נעכטן איז -- ווי באקאנט -- פארגעקומען די יערליכע מלוה מלכה פאר די הייליגע און געשעצטע הצלה ארגאניזאציע אין בארא פארק, און ווי אן אנשטענדיגער איינוואוינער האב איך אויך גענומען די מי אנטיילצונעמען און צייגן סאלידאריטעט פאר די מסירת נפש'דיגע וואלונטירן, וועמען איך שעץ באמת זייער ארבעט. נאך דערצו אז איך האב באקומען א פרעזינגליכע איינלאדענונג פון יוסי בלומענפעלד וכת דילי' און די שטאט איז איבערגעקערט געווארן מיט די "בי" סלאגאן, איז דאך מי פתי צו בלייבן זיצן אינדערהיים. האמת אגיד אז סאיז מיר נישט אזוי צום הארצן די אטמאספערע ביי די הצלה פארטי, ס'האט מער די צורה פון א פיקניק אדער א קארניוועל ווי א דינער, מטרעפט אלע וואס איז נייעס בחורים און קילע יונגעלייט וואס זענען גענצליך נישט מיין גלאז פון חמין במוצאי שבת, אן אנלויפעניש און אן איבערקערעניש, טיקעטס מיט פרייזעס, אן אויסשטעל מער געאייגענט פאר די עם בפני עצמן'ניקעס, אבער ווען עס קומט צו אזא ארגאניזאציע ווי הצלה לייגט מען אלע פריוואטע חשבונות אין א זייט, און מ'לויפט צולייגן א האנט, ווארום זיי טוען דאך די זעלבע פאר אונז דורכאויס'ן קייליכיגן יאר.
עס איז שוין געווען הארט צוועלף אזייגער כחצות הלילה ווען איך האב מבשר געווען פאר מיין טייערער אשת חיל אז איך גרייט מיך ארויסצוגיין צו די מלוה מלכה, א בשורה וואס זי האט נישט אויפגענומען מיט איבריג צופרידנהייט, אבער, זי פארשטייט אויך, וואס טוט מען נישט פאר הצלה. אן קאמפאני גייט מען נישט, וואס העל איך טון דארט, קייען א בילקע ווי ביי סעודת המפסקת איינזאם אליין? האב איך אנגערופן מיין ברודער, אן עלטערער בחור וועמען דער מזווג זיווגים אלט זיך נישט עפעס באזונדער אים צוצושטעלן א פאר, קום, לאמיר אנהויבן די וואך מיט א מצוה, מ'גיימיר שטיצן הצלה.
האב איך אויפגעזוכט מיין בערזל ארויסגענומען הונדערט און צוואנציג דאלער, א צוואנציגער פאר מיין ברודערס וועגן ער זאל נישט זיין א בלויזער אוכל ואינו עושה, און ויסעו, אבער, מיט די פוס. די קאר האב איך נישט זיך געטרויעט מיטצונעמען וויסנדיג אז פארקינג וועט זיין בבל יראה ובל ימצא, גיימיר צופיס, וואס טוט מען נישט פאר הצלה.
און דא האט זיך אנגעהויבן א מסכת וואס איך וויל מיטטיילן פאר'ן ציבור. אנקומענדיג אויף פערצנט עוועניו פרוביר איך אריינצוגיין אינעם זאל, אבער, א שלעפ, די טיר איז פארשלאסן, מן הסתם איז די אריינגאנג אויף די סטריט. איך דריי מיך איין ביים ווינקל און איך הייב אן זוכן אן אריינגאנג, נאכ'ן דורכגיין עטליכע פארמאכטע טירן און א טענט, באמערק ענדליך דעם לאנג געזוכטן פתחו לי פתח, ווי א יונגערמאן קאנטראלירט א טיר און ער לאזט אריין עטליכע יונגעלייט. גיי איך אויך אהין, כאפ איך א שטופ פון דעם יונגערמאן אז דא איז אן אמת אן ארויסגאנג, און איך זאל ביטע ארומגיין די גאס און אויפזוכן דעם אריינגאנג, איי די יונגעלייט וואס ער האט יעצט אריינגעלאזט תיקו.מיין מוט איז שוין אביסל געפאלן, איך בין נישט די סארט יונגעלייט וואס גלייכן ווען משטופט זיי ביי די אקסלען, אבער שוין זאל זיין, א גוטע זאך קומט אן שווער.
צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, אויפן וועג אריין בין איך אפגעטיילט געווארן פון מיין ברודער ווייל בחורים זענען נישט ערלויבט אונטן אינעם זאל, און אנקומענדיג דארט האב איך נישט געטראפן קיין בענקל. נו, אז סאיז נישטא קיין פלאץ איז א גוטע סימן, דער עולם שטראמט אין די מאסן פאר הצלה, בין איך געבליבן שטיין און פרובירט אזוי מיטצוהאלטן דעם פראגראם. פססס יונגערמאן דו שטערסט, מקען נישט זען. נישט איז נישט, גיי איך ארויף אויפן טעראסע וואו סהאט זיך איבערגעשפילט בערך די זעלבע געשיכטע. בחסדי ה' האב איך געטראפן א צאמלייג בענקל ביי אן ענגל ווי מקען גארנישט זען האב איך מיך דארט באזעצט, און, מגייט עסן מלוה מלכה. וואס ווען ווי, איינער וואס איז נישט געקומען אין די פופצן מינוט וואס מהאט אויסגעטיילט די עסן האט נישט געהאט אין מויל צו נעמען דורכאויס די גאנצע נאכט. נאכן זיצן דארט פאר פינף מינוט האב איך אנגעהויבן כאפן אז סאיז ביטער הייס, איך שוויץ געפערליך. בחסדי ה' האב איך געטראפן א דומע טינקעלע לאנטש רום וואו סאיז געווען אביסל לופט, און איך האב ענדליך געטראפן א מקום מנוחה ארומגענומען מיט הונדערטער פערצן יעריגע בחורימלעך האב איך געקענט אנהויבן מיטהאלטן דעם פראגראם. מיינע הערות'לעך אויפן פראגראם בין איך נישט אויסן יעצט צו דיסוקסירן און כעל עס איבערלאזן פאר א צווייט מאל, צי איז דאס די צביעות פון ר' חיים דוד כץ וואס לאזט נישט המזמרים זינגען פאר בוני עולם בימי ספירה צו האסטעזשן דעם גאנצן וועד הרבנים אז ער איז בעל בית, און דא קומט ער געבן דברי ברכה צו ווייזן ער איז שטאטס רב, ווען עס איז דא ידידים און דערצו א פראדוקציע מיט מוזיק בימי ספירה וואס איז קעגן די מנהג פון רוב באטייליגטע. און חזן שטארק איז קיינמאל נישט אנגעקומען, נאר אנשטאט אים חזן ברעכער, כ'מיין, ער איז גאנץ פאר א קבלת שבת אבער ער איז נישט חזן שטארק. ווען מאטי אילאוויטש האט געזינגען אז הצלה איז אותיות צהלה איז ביי מיר נולד געווארן דעם געדאנק אז היינט נאכט הצלה איז אותיות הלצה, מ'רופט צאם די גאנצע שטאט, מלייגט טעפלעך איבעראל אין אלע שולן, און ממאכט חוזק, מילא פלאץ הגם סאיז אויך אן עוולה גדולה, אזויפיל קומט זיך פאר א שטיצער א בענקל, און מ'וואלט עס געדארפט פאראויסזען אז דאס פלאץ דערהייבט נישט, אבער ניטאמאל אביסל לופט, מהאט געקענט אויסגיין פון היץ ווער רעדט נאך פון א כזית זיך צו וואשן פאר איינער וואס קומט אביסל שפעט. איך בין נישט געווען דער איינציגער, און פון אלע ווינקעלן האב איך געטראפן אחים לצרה אויפגעברויזטע יונגעלייט.
עס איז שוין געווען גוט שפעט ארום צוויי אזייגער ווען איך האב מיך געכאפט אז מיינע פוס טוען מיר וויי פון שטיין אויף א באנק און זיך שטיפן צווישן די בחורים מיטהאלטן די פרעזענטאציע, א פערטל נאך צוויי בין איך אנגעקומען אהיים ווי איך האב ארויסגענומען א בילקע פון פריזער זיך צו וואשן און דערכאפן דאס הארץ, מיין אידענע איז שוין געוויס געשלאפן. און, דער הונדערטער איז געבליבן אין מיין טאש, אפשר וועט דאס מיין פרוי ניצן ווען זי וועט אנטיילנעמען ביי די טשייניז אוקשען. א דינער ווי א האלבער עולם גייט אהיים אויפגערעגט איז א קלארער דורכפאל, מ'פארלירט שטיצע ס'רעגט אויף מענטשן, און לאמיר האפן אז נעקסטעס יאר וועט די סלאגאן זיין "בי עי מענטש".
צוויי יאר צוריק בין איך געגאגנגען צו זייער מלוה מלכה און כ'האב אפגעמאכט אז מער גיי איך נישט, ס'נישט געווען ווי צו זיצן און ניטאמאל ווי צו שטיין! יעצט זע איך לויט ווי דו לייגסט עס אראפ אז ס'האט זיך גארנישט געטוישט
גוטע עצה און ריכטיגע טענות, אבער די סיבה זיי מאכן עס נישט אין עטרת חי' איז ווייל זיי ווילן זיין אנדערש, און נישט שלעפן די זעלבע עולם צו די זעלבע זאל א וואך נאך בוני עולם, ועוד סיבות.
