☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען

ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען

94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #455
בלאט: 1 2

פראפעסאר שפירא » מאנטאג יוני 4, 2012 12:10 am

· #15875
פראפעסאר שפירא


7) ער זאגט פאר זיינע בהמות אז ליגענט איז גאר א מצוה ווען ס'קומט צי די מטרה פין זיין קהילה, אין פארדעם וועט מען זעהן ווי די גייסט באלד אלעס לייקענען אן רויט ווערען,



כ'זעה מיין נביאה איז מקוים געווארען,

אפשער ווען די מאכסט נאך א פאר ליינס אינטער די "נישט", גייט מען מער גלייבען, א שאד דיין ארבעט, די גאס ווייסט שוין אז מען קען ענק נישט גלייבען קיין אות אחת, ענק מיינען אז מיט ליגענט וועט עטץ קענען אלעס פארדעקען, זיסע חלומות,

פראפעסאר שפירא » מאנטאג יוני 4, 2012 12:17 am

· #15876
יהודי שפוי
אל תען כסיל כאוולתו פן תשוה לו גם אתה


שוין כ'האב שוין געמיינט אז דא ענדיגט זיך די תגובה, "אל תען" שרייבסטו דאך, דערווייל זעה איך אז די שרייבסט א לאנגע מגילה צי ענפערען, אלא מאי האלסטע אז כ'בין נישט קיין כסיל, נו פארוואס שרייבסטע די פסוק, תיקו

זיס לעבן » דינסטאג יוני 5, 2012 3:53 pm

· #16253
עס קען גאר זיין אז שלמה העלבראנץ אליין שרייבט דאס
שמואל הלוי
קוקט אויס ווי נחמן העלבראנץ האט זיך דא איינגעשריבן

ער האט דאך נישט אסאך וואס צו טוהן...

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 4:26 pm

· #16261

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 5:55 pm

· #16291
פון וויקיפעדיע
<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7%A8%D7%99%D7%AA_%D7%A8%D7%99%D7%9E%D7%A0%D7%95%D7%91">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7% ... 7%95%D7%91</a>

פראפעסאר שפירא » דינסטאג יוני 5, 2012 7:01 pm

· #16311
צי ר' יוסל וואלדמאן,

די היסטאריע פין העלבראנץ ווייזט אז זיי פרובירען נאר צו שלעפען צייט, ווי מער צייט עס גייט אריבער קענען זיי מער איינרעדען די קינדער אז די טאטע איז א שלאנג און א רשע.

לאז דיר נישט פארשלעפען די צייט ווייל דאס דינט נאר זייערע אינטערעסען, טאמער דו קענסט זיי אראפברענגען איז עס די גרעסטע מצוה וואס דו קענסט טוהן.

צענדליגע משפחות זיצען און ווארטען מיט טרערן, און ווארטן אויף די מינוט וואס מען וועט אראפברענגען דעם העלבראנץ, ער האט יארן יארען זיך געבאדן אין יודיש בלוט, ער האט פארשטאפט זיינע אויערען צו די ביטערע געוויינען פין צובראכענע עלטערן, ער האט געטוהן זאכן וואס ס'גלייבט זיך נישט אז ס'קען זיין אמת, אין יעצט וויינען זיי אז מען זאל רחמנות האבען אויף זיי, אין די צייט וואס זיי ווילען גארנישט נאכגעבן.

עשו האט אויך געוויינט, אבער אסור לרחם על הרשעים, כ'האלט אז דאס וואס זיי ווילן נישט נאכגעבן איז א גוטע זאך ווייל אזוי וועסטו זיי קענען אראפברענגען.

די מעשה מיט נתן איז שוין נישט די עוולה, דאס איז שוין די שטראף, נאך וואס ער האט אוועקגעשלעפט יענעם'ס קינדער האט ער פארלוירן זיין זוהן, און דו ר' יוסל דו האסט די תפקיד צו זעהן אז די העלבראנץ קהילה זאל בטל ווערען כעפרא דארעא, יעדן טאג וואס דער קהילה שטייט איז א אומגליק פאר כלל ישראל.

ר' יוסל דו האסט א געלעגענהייט צו צוברעכן א מענטש וואס האט יארן געטרינקען אידיש בלוט, מען מוז אים אפשטעלען, אפילו ווען ער געבט יא צוריק נתן'ס ווייב און קינדער, ר' יוסל שטארק דיר און האב נישט מורא, טוה די ריכטיגע זאך און דער באשעפער וועט דיר העלפן.

משכיל » דינסטאג יוני 5, 2012 7:22 pm

· #16318
מיר גייען אין די ריכטונג פון שלמה העלבראנץ, ווי לאנג וועט נעמען אז מען וועט ארויסכאפן די ווייב אין קינדער פון דעם "פורץ גדר" וואס וועט נישט וועלן נעמען א פילטער וכדומה?

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 5, 2012 7:31 pm

· #16321
יעדע מעשה האט לכה"פ צוויי זייטען.
לאזט אפ די צודרייטע חברה.
יכה יוסי את יוסי.
באלד וועט יאסעל זיין פארנומען ראטעווען נחמן.

יהודי שפוי » דינסטאג יוני 5, 2012 11:27 pm

· #16340
פארוואס שעלטסטו?
איחוד פעלד
יעדע מעשה האט לכה"פ צוויי זייטען.
לאזט אפ די צודרייטע חברה.
יכה יוסי את יוסי.
באלד וועט יאסעל זיין פארנומען ראטעווען נחמן.

מ'טאר נישט אזוי רעדן, דארפסט זאגן יכה יוסי (יאסל...) את נחמן, נישט יכה יוסי את יוסי, מ'גייט דיר צאנזורירן אז דו גייסט שעלטן יאסעלען (בדוק ומנוסה).
אגב, יאסל וועט קיין מאל נישט ראטווען נחמן, ווייל נחמן גייט זיך נישט לאזן... הער נאר די טעיפס וועסטו פארשטיין, נחמן זאגט דארט פאר יאסעלען אז וואס ער גייט אים זאגן גייט ער טוהון פארקערט...

יהודי שפוי » דינסטאג יוני 5, 2012 11:32 pm

· #16341
ביטע זיין מער פארזיכטיג און פונקטליך!
פראפעסאר שפירא
...ר' יוסל דו האסט א געלעגענהייט צו צוברעכן א מענטש וואס האט יארן געטרינקען אידיש בלוט, מען מוז אים אפשטעלען, אפילו ווען ער געבט יא צוריק נתן'ס ווייב און קינדער...[/b].

