☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חרדים און עטיקעט

חרדים און עטיקעט

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4554

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:31 am

· #143679
חרדים און עטיקעט
ווי באקאנט זענען חז"ל זייער מפליג איבער די וויכטיגקייט פון זיך פירן בדרך ארץ ד"ה לויטן נימוס פון די געזעלשאפט אין וואס מיר געפונען זיך דערפאר וואלט אפשר געווען כדאי אויסצושמועסן עטליכע פונקטן איבער די אויפפירונג פונעם טיפישער חרדי וואס מאכט דערמיט הייבן אפאר אויגן ברעמען אדער מאכט גלאט אזוי פון זיך געלעכטער ווען געפונענדיג זיך אין עפענטליכע פלעצער ווי אין באנק אירפארט פליגער וכדומה
מיר אלטץ א קאלעקטיווער געמיינדע האבן זיך נישט וואס צו שעמן מיט אינזער גוטהארציגקייט און אינזער גרייטקייט צו צושטיין איינער דעם אנדערן אין פאל ס'פארלאנגט זיך עכ"ז איז אין די זעלבע צייט וויכטיג אויפמערקזאם מאכן וויאזוי מקען זיך לערנען צו פארבעסערן זיך אויפצופירן אין איינקלאנג פון א נארמאלן ציוויליזירטן געזעלשאפט
די סיבות צו אינזער נאכגעלאזטע אויפפירונג איז פארשטייט זיך פילפאכיג אריינרעכענדיג דעם פאקט אז מהאט אינז פשוט נישט אויסגעלערענט פארקערט גאר מיר זענען אויפגעוואקסן מיטן צוגאנג אז ס'קומט אינז אלעס מיר זענען געשולט וויאזוי ארויסצוקוועטשן די מאקסימום פון יעדן בענעפיטירנדן צושטאנד אן האבן די נויטיגע סענסעטיוויטעט זיך צו רעכענען מיט אן אנדערן
צום באדויערן היינט אין אן אפען וועלט איז דא גענוג און נאך וואס פארשמירן אינז אויף די בלאגס און אנדערע וועבזייטלעך מיטן פיינדליכן ציל צו שעדיגן אינזער רעפוטאציע טא פארוואס זאלן מיר אריינשפילן אין זייערע הענט פארוואס זאל מען נישט אין די טעג וואס איז א זמן פון תשובה ותיקון המעשים זיך פארנעמן זיך צו בעסערן אינדעם הינזיכט מונע צוזיין דעם גרויסן חילול כבוד שמו ותורתו
איך וועל פרובירן צו געבן עטליכע עקזעמפלאן און גלייכצייטיג טוה איך בעטן דעם עולם אנטיילצונעמן מיטן מיטטיילן זייערע אייגענע ערפארונגן איבער די נושא
דא האט איר עטליכע דוגמאות
איבערהיפן מענטשן וואס שטייען אין א רייע ביים באנק וכדומה
לאזן צוקלאפן די טיר אין פארענט פון יענעמס נאז
פארגעסן זיך צו באדאנקן ווען עמיצער ווייזט ארויס אז ער רעכענט זיך מיט דיר
איבערדרייען א פליגער וועגן דאווענען אדער אנדערע רעליגיעזע צוועקן
אביוזן שטאטישע פראגראמען
אביוזן רעגירונגס פראטעקציע
קויפן אין דיפארטמענט סטארס על מנת דאס צוריק צוגעבן פאר די ריטורן דעדליין לויפט אפ
זיך דרייען אויף נישט אן הייגיענישן מצב בפרט ווען מאיז געצוואונגען צו זיצן מיט נישט היימישע
זיך נישט רצח'נן ביים ארויפגיין אויף א באס
ארומווארפן די גאס מיט פאשקעווילן כאלו סאיז יענעמס דיינונג רום
גראגערן מיט הויעכהילכערס איבער די גאסן שעות נאכאנאנד פאר פאליטישע צוועקן
פייפן ווען אימער ביים דרייון בפרט אין א צייט ווען מ'לייגט די קינדער שלאפן
שרייבן ליגענטס און פארפירערישע אינפארמאציע אין חרדישע צייטונגן אין די צייט ווען סאיז נישטא ווער סזאל טוען די fact checking
זיך ארומשלאגן צו מאכן אויסנאמען פאר אינזערע געגענטער ווצבש"פ בייקלעינס אין וויליאמסבורג

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:39 am

· #143688
נאך קיינמאל נישט געזעהן א חרדישע איד זיך אריינכאפן די שורה אין באנק, אבער פון דיין ליסטע זענען דא עטליכע ענינים הצריכים תיקון.

נצבד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 2:10 am

· #143693
א קורצע לחש,און דערנאך האט מען לייסענס צו אראפציען דעם היימישען עולם כאחד הפעילדמעסייעה'ס מיט א לאנדרי ליסט פון נישט געשטויגענע פעלערן.

שעים אן יו דיסגראנטעלד ארבייטסלאזער,

יואב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 4:05 am

· #143696
נצבד
א קורצע לחש,און דערנאך האט מען לייסענס צו אראפציען דעם היימישען עולם כאחד הפעילדמעסייעה'ס מיט א לאנדרי ליסט פון נישט געשטויגענע פעלערן.

שעים אן יו דיסגראנטעלד ארבייטסלאזער,

נצבד, קודם שלום עליכם, כ'האף אייך צו זעהן מער אפט. כ'זעה איר זענט נישט ניי דא, אבער זינט איך בין דא האט איר נאך קיינמאל געשריבן.

קען זיין איר וואוינט אין עזה, אבער איך זעה נישט דעם ארטיקל אלס א האספולע ארטיקל מיטן ציהל צו באשמוצן אנ"ש. ער לייקנט נישט אונזער גוטע חלקים, ער דערמאנט אונזער שלעכטע חלקים, און סך הכל זאגט ער מיר זאלן דאס מתקן זיין, ווי איידער זיך אומקוקן ווי מ'פראקט אויס אונזערע שמוץ אויפן אלוועלטליכע גאניק.

ס'קען זיין ער טרייבט איבער געוויסע איינצלהייטן, אבער אין סאבסטאנץ, מיט וואס ביזטו אומאיינשטומונג. אז מיר ווערן ערצויגן מיט א הויכע מאס מענערס? אז מ'באשמוצט אונז נישט כמעט טעגליך איבעראל? אז מיר קענען זיך נישט פארבעסערן מיט אונזער התנהגות כלפי דעם אינדרויסענדע וועלט? איך מיין דיר ח"ו נישט צו אטאקירן, זיי זיך נאר מער מסביר. תודה.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:27 am

· #143698
זייער א וויכטיגע אשכול.

