 am

· #145304
אן ארטיקל אין יידיש פארווערטס דורך שרה רחל שעכטער באטיטולט "חסידים פֿאַרלאָזן טשאַרלס הײַנז". זי קוואטירט שמעון ראלניצקי און אנדערע.

<a class="postlink" href="http://yiddish.forward.com/articles/172403/hasidim-abandoning-charles-hynes/">http://yiddish.forward.com/articles/172 ... les-hynes/</a>

גדעון » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:34 pm

· #145386
אבוויעזלי האט היינס אויפגענומן א היימישע פי אר אגענט, ווייסט איינער ווער?

איש צדיק תמים » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:44 am

· #145618
דער אמת איז אז עס איז א שווערע מסכתא פאר וועם צו שטימען.
פון איין זייט האמיר דעם היינס וואס האט פאר אפאר שטימען זיך פארקויפט פאר די בלינדע שונאי ישראל און אינז אלע אנגערופען ארגער ווי די מאפיע (זייער א שוואכע הסגה פון אים וויאזוי א מאפיע גרופע קוקט אויס) און ער האט אריינגעשליידערט א יוד אן טורמע אויף א טערמין וואס עס איז סיי נישט לעגאל און סיי נישט שכלדיג.

פון די אנדערע זייט קען גאר זיין אז אויב מען וועט שטימען פאר טאמפסאן וועט דאס זיין א ויקם מלך חדש וואס ער קאן זיין נאך ארגער ווי דער אלטער מלך און מיר וועלן זיך נישט קענען מוחל זיין פאר די נארישקייט פון שטימען פאר אים.

און נקודה וויל איך ארויסברענגען: פאר די אלע וואס זאגן אז זיי גייען שטימען פאר טאמפסאן ווייל ער גייט זיין גלייכבארעכטיג פאר יעדעם און יושרדיג (סתם אלץ א משל לשבר את האוזן למשל מיין גוטער פריינט ר׳ ראשקעל) ברודערלעך טייערע מיר ״אלע״ האבן פוטער אופן קאפ! מען דארף נישט זיין קיין מאלעסטער אדער אן אוהב נשים ובתולות אפי׳ בעל כרכך צו לאנדן און טורמע.

אויב שטייט אויף א דיסטריקט אטוירני וואס דארף אביסל פרעסע קאוורידטש און די ניו יארק פאסט דאן קען ער ברענגען לאנגע גרויסע באסעס אויף אלע היימישע געגענטער און דאס אנלאדענען ביז צום מאקסעמום, יעצט אפי׳ די ראשקעל ביסט טאקע א גראדער מעכל און די נעמסט ח״ו נישט צו פון דער גאווערמענט קיין רויטן גרייצער האסטו אבער ברודער/שוועסטער/טאטע/מאמע/קרובים/גוטע פריינט, וואס זענען נישט אזוי הייליג ווי די און זיי דרייען יא אביסעלע, איז אויב ווילסטו דיך שפארן אביסעלע גאז און ווילסט נישט דארפן פארן יעדע וואך אויף אויטעסוויל אדער אויף פארד דיקס באזוכן אן אנדערער קרוב דאן לאז נאך אביסל פון דיין יושר קאמפיין.

אבער ליבי אומר לי אז אויב וועלן מיר שטימען פאר היינס גייט דאס זיין זייער א קלארע נייע מציעות פאר פאלעטישנ׳ס!

די קענסט שפייען און די קאשע פאר חסידים זיי רופן מיט קול מיני לשונות זיי טערעראזירן און דערנאך וועלן זיי ווייטער גיין שטימען פאר דיר ווי פערדעלעך.

איך גיי וועגן דעם פאר טאמפסאן.

outspoken » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:44 am

· #145639
איש צדיק תמים

אבער ליבי אומר לי אז אויב וועלן מיר שטימען פאר היינס גייט דאס זיין זייער א קלארע נייע מציעות פאר פאלעטישנ׳ס!