העלבראנץ אדער לב טהור האבן קיינמאל נישט "געטרינקען אידיש בלוט", זיי האבן נאר צאמגעמישט [b]קריסטליך בלוט אין די מצות, לכבוד פסח, כמנהג הישן מקדמת דנא, אבער נישט געטרינקען די חלילה בלוט בהדיא, זיכער נישט אידיש בלוט...
מ'דארף זיין פונטקליך.

יהודי שפוי » דינסטאג יוני 5, 2012 11:38 pm

· #16343
פראפעסאר שפירא
...דו ר' יוסל דו האסט די תפקיד צו זעהן אז די העלבראנץ קהילה זאל בטל ווערען כעפרא דארעא, יעדן טאג וואס דער קהילה שטייט איז א אומגליק פאר כלל ישראל. [/b].

האסט פארגעסן די פסוק, והיה זרעך כעפר הארץ, און אויך ביים דאווענען זאגט מען ונפשי כעפר לכל תהיה. מילא אז מ'איז כעפרא דארעא איז גארנישט עפעס שלעכט אדער שרעקעדיג, יעדן טאג וואס דער קהילה שטייט ווערט משיח נענטער, די גרעסטע גליק פאר כלל ישראל.
יאסל האט נאר א תפקיד צו נובח זיין...

הדד בן בדד » מיטוואך יוני 6, 2012 11:59 am

· #16425
איך ליין און ליין און איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען. דא האט זיך אריינגעריקט עפעס א באשעפעניש מיט ניק יהודי שפוי, און ער טרייעט נאך צו שפילן כאילו ער איז נישט איינער פון העלבראנץ'ס חברה, און עס איז מיר גאנץ א קליינער נפק"מ צו ער איז שלמה אליינס צו נחמן צו גאר איינער פון זיינע חסידים, אבער עס איז דאך זייער קלאר אז ער איז איינער פון זייערע, און דער טוט אונז דא א געוואלדיגער סערוויס, און ווייזט אויף מיט זיין שרייבן ווי דעינדשרעס דער העלבראנץ איז (פאר סאם ריזען האב איך א קלער אז איך ווייס יא ווער דאס איז, און אויב יא, דאן פארשטיי איך אים זייער גוט, ווייל זיין גאנץ לעבן איז ער געפירט געווארן דורך א דיקטאטור וואס האט אים פונקטליך קאנטראלירט יעדע ריר פון זיין לעבן, און יעדע מחשבה פון זיין מח, און לעצטענס ווען מען האט יענעם צוגענומען פון אים, איז ער געבליבן ווי א פיש אן וואסער, און העלבראנץ האט אים ערפילט דעם חסר).

אדרבה יהודי לא שפוי, שרייב ווייטער, שרייב נאך, שרייב וואס מער, ווייז פאר די גאנצע וועלט ווער עטץ זענטץ. איך האב נישט מורא דאס צו שרייבן, ווייל ער גייט סייווי נישט אויפהערן וועגן דעם. מענטשן וועלכע זענען אין די גריפ פון א קולט און זייער פירער, זענען אזוי איבערצייגט אין וואס זיי גלייבן און טיען, אז גארנישט וועט עס נישט טוישן. נישט רעדן און נישט שרייען. גארנישט. נאר זיי אוועקנעמען פון דעם קולט און פון זייער פירער, און גיין צו אסאאאאאאאאך, טעראפי. עס איז דא ספעציעלע טעראפי פאר דעם.

פריינדליך » מיטוואך יוני 6, 2012 4:45 pm

· #16475
הדד בן בדד
איך ליין און ליין און איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען. דא האט זיך אריינגעריקט עפעס א באשעפעניש מיט ניק יהודי שפוי, און ער טרייעט נאך צו שפילן כאילו ער איז נישט איינער פון העלבראנץ'ס חברה, און עס איז מיר גאנץ א קליינער נפק"מ צו ער איז שלמה אליינס צו נחמן צו גאר איינער פון זיינע חסידים, אבער עס איז דאך זייער קלאר אז ער איז איינער פון זייערע,.


לכאורה איז ער נישט מער ווי א טרול וואס וויל אביסל פאון פאר סיי וועלכע סיבה

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 6:30 pm

· #16498
א פרישע טעיפ היינט ארויפגעשטעלט געווארן (בערך 7 שעה צוריק)

דבילה » מיטוואך יוני 6, 2012 6:56 pm

· #16500
די טעיפס רייסן דאך דאס הארץ - די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף! ס'איז זיכער א פראבלעם וואס די אינטערנעט וואלט אויסגעמיטן!

פראפעסאר שפירא » מיטוואך יוני 6, 2012 9:35 pm

· #16512
הי שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך,

הננו מוכן ומזומן לקיים מצות עקירת עבודה זרה, לשם יחוד קדשא בריך הוא ושכינתיה, לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו,

הערענדיג די לעצטע קליפ פין יוסל וואלדמאן מיט דעם נחמן העלבראנץ, זעה איך אז דער מסית נחמן פרובירט צי אויסניצען דעם שטענדער וואס יוסל שטעלט עים אהער אין פרובירען אזוי צי פארקויפען העלבראניזעם פאר די וועלט,

ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג אז זיי זענען גאר די נרדפים,(דאס איז איינע פין די וועגען פין חאפען יענעם'ס הארץ ווייל א מענטש האט רחמנות אויף א נרדף, די טאטע העלבראץ ניצט עס אסאך) אין אז ווייל זיי ווילען פשוט דינען דעם באשעפער, אין צוריקגיין צי די "אלטע וועג" (די וועג פין פאר מתן תורה), אין מענטשען האבען זיי פשוט גערודפט אין זיי האבען זיך נאר פראטעקטעד, דאס איז דאך אזא גראבע ליגענד, זיי זענען די רודפים זי האבען געטרינקען יענעם'ס בלוט אין שרייען נאכדעם ווי א קאזאק הנגזל....