מיר האבן שוין געהאט ענליכס דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1362">viewtopic.php?f=24&t=1362</a><!-- l -->

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:28 am

· #143701
נצבד
א קורצע לחש,און דערנאך האט מען לייסענס צו אראפציען דעם היימישען עולם כאחד הפעילדמעסייעה'ס מיט א לאנדרי ליסט פון נישט געשטויגענע פעלערן.

שעים אן יו דיסגראנטעלד ארבייטסלאזער,

איך וויל דא באטאנן אז בתוך עמי אנכי ישבת (א מזל איר ווייס נישט ווער איך בין ווען יא וואלט מען מיר פארשריגן אלטץ א היפאקריט) איך ווייס אז דאס איז א סענסעטיווער נושא אבער דאס מציאות שלאגט אין פנים אריין און איך פארשטיי אז דער אמת טוט וויי געוויס איז דא מענטשן וואס ליידן נישט פון די אלע אויבן דערמאנטע איבלן און וועגן זיי איז אפשר נישט אויסגעהאלטן צו באשילדיגן אינז קאלעקטיוולי מאך איך קלאר אז די אלע מערערע אויסנאמן זאלן אוועקוקן פון וואס איך האב געשריבן.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:51 am

· #143703
שמעקעדיג
זייער א וויכטיגע אשכול.

מיר האבן שוין געהאט ענליכס דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1362">viewtopic.php?f=24&t=1362</a><!-- l -->

שמעלצערס (נישט ל.) צום טיש.

קינות גירושין » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:14 am

· #143719
כמיין אז אין די גוישע פרעסע שרייבט מען אויך ליגענט, און מרעכנט זיך בכלל נישט מיט די פאקטען,(אדער יעדער טרעפט פאקטען וואס ער וויל טרעפן)
סאיז לאוו דוקא א חסידישע מחלה

קלוג און יונג » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:16 am

· #143721
דעס איז א נושא וואס עגבערט מיך שטארק. איך ווער ממש ערשטוינט ווען איך האלט אפען א טיר פאר מיין שכן'ס קליין יונגעל, און ער לויפט מיך דורך און קוקט ניטאמאל אויף מיין זייט...וכהנה רבות

איך מיז אבער ארויסברענגן א נקודה וואס קען זיין איז אזא סארט לימוד זכות אויף דע חסרון אונזערע

איך מיין אז די עקספלענעישאן פאר די לעק אף מענטשליכקייט ביי אונז קען אפשר ליגען אין דיינע אייגענע ווערטער

מיר אלטץ א קאלעקטיווער געמיינדע האבן זיך נישט וואס צו שעמן מיט אינזער גוטהארציגקייט און אינזער גרייטקייט צו צושטיין איינער דעם אנדערן אין פאל ס'פארלאנגט זיך


איך האלט (קען זיין כ'האב עס געליינט אמאל. איך געדענק נישט) אז עטיקעט און ברייטהאציגע חסד פאר איעדן איינעם גייען גווענדליך נישט אינאיינעם. דאס מיינט נישט אז ס'קען נישט, נאר אז געווענדליך איז עס אזוי

די הסבר: די פילינג וואס מאכט אונזער ציבור פילען אז אויב יענער פלוני איז אין טראבעל דארף איך מיך יעצט אריינווארפען מיט מיין גאנצע כח צו העלפן, קומט פון די פילינג פון נאנטקייט און ברידערשאפט. די זעלבע פילינג נעמט אוועק די ערענסטקייט און די פארמאליטי פון עטיקעט.

אזוי ווי סאם האו פירען זיך מענטשן אויף וויניגער עטיקעל ווען מ'איז ארום גאר נאנטע מענטשן. למשל די בני בית

קלוג און יונג » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:20 am

· #143723
און נישט צו פארפארען פונעם נושא פונעם אשכול, אבער לויט דעם מהלךפון די לעצטע תגובה, איז דאס אין א וועג אויך די סיבה צו נאך א חסרון וואס אונזער סאסייעטי ליידט שטארק פון: לעבן אין יענעמס נאז. דאס נעמט זיך אויך פון די ברידערליכע פילינג איינער פארען אנדערען

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:11 am

· #143729
סאיז אזאלכע נארישע בעבישי שטותים די פארמאלע גויאשע עטיקס. סאיז פאלטש פון קאפ ביז פיס ע''פ רוב.
סאיז נישט קיין עכטע העלפ פאר מענטשהייט. כבין אינג און געזינט כ'קען אליינס עפנען א טיר, ווען איך יאג מיר און ריר בטועת אן דיין שפיץ שיך געב מיר נישט דען בליק ווי א קרימענאל. ניץ דיין קאפ פארשטיי אז סאיז א טעות, און יא זיי נישט קיין בעבי און מאך נישט אן עסק מהאט דור אנגערירט. אונז מהלך איז סאך מער אויסגעהאלטן. מהעלפט יענעם ווען ער דארף און ווען נישט לעבט מען נישט אויף שטותים.
קענסט ליגען אוחף די ערד פארחלשט די גוי (רעסיסט) וועט זייער מקפיד זיין דיר נישט ח''ו אנטרעטען, אבער רופען 911 אדער זיך ארפבייגען העלפן דאס נישט. דער איד וועט דיר אנטרעטען בטעות און פאברענגען זיין טאג מיט דיר און שפיטאל.

טרייצי בארגן א קוואדער אדער סעלפאו פון א גוי

נצבד » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:44 pm

· #143843
הבל הבלים
דער ענגלישער חרדי איז א פארמאלער בריטאניער,
דער איזריעלי חרדי איז א צוקאקטער סאברע,און דאס זעלבע איז דער ברוקלינער חרדי,א ברוקלינער,פאגעטטאבאוטיט...
וויזוי ס'אידיש'ט זיך,אזוי גוי'אישט זיך....


ליינעדיג די אויסשטעל און די צומישטע קאשע פון מכלומרש'טע מיס'עטיקעט-אומעטישקייט-און פלעקסען פאליטיקעל מוסקלען און גלאטע רויבעריי,געזעץ ברעכעריי, מוז מען נישט קענען ליינען "צווישען" די שורות,אז דאס איז נישט געווען קיין פובליק ווידו,נאר ענדערש א פובליק אנקלאגע

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:12 pm

· #143893
טייערער ר' נצבד! גוט איר האט צוגעטראפן אז איך בין דא אראפצורייסן מיט די גרעסטע מאס אכזריות מיינע גוטע פריינט, קרובי משפחה, שכנים וכדומה, וויסן זאלט איר אבער, ווילסט לעבן אין פארלייקעניש, גיי פאראויס! ס'איז נישט פארבאטן, ס'איז גלאט אזוי שעדליך.

די איינציגסטע סיבה פארוואס איך קען פארשטיין אז מ'זאל דאס אנקוקען ווי א פארזוך זיך אנצוטשעפענען איז נישט דערפאר וואס מ'לייקנט די פאקטן נאר וויבאלד יעדער פון אונז קומענדיג פון דארט פארשטייט די סיבות און לימודי זכות פאר דעם צושטאנד און נאכדערצו אז ס'שיינט נישט אז דאס וועט פארראכטן ווערן אין די נאנטע צוקונפט, אלא מאי ס'איז שלעכטקייט און רשעות.

