☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פאפא, איר מהות און איר אייגנארטיקייט.

פאפא, איר מהות און איר אייגנארטיקייט.

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4485
בלאט: 1 2

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:28 am

· #140421
פאפא, איר מהות און איר אייגנארטיקייט.
די פאפא ניקס האבן מיר ג'אישי'ט אז מען ברויך מקדיש זיין א חמין במוצאי שבת אויך לכבודם, כ'האב זיי געווארנט מיט אן אזהרה חמורה אז איך קען נישט נעמען קיין אחריות ווי אזוי דער תבשיל וועט זיך אויסקאכן, ס'מאכט זיך אמאל אן הקדיח תבשילו אויך, אבער זיי האבן מיר געלאזט וויסן אז זיי גייען איין אויפן געשעפט, זיי זענען גרייט צו נעמען א ריסק, נו, אז זיי זענען גרייט בין איך אויך.
באמת בין איך שוין שפעט אינעם בילד ווען 'לכבוד שבת קודש' און 'אדמאסוהן' האבן שוין פיין אויסגעקנעטן קהילת פאפא, פון איין זייט האט 'לכבוד שבת קודש' פרובירט מיט אלע כוחות צו צוען א פאראלעל צו כעלם, און פון די אנדערע זייט איז 'אדמאסהון' געשטאנען און געקעמפט ציין און נעגל צו באלאנסירן דעם נושא, נעמליך, אז פאפא איז נישט ערגער, אבער אויך נישט בעסער ווי יעדע אנדערע חסידות.

ואענה גם אני את חלקי, אנדערש ווי 'לכבוד שבת קודש' קוק איך נישט אן פאפא מיט א וויליאמסבורגער/סאטמארע בליק, און אנדערש ווי 'אדמאסהון' קוק איך נישט אן פאפא מיט א בייעסד אינסייד בליק, ווי איינער וואס קען נישט -- און וועט נישט -- מודה זיין אויף די נארישקייטן וואס די קהילה איז באגאנגען.
פאר א שיינע שטיק צייט צוריק, האב איך געוואוינט אויף בעדפארד עוועניו (פאר איך האב זיך אפגעטראגן פון וויליאמסבוג), פלעג איך אינדערוואכן דאווענען אין פאפא ממילא האב איך מיך באקאנט געמאכט מיט א שיינע צאל אידן דארט, און זיך באקענט אביסל מיט די חסידות פון דער נאנט.

וזה מה שעלתה בידי, בקיצור נמרץ:
פאפא איז בעצם א אויבערלאנדישע קהילה וואס האט מיסודו נישט קיין שייכות מיט קיין חסידות. פאפא איז זייער ענליך צו צעהלים און וויען. די קהילה האט געהאט א גרויסע רב דער בעל ויחי יוסף, א פוסק און א ירא חטא און אלעס וואלט געווען כשר וישר ווען זיי וואלטן נישט סטיגמעטייזד געווען פאר קיין נארנים. זיי וואלטן נישט לעבעלעזירט געווארן אלץ טפשים און כעלעמער ווען נישט... ווען נישט זיי מאכן זייער לעבנ'ס מיסטעיק.

דהיינו?
פאפא'ס מיסטעק איז געווען אז עס האט זיך פארגליסט פאר אפאר אירע דארט צו מאכן א חסידות פון א אונגארישע קהילה, און יא דאס איז א גרויס ליצנות (פארוואס ביי סאטמאר איז עס נישט געווארן קיין ליצנות איז געווען ווייל האדמו"ר רבינו יואל איז יא געווען געקנעטן פון אדמו"רת טייג ועוד כמה טעמים אחרים). אנשטאט זיך צו האלטן ביים אריגינעלן מהלך פונעם קהילה רב דיין וכו' איז עס געווארן אן אדמו"ר חסידים פארענטשעס און שריים, און דאס שאפט געלעכטער, און גלייבטס מיר, ווען דער שאפראנער זאל עס טוען בימים ההם אדער אפילו דער צעהלימער וואלט זיך גענומען טיילן שריים ביי שלש סעודות, און זיינע צוואנציג מענטשן וואלטן געטאנצען אויף פארענטשעס וואלט עס געווען די זעלבע ליצנות.

יעצט בנוגע דער פערסאנאליטי און מהות פון דעם דורכשניטליכן פאפענער ווערסעס דעם דורך שניטליכן סאטמארער און דער פאפאנער ווערסעס אנדערע חסידות'ער איז אזוי:

דער פאפא ווערסעס סאטמאר (און אנדערע חסידות)
ס'איז נישטא וואס צו רעדן, א דורכשניטליכען סאטמארער איז מער אויסגעקאכט אין אין "עניני ליצנות און אין עניני תכסיסי מלחמה" ווי דער דורכשניטליכן פאפאנער. און די סיבה איז זייער פשוט, אין סאטמאר ווערט מען נתחנך צו לוחם זיין מלחמות כמו שהארכתי באשכול אחר, און ממילא זענען זיי מלומדי מלחמה, זיי ווערן אויסגעריבן און תכסיסי מלחמה פון יונגווארג אן, און אין איינוועגס לערנען זיי זיך צו נאך אפאר טאלאנטן. זיי לערנען זיך צו דעם טאלאנט ווי אזוי צו טרייבן ליצנות פון א צווייטן, דעם פאך פון פירן דעבאטעס דורך טרייבן שפאס פונעם קעגענער און בכלל דעם גאנצן צינישען ציגאנג צו אלעס און אלעמען, און יא, א פאפאנער סטענדס- נא -טשענס צו געווינען און ארויסקומען א זיגער ביי סיי וועלכע דעבאטע מיט א קאלעגע זיינס גלייכן פון סאטמאר (אויסנאם פעלער איז אייביג דא), [אבער נישט ווייל דער סאטמארער האט בעסער ארויס, אדער ער פארשטייט בעסער די נושא, אדרבה, אפשר גאר פארקערט בשעת דער לעצטער וועט זיין ביזי צו טרעפן די ווערטל אפצו'חוזק'ן פון יענעמ'ס צד, וועט צומאל דער פאפנער פון זיין זייט פרובירן אפלערנען דעם נושא גרינטליך מיט לאגיק, אבער ווי זאגט דער וועלט : בויכוח אל תהי צודק תהיה חכם"].