אבער ער שטעלט זיך אהער אזוי תמימות'דיג, אז ס'קען זיך איינעם דאכטען אז וואס וויל מען טאקע פין זיי,זיי טשעפענען דאך נישט קיין פליג...., אין אפילו ווען יא איז עס נאר לשם שמים, אין ס'דאך שייך אזא זאך אז מען זאל דארפען טוהן נעגאטיווע זאכען לשם שמים....... ,

איז קודם דארף מען פארשטיין ווער דער טאטע העלבראנץ איז, ער איז א מענטש מיט א דשיניעס מוח אין א ביטער שלעכטע הארץ, ווען ער זעהט ווי ס'גיסט זיך בלוט פין א צווייטען'ס הארץ וואלט עס עים ניטאמאל קיין ריר געגעבען דאס הארץ, ער איז פיהל מיט א שווארצע חושך פין אויבען ביז אראפ,

ער האט ליב צי געוועלטיגען אויף אנדערע אין זיך שפייזען אויף זייער ענערגיע, זיין וועג וויזוי ער טוט דאס איז צי איבערנעמען יענעם'ס הארץ ער האט זיך גוט אויסגעלערענט די חכמה פין ברעינוואשען, ער רעדט צי זיין קרבן אזוי ליבליך אין מיט א שמייכעל אין קינצליך ווארפט ער אריין ווערטער דא אין ווערטער דארט וואס איז געצילט צי פאנגען יענעם באהאלטערנעהייט,

אין פלוצלינג הייבט יענער אן צי האבען געפילען אז ער האט ליב די לב טהור קהילה אין אז דאס איז די ריכטיגע וועג אין אזוי ווייטער, אין ער מיינט אז ער האט פשוט אזוי איינגעזעהן, ער חאפט נישט אז דאס איז א ברעינוואשונג אפעראציע, אין ס'איז אזוי שטארק אז דער קרבן איז גרייט אלעס צי איבער לאזען, זיין טאטע מאמע, אין אפילו זיין ווייב אין קינדער אין ער הייבט אן בלינדערהייט נאכגיין נאך דעם מסית ומדיח שלמה העלבראנץ, אין נאכדעם קומט נחמן העלבראנץ אין זאגט ברבים פאר יוסל וואלדמאן אז דאס איז א קהילה פין מענטשען וואס ווילען דינען דעם אייבערשטען אין פארדעם ווילען זיי זיין אין דעי קהילה,

די שייגעץ נחמן!

די ווייסט אז קיינער ביי ענק האט נישט קיין בחירה חפשית !

די ווייסט אז די וואס קומען צי ענקער אזוי געריפענע קהילה קולט קומען נישט פין אייגענע איבערצייגונג נאר קומען ווייל מען האט זיי איבערצייגט מיט ספעציעלע טאקטיקען,

דיין טאטע האט דיר גוט אויסגעלערענט וויזוי מען זאגט ליגענט בשעת מען שפילט תמימות'דיגע שעפעלע, זעהט זיך אויס ער האט זיך געלערענט ביי דעם נאצי פראפעגאנדע מיניסטאר געבעלס ימ"ש

ס'איז א ליגענט, ענק דינען נישט דעם באשעפער, ענק דינען שלמה העלבראנץ, אין פארדעם האט ער געמאכט זיין גאנצע קהילה ווייל ער האט ליב אז מענטשען זאלען אים דינען, אפילו ווען ער רעדט זיך ווען איין אז ער מיינט דעם באשעפער, אבער זיינע מדות משחתות אין דעות נפסדות פיהרען עים אין שאול תחתית אריין אין ער וויל נישט גיין אליין שלעפט ער מיט אומשולדיגע תמימות'דיגע אידישע קינדערלאך,

יעצט וועגען חתונה מאכען יונג, ניין נישט דאס איז ענקער גרעסטע עוולה, כ'ווייס נישט פארוואס יוסל פארלייגט זיך דווקא אויף דעם אין די צייט ווען ענקער עיקר עוולות אין דברים שבלב, די וועג וויזוי ענק פארחאפען מענטשען אין נעמען אוועק זייער פרייהייט,זעהט זיך אויס א יוסל פארשטייט נאכנישט מיט וועם ער האט ציטוהן,

ס'ביי מיר קלאר אז דער שלמה העלבראנץ איז א מרכבה פאר'ן ס"ם אליינס, דער ס"ם קען באשטיין ענק זאלען דאווענען אפילו 5 שעה א שחרית ווייל ער ווייסט אז אלעס גייט צי עים,

ס'איז ביי מיר קלאר אז דאס איז נאך א ווערסיע פין שבתי צבי, אויבען אויף פרובירט מען מאכען א בילד ווי מען דינט דער באשעפער מיט מער חומרות פין די גאנצע וועלט אין אינווייניג איז פארפוילט ביסען שורש, פארדעם טוט שלמה העלבראנץ באשווערען די מענטשען דארט בנקיטת חפץ אז זיי טארען גארנישט אויסזאגען וואס זיי טוען דארט, ווייל ער ווייסט אז טאמער ס'גייט ארויס קומען אין די גאס זיינע מעשים מגונים וועט עס אויפשוידערען יעדען רעכט דענקענדען מענטש,

ער טענה'ט אז פונקט ער ווייסט די ריכטיגע דרך התורה, אונדזערע עלטערען וואס האבען זיך דורי דורות מוסר נפש געוועזען על קידוש שמו יתברך,
אונדזערע עלטערען וואס האבען דורי דורות געפירט הייליגע אפגעהיטענע משפחות, אין זיך געפירט מיט א הייליגע מסורה אונז ווייס מיר נישט די דרך התורה,

נאר קומט ציגיין עפעס א בן הנדה אנגעשטאפט מיט נבילות וטרפות, שטאמט פין עלטערען מינים ואפיקורסים, אין ער ווייסט וואס די ריכטיגע וועג איז אין ער קומט אין גנב'עט צי קינדער פין כשערע עלטערען מיט טאקטיקען וואס ער האט זיך געלערענט אין ספרים חצונים,

שומו שמים מען דארף אויפשאקלען הימל אין ערד, ווער מיינט ער ער איז דער פארשטינקענע בעל גאה, ער זאל זיך אנטהון א זאק מיט אש אויפען קאפ אין זיך ווייקען בעפר רגליהם פין ריכטיגע תלמידי חכמים אין נאך הונדערט יאר אפשער וועט ער קענען ציקומען צי א שטיקעל ידיעה וואס א דרך אמת מיינט אין זיך אויסלייטערען פין זיין עבר,

דערווייל קומט ער אן מיט טריפה'נע דרכים פיהל מיט ע"ז ג"ע אין שפיכות דמים, אין ער שעמט זיך נישט צי שיקען זיין בן סורר ומורה צי זאגען פאר די וועלט אז דאס איז די תורה'דיגע וועג, ס'איז תורה תורה חגרו שק, אזוי צי פארשעמען די תורה הקדושה,

