☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב נפתלי הירץ וויזל

הרב נפתלי הירץ וויזל

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4510
בלאט: 1 2

וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 10:56 am

· #430887
זאפטיג
אלזא אז א קינד פרעגט חלילה א קשיא וואס באדערט אים וואס ברויך מען צו טוהן? שטיל מאכן?? א פראסק אין פנים?

דאס האסטו געליינט אין מיין ווערטער? אז ס'איז א דע"ד ענ"ד? מיין כוונה איז געווען אז בולש*ט ארבעט זיכער נישט.

וואס קלערסטו למעשה זאל מען טוהן צום קינד. שטיל מאכן? אודאי נישט. פראסק אין פנים? חס מלהזכיר.

וואס יא, קודם לאז עם רעדן אן קיין שום עיכוב אדער פרעשור, מאך זיכער עם אויסצוהערן גוט עד הסוף, און ער זאל דאס קלאר שפירן. דערנאך פרוביר עם צו העלפען ארויס קריכען פון זיין ספקות און קשיות, ביז ער געפונט רואיגקייט. גאר אסאך מאל איז ניטאמאל א העלפ עם צו געבן א תירוץ בכלל, ארויסהעלפן אז זיין קאפ זאל קלארער טראכטן און אליינס אויסארבעטן די קשיות קען גאר זיין די געזונסטע וועג עם צו ברענגען עכטע קלארקייט און אלטימעטלי צופרידענהייט.

אישתישבי » דאנערשטאג מאי 23, 2019 12:10 am

· #430932
רביה''ק זי''ע
ווילאנג אידישקייט איז באשטאנען פון זאכן וואס מאכן סענס, און מ'האט געקענט רעדן אמונה זאכן אן זיך צו פארפלאנטערן אין סתירות און אקסימאראנס, האט געהאט פשט זיך צו טענהן איבער דעם. איינמאל אידישקייט האט אנגעפאנגען אנצונעמען BS, אמונות טפילות, שטותים, און אקסימאראנס אלץ עיקרי אמונה איז שוין די גאנצע זאך נישט שייך.

איך בין נישט זיכער אין דעם טיים ליין ווען דאס האט געזאלט זיך אנהייבן, אבער לכאורה פין דער ערשטער מינוט האבן אידן געגלייבט אין שטותים, מיט מאכען א קאלב ווייל משה איז נישטא, כאילו עס מאכט סענס, און לאורך הדורות זעה איך נישט א זמן וואס אלעס איז געוועהן אזוי ווי עס ברויך צו זיין.

דער ספר מאור ענים פין ר' עזריה מן האדומים איז געווארן מוחרם פין גדולים בזמנו, אנגעפירט פין בית יוסף, ווייל ער האט געשריבן אז די יארן פין בריאת העולם זענען נישט מדויק מיט פינף יאר בערך. כאילו די יארען זענען פין די זאכען וואס מען טאר נישט האבן קיין ספק. און אזוי די אנדערע טענות זענען אזעלכע שוואכע זאכן וואס זענען אנגענומען ביי מענטשן פאר אמת.

לכאורה איז אייביג געוועהן אזעלכע וואס זענען געווען קלוגער און געוווסט אז נישט אלעס איז כפשוטו, און אזעלכע וואס זענען געווען פשטנים, און פראבירט ארויף צו צווינגן זייערע פשטנות (טפשנות) אויף די קלוגערע.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 23, 2019 12:52 am