אבער, און דא קומט א גרויסן אבער -
און אלע אנדערע ענינים זענען די פאפאנער פונקט אזעלעכע חכמים ווי די סאטמארער. די זעלבע תלמידי חכמים, די זעלבע ביזנעס לייט, די זעלבע פאליטיקאנטן, די זעלבע פארשטייערס, און די זעלבע אלצווייסערס. נאכמער, ווען איר בייסט אריין אין א פאפאנער אויפגעקלערטער, איז ממש א מחיה צו פארברענגן מיט אים. ער האט נישט קיין שום גבולים וואס מאכט די שמועס אומבא'טעמ'ט. ער האט נישט קיין פראבלעם נישט מיט קיין רבי זכרונו לברכה, נישט מיט קיין סיגעטער גזע און אויך נישט מיטן דרך החתם סופר פון התבדלות, א קיצור ער האט נישט קיין שום בלאקדזשעס ער איז אפען צו פירן אן אויפריכטיגע שמועס אין יעדע נושא, און איר ברויכט נישט מורא האבן אז ער וועט זיך אנשטאלפערן אין א נושא ווי ער וועט זיין בלינד און בייעסד נאך פאר איר האט אנגעפאנגן דעם שמועס, און אין דעם הינזיכט איז ער מער אויפגעקלערט און אפענמיינדעד ווי עני אנדערע דורכשניטליכער חסיד אינקלאדינג חב"ד אדער קלוזענבורג (ביודעי ומכירי קאאמינא).

לאמיך מיך מסביר זיין וואס איך מיין, און יעדער וויכוח וואס איר פירט מיט סיי וועמען און עניני דת ואמונה, תורה ומחשבה וכו', זאלט איר וויסן אזוי, אויב איר זענט מצליח ארויף צוברענגן דעם שמועס ביזן רמב"ם אדערן אבן עזרא קענט איר זיין רואיג אז איר קענט מער ווייניגער דיסקוסירן סיי וועלכע נושא מיט אפענקייט און פרייהייט, למשל עיין ערך: אגדת חז"ל, שדים ורוחות, אדער אפילו די גאנץ לעצטיגע שערוריית ווי סליפיקין מיט עוועלוציע, "ישיבת חובבי תורה מיט "תורה מסיני" וכו', אלע פאנגען אן און ענדיגן מיטן רמב"ם אבן העזרא און רלב"ג. יעצט דער טיפיקעל סאטמארער (אדער עני אנדערער חסיד) איז זייער שווער ארויפצושלעפן ביז דארט, ווייל ער האט זיבן הונדרעט שטרויכלינגען אויפן וועג; ער האט א פראבלעם מיט זיין רבין; און מיט זיין רבינ'ס רבין; און מיטן הייליגען דברי חיים וכו'; און די זעלעבע איז מיט יעדער אנדערע חסיד פון א סאליד חסידות, דער בעלזער האט פראבלעמען מיטן שר שלום און דער סקווערער מיטן טשרנובל זיידע, למשל דאס אז אליהו הנביא איז געקומען פארציילן פארן הייליגער מגיד אז מען זאל אויסזאגן תהלים שבת אינדערפרי פארן דאווענען גייט פשוט נישט צוזאמען מיט רעשינעל זשודיסים. מען קען געבן אויף דעם צענדליגע דוגמאות אבער עס איז נישט דא דער פלאטץ פאר דעם אפשר און אנדערע אשכול אנ אנדערס מאל.

איך האב נאך אסאך מאריך צו זיין איבער דעם יחס וואס דער פאפער עולם האט צו זייער רבי און דער יחס וואס דער רבי האט צו זיינע חסידים אבער דאס וועל איך נישט טוען וויל עס איז נישט מעגליך צו שרייבן דערפון אן אויסלייגן דערם רבי'ן בכבודו ובעצמו אויפן טוש און עס איז נישט מיין שטייגער צו רעדן פון פערזענליכע יחידים.

נאר אזויפיל וועל איך יא זאגן אז לויט מיין אפשאצונג און עקספיריענס זענען אזויפיל ווי אכציג פראצענט נישט קיין חסידים פונעם רבי'ן און מיט דעם זענען זיי אנדערש ווי רוב חסידישע הויפן וואס עס איז כמעט נישט בנמצא אזא הויכע ציפער נישט חסידים אינערהאלב א חסידות. בימי חורפי האב איך אמאל ערנסט געקלערט צו שיקן מייט קינדער אין מוסדות פאפא ווייל דארט האבן זיי סטאטיסטיקלי די מערסטע שאנסן אויפצווואקסן נארמאלע באזעסענע מענטשם אם קיין שום אמונת טפילות און בלינדע נאכפאלגע פון א רבי'ן וואס ווייסט נישט בחייכון וביומייכון.