בכל אופן וואס דו שרייבסט ס'איז א קידרא דבי שותפא, איז זייער אמת. איך האב שוין געהאנדלט מיט הצלה אסאך מאל, אלץ ביזנעס אויס, און ס'נישטא דארט א נארמאלע פירער. ס'דא 7 קארדינעיטערס אויפן בארד מיט 2-3 אקטיווע וואס דארפן באקומען אלע 7 מסכים צו זיין על כל דבר קטן. ס'הערשט דארט אסאך מאל א שרעקליכע גרידלאק ווען ס'קומט צו דעסיזשען מעיקינג.
סאו האבן זיי זיכער געמאכט צו זיין אנדערש, בוני עולם שטעלט צו סערוויס און זיי נישט, און זיי וועלן זיין אנדערש אז בוני עולם האט זיך די דינער אויסגעצאלט, און זיי?...........
היי יאר אנדערש ווי אלע יארן איז די פראגראם געווען גאנץ אינטערסאנט, הגאון ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט אראפ געלייגט א הערליכע ארבייט ער האט שטארק באצויבערט דעם ציבור מיט רייכע תוכן וואו אלעמאל, פישל שעכטער האט אויך פיין געזאגט, אוו מאטי אילאוויטש האט אויך אראפ געלייגט א הערליכע דזאב אזש ביז טרערען.
אבער ווי כוכב האט שוין ערווענט האבן זיי זיך קיין טראפ נישט צוגעשטעלט צו די מענטשהייט. אראפ צו גיין אין זאל האב איך געדארפט דורך גיין די נענועים לויט אלע דעות, עס האט גענומען א פופצען מינוט אנצוקומען אין זאל. אינטען איז פאר קיין געלט נישט געווען וואו צו זיצען, אדער עפעס נעמען אין מויל. איז קודם פארשטיי איך נישט וואס איז די מושגעת פון מאכן די דינער אויף א מוצאי שבת וואס די זמן איז באלד צען אזייגער?? און נאכדעם וויפיהל יאר דארפן זיי זיך לערנען ארויס צו נעמען א גרעסער זאל??
איך האב פאר א מינוט נישט קריטיקירט דעם פראגראם, וואלט אלץ אנדערש געווען מענטשליך וואלט איך זיכער הנאה געהאט. הצלה שטעלט צו יעדעס יאר די טייערסטע פראגראם פון אלע דינערס. יא, אפילו מער ווי בוני עולם, וואו מ'זיצט און מ'איז דן אויף יעדן דאלער, ס'זאל נישט זיין אבי אויסגעגאסן געלט. ר' שמעון זאב איז מינימום 3600 דאלער, מאטי זינגט נישט אומזיסט, ידידים נעמט געלט, גראזינגער נעמט געלט, ברעכער נעמט געלט, פישל שעכטער ווייס איך נישט, און די פרעזענטאציע איז מינימום פופצן אלפים.
די גרויסע געלט שפענדעריי פון די אלע דינערס איז א שמועס פאר זיך אין דער שפאקטיוו וערט עס אדרעסירט דעם חודש, לענ'ד קען מען עס יא בארעכטיגן, די פאקט איז אז סברענגט אוצרות געלט, איינער פון די גרויסע קעפ אין אר סי סי עס האט מיר אמאל געזאגט אז די חילוק פון פאר די דינערס ביז נאך אין פאנדרעיזינג איז ווי פון הימל ביז ערד. און אין די אלגעמיינע וועלט איז אנגענומען אז פאנדרעיזינג קאסט א דריטל. אבער אז מגיסט שוין יא אריין אזעלכע הון תועפות מער פון סיי וועמען, מ'שטעלט צו א משולש'דיגע פראגראם וואס אנדערע צעטיילן פאר פיר דינערס, זאל כאטש דער ציבור קענען הנאה האבן און נישט זיין סתם אויסגעווארפן אידיש געלט אין מיסט.
ווי איך פארשטיי זענען אסאך פון די הצלה היץ קעפ אין בארא פארק פון באבוב 48 און ממילא ווילען זיי מאכן אין גאלדא/ליפשיץ צו שטיצען באבוב און מאכן זייער זאל "אין סטייל"
היי יאר קען מען נישט מטעם די פאליציי פארקען שבת, זונטאג און מאנטאג אויף 50 צוליב די הצלה כינעזער ליציטאציע. כ'ווייס נישט ווי די אלע באסעס פון די מוסדות וועלן פארקן מארגן.
ווי איך פארשטיי זענען אסאך פון די הצלה היץ קעפ אין בארא פארק פון באבוב 48 און ממילא ווילען זיי מאכן אין גאלדא/ליפשיץ צו שטיצען באבוב און מאכן זייער זאל "אין סטייל"
ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט ווען די הצלה פארטי געווען at least אזוי גרויס ווי די בוני עולם דינער !!