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:22 pm

· #143894
נהורא נפישא
טייערער ר' נצבד! גוט איר האט צוגעטראפן אז איך בין דא אראפצורייסן מיט די גרעסטע מאס אכזריות מיינע גוטע פריינט קרובי משפחה שכנים וכדומה...


אקעי. יעצט מאכסטע שוין מער סענעס, איך האב מיר לכתחלה געוואנדערט אויף דיין מאדענע טשאלענט טאפ אשכול האסט אויסגעמישט גאנצע ליגענט מיט האלבע אמת, פראבירענדיג אראפ צומאלען דעם עווריטיש חרדי אלץ איינער אן די מינעמאלע עטיק'ס.

אבער יעצט אז די זאגסט אז די זאגסט אז עס בכוונה מתחלה און די האסט דא חשבון מיט איינעם אדער עטליכע און עס איז מער א שכנים אדער משפחה פייט, מאכט עס שוין מער סענעס, איך וואנדער זיך נאר ווי אזוי די פלאנסט צו געווינען די פייט אן אהער ברענגן די צד השני און זיי זאלען זאגען וואס זיי האבן צו זאגען.

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:45 pm

· #143898
בדחן
נהורא נפישא
טייערער ר' נצבד! גוט איר האט צוגעטראפן אז איך בין דא אראפצורייסן מיט די גרעסטע מאס אכזריות מיינע גוטע פריינט קרובי משפחה שכנים וכדומה...


אקעי. יעצט מאכסטע שוין מער סענעס, איך האב מיר לכתחלה געוואנדערט אויף דיין מאדענע טשאלענט טאפ אשכול האסט אויסגעמישט גאנצע ליגענט מיט האלבע אמת, פראבירענדיג אראפ צומאלען דעם עווריטיש חרדי אלץ איינער אן די מינעמאלע עטיק'ס.

אבער יעצט אז די זאגסט אז די זאגסט אז עס בכוונה מתחלה און די האסט דא חשבון מיט איינעם אדער עטליכע און עס איז מער א שכנים אדער משפחה פייט, מאכט עס שוין מער סענעס, איך וואנדער זיך נאר ווי אזוי די פלאנסט צו געווינען די פייט אן אהער ברענגן די צד השני און זיי זאלען זאגען וואס זיי האבן צו זאגען.

תיובתא דנהורא נפישא תיובתא.
בדחן! it's not a subject for comedy

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:05 pm

· #143908
שמעקעדיג
זייער א וויכטיגע אשכול.

מיר האבן שוין געהאט ענליכס דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1362">viewtopic.php?f=24&t=1362</a><!-- l -->

א דאנק אייך פאר צוצייכענען
נישט געוויסט אז עס איז שוין געווען דא א העפטיגע מדובר איבער דעם נושא
און פאר די אלע וואס האבן טענות אויף מיינע דוגמאות אין זאגן אז אין אלו אלא דברי נביאות guess what ראה זה פלא שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:06 pm

· #143909
נעכטן איז דאס געשען:

איך בין געפארן אין די נאכט שעות, בערך עלעווע צייט, דורכגעפארן דער מאנהעטן. דארט איז לילה כיום יאיר אין די דאזיגע צייט. פארנדיג אויפן גאס, שטייענדיג אין טראפיק, האב איך זעלבסט מיטגעהאלטן ווי א יונגער שרייט אויף א מיידל מיט קולי קולות, נוצנדיג זיינע הענט אויף איר אויך. מענטשן זענען דורכגעפארן, מענטשן זענען דורכגעגאנגען און קיינער האט זיך נישט צוטון געמאכט. בלויז איין גוי וואס איז דורכגעגאנגען האט געשריגן "העי יו, סטאפ!". יענער האט טאקע געסטאפט אבער די סקונדע וואס יענער איז ווייטער געגאנגען האבן זיך די פעטש באנייט.

צו די פאליציי האט עווענטואל ערשיינט? - ווען איך בין דארט געווען, האט נישט אויסגעקוקט אז איינעם גייט עס אן. קען זיין שפעטער יא.

אין וויליאמסבורג וואלט אזאנס פאסירט?

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:38 pm

· #143921
@לכבוד שבת קודש טאקע א גוטע דוגמא אבער לאז מיר מאכן עטליכע נקודות,

איינס, די מעשה וואס דו האסט געזען אין מאנהעטן איז נישט ריכטיג אהער צוברענגען, ווייל אונזער שיינקייט אלץ עם הנבחר ווענדט זיך נישט ווי נידעריג דער גוי איז, און מען מעסט אונז נישט קעגן דעם גוי צו ווייזען אז קוק ווי נידעריג דער גוי איז דערפאר זענענן מיר עפעס מער און בעסער, נישט וויבאלד דער גוי האט נישט קיין גוטע מידות דערפאר האבן מיר יא עטיקס - און איך האב שוין געטראפן גוים מיט גוטע מידות.

צווייטע נקודה, מיר לעבן נישט אז די בלאגס זאלן אונז אנערקענענן אלץ א עם הנבחר און אלץ עטישע געמיינדע, ווייל מיר קענענן זיך נישט - און מיר פראבירען זיך נישט צו - פארהערן מיט די שונאי ישראל, ווי לאנג די ארגענעזאציעס ווי פוד-טרעפ, פעלד מסייע, אלע otd בלאגס, און אנדערע שונאי ישראל וועלן אנגיין מיט זייער בלאגס, היעלה על הדעת אז מיר קענענן אויסזען שיין ביי די מידיא און די גוי'שע גאס? קיינמאל נישט, זיי מיט זייער שקר האבן מער צייט, מער געדולד, און מער אייפער ווי אונז, און ווי די היסטערי ווייזט אז שטאף קעגן יודען האט זיך אייביג גוט פארקויפט און וועט זיך ווייטער גוט פארקויפן, דער וואס זארגט זיך פאר די מידיא אדער בלאגס יענער איז אדער א תמים, אדער אומוויסענד, אדער ביודעים א עזות מצח און איז דא אונז אנצושמירן אויף א זאך וואס מיר זענענן בכלל נישט שולדיג.