פאר איך ענדיג וויך איך דערמאנען נאך אזאך, וואס בן תמליון האט עס שוין דערמאנט, און דאס איז זייער שפראך אויף מודעות און צעטליך, אדמסהון האט עס פרובירט צו פארענטפערן אז מענער גלייכן צו ליינען לשון קודש אבער דער אמת איז אז עס איז נישט לשון קודש וואס באדערט דעם פרעמדן עולם ס'איז די הויכגעשפראצטע עברית וואס איז נישט אייביג און פלאטץ און רוב מאל איבערגעטריבן און נישט פראפארשענעל צום מצב און מעמד, און לדעתי איז עס א דורכגעפאלענע פראבע נאכמאכן ישראלישע סטייל געשרייבאכטץ, און הגם עס דארף ווען נישט מער ווי אפשפיגלן אביסל צו הויכע אמביציעס פון אן אינווידייאלן שרייבער טוט עס אבער מאכן א שלעכטן אימפרעישן אויפ כל הקהל (איך רעד פון א גוטע פאר יאר צוריק קען זיין היינט איז אנדערש).

טעפל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:42 am

· #140424
זייער שיין געשריבען, אויף דעם האבען מיר געדארפט ר' בענדיזמען צו צונעמען די נושא, און איך אליינ'ס האב שוין הנאה געהאט פארברענגען מיט אפאר פיינע פאפענע אינגערלייט אז ס'איז געווען א נחת..

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:28 am

· #140432
@שת.אדמזאהן מה לך נרדם? קום קרא לאלוקיך!

בן תמליון » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:44 am

· #140435
געוואלדיק בנימין. כ'האב מיר טאקע אונטערגעמורמלט בשעת'ן ליינען דריי מאל ומחבש לעצבותם. מ'קען דאך יוצא זיין זינטאק אינדערפרי אויך. דיינע חמין זענען טאקע מחבש לעצבותם ברענגט א שמייכל אויף די זויערע לעפצן.

איך מיין בנימין זאג אונז פונקטליך ווי די האסט דיר געדרייט אדער נישט געדרייט און פון ווי אלץ האסט אוועק געמופט. זאלן זיך די קהלות הקודש שטעלן אין די רייע פאר א רייט אפ פון בנימין, עס איז גוט פאר ביזנעס.

בן תמליון » זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:54 am

· #140440
אגב וואס איר זאגט וועגן פאפא איז געווארן א חסידות, פארציילן די עלטערע חסידים אין פאפא, נאך ווי זיי קוקן ארום צו קיינער פון די אינגעלייט הערן נישט, אז דער צעהלימער רב פעטער פונעם ויחי יוסף האט איהם אמאל באגעגנט ביי א שמחה, האט ער זיך אנגערופן צו איהם: איך הער ביזט געווארן פון א גרויסע רב א קליינע רבי. די פאפא חסידים לייגן שטיל צו: און ער צעהלימער רב איז געווארן פון א גרויסער רב א קליינער רב.

בעצם לאזן זיך די עלטערע דארט פאלן וויצן אויפן חשבון פון רבין ואכמ"ל. דא אין שטיבל זענען מיר נזהר בכבוד האדם והבריות און מיר וועלן דא נישט מאכן קיין צימעס פון א פרומען רבי וואס באדערט נישט קיינעם נאר זיינע חסידים אויב עפעס.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:43 pm

· #140454
אבער דער טעם פארוואס צעהלימער רב זצ"ל איז געווארן פון א גרויסער רב א קליינער רב, ווייסן מיר פאר וועימען מ'האט צו באדאנקען.

שת.אדמזאהן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:39 pm

· #140492
@בענדזשאמין פרענקלין
איר האט כמעט מכוון געווען אל האמת, אבער, און דא קומט דער אבער, ותחסרהו מעט פון עטליכע פאקטען.
אמת טאקע אז אין ארגינעל פאפא האט חסידות נישט געשפילט קיין גרויסע ראלע, ווי איך האב שוין געשריבן אין כמעט-מיין אשכול. אבער די משלים וואס איר נוצט, טיילן שיריים, פירען טיש, איז שוין געווען אין די צייטן פון פאפא רב ז"ל'ס טאטע, דער בעל ויגד יעקב (א זון פון ערוגת הבושם (באקאנט אין סאטמאר אלץ א "ידיד מיטן רבי'ן זכותו יגן עלינו" פחות ולא יותר)). ווי עלטער פאפא רב ז"ל איז געווארן, און ווי מער די אינגערע עולם האבן זיך פארגליסט צו זיין ככל החסידים, האבן זיי, די אינגע עולם (=היינט בעלי בתים וואס לאכן פון זיך אליינס), פראבירט אויפצוארבעטען "די זאך".
ממילא, אויב איז אמת אז דאס א.ג. דיסקרימענאציע איז צוליב דעם ווייל פאפא איז דעגאנגען א נערישקייט, איז דאס גענוג א גוטע סיבה חותם צו זיין דינם לעולם אלץ "משוגעים" אזש ווען @איחוד פעלד'ס חבר מאכט א נפיחה (ליין דא), אנשטאט צו ווערן רויט פון בושה מפני כבוד הבריות, פארדרייט ער די שמועס צו פאפא רבי?! אלא מאי, דער א.ג. דיסקרימענאציע שטאמט פון אן אנדערע סיבה. והראיה, ווען פאפא האט קאמפיינט פאר גאווענער פאטאקי, זענען אונז געווען ללעג ולקלס אויפן העכסטען פארנעם, כאטש וואס פאטאקי האט געווינען. (פארשטייט זיך אז נאך דעם זענען שוין געווען 101 תירוצים מצד סאטמאר ווי למשל: פאטאקי האט געווינען א דאנק מר. פריינד פון קרית יואל וכדומה. וכנהוג) - (איך זאג נישט ער האט געווינען א דאנק די 326 פאפא שטימען, אבער ווער ס'געדענקט די פאשקעווילען וואס (דאן איינע) סאטמאר האט דעמאלסט געמבולט אויף די גאסן פארשטייט וואס איך רעדט. - איך בעט קיינער זאל דאס נישט נעמען פערסאנעל, איר קענט אייביג זאגן אז דאס געקומען פון די אנדערע סאטמאר)

