[ציטאט אראפגענומען]
ווי קען מען אפזאגן א תובע בפיו? איך האלט אינמיטן רייניגען מיין סקעזשול פאר די פארפאסונג פון א שיר לכבודך. צו עס וועט זיין אויף מיין שניט ווייס איך נישט, ווייל נישט אלעמאל האב איך די ריכטיגע שערל.
ש"שים בבואם, פאר לשמו,
צהלה ורינה בק"ש, כששופך דיו,
ארבעה אלפים לייקס לזכר מלכותו,
דעת ותבונה סובבים מאמריתו,
קרא לש"ש ויזרח אור,
אותיותיו משוזרי"ם בשמן המור,
המתגאה על חיות באש קנאות,
מפני שיבה תקום בלי רחמנות,
ש"ש, נותנים לו שבח וגדולה,
ברוך ומבורך בפי כל הקהילה!
פארוואס ביי לייקס ראנגען שטייט יעצט ביי ראובן 3995 לייקס?
מיט גרויס עקסטאז ווילן מיר וואונטשן א ברכת מזל טוב פאר ידידינו היקר ר' בערל דער דויטש הי"ו --אופס כ'האב געמאכט א פליפ-פלאפ, כ'האב געמיינט ר' סענדער דער בעל עגלה זכותו יגון - לרגל באקומען 4,000 לייקס,
די לייקס איז בעיקר צו פארדאנקען די שיינע פאלקס מעשה'לעך און עפיזאדן מיט וועלכע ר' סענדער בערל איז געבענטשט לרחצה, און אממערסטנס האט עס אויפגעפיקט ביי די הערליכע היסטארישע באשרייבונג פון דעם אלט-פארצייטישן לעבן אין מאנטיווידעא, אורוגוויי, וואו דער עולם האט געטרינקען מיט דורשט די הערליכע ביאגראפיעס. (גראדע איז שוין אדורך עטליכע חדשים זינט דעם לעצטן תגובה דארט. שוין צייט צו גיין ווייטער, למען ידעו דור אחרון.)
בס"ד.
יום ד' לס' וירח את ריח בגדיו שנת תשע"ז לפ"ק.
מיט גרויס שמחה האבן מיר ערהאלטן אייערע גוטע ווינטשן לכבוד די 4000 לייקס וואס איך האב מיר דא אנגעזאמלט.
נאר איך וויל אייך אויפמערקזאם מאכן אז איהר האט פארגעסן פון עטליכע פון מיינע קאסטומערס. און כ'האב מורא אז זיי וועללן זיין באליידיגט אז מ'האט זיי נישט דערמאנט. למשל הרב ש.ב. מרגליות, המכונה הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א און להבדיל די נבילה און כפרה שרה'לע ברקוביק... 😂 🙄
מזל טוב
@וועטערבאריכט!
א דאנק פאר'ן מהנה זיין דעם עולם שלא על מנת לקבל פרס.
@זר זהב ווערט באלד dethroned, עכ"פ מיט יענע ניק. דאס וועט זיין א טרויעריגע געשעניש אין ק"ש.
מזל טוב,
@וועטערבאריכט. א גרויסע יישר כח פאר דיינע באריכטן.
מזל טוב געוואלדיג
@געוואלדיג אינז האב מיר ביידע זוכה געווען צו די 4,000 לייק היינט.
אה.. נישט באמערקט, מזל טוב צו אונז ביידע מיט נחת און פרייד.