נאך א נקודה, אונזער שיינקייט דאס איז וואס מאנכע נוצען אויס דערמיט אונז צו באשמוצען, דהיינו? איז איינעם אמאל בייגעפאלען צו זאגן אז אלע שווארצע זענענן מערדער וויבאלד דריי שווארצע האבן גע'הרג'ט א ווייסען? איז איינעם אמאל בייגעפאלן צו זאגען אז אלע שווארצע האבן ADIS וויבאלד 50% פון זיי האבן עס? איז אמאל איינעם בייגעפאלען צו באשמיצען אלע קריסטן וויבאלד טייל פון זיי זענענן שמוציג אדער ענליכס? ניין! פארוואס? ווייל יעדער פארשטייט אז אזא זאך וואס א איינצעלנע מענטש טוט רעפערעזענט נישט די גאנצע סעקטע, משא"כ דא ביי אונז יודען האט דער פותח האשכול גענומען די לינע אז אלע חסידישע אידן האבן נישט קיין עטיקס וויבאלד עס איז דא א טייל וואס האבן נישט, דאס הייסט ער האט גענומען אונזער שיינקייט פון זיך האלטען באחדות דערמיט אונז צו שלאגען דארט ווי עס קומט אונז נישט.

נאך א נקודה, מיר שטייען נישט אזוי שלעכט מיט עטיק'ס, יא, דא און דארט מתוך אונזער אנגעצויגען לעבן האבענדיג גרויסע משפחות מיט א גרויסע בודזשעט, מיט א אפגעזונדערט לעבן, קענענן א טייל מענטשן אמאל פארזען זאכען וואס איז ביים גוי אנגענומען אלץ א הכרח, אדער א טייל מענטשן קענענן אמאל פון נויט טון זאכען וואס מען וואלט נישט געטון אונטער בעסערע אומשטענדן, דאס ווייזט אבער נישט על הכלל כולו.. מער ווייניגער זענענן מיר אקעי, גוט איינער צום צווייטען און מענטשליך איינער צום צווייטען.

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:48 pm

· #143924
איך וואלט דיר געלייקט מער פון איין מאל, אויב וואלט מען געקענט, בפרט פאר די פערטע שטיקל.

יואב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:57 pm

· #143928
מ'מישט דא אויס צוויי זאכן. איך ווייס נישט ווער ס'ארגומענטירט אז מיר שלאגן זיך אויף די גאסן. מ'לייקנט נישט אונזער חסד, אונזער גרייטקייט צו העלפן, ס'קומט נישט פאר (קיין סאך) רציחות בינינו, אונז זעמיר היבש מסודר אין דעם הינזיכט. וואס מ'רעדט דא איז "מענערס". אראפווארפן שמוץ אויף דער ערד, רוקן מענטשן, זיך נישט באדאנקן, און נאך פילע חזיר'ישע, דארפישע, מאדנע, אומאיידל, אוממענטשליכע התנהגות'ער. דער אשכול איז לחלוטין נישט קיין האספולער געוועזן, ממש בלויז א רוף צו תיקון המעשים. איך ווייס נישט פארוואס ס'שווער צו פארשטיין, און מיט וואס חברה דא טוהן דיסעגריען. ווער רעדט פון רציחה אא"וו.

יואב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:05 pm

· #143932
*און פאר איך פארגעס. "ראסיזם" וואס איז ליידער שטארק ביינונז מעג אויך האבן א תיקון. ס'קומט נישט פון קלוגשאפט, און נישט פון מענטשליכקייט.

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:17 pm

· #143944
יואב
מ'מישט דא אויס צוויי זאכן. איך ווייס נישט ווער ס'ארגומענטירט אז מיר שלאגן זיך אויף די גאסן. מ'לייקנט נישט אונזער חסד, אונזער גרייטקייט צו העלפן, ס'קומט נישט פאר (קיין סאך) רציחות בינינו, אונז זעמיר היבש מסודר אין דעם הינזיכט. וואס מ'רעדט דא איז "מענערס". אראפווארפן שמוץ אויף דער ערד, רוקן מענטשן, זיך נישט באדאנקן, און נאך פילע חזיר'ישע, דארפישע, מאדנע, אומאיידל, אוממענטשליכע התנהגות'ער. דער אשכול איז לחלוטין נישט קיין האספולער געוועזן, ממש בלויז א רוף צו תיקון המעשים. איך ווייס נישט פארוואס ס'שווער צו פארשטיין, און מיט וואס חברה דא טוהן דיסעגריען. ווער רעדט פון רציחה אא"וו.


איך ווייס נישט לעבן וועם די דרייסט זיך און ווער דיינע חברים זענענן, אבער הייב דיר אן דרייען ארום די אנטשטענדיגע חסידישע בעה"ב וואס זיי זענענן די רוב, וועסטע זען אז כלל ישראל איז נישט אזוי שלעכט ווי די לייגסט עס אראפ,

די גרויסע מערהייט איז גאר ווייט פון דאס וואס די שרייבסט, און מיט אפאר יוצא דופן'ס קען מען נישט אפסטעמפלען א גאנצע סעקטע,
לערן דיר אויס א פרק פון דיינע אייגענע תגובות ווי אזוי די פייט'ס מיט ציין און נעגיל אז מען זאל נישט באשמיצען די גאנצע שווארצע געמיינדע מכוח א ריזיגע פערצענט פארפוילטע עפל, זאלען דיינע אידישע ברידער נאך האבן אזא רעכט ווי די שווארצע פאר וועים די פייט'ס, און לעביל נישט אפ די גאנצע סעקטע אידן צום שלעכטן צוליב א קליינע פערצענט.

יואב
*און פאר איך פארגעס. "ראסיזם" וואס איז ליידער שטארק ביינונז מעג אויך האבן א תיקון. ס'קומט נישט פון קלוגשאפט, און נישט פון מענטשליכקייט.


גערעכט, נכלל און זיך נישט פיינט צו האבן דעם חסידישען איד מיטען צוקניישטען רעקיל, {נישט ח"ו אז די האסט זיי פיינט, איך שרייב נאר נאך א נקודה}

נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:47 pm

· #143954
בדחן האט געשריבן צווישן אנדערע "נאך א נקודה, מיר שטייען נישט אזוי שלעכט מיט עטיק'ס, יא דא און דארט מתוך אונזער אנגעצויגען לעבן האבענדיג גרויסע משפחות מיט א גרויסע בודשעט, מיט א אפגעזינדערט לעבן קענענן א טייל מענטשן אמאל פארזען זאכען וואס איז ביים גוי אנגענימען אלץ א הכרח, אדער א טייל מענטשן קענענן אמאל פון נויט טיען זאכען וואס מען וואלט נישט געטיען אינטער בעסערע אומשטענדען, דאס ווייזט אבער נישט על הכלל כולו.. מער ווייניגער זענענן מיר אקעי, גוט איינער צום צווייטען און מענטשליך איינער צום צווייטן"

בדחן! איך בין גראדע מסכים טיילווייז צו דעם נקודה אז צווישן די מערערע קאמפאנענטס וואס זענען אחראי צו דעם פראבלעם איז די פאקט אז מיר זענען פאריאגט און פארפלאגט און ס'הערשט עטוואס א פארלוירנקייט, אבער תירוצים אין א זייט, ס'העלפט נישט ארויס צו אונזער רעפוטאציע, וכאן הבן שואל וועם גייט עס אן The hell with them, די ענטפער איז אז ס'דארף אונז קלאר אנגיין, אונז דארפן זיין א מוסטער אז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום.