דער עיקר וואס איך האב הנאה געהאט פון אייער ארטיקל, ווייל איר ברענגט ארויף אן ענין וואס איך האב געווארט אז איינער זאל פרעגן. א סאטמאר'ע עוורידש בחור און אינגערמאן, ווייסט אסאך מער אידישע היסטאריע און פאליטיק ווי אן עוורידש פאפא אינגערמאן (חוץ אויב ער ליינט דער איד/בלאט וכו'.), סתם א פאפא איגערמאן (אונטער 40) וועט נישט וויסן א חילוק פון מלחמת ששת ימים און מלחמת סיני, וועלכע עס איז געווען קודם. אין סאטמאר, וויבאלד זייער מהות איז געווען הנהגה, און גאט'ס-וואלט פארזארגער, איז דער פאליטיק געווען אינטערגרעידיט מיט די שיחת היום. און אזוי ווייטער, די "טיילונג" איז נישט קיין עסק וואס א פאפא אינגערמאן האט קענטעניס בכלל. הם ודומיהם קענען מאכן א שלעכטע אימפרעשען.

בנוגע די מודעות אין בית המדרש. א סאטמארע אינגערמאן איז חושד יעדע צווייטע ווארט מיט עברית רח"ל. ריין היברעישע ווערטער, גלייב איך, איז שווער צו טרעפן אין אפעצילע מודעות.

סוף דבר, דער קעפל פון אייער מאמר איז פאלטש "פאפא" מיט "מהות/אייגנארטיקייט" גייען נישט צוזאמען.

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:03 pm

· #140515
שת.אדמזאהן

סוף דבר, דער קעפל פון אייער מאמר איז פאלטש "פאפא" מיט "מהות/אייגנארטיקייט" גייען נישט צוזאמען.

וואס פארשטייט איר נישט "דאס" איז אייער אייגנארטיקייט, אז איר זענט א חסידות אן אן אייגנארטיקייט, וועלעכע נאך חסידות איז אפילו ענליך צו דעם ?

שת.אדמזאהן » זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:22 pm

· #140526
בענדזשאמין פרענקלין
שת.אדמזאהן

סוף דבר, דער קעפל פון אייער מאמר איז פאלטש "פאפא" מיט "מהות/אייגנארטיקייט" גייען נישט צוזאמען.

וואס פארשטייט איר נישט "דאס" איז אייער אייגנארטיקייט, אז איר זענט א חסידות אן אן אייגנארטיקייט, וועלעכע נאך חסידות איז אפילו ענליך צו דעם ?

אויב פארשטיי איך דאס ריכטיג, זאגט איר אין אנדערע ווערטער (לויט אייער ארטיקל אויף סאטמאר):
פאפא, זייער "נישט", איז זייער מהות און אייגנארטיקייט,
סאטמאר, איז זייער מהות אין אייגנארטיקייט "נישט".

אויס מענטש » זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:17 pm

· #140573
איך וואלט געלייגט א קעפל "עקס פאפא זיין מהות און אייגנארטיגקייט "

מורינו הרב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 5:32 pm

· #140592
לויט ווי אדמתזאהן אליין שרייבט, איז פאפא א כלומר'שטע חסידות, אבער אכציג פראצענט זענען נישט קיין חסידים, מען לאכט זיך גוט אריין אין רבי'ן.

אין אנדערע ווערטער: פאפא איז א שטיק לצנות, א חסידות אן א רבי, וואס נוצט דעם גרינוואלד פאר א טשערי אן טאפ אף דע קעיק. אבי געזונט.

דעת תורה » זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:19 pm

· #140638
בענדזשאמין פרענקלין
די פאפא ניקס האבן מיר ג'אישי'ט אז מען ברויך מקדיש זיין א חמין במוצאי שבת אויך לכבודם


נאר איך כאפ די שטאך אין ריכטונג פון פאפא?

משה געציל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:20 pm

· #140756
איך כאפ נישט.
#דעתבעלהביתהעפעך

זר זהב » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:36 pm

· #140780
אפשר אז וויבאלד פאפא דארף (לויט די סטיגמא) אלעס נאכטון סאטמאר, און אז סאטמאר האט געהאט א אשכול דארף מען אויך מאכן לכבודם?...

משה געציל » זונטאג אוגוסט 11, 2013 10:41 pm

· #140783
ניין, דער עצם פאקט אז פאפא ניקס האבן אים ג'אישי'ט... נא, שוין געהערט אזאנס, צימעס ניקס עקטן טיילמאל פיל מער העעםםם פאפ... עעםםםם וואטעווער...