· #430936
גלייבן שטותים ווייל ס'מאכט סענס פאר איינעם משום איזה סיבה איז איין זאך, אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו, אבער גלייבן זאכן וואס מ'ווייסט אז ס'נישט אמת איז גאר עפעס אנדערש. גערעכט אז מ'טרעפט שוין אין גמרא געוויסע תנאים און אמוראים וועלכע רעדן שטותים, אבער ס'וועט אלץ זיין א צווייטע מאן דאמר וועלכע וועט זיך דינגען מיט איהם. רבי זאגט כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, זאגט אים רב אז ווייל דאתי מבית דוד מהפך בזכותיה דדוד. רבי אליעזר המודעי זאגט אז די תורה איז געגעבן געווארן אין כתב אשורית, זאגט ר' יוסי אז כתב אשורית איז א נייע אויסטרעף, וכן הלאה. אויסער דעם האט די גמרא קיינמאל נישט גענומען די אויסשליסליכע רעכט צו זאגן דעות, פאר א סיבה האבן די רמב"ם, רשב"ם, אבן עזרא און נאך אסאך נישט געהאט קיין שום פראבלעם אוועקצומאכן בפירושע גמרות. אין גמרא און די פריערדיגע ראשונים טרעפט מען נישט אזא מין געדאנק אז ס'דא עפעס וואס מ'מוז גלייבן, א כופר איז א כשרע איד ע"פ דינא דגמרא, ווילאנג ער איז נישט מחלל שבת בפרהסיא. די אמתע בולשיט האט זיך אנגעפאנגען מער ביי די שפעטערדיגע ראשונים, נעם למשל אזא מין מאדנע געדאנק אז ביי הלכות טרפות קוקט מען נישט אויף די מציאות, ס'דא א סיבה פארוואס ביז'ן רשב"א איז עס קיינעם נישט אייגעפאלן. און די בולשיט איז נאר געווארן ערגער און ערגער, אזא ספר ווי די באר הגולה למהר"ל וואלט קיין איין ראשון אפילו נישט אנגעקוקט.

מי אני » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:37 pm

· #547123
דר. מיכה גאטליב זאגט:
Naftali Herz Wesley in the 18th century was considered a very problematic figure. He was famously denounced by the Noda B'Yehuda for his proposal of educational reforms. But in the 19th century he kind of gained re-entry into Orthodoxy and he was kind of accepted by the Neo-Orthodox. I actually recently saw there's a kind of new edition of the works of "Rav" Naftali Herz Wesley "zecher tzadik livracha" that has come out in Israel; they've gone back to his manuscript and reprinted it. He's had this kind of revival, which already began in the 19th century; his acceptance back into traditionalist Judaism. Whereas it's interesting that in the 18th century he was much more controversial than Mendelssohn who was actually more accepted, but the roles were reversed and Mendelssohn is considered much more problematic, because I think he became the symbol and figurehead. Growing up in Charedi circles, the things you hear about Mendelssohn would make one's hair stand on end, and then you actually read a book about him and it's entirely the opposite
ועיין באשכול זו על רמ״ד.

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:48 pm

· #547129
Re:
מי אני #

איך געדענק נישט יעצט די מראה מקום אבער דער זכר יהוסף שרייבט אז ער לערנט נאר אינעם ביאור רמ"ד סדר ויקרא ווייל דאס האט געשריבן רנ"ה וויזל

כרם זית » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:06 pm

· #547188
Re: הרב נפתלי הירץ וויזל
עס איז א תשובה צו ר' חיים חזקיהו מדיני זיך צו פארענטפערן אויף דער מהרש''ם מברעזאן'ס טענות פארוואס ער ברענגט נאך פון די ביאור הרמ''ד, געדרוקט אין שדי חמד פאת השדה (כללים א, כד).

עס איז זייער אינטערעסאנט דער זכר יהוסף'ס בליק, וויבאלד וויזל איז לכאורה געווען מער פארפיינטערט ביי די קנאים ווי רמ''ד (ווי @מי אני האט צוגעברענגט פון דר. מיכה גוטליב).

אזוי אויך, דאס וואס דער מהרש''ם ברענגט פון ספר עליות אליהו קעגן רמ''ד איז לכאורה זיין כונה צו די באקנטע סיפור מיט דער גר''א און שלמה מימון (עליות אליהו דף יא מתחת לקו), איז לכאורה שלא בדיקדוק וויבאלד רמ''ד ווערט דארט אראפגעלייגט אין א פארווע ליכט, ע''ש.

דא האב איך שפעקעלירט אז דער חתם סופר'ס עיקר פראבלעם מיט די ביאור איז געווען דוקא סדר ויקרא וויבאלד ביז דאן איז עס געשריבן געווארן דורך ר' שלמה דובנא ז''ל.
בלאט: 1 2