די אמת איז אז די תורה גייט עים גאר ווייניג אן, ער דרייט מיט די תורה ווויזוי עס קומט עים אויס גוט, דאס הייסט די תורה קידנעפען קינדער, דא הייסט די תורה ברעינוואשען מענטשען, דא הייסט די תורה אז קינדער דארפען לייגען די מאמע אין חרם, אין דא הייסט די תורה אז מען דארף אוועקנעמען יענעם'ס ווייב אין קינדער, אלעס הייסט די תורה,

די אומפארשעמטע מטורף, אפשער לאזטו זיך שוין אפ פין אונדזער תורה, אפשער פארריפסטו זיך אויף א צווייטע רעליגיע, ס'וואלט אסאך מער געשטימט אויף א טאליבאנישע רעליגיע, שבתי צבי איז אויך צי סוף געווארען א מוסלעמענער איז געזאגט "הקב"ה עשני ישמעלי" ער האט אויך געטוהן אלעס וואס די אייבעשטער וויל.....,

דאס באדעקען האר פין מיידלעך מיט שמאטעס איז אויך מער ענדליך צי די מוסלעמענער, איז קריכטס אראפ פין כלל ישראל אין גייט אייך פין דאנעט, קומט זיך אן א ספרדי שלמה אלבראנס פין ארץ ישראל, פלוצלונג טוט ער זיך אן אונגערישע רבישע מלבושים, אין דערקלערט זיך א אדמו"ר, ס'האט זיך עים פארגליסט צי זיין א רבי די כבוד איז עים געפעלען, איי ווי האט מען חסידים, מען לערענט זיך צי ברעיוואשען אין מען באנפלוסט זייער הארץ אן זייער וויסען ביז מען נעמט אוועק זייער בחירה,

כ'וויל נאר זאגען דא פאר אלע וואס הערען דעם קליפ ווערט נישט אפילו אביסל באאנפלוסט פין די תמימות מיט וואס דער נחמן וויל זיך אהערשטעלען ביי עים איז נישט קיין שום פראבלעם צי זאגען א ליגענט, דאס איז אלץ איין גרויסע טמענעם קולט וואס מען דארף אויסרייסען מיטען שורש אזוי ווי עס שטייט אז ע"ז צריך לשרש אחריה,

זאל דער באשעפער זיך שוין מרחם זיין ס'זאל זיין להעביר גילולים מן הארץ והאלילים כרות יכריתון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י

יהודי שפוי » דאנערשטאג יוני 7, 2012 4:04 pm

· #16664
פראפעסאר שפירא
זאל דער באשעפער זיך שוין מרחם זיין ס'זאל זיין להעביר גילולים מן הארץ והאלילים כרות יכריתון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י

מיט די זאץ, האסטו זיך סותר געווען אלעס וואס דו האסט געשריבן, איך זאג די זעלבע זאך, און דעמעמאלץ "ושבתם וראיתם בין צדיק לרשע", און די קאווע שטיבל וועט זיין "אירעלעוואנט", און ס'איז יעצט אויך "אירעלעוואנט" פאר אמת'ע מענטשן, אגב, איך בין נישט נחמן, סתם א ראצער וואס האט געדארפט אליידיגן ביזנעס ביי די גוי'אישע געשעפט דא אין אגאט, האב איך געקוקט האב איך געזען, האב איך געשריבן. דו קענסט אליין רופן נחמן, אזוי ווי יאסל טוהט, איך דארף אים נישט איבער זאגן וואס דו שרייבסט אויף אים.
אגב, איך וואונדער מיך ווי אזוי מעג מען שרייבן וואס דו שרייבסט, דו ביזט דן יענעם למיתה אויף דברים שבלב? אפילו לפי שיטתך, איז דען רובו פונעם כלל ישראל צדיקים אזוי ווי דוד ושלמה ודורו של יהושע וכדו'?

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 8, 2012 2:39 am

· #16792
פראפעסאר שפירא, חזק ואמץ, זייער גוט געזאגט, איך ווייס נישט וואס דאס וועט העלפן פאר די צובראכענע נפשות, אבער קודם כאטש טוהן וואס מען קען.

אפשר טאקע רופסטו אן יאסל'ען און דו ביסט אים מחזק ער זאל זיך נישט דערשרעקן און נישט ווערן איבערגענומען פון נחמן'ס קראקאדיל טרערן, נאר ער זאל זיך תיכף ומיד נעמען איבער די ביינער פון דעם רשע מרושע. נאר איין זאך, ווארן אים אן, ער זאל נישט מיינען ער גייט זיך דא שלאגן מיט מהר"א מ'סאטמאר, דא גייט ער אנהייבן מיט א דעידשרעס מענטש, ער מיינט אז ברעכן פענסטער און שטעכן רעדער איז אלעס, זאל ער ווויסן ער האט נישט קיין השגה.

דא גייט ער גיין אין א מלחמה מיט דעם ס"ם אליינס, און דאס איז נישט גרינג, די סארט פארשוינען קענען פיל בעסער פון מהר"א, זיי זענען געשולטע גענגסטער'ס, און זיינע אינטערטאנען, ווי אלע קולט געפאנגענע, האבן פארלוירן זייער מח און זענען גרייט אפילו אויף זעלבסטמארד.

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 8, 2012 8:37 am

· #16805
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
אלע שרייבערס זאלען גוט מאכען א חשבון הנפש פארוואסמען האט אזוי פיינד העלבראנס.
יאך זאג, גאר פשוט. אונז זענען אלע העלבראנסעס. וואטש אייט.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 8, 2012 8:39 am

· #16806
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
ווען איינער פין אונז ווערט מאדערען, נישט פריי חלילה, וואלט מען נישט געווען פארנומען ראטעווען די ווייב און קינדער מידיו?
און מיט אלע ערליי שקרים נוסח העלבראנס?
סא, טוט מיך א טובה לייגסט און זאק אריין און שאט אפ.


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

איך אויך » פרייטאג יוני 8, 2012 11:16 am

· #16824
איחוד איך פארשטייט נישט קיין ווארט, ביסט בעד העלבראנס אדער נגד?