שת.אדמזאהן » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:19 am

· #140967
מורינו הרב
לויט ווי אדמתזאהן אליין שרייבט, איז פאפא א כלומר'שטע חסידות, אבער אכציג פראצענט זענען נישט קיין חסידים, מען לאכט זיך גוט אריין אין רבי'ן.
אין אנדערע ווערטער: פאפא איז א שטיק לצנות, א חסידות אן א רבי, וואס נוצט דעם גרינוואלד פאר א טשערי אן טאפ אף דע קעיק. אבי געזונט.

שקר וכוזב. איך האב דאס קיינמאל נישט געשריבן.

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:47 pm

· #141294
איך מיין די סיבה איז וועיגן זייער רבי. פינטל..
וויען איז אויך געוועין א קהילה אין געווארן א חסידות נאכדעים אין ס׳ נישט געווארן כעלם!!
וואלט ווען פאפא געהאט אזא רבי ווי די בעלזער וואלט זיך די סאטמארער שטינק שויו לאנג איינגעשטילט, די פראבלעים איז נאר אז ער האלט אין איין צולייגן מאמענטאם.....

גנדי » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:40 pm

· #141426
סתם פאר אינטערסאנטקייט וואס איז די באדייט אין די ניק @שת.אדמזאהן ?

ישמעאל הכהן » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:43 pm

· #141431
שת איז געווען זון פון אדם הראשון

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:46 pm

· #141433
גנדי
סתם פאר אינטערסאנטקייט וואס איז די באדייט אין די ניק @שת.אדמזאהן ?


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/139796">viewtopic.php?p=139796#p139796</a><!-- l -->

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:27 pm

· #141474
קאצקע ציקער
איך מיין די סיבה איז וועיגן זייער רבי. פינטל..
וויען איז אויך געוועין א קהילה אין געווארן א חסידות נאכדעים אין ס׳ נישט געווארן כעלם!!


תשתכחו תורת הבעל שם טוב, אבער אין דריי פלעצער איז דאס געבליבען, ואלו הן:
פאפא
נייטרא
וויען

לויפט א פארעלאל ציווישן די דריי, אז דייקא פאפא זאל שטיין בראש?

קאצקע ציקער » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 12:49 am

· #141678
וואס מיינסטו צו זאגן?

big joe » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:06 pm

· #143275
אמאל פלעגט פאפא זיין א פיצי סאטמאר, היינט איז סאטמאר א ריזיגע פאפא.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:38 pm

· #143515
big joe
אמאל פלעגט פאפא זיין א פיצי סאטמאר, היינט איז סאטמאר א ריזיגע פאפא.

פון יעדע קהילה און חסידות, זענען א טייל געגאנגען זייער וועג - זייער אייגענע געשמאק, איינער אהער איינער אהין, און ס'נישט מער ווי נאטורליך, אז רוב בלייבן דארט ווי זיי זענען אויפגעצויגן געווארן.
דעקעגן, אין סאטמאר איז די סיבה געווען וואס האט זיך אנגעזאמעלט אזא ריזן ציבור ווי ביי די וועלט'ס גרויסע פארשפרעכער. פשוט אלץ די דעמאגאגיע קעגן ציונות, וואס די אונגערישע יודען האבן געפונען די נקמה אקעגן די מהרסי הדת
נישט פאפא רב און נישט צעלימע רב און נישט סקווערע רבי און נישט אנדערע רעביס האבן געפרעדיגט וועגן פייטן אנדערע, ממילא איז עס נישט געווען קיין סחורה. דער עולם לעבט אויף סחורה.
מיינע פעטערס היינט קאשויער תלמידים, פארציילן אלץ א פאקט, אז סאטמאר האט דייקא נישט געהאט די גרויסע פלוס פון אנהייב, זיי האבן געלערנט אין וויזשניץ לכתחילה, און ערשט ווען סאטמאר איז געווארן א פארטיי פאמפ, האט אנגעהויבן פליסן ביישטייער צום פארטיי, רוף עס שיטה.
פון פאפא זענען אסאך געבליבן און א שיינע טייל זיך פונאנדער געגאנגען אויך, סיי צו נוטראל סיי צו חסידות'ן ווי באיאן בעלז סקווער אויך סאטמאר צעלים און וויזשניץ.
די חותם פון פאפא אלץ תמימות, איז פשוט ווייל זיי האבן פון זיך נישט געשאסן פיילן און נישט געפראסקעט יענעם [זיך יא.. די מלמדים דארט האבן נאך ווי געפראסקעט..] ממילא אז מ'לאזט טרעטן ווערט מען געטרעטן.
לעולם איז פאפא גאר א וואונדערליכע חסידות פאר תשע''ג, זיכער נישט ווייניגער ווי סאטמאר וויען און נייטרא.

גאלד » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:16 pm

· #143523

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:20 pm

· #143525
דו רעדסט כאילו ס'איז א סוד.
דאס איז די פאקט פארוואס ס'האט געצויגן אזויפיל מענטשן, וואס רוב האבן נישט געקענט סאטמארע רב פון דערהיים. רוב יודנטום נאכן קריג האבן גענומען נייע דרכים אין לעבן