די קענסט שפייען און די קאשע פאר חסידים זיי רופן מיט קול מיני לשונות זיי טערעראזירן און דערנאך וועלן זיי ווייטער גיין שטימען פאר דיר ווי פערדעלעך.

איך גיי וועגן דעם פאר טאמפסאן.



דאס האבן זיי געזען 4 יאר צירוק אז מ'האט אינדארסט בלומבערג, און יא, ווען מ'וואלט דעמאלטס געוועלט פאר טאמסאן, וואלט ער געווינען און מ'וואלט מען נישט געהאט די מציצה בפה גזירה.

דא ביי DA איז אביסל אנדערשט, למעשה איז ער קטיגור, איז נישט אזוי געפערליך ווי א פאלעטישען וואס זיין JOB איז צו געבען און חנפנ'ען די קאמיאנעטי,

בכלל וועגן וואס ער האט געזאגט אז מיר זענען ווי די מאפיא האט ער געמיינט אז מיר פירן אליין די קאמיוניטי און מ'וויל נישט קיין פרעמדער זאל זיך אריינדרינגען דא. AND I AM REALY PROUD WITH THAT.

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 2:38 pm

· #145700
פרישע ווארע:

מ'שטיימער יעצט דא פאר אן עלעקשאן פאר די. עי. אין ברוקלין.

א גרויס חלק פונעם ציבור איז זייער צומישט, מ'האט ספיקות פון אלע זייטען. פון איין זייט וויל יעדע איינער א שטרענגע די עי, ווייל דאס ברענגט סעיפטי אין די גאסן, און דאס מאכט א גיטע עקאנאמי. ווי אויך ברענגט עס סעיפטי ביי די פראבלעמען וואס אונזערע יודן האבן זיך געמוטשעט יארן לאנג, וואס דאס איז געווען די פאקט אז מ'האט פארשוויגען מאלעסטעישען. פון די אנדערע זייט טוט זייער וויי, אז צומאל לייגט מען אריין יודן אין תפיסה פאר צענדליגער יארן.

איז לאמיר אויסשמועסן אונזערע אפציעס, מיט וועמען גיימיר;

ס'איז אונז אלעמען באקאנט דער נאמען נ.ר.

לאמיר א מינוט רעדן צו א יוד וואס מ'האט ליידער אמאל מאלעסטעד זיין קינד ר"ל, וואס ביי אים איז אפשר נ. גאר א הירא. אונזער הארץ גייט אויס פאר אייך, קיינער זאל נישט געפריווט ווערן מיט דעם נסיון. לאמיר אבער קוקען מיט וואס פארא פרייז ער קומט מיט. ער האט צוגעשטעלט א האטליין מיט די ערגסטע געמיינסטע שמוציג'סטע סארט סחורה, ווי אויך ביליגע ליצנות אויף יעדען רב בישראל, און ס'איז נישט קיין ספוק אז ער האט שוין מטמא געווען הינדערטער בחורים, און עס קען גאר זיין אייערע אנדערע קינדער וואס זענען ערליך אין תמימות'דיג. נאכדעם האט ער געוואלט האבן אן אפענע טיר ביים די עי, אין וועמען ס'וועט אים שמעקן אריין צילייגען אין טורמע, וועט ער אהין געבען די נאמען, אין מארגען זאל יענער ווערן ארעסטירט, אין נישט האבן די אפציע זיך צו פארטיידיגען.

ווער ווייסט צו אזא פאליסי וועט אייך נישט וויי טוהן אין די לאנג טורם. פון אזא פאליסי איז קלאר אז ס'וועט ארויס קומען מער שלעכטס ווי גוטס. ווי נישט, קענט איר מארגען האבן א סוכסוך מיט אייער שיתוף, ער וועט קלינגען נ.'ען, נ. וועט ארלעדיגען א בחור זאל עדות זאגן אויף אייך, אין ביז אפאר וואכן זענט איר אין תפיסה.