שבת זו הייתה לי שיחה עם איש עסקים, בעובדה שיש כל כך הרבה אנשים שרוצים להיות חברי הצלה, הוא שאל אותי למה לא מבקשים 5 אלף דולר מכל 300 חברי הצלה, שתכסה את התקציב 1.5 מיליון דולר
הערשל וועבער איז געפלויגן פון הצלה פארן מציע זיין אז יעדע מעמבער זאל אריינברענגען געלט.
דאס אז רוב מעמבערס וועלן צאלן פינף טויזענט דאללער א יאר צו זיין א מעמבער, נעמט נאכנישט אוועק די אחריות פון די שטאטס איינוואוינער צו צאלן זייער חלק פאר די בודזשעט פון הצלה.
אני כשלעצמי שיק אריין מיין נדבה אויף די פאסט, פאר סאם ריזען האט די הצלה דינער זייער א קילע מצב, שלא כבוני עולם און RCCS, איך ווייס נישט פונקטליך די סיבה, אבער דאס איז דער פאקט.
מיין ווייב גייט צו די טשייניז אקשען מיט די קינדער.
ווילאנג דער אויר פינעם דינער וועט זיין א קילע מצב גייען רבנים זיך שעמען אהינצוגיין. יא וויכטיג נישט וויכטיג.
צו גיין צו עשירים'ס חתונות, אפילו אויב ס'איז א קילע מצב, גייען זיי יא, נאר וואדען? דארט באקומען זיי דרשה געשאנק.
איך בין איין מאל געווען ביים דינער, כ'בין נישט קיין לעלא, מיילא האב איך נישט געהאט וואס צו זוכן דארט. איך שיק אריין די טשעק אויפן פאסט, פלייש קענען זיי גיין קויפן אין פלייש געשעפט, און ענטערטעינמענט האב איך בעסערע אינדערהיים.
ה. בוני עולם איז ליידיגער און מער דיסציפלינירט וויבאלד מטבע הדברים האט א בחור נישט וואס צו זוכן דארטן.
ו. א צאמרוף פאר אלע תושבי בארא פארק איז במציאות געמאכט צו זיין געשטופט, און א גאסט קען נישט עקספעקטען אנטפאנגט צו ווערן ווי ביי א חתונה.
ז. לאבין איז גערעכט אין דער שפאקטיוו לגבי די געלט פארשווענדעריי פון דזשי סי ען וויי, און איך וואלט געגעבן פאר הצלה אפילו אן די אלע גרויסע אראנדזשע בי'ס.
בין איך דער איינציגסטער דא אין שטיבל, וואס וואוינט נישט אין בארא פארק?
איך פיהל אייביג אז רוב ניקס זענען וויליאמסבורגע, איך בין דא געפאנגען צווישען בעדפארט אין פען, ווי א יון אין די סוכה. פיינעלי מאכט זיך אמאל עפעס א אוויר בארא פארק. בארא פארקער איינוואינער לאמיר זיך שטארקן אויף ק"ש. אונז קענען אויך.
בין איך דער איינציגסטער דא אין שטיבל, וואס וואוינט נישט אין בארא פארק?
איך פיהל אייביג אז רוב ניקס זענען וויליאמסבורגע, איך בין דא געפאנגען צווישען בעדפארט אין פען, ווי א יון אין די סוכה. פיינעלי מאכט זיך אמאל עפעס א אוויר בארא פארק. בארא פארקער איינוואינער לאמיר זיך שטארקן אויף ק"ש. אונז קענען אויך.
איך בין קלאר מסכים צי אלע נקודות. די אלע מארקעטינג קען זיין איז ארויסגעווארפען געלט, רוב עולם האט באמת א שטארקע געפיל צי הצלה אין איך גלייב אז סאיז כמעט נישטא א מענטש וואס האט נאכנישט פערזענליךהנאה געהאט פון הצלה , אין טאקע וועגען דעם פיל איך אז אפילו איינער האט טענות איז ענדערש בעסער צי פארקוקען ווי צי קריטיקירען אין גורם זיין א התרשלות צי אזא חשובע ארגענעזאציע . סאיז שווער מסביר צי זיין די זעלטענע הכרות הטוב וואס איינער וואס האט אמאל געדארפט ציקומען צי זיי פילט , אין sooner or later מאכט זיך עס כמעט ביי יעדן האפענטליך נישט . איך האב געשיקט היינט מיין אינגעל מיט אפאר הינדערט דאללער אין אי"ה מארגען וועל איך שיקען מיינע מיידלעך צי די auction , איך דארף גארנישט נישט קיין portion אדער א on time production מען דארף זיי שטיצען אין פארטיג .