יואליש » פרייטאג יוני 8, 2012 11:42 am

· #16829
איך פארשטיי יא איחוד. זיכער זענען מיר קעגן העלבראנץ, וויאזוי קען מען זיין פאר אים. די מענטשליכע געפיל טיט אידענטיפיצירן זיינען מעשים אלס רשעות. די שאלה איז אבער פארוואס ווען העלבראנץ' זוהן וואלט באשלאסן צו ווערן מאדערן אדער פריי, וואלטן אונזער מענטשליכע געפילן אפגעשטארבן און יעדער וואלט געשריגן אז מ'ברויך די קינדער פארכאפן און אפראטעווען, א ריזן טיי אווענט וואלט פארגעקומען אין די עיר ואם וויליאמסבורג מיט ריזיגע ליילעכער וואס שרייען אין די גאסן: מסיבת הצלה! זענען אונזערע געפילן קאנדישענעל? איז נאר א פרומע טאטע א טאטע?

קוקטס אין די די וואכעדיגע "דער איד" וויאזוי זיי באריכטן די פסק פונעם איזרעילי געריכט אז א פרומע מאמע קען נישט האלטן די פרייע פאטער האסטידזש דורך נוצן די קידנער'ס רעליגע. דער איד באריכט עס איינזייטיג און נאקעט פון סיי וועלכע געפיל פארן טאטע'ס געפילן צו האבן שייכות מיט "זיינע" קינדער.

משכיל » פרייטאג יוני 8, 2012 11:43 am

· #16830
ווען נאר אפאר מענטשען וואלטען זיך געפירט ווי אונזער לעבענס שטייגער וואלטען זיי געהייסען משוגעים, אבער היות עס זיינען דא צענדליגע טויזענטער קע"ה הייסט עס נארמאל, ווייל יעדע שגעון ווענט זיך וויפיל מענטשען גלייבען אין דעם

יעדער מענטש פיעלט אויך, אז ווער עס איז פרומער פון איהם איז אן עקסטרעמער, ווער עס איז ווייניגער פרום פון איהם איז א מאדערנער, זיין וועג איז דער נארמאלער מעסיגער וועג

יהודי שפוי » פרייטאג יוני 8, 2012 12:07 pm

· #16833
באותו לשון ממש:
הקדמה:
לכבוד הצאנזור היושב באקדעמיא דווילנא, תחת ממשלת אדונינו החסיד האדיר המיוחס וכו' וכו',
טאמער איז די בריוו נישט לעגאל דא אין קאווע שטיבל, און ס'איז נגזר למחיקה, מעק אויך אוס די בריוו פונעם פראפעסאר שפירא,וואס איז אויך יושב באקדעמיא דווילנא, וואס איך האב מעתיק געווען אות באות זיין בריוו, והיה אז דו גייסט אויסמעקן דעיס און נישט יענצט, וועל איך דיך תובע זיין בערכאות אויף דיסקרימינעישן!
============
הי שפתי תפתח ופי יגיד תהלתך,

הננו מוכן ומזומן לקיים מצות עקירת עבודה זרה, לשם יחוד קדשא בריך הוא ושכינתיה, לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו,

הערענדיג די לעצטע קליפ פין יוסל וואלדמאן מיט דעם נחמן העלבראנץ, זעה איך אז דער מסית וואלדמאן פרובירט צי אויסניצען דעם שטענדער וואס נחמן שטעלט עים אהער אין פרובירען אזוי צי פארקויפען וואלדמאניזעם פאר די וועלט,

ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג אז זיי זענען גאר די נרדפים,(דאס איז איינע פין די וועגען פין חאפען יענעם'ס הארץ ווייל א מענטש האט רחמנות אויף א נרדף, די וואלדמאנס וחבריו ניצט עס אסאך) אין אז ווייל זיי ווילען פשוט נישט דינען דעם באשעפער, אין נישט צוריקגיין צי די "אלטע וועג" (די וועג פין מתן תורה), אין מענטשען האבען זיי פשוט גערודפט אין זיי האבען זיך נאר פראטעקטעד, דאס איז דאך אזא גראבע ליגענד, זיי זענען די רודפים זי האבען געטרינקען יענעם'ס בלוט אין שרייען נאכדעם ווי א קאזאק הנגזל....

אבער ער שטעלט זיך אהער אזוי תמימות'דיג, אז ס'קען זיך איינעם דאכטען אז וואס וויל מען טאקע פין זיי,זיי טשעפענען דאך נישט קיין פליג...., אין אפילו ווען יא איז עס נאר לשם שמים, אין ס'דאך שייך אזא זאך אז מען זאל דארפען טוהן נעגאטיווע זאכען לשם שמים....... ,

איז קודם דארף מען פארשטיין ווער דער יאסל וואלדמאן איז, ער איז א מענטש מיט א דשיניעס מוח אין א ביטער שלעכטע הארץ, ווען ער זעהט ווי ס'גיסט זיך בלוט פין א צווייטען'ס הארץ וואלט עס עים ניטאמאל קיין ריר געגעבען דאס הארץ, ער איז פיהל מיט א שווארצע חושך פין אויבען ביז אראפ,

ער האט ליב צי געוועלטיגען אויף אנדערע אין זיך שפייזען אויף זייער ענערגיע, זיין וועג וויזוי ער טוט דאס איז צי איבערנעמען יענעם'ס הארץ ער האט זיך גוט אויסגעלערענט די חכמה פין ברעינוואשען, ער רעדט צי זיין קרבן אזוי ליבליך אין מיט א שמייכעל אין קינצליך ווארפט ער אריין ווערטער דא אין ווערטער דארט וואס איז געצילט צי פאנגען יענעם באהאלטערנעהייט,

אין פלוצלינג הייבט יענער אן צי האבען געפילען אז ער האט ליב דעם וואלדמאן וחביריו אין אז דאס איז די ריכטיגע וועג אין אזוי ווייטער, אין ער מיינט אז ער האט פשוט אזוי איינגעזעהן, ער חאפט נישט אז דאס איז א ברעינוואשונג אפעראציע, אין ס'איז אזוי שטארק אז דער קרבן איז גרייט אלעס צי איבער לאזען, זיין טאטע מאמע, אין אפילו זיין ווייב אין קינדער אין ער הייבט אן בלינדערהייט נאכגיין נאך דעם מסית ומדיח יאסל וואלדמאן, אין נאכדעם קומט יאסל וואלדמאן אין זאגט ברבים אז דאס איז א קהילה פין מענטשען וואס ווילען נישט דינען דעם אייבערשטען אין נאר פארדעם ווילען זיי זיין אין דעי קהילה,

די שייגעץ יאסל!

די ווייסט אז קיינער ביי ענק האט נישט קיין בחירה חפשית !