יעצט לאמיר רעדן צו אלע אנדערע טאטע'ס וואס זייערע אויגן זעה'ען גאר עפעס אנדערש. זייער מוח זאגט, ווי קען איך עלעקטען א די עי וואס האט אוועקגעריסן טאטע'ס פון זייערע ווייבער אין קינדער? ווי קען א יוד מיט אביסעל הארץ מוחל זיין אזא מעשה?

איז לאזט מיך אייך פרעגן,
[list]1) ווילט איר צירוק גיין צו די צייטען וואס די שחורים אין ברוקלין זענען געווען ציווילדעוועט, ס'איז געווען א פחד צו גיין אין די גאס אין האלב ברוקלין?[/list:u]
[list]2) האלט איר א מ'זאל בא'קנס'ענען אלע יודן אין ברוקלין, פאר די צער פון עטליכע משפחות? (וואס אגב יעדע איינער פון זיי, האט געהאט א פלי דיעל פון אפאר יארן, ואכמ"ל)[/list:u]
[list]3) איז אייך נישט שווער די קשיא, פארוואס לויפט נ. ר. קאמפיינען פאר טאמפסאן? אויב אייער הארץ רייסט פאר די פאר יודן וואס זענען אין תפיסה, ווי איז אייער רחמנות צו עלעקטען א מענטש וואס וועט אפילו שטיין אין ווארט מיט דעם שמוציגער אכזר, און אים לאזן האבן א ווארט אין די ענינים? האט איר נישט מורא אז דאס וועט ברענגען ארעסטען אויף נאך צענדליגער יודען?[/list:u]
[list]4) האט איר שוין אמאל עוסק געווען אין פדיון שבוים? אויב נישט, האט איר אבער שוין זיכער געהערט אז יעדע יוד וואס איז אויף צרות קומט אן צו מונקאטשער רבי שליט"א. איז פארוואס זאלט איר נישט פרעגן וואס זאגט יעצט די מונקאטשער רבי?[/list:u]
[list]5) איידער איר ווערט גערעגט אויף די פאר יודן וואס זענען ליידער אנגעקומען אין תפיסה, האט איר זיך שוין אינטערסירט וויפיל קעיס'עס מ'האט געסעטעלט אינטערן טיש? טייל האבן זיך געענדיגט מיט גאר קליינע סענטענסעס, אין טייל מיט פראבעישען, א דאנק די קא-אפערעישאן פון די יעצטיגע די עי. ניין כ'רעד נישט דייקא פון די אישו, איך רעד אין דזשענעראל!! כ'האף דו פארשטייסט אז כ'קען נישט ארויספוינטן קעיסעס וד"ל![/list:u]

אלזא לאמיר קומען צו די החלטה: א די. עי. איז זיכער נישט א מענטש וואס זאגט צו גיטע זאכן, ווי א קאנסילמאן, מעיאר אדער גאווערנער. ער איז די מענטש וואס אינז לייג מיר אריין אין אפיס צו היטען דעם געזעץ. אין צומאל 'הי קאמס עקראס עז די בעד גיי'.. אינז דארף מיר אבער זוכן די מענטש מיט עקספיריענס, און גיטע דזאדזשמענט. א מענטש וואס טאנצט נישט נאך יעדע משוגעת פון נ. ר. א מענטש וואס ביפאר מ'פיקט אויף איינעם גייט מען דורך שבע בדיקות. א מענטש וואס האט גרויס רעספעקט פאר אינזערע רבי'ס און עסקנים וואס זענען עוסק אין פדיום שבוים. א מענטש וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין סענסעטיוו צו די יודן. א מענטש וואס האט מיט געארבייט מיט אינז 22 יאר, אין נאכן פראסעקוטען 2.4 מיליון קעיסעס איז די מאקסימום טענה אפשר אויף צוויי דריי פעלער (טאקע געניג ביטער, אבער דאך נאכאלץ א גוטע רעיטינג). א מענטש וואס וועט פייטען קריים אין יעדע געגענט פון ברוקלין, און שרעקט זיך נישט פון די שחורים. און דאס איז טשארלס היינס.