גאלד » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:43 pm

· #143534
ס'קען נישט זיין קיין "פאקט", ס"ה איז עס דיין פערסענעל אבזערוואציע אדער שפעקולאציע, איך מיין, האסטו דען געפרעגט יעדן סאטמארער חסיד פארוואס ער איז געווארן א חסיד פון סאטמאר רבין? ניין, שטעלסט זיך נאר פאר לויט דיין פארקרומטע אבזערוועשן און אפשאצונג וואס דער סאטמאר רבי איז געווען, קומסטו מיט געוויסע השערה מיוסד אויף פאלשע יסודות, ממילא קיין "פאקט" איז עס נישט,

sefish » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:25 pm

· #143544
איינער האט געשריבען דא אז סאטמארע אינגעלייט פלעגן גיין צום הקפות ביי פאפא און חוזק מאכן. האט מיר פונקט איינער פארציילט אז ער האט געזען דעם אשכול וואס מ'האט עס אים ארויסגעפרינט, יענער איז א ערנסטער און די הויעכע 40 יארן זאגט ער מיר אז ער איז געווען אין די ערשטע יארן איינמאל ביי די הקפות אין פאפא אין ס'איז געווען קוים גענוג מענטשן אויף צו מאכן איין רינג ארום די רבי, אבער די גבאים האבן געשריגן אין געטריבן כאילו ס'טוט זיך דא קעפ אויף קעפ..... מ'האט אהינגעריקט און אהערגעריקט געפושט מענטשן צו די זייטן ווען ס'נישט געווען וועם אנצוכאפן אפילו... זאגט ער אז ס'איז פשוט געקומען צום לאכן. ווייל אז אין ראדני שטיפט מען דארף מען דא אויך... קיינער איז נישט געגאנגען אויף אפצולאכן.

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:59 pm

· #143569
big joe
אמאל פלעגט פאפא זיין א פיצי סאטמאר, היינט איז סאטמאר א ריזיגע פאפא.
📎 Menashe-004.jpg

קאווע טרינקער » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:01 pm

· #143571
מארק שפירא וואלט זיך מחיה געווען מיט מנשה לוסטיג, יעדע צווייטע שטיקל איז גע'גנב'ט.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:03 pm

· #143574
שמעקעדיג
big joe
אמאל פלעגט פאפא זיין א פיצי סאטמאר, היינט איז סאטמאר א ריזיגע פאפא.

וואו איז דער דיס-לייק באטט'ן ❓ ❗ 😈

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:57 pm

· #143642
sefish
איינער האט געשריבען דא אז סאטמארע אינגעלייט פלעגן גיין צום הקפות ביי פאפא און חוזק מאכן. האט מיר פונקט איינער פארציילט אז ער האט געזען דעם אשכול וואס מ'האט עס אים ארויסגעפרינט, יענער איז א ערנסטער און די הויעכע 40 יארן זאגט ער מיר אז ער איז געווען אין די ערשטע יארן איינמאל ביי די הקפות אין פאפא אין ס'איז געווען קוים גענוג מענטשן אויף צו מאכן איין רינג ארום די רבי, אבער די גבאים האבן געשריגן אין געטריבן כאילו ס'טוט זיך דא קעפ אויף קעפ..... מ'האט אהינגעריקט און אהערגעריקט געפושט מענטשן צו די זייטן ווען ס'נישט געווען וועם אנצוכאפן אפילו... זאגט ער אז ס'איז פשוט געקומען צום לאכן. ווייל אז אין ראדני שטיפט מען דארף מען דא אויך... קיינער איז נישט געגאנגען אויף אפצולאכן.

די גרויסע ציבור איז די פראבלעם? זייט ווען האט חסידות מיט א גרויסע ציבור? אויסער אין ראדני, ביי די יענקיס שפילט א ראלע ווי מער מעריצים, אפשר ביי נאך פארטייען, אבער פאפא רב זצוק''ל און דער היינטיגער פאפא רבי שליט''א, איז דער עולם נישט וואס מאכט זיי אייגנארטיג, פאפא איז אלץ געווען באשיידענע בעלי חסד און תמימות'דיגע וואוילע עובדי השם, צו זיי זענען געווען צען יודען צו טויזענט יודען.
זיי האבן נישט געזוכט צו פארטרייבן יעדן כלי קודש מבעדפארט עד לבוא חמת.

sefish » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:03 pm

· #143645
ניין נישט דער ציבור איז דער פראבלעם. דער פראבלעם איז געווען דע געשרייערייען און שטופערייערן. לייען ביטע איבער

I'm back » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:18 pm

· #143653
@big joe איז א פאפאנע?

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:22 pm

· #143656
נזדעזע הארץ ת''ק פרסה על ת''ק פרסה על הלץ המפורסם מנשה לוסטיג שגנב, פליעג'עריזים בלע''ז מיינע א דזשאוק
פוי פוי פוי

עס איז דא אייער אין די קיטשען מ'בעט די עולם נישט צו ווארפן אויפן קאמפיוטער

big joe » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:24 pm

· #143658
I'm back
@big joe איז א פאפאנע?


יא!!!! האסט א פררראבלעם מיט דעם??????

בעריש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:14 am

· #143739
מנשה לוסטיג
big joe
אמאל פלעגט פאפא זיין א פיצי סאטמאר, היינט איז סאטמאר א ריזיגע פאפא.

פון יעדע קהילה און חסידות, זענען א טייל געגאנגען זייער וועג - זייער אייגענע געשמאק, איינער אהער איינער אהין, און ס'נישט מער ווי נאטורליך, אז רוב בלייבן דארט ווי זיי זענען אויפגעצויגן געווארן.
דעקעגן, אין סאטמאר איז די סיבה געווען וואס האט זיך אנגעזאמעלט אזא ריזן ציבור ווי ביי די וועלט'ס גרויסע פארשפרעכער. פשוט אלץ די דעמאגאגיע קעגן ציונות, וואס די אונגערישע יודען האבן געפונען די נקמה אקעגן די מהרסי הדת
.