די ווייסט אז די וואס קומען צי ענקער אזוי געריפענע קהילה קולט קומען נישט פין אייגענע איבערצייגונג נאר קומען ווייל מען האט זיי איבערצייגט מיט ספעציעלע טאקטיקען,

דו יאסל האסט דיר גוט אויסגעלערענט וויזוי מען זאגט ליגענט בשעת מען שפילט תמימות'דיגע שעפעלע, זעהט זיך אויס ער האט זיך געלערענט ביי דעם נאצי פראפעגאנדע מיניסטאר געבעלס ימ"ש

ס'איז א ליגענט, ענק דינען נישט דעם באשעפער, ענק דינען יאסל וואלדמאן, אין פארדעם האט ער געמאכט זיין גאנצע מסירה קאמיטע ווייל ער האט ליב אז מענטשען זאלען אים דינען, אפילו ווען ער רעדט זיך ווען איין אז ער מיינט דעם באשעפער, אבער זיינע מדות משחתות אין דעות נפסדות פיהרען עים אין שאול תחתית אריין אין ער וויל נישט גיין אליין שלעפט ער מיט אומשולדיגע תמימות'דיגע אידישע קינדערלאך,

יעצט וועגען חתונה מאכען יונג, ניין נישט דאס איז נישט קיין עוולה, כ'ווייס נישט פארוואס יוסל פארלייגט זיך דווקא אויף דעם, אין די צייט ווען כל כולו איז נאר עוולות אין דברים שאינן רק בלב אזוי ווי מסירה וכו', די וועג וויזוי ענק פארחאפען מענטשען אין נעמען אוועק זייער פרייהייט, זעהט זיך אויס א יוסל פארשטייט נאכנישט מיט וועם ער האט ציטוהן מיט ערליכע יידן וואס וועלן אים אין שאול תחתית לייגן.

ס'ביי מיר קלאר אז דער יאסל וואלדמאן איז א מרכבה פאר'ן ס"ם אליינס, דער ס"ם קען באשטיין ער זאל דאווענען אפילו 5 מינוט א שחרית ווייל ער ווייסט אז אלעס גייט צי עים,

ס'איז ביי מיר קלאר אז דאס איז נאך א ווערסיע פין הירץ הומבערג און יוסף פערל, אויבען אויף פרובירט מען מאכען א בילד ווי מען דינט נישט דער באשעפער מיט מער קלות אין פריקת עול פין די גאנצע וועלט אין אינווייניג איז פארפוילט ביסען שורש, פארדעם טוט יאסל וואלדמאן באשווערען די מענטשען דארט ביי די מאמע פון אותו האיש אז זיי טארען גארנישט אויסזאגען וואס זיי טוען דארט, ווייל ער ווייסט אז טאמער ס'גייט ארויס קומען אין די גאס זיינע מעשים מגונים וועט עס אויפשוידערען יעדען רעכט דענקענדען מענטש,

ער טענה'ט אז פונקט ער ווייסט די ריכטיגע דרך עקירת התורה, אונדזערע עלטערען וואס האבען זיך דורי דורות מוסר נפש געוועזען על קידוש שמו יתברך,
אונדזערע עלטערען וואס האבען דורי דורות געפירט הייליגע אפגעהיטענע משפחות, אין זיך געפירט מיט א הייליגע מסורה אונז ווייס מיר נישט די דרך התורה און ווי אזוי באקעמפן דעם לבן שבא לעקור את הכל,

נאר קומט ציגיין עפעס א בן הנדה אנגעשטאפט מיט נבילות וטרפות, יאסל וואלדמאן שמו, שטאמט גראדע פין עלטערען נישט מינים ואפיקורסים, ממש יודע רבונו ומתכוון למרוד בו, אין ער ווייסט וואס די ריכטיגע וועג איז אין ער קומט אין גנב'עט צי קינדער פין כשערע עלטערען מיט טאקטיקען וואס ער האט זיך געלערענט אין ספרים חצונים,

שומו שמים מען דארף אויפשאקלען הימל אין ערד, ווער מיינט ער ער איז דער פארשטינקענע בעל גאה, ער זאל זיך אנטהון א זאק מיט אש אויפען קאפ אין זיך ווייקען בעפר רגליהם פין ריכטיגע תלמידי חכמים, אבער לויט זיין התנהגות יעצט וועט ער נאך טויזנט יאר אויך נישט ציקומען צי א שטיקעל ידיעה וואס א דרך אמת מיינט אין זיך אויסלייטערען פין זיין עבר,

דערווייל קומט ער אן מיט טריפה'נע דרכים פיהל מיט ע"ז ג"ע אין שפיכות דמים, אין ער שעמט זיך נישט צי רעדן ברבים אויף יוטיוב צי זאגען פאר די וועלט אז דאס איז די תורה'דיגע וועג, ס'איז תורה תורה חגרו שק, אזוי צי פארשעמען די תורה הקדושה,

די אמת איז אז די תורה גייט עים גאר ווייניג אן, ער דרייט מיט די תורה ווויזוי עס קומט עים אויס גוט, דאס הייסט די תורה קידנעפען קינדער, דא הייסט די תורה ברעינוואשען מענטשען, דא הייסט די תורה אז מ'דארף מסרן יעדע אידישע קהילה און געבן לאזונגען פאר אנטיסעמיטן, אין דא הייסט די תורה אז מען דארף אריין ברענגען די ערשטע ווידאו און קרית יואל, זיך ארום דרייען מיט א ביקס, אלעס הייסט די תורה,

די אומפארשעמטע מטורף, אפשער לאזטו זיך שוין אפ פין אונדזער תורה, אפשער פארריפסטו זיך אויף א צווייטע רעליגיע, ס'וואלט אסאך מער געשטימט אויף א נאצישע רעליגיע, הירץ הומבערג איז אויך צי סוף געווארען א פראטעסטאנט איז געזאגט "היה אדם בצאתך ויהודי בביתך" ער האט אויך געטוהן אלעס וואס די ס"מ וויל.....,

דאס שנאה פאר באדעקען האר פין מיידלעך מיט טיכאלאך איז אויך מער ענדליך צי די פרייע ציונים, איז קריכטס אראפ פין כלל ישראל אין גייט אייך פין דאנעט, קומט זיך אן א שד יאסל וואלדמאן פין עזאזאל בהרי חושך, פלוצלונג טוט ער זיך אן אונגערישע בעל בתי'ישע מלבושים, אין דערקלערט זיך א מסו"ר, ס'האט זיך עים פארגליסט צי זיין א מסור די כבוד איז עים געפעלען, איי ווי האט מען חסידים, מען לערענט זיך צי ברעיוואשען אין מען באנפלוסט זייער הארץ אן זייער וויסען ביז מען נעמט אוועק זייער בחירה,