בדחן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:57 pm

· #143956
נהורא נפישא
אבער תירוצים אין א זייט סהעלפט נישט ארויס צו אינזער רעפוטאציע,


שיין אז די זארגסט זיך פאר כלל ישראל, thanks and it's very much appreciate, אבער כלל ישראל איז פיין איר רעפוטאציע איז אקעי, שלאף רואיג.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:49 pm

· #143966
בדחן
יואב
מ'מישט דא אויס צוויי זאכן. איך ווייס נישט ווער ס'ארגומענטירט אז מיר שלאגן זיך אויף די גאסן. מ'לייקנט נישט אונזער חסד, אונזער גרייטקייט צו העלפן, ס'קומט נישט פאר (קיין סאך) רציחות בינינו, אונז זעמיר היבש מסודר אין דעם הינזיכט. וואס מ'רעדט דא איז "מענערס". אראפווארפן שמוץ אויף דער ערד, רוקן מענטשן, זיך נישט באדאנקן, און נאך פילע חזיר'ישע, דארפישע, מאדנע, אומאיידל, אוממענטשליכע התנהגות'ער. דער אשכול איז לחלוטין נישט קיין האספולער געוועזן, ממש בלויז א רוף צו תיקון המעשים. איך ווייס נישט פארוואס ס'שווער צו פארשטיין, און מיט וואס חברה דא טוהן דיסעגריען. ווער רעדט פון רציחה אא"וו.


איך ווייס נישט לעבן וועם די דרייסט זיך און ווער דיינע חברים זענענן, אבער הייב דיר אן דרייען ארום די אנטשטענדיגע חסידישע בעה"ב וואס זיי זענענן די רוב, וועסטע זען אז כלל ישראל איז נישט אזוי שלעכט ווי די לייגסט עס אראפ,

די גרויסע מערהייט איז גאר ווייט פון דאס וואס די שרייבסט, און מיט אפאר יוצא דופן'ס קען מען נישט אפסטעמפלען א גאנצע סעקטע,
לערן דיר אויס א פרק פון דיינע אייגענע תגובות ווי אזוי די פייט'ס מיט ציין און נעגיל אז מען זאל נישט באשמיצען די גאנצע שווארצע געמיינדע מכוח א ריזיגע פערצענט פארפוילטע עפל, זאלען דיינע אידישע ברידער נאך האבן אזא רעכט ווי די שווארצע פאר וועים די פייט'ס, און לעביל נישט אפ די גאנצע סעקטע אידן צום שלעכטן צוליב א קליינע פערצענט.

יואב
*און פאר איך פארגעס. "ראסיזם" וואס איז ליידער שטארק ביינונז מעג אויך האבן א תיקון. ס'קומט נישט פון קלוגשאפט, און נישט פון מענטשליכקייט.


גערעכט, נכלל און זיך נישט פיינט צו האבן דעם חסידישען איד מיטען צוקניישטען רעקיל, {נישט ח"ו אז די האסט זיי פיינט, איך שרייב נאר נאך א נקודה}

בדחן ,איך קען דיר נישט פאר אזא איינער וואס האט מורא צו שרייבן אפען.

יא זובחי אדם עגלים ישקון ,די וואס האבען אזוי ליב די שווארצע זיי האבען די מערסטע פיינט א ערליכע איד.

DotCom » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:07 pm

· #143971
איך האב היינט געזעהן א מידל עידזש מענטש אפן האלטן די טיר פאר איינעם, איך האב נישט געגלייבט אז אזעלכע עידזש מענטשן ליינען קאווע שטיבל!

ישמעאל הכהן » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:17 pm

· #143974
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/08/22/nyregion/hasidic-jews-turn-up-pressure-on-city-to-accommodate-their-traditions.html?hp&_r=0">http://www.nytimes.com/2013/08/22/nyreg ... ml?hp&_r=0</a>

יואב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:39 pm

· #143978
@בדחן, איך בין נישט אויפגעצויגן געווארן אין פייוו טאונס, איך קום פון בערך דער זעלבער פלאץ פון וואו דו קומסט, און איך דריי זיך אין די זעלבע 4-5 זיפקאודס ווי דיר. כ'בין שוין געפארן צוזאמען מיט חרדים מערערע מאל אויפן פליגער, וואו טייל מאל האב איך געדינט אלס א כמעט צענטער. כ'בין שוין אפילו געזיצן אין א סטעדיום צוזאמען מיט חרדים וואו ליידיגע פרעצל בעגס, אויסגעזויפטע וואסער באטלעך, און אויסגעבלאזנע טישוס, האבן זיך פרייערהייט געואלגערט אונטער די פיס, אלס רעזולטאט פון ווערן פארענדיגט דורך א כינוס פון כלל ישראל. אויך טובל איך זיך אין מקוואות וואו האנטוכער דינען אפיציעל אלס טישוס, און בורות ווערן באקוועם פארוואנדלט אין שויערס. און וכבר היה לעולמים איך זאל זיך אנשטויסן אין אן אנגעשפריצטער טוילעט זיץ שמי רגלים יפין לה, און איך וועל נישט לייקענען, כ'האב נאכנישט באגעגנט אנגעקאקטע טוילעט שיסלעך וואו די אינהאלט האט זיך אנטזאגט צו נידערן צו די אפלויף רערן. איך ווייס זייער גוט וואספארא פנים אונזער (ניין, נישט יעדער) "מענערס" טראגט.

יעצט, אפשר ווען מ'וואלט אונז באשמוצט ניו יארק פאוסט סטייל, וואלט איך געזוכט דאס אויסצוגראדן צו די מאקסימום. בסך הכל קומט איינער, ער שרייט בתוך עמי אנכי יושבת, און חברה, פליז, אביסל אויפמערקזאמקייט צו אונזער לייכטזיניגע צוגאנג צו מענטשליכקייט.
טא מה כל הרעש? איז דאס נישט אמת? האט ער באשולדיגט א יעדעס קאפ-צאל וואס ציילט זיך צווישן כלל ישראל?

יעצט כלפי ראסיזם האט מען זיך שוין ארומגעטענה'ט מיט דיר אין פילע אשכולות, ובפרט דא וואו @הערשי,@יואליש, און אנדערע, האבן זייער שיין און קלאר אויסגעשמועסט, און דיר מסביר געוועזן בטוב טעם ודעת. דו ווילסט דאס במילא נישט פארשטיין, און איך גיי זיך בל"נ נישט אמפערן מיט דיר, צו מיט @איך אויך, ווען אומער ס'פארגליסט זיך ענק.

און אגב איך האב בכלל נישט פיינט איינער מיט א פארקנייטשטן רעקל, הגם אויב איך זאל יא פיינט האבן האט דאס מיט ראסיזם גארנישט.