די קענסט אזוי סאטמאר ווי איך ארגינעלע סקווירא פון אוקריינא
א ריזיגער חלק פון סאטמאר זענען געווען תלמידים פון סאטמאר/קראלי, דער סאטמארער רב'ס תלמידים האבן זיך שוין געציילט און טויזענטער בעפארן קריג (פון תרצ"ד אן האט ער סטעדי געהאט 400 אדער מער בחורים און זיין ישיבה).
דערנאך איז געווען א שיינער חלק וואס האבן געלערענט און די ישיבות ווי טאשנאד, סעקלהיד, פאיע,ועוד ועוד ,און זיי זענען נאך געפארן צינעם תמידין כסדרן בעפאר קריג ציזאמען מיט זייערע ראשי ישיבות.
די קוקסט עפעס אויף סאטמאר פונעם קאלאראשן פערספעקטיוו ווי מהאט זיך געמיזט בויען פון סקרעטש.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:50 pm

· #143766
בעריש Can i have some of what you are smoking?

בעריש » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:59 pm

· #143768
איך אויך
בעריש Can i have some of what you are smoking?

אזא סוג וואס מ'סמאוקט און בעלזא נאר אן די כבוד בית בעלזא סופלומענט

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:53 pm

· #143853
נו שוין, דאס וואס ישמעאל הכהן האט פראבירט צוויי מאל אין אן אנדערן אשכול, פראבירט מנשה אצינד מיט איין תגובה, נעמליך צו פארדרייען דעם שמועס אויף סאטמאר.

דא רעדט מען יעצט פון פאפא. ביטע זיך האלטן צום נושא.

סאו וואט » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:08 pm

· #143972
פארוואס ווען מ'פרעגט א פאפא'נע, וועלעכע חסיד ביסטו? ווי באלאנגסטו?
ענטפערט ער: איך בין א פאפא'נע (מיט א פארשטאפטע נאז), אבער איך בין אויך א ...?

מורינו הרב » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:46 pm

· #144004
נאך אזויפיל טראכטן, שרייבן און ארומרעדן, בין איך געקומען צו א שטיקל מסקנא וואס עס פעלט פאר פאפא, פארוואס זייער עולם איז קעלטער פון אנדערע חסידות'ן און פארוואס זיי טראגן אזא פנים אויף די גאס.

פאר פאפא פעלט איין זאך: פאליטיק. אויב וואלט געווען צוויי פאפא רבי'ס (ביידע מיט פיל חסידים) און מען וואלט זיך גע'הרג'עט צווישן זיך, וואלט עס שוין געווען א שיינע חסידות. הן מצד עצמם - יעדער וואלט פראבירט אויפצוטון פאר די גאס און ווייזן אז ער קען בעסער פירן די וועלט, בעסער האלטן דרשות און בכלל בעסער ארויפארבעטן די קהילה, און הן מצד די גאס - זיי וואלטן בעסער געטאן מארקעטינג, זיכער געמאכט אז זייער נאמען שטייט גוט און אז יעדער ווייסט אז זיי זענען די געווינער און די אנדערע זייט די פארלירער.

דער מציאות איז אבער אז (ליידער?) איז דאס איין חסידות מיט איין רבי, קיינער איז נישט אינטערעסירט אויסצוגעבן מילאנען צו האבן א שענערן פנים פאר די גאס, קיינער איז נישט אינטערעסירט צו בויען. דער רבי אליין זיצט זיך על המנוחה ועל הנחלה, לערנט נישט פאר קיין שיעורים, האט נישט קיין נאנטע קשר מיטן עולם, און קיינער שטיפט אים נישט דערויף... ער דארף נישט קיין יועצים און יוצא משרתיו וואס זאלן אים גיידן ווי אזוי זיך צו פירן אויסצונעמען פאר די גאס, קיינער לערנט אים נישט אויס אז מען טאר נישט עסן מיט די הענט, ווייל צו וואס פעלט עס אויס? - ס'איז דען דא א קאנקערענץ? - איינעם גייט עס אן?

איך האלט אז משה גבאי האט זייער קלוג געטאן מיטן צושפילטערן די זאך. איך האלט אז ער האט עס קלאר אויסגערעכנט צוליב דעם, ווייל אויב נישט וואלט סאטמאר איינגעשרינקען, קיינער וואלט גארנישט געטאן.

דאס איז לדעתי, דער פראבלעם אין פאפא. אויב זיי ווילן עס פארריכטן, זאלן זיי אנדרייען א געזונטן מחלוקת צווישן די רבי'ס קינדער, און זיי וועלן זען ווי די זאכן וועלן בליען איינס צוויי... בנינים וועלן זיך בויען אינגרויסן, די חסידות וועט וואקסן ווי אויף הייוון און די בחורים וועלן ווערן הייסע חסידים איבער נאכט.

פאפא, געגאנגען, פראבירט אויס!

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:44 am

· #144078
סאו וואט
פארוואס ווען מ'פרעגט א פאפא'נע, וועלעכע חסיד ביסטו? ווי באלאנגסטו?
ענטפערט ער: איך בין א פאפא'נע (מיט א פארשטאפטע נאז), אבער איך בין אויך א ...?


פאר די זעלבע סיבה פארוואס ווען די פרעגסט א סאטמארער ווי באלאנגסטו, הייבט ער אן מאכן קארט וויעלס און מאכט נאך די שטימע פון א לייב.
דאונט בי סטופיד.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:37 am

· #144099
I'm back
סאו וואט
פארוואס ווען מ'פרעגט א פאפא'נע, וועלעכע חסיד ביסטו? ווי באלאנגסטו?
ענטפערט ער: איך בין א פאפא'נע (מיט א פארשטאפטע נאז), אבער איך בין אויך א ...?