ווען דער בית המקדש וואלט געשטאנען וואלט ער באקומען מיתה פונקט ווי יאשקע, ס'איז אלץ די זעלבע טאקטיקען פין יאשקע, דתן ואבירם אין אנדערע, כ'וויל נאר זאגען דא פאר אלע וואס הערען דעם קליפ ווערט נישט אפילו אביסל באאנפלוסט פין די תמימות מיט וואס דער בן סורר גלית הפלשתי וויל זיך אהערשטעלען ביי עים איז נישט קיין שום פראבלעם צי זאגען א ליגענט, דאס איז אלץ איין גרויסע טמענעם קולט וואס מען דארף אויסרייסען מיטען שורש אזוי ווי עס שטייט אז ע"ז צריך לשרש אחריה,

זאל דער באשעפער זיך שוין מרחם זיין ס'זאל זיין להעביר גילולים מן הארץ והאלילים כרות יכריתון, לתקן עולם במלכות ש-ד-י
=====
עד כאן העתקה אות באות מדברי הפראפסאר שפירא עם שינויים קלים מאוד.
אדוני הצאנזור, תתבונן בדרכי אדונינו המלך החסיד המיוחס האדיר הצאר דרוסלאנד, ותתן חופש לכתוב לב' הצדדים או תאסור על ב' הצדדים, אבל אל תעשה דיסקרימינעישן.

יואליש » פרייטאג יוני 8, 2012 12:13 pm

· #16834
זייער קארני און אומאפעטיטלעך. דאס הייסט גראפיטי.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יוני 8, 2012 12:13 pm

· #16835
יהודי שפוי, מיינע ארטיקלעך זענען קאפירייט,

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 8, 2012 1:47 pm

· #16868
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
משכיל,
אויב כמות איז די מכריע, פארוואס האט מען צאם געבראכען מענדעל וועכטער?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 8, 2012 2:16 pm

· #16878
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
און ייש"כ יואליש
און האלטען אז העלבראנס איז גערעכט איז נישט עולה על הדעת. אבער אזוי ווי ביי דער מעשה פין ראטענבערג, אוודאי איז אינטער צינדען א הויז אן עוולה, אבער למעשה דארף יעדער מאכען א חשבון הנפש, ווען ער האלט עס איז גערעכט אינטער צינדען א הויז, און ווען ער ווערט סקווירא רבי.
וכן הכא,
אונז טוהען מיר דער זעלבע זאך וען עס איז אונז נוגע. די חילוק וואס די קענסט טענה'ן, אז די ביסט נארמאל און יענער נישט, איז סך הכל א שאלה וועמען די פרעגסט.
די עיקר שרלה איז אויף די טאקטיק פין העלבראנס איז עס גירעכט אדער נישט. און אויף דעם ןועלען רוב מוזען זאגען אז די טאקטיק איז דומה צו זייערע.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

פינטאו » פרייטאג יוני 8, 2012 2:40 pm

· #16882
איבער יהודי שפוי'ס תגובות און די מיינונגען אויף זיי פון געוויסע חברים דא. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אין דעם ענין, אבער דער פאקט אז מען קען נעמען א לאנגע תגובה און עס איבערלייגן מיט קליינע שינוים אויפ'ן צווייטן צד, טוט סך הכל קלארשטעלן אז די תגובה באשטייט פון פאקטלאזע מיינונגען וואס מען קען גרינג צוריקווארפן.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יוני 8, 2012 4:01 pm

· #16894
פינטאו
איבער יהודי שפוי'ס תגובות און די מיינונגען אויף זיי פון געוויסע חברים דא. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אין דעם ענין, אבער דער פאקט אז מען קען נעמען א לאנגע תגובה און עס איבערלייגן מיט קליינע שינוים אויפ'ן צווייטן צד, טוט סך הכל קלארשטעלן אז די תגובה באשטייט פון פאקטלאזע מיינונגען וואס מען קען גרינג צוריקווארפן.


חוץ אז יעדער מיט אביסעל קאמאן סענס זעהט אז די ווערטער קלעבען נישט נאך די שינוים, ס'מאכט אינגאנצען נישט קיין סענס עס צי שרייבען אויף יוסל וואלדמאן, סאו פליז.......

הדד בן בדד » פרייטאג יוני 8, 2012 5:26 pm

· #16905
פראפעסאר שפירא
פינטאו
איבער יהודי שפוי'ס תגובות און די מיינונגען אויף זיי פון געוויסע חברים דא. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג אין דעם ענין, אבער דער פאקט אז מען קען נעמען א לאנגע תגובה און עס איבערלייגן מיט קליינע שינוים אויפ'ן צווייטן צד, טוט סך הכל קלארשטעלן אז די תגובה באשטייט פון פאקטלאזע מיינונגען וואס מען קען גרינג צוריקווארפן.


חוץ אז יעדער מיט אביסעל קאמאן סענס זעהט אז די ווערטער קלעבען נישט נאך די שינוים, ס'מאכט אינגאנצען נישט קיין סענס עס צי שרייבען אויף יוסל וואלדמאן, סאו פליז.......


מסכים מיט שפירא, עס קלעבט פשוט נישט א ווארט צו א ווארט, סתם געהאקט אין קאפ אריין.

איחוד פעלד » פרייטאג יוני 8, 2012 6:24 pm

· #16911
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
יהודי שפוי איז מן הסתם נישט פין העלבראנס, ער איז איינער פין אונז וואס וויל אביסעל פאן......

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

הדד בן בדד » זונטאג יוני 10, 2012 4:10 am

· #16964
איחוד פעלד
יהודי שפוי איז מן הסתם נישט פין העלבראנס, ער איז איינער פין אונז וואס וויל אביסעל פאן......

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


אויב יא מאכט ער עס זייער נישט גוט

איחוד פעלד » זונטאג יוני 10, 2012 9:17 am

· #16979
Re: ברעיקינג: א זוהן פין הרב שלמה העלבראנץ אנטלאפען
נאך איבערליינען נאכאמאהל זעהט מיר יא אויס ווי הודי שפוי איז טאמער נישט נחמן אליין, איינער וואס איז גאר נאנט און קען אלע טעיפס. אפשר גאר שלמה אליין.