און וואספארא נארישע ארגומענט איז 'א צווייט פאלקס פראבלעמען'? וויבאלד איך בין א היימישער איד, און איך זיץ צווישן היימישע אידן, פראביר איך צו אויפמערקזאם מאכן אט דער סאמע זעלביגער געזעלשאפט איך דריי זיך אין. דער מארמאנישער, עווענגאליסטישער, קאטוילישער, מוסלעמענער קאווע שטיבל, זאל אויפמערקזאם מאכן זייערע חברה.

יתכן איך בין א שווארצער, וואלט איך יעצט מעורר געוועזן שחורים אויף די אפריקאניש-אמעריקאנער קאווע שטיבל. איך וואלט געזאגט אז גיין מיט די הויזן אזוי נידריג איז נישט אזוי פאסיג, און פארוואס דארפן אלע ווייסע טרייבן שפאס פון אונז. אויך דארף מען נישט רעדן מיאוס ממש אין יעדער סטעיטמענט, און מ'מעג אביסל נידערן די וואליום אינעם בי.עם. דאבליו. אין דער צייט ואס מענטשן שלאפן שוין. און עה, אנטשולדיגט דארטן דו שווארצע בדחן! כ'האב נישט געזאגט אז אלע גייען מיט נידריגע הויזן, רעדן מיאוס, און מאכן טויב אלע ארומיגע מענטשן. זייט נאר וויסן אז ס'טרעפט זיך אפט בינינו אזאנע התנהגות'ער, הגם באמת כולם אהובים, כולם ברורים, כולם גיבורים, און אלע זענען מענטשן באשאפן געווארן דורך דער אלמעכטיגער גאט.

טא וויאזוי קומט יעצט ראסיזם אריין אינעם בילד? מסתם דארף מען אלע אויס'שחט'ן כפי הוראת איך אויך, נישט אזוי? און אויב דאס פינטעלע מענטש שפרינגט אויף ווען איך ליין דאס, בין איך וואס? א סעלף-העטינג דשאו?

ס'פארהאן פארשידענע אויפגעפיראכצער צווישן פארשידענע געמיינדעס. אז כ'וועל זאגן אז ישראלים זענען ווילדע דרייווערס, פארמאגן ווייניג דיסעפלין—און ניין, טאקע נישט א יעדער—און מ'בעהט ביטע ארבייט אביסל דערויף, האב איך זיי יעצט פיינט? אבער אז א מטורף וועט זאגן געטייט זאלן זיי געטייטעט ווערן ווייל זיי זענען ווילדע דרייווערס, ברויך יעדער בר דעת אשר רוח מענטשליכקייט בקרבו זיך עקלען פון אזאנע שמוציגע געמיינע רעטאריק.

אינטערסאנט ווי בדחן און איך אויך, צוויי דם שונאים וואס האבן שוין באוויזן אנצופארבן צענדליגע אשכולות פאר זייערע קעגנזייטיגע אידילאגישע אגענדעס, האבן געשלאסן אזא ראסיזם פאקט, אלץ צו באזיגן הומאנטערישקייט.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:05 am

· #144007
בנוגע דיין ערשטע האלבע תגובה
איך וויל דא דערמאנען צוויי צוזאמענקונפטן אין די לעצטע עטליכע יאר און דער רושם וואס עס האט געמאכט:

כינוס כלל ישראל אין די ריזיגע סטעידיום - דארט איז געווען פארזאמלט איבער פערציג אלפים אידן. די איינגעשטעלטע זענען דאן ארויס פון התפעלות איבער די מייסטערהאפטיגע סדר און ערנסטקייט פונעם ציבור. מיר זעלבסט האט א חבר דערציילט אז אין א געשפרעך מיט איינעם פון די ארבעטער אויפן ארט, נאכן כינוס, האט אים יענער געזאגט אז מסתמא ווארט דיר אפ א שווערע דזשאב, נאך וואס אזויפיל מענטשן זענען דא געווען און מען דארף אויפרוימען אזא ריזן ציבור, האט יענער אים צוריקגעענטפערט לאכנדיג: "דאס איז שווער? - די בעיסבאל שפילער קענען זיך לערנען פון ענק. יעדע נאכט טוט זיך דא אן איבערקערעניש, שטיקלעך גאם סטיקן צו די ערד, שיריים פון גרילס איבער די גאנצע שטח, געברעכאכסט פון שיכורים וואס האבן אויסגעבראכן ועוד ועוד. דער גוי האט משבח געווען די איידלקייט פונעם היימישן ציבור.

קארט-קעיס פון נחמיה וועבערמאן - דארט זענען געווען אנוועזנד די OTD חברה. רוב פונעם זאל איז געווען פון זיי. דער דזשארדזש האט נישט אויפגעהערט רעדן און פארהאלטן איבער די שמוץ וואס גייט דארט פאר, שיריים פון עסן וכדומה, אזש אז ביי די לעצטע סעסיע האט דער דזשאדזש געבעטן אז עס זאל זיין פריוואט און נישט פארן ציבור. טראצדעם וואס עס איז אפיציעל פארבאטן צו עסן אין קארט רום, האבן זיך די חברה באקוועם געמאכט און געמיינט אז זיי זענען ביי זיך אין דייניג-רום. ווי אויך די שישקערייען במשך די גאנצע צייט פונעם קארט, וואס עס איז געווען למורת רוחם פון דער דזארדזש און אלע גוי'אישע אנוועזנדע.

אלזא, דערצייל מיר נישט פון א סטעדיום פון א כינוס כלל-ישראל.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:11 am

· #144008
איך האב זיך דערמאנט פון אן אלטע שיעור אויף קול מבשר, דארט בין איך מכוון צו @נולד מאוחר

נצבד » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:46 am

· #144028
יואב,
קיינער פראבירט נישט צו לייקענען די -די אומפארמאלע-ראףף עדשעס פון די ברוקלינער חרידים,(גראדע די אנגע'קנט'טע ברעטלעך העסטו טרעפען איבעראל ווי מענער ביה'כ ווערען נישט געקליענט יעדע פופצין מינוט) אבער ביזען לאזען צוהאקען דעם טיר ,אדער זיך אריינכאפען אין די ליין וכדומה,איז פאלג מיך א גאנג,(און איך וואוין אויך ערגעץ בשכינות פון דיר)

מיין אטאקע אויף נהרות ד'פישען איז געווען,זיין בלעיטענט געמיינע אטאקע אויף "זיינע נאנטע" ,מיט א (אומ)פארשלייערטען מכלומרשטע קונסטרוקטיוו קריטיק ציעל.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:08 am

· #144064
מורינו הרב טענה'ט אז משתתפי כינוס סיטיהאווביץ האבן נישט געמאכט קיין שמוץ, OTD מאכן שמוץ, סאו ווער מאכט די שמוץ אין קרית יואל כ"ו אב? מוז זיין ס'איז די ארונים, וואס זענען נישט געווען ביים כינוס.

