קאווע שטיבל
קאווע שטיבל
אמאל איז עס שווארץ ווי קויל
אמאל בריט מען זיך די מויל
אמאל איז ער ווייס
אמאל עפענט עס דעם דעת
אמאל זאגט מען א דעה
און די עולם לייקט א מחיה
אמאל זאגט מען צו ברייט
און ביי טייל ווערט אין מח טייט
אז מ'האלט נישט די תקנות
מעקט בריסטא וכתו אהן רחמנות
אמאל שמייכלט די סמיילי מיט פרייד
אמאל מאכט ער א פנים אז ביסט צודרייט
א טשולענט פון דעות מכל המינים
ליטאים, חכמים, מתנגדים און חסידים
די "געזעהלשאפט" איז פיל מיט קאליר
די "נייעס" פליסט אהן א שיעור
א "שמייכעל" צו געבן א גוטע לאך
"מידיא" אלץ וועגן שטערן און מצליח
"אחיעזר" ונתנו גייט ביידע וועגן
אמאל צונעמען און אמאל צוגעבן
חסרונות איז אויך דא, נישט צו אסאך
אבער "צימעס" איז נישט מיין פאך.
אמאל איז עס שווארץ ווי קויל
אמאל בריט מען זיך די מויל
אמאל איז ער ווייס
אמאל עפענט עס דעם דעת
אמאל זאגט מען א דעה
און די עולם לייקט א מחיה
אמאל זאגט מען צו ברייט
און ביי טייל ווערט אין מח טייט
אז מ'האלט נישט די תקנות
מעקט בריסטא וכתו אהן רחמנות
אמאל שמייכלט די סמיילי מיט פרייד
אמאל מאכט ער א פנים אז ביסט צודרייט
א טשולענט פון דעות מכל המינים
ליטאים, חכמים, מתנגדים און חסידים
די "געזעהלשאפט" איז פיל מיט קאליר
די "נייעס" פליסט אהן א שיעור
א "שמייכעל" צו געבן א גוטע לאך
"מידיא" אלץ וועגן שטערן און מצליח
"אחיעזר" ונתנו גייט ביידע וועגן
אמאל צונעמען און אמאל צוגעבן
חסרונות איז אויך דא, נישט צו אסאך
אבער "צימעס" איז נישט מיין פאך.