עס איז מיר גאר א שטארקע חידוש אז דארט אין די וויטע רימונוב זיצט איינער און ליינט קאווע שטיבעל לא פחות ולא יותר.
דאס איז מיר זיכער אז דער וואס שטייט אונטער יהודי שפוי ווייסט דער אמת. נאר למען אהבת ה'זאך' וועט ער שרייבען וואס ער קען עס צו פארטיידעקען.
לכאורה געניסט ער פין די 'זאך' אפשר האט ער אפאר פלגשים מי יודע. עס מאכט נישט אויס. טאמער זיצט איינער אין רימינוב און ליינט קאווע שטיבעל, דאכט זיך אז העלבראנס שטייט גאר שוואך.

לעיקר הענין
מען האט שוין גערעדט אז די מעשים און אופנים וואס העלבראנס טוט איז נישט אנדרעש ווי יעדער רבי.
נעמען בחורים פין טאטעס איז געווען און באבוב לרחצה, און צנעמען ווייבער פין מענער איז געווען און תולדות אהרן גענוג. שלאגען איינער וואס וויל שמדן חסידים צו חבד איז געווען אין סאטמאר, און חתונה האבען מיט א יונג מיידיל האט רמ"א און קאליווער רבי און טאשער רבי און ר' מעכעל פין נתניה.
וואס איז שלמה העלבראנס?
א בעל תאוה מיט א געשליפען פיסקעל וואס ענדזויט משוגעים זאלען שרייען קדוש קדוש.
יהי לו אשר לו. זאל ער זיך ווייקען און זיין צואה.

בנוגע זיין זוהן נתן וואס יעדער פילט מיט, דארף מען נאר מברר זיין, האט ער נישט גערודפט קיינעם? איז ער אייביג געווען קעגען דעם פאטער? ער האט נישט געהאלפען ברעין וואשען קיינעם?
לויט ווי ער לייגט אראפ די אהבה בינו לבין אשתו זעהט אויס אז סוף כל סוף האט מען זיך.יא ליב דארט אין רימונב.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

חייםהערש » דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:14 am

· #17923
פון דעם לעצטער טעיפ #18 פארשטיי איך אז דער זון איז געפארען קיין ארץ ישראל
האט ער זיך מייאש געווען?

משכיל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 11:22 am

· #17925
איחוד פעלד
משכיל,
אויב כמות איז די מכריע, פארוואס האט מען צאם געבראכען מענדעל וועכטער?

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


מענדעל איז א לובאוויטשער וואס זיי האבען אסאך מענטשען, סאטמאר האט נאר מורא געהאט אז ער וועט אוועק שלעפען מסלתה ומשמנה, י

חאצקל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 11:38 pm

· #32762
אגב, אז מ'רעדט פון אים. איך האב געהערט פון מאנטריאלע אידן וואס זענען אריין צו אים פאר נייגעריגקייט. זיי זאגן אז ער איז דשזיניעס. ער האט ארויס א זאך מיט א קלארקייט, ער ווייסט גוט אידישע היסטאריע, ער לערנט עס גוט אפ, און איז עס מסדר אין קאפ, זיי זאגן אז כל רז לא אנוס ליה (זיי זענען מגזם אבער איז ווארשיינליך טיילווייז ריכטיג).
ער קען היסטאריע פון די מיטל אלטער, פון פילאזאפיע, ער איז באקאנט מיט פילאלאגיע פיזיקס און גראמאטיק. ער האט ארויס קולטור, די אראבישע, דייטשע, אונגארישע, פראנצויזישע און נאך, ער קען און עקט גיט נאך די אמעריקאנער קולטור, דער מידיא און אנדערע פראפעגאנדע מאשינען. ער קען עטליכע שפראכן. ער קען גוט די שבלי עולם הזה מיט אלע אירע תאוות. הכלל ער איז נישט אוועק צו מאכן. איי זיינע חסרונות, ער איז א ראדיקאל? יא! אבער קיין פאנאטיקער איז ער נישט. זיי זאגן אז ס'איז אינטרעסאנט צו כאפן מיט אים א שמועס

DotCom » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:12 am

· #32795
אז ס'איז אים געלונגען שטיל צו מאכן יוסל וואלדמאן, קען איך שוין אויף אים אלעס גלייבן...

משכיל » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 2:38 am

· #32808
דאס איז זיכער אז איין מענטש זאל אזוי איבערנעמען און קאנטראלירען א עדה אידן איז נישט נארמאל און נישט תורה'דיג און דאס וועט ברענגען אסאך פראבלעמען אינעם עתיד.י

וואס וועט זיין נאך זיינע מאה ועשרים, וואס וועט זיין מיטן צווייטען דור,י

די סיבה פארוואס סקווירא האט א פראבלעם איז ווייל מען איז סטאק מען קען שווער אוועק גיין, אנדערע חסידות'ען ווען איינער ווערט קאלט הערט ער אויף צו קומען צים רבי'ן ,י

ביי די אמיש האט יעדער איינער א טשענס אין די בחור'ישע יאהרן ארויס צו גיין און האבען א גוט טיים און נאכדעם מחליט זיין אויב זיי ווילען צוריק קומען, אבער ביי העלבראנס פארגעט אבאוט איט איך קען איהם ,

אויס מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:39 pm

· #36215
יהודי שפוי איך מיין דיין גוטע ניק זאל זיין "כרמי" ודו"ק

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:41 pm

· #36216
אויס מענטש
יהודי שפוי איך מיין דיין גוטע ניק זאל זיין "כרמי" ודו"ק

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/user/626">memberlist.php?mode=viewprofile&u=626</a><!-- l -->

אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:10 pm

· #36619
איך האב נישט געוואוסט עס איז שוין דא
איך מיין הדד בן בדד פארשטייט מיר

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:29 pm

· #36629
איך האב א חבר וואס איז ביי אים. איך וואלט אים שטארק געוואלט גיין באזוכן, איך האלט זיך צוריק מיט צוואנגען.

חייםהערש » זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:10 pm

· #39833
זעט נישט אויס אז יוסל וואלדמאן איז דער ריכטיגער פארשוין פאר דעם
דאס זעט נישט אויס אזוי שווער אויב מאכט מען דארט די אלע נישט לעגאלע זאכען
אמעריקאנער רעגירונג איז שוין מער ווי איין מאל אריין אין א קולט אין געמאכט סדר
בלאט: 1 2