@זר זהב האלט אויך אזוי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:06 am

· #144086
קאווע טרינקער. וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז דו ביסט פאני? זייער פאני.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:47 am

· #144102
פאר די אלע וועלכע טענה'ן אז נאר אידן זענען נישט עטיש, דא האט איר א שטיקל נייעס: די טשייניזע זענען פיל ערגער!

אט האט איר א אויסשניט פון 'דער בלאט', ווי אזוי כינע לערנט אירע בירגער ווי אזוי זיך אויפצופירן אנשטענדיג אלס א פרעמדע טוריסט.

(אגב, אויסטון די "זאקן" שרייבט ער "זאגן", כדרכו מלא טעותים. אפשר טאקע איז כדאי צו שיקן א קאפיע דערפון פארן גור'ער אינגערמאן וועלכער האט אויסגעטון די זאקן פאר די חצופה אויפן באס...)
📎 China_Tourist.jpg

קלוג און יונג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:55 am

· #144838
יעדע נאכט טוט זיך דא אן איבערקערעניש, שטיקלעך גאם סטיקן צו די ערד, שיריים פון גרילס איבער די גאנצע שטח, געברעכאכסט פון שיכורים וואס האבן אויסגעבראכן ועוד ועוד


מורינו,
גיי ביטע צו א ביעסבאלל געים. עמער רעדן נאכדעם

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:50 pm

· #144995
דער אשכול קען מען אויך צולייגן צום ליסטע:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3495">viewtopic.php?f=4&t=3495</a><!-- l -->

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:54 pm

· #144999
און דאס אויכעט:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/154">viewtopic.php?f=4&t=154</a><!-- l -->

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:48 pm

· #180438
איך וויל מעלה זיין באוב דעם אשכול ווייל איך האלט אז עס איז פריצייטיגע נידון געווארן לקבורה עס איז ברענעדיגע נושא וואס דארף אויסגעפראקט ווערן עד זוב דם
לגופו של ענין טוט זיך דא א טענה'ריי עס קומט א איד און שרייט רבותי אפשר איז געקומען די צייט צו לערנען דעם עולם באזיס מאנירן, יסודות פון מענטשליכקייט ווען מען דרייט זיך אינדרויסן פון געטא.
קומט א צווייטער און שרייט אז נהורא נפישא איז גאר א סעלף העיטינג דשו, און כדרכו בקודש פון די סעלף-לאווינג דשוס ברענגט ער ווידער ארויף די ארגאניזאציע טענה, קוק וויפיל חסד מיר טוען בלא בלא בלא.
דאס איז א קלאסישע טענו בחיטים והודה לו בשעורים, עס איז אמת אז מיר זענען א פארמאכטע קאמיוניטי און ווי די שטייגער פון א פארמאכטע קאמיוניטי האבן מיר אסאך חסד צווישן אונז, און עס איז אויך אמת אז אונזער שעלטערד חינוך און דאס וואס מיר האלטן אונזערע קינדער אפגעזונדערט פון פרעמדע השפעות מאכט אז אונזער ציבור זענען נישט קיין גאסן יונגן מערדער און פארברעכער.

אבער מיר לעבן אין א פלאנעט פאר זיך מיר האבן אייגענע מאנירן קאוד'ס, אזעלכע וואס אנטוויקלט זיך צווישן אונז און איז נישט פארבינדן מיט די אלגעמיינע וועג וויאזוי מען פירט זיך אין די גאס, עס איז דא די היימישע גערעדעכצער און אויפפירעכץ און ווילאנג סבלייבט אין די משפחה איז נישט געפערליך הגם ס'איז דא אסאך וואס מתקן צו זיין.

אבער די צרה איז ווען א יונגערמאן דארף זיין אין די עפנטליכקייט, און בעיקר שטעלט זיך עס ארויס אויף די פליגער'ס, עס קומט מיר אויס אסאך צו פאהרען ונטערוועגנס, און איך מיין אז די חרדיש'ע ציבור ווערט רעפרעזענטירט אומפראפארציענעל אויף די פליגערס, וואס זאל איך ענק זאגן די בושות וואס מען מאכט אהן אויף די פליגער'ס איז איום ונורא.
איך רעד פון פאקטן אינגעלייט האבן נישט קיין מינדעסטע אהנונג וויאזוי מען זאגט איים סארי אדער עקסקיוז מי,
ער קומט ארויף מיט זיין קליין רענצעלע די לעצטע פון די גאנצע פליגער און האקט אריין און יעדן אויף רעכטס און אויף לינקס אהן קיין איין איים סארי, ווען א שיקסע שטייט אין וועג מאכט ער גרימאסן און שישקעט און פיסקעט נאר די ווארט עקסיוס מי קען ער פון מויל נישט ארויסזאגן
און דאס איז נאר די אנהייב זיין פלאץ איז לעבן א אלטע באביטשקע הייבט זיך אהן א מסכת פון טוישן פלאץ, [די עצם טוישן פלאץ איז א גרויל אבער אכהמ"ל] אנשטאט זיך קודם אראפזעצן און שפעטער מיט שכלגיין זוכן א צווייט פלאץ, אדער צוגיין און זאגן שטילערהייט פאר די סטוערד אז ער וויל טוישן מאכט ער א צערמאניע און בליבט שטיין און קוקט אראפ אויף די ערד ווי א סייקא, און פירט א מערכה מיט די מאנשאפט.
שפעטער הייבט זיך אהן מיט די מניינים וואס אידן וואס דאווענען נישט מיט מניין מיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא כאפן א דראנג פאר א מניין און ממאכט ששון אויפ'ן פליגער און מען וועקט אויף א האלבע פליגער און מען שאפט א סקאנדאל מיט די מאנשאפט, וכו וכו וכו כו כו כו כו כו כ.....