פאר די זעלבע סיבה פארוואס ווען די פרעגסט א סאטמארער ווי באלאנגסטו, הייבט ער אן מאכן קארט וויעלס און מאכט נאך די שטימע פון א לייב.
דאונט בי סטופיד.

אויספלאצט היספלאצתי..

שת.אדמזאהן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:09 pm

· #145071
מורינו הרב
נאך אזויפיל טראכטן, שרייבן און ארומרעדן, בין איך געקומען צו א שטיקל מסקנא

דער מציאות איז אבער אז דאס איז א חסידות מיט איין רבי, קיינער איז נישט אינטערעסירט אויסצוגעבן מילאנען צו האבן א שענערן פנים פאר די גאס, קיינער איז נישט אינטערעסירט צו בויען. דער רבי אליין זיצט זיך על המנוחה ועל הנחלה,

נישט גענוג געטראכט @מורינו הרב און גאנץ א שוואכע מסקנא.
פאפא איז קהילה וואס דער מנהיג זיצט נישט אזוי במנוחה'דיג, נאר איז כסדר פארנומען מיט זיינע מוסדות. און יא, ס'איז אויך די מילאנען ווען ס'פעלט אויס עפעס צו בויען. ומוסדות פאפא אין וומ"ס, ב"פ, מאנסי, קעטסקילס יוכיחו.

און אגב, מ'האלט שוין נאך א מחלוקה. וואס זאל מען טוהן אז ליידער דער עולם האלט נישט אן דעם קאמף?

zurich » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:35 pm

· #153169
מורינו הרב
נאך אזויפיל טראכטן, שרייבן און ארומרעדן, בין איך געקומען צו א שטיקל מסקנא וואס עס פעלט פאר פאפא, פארוואס זייער עולם איז קעלטער פון אנדערע חסידות'ן און פארוואס זיי טראגן אזא פנים אויף די גאס.

פאר פאפא פעלט איין זאך: פאליטיק. אויב וואלט געווען צוויי פאפא רבי'ס (ביידע מיט פיל חסידים) און מען וואלט זיך גע'הרג'עט צווישן זיך, וואלט עס שוין געווען א שיינע חסידות. הן מצד עצמם - יעדער וואלט פראבירט אויפצוטון פאר די גאס און ווייזן אז ער קען בעסער פירן די וועלט, בעסער האלטן דרשות און בכלל בעסער ארויפארבעטן די קהילה, און הן מצד די גאס - זיי וואלטן בעסער געטאן מארקעטינג, זיכער געמאכט אז זייער נאמען שטייט גוט און אז יעדער ווייסט אז זיי זענען די געווינער און די אנדערע זייט די פארלירער.

דער מציאות איז אבער אז (ליידער?) איז דאס איין חסידות מיט איין רבי, קיינער איז נישט אינטערעסירט אויסצוגעבן מילאנען צו האבן א שענערן פנים פאר די גאס, קיינער איז נישט אינטערעסירט צו בויען. דער רבי אליין זיצט זיך על המנוחה ועל הנחלה, לערנט נישט פאר קיין שיעורים, האט נישט קיין נאנטע קשר מיטן עולם, און קיינער שטיפט אים נישט דערויף... ער דארף נישט קיין יועצים און יוצא משרתיו וואס זאלן אים גיידן ווי אזוי זיך צו פירן אויסצונעמען פאר די גאס, קיינער לערנט אים נישט אויס אז מען טאר נישט עסן מיט די הענט, ווייל צו וואס פעלט עס אויס? - ס'איז דען דא א קאנקערענץ? - איינעם גייט עס אן?

איך האלט אז משה גבאי האט זייער קלוג געטאן מיטן צושפילטערן די זאך. איך האלט אז ער האט עס קלאר אויסגערעכנט צוליב דעם, ווייל אויב נישט וואלט סאטמאר איינגעשרינקען, קיינער וואלט גארנישט געטאן.

דאס איז לדעתי, דער פראבלעם אין פאפא. אויב זיי ווילן עס פארריכטן, זאלן זיי אנדרייען א געזונטן מחלוקת צווישן די רבי'ס קינדער, און זיי וועלן זען ווי די זאכן וועלן בליען איינס צוויי... בנינים וועלן זיך בויען אינגרויסן, די חסידות וועט וואקסן ווי אויף הייוון און די בחורים וועלן ווערן הייסע חסידים איבער נאכט.

פאפא, געגאנגען, פראבירט אויס!

דו האסט נישט קיין אהנונג ווי גיט דו זאגסט וואלט ווען פאפא רבי געהאט א קאנקירענט א קאמפיטישאן אוי ווי ער וואלט ביהעווט!!

בעל הבית » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:35 pm

· #155863
@PupaNews rabbine shlit''a was standing by a mail box and said something in2 the mail box. When a chusid ask the rabbi the kavuna of it the rabbi said that he just wanted 2 send a voice mail

ישמעאל הכהן » מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:44 pm

· #250721
📎 IMG_20150128_213200.jpg

@פישלע העררינג???

אפטעמיסט » מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:51 pm

· #250724
פאר דעם האט מען פארפירט מען זאל דיר קענען טעגן?...

פישלע העררינג » מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:12 pm

· #250731
ס'געפעלט מיך מער די רויטע טאוועל פון אונטען, "קהל קהלת" יעקב, ויבואו הדרשנים וידרשו כפל הלשון קהל - קהילת...
בלאט: 1 2