מיר קענען נישט לאזן טעמפארערי נקמה געפילען איבערנעמען אינזער שכל.

קען טאמפסאן לויפט ארום קאמפיינען ביי די שחורים, היתכן די יודן באקומען די בעסטע טריטמענט אין ברוקלין? ער וויל איקוועל רייטס!!

ווער ווייסט דען נישט אז אוועקרייסען צוויי יאר א טאטע פון די משפחה, האט מער עפעקט אויפן יוד, ווי צען יאר אויפן ציווילדעוועטען שחור..

טשארלס היינס פארשטייט דאס.. קען טאמפסאן נישט...

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:22 pm

· #145745
קרעקער
היינס
ער האט געגעבען א פרי רייד אלע יארען פארען חסידישען עולם
אייביג איז דא א אויסנאם אבער 99% האט ער זעך גוט פארשטאנען מיט אונז
וואס דער שחור גייט זיין צו יודען? כווייס נישט

דער לעצטער שחור וואס כ'האב געטראסט איז געוועין דינקינס. און אונז זעה מיר דאך וואס ער האט אהערגעשטעלט. דער קען טאמפסאן מאכט עפעס א שרעקליכן רושם. דער בעסטער סימן צו שטיין ווייט פון איהם איז אז נחום איז זיין חסיד. ס'וועט זיין איראניש ווען ער וועט איינזעצן נחום'ען אליין.

אוהב ספרים » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:44 pm

· #145903
מעו דארף זיין משוגע צו וואוטן פאר טאמפסאן, און די אלע וואס שרייען נ"וו במ"ל וכו' דאס איז אלעס אדאנק די טאמפסאן סאפארטערס ווי נ"ר אד"ג

סאשי פיש » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:58 pm

· #146249
א ליפלעט וואס שטעלט צוזאם נחום ראזענבערג מיט טאמפסאן
image.jpg

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:10 pm

· #146413
סאשי פיש
א ליפלעט וואס שטעלט צוזאם נחום ראזענבערג מיט טאמפסאן

כ'ווייס נישט צו די בריוו איז אמת צו נישט

📎 נחום.png

אבער ער אינדארסירט טאקע טאמפסאן

מ. גליקמאן » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:15 pm

· #146417
זאג עס פאר שמעון ראלניצקי, ער איז היינט ביזי געווען אויף טוויטער אז נחום האט גארנישט מיט איהם.

אין אנדערע נייעס, טשארלס היינס איז פריער געווען ביי מהר'זל מ'סאטמאר מיט זייערע עסקנים און ראשי הקהילה און דאס מיינט מן הסתם אז ביידע פראקציעס פון סאטמאר גייען איהם אפיציעל אינדארסירן.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 6:57 pm

· #146881
היינס איז א פרומער, שטים איך נישט פאר אים. איז דא א קיהלער קאנדידאט וואס לויפט?

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 7:01 pm

· #147473
שמעתי, אז דער איד און דער בלאט גייען מארגן אינדארסירן היינס, אבער וויזוי איך אבזערוויר און שמעק אין די גאס מיין איך אז דער עולם גייט נישט אזוי מיטאנצן דער עולם געדענקט נאך די בלומבערג ענדארסמענט אין 09, איך מצידי בין נאך ציריסן,

בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 9:45 pm

· #147522
@גאלד איר האט א קלארן אפשאצונג האב איך איינגעזען אינעם עבר. וואס האלט איר זענען די שאנסן היינס וועט פארלירן? אין די גאס איז דער געפיל אז ער וועט עס מאכן אלס אינקאמבענט. איך טראכט אז ער געווינט און מיר שטימען נישט פאר איהם האבן מיר זיך געשאסן אין די פוס. ווידער מיטן אנדערן אז ער געווינט קען מען זיך דעמאלטס מאכן היימיש, מיר זענען איהם גארנישט שולדיק לעת עתה.
בלאט: 1 2 3