דאס איז נאר כטיפה מן הים און דאס איז נאר אויפ'ן פליגער,

און נאכאמאל אונז זעמיר נישט שלעכט אדער פאדארבען אונז זעמיר פשוט פרימיטיוו און האבן נישט די מינדעסטע מאנירן וואס יעדע גוי האט [יא אפילו א שחור פאר די ראסיסטן בינינו]

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:49 pm

· #180471
דוכט זיך אז אין דעם הינזיכט איז די עלטערע דור בעסער ווי די יונגערע, די אידן פון די עלטערע דור האבן געווענליך א נארמאלערע באנעמונג, [זעהט אויס אז זיי זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין א געטא]

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:57 pm

· #180477
איש עברי
דוכט זיך אז אין דעם הינזיכט איז די עלטערע דור בעסער ווי די יונגערע, די אידן פון די עלטערע דור האבן געווענליך א נארמאלערע באנעמונג, [זעהט אויס אז זיי זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין א געטא]

פארוואס זאגסטו אזוי? מיר האבן אלץ קינד געכאפט ציפעס פון אונטן פון אידן פון דעם עלטערן דור, די וואס ווערן יעצט אלט וועלן עס קיינמאל נישט טוהן

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:07 pm

· #180483
איך מיין לגבי די פרט פון זיך אויפפירן מענטשליך ווען מקומט אין עפנטליכע פלעצער, די עלטערע דור האט אביסל מער פארשטאנען די מושג אז ווען מען קומט צווישן גויים דארף מען זיך אויפפירן איינגעהאלטן און איידל

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:32 pm

· #180496
מ גפני
איש עברי
דוכט זיך אז אין דעם הינזיכט איז די עלטערע דור בעסער ווי די יונגערע, די אידן פון די עלטערע דור האבן געווענליך א נארמאלערע באנעמונג, [זעהט אויס אז זיי זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין א געטא]

פארוואס זאגסטו אזוי? מיר האבן אלץ קינד געכאפט ציפעס פון אונטן פון אידן פון דעם עלטערן דור, די וואס ווערן יעצט אלט וועלן עס קיינמאל נישט טוהן

מ. גפני: אשריכם ואשרינו. נאר איך האמיך ב"ה נישט געדרייט צווישן משוגעים און מאלעסטערס וועלכע האבן געהאט הנאה פון ציפן קליינע קינדער אין ת---. 🙄 😂 😕 😢 😮

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:36 pm

· #180499
אה ביי ענק אין אויסלאנד זענען נישט געווען אזעלעכע חברה?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:41 pm

· #180502
מ גפני
אה ביי ענק אין אויסלאנד זענען נישט געווען אזעלעכע חברה?

ס'אפשר געוועהן. נאר איך האב זיי ב"ה נישט באגעיגנט. און זיי האבן מיך אויכעט נישט באגעיגנט!!! ד.מ. נישט אז ס' נישט געוועין. יא. אפילו אידן מיט לאנגע ווייסע בערד. 😈 🙄 😠 😛 😢 😮

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:51 pm

· #180507
שיינע אשכול. אינטערעסאנט קיינער ברענגט נישט אויף א לעצטיגע משוגעת ווי היימישע אינגעלייט גייען ארום אין נישט אידישע געגענטער און מאכן קנאוקאוט (knockout )אטאקעס אויף נישט אידן! אזא דור האט מען ביי אונז אויפגעצויגן? ס'איז א בושה נוראה צו זען ווידיא וואס פאליציי לאזט ארויס צו זען אינגעלייט מיט בערד און פיאות פאנטשן אין די נאז גוי'שע עלטערע פרויען און אפילו סתם שווארצע אינג'ן עד כדי מיתה. ווי איז אונזער עדיוקעשן? נישט דאס מאכט דיר פאר א פרומער איד!

רבותי וואקסט אויף און זאלן מיר אלע אויפהערן מיט אלע נאקואוט אטאקס אויף נישט אידן! אביסל מענטשליכקייט! אויב שפירסטע אז דו מוזט זיך ממש אויסגעבן טו עס אין א היימיש פלאץ ווארפ אראפ דיין זיידע, פאנטש דיין באבע'ס נאז. אבער למען השם טו עס נישט ביי גוים!

ובזכות זה זאל יעדער אן אויסנאם איינזען אז איך בין געפערליך אויפגעקלערט.




.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:20 pm

· #180523
ר' פינטל איד. דו האסט א מורא'דיגן חוש ארויסצוברענגען א פוינט דורך סארקאזם. אבער דאס מיינט נישט אז איש עברי האט נישט קיין פוינט. וואס ער זאגט מיינט נישט אראפ צו קלאפן אונז און מחשיב זיין די גויים. טאקע ווייל אינז זעמיר וואויל זאלמיר זעהן אביסעלע מקדש זיין שם שמים בעיני הבריות. אינזער זיידע איז געוועהן אברהם אבינו. נישט אן איינוואוינער פון דזשאנגל וועלכער איז געקראכן אויף ביימער און געגעסן באנאנעס. 😈 🙄 😂 😳 😮

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:42 pm

· #180579
דער (פינטעל) איד
שיינע אשכול. אינטערעסאנט קיינער ברענגט נישט אויף א לעצטיגע משוגעת ווי היימישע אינגעלייט גייען ארום אין נישט אידישע געגענטער און מאכן קנאוקאוט (knockout )אטאקעס אויף נישט אידן! אזא דור האט מען ביי אונז אויפגעצויגן? ס'איז א בושה נוראה צו זען ווידיא וואס פאליציי לאזט ארויס צו זען אינגעלייט מיט בערד און פיאות פאנטשן אין די נאז גוי'שע עלטערע פרויען און אפילו סתם שווארצע אינג'ן עד כדי מיתה. ווי איז אונזער עדיוקעשן? נישט דאס מאכט דיר פאר א פרומער איד!

רבותי וואקסט אויף און זאלן מיר אלע אויפהערן מיט אלע נאקואוט אטאקס אויף נישט אידן! אביסל מענטשליכקייט! אויב שפירסטע אז דו מוזט זיך ממש אויסגעבן טו עס אין א היימיש פלאץ ווארפ אראפ דיין זיידע, פאנטש דיין באבע'ס נאז. אבער למען השם טו עס נישט ביי גוים!

ובזכות זה זאל יעדער אן אויסנאם איינזען אז איך בין געפערליך אויפגעקלערט.

אלעמאל מוז ער מקטרג זיין, דו סעלף העיטינג דזשאו! אז אפאר פארדארבענע יונגעלייט גייען ארום מאכן נאקאוטס מאכסטו א גאנצע גערודער, דו ווייסט וואסארא אחדות ס'הערשט ביי אונז אין הארלעם? פראביר זיך נאר אנצוהויבן מיט איינער פון אונז וועסטו זען ווי מיר אלע קומען העלפן, אפילו אן לייטס און סיירינס, נאר מ'קומט אין די מאסן זיך אננעמען פאר א ברודער, פון די ארבעט, פון ישיבות, נישט קיין חילוק אויב מ'האלט אינמיטן עפעס, מ'לאזט במסירת נפש אפ אלעס און מ'העלפט ארויס א חבר אין נויט. אבער דער פינסטל מוז קוקן דוקא אויף אונזער חסרונות, נאק-אוט, און קען נישט זען די גוטע זייט.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:59 pm

· #180589
ולא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה "ולא לעם אחר". טייטשט ווער ס'טייטשט, אז מיר זאלן נישט דארפן ציקומען צו אנדערע פעלקער אונז צו מאכן אויסקוקן שיין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:15 pm

· #180620
אה... דער חסיד אויפן פליגער....
דא האב איך צוגעצייכנט איבער דעם:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/74148">viewtopic.php?p=74148#p74148</a